Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 616 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12261
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:55 am#400724
כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
סאטמאר קהילת מהר''א גרייט זיך צו א ריזיגע כינוס כללי אין ארמארי, אסיפה קעגן ציונות. וואס פשט פון די יעצטיגע התעוררות?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 10:12 am#400729
לרגל שבעים שנה למדינת ישראל (עס איז אנגעצייכענט אויפ'ן פלאקאט).

(רבותי, אין הדבר תלוי אלא בכם! איר קענט דעסיידען צי איר ווילט דעם אשכול אין אידישע נייעס אדער אין צימעס).
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 10:36 am#400733
שמעקעדיג, ס'איז א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה. בדוק ומנוסה.
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 1:23 pm#400751
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

אז צימעס וועגען נייעס באלאנגט אין צימעס, דעמאלס נייעס וועגען צימעס באלאנגט אין נייעס, ניין?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 2:56 pm#400756
איז עס נאר פאר סאטמאר אדער ווילן זיי צו האבן אנדערע אויך?
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:06 pm#400759
לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 7:17 pm#400781
שמעקעדיג האט געשריבן:לרגל שבעים שנה למדינת ישראל (עס איז אנגעצייכענט אויפ'ן פלאקאט).

(רבותי, אין הדבר תלוי אלא בכם! איר קענט דעסיידען צי איר ווילט דעם אשכול אין אידישע נייעס אדער אין צימעס).

דעי כינוס גייט זיין איין שטיק צימעס!
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 7:54 pm#400782
לאור דעס וואס ר' אהרן וויל נישט אז ס'זאל זיין א צימעס'דיגער כינוס האט ער געלאזט וויסן אז ער איז גרייט נישט צו זיין דער בראש וואס וועט אנצינדן די פאַקלן לרגל המחאה........... די עיקר איז אז ס'זאל ערפילט ווערן די באשעפער'ס ווילן אז ס'זאל זיך אנזעהן אויפן וועלט אז יהדות החרדות איז קעגן די א.ג. מדינה........
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 8:14 pm#400783
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:01 pm#400788
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!

זאלען זיי ביידע מצליח זיין צו קאמפיטן קעגן די צווייטע. אבי נישט צווישען אידן.

דער עיקר, גרעפיק דיזיינערס מאכען געלט, שרייבערס פון הסברה קונטרסים מאכען געלט, שוויצערס און 'סדרנים' זענען פארנומען, א פאר בלעטער אין צייטונג זענען שוין פארזיכערט מיט זייערע שווארצע פלעקן. וואס נאך דארף מען אין לעבן?
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:14 am#400802
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!

הייסט דעי כ''א כסליו כינוס דארף זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים כינוס?
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:19 am#400805
שמעקעדיג האט געשריבן:לרגל שבעים שנה למדינת ישראל (עס איז אנגעצייכענט אויפ'ן פלאקאט).

לרגל זיבעציג יאר פון די מדינה, 40 יאר פון קרן הצלה און 1 יאר פון בארקלעיס
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:21 am#400807
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!

בערל, די ווערסט מיר אויפגעקלערט
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:22 am#400808
לאקש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!

הייסט דעי כ''א כסליו כינוס דארף זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים כינוס?

שוין געזעהן אנדערע רופן עס אויך "כ"א כסלו כינוס". אפשר ביסטי מסביר די זשאוק?
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:23 am#400809
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבי נישט צווישען אידן.

דער עיקר, גרעפיק דיזיינערס מאכען געלט, שרייבערס פון הסברה קונטרסים מאכען געלט, שוויצערס און 'סדרנים' זענען פארנומען, און ליטוואק וועט קענען האקן נאך אפאר תגובות.
פרייטאג אפריל 27, 2018 12:54 am#400814
לאקש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!

הייסט דעי כ''א כסליו כינוס דארף זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים כינוס?

