פארומס › קאווע שטיבל • האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

קאווע שטיבל • האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

308 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12233
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך מאי 23, 2018 12:14 am#403201
בנוגע די "באזוך" פונעם פשעווארסק'ער רבינ'ס זוהן, די מדובר איז וועגן דעם יונגסטן זוהן שלום וועלכער איז ליידער נישט צו לאנג צוריק אראפ פונעם אידישן וועג, אן עסקן האט איהם גענומען צום בעלזע'ר אבער ער האט נישט געקענט אויפטוהן און ער האט געזאגט אז ער הייבט הענט און שוין... דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס גע'ענדיגט.
מיטוואך מאי 23, 2018 12:19 am#403202
ס'דא אן אנדערע אשכול פאר אלעס איבער בעלזע רב.
אפשר איז צייט אפצושפארן דעם אשכול און ווייטער פירן די שמועסן בנוגע בעלזע רב דא
זונטאג מאי 27, 2018 1:20 pm#403525
יהודי פשוט האט געשריבן:בנוגע די "באזוך" פונעם פשעווארסק'ער רבינ'ס זוהן, די מדובר איז וועגן דעם יונגסטן זוהן שלום וועלכער איז ליידער נישט צו לאנג צוריק אראפ פונעם אידישן וועג, אן עסקן האט איהם גענומען צום בעלזע'ר אבער ער האט נישט געקענט אויפטוהן און ער האט געזאגט אז ער הייבט הענט און שוין... דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס גע'ענדיגט.

איך האב אן (אפיקורס'ישע) שאלה. אויב דער טאטע איז טאקע אזא צדיק וגדול בישראל. וויאזוי איז עס געשעהן אז דער זון איז רחמנא ליצלן אראפ פונ'ם דרך הישר...?!
זונטאג מאי 27, 2018 1:46 pm#403528
עיין ערך דודנו עשיו שר"י בנו של אבינו יצחק ואמנו רבקה....
מאנטאג מאי 28, 2018 12:00 am#403581
berlbalaguleh האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:בנוגע די "באזוך" פונעם פשעווארסק'ער רבינ'ס זוהן, די מדובר איז וועגן דעם יונגסטן זוהן שלום וועלכער איז ליידער נישט צו לאנג צוריק אראפ פונעם אידישן וועג, אן עסקן האט איהם גענומען צום בעלזע'ר אבער ער האט נישט געקענט אויפטוהן און ער האט געזאגט אז ער הייבט הענט און שוין... דא האט זיך עס אנגעהויבן און דא האט זיך עס גע'ענדיגט.

איך האב אן (אפיקורס'ישע) שאלה. אויב דער טאטע איז טאקע אזא צדיק וגדול בישראל. וויאזוי איז עס געשעהן אז דער זון איז רחמנא ליצלן אראפ פונ'ם דרך הישר...?!


קודם פאסט נישט פאר אזוי גרויסע בעל מדקדק ווי דיר דאס צו ריפן א "שאלה" אשטאטס "קשיא"
ולעצם הענין קשיא מעיקרא ליתא ווי @יהודי פשוט האט שוין ערווענט. וכן הוא אצל הרבה צדיקים וקדושים וואס זייערע קינדער זענען אפגעפארן
מאנטאג מאי 28, 2018 12:07 am#403585
אז מ'רעדט שוין. ביי איינע פון די נסיעות קיין אוקראינע האבן די סקווירא חסידים באגעגנט א גוי א טשערנאבלער אייניקל בן-אחר-בן, ער האט געזאגט אז ער האט זייער ליב אידישקייט, אבער ער וויל זיך נישט מגייר זיין ווייל ער וועט ווערן כקטן שנולד און אויס טשערנאבלער אייניקל...
מאנטאג מאי 28, 2018 2:42 am#403594
שמעון וואלף: או.קעי. א קושיא. נישט א קאשע...!
מאנטאג מאי 28, 2018 10:06 am#403635
איך געדענק אז אומגעפער צען יאר צוריק איז ארומגעגאנגען א שמועה אז מען האט געפונען אן אור-אייניקל פון מהר"א מבעלזא, ליידער א גוי (נכד לחתנו ר"ש פרענקל, ששנים מבניו התחבאו אצל גוי, ואחר השואה לא הצליחו לברר מה עלה בגורלם). די גאס האט גערוישט פאר א פאר טעג, און נאכדעם איז שטיל געווארן, כדרך כל השמועות.