Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!

גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12340
מיטוואך מאי 30, 2018 9:45 pm#404033
גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!
צווישן די אלע מחלוקת'ן ביי כלל ישראל, איז אין די לעצטע פאר יאר צושטאנד געקומען א פרישער מחלוקת: די הכתרה פון פוסק הדור.
ווילאנג הרב וואזנער איז געווען בחייו האבן אלע מודה געווען אז דער טיטל באלאנגט פאר אים. ער איז למעשה געווען דער גרעסטער משיב פון דור און עס קומט אים. וואס איז יושר איז יושר.
נאך די פטירה פון דעם פריערדיגן פוסק הדור איז ענטשאנען א טיפע ריס אינערהאלב די יהדות הצרופה. צד מהרז"ל האט באלד געקרוינט הגאון ר' יצחק טוביה ווייס, דעם גאאאוועד פון ביד"צ עדה החרדית אלס פוסק הדור. נאר ס'האט נישט ממש געשטימט ווייל אלע תשובות פון גאאאוועד זענען ליידער פארברענט געווארן נאך פאר זיי זענען געשריבן געווארן. האט מען זיך באנוצט מיט אנדערע טיטלען אן מיטלען, כ"ק מרן הגאאאוועד שליטע, ירושלימ'ער רב, מרא דארעא דישראל, רבא דעמיה מדברנא דאומתיה, וכו' וכו'.
צד מהר"א האט אוודאי נישט מודה געווען אין די פסיקת הדור פון גאאאוועד שליטא. און פאר עטליכע יאר זענען זיי געווען פאריתומט אן קיין איינעם וואס זאל זיין פוסק הדור. ענדליך לכבוד די גרויסארטיגע קינות אין די רוימישע קאלעסיום האט מען באשלאסן אז יעצט איז די צייט! הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א, סגן נשיא וראב"ד דעדה החרדית, וועט דינען אין דעם פאסטן אלס פוסק הדור. דא דארף באמערקט ווערן אז ווארשיינליך איז א גרויסע עיכוב געווען ווי אזוי מ'רופט אים. הרב ווייס קען מען רופן ירושלימ'ער רב, אמער ער גייט דאך אפילו א קאפטן. אבער רב שטערנבוך, וואס קיין גאלדענע קאפטן גייט ער נישט, קיין פעלץ פארמאגט ער נישט, און רב איז ער אויך נישט, איז וואזוי קען מען אים רופן. אמאל פלעגט מען אים טאקע מהאי טעמא רופן בלויז שר התורה, אבער איז מען יעצט טאקע געפאלן אויף די המצאה אז מ'גייט אים רופן ראאאוועד ירושלים. כנראה אז ירושלים באשטייט פון א בית דין שטיבל פון צען טפחים ערגעצוואו אין דעם הייליגן שטאט.
עניוועי, דער עולם דארף טשוזן זייטן און אויסקלויבן א פוסק הדור ווילאנג ס'איז נאך עוועילעבל. איך בין שטארק נבוך. פאלגנד זענען די צדדים:

ערשטער קאנדידאט - הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א:
א. האט פראדוצירט צענדליגער בענדער לומדישע חיבורים אין אלע חלקי התורה
ב. הייסט א גרויסע עילוי
ג. א ערנסטע בעל צורה וואס ציט א בליק מיט זיינע שארפע אויגן
ד. גאנץ מעסיג בעניני קנאות
ה. איינציגע חרדישע גדול וואס איז אויך א וויצע פרעזידענט

צווייטער קאנדידאט - הגאון ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א
א. ירושלימ'ער רב (וויכטיגסטע עסעט!!!)
ב. פירט זיך בגינוני אדמורות, פארמאגט א קאפטן, א פעלץ, א הויז בחור, א גבאי, ליינט קוויטלעך וכו' וכו'
ג. נישטא קיין איין שטיקל געדרוקטע חידוש אין גאנצן כדור הארץ (אויסער איין שאלה צו רבי מענדל זילבער וואס כ'האב געטראפן אמאל פארווארפן אין מאזני צדק)
ד. איידעלע איינגעדארטע גוף, ווי ס'פאסט זיך פאר ירושלים של מעלה
ה. גאר שטארק קנאיש געשטימט, אן קיין שום פשרות.

חברה, ס'איז צייט צו שטימען!
מיטוואך מאי 30, 2018 10:20 pm#404039
אין די לעצטע פאר יאר זינט די קנאים האבן אפגעמאכט אז ר' משה שטערנבוך איז א 'רעפארם ראביי', כלשונם, האט הרב ווייס אויך איבערגענומען די ראב"דשאפט, ויקרא שמו בישראל 'גראב"ד'.
מיטוואך מאי 30, 2018 11:06 pm#404050
די אשכול איז גאנץ וויציג, אבער אירע פרטים הונקען גאר שטארק אונטער, אזש ס'טוישט די צורת הדברים:


א. די טיטל פוסק הדור אויף הרב וואזנער איז הערשט געווארן סוף ימי חייו, און טאקע אין טייל אויך אדאנק די ארונים וואס האבן אים מכתיר געווען מיט דעם, זייענדיג א חסיד פון זייער רבי.

ב. ער איז נישט געווען דער גרעסטער משיב הדור. ר' מנשה הקטן, יאקע רב, ר' נתן געשטעטנער, צאנזע דומ"ץ, און נאך א ליסטע פון רבנים האבן אויך משיב געווען מיט אסאך בענדער. הרב וואזנער'ס מעלה איז געווען זיין גלאטקייט, נישט שרייבן צו לאנגע מערכות ווען ס'פעלט נישט אויס, און דאס האט אים פארוואנדלט אלץ פוסק וואס מציטירט מער פון אנדערע משיבים.

ג. אפיציעל האט דער גאב"ד מסודר'דיגע תשובות, חידושים, און הערות בכל מקצועות התורה, אנגעהויבן ביי ש"ס און געענדיגט ביי הערות על סדר ד' חלקי שו"ע. ער געט עס נישט ארויס בחייו ווי געוויסע האבן זיך געפירט (און ער איז א שרעקליכע עקשן וועם מ