Under maintenance
הויפט זייט » "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר

"הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12293
דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:06 pm#402219
"הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ביי יעדער דעבאטע וואס איז נוגע חרדישע אידן איז מען געוואוינט צו מאכן סטעיטמענטס באזירט אויף דער אייגענער ערפארונג. און די סיבה איז ווייל עס זענען נישט דא קיין פראפעסיאנעלע סטאטיסטיקס וואס זאלן געבן א קלארן אביעקטיוון בילד. אלזא, זאגט יעדער דעם אייגנס לויט דער אייגענער אגענדע, און זעלטן פרובירט דער אדער יענער צו באזירן א מיינונג אויף די פאקטן אויף וויפיל ס'איז מעגליך צוזאמענצוקלויבן די פאקטן.

די נושא פון חרדישע מענטשן וואס גייען אוועק פונעם דרך אויף וועלכן זיי זענען אויפגעצויגן געווארן איז א הייסע אין די לעצטע יארן. די סיבה איז סיי ווייל די פענאמען ווערט גרעסער און גרעסער, און סיי ווייל ס'איז היינט אן אפענע וועלט, און די ידיעות איבער אזעלכע פאסירונגען ווערן שנעלער פארשפרייט.

אבער פארוואס גייען קינדער און ערוואקסענע אוועק פון דעם חרדישן דרך? דא קומט יעדער אריין מיט זיין אגענדע. דער תירוץ מיט וועלכן מיר זענען אלע באקאנט איז אינטערנעט און סמארטפאונס. פארוואס קענען מיר דעם תירוץ? ווייל דאס איז וואס אונזערע רבנים און עסקנים האלטן אין איין פרעדיגן. אבער למעשה, ווען מ'מאכט א סטאטיסטיק, קומען די פאקטן פיל קלארער ארויס, און עס פארענטפערט אויך פארוואס די רבנים וויל ענדערש אז מ'זאל מיינען אז פליפ-פאונס זענען די ישועה.

"ידיעות אחרונות" האט געמאכט א שטודיע איבער דער נושא, און קומט ארויס מיט א לענגערן ארטיקל איבער דער גאנצער פענאמען פון יציאה בשאלה.

דער ארטיקל קומט ערשט מארגן ארויס, אבער דערווייל האט מיין אויג געכאפט דעם פאלגנדן גראפיק:
1(5).jpg

לויט דעם "ידיעות" האלט עס שוין היינט אז ארום 1,000 חרדים זענען יוצא בשאלה אין א יאר. עס שטעלט זיך ארויס אז מאלעסטעישאן איז די סיבה פאר בלויז 15 פראצענט פון יוצאים, שאלות באמונה נאך 15 פראצענט, א רצון פאר פרייהייט איז שוין א גרויסער ציבור פון 30 פראצענט, ווידער דער גרעסטער טייל, 40 פראצענט -- 400 יוצאים א יאר, איז א געפיל אז מ'ווערט אוועקגעשטופט פון דער חרדישער געזעלשאפט, און א געפיל פון שקר און פאלשקייט.

לכאורה דארף מען ווארטן אויף דעם גאנצן רעפארט פאר מ'קען מאכן מסקנות, אבער ווי עס קוקט מיר אויס איז דער גרעסטער שטופ צו פארלאזן דעם חרדישן דרך דאס זען חרדישקייט ווי שקר און היפאקריטסטווע. דאס זען מנהיגים וואס פארלאנגען כל מיני הקרבות פון זייערע חסידים, אבער זיי אליין לעבן ווי מלכים און שלאגן זיך מיט זייערע קעגנער. דאס נעמט אויך אריין אז אזעלכע יוצאים שפירן ווי זיי זענען נישט געווען אנגענומען, מ'האט זיך געווארפן מיט זיי, מ'האט נישט אנערקענט אז זיי זענען לאו דווקא א קאפיע פון זייער טאטן אדער ברודער, מ'האט זיי נישט געגעבן די פרייהייט צו זיין ערליכע אידן וויאזוי זיי זענען, וויאזוי דער אויבערשטער האט זיי באשאפן.

נו אוודאי וועלן אט די זעלבע מנהיגים דאס קיינמאל נישט אנערקענען. פאר זיי איז דער איינציגסטער וועג צו טאפלען זייערע קרומע וועגן, און נאך מער צו רודפ'ן פשוטי עם אויף דאס און אויף יענץ. און זיי ווילן דאך אויך נישט אז איר זאלט לייענען דעם דאזיגן רעפארט, און געוואויר ווערן עפעס וואס איז באזירט אויף פאקטן דורך האבן צוטריט צום אינטערנעט.

פארוואס זאג איך דאס אייך? נישט סתם אז איר זאלט וויסן. נאר ווייל אויב אידישקייט איז אייך טייער, אויב ווילט איר אז אייערע קינדער זאלן האבן א פלאץ אין אונזער געזעלשאפט אפילו אויב זיי זענען ווייניגער קלוג אדער מער קלוג פון דעם דורכשניט, דארפט איר וויסן דעם אמת איבער וואס פירט אוועק אונזערע קינדער. איר דארפן רעדן צו יעדן וואס וויל נאר הערן, און זאגן דעם אמת. אפשר וועלן מיר כאטש קענען ראטעווען די אייגענע קינדער, דורך מאכן דעם אייגענעם שטוב א תיבת נח קעגן היפאקריטסטווע, שקר און אומטאלעראנץ.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:24 pm#402220
וויאזוי ווענד דאס אפ סמארטפונס/אינטערנעט
דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:33 pm#402221
ס'ווענדט נישט אפ. ס'ווייזט נאר אז דער פאקוס איז אויף די ראָנג פלעצער.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:42 pm#402223
יעדער וואס האט צוטוהן מיט חינוך, אדער אייגענע אדער יענעמ'ס, ווייסט אז דאס איז אן אפטע ערשיינונג ביי קינדער, ווען מ'כאפט זיי מיט עפעס וואס זיי האבען נישט געטארט טוהן, זוכען זיי צו כאפען א צווייטען ביים זעלבען עבירה. "יענער האט אויך געטוהן" "דער מנהל זאגט ליגענט, ער איז א ליגענער". פארוואס טוהן זיי אזוי? וואס האט עס מיט זיי? טאמער זיי זענען שולדיגט, וואס מאכט עס אויס אז א צווייטע האט אויך אזוי געטוהן, אדער אז דער מנהל איז א ליגענער? איך ווייס נישט פונקט, אבער עכ"פ אזא תירוץ עגזיסטירט. דער קינד וועט צייגען אויף א היפאקריטיסווע פון יענעם זיך ריינצווואשען פון זיין אייגענעם שולד. דאס איז א מענטשליכע נטיה. צוליעב דעם אויך, ווען איינער זאגט יענעם מוסר, זוכט יענעם צו ווייזען אז דער מוסר זאגער איז גארנישט אזא צדיק. ווייל דאס איז איהם אן אויסרייד, פאר עפעס אן אומלאגישע סבה.

איך ווייס נישט וויאזוי די שטודיע איז אריבער, אבער איך וואלט שטארק חושד געווען אזא שטודיע. א מענטש וואס זוכט א לייכטערע לעבען, ער וויל אויפהערען זיך מוטשען אין די תורה געצעלט. דער מענטש האט עגליך ווייניג חברים וואס האלטע איהם צוריק און ער פיהלט נישט באקוועם אין זיין יעצטיגע חרדישע לעבען. אבער וואס זאל ער טוהן? ער איז פארבונדען מיט די אייזענע קייטען פון זיין געוויסען. ער מוז פארשטילען זיין געוויסען איידער ער גייט ארויס. (געדענקטס אז אין א"י איז עס, אין א געוויסע זינען, פיהל לייכטער אוועק צו גייען פון אידישקייט, ווייל נאך אלעם איז ער נישט אזוי פרעמג צום פרייער איד ווי מיר זיינען צום אמעריקאנער גוי. קודם קען ער שוין די שפראך, ווי אויך האבען זיי א ברודערשאפט געבויט אויף א פאראייניגטע אפשטאם.) ווען אונזערע בחור וויל אוועק גייען פון תורה, מוז ער האבען אן אויסרייד. דאס זיך פארלייגען אויף די 'שקר וזיוף' דארף לאו דוקא זיין אמת. דאס איז מעגליך נישט אנדערש ווי א קינד וואס זוכט זיך צו פארטיידיגען. עס דארף בכלל נישט האבען צוטוהן מיט די אמת'ער סבה.

און באופן כללי וויל איך זאגען אויף די שטודיעס, אז עס איז שווער צו גלויבען וואס זיי זאגען. ווען איינער קלינגט דיר אין שטוב און פרעגט דיר "פאר וועמען ווילט איהר וואוטען; דער אלטע גנב שקרן היללערי, צו דער געלונגענער דאנאלד טראמפ?" דעמאלס ווייסטו גוט אז מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף אזא שטודיע. ווען מ'פרעגט א מענטש "פארוואס ביסטו ארויס פון אידישקייט? צוליעב מאלעסטעישען וכו' צו 'הרגשת שקר וזיוף'?" ווער האט מחליט געווען אויף דער מושג פון 'הרגשת שקר וזיוף'? דער פרעגער, צו דער וואס איז געפרעגט געווארען?
לכאורה זענען שטודיעס אויף מענטשענ'ס געפיהלען און די טרייבונגען וואס האבען איהם געשטופט אונטער צו נעמען עפעס א שריט גאנץ ווייניג באגלויבט. מענטשען ווייסען אפט אליינס נישט.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:48 pm#402224
ראובן,
לויט דער שטודיע איז עס טאקע יא סמארטפאנס און אינטערנעט, וויאזוי ווייסט איינער אז עס איז שקר וזיוף אויב נישט פין דער אינטערנעט???
דאנערשטאג מאי 10, 2018 5:55 pm#402225
אויב נאר 1000 פאלן אוועק יעדעס יאר שטיין מיר זייער גוט. דאס איז אפשר איין פראצענט.
בכלל, א מענטש האט בחירה, און עס וועט אלעמאל זיין א פראצענט וואס וועט מחליט זיין נישט צו זיין פרום.
אמת'דיג און נישט היפאקריטיש דארף מען זיין פאר די וואס בלייבען, נישט פאר די וואס גיין אוועק.
אויב וועט מען מאכן אזא סטאטיסטיק אין בית מדרש וועלן די נומערן מסתמא זיין צווישען דרייסיג און פופציג פראצענט וואס זענען אנטוישט אין די 'שקר וזיוף.
דאס איז אסאך מער נוגע.

ד.א. אויב איך פארשטיי ריכטיג איז דער שטודיע פון 'יוצאים לשינוי'/משה שנפלד און ידיעות פארציילט נאר דערוועגן. דאס איז נישט קיין אומפארטייישע צד..
דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:21 pm#402232
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
און ווען זיי זענען נישט אנטוישט, איז עס נישט קיין פראבלעם? מ׳דארף זיין אמת׳דיג ווייל עס איז אמת. אפאר שלא לשמהס אויפ׳ן וועג העלפט צו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:27 pm#402234
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און באופן כללי וויל איך זאגען אויף די שטודיעס, אז עס איז שווער צו גלויבען וואס זיי זאגען. ווען איינער קלינגט דיר אין שטוב און פרעגט דיר "פאר וועמען ווילט איהר וואוטען; דער אלטע גנב שקרן היללערי, צו דער געלונגענער דאנאלד טראמפ?" דעמאלס ווייסטו גוט אז מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף אזא שטודיע. ווען מ'פרעגט א מענטש "פארוואס ביסטו ארויס פון אידישקייט? צוליעב מאלעסטעישען וכו' צו 'הרגשת שקר וזיוף'?" ווען האט מחליט געווען אויף קער מושג פון 'הרגשת שקר וזיוף'? דער פרעגער, צו דער וואס איז געפרעגט געווארען?
לכאורה זענען שטודיעס אויף מענטשענ'ס געפיהלען און די טרייבונגען וואס האבען איהם געשטופט אונטער צו נעמען עפעס א שריט גאנץ ווייניג באגלויבט. מענטשען ווייסען אפט אליינס נישט.

מ'דארף טאקע מער ווי איין שטודיע.
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל, א מענטש האט בחירה, און עס וועט אלעמאל זיין א פראצענט וואס וועט מחליט זיין נישט צו זיין פרום.

דאס איז אפשר גוט פאר די 30% 'רצון לחופש'... (דאס איז מסתם געווען איינע פון די שאלות, אבער ס'מיינט נישט אז דא האט זיך עס אנגעפאנגען.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:35 pm#402235
מען דארף א בעסערער און קלארער דעפיניציע פון ״הרגשה של שקר וזיוף״. וואס גענוי מיינט דאס. היפאקראטיע פון נישט זיין ערליך? סאיז מיר מאדנע אז דאס זאל זיין שייך ביי 40% פונעם ציבור הפורקים. ווי איז דען דא אזא מאס פון שקר? לימוד התורה און לומדות איז דאך געבויעט אויף אמתדיגקייט. אללע ספרים זענען געבויעט אויף שארפען מידת האמת. אז סדא שקר דא אין דארט פרעגט דאס טאקע גאר שטארק אפ דעם אינדיווידועל אדער דעם ספיציפישער חבורה אבער אינגאנצען פורק עול זיין וועגן דעם? וצ״ע.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:39 pm#402238
נו, טאקע נישט די לומדים זענען די יוצא בשאלה, אבער די וואס מאכן יוצא צו זיין בשאלה זענען אויך נישט קיין לומדים, אדער דבוק אין די תוה"ק.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:01 pm#402244
נו איז ווי קען זיין אזא גרויסע פראצענט זאל זיך באציען אויף היפאקראטיע?
דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:59 pm#402255
שקר וזיוף לויט ווי איך פארשטיי מיינט אז מ'פארקויפט גארבידש בשם אידישקייט. יעך זאג, אז 'הרגשת שקר וזיוף' און 'רצון לחופש' זענען די זעלבע זאך. ווען מ'זעהט איין אז רוב פון אונזערע מצוות און מוגבלות זענען געבויט אויף הוילע לופט, אוודאי וויל מען זיך באפרייען דערפון. איך טענה שוין פונלאנג אז דאס פארקויפן שטותים מיט לאקשן בשם אידישקייט איז דער עיקר פראבלעם פון די חרדישע סיסטעם.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 8:12 pm#402257
ראובן, נאך דיין טשאוס צו געבן א פראמינענטן ארט פארען קרעפפי 'פראפעססער' הילמאן און דיין איננעביליטי בשום פנים ואופן מודה צו זיין בטעותך, בין איך כלל נישט סורפרייזד אז דער העכסט אנטי-סעמיטישער ידיעות/וויינעט טראגט ביי דיר א האפט ווען עס איז נוגע סיי וואס צו חרדים וחרדיזם.
דאנערשטאג מאי 10, 2018 8:20 pm#402260
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער וואס האט צוטוהן מיט חינוך, אדער אייגענע אדער יענעמ'ס, ווייסט אז דאס איז אן אפטע ערשיינונג ביי קינדער, ווען מ'כאפט זיי מיט עפעס וואס זיי האבען נישט געטארט טוהן, זוכען זיי צו כאפען א צווייטען ביים זעלבען עבירה. "יענער האט אויך געטוהן" "דער מנהל זאגט ליגענט, ער איז א ליגענער". פארוואס טוהן זיי אזוי? וואס האט עס מיט זיי? טאמער זיי זענען שולדיגט, וואס מאכט עס אויס אז א צווייטע האט אויך אזוי געטוהן, אדער אז דער מנהל איז א ליגענער? איך ווייס נישט פונקט, אבער עכ"פ אזא תירוץ עגזיסטירט. דער קינד וועט צייגען אויף א היפאקריטיסווע פון יענעם זיך ריינצווואשען פון זיין אייגענעם שולד. דאס איז א מענטשליכע נטיה. צוליעב דעם אויך, ווען איינער זאגט יענעם מוסר, זוכט יענעם צו ווייזען אז דער מוסר זאגער איז גארנישט אזא צדיק. ווייל דאס איז איהם אן אויסרייד, פאר עפעס אן אומלאגישע סבה.

איך ווייס נישט וויאזוי די שטודיע איז אריבער, אבער איך וואלט שטארק חושד געווען אזא שטודיע. א מענטש וואס זוכט א לייכטערע לעבען, ער וויל אויפהערען זיך מוטשען אין די תורה געצעלט. דער מענטש האט עגליך ווייניג חברים וואס האלטע איהם צוריק און ער פיהלט נישט באקוועם אין זיין יעצטיגע חרדישע לעבען. אבער וואס זאל ער טוהן? ער איז פארבונדען מיט די אייזענע קייטען פון זיין געוויסען. ער מוז פארשטילען זיין געוויסען איידער ער גייט ארויס. (געדענקטס אז אין א"י איז עס, אין א געוויסע זינען, פיהל לייכטער אוועק צו גייען פון אידישקייט, ווייל נאך אלעם איז ער נישט אזוי פרעמג צום פרייער איד ווי מיר זיינען צום אמעריקאנער גוי. קודם קען ער שוין די שפראך, ווי אויך האבען זיי א ברודערשאפט געבויט אויף א פאראייניגטע אפשטאם.) ווען אונזערע בחור וויל אוועק גייען פון תורה, מוז ער האבען אן אויסרייד. דאס זיך פארלייגען אויף די 'שקר וזיוף' דארף לאו דוקא זיין אמת. דאס איז מעגליך נישט אנדערש ווי א קינד וואס זוכט זיך צו פארטיידיגען. עס דארף בכלל נישט האבען צוטוהן מיט די אמת'ער סבה.

און באופן כללי וויל איך זאגען אויף די שטודיעס, אז עס איז שווער צו גלויבען וואס זיי זאגען. ווען איינער קלינגט דיר אין שטוב און פרעגט דיר "פאר וועמען ווילט איהר וואוטען; דער אלטע גנב שקרן היללערי, צו דער געלונגענער דאנאלד טראמפ?" דעמאלס ווייסטו גוט אז מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף אזא שטודיע. ווען מ'פרעגט א מענטש "פארוואס ביסטו ארויס פון אידישקייט? צוליעב מאלעסטעישען וכו' צו 'הרגשת שקר וזיוף'?" ווען האט מחליט געווען אויף קער מושג פון 'הרגשת שקר וזיוף'? דער פרעגער, צו דער וואס איז געפרעגט געווארען?
לכאורה זענען שטודיעס אויף מענטשענ'ס געפיהלען און די טרייבונגען וואס האבען איהם געשטופט אונטער צו נעמען עפעס א שריט גאנץ ווייניג באגלויבט. מענטשען ווייסען אפט אליינס נישט.

ווען זיי קומען אויף מיט עפעס א מאדנע עקסקיוז ביסטי גערעכט אבער דאס אז מ'פארקויפט א אידישקייט מלא קשיות וסתירות ווייסן מיר אליין אן די שטודיע און ס'איז זיכער אמת
דאנערשטאג מאי 10, 2018 8:26 pm#402263
ראובן: ייש"כ. איך ווייס נישט וואס די אנדערע מגיבים האבן דא געשריבן. אבער לפענ"ד איז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די חרד'ישע קינדער פארלאזן דעם דרך, ווייל זיי האבן נישט קיין פעסטן באסיס אין אמונה. וואס קומט דורך לערנען אידישע היסטאריע. און געבן צו פארשטיין אין דעם קאנטעקסט פארוואס אונז זענען מקיים מצוות און לערנען תורה. אבער אין דעם יעצטיגן מצב, וואו איך האלט (אלס קאנספיראציע) אז די גדולי ומנהיגי האומה האבן באשלאסן אז ס'איז בעסער צו האלטן דעם יונגן דור אומ-וויסנד אין אידישע און וועלטליכע היסטאריע. אזוי ארום וועט מען זיי קענען בעסער מאניפולירן. און זיי וועללן אלעס פאלגן בלינדערהייט. ווייל זיי האבן דאך נישט די כלים צו טראכטן און פארשטיין. דאס האט אבער א חיסרון. ווייל דאמאלס טוען זיי אלעס כמעשה קוף בעלמא. און זיי שפירן נישט קיין טעם אין א שבת. א יום טוב. פארוואס אונז האלטן פסח. פארוואס אונז האלטן סוכות..יא. דער פסוק זאגט טאקע ..."כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים"... דאס איז נישט גענוג. מ'דארף עס מפרש זיין און ערקלערן. און לערנען די אידישע היסטאריע. און אויב די יונגע דור האט נישט קיין באסיס און זיי פיהלן נישט קיין טעם אין קיום המצוות. און נאכדערצו זעהען זיי די היפאקריטישקייט פן די רבנים ומנהיגים. דאס איז א שטארקער מאטיוו פאר זיי צו פארלאזן דעם דרך. און פרובירן א צווייטן, מער לאגישן און גרינגערן וועג...!
דאנערשטאג מאי 10, 2018 9:29 pm#402273
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ראובן האט אין אנהייב געווידמעט די אשכול פאר הארטע באווייזונגען, נישט יעדער מיט זיין השערות און אגענדעס. אסאך האבען געפיהלען על דא ועל הא, דא רעדט מען פון הארט באוויזענע פאקטען.

און דעתי אמורה כבר אז די שטודיע איז לאו דוקא גענצליך אין פלאטץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 10, 2018 10:16 pm#402277
ראובן האט געשריבן:עס זענען נישט דא קיין פראפעסיאנעלע סטאטיסטיקס וואס זאלן געבן א קלארן אביעקטיוון בילד. אלזא, זאגט יעדער דעם אייגנס לויט דער אייגענער אגענדע
זונטאג מאי 13, 2018 12:37 am#402351
די קעפל פונ'ם אשכול איז נישט אקוראט , און די 40% איז דא נאך א נקודה "דחייה מהחברה" וואס לדעתי איז די עיקר סיבה דא , דאס וואס א מענטש שפירט אז די הנהגה איז פאלש איז נישט גענוג א לאגישע סיבה צו אפלאזן תומ"צ , דא און שטיבל איז מען אויך נישט צופרידן פון די פאלשקייט און וואס טוט מען? מ'שרייט זיך אויס און מ'בלייבט ערליך אדער מ'זיכט א מנהיג משפיע וואס די ווייסט אז ער איז יא א איש אמת ,
בדרך כלל ווילאנג א מענטש איז אנגענומען אין זיין סביבה און לעבט בשלום מיט די משפחה חברים וכד' איז עם שווער צו טוישן זיין לעבנ'ס שטייגער און פארלירען אלעס , אז שפירט מ'איז נישט אקסעפטירט ביי די סביבה און מ'פארשטייט נישט זיין ספיקות אין אמונה אדער און זיין מנהיג הייבט מען זיך אן צו שפירען אליין און מ'האט שוין נישט וואס צו פארלירן און ס'הייבט או צו ג'יין א ג'אנג , וואס א טאטע קען טוהן איז מאכן די קינד שפירן באקוועם וויאזוי ער איז און אפילו מ'האט נישט אייביג ריכטיגע תשובה אויף זיין ספיקות הער עם אויס זייער אסאך מאל דארף נישט א קינד מער ווי דעם , מיט זיין פארנומען צו אוועקמאכן מנהיגים וכד' וועט נישט קיין סאך העלפן פארן קינד זיך שפירן זיכער מיט זיין יודישקייט ספעציעל אויב ער באלאנגט און א קהילה און לערנט ביי זיי וועט עם עס מער צומישן , חוץ אויב די ווילסט אפלאזן די קהילה מוסד וכד'.
זונטאג מאי 13, 2018 5:07 am#402364
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ראובן,

די פערציג פראצענט וואס זיי רעדן פון האט גארנישט מיט די אינערליכע שקרים פון אונזערע מנהיגים, נאר ווייל זיי האבן מ'כלומר'שט אויפגעדעקט אז מ'האט זיי איינגערעדט 'שקר' אז די חרדי'שע קאמיוניטי איז מער ספעציעל און חשוב'ער ווי אנדערע קאמיוניטיס. קוק אין זייערע אייגענע ווערטער:

" 40% מהנשאלים סיפרו כי הסיבה לעזיבתם היא תחושת דחייה ופער הולך וגדל בין הסיפורים שעליהם חונכו על חברת מופת, לבין מציאות שמלמדת שמדובר במגזר ככל המגזרים".

דאס ברענג איך נאר לדבריך. באמת אריין איז זייער לעכערליך צו בויען עפעס אויף א שטודיע פון די "ארגעניזאציע" "יוצאים לשינוי" וואס זייער אגענדע איז פשוט, און זייער באגלייבטקייט איז נישט ווערט צו אנרופן אפי' 'שוואך'.

נאר וואס יא, אז דו האסט שוין יא אפגעקויפט די 'ידיעות' ארטיקל, וויאזוי האסטו נישט באמערקט נאך א דעמאגראפישע טשארט וואס ווייזט אז ווי מער אפן חרדים זענען צו די וועלט פאלן מער אוועק.
בילד

און אז מ'רעדט שוין פון "פראפעסיאנאלע סטאטיסטיקס" וואס ראובן לעכצט אזוי צו זעהן ביי אונז, דארף מען טאקע זעהן צו די נאמבערס שטימען.

די ארטיקל טענה'ט אן 'הערכה' אז למעלה מאלף חרדים זענען יוצאים בשאלה אין א יאר, עס ברענגט אויף דעם ארויף א לינק פאר א ראי' פון א צווייטע 'ידיעות' ארטיקל וואו מ'זעהט נישט קיין שום נאמבערס דערמאנט. אבער לו יהא אז עס איז אמת, און מ'רעכנט טאקע אריין אזעלכע 'חרדים' ווי מיתר גולדין וואס איז פון די הויפט רעדנער דארט צווישן די או.טי.די'ס.

דארף מען נאר צוזאמרעכענען די 3-5 פראצענט פון די פארמאכטע חסידויות און די 10 פראצענט פון די מער אפענע און די 20 פראצענט פון די גאר אפענע ווי חב"ד און ברסלב. לאמיר זאגן אן עווערעדזש פון צוועלף דרייצן פראצענט פאלט אוועק לדבריהם יערליך. איז ווי קומט טויזנט חרדים קרוב צו דעם, די יאר האבן ישיבה בחורים אליינס ארויסגענומען 43,000 דיחויים אלץ 'בני ישיבות', און דאס איז נאר פון די עידזש וואס מ'דארף זיך מגייס זיין, נאר זכרים, און נאר די וואס האבן ארויסגענומען א דיחוי. צא ולמד ווען דו דאפלסט עס ביי נקבות, און דו רעכנסט צו אלע זקנים ונערים וואלט דאך געדארפט אויסקומען צענדליגע טויזנטער "יוצאים בשאלה" לויט זייערע פראצענטן...אתמהה.
זונטאג מאי 13, 2018 6:35 am#402366
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
נאך א נקודה למחשבה.

טאמער איינער האלט אז א חלק פון די סבה פאר׳ן אפלאזען די תורה איז צוליעב דעם אז מ׳ווייסט לכתחילה נישט די יסודות אויף וואס מ׳לעבט און דינט, איז דאס אפגעפרעגט דורך אזא שטודיע?
איך זאג אז ניין, ווייל טאמער דער בחור׳ל וואלט געהאט אן אינערליכע יסוד אויף וואס זיין אידישקייט איז געבויט, וואלט איהם די זיוף און שקר נישט אזוי אנגעגאנגען. פארוואס דארף יענעמ׳ס שקר איהם טוישען? נאר ווייל זיין גאנצע אידישקייט איז לכתחילה נאר צוליעב יענעם. ווען מ׳איז מערער אויף יענעם, איז מען טאקע מערער אויף זיין יסוד אין אידישקייט. ווען מ׳נעמט ארויס יענעם אלס די יסוד, קען מען גיכער דערהייבען די זיוף.

איך זאג נישט אזוי בוודאי, נאר אז שטודיעס קענען נישט רעפלעקטירען די גאנצע האקעלקייט פון די מענטשליכע ערפארונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 13, 2018 9:30 am#402368
עס ווערט געברענגט אין די תולדות שרידי אש ער פלעגט חזרן א ווערט פין ר נתן צבי פינקל לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דברי תורה זיי פלעגן דעקן זייערע זאכן מיט תורה צביעות און שקר משתמש זיין מיט תורה צ'י פארענטערן אייגענע נגיעות איז מחריב הכל
זונטאג מאי 13, 2018 10:20 am#402371
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
קפה נמס האט געשריבן:ראובן,

די פערציג פראצענט וואס זיי רעדן פון האט גארנישט מיט די אינערליכע שקרים פון אונזערע מנהיגים, נאר ווייל זיי האבן מ'כלומר'שט אויפגעדעקט אז מ'האט זיי איינגערעדט 'שקר' אז די חרדי'שע קאמיוניטי איז מער ספעציעל און חשוב'ער ווי אנדערע קאמיוניטיס. קוק אין זייערע אייגענע ווערטער:

" 40% מהנשאלים סיפרו כי הסיבה לעזיבתם היא תחושת דחייה ופער הולך וגדל בין הסיפורים שעליהם חונכו על חברת מופת, לבין מציאות שמלמדת שמדובר במגזר ככל המגזרים".

דאס ברענג איך נאר לדבריך. באמת אריין איז זייער לעכערליך צו בויען עפעס אויף א שטודיע פון די "ארגעניזאציע" "יוצאים לשינוי" וואס זייער אגענדע איז פשוט, און זייער באגלייבטקייט איז נישט ווערט צו אנרופן אפי' 'שוואך'.

נאר וואס יא, אז דו האסט שוין יא אפגעקויפט די 'ידיעות' ארטיקל, וויאזוי האסטו נישט באמערקט נאך א דעמאגראפישע טשארט וואס ווייזט אז ווי מער אפן חרדים זענען צו די וועלט פאלן מער אוועק.
בילד

און אז מ'רעדט שוין פון "פראפעסיאנאלע סטאטיסטיקס" וואס ראובן לעכצט אזוי צו זעהן ביי אונז, דארף מען טאקע זעהן צו די נאמבערס שטימען.

די ארטיקל טענה'ט אן 'הערכה' אז למעלה מאלף חרדים זענען יוצאים בשאלה אין א יאר, עס ברענגט אויף דעם ארויף א לינק פאר א ראי' פון א צווייטע 'ידיעות' ארטיקל וואו מ'זעהט נישט קיין שום נאמבערס דערמאנט. אבער לו יהא אז עס איז אמת, און מ'רעכנט טאקע אריין אזעלכע 'חרדים' ווי מיתר גולדין וואס איז פון די הויפט רעדנער דארט צווישן די או.טי.די'ס.

דארף מען נאר צוזאמרעכענען די 3-5 פראצענט פון די פארמאכטע חסידויות און די 10 פראצענט פון די מער אפענע און די 20 פראצענט פון די גאר אפענע ווי חב"ד און ברסלב. לאמיר זאגן אן עווערעדזש פון צוועלף דרייצן פראצענט פאלט אוועק לדבריהם יערליך. איז ווי קומט טויזנט חרדים קרוב צו דעם, די יאר האבן ישיבה בחורים אליינס ארויסגענומען 43,000 דיחויים אלץ 'בני ישיבות', און דאס איז נאר פון די עידזש וואס מ'דארף זיך מגייס זיין, נאר זכרים, און נאר די וואס האבן ארויסגענומען א דיחוי. צא ולמד ווען דו דאפלסט עס ביי נקבות, און דו רעכנסט צו אלע זקנים ונערים וואלט דאך געדארפט אויסקומען צענדליגע טויזנטער "יוצאים בשאלה" לויט זייערע פראצענטן...אתמהה.
גוט, אבער די תחושה פון שקר איז גרעסער ביי מאדערנע און מזרחי וכו' אפילו עס איז אן אנדערע שקר איז עס פאר די יוגנט פיל מער גרויליג, אזוי ווי איך אליינס האב שוין גערעדט צי אסאך פון די חברה
זונטאג מאי 13, 2018 1:09 pm#402389
איך מיין אז די מאכסט א שטיקעל טשולענט, זיי זאגען אז טויזענט פאלט אוועק א יאר, און אלעס צוזאמען איז דערווייל אוועק געפאלען צוועלעף דרייצען פראצענט, נישט א יאר, כלומר אז די רעכענסט אז עס איז דא בערך הונדרעט טויזענט בחורים און מיידלעך חרדים, פאלען אוועק טויזענט א יאר, וואס דאס איז איין פראצענט (אפילו ווייניגער, ווייל דער טויזענט איז דאך נישט בלויז בחורים), ממילא איז נאך דרייצען יאר דרייצען טויזענט, וואס דאס איז דער פראצענט וואס זיי זאגען. ווייל אלעס צוזאמען איז אוועק געפאלען אזוי פיל.

לדעתי זענען די נומבערס מוגזם, למשל פין מיין קלאס וואס איך ווייס אלע וואס זענען אוועקגעפאלען, איז נישט אוועק געפאלען קיין צוועלעף דרייצען פראצענט. מען רעדט א גרויסע נאמבער.

און דער אמת איז אז מען קען נישט זאגען קיין סטאטיסטיקס אויף דעם, ווייל יעדעס יאר איז אנדרעש, היינט קלערט דער זיך אהן, מארגען יענער, און פאר די נעקסטער דריי חדשים קיינער נישט.

לגבי דער הרגשה פין שקר וזיוף, איז דא אין דער בוך פין שלום דין א שמועס וועגען דעם, אז אסאך האבען אים געפרעגט, לויט זיינע פראבלעמען און תאוות וואלט ער געקענט זיין א מאדערנע ארטעדאקסישער איד, איז פארוואס ווייל ער האט איינגעזעהן דער סקווירא בלאף האט ער געמוזט ווערען גענצליך פריי? און ער ענטפערט דארט כדרכו אז עס גייט נישט אזוי וכו'. און דער פשוטער תירוץ איז אז מען קען נישט טוישען דער לעבענסשטייגער, מען בלייבט וואס מען איז, ווען איינער ווערט אויס שומר תומ"צ ווערט ער נישט א פרייער איד, ער בלייבט א אנגעפארענער חרדי. פונקט אזוי ווי עס איז שווער צו טושען חסידות'ן און ווערען ביי די פינף און צוואנציג א חסיד פין בעלזא, ווען ביז היינט איז מען געוועהן א סאטמערע. און צוליב קשיות אויף די שיטה, וועט א סאטמערע נישט ווערען א בעלזא, אפילו ער וועט עובר זיין און גיין צום כותל.
זונטאג מאי 13, 2018 1:35 pm#402390
ראובן האט געשריבן:לכאורה דארף מען ווארטן אויף דעם גאנצן רעפארט פאר מ'קען מאכן מסקנות, אבער ווי עס קוקט מיר אויס איז דער גרעסטער שטופ צו פארלאזן דעם חרדישן דרך דאס זען חרדישקייט ווי שקר און היפאקריטסטווע. דאס זען מנהיגים וואס פארלאנגען כל מיני הקרבות פון זייערע חסידים, אבער זיי אליין לעבן ווי מלכים און שלאגן זיך מיט זייערע קעגנער. דאס נעמט אויך אריין אז אזעלכע יוצאים שפירן ווי זיי זענען נישט געווען אנגענומען, מ'האט זיך געווארפן מיט זיי, מ'האט נישט אנערקענט אז זיי זענען לאו דווקא א קאפיע פון זייער טאטן אדער ברודער, מ'האט זיי נישט געגעבן די פרייהייט צו זיין ערליכע אידן וויאזוי זיי זענען, וויאזוי דער אויבערשטער האט זיי באשאפן.

אלעס פיין און וואויל, און כ'בין מסכים צו דיינע עיקרי הדברים, און וואס ס'דארף א תיקון באנאונז דאס ווייססמער אלע זייער גוט.
אבער לאממיר נישט פארגעסן א וויכטיגע פרט אז א גרויסע טייל (און מן הסתם רובא דרובא) פון זייערע יוצאים בשאלה מיט וועם די ידיעות אחרונות איז געקומען אין קאנטאקט זענען קינדער פון בעלי תשובות, שובו בנים סארט שטיבער, אזאנאעכע "גיורא בשמי שמיא" וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין געזונטע באלאנס, נישט אין שטוב, נישט אין די משפחה, נישט אין ישיבה, און נישט אין זייער קהלה. מענטשן וואס זייערע עלטערן האבן זיך געוואקלט און געמיינט אז זיי האבן געפונען גאלדענע גליקן ווען זיי האבן זעך אנגעטשעפעט אין א חרד'ישע סביבה, און שפעטער געווען אנגעגעסען מיט ביטערניש אז מ'איז זיי נישט גענוג מקרב וכדומה. די סארט נישט באזאצנע מענטשן שפירן גאר שנעל ווי גאנץ חרדיזם איז איין שטיק שקר וזיוף וכו' וכו'

אבער אוואדי איז נאכאלץ גילטיג דיין צווייטע האלב, און ס'קען אונז אלע צונוץ קומען אין חינוך הבנים:
ראובן האט געשריבן:פארוואס זאג איך דאס אייך? נישט סתם אז איר זאלט וויסן. נאר ווייל אויב אידישקייט איז אייך טייער, אויב ווילט איר אז אייערע קינדער זאלן האבן א פלאץ אין אונזער געזעלשאפט אפילו אויב זיי זענען ווייניגער קלוג אדער מער קלוג פון דעם דורכשניט, דארפט איר וויסן דעם אמת איבער וואס פירט אוועק אונזערע קינדער. איר דארפן רעדן צו יעדן וואס וויל נאר הערן, און זאגן דעם אמת. אפשר וועלן מיר כאטש קענען ראטעווען די אייגענע קינדער, דורך מאכן דעם אייגענעם שטוב א תיבת נח קעגן היפאקריטסטווע, שקר און אומטאלעראנץ.
זונטאג מאי 13, 2018 1:53 pm#402393
שייט עס האט אנגעפאנגן די enlightment השכלה בלעז זענען אוועקגאפאלן אסאך עס איז געווארן גרויסע נסיונות ווער עס מיינט אז מען קען גרינג האבן ערליכע קינדר איז זיך טועה
זונטאג מאי 13, 2018 1:54 pm#402394
נמחק שייט עס האט אנגעפאנגן השכלה
זונטאג מאי 13, 2018 1:55 pm#402395
נמחק שייט עס האט אנגעפאנגן די השכלה
זונטאג מאי 13, 2018 2:08 pm#402398
תורה ומדע האט געשריבן:מען דארף א בעסערער און קלארער דעפיניציע פון ״הרגשה של שקר וזיוף״. וואס גענוי מיינט דאס. היפאקראטיע פון נישט זיין ערליך? סאיז מיר מאדנע אז דאס זאל זיין שייך ביי 40% פונעם ציבור הפורקים. ווי איז דען דא אזא מאס פון שקר? לימוד התורה און לומדות איז דאך געבויעט אויף אמתדיגקייט. אללע ספרים זענען געבויעט אויף שארפען מידת האמת. אז סדא שקר דא אין דארט פרעגט דאס טאקע גאר שטארק אפ דעם אינדיווידועל אדער דעם ספיציפישער חבורה אבער אינגאנצען פורק עול זיין וועגן דעם? וצ״ע.

לשיטתם איז עס פאלש. זיי זעהן (ליידער) נישט קיין אמת אין די וועג וויאזוי זיי זענען אויפגעוואקסן. כפארשטיי ביי דיר איז עס קלאר אמת. אבער זיי האבן נישט די זעלבע געפילן און גלייבונגען ווי דיר. ביי דיר איז אידשקייט קליפ און קלאר, און ביי זיי קוקט עס אויס צוזיין פאלש. זיי קוקן אויף דיר אזויווי די קוקסט אן קריסטענס און מוסלימענער להבדיל אלף הבדלות.

בן אדם. סאיז דא גענוג און נאך עמאראצים אין די סיסטעם וואס זענען ערליך און פרום, ווידער איז דא גענוג ת״ח וואס האבן אפגעלאזט אידשקייט (במשך די לעצטע צוויי הונדרעט יאהר זיכער) סהאט גארנישט צוטוהן מיט וויפל לערנען זיי קענען. סהאט מעהר צוטוהן צי זיי גלייבן דערינען אדער נישט.
זונטאג מאי 13, 2018 2:12 pm#402399
קפה נמס האט געשריבן:ראובן,

די פערציג פראצענט וואס זיי רעדן פון האט גארנישט מיט די אינערליכע שקרים פון אונזערע מנהיגים, נאר ווייל זיי האבן מ'כלומר'שט אויפגעדעקט אז מ'האט זיי איינגערעדט 'שקר' אז די חרדי'שע קאמיוניטי איז מער ספעציעל און חשוב'ער ווי אנדערע קאמיוניטיס. קוק אין זייערע אייגענע ווערטער:

" 40% מהנשאלים סיפרו כי הסיבה לעזיבתם היא תחושת דחייה ופער הולך וגדל בין הסיפורים שעליהם חונכו על חברת מופת, לבין מציאות שמלמדת שמדובר במגזר ככל המגזרים".

דאס ברענג איך נאר לדבריך. באמת אריין איז זייער לעכערליך צו בויען עפעס אויף א שטודיע פון די "ארגעניזאציע" "יוצאים לשינוי" וואס זייער אגענדע איז פשוט, און זייער באגלייבטקייט איז נישט ווערט צו אנרופן אפי' 'שוואך'.

נאר וואס יא, אז דו האסט שוין יא אפגעקויפט די 'ידיעות' ארטיקל, וויאזוי האסטו נישט באמערקט נאך א דעמאגראפישע טשארט וואס ווייזט אז ווי מער אפן חרדים זענען צו די וועלט פאלן מער אוועק.
בילד

און אז מ'רעדט שוין פון "פראפעסיאנאלע סטאטיסטיקס" וואס ראובן לעכצט אזוי צו זעהן ביי אונז, דארף מען טאקע זעהן צו די נאמבערס שטימען.

די ארטיקל טענה'ט אן 'הערכה' אז למעלה מאלף חרדים זענען יוצאים בשאלה אין א יאר, עס ברענגט אויף דעם ארויף א לינק פאר א ראי' פון א צווייטע 'ידיעות' ארטיקל וואו מ'זעהט נישט קיין שום נאמבערס דערמאנט. אבער לו יהא אז עס איז אמת, און מ'רעכנט טאקע אריין אזעלכע 'חרדים' ווי מיתר גולדין וואס איז פון די הויפט רעדנער דארט צווישן די או.טי.די'ס.

דארף מען נאר צוזאמרעכענען די 3-5 פראצענט פון די פארמאכטע חסידויות און די 10 פראצענט פון די מער אפענע און די 20 פראצענט פון די גאר אפענע ווי חב"ד און ברסלב. לאמיר זאגן אן עווערעדזש פון צוועלף דרייצן פראצענט פאלט אוועק לדבריהם יערליך. איז ווי קומט טויזנט חרדים קרוב צו דעם, די יאר האבן ישיבה בחורים אליינס ארויסגענומען 43,000 דיחויים אלץ 'בני ישיבות', און דאס איז נאר פון די עידזש וואס מ'דארף זיך מגייס זיין, נאר זכרים, און נאר די וואס האבן ארויסגענומען א דיחוי. צא ולמד ווען דו דאפלסט עס ביי נקבות, און דו רעכנסט צו אלע זקנים ונערים וואלט דאך געדארפט אויסקומען צענדליגע טויזנטער "יוצאים בשאלה" לויט זייערע פראצענטן...אתמהה.

קודם כל האב איך שוין גלייך קלאר געמאכט אז מ'דארף זען דעם גאנצן באריכט פאר'ן מאכן מסקנות. איך האב נאר געשריבן באופן שפעקולאציע נאך פאר'ן זען דעם באריכט. עס איז אמת אז יוצאים בשאלה האבן נגיעות וכו', אבער ווי כ'האב געזאגט, כאטש האבן מיר עפעס נומערן פון וועלכע מיר קענען רעדן. געווענליך זענען די דעבאטעס געוואנדן אויף אייגענע מיינונגען, און בכלל נישט אויף סטאטיסטיק. מ'דארף טאקע נישט אינגאנצן גלייבן די נומערן וואס מיר זעען אין דעם באריכט, אבער אויף ארויסצונעמען א שטיקל בליק אויף א (מעגליכן) טרענד איז עס לכאורה גאנץ גוט. ווען רעסמוסען וועט זאגן אז די צופרידנהייט ראטע פון טראמפ איז ביי 60 פראצענט, וועל איך זיי אוודאי נישט גלייבן, אבער כ'וועל וויסן אז אונטער 40 פראצענט איז עס מסתמא נישט.

עס איז נישט קיין פראגע אז ביי די מער פארמאכטע קהילות פאלן ווייניגער אוועק, אבער דאס האט נישט מיט מער הצלחה אין מחנך זיין דעם דור, נאר ווייל עס איז פיל שווערער אוועקצוגיין. לעומת זה איז די פענאמען פון "אנוסים", אזעלכע וואס שטעלן ווייטער אן א פנים ווי חרדים אבער זענען בכלל נישט גלויביג, כמעט נאר פארשפרייט ביי די גאר פרומע קהילות, און כמעט נישט דא ביי די ליבעראלערע קרייזן. ופשוט הוא.
זונטאג מאי 13, 2018 2:39 pm#402405
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ראובן האט געשריבן:

דאס איז די א שטיקל פראבלעם פון די סטאטיסטיק, וויבאלד מען מיז נאכאלץ שפעקולירן, ווייל ביי פרומע פאלן כמעט נישט אוועק, דערפאר וואס האב איך פון א סטאטיסטיק, זאלן זיי ענדערש נעמען א סטאטיסטיק ווילן חרדים עס "ווילן" אוועקגיין אין זיי פרעגן פארוואס, דעמאלטס איז דא א שטיקל בילד... יעצט מוזטו זאגן אז אויב פון חרדיזים פאלט אוועק 4 פראצענט מיינט אז 10 מאל אזויפיל ווילן אוועקגיין, אבער דאס איז ציריק שפאקעלאציע...
זונטאג מאי 13, 2018 5:03 pm#402416
ווען איינער איז געווארן מיאוס באקריוודעט אונעם סיסטעם, און בפרט ווען עס שטינקט פון קאפ, וואס זאל ער טוהן מיט זיין כעס?

אויב איז ער ממילא נישט רעספעקטירט ביי זיין פאמיליע אדער ער קומט פון א פראבלעמאטישע פאמיליע, וואס זאל אים אפהאלטן פון גיין זיכן א חיים טובים?

מענטשן האבן פיינט טשעינדש.

אבער די רגע וואס ער איז און געניג אנגסט, און ער האט נישט קיין סאך צו פארלירן, יאגט ער אפ.

ממילא, בלי ספק, "הרגשה של שקר וזיוף" איז זיכער דער יסוד פון רוב יוצאים.
זונטאג מאי 13, 2018 5:34 pm#402419
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ראובן,

נאכאמאל, מיין עיקר נקודה איז געווען אז זיי רעדן בכלל נישט פון אונזער אינערליכע שקר וואס נעמט ארום אונזער לעבנסשטייגער, וואס אויף דעם ארויף האסטו געבויט דיין ארטיקל.
זיי טענה'ן אז 40 פראצענט האט אפגעלאזט חרדי'זם ווייל זיי האבן איינגעזעהן אז אנדערש ווי מען האט זיי געקארמעט אין די יוגנט אז די חרדי'שע לעבן איז די שענסטע, האבן זיי איינגעזעהן אז אונז זעמיר פונקט ווי אנדערע.
מאנטאג מאי 21, 2018 9:13 pm#403135
דער איד д איבער די ידיעות ארטיקל.

IMG_20180522_041157_298.jpg
דינסטאג מאי 22, 2018 2:55 am#403145
איד מקור השקר
דינסטאג מאי 22, 2018 8:06 am#403160
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
זיי האבען ריכטיג ארויס די נקודה. די ראשי ישיבות פיהרען נישט קיין טישען פרייטיג צו נאכט.

אם תכתוש את האויל במכתש בתוך הריפות בעלי לא תסור מעליו אולתו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 22, 2018 8:51 am#403161
ליטוואק דער איד שטערט איינער גייט אוועק פין זייערע מסגרת
דינסטאג מאי 22, 2018 3:49 pm#403188
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי האבען ריכטיג ארויס די נקודה. די ראשי ישיבות פיהרען נישט קיין טישען פרייטיג צו נאכט.

צו זיי זענען גערעכט צו נישט קען מען דעבאטירן אבער דו האסט שטארק פארדרייט די נקודה וואס זיי ווילן ארויסברענגן.

דארפסט נישט מער ווי ליינען די לעצטע פאראגראף צו וויסן וואס זייער פאנטשליין איז. "ווען יעדער בחור זאל שפירן אז דער ראש ישיבה און משגיח איז זיין טאטע, און דער טאטע איז אודאי א טאטע, וואלטן נישט געווען אזויפיל נושרים."
דינסטאג מאי 22, 2018 3:50 pm#403189
דינסטאג מאי 22, 2018 4:38 pm#403190
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
איך האב גענומען די מערסטע אבסורד פון זייער רייד. דאס אז דער זיצט דארט מיט פארגלייזטע אויגען ביים ׳שירות ותשבחות׳ איז די דירעקטע סתירה צו ׳א טאטע פאר די בחורים׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 23, 2018 2:26 am#403206
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גענומען די מערסטע אבסורד פון זייער רייד. דאס אז דער זיצט דארט מיט פארגלייזטע אויגען ביים ׳שירות ותשבחות׳ איז די דירעקטע סתירה צו ׳א טאטע פאר די בחורים׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך ווייס נישט ווי דו זעהסט אין דעם ארטיקל פארגלייזטע אויגן, ער רעדט אינגאנצן נישט פון רבישע טישן.
מיטוואך מאי 23, 2018 11:18 am#403224
כיון שמוחק דברי אחזור מי שמחונך עם שקר לא ישאר דתי ואם נשאר עם לבוש יקלקל עוד
מיטוואך מאי 23, 2018 3:13 pm#403246
cictim האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=DbnPDivvLTA

גאר א גוטס.

איך ווייס נישט צו וועם ער האט גערעדט דארט, אבער איך קען אים געבן א ליסטע פון מענטשען בעלי דרשנים און משפיעים אין די היימישע קאמיוניטי וואס מיינען עס זייער אמתדיג, און ניין! זיי זענען נישט קיין ליבאוויטשע...

בשייכות צו די אנקעטע, איך זעה נישט וויאזוי ס'מאכט אפי' סענס אויסצופרעגן א גרופע מעטשען וואס רובא דרובא גייען נישט ענטפערן דעם אמת, אונז האבן מיר דא שבת אחים וואס איז מן הסתם פון די מערסטע אויפריכטיגע או טי די וואס איך האב נאר געהערט, ער זאגט קלאר אז ער האט איינגעזעהן אז... (סארי איך אלץ איד קען דאס נישט איבערשרייבן), און אפי' לו יצוייר אז יעדע וויזניצע מנהג זאל ווען שטיין קלאר אין די תורה, און אפי' דער קאסובער ווואלט געענדעלט צום אהבת ישראל וואלט דאס אים נישט אפגעהאלטן פון זיך גיין זיין וועג.

ווען רעסמוסען נעמט אן אנקעטע האט ער נאמנות, ווייל אפי' א קליינע פראצענט זאגט שקר איז מאכט ער אזויפיל פאון קאלס צו אומפארבינדענע מענטשען אז דער אמת מוז ערגעץ ארויסשיינען. אבער ווען דו מאכסט פאון קאלס און א שיינע פראצענט מענטשען 'זאגן פשוט איבער' וואס זיי האבן נעכטן איבערגעקייעט איבער א העם סענדוויטש, ווייס איך אז ס'האט מיט רעאליטעט זילטש.

פון די או טי די וואס איך קען, איז דא בעיקר 3 קאטעגאריעס.

1) די וואס האבן מיטגעמאכט אסאך אין לעבן, (מאלעסטעישאן, אפגעטיילטע עלטערן, נישט געווען קיין שלום בית אינדערהיים וכו')

2) די וואס האבן זיך עט סאם פוינט אין אינגן עלטער פארטשעפעט מיט שלעכטע חבירים און באגאנגען נארישקייטן וואס האט פאראוזאכט אז זיי זאלן ארויספאלן פון די ישיבה און פון דעם סיסטעם בכלל, (מאכט נישט קיין טעות, זיי זענען נישט קיין גרויסע פילאזאפן, אפי אפאר יאר שפעטער הייבן זיי פלוצים אין צו שרייבן אנליין, אזש מ'קען מיינען אז ער איז גלגול פון שפינאזע... ער איז געווען א הפקר אינג נאך פאר ער האט זיך געהעריג אנטוויקלט, און די שיינע חכמות זענען נאכגעקומען)

3) א נארמאלע געסעטעלטע מענטש, וואס האט זיך ערגעצוואו אנגעליינט, (און זייער אסאך מאל, ניטאמאל געהעריגע דורכגעשמועסט מיט א נארמאלע רב, אלץ בושה) און איז געקומען צו א מסקנה אז אך שקר נחלו וכו'.

איך קען נישט קיינער וואס האט אפגעלאזט אונזער רעליגיע ווייל ער האט אנטדעקט אז דער רב איז א גנב. אויב דער רב איז א שייגעץ מיינט שוין אז די תורה איז נישט מן השמים? וואספארא לאגיק איז דאס?
מיטוואך מאי 23, 2018 4:29 pm#403252
טעית יש אנשים שכל החינוך בנוי על שקר בלי שום אמונה וכו'. והרבה מהם כשנתגדלו עוזבים הכל
מיטוואך מאי 23, 2018 5:53 pm#403257
Gimpel האט געשריבן:טעית יש אנשים שכל החינוך בנוי על שקר בלי שום אמונה וכו'. והרבה מהם כשנתגדלו עוזבים הכל

ווי וויט איך ווייס האלט יעדער איינער אז ס'איז געווען א מעמד הר סיני, און אז די תורה גייט שוין איבער מאב לבן זייט דעם גרויסן מעמד. אין געוויסע פלעצער האט מער מער גערעדט פון דעם און אין געוויסע פלעצער ווייניגער. און די פלעצער ווי מ'לייגט נישט אזוי ווייט א דגוש אויף דעם קומט עס נישט מחמת חסרון האמונה אין דעם, נאר פשוט מ'פיהלט נישט פאר וויכטיג אויסצושמועסן עפעס וואס איז ביי יעדעם ברור כשמש (א גרויסע טעות פון זיי לדעתי). און מ'קאנצענטרירט זיך אויף די ענפים אן אוועקשטעלן דעם עיקר.

און אויב א סקיוורא'ר איז להשמיד אז זיינע קינדער זאלן גיין מיט די שטיוול אין 115 דעגרי, און ער רעדט ווייניגער פון אמונה, איז דאס א סיבה פאר א קינד צו גליטשען?

ס'באדערט פאר מיין טאטע זייער אסאך זאכן (ברוחניות פארשטייט זיך) וואס איך האלט פאר מינדערוויכטיג (און ס'פלעגט מיר אפי' 'נערוועז' מאכן אז ער מאכט אן עסק דערפון), אבער די סיבה פארוואס איך בין א איד האט גארנישט צו טוהן מיט די זאכן. איך היט שבת ווייל ער האט געהיטן שבת, ווייל זיין טאטע האט געהיטן וכו' ביז מעמד הר סיני ווי דער בורא כל עולמים האט געגעבן דעם זכור את יום השבת לקדשו.
זונטאג מאי 12, 2019 12:05 am#430178
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ראובן האט געשריבן:אבער פארוואס גייען קינדער און ערוואקסענע אוועק פון דעם חרדישן דרך? דא קומט יעדער אריין מיט זיין אגענדע. דער תירוץ מיט וועלכן מיר זענען אלע באקאנט איז אינטערנעט און סמארטפאונס. פארוואס קענען מיר דעם תירוץ? ווייל דאס איז וואס אונזערע רבנים און עסקנים האלטן אין איין פרעדיגן. אבער למעשה, ווען מ'מאכט א סטאטיסטיק, קומען די פאקטן פיל קלארער ארויס, און עס פארענטפערט אויך פארוואס די רבנים וויל ענדערש אז מ'זאל מיינען אז פליפ-פאונס זענען די ישועה.

IMG_4501.jpg

פון די נישמה survey אויף OTDs.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 2:03 am#430184
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
אלס ליטוואק וועסטו נישט פארשטיין וואו ליידיגט אין נאריש די חסידישע באוועגונג איז היינטציטאגס עד כדי אז די מענטשן האבן נישט קיין אייגענע מיינונג אין קיין אייגן ציהל (יעדער לויט זיינע כשרונות) אין לעבן. דאס שטעלט אלטאמאטלי אוועק א one size fits all ועוד אז די גשמיותדיגע גדרים powers די רוחניות. ממילא היינט אין א וועלט פין אינפא כאפטץ זיך דער מענטש אז זיין מהות אין נפש איז יא וויאזו ער שפירט אין נישט דעם שקרדיגען שלייער וואס חסידות באצווינגט אים. איך פראדיקט אז די פראצענט ווועט ג'יין פיל העכער חוץ אויב ציר וועלן פייטן אויסציברייטן דעם גשר צר מאוד.
זונטאג מאי 12, 2019 7:12 am#430194
משא"כ אין די ליטווישע וועלט? זעלבע זאך, נאר אנדערע באקסעס. אין לעיקוואוד איז נישטא ווייניגער טעראר ווי אין וויליאמסבורג.

כ'מיין אז אין די חסידישע וועלט איז דא מער מעגליכקייטן אז א אינגערמאן א ת"ח זאל באקומען א שטעלע לויט זיינע כשרונות. א מגי"ש, א דיין, א ראה"כ וכו'. יעדער בחור און אינגערמאן קען שטייגן בתורה לויט זיינע כשרונות און רצונות און אויסשטייגן א מרביץ תורה.

דאס זעלבע קען יעדער בחור אויסארבעטן זיינע כשרונות זיך אוועקצושטעלן אין לעבן מיט א גוטע פרנסה, משא"כ אין די ליטווישע וועלט וואו דו קענסט נישט פארלאזן די גמ' ביז די 36, אפגעזען אויב דו פארשטייסט א שורה רש"י אדער דו האסט אויגן פראבלעמען.
זונטאג מאי 12, 2019 10:20 am#430208
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
א. אויף אן אינדיווידיואלע מענטש איז דא אסאך ווייניגער טעראר. אפילו ליטווישע מוסדות אין נ.י. מאכען פיהל מער טעראר וועגן אינטרנט וכדו׳ ווי אין לעיקוואד. דא דארף מען חתמנ׳ן א צעטל וויאזוי דו פארמיידסט דיין קינד׳ס צוטריט צום אינטרנט. קיינער באקוקט דיר נישט און קיינער טשעקט נישט צו דו שטימסט מיט זייער פארשריפטן. עס איז נישט דא קיין פילטער וואס מ׳מוז לייגן וכדו׳.

ב. מ׳גייט ארבעטן לאנג פאר די 36. מסתמא איז 26 די אווערעדזש היינט.

ג. יא, די סיסטעם און פאסטנ׳ס זענען פאר דער וואס לערנט איין מהלך הלימוד. אבער דער וואס טוט זיינס איז נישט אראפ געקוקט. עס וואלט געווען בעסער ווען א פאסטן איז פאר איהם אוועילעבל אויך, אבער אנערקענונג באקומט פאר סיי וואס ער האט צו פארקויפן. איך האב פיהל משלים פאר דעם. גראדע זענען דא דיינים און רבנים דא אויך, אבער דאס איז אויף די חסידישע שטייגער, ווי מ׳לערנט לויט יענעמנס פארשריפטן (דמתקריא שימוש) און קיין אייגענקייט איז נישט דא אין דעם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 12:32 pm#430220
Re: "הרגשה של שקר וזיוף" שטופט אוועק 400 חרדים א יאר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער וואס האט צוטוהן מיט חינוך, אדער אייגענע אדער יענעמ'ס, ווייסט אז דאס איז אן אפטע ערשיינונג ביי קינדער, ווען מ'כאפט זיי מיט עפעס וואס זיי האבען נישט געטארט טוהן, זוכען זיי צו כאפען א צווייטען ביים זעלבען עבירה. "יענער האט אויך געטוהן" "דער מנהל זאגט ליגענט, ער איז א ליגענער". פארוואס טוהן זיי אזוי? וואס האט עס מיט זיי? טאמער זיי זענען שולדיגט, וואס מאכט עס אויס אז א צווייטע האט אויך אזוי געטוהן, אדער אז דער מנהל איז א ליגענער? איך ווייס נישט פונקט, אבער עכ"פ אזא תירוץ עגזיסטירט. דער קינד וועט צייגען אויף א היפאקריטיסווע פון יענעם זיך ריינצווואשען פון זיין אייגענעם שולד. דאס איז א מענטשליכע נטיה. צוליעב דעם אויך, ווען איינער זאגט יענעם מוסר, זוכט יענעם צו ווייזען אז דער מוסר זאגער איז גארנישט אזא צדיק. ווייל דאס איז איהם אן אויסרייד, פאר עפעס אן אומלאגישע סבה.

איך ווייס נישט וויאזוי די שטודיע איז אריבער, אבער איך וואלט שטארק חושד געווען אזא שטודיע. א מענטש וואס זוכט א לייכטערע לעבען, ער וויל אויפהערען זיך מוטשען אין די תורה געצעלט. דער מענטש האט עגליך ווייניג חברים וואס האלטע איהם צוריק און ער פיהלט נישט באקוועם אין זיין יעצטיגע חרדישע לעבען. אבער וואס זאל ער טוהן? ער איז פארבונדען מיט די אייזענע קייטען פון זיין געוויסען. ער מוז פארשטילען זיין געוויסען איידער ער גייט ארויס. (געדענקטס אז אין א"י איז עס, אין א געוויסע זינען, פיהל לייכטער אוועק צו גייען פון אידישקייט, ווייל נאך אלעם איז ער נישט אזוי פרעמג צום פרייער איד ווי מיר זיינען צום אמעריקאנער גוי. קודם קען ער שוין די שפראך, ווי אויך האבען זיי א ברודערשאפט געבויט אויף א פאראייניגטע אפשטאם.) ווען אונזערע בחור וויל אוועק גייען פון תורה, מוז ער האבען אן אויסרייד. דאס זיך פארלייגען אויף די 'שקר וזיוף' דארף לאו דוקא זיין אמת. דאס איז מעגליך נישט אנדערש ווי א קינד וואס זוכט זיך צו פארטיידיגען. עס דארף בכלל נישט האבען צוטוהן מיט די אמת'ער סבה.

און באופן כללי וויל איך זאגען אויף די שטודיעס, אז עס איז שווער צו גלויבען וואס זיי זאגען. ווען איינער קלינגט דיר אין שטוב און פרעגט דיר "פאר וועמען ווילט איהר וואוטען; דער אלטע גנב שקרן היללערי, צו דער געלונגענער דאנאלד טראמפ?" דעמאלס ווייסטו גוט אז מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף אזא שטודיע. ווען מ'פרעגט א מענטש "פארוואס ביסטו ארויס פון אידישקייט? צוליעב מאלעסטעישען וכו' צו 'הרגשת שקר וזיוף'?" ווער האט מחליט געווען אויף דער מושג פון 'הרגשת שקר וזיוף'? דער פרעגער, צו דער וואס איז געפרעגט געווארען?
לכאורה זענען שטודיעס אויף מענטשענ'ס געפיהלען און די טרייבונגען וואס האבען איהם געשטופט אונטער צו נעמען עפעס א שריט גאנץ ווייניג באגלויבט. מענטשען ווייסען אפט אליינס נישט.

בעצם ביסטו גערעכט אז וועגן די סאביעקטיווע סיבות האבן די סארט surveys בשורשם אן (inherent) אומאקוראטליכקייט (דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס די social sciences בכלל ווערן גערעכענט ווי soft sciences; מ׳דארף קלארער דעפינירן constructs וכו׳ וכו׳).

אויב וויל מען אבער באקומען א שטיקל איבערבליק (וואס איז טאקע נישט ממש conclusive) איבער די סיבות פארן איבערלאזן חרדיזם, לגבי דאס צו ס׳איז די overall אומצופרידענהייט מיט די געזעלשאפט ווי איידער ספיקות קשיות וכדומה, צייגט די survey יא (אביסל) אויף די ערשטע צד. והיינו, ווייל אין אזא פאל קען מען דאך ניצן א סארט מגו/מה לו לשקר. דהיינו, ס׳וואלט לכאורה מער געפאסט פארן כבוד פון א נשאל אין די survey אז ער ענטפערט אז ער האט איבערגעלאזט מחמת אינטעלעקטואלע ספיקות, קשיות, געוואויר געווארן אז ס׳פאלטש וכהנה. דאס וואלט רעפלעקטירט אויף אים אז ער׳ז מער באזעצן און אינטעליגענט. אז ער ענטפערט אנשטאט דעם א מער (לכאורה׳דיגע) shallow סיבה, ווי סתם אנטוישונג אינ׳ם סיסטעם, איז קען מען לכאורה יא זאגן אז יש בזה משום אמת, און די פערצענט תשובות אויף דעם צד ווייזן אויף עפעס.

הגם, דו בלייבטס נאך אלס גערעכט אז וואס פונקטליך די ״שקר וזיוף״ איז איז נאך אלס נישט קלאר דעפינירט (אפילו אין terms פון די survey. חוץ טאמער זאגט מען אז מען מיינט דא פשוט די עצם סאביעקטיווע געפיל; נישט מער).

מ׳קען זאגן ענליך אויף די געפינסן פון די נישמה שטודיע אויף די נושא.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 7:06 pm#430250
מי אני האט געשריבן:הגם, דו בלייבטס נאך אלס גערעכט אז וואס פונקטליך די ״שקר וזיוף״ איז איז נאך אלס נישט קלאר דעפינירט (אפילו אין terms פון די survey. חוץ טאמער זאגט מען אז מען מיינט דא פשוט די עצם סאביעקטיווע געפיל; נישט מער)

קפה נמס האט געשריבן: זיי האבן מ'כלומר'שט אויפגעדעקט אז מ'האט זיי איינגערעדט 'שקר' אז די חרדי'שע קאמיוניטי איז מער ספעציעל און חשוב'ער ווי אנדערע קאמיוניטיס. קוק אין זייערע אייגענע ווערטער:

" 40% מהנשאלים סיפרו כי הסיבה לעזיבתם היא תחושת דחייה ופער הולך וגדל בין הסיפורים שעליהם חונכו על חברת מופת, לבין מציאות שמלמדת שמדובר במגזר ככל המגזרים".