לאקש:נו, וואדען...?!
פרייטאג אפריל 27, 2018 1:05 am#400816

שטיימער סאך בעסער ווי איך האב געמיינט
פרייטאג אפריל 27, 2018 10:40 am#400829
דער גרויסארטיגער כינוס וואס וועט פארקומען אי"ה אין דעם היסטארישן (אפשר היסטערישן) טאג כ' סיון, שנת תשע"ח לפ"ק האט איין תכלית און איין צוועק. אויפצוקלערן און איבער צו חזר'ן די שיטה הקדושה והבהירה פון ויואל משה...!

אויך, כדי להוציא מליבן של...המקטריגים ומחרחרי ריב שבתוכנו, אז מהר"א שליט"א איז נישט לוחם אקעיגן ציונות. און נאר זיי זענען די טהורים וקדושים, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. והא ראיה ער האטציך נישט צוגעשטעלט צו דעם גרויסארטיגן און הייליגן כינוס למען קדשי בני ישראל דעם פארגאנגענם פ' שלח.

אבער מהר"א שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג פאר זיינע חסידים און פאר אנדערע אויך. ווייל ער לאזט זיך נישט איינרעדן קיין באבע מעשיות אדער זיך פיהרן לויט יענעם'ס אגענדא. און ער דערשרעקט זיך נישט פאר קיין פרעשור. אז ער האט דעם פלעק אז ער האט פארלוירן דאס קנאות. ביי דעם לעצטן כינוס אין בארקלעי צענטער, האט ער געזעהן אז די גאנצע זאך איז אן אויפגעבלאזענע זאך, האט ער עס געלאזט לויפן. די זעלבע איז געווען ביים אזוי גערופענעם כינוס כלל ישראל אקעיגן אינטערנעט. אוודאי וואלט שיין געווען ווען ר' אהרן' מיט זיינע חסידים וואלטן זיך באטייליגט דארט. אבער דארט איז אויכעט געווען פאלשקייט מיט אגענדעס. למשל, די העיליגע לקעיקוואודער ראשי ישיבה האבן זיך זייער מיאוס אויסגעדריקט אויף די גאנצע חסידות וקהילת חב"ד. זיי האבן נאכגעזאגט די פסול'ע שטותים וואס זייער גרויסער רבי הרב ש"ך ז"ל האט געזאגט און געהאלטן. און מהר"א האט נישט מסכים געווען מיט דעם. ער האט נישט געוואלט זיין יענעם'ס נאר . נישט אזוי ווי א איד א צדיק, א בעל מסירות נפש, וואס ער איז געווען א טייל פון די חבורה וואס איז ארומגעפארן צו רבנים אויפצוטרייבן אינטערעס אין דעם כינוס. ער, זייענדיג א גרויסער צדיק און עניו, האט נישט געהאט אין זיך דאס תקיפות מוחה צו זיין אויף די דברי בלע פון די 2 ראשי ישיבות. וואס זיי האבן איבערגעחזר'ט ביי מהר"א שליט"א אין זיין הויז. ווען ער האט זיי געפרעגט אויב זיי זענען שוין געווען איינלאדענען ליובאוויטש צו דעם כינוס כלל ישראל. האבן זיי ברוב עזותם (כ'זאלל זאגן אז זיי זענען אין א געוויסן זין תינוקות שנשבו) געענטפערט אז...."ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל"...!

דרך אגב: מהר"א שליט"א ווען ער פארט קיין פאלם ספרינגס פארברענגט ער אלע זיינע תפילות אין ביהמ"ד דחסידי חב"ד. און ער לערנט אויך פאר דארט. זיי רעספעקטירן איהם זייער שטארק. דאס לעצטע מאל, ווען ס'איז געווען די יארצייט פונ'ם בעל התניא זצוק"ל, האט מהר"א שליט"א געפיהרט א טיש און פארציילט סיפורים און דא"ח פונ'ם בעל ההילולא...!
פרייטאג אפריל 27, 2018 10:56 am#400832
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
איך בין אביסל דיזי. דער מטה אהרן מאכט היינט די צוזאמענקומאכץ אלס זיין ליעבשאפט צו חב"ד. און פאר דעם איז גאר הרב שך שולדיג?!

עס איז ברייט באקאנט אז יעדער חסיד, בשעת ער רעדט אויף זיין רבי, פארלירט זיין שכל. ווען סיי וועמען וואלט געמאכט אזא כינוס\קינות, וואלט בערעלע איהם פארדאמט אויף טויזענט. נאר ווייל זיין בריון איז דא דער מחותן, פלוצלונג שטימט אלס, מיט א געוואלדיגע שטיק תורה וועגען חב"ד. איין גאט ווייסט וואס חב"ד האט מיט די מעשה. און נאר אפאר נערנים גלויבען אז דאס זיך צוריק האלטען פון דער כינוס\קינות כלל ישראל האט עפעס מיט א שיטה, און נישט סתם קינדערישקייט. נישט ווייל יענער כינוס\קינות איז עפעס ווערט, נאר אז דער מטה אהרן האט נישט די כלים דאס צו כאפען. הא ראיה, ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו שלעפען פלייש פון דא ביז דארט אלס צוליעב דער כבוד בית איך זיך און מיך.

עס שטייט שוין אין משנה ׳אין בין אהרן לזלמן לייב, אלא א פאר וואכען׳, און חז"ל האבען גוט געוואסט וואס זיי רעדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 29, 2018 12:31 am#400894
ליטוואק פון בודאפעסט: דער מטה אהרן'ס מאכן דעם כינוס/קינות (ווי דו רופסט עס) האט גארנישט צו טון מיט ליובאוויטש אדער הרב ש"ך ז"ל. די גאנצע עניין פון חב"ד איז נאר אריינגעברענגט געווארן כבדרך אגב...! דער מטה אהרן מאכט דעם כינוס ווייל ער האט עפעס וויכטיג איבערצוגעבן פאר זיינע תלמידים וחסידים. מסתמא וועט דארט זיין גוטע (מזונות) פרעצעלס און קאלטע סאודע. אויך גוטע עירקאנדישאנינג. וועל איך מיך אויך , בלי"נ משתתף זיין...! איך האב נאר סתם אזוי דערמאנט אז ביי דעם כינוס כלל ישראל אקעיגן אינטערנעט האט ער מוחה געווען אוף די גרויסע עוולה פון פסל'ן א חשוב'ן טייל פון כלל ישראל. ס'נישט אז אונז זעמיר חב"ד'סק ער חסידים אדער סימפאטיקער. נאר דאס רעדן אזוי ברייט צוליעב אן אגענדא טוט וויי פאר א יעדן ערליכן, אנשטענדיגן איד באשר הוא שם...!
זונטאג אפריל 29, 2018 12:59 am#400898
בערל, טאמער האט ער עפעס וויכטיג איבערצוגעבן קען ער דאס טון ל"ג בעומר ביי די הדלקה. דארט וועלן זיין סאך מער מענטשן ווי ביים א' שלח כינוס
זונטאג אפריל 29, 2018 1:18 am#400901
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
עס איז ברייט באקאנט אז יעדער חסיד, בשעת ער רעדט אויף זיין רבי, פארלירט זיין שכל.

עס איז ברייט באקאנט אז א ליטוואק פון בודאפעסט, פירט זיך מנהגי בודאפעסט, בשעת ער רעדט פון זיין רבי הרב שך, פארלירט זיין שכל.

חב"ד מיט שך איז נישט די נושא דא, ס'איז נישט קיין סוד אז ער האט סתם געוואלט דוחה זיין בקש סקולענע רבי מיט הרב קאטלער, צו מזל האט מען דערמאנט חב"ד און ס'איז שוין דא א לעגיטימע תירוץ.
זונטאג אפריל 29, 2018 11:58 pm#400962
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!
שוין נישט קיין "פארמעסט"
די זאליס גייען קימען צי די אסיפה
*Confirmed*
מאנטאג אפריל 30, 2018 12:36 pm#400979
אייער שפייז האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!
שוין נישט קיין "פארמעסט"
די זאליס גייען קימען צי די אסיפה
*Confirmed*
כגלייב נישט אז זאלי גייט קומען
ברענג א ראי'
דינסטאג מאי 01, 2018 1:05 am#401038
לך לך האט געשריבן:
אייער שפייז האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:לאמיר זעהן צו זיי קענען קאמפיטן מיט די מדינה פייערונגען לרגל שנות ה70...

לך לך: זיי זוכן נישט צו קאמפיעטן מיט די מדינה. דער גאנצער טראסק איז נאר זיך צו פארמעסטן מיט די זאלונים. וועלכע האבן געמאכט דעם כינוס גדול ונורא דעם פארגאנגענעם פ' שלח...!
שוין נישט קיין "פארמעסט"
די זאליס גייען קימען צי די אסיפה
*Confirmed*
כגלייב נישט אז זאלי גייט קומען
ברענג א ראי'

נא! ר' זאלי. ס'דאך דא תקנות
מיטוואך מאי 16, 2018 3:01 pm#402872
אויך האט מהרא דארט פארציילט אז אין תשל (געהערט אז עס איז געווען חוה"מ) האט מען אויך געמאכט ענליכס צו אזא מין אסיפה נאר לחזר ולשנן תורת אמת שיטה הקדושה די פעטער ז"ל האט נישט גערעדט אבער ער האט זיך באטייליגט די טאטע ז"ל האט דארט גערעדט

די רבי האט ארויסגעדריקט איך געדענק נאך ווי דער טאטע האט מיר געזאגט וואספארא פחד ער האט געהאט צו רעדן בנוחכות פונעם פעטער
מיטוואך מאי 16, 2018 8:27 pm#402892
קודם כל איז הגאון המופלג רבי משה שטרנבוך שליט"א אויסדרוקליך "נישט" פוסק הדור. א ריזן ציבור פון כלל ישראל זענען סרים למשמעתו תרתי משמע..

אזוי אויך איז ער ניטמאל ראב"ד ירושלים נאר פון קהילת "העדה החרדית" (nothing in common with actual עדה חרדית..)

ווי איך האב פארשטאנען איז די כינוס געווידמעט צו איבער'חזר'ען אדער אויסלענען (פאר דער וואס האט קיינמאל געוואוסט..) די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאקמאר זצ"ל בענייני ציונות. און פונקט נעמט מען די ראב"ד שליט"א וואס איז קיין חסיד פון אים נישט. קיין תלמיד נישט. די זעלבע השקפה קיינמאל געהאט. ער האט געטוישט די ווערטער אין די הקדמה לצורך פרנסה...

וואס איז די פאונט פארן אים אהער רופן? צו איינעם שטעכן? צו פראווען די פאונט פון ר' אהרן אז ווער עס האלט אז עס איז נישט דא קיין קברים איז נישט קיין ציוני? כ'מיין וואס איז פשט דערפון?

#אינטרעסאנט
מיטוואך מאי 16, 2018 8:51 pm#402895
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר
ע"ז נאמר ׳וכסיל לא יבין את זאת׳. פונקט זאת פארשטייסטו נישט? די גאנצע מעמד פעלט אויס ווי דער מיירעלע אויפ׳ן געפילטע פיש. סתם האלטען א דרשה האט ער נישט געקענט? שרייבען א ספר? שיקעןא בריוו? ארטיקלען אין צייטונג?
דאס כינוס כלל ישראל ביזנעס האט גארנישט מיט די ציל וואס עס שטייט אויפ׳ן צעטעל.

איך מיין אז ערגעץ אין תנ"ך שטייט ׳לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק׳. טאמער איינער האט א מראה מקום, ביטע אויסשרייבען
מיטוואך מאי 16, 2018 9:07 pm#402896
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר מאך איך א טעות און הרב י"ח האראוויץ איז נאר אן אייניקעל פון דער ראחובער רב פון לוגאנא? איך געדענק א מלמד אין חדר וואס איז א לוגאנא אפשטאמיגע, הרב ארלנגר, וואס פלעגט רעדען פון זיין רב מין בענקשאפט, און איך גלויב נישט אז ער האט נאך געלעבט דעמאלס, מיט מער ווי פינף און צוואנציג יאר צוריק.

ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס עס נישט אלס פאקט. אבער איך מאך דעם חשבון אז דער הרב האראוויץ פון מאנטשעסטער מוז זיין אן אייניקל פונ'ם ראחוב'ער רב. ווייל ווען איך בין געווען א יונגל האטמען געשמועסט פונ'ם ראחוב'ער רב. און אז דער היינטיגער רב האט נאך א רויטע בארד מוז ער זיין אן אייניקל. לפי החשבון איז זיין טאטע אויכעט שוין בעלמא דקשוט. אויב נישט זאלל ער מאריך ימים ונשים זיין עד מאה ועשרים שנה...!

דאס איז נאר להערה בעלמא. צו די עצם עניין האט עס גארנישט. לא מעלה ולא מוריד...!
מיטוואך מאי 16, 2018 9:09 pm#402897
ביי אים אין די מיינד איז דאס א דרשה.. גייט פשוט נישט זיין גענוג פלאץ פאר אלע תלמידי רביה"ק זי"ע אשר לא ידעו את יוסף, ממילא דארף מען א סטעדיום אדער א ארמארי..

אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...
מיטוואך מאי 16, 2018 9:16 pm#402899
טשעפענען שטעכן חלילה

דער אסיפה איז דאך געווידמעט איבער צו חזר'ן די שיטה הקדושה און זיך מחזק זיין אין די שיטה אין אזעלכע שווערע צייטן ווען זייער הצלחה שיינט

רופט מען איינע פון די שענסטע רבנים און דער אקטיווסטער אין די עדה החרידית דער דגל הקנאות אין א"י שוין די לעצטע 40 יאר מפורסם מיט זיין דרשות קנאות מיט א אש קודש די לעצטע 40 יאר זאל מפאר זיין אזא מעמד און מעורר זיין לבבות ישראל

נישטא קיין פאסיגערע קאנדידאט

מ'דארף עפעס דוקא זיין א תלמיד פון רבין איבער צו חזר'ן קנאות ?
מיטוואך מאי 16, 2018 9:30 pm#402900
ניין, אבער עט ליעסט א קנאי... בעניני ציונות וכדו'..
מיטוואך מאי 16, 2018 11:16 pm#402904
זיינע דרשות זענען פייערדיגע קנאותדיגע דרשות
דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:23 am#402911
גאנצל האט געשריבן:
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס איך פיל גארנישט פאר וויכטיג מער ווי שרייבן די נייעס און אלעס ארום

פילסט אבער אויך פאר וויכטיג צו מעלדן אז די שונאים גייען פלאצן......
יחי הארונישע פארריקטקייט יחי

סארי
איך האב אין ערגעץ נישט געשריבען אז די שונאים גייען פלאצן

אז דו זעיסט דאס אין איז עס דיין קטנות

פליז גיי צוריק קיין צימעס און שרייב דא נארמאל מיט דיין אנדערע ניק
דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:29 am#402913
בערל די ראחובער רב פין בני ברק איז די טאטע פין ראחובער. רב אין מאנטשעסטער
דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:56 am#402916
הייסט מ'רופט ר' משה שטערענבוך זאל אויסלערנען פאר סאטמארע אידן וואס די סאטמארע שיטה איז? ער האט דען עפעס מיט די סאטמערע שיטה?
דאס איז אן אלטע טעות פון די סאטמערע אז זיי מיינען זיי זענען אויף איין פעיזש מיט די ירושלימ'ע ליטווישע אנטי ציונים. איך האב נייעס פאר ענק סאטמורים: עטץ האטס סאך מער אין קאמאן מיט וויזניץ און בעלז ווי מיט די ליטווישע אנטי ציונים.
ס'געווען א שמועה אז ר' שמעי' גרינבוים גייט רעדן, דאס האב איך פארשטאנען און ס'איז באמת א גוטע אויסוואל. אבער ר' משה שטערענבוך? איינער וואס לערענט פאר אין זיין ישיבה אויף עיברית גייט לעקטורען סאטמארע וועגן ציונות?

און אז איך רעדט שוין, וויל איך מעורר זיין איבער דאס ווארט קנאות וואס ווערט אסאך גענוצט בנוגע די כינוס. "קנאות" איז נישט עפעס וואס מ'קען אויסלערנען פאר מענטשן, טאמער ביסטי א קנאי ביסטי, און טאמער נישט קען מען דיך נישט מאכן פאר א קנאי. אזוי אויך מיינט נישט קנאות צו מחמיר זיין און אננעמען אייביג די צד איסור. קנאות מיינט זיך קאכן פאר'ן אייבערשטענס וועגן און נישט ריען טאמער זעהט מען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. יגאל עמיר איז געווען א קנאי. ער האט נישט אויסגעהאלטן אז ראבין גיט שטחים פאר די אראבער, האט ער זיך איינגעשטעלט און גענומען די זאך אין די היינט אריין און אראפגערוימט ראבין'ן פון וועג.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:50 am#402921
ליטוואק וי קען שטיין אין תנ"ך די ווארט טראסק עד איז דאך אידיש
דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:32 am#402934
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז ערגעץ אין תנ"ך שטייט ׳לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק׳. טאמער איינער האט א מראה מקום, ביטע אויסשרייבען

דאכט זיך מיר אז ס'איז ערגער'טס אין זבדיהו א' אדער נתניהו ב' אדער גאר אינעם היינטיגן נביא טראמפיהו יר"ה...
דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:53 am#402935
שמעון וואלף האט געשריבן:הייסט מ'רופט ר' משה שטערענבוך זאל אויסלערנען פאר סאטמארע אידן וואס די סאטמארע שיטה איז? ער האט דען עפעס מיט די סאטמערע שיטה?
דאס איז אן אלטע טעות פון די סאטמערע אז זיי מיינען זיי זענען אויף איין פעיזש מיט די ירושלימ'ע ליטווישע אנטי ציונים. איך האב נייעס פאר ענק סאטמורים: עטץ האטס סאך מער אין קאמאן מיט וויזניץ און בעלז ווי מיט די ליטווישע אנטי ציונים.
ס'געווען א שמועה אז ר' שמעי' גרינבוים גייט רעדן, דאס האב איך פארשטאנען און ס'איז באמת א גוטע אויסוואל. אבער ר' משה שטערענבוך? איינער וואס לערענט פאר אין זיין ישיבה אויף עיברית גייט לעקטורען סאטמארע וועגן ציונות?

און אז איך רעדט שוין, וויל איך מעורר זיין איבער דאס ווארט קנאות וואס ווערט אסאך גענוצט בנוגע די כינוס. "קנאות" איז נישט עפעס וואס מ'קען אויסלערנען פאר מענטשן, טאמער ביסטי א קנאי ביסטי, און טאמער נישט קען מען דיך נישט מאכן פאר א קנאי. אזוי אויך מיינט נישט קנאות צו מחמיר זיין און אננעמען אייביג די צד איסור. קנאות מיינט זיך קאכן פאר'ן אייבערשטענס וועגן און נישט ריען טאמער זעהט מען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. יגאל עמיר איז געווען א קנאי. ער האט נישט אויסגעהאלטן אז ראבין גיט שטחים פאר די אראבער, האט ער זיך איינגעשטעלט און גענומען די זאך אין די היינט אריין און אראפגערוימט ראבין'ן פון וועג.

ער רעדט מיט די ליטווישע הבהרה דאס שרייבן עברית איז סתם אראפצורייסן

סאטמאר איז אלס געווען מער קנאותדיג ווי חברי העדה החרידית אבער מיט די שיטה קעגן ציונות זענען זיי אלעמאל געגאנגען צוזאמען אין א"י זענען זיי די פאן טרעגער פון די שיטה זיי פירן דאך עס אן דארט ווער רעדט דען אין א"י ביי אלע אסיפות ומחאות אז נישט די עדה החרידית און יעצט אז מ'מאכט אזא גרויסע אסיפה לחזור ולשנן איז דאך זייער פשוט אז מ'רופט איינע פון די ראשי מנהיגי העדה

אבי געהאקט
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:18 am#402948
Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי
דער עדה החרדית איז פונקט אזויפיהל אין איין שיטה מיט סאטמאר אז די געלט זאל ווייטער פליסען. די ירושלימ׳ער זענען נישט געקנויטען פון די זעלבע טייג ווי די סאטמוירעם און זיי האבען נישט די זעלבע גלויבונגען. זיי זענען ׳אנגעפיקעוועט׳ מיט ציונות. זיי זוכען דער אויפבוי פון די לאנד און ארויס צו טרייבען די אראבער. אין אמעריקא קען מען אויסדרוקען מיטלייד מיט אראבער, די ירושלימ׳ער ווייסען בעסער\אנדערש.

הרב משה שטרנבוך פארטרעט, עטוואס, די בריסקער שיטה אין ציונות. דאס איז ווייט מזרח ממערב פון סאטמאר. אין בריסק, עגזיסטירט אין גאנצען נישט קיין מדינה, נישט קיין התגרות באומות, נישט קיין שלש שבועות, גארנישט. עס עגזיסטירט אן ארגאניזאציע וואס פיהרט א חינוך ווערטשאפט וואס שטימט נישט מיט תורה, דעריבער שטעלט מען זיך נישט צו, א.א.וו.. גארנישט מיט ויואל משה און גארנישט מיט גזירת גלות. זיי ׳שלאגען׳ זיך נישט מיט ציונים, פארשפרייטען נישט זייער מיינונג און זענען נישט באשעפטיגט מיט וואס ׳יענער׳ טוט צו האלט.
נישט צו ווייט פון אלע גדולי ישראל, נאר מער סימפליסטיש, נישט גוט פאר די ברייטע מאסען. אבער ווייט פון סאטמאר.

כלפי בריסק, זענען אהרוינעם פונקט ווי זאליס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:30 am#402949
דפח"ח
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:38 am#402950
יעצט אז ס'דא א רעדע אז די ראב"ד פון די עדה זאל רעדן, ווייס איך שוין קלאר אז די כינוס האט מיט'ן רבינס מלחמה קעגן ציונות גארנישט איינגעשטויסן. וואס יא ווייס איך נישט, מסתמא וועט מען גאוואר ווערן מיט די צייט.

און אז מ'רעדט שוין פון די בריסקע שיטה, האט מיר געזאגט א בריסקער אז ער האט א ראיה מוכרחת אז די רב'ס שיטה אין בחירות איז דער אמת. כ'געדענק נישט וועלכע משל ער האט גענוצט, אבער ס'געווען עפעס אזוי. די 'יושר דברי אמת' האט אמאל אפגעמאכט אז ער וויל דאווענען מנחה מיט תפילין, אבער למעשה האט ער עס נישט געטון. ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געפילט עפעס אן עקסטערע חשק עס צו טון, אבער ביים לייגן תפילין ביי שחרית יעדן טאג ווי א נארמאלע מענטש פילט ער נישט די התלהבות, מוז זיין אז די חשק קומט פון די סטרא אחרא, און ס'נישט די רצון השם. האט ער געזאגט אז די זעלבע זאך דא, ס'קומט צו בחירות ווערט יעדער איין שטיק התלהבות מקיים צו זיין די גרויסע מצוה פון 'ועשית ככל אשר יורוך', וואס מ'זעט דאס נישט ביי קיין שום אנדערע מצוה. ווידעראום די אנדערע חברה גייען מוחה זיין מ'גיבט ארויס קונטרסים צעטלעך און מ'מאכט משוגע די מענטשהייט, וואס מ'זעהט נישט ביי קיין שום אנדערע עבירה. מוז זיין אז ביידנס התלהבות קומט נישט פון קיין גוטע מקור, און דער אמת איז ווי די רב האט געהאלטן אז ס'נישט קיין מצוה און נישט קיין עבירה.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:55 am#402954
יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...

איך מיין אז ס'טאקע בעסער אז זיי ווייסן נישט.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:01 am#402956
די זאגסט גיט
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:33 am#402967
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...

איך מיין אז ס'טאקע בעסער אז זיי ווייסן נישט.

פארוואס? איך בין גאווארן אינפלואינסט כלפי ארץ ישראל בכלל, און התחלתא דגאולה בפרט נאכן לערנע ויואל משה, אם הבנים שמחה ect.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:37 am#402968
איך אויך, אבער פאר די סאטמארע מאשין איז בעסער אזויווי ס'איז יעצט. די ר' אהרן כאפט נישט אז די כינוס וועט נאר האבן א פארקערטע עפעקט. (אדער אפשר גאר זענען די זאלוינים גערעכט, אז ער איז א באהאלטענע ציוני, און דאס איז זיין כוונה? גיי ווייס)
דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:02 pm#402975
בלאט
דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:03 pm#402976
.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:55 pm#402989
בן ישי האט געשריבן:בלאט

בן ישי: ס'איז זיכער בעסער און מער בכבוד'יג ווי דער ספרדי'שער שלאף רבי וועלכער האט גערעדט לשון הקודש בהברה אשכנזית ביים כינוס אין בארקלעי'ס...!
דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:00 pm#402991
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עדה החרדית איז פונקט אזויפיהל אין איין שיטה מיט סאטמאר אז די געלט זאל ווייטער פליסען. די ירושלימ׳ער זענען נישט געקנויטען פון די זעלבע טייג ווי די סאטמוירעם און זיי האבען נישט די זעלבע גלויבונגען. זיי זענען ׳אנגעפיקעוועט׳ מיט ציונות. זיי זוכען דער אויפבוי פון די לאנד און ארויס צו טרייבען די אראבער. אין אמעריקא קען מען אויסדרוקען מיטלייד מיט אראבער, די ירושלימ׳ער ווייסען בעסער\אנדערש.

הרב משה שטרנבוך פארטרעט, עטוואס, די בריסקער שיטה אין ציונות. דאס איז ווייט מזרח ממערב פון סאטמאר. אין בריסק, עגזיסטירט אין גאנצען נישט קיין מדינה, נישט קיין התגרות באומות, נישט קיין שלש שבועות, גארנישט. עס עגזיסטירט אן ארגאניזאציע וואס פיהרט א חינוך ווערטשאפט וואס שטימט נישט מיט תורה, דעריבער שטעלט מען זיך נישט צו, א.א.וו.. גארנישט מיט ויואל משה און גארנישט מיט גזירת גלות. זיי ׳שלאגען׳ זיך נישט מיט ציונים, פארשפרייטען נישט זייער מיינונג און זענען נישט באשעפטיגט מיט וואס ׳יענער׳ טוט צו האלט.
נישט צו ווייט פון אלע גדולי ישראל, נאר מער סימפליסטיש, נישט גוט פאר די ברייטע מאסען. אבער ווייט פון סאטמאר.

כלפי בריסק, זענען אהרוינעם פונקט ווי זאליס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קודם כל : איך האב געהערט כמה פון זיינע דרשות די לעצטע פאר יאר און פון 20 יאר צוריק אין ארמערי עכטע סאטמארע דרשה, אבער נישט שייך צו טענהן אין דעם ווייל אוועקמאכן איז זייער גרינג און זאכן וואס זענען געבויעט אויף טעאריע און סברות איז אין לדבר סוף

אבער נניח אז ער איז פון בריסקע חדר איז וואס ? סאטמארע חסידים רעדן דאך אלס מיט אזא פייער ווי נאנט די בריסקע רב האט זיך געהאלטן מיט סאטמאר רב ובפרט אין זיין מלחמה קייגען די כופרים (דעס רופט זיך אין ענגליש עליי....)ווען מ'ברענגט ווען יעצט איינע פון די בריסקע ר"י וואלט געווען אזא פאני זאך ? אז מ'זאל דארפן בויען אזעלכע מדוקדוקע בריסקע תורות......... וואס מ'מאכט דא

די ווארט איז פשוט מ'גייט דא מאכן א כנוס לחזור ולשנן, אין אידיש גערעדט ארויף ברענגען די מלחמה קעגן רעיון הציוני און מ'גייט זיך מחזק זיין דערין אזוי ווי דער פסוק זאגט ולאחיו יאמר חזק און יעדע זאך וואס העלפט צו דעם ציל והמסתעף העלפט דעם ציל

אז מ'ברענגט אראפ איינע פון די שרי המלחמה אויפ'ן פראנט צו משמיע זיין דברים נכונים אין דעם ענין געט עס צו אסאך פאר די מעמד און פאר די וואס האלטן דאס מיט און עס וועט לאנג געדענקט ווערן לנו ולזרענו