Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

קאווע שטיבל • וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12273
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:28 pm#403331
מזל טוב @קטלא קניא, און מזל טוב כלל ישראל!
דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:15 pm#403359
יום ה' לס' יברכך ה' (בממון) וישמרך (מן המזיקין)

טייערע חברי קאַווע שטיבל, פייסבוק, טוויטער, וואטסאַפּ ודי בכל אתר ואתר

וויוו מייד איט!!!

מיר האָב געדאַרפט שאַפן $3,500 אין אַ חודש און מיט צען טעג נאָך געבליבן איז שוין אַריינגעקומען דער גאַנצער סכום. איך בין יעדן דאַנקבאַר פאַרן געבן, פאַרן לייקן, פאַר ווייטער שיקן דעם קליינעם משה חיימ'ל (יאָ, אַזוי האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן) און פאַר מחזק זיין בסתר ובגלוי. אַ דאַנק אייך אַלע וועט אויך דער פּרייז פונעם קונטרסל זיין אַ סך ביליגער צו קויפן.

מער ווי אַלעס האָבן מיר געוויזן אַז מיר זענען נישט אַליין. אַכט און פופציק מענטשן האָבן מנדב געווען און געזאָגט אַז דאָס וואָס איז טאָר נישט ווייטער אָנגיין. זיי האָבן עס געזאָגט נישט בלויז מיט זייער מויל נאָר אויך מיט זייערע קעשענעס. איך ווייס אַז אַ מפטיר יונה גייט פאַר צען מאָל אַזויפיל און אויף אַ ווינטערדיקן מוצאי שבת קען מען צאַמשטעלן הונדערט מאָל אַזויפיל. מיר פאַרקויפן אָבער נישט כבוד, שוויצעריי, צוועקן, אַמבולאַנסן, געביידעס, נר למאור אָדער חתונה מאַכן אַ בן אחר בן פון וועמען נאָר.

מיר פאַרקויפן סך הכל אַן אידיי. לא פחות ולא יותר. אין אידייען ליגט אָבער אַלעס. סוף מעשה במחשבה תחילה און וואָס נאָר מען זעט אָדער מען הערט האָט איינער ערשט דערצו געהאַט אַן אידיי. אויסגעשורהטע וואָלקן קראַצערס, שיפן גרויס ווי אַ שטאָט, עראָפּלאַנען וואָס פליען מסוף העולם ועד סופו, ראַקעטן וואָס דערגרייכן ביז די כוכבי לכת, דער כישוף פון מאָדערנע פאַרבינדונגס מיטלען, גאַנצע מדינות, געזעצן און סיסטעמען פון רעגירונג, אַלסדינג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פּיצל זומען פון אַן אידיי. און נישט אומזיסט פאָרכטן די מאַכטן אידייען מער ווי אַלעס.

אידייען קומען אָבער רעלאַטיוו לייכט. עס איז אויף צו ווידמען די אידייען און נאָך מער אויף זיי אויסצופירן למעשה וואָס מען דאַרף באַקעמפן אַלע סאָרטן שטרויכלונגן. מענשטן וואָס שטיין אין וועג, געלט און צייט און פּלאַץ ועל כולם איבערגעווינען אַנדערע צו דער אידיי. און ביי דעם האַלטן מיר אַצינד.

מיר האַלטן דערווייל בלויז ביים אידיי אַליין און איזהו חכם הרואה את הנולד מיינט טאַקע די וואָס האָבן זיך צוגעשטעלט בגופם ובממונם צו פאַרשטיין אַז הא גופט פעלט אונז: אידייען. מיר האָבן אַזויפיל מיליאָנען אַז מיר באַשאַפן זיך צוועקן זיי פטור צו ווערן. באָדנס ווערן איינגעהאַנדלט און געביידעס ווערן געבויט שנעלער ווי מען קען זיי אָנפילן. אָבער צו וואָס און וווּ אַהין פירט דאָס אַלעס? דאָס איז די שאלה וואָס מען וועט אייך באַשטיינערן בלויז פאַרן פרעגן און דאָס איז וואָס מיר וועלן אַרומרעדן. און צו דעם האָבן אַנאָנימע מענטשן וואָס קוים וואָס זיי קענען מיר זיך אונטערגעגאַרטלט צו העלפן דאָס צו באַאַרבעטן און דורכטון אויף אָנצוקומען צו אַ מסקנא אַז איכא דרכא אחרינא.

איך פאַרמאָג נישט משה רבינוס מטה און איך זאָג נישט צו קיין גליקן אָבער אַ רצון האָב איך. ה' אלקים נתן לי לשון לימודים און אַז איך קען שרייבן שפּיר איך אַ חוב אויסשפּרעכן וואָס ליגט מיר אויפן לונג שוין פילע יאָרן אין די ענינים. איך קום נישט 'מציל' זיין קינדער פון זייערע עלטערן אויף זיי צו באַגראָבן אין די מוסדות נאָר פאַרקערט. איך וויל זיי ראַטעווען פון די מוסדות אויף זיי אָפּצוגעבן צו די עלטערן. ווי רש"י זאָגן אויף למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו, רוח הקודש אומרת כן. רוח הקודש פאַרלאַנגט אַז קינדער געהערן נישט ביי די שבטי י-ה זיי צו פאַרזינקן אין אַ גרוב נאָר זיי געהערן צו טאַטע מאַמע. און דאָס שלאָגן מיר פאָר. צוריקגעבן צו די עלטערן דער אמתער ברירה און 'טשויס' איבער זייערע קינדער אויף זיי אויפצוציען צו אַן אמתן ייִדישן און תכליתדיקן לעבן.

גענוג געדרשנט און מיר דאַרפן די זאַך דערפאַרטיקן און גיין צום דרוק. דערנאָך זאָל מען אַרומרעדן, זיך דינגען, אַראָפּרייסן, אָפּווענדן, אָפּשלאָגן און אפשר אויך מסכים זיין. שווייגן איז אָבער נישט קיין אָפּציע. שוין צו לאַנג וואָס צופיל קינדער גיין לאיבוד במחשבה בדיבור ובמעשה און דער צייט פון טון עפעס דעריבער איז שוין דאָ.

כצאתי מן הקודש דערמאַן איך זיך אַז איך האָב געזאָגט אַז איך וועל אַרויסגעבן די קאַפּיטלעך און איך האָף אַזוי צו טון נאָך היינט מבעוד יום אַזוי אַז איר וועט האָבן וואָס אַרומצורעדן נאָכן ליל שישידיקן י-ה אכסוף.

בכ"ר

ק"ק

עי"ש: איך לאָז דער אַפּיל אָפן אויף נאָך צען טעג און אַז עס וועט אַריינקומען מער וועל איך דערמיט קענען באַלוינען די פרייוויליגע מגיהים און אַנדערע מיטאַרבעטער אייך צו ברענגן אַ דבר השלם.
פרייטאג מאי 25, 2018 10:24 am#403418
תוכן הענינים פונעם קונטרס שיצא לאור בקרוב ממש
פרייטאג מאי 25, 2018 10:48 am#403421
אל תמנע טוב מבעליו. דאס האט מען צוגשעטעלט פארן אפיל און כאטש דער קאסע איז פיל מעג דער עולם נאך אלץ געניסן.
מיטוואך יולי 11, 2018 2:21 am#408475
Check out @katlekanye’s Tweet: m https://twitter.com/katlekanye/status/1 ... 52960?s=09 m
מען רישט זיך אויף שבת נחמו
מיטוואך יולי 11, 2018 9:09 am#408481
קטלא קניא האט געשריבן:אל תמנע טוב מבעליו. דאס האט מען צוגשעטעלט פארן אפיל און כאטש דער קאסע איז פיל מעג דער עולם נאך אלץ געניסן.

ווער איז דער מעלער?...
דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:21 am#408565
נישט מושי פון וועקער?
מיטוואך יולי 18, 2018 2:11 pm#409185
קרב יום, דער טאָג דערנענטערט זיך. דער טעקסט איז שוין מנופה בי"ג נפה, די גראַפיקס מסודר, די גרייס פון דעם קונטרס באַשלאָסן, די ראַמען אויסגעמאָסטן, דער פאָנט אויסגעוועלט און דער פאָנט נומער מוחלט און אָט אָט קומט עס שוין אַרויס מתחת מכבש הדפוס.

לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב ווען דער קונטרס וועט אי"ה ערשיינען און אויך לכבוד שבת נחמו הבעל"ט וכמה דאת אמרת, נחמו נחמו עמי, נחמה בכפליים.
מיטוואך יולי 18, 2018 3:03 pm#409190
און וואו וועט עס זיין צו קריגן?
מיטוואך יולי 18, 2018 4:44 pm#409213
אויף אַמאַזאָן. אַ דאַנק די נדבנים וועט דער פּרייז זיין אַ מעסיגער.
פרייטאג אוגוסט 03, 2018 2:09 am#410427
קטלא קניא האט פארבינדונג מיט טאָלע מאסטער?
דינסטאג יולי 16, 2019 10:00 pm#433260
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
קטלא קניא האט געשריבן:לאור דער קליפּ פון דער ל"ג בעומר אויפרייס בשעת מקיים זיין ובערת הרע מקרבך וי"א פסילי אלהיהם תשרפון באש, אפשר לפרש בדרך צחות על הפזמון בר יוחאי

בַּר יוחָאי, עֲצֵי שִׁטִּים עוֹמְדִים,
שטייען אַ באַנדע קלעצער,
לִמּוּדֵי ד' הֵם לוֹמְדִים,
וואָס האָבן (כלומרשט) בלויז געלערנט לימודי ה' מיום עמדם על דעתם, אין פאַל אַז יענער טאָג איז שוין געווען,
אוֹר מֻפְלָא, אוֹר הַיְקוד הֵם יוֹקְדִים,
עס געט זיך אַ פלאַקער אויף אַ פייער נאָך עס פאַלט זיי איין צו פאַרברענען דער אור מפלא, המכונה סמאַר"טפאָונס
הֲלֹא הֵמָּה יורוּךָ מוֹרֶיךָ.
און אַלעס ווייל דאָס האָט מען זיי נעבעך אויסגעלערנט און גאָרנישט עפּעס אַנדערש.

#ותינוקללמדוספר

גאונות! (As usual/expected)

אז מ׳טייטשט שוין יא, קען מען אפשר אביסל צולייגן אז די המשך, די נעקסטע חרוז, איז ״ולשדה תפוחים״ וכו׳. תוס׳ זאגט אז ״תפוח״ קען מיינען אתרוג (שבת פח. תוד״ה פריו, תענית כט: תוד״ה של). וידוע (ב״ר טו ז) אז לשיטת ר׳ אבא דעכו איז די עץ ״הדעת״ (איך ווייס אז ס׳איז בענין טוב ורע) געווען פון אתרוג. לרמז אויף די העדר [לימוד] ״הדעת״ וואס געפינט זיך ליידער אין אונזערע מוסדות.


Sent from my iPhone using Tapatalk