חתם סופר האט געשריבן:והאיש משה האט געשריבן:יויש כ'האב געהערט ווייטער ס'איז ממש פחדים נוראים ובא השמש וטהר... מ'וועט נאר מעגן גיין און מקוה טאמער ס'איז טיעף נאכט אויש... אדער וטהר ווען עס וועט ווערן נאכט וועט ער שוין האבן געווען טהור....? פליז... פארוואס נישט טייטשען די גמ' וטהר טהר יומא... פארוואס זיך סתם אזוי דינגען מיט א שטיקעלע גמ' וואס שטייט איין שורה שפעטער נישט ערגעץ אין זבחים אדער תמורה???
און קיינער ווייסט נישט אויב די ביסט גאר די עם הארץ נאר אויב מ'לערענט יעצט גוט די גמרא. און איך האב נישט יעצט געלערענט די גמרא. ממילא ביסטו ביי מיר ספק עם הארץ. און ווען יענער שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, רעדט ברבים, מאכט זיך וואלנערעבל, און די קריטיקירסט באהאלטען אונטער א ניק וועל איך ענדערש אנעמען אז די ביסט די עם הארץ.
הרב חת"ס: כ'האב געמיינט אז אין די פאר טעג וועסטו האבען צייט צו מברר זיין פשט אין די גמ', וועסטו האבן א תשובה אהנע פשעטלאך
![זייער פרייליך :D]()
כ'מאך א ווערטעל...(כ'האב גראדע נישט געכאפט ווי אזוי דו ציהסט א מסק' פון פשעטליך ווען די אמת'ע תשובה ליגט א פאר פוס אוועק, אדער אפאר אינטשעס אוועק אויפען קאמפיוטער.. ווי מ'זאגט ניתי ספר ונחזי).
לעצם הענין כבוד החת''ס שליט"א דו מאכסט כאילו ס'איז פארהאן דא א ויכוח ווער איז א גרעסערע ת"ח, הרב יואל אשר לבין שליט"א אדער והאיש מש"ה? און והאיש מש"ה קלעימט צו זיין א גרעסערע ת"ח ווי רב דקהל נועם ורצון, און דער חת"ס האט א ספק, און איז פושט די שאלה מיט א חשבון היות הרב לבין שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען און והאיש משה איז נאר א ניק מוז זיין וכו' וכו' (?דאס אליינס קאן מען אויך דן זיין אבער אין כאן מקומו).
לענ"ד איז דא דא א טעות מעיקרא, כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז והאיש משה איז א גרעסערע ת"ח פון רב דקהל נועם ורצון, און אודאי און אוודאי קיימאל נישט געזאגט אז הרב לבין איז אן "עם הארץ" חלילה וחס, א' איך קען אים נישט פערזענליך, קיימאל מיט אים נישט גערעדט און אוודאי נישט אין לערנען, ב' כ'בין קיימאל נישט דן א מענטש וואס זאגט א שיעור צו ער איז א "תלמיד חכם" אדער "עם הארץ" לויט איין שיעור, [בפרט א דף היומי], און זיכער נישט מיט קיין פשטעליך אז אויב מ'שטעלט זיך ארויס האט מען מער חזקת ת"ח וד"ל.
וואס כ'האב יא דן געווען איז די עצם שיעור, דהיינו ווי אזוי ס'איז פארגעלערנט געווארען די שטיקאלע גמ' (און ב.ד.וו. כבוד חת"ס! דאס קען נאר דן זיין איינער וואס נעמט די מיה און לערנט עס דורך), און דאס האט מיר זייער וויי געטוהן אז זאכען ווערן פארגעלערנט קרום נישט ריכטיג מיט טעותים און נישט סימפעל גראד גלאט און אמת'דיג, (אודאי האט כבוד chosen people געטרייעט צו פארענטפערן אז ס'דא א רש"י דף ט. וואס לויט דעם האבן די קינדער פון ר"ג געהאט אזא הו"א, אמת דאס ווייס איך אויך, אבער סארי אזוי לערנט מען פאר א משנה? דו וואלטס אולי אזוי פארענטפערט א שווערע רש"י או צוגעענדיגט מיט א ודו"ק, און ב.ד.וו. זאגסט אז איך זאג נישט גוט איבער געזאגט, קוק גוט מיין הערה כ'האב נישט דערמאנט קיין ווארט וואס ער האט געזאגט, כ'האב סך הכל געשריבן די אמת'ע פשט).
כ'האב שוין אויבן מבהיר געווען אז די נושא מיינע איז פשוט בנוגע זאגן שיעורים וואס איז נישט אויסגערעכנט און פוהל מיט אפענע טעותים... כ'האב קלאר גערעדט וועגן צו גרייטען א שיעור אפגעזעהן ווי גרויס ת"ח מ'איז.
כ'וויל נאך אמאל איבערבעטן ברבים הרב לבין, חלילה חלילה כ'האב נישט געמיינט פערזענליך אזוי ווי אויבן דערמאנט... ביטע זיי מיר מוחל אז ס'איז געווען שארף געשריבן, ס'איז אין דרכי ארויסצוקומען קעגן איינעם בפרט א רב בישראל, ובפרט ווי דער עולם שרייבט זייט איר איינער וואס פראבירט אויפצוטהון פאר כלל ישראל, און נאכדעם וואס מ'האט מפרסם געווען בשמך אז די טעותים זיינען געקומען מחמת שנעלקייט וואס האט צוגענומען די יישב הדעת, איז אדרבא זאלען די שיעורים גיין ביתר שאת ויתר עז, ויתרבה גבולך בתלמידים, ויפוצו מעינותיך חוצה!!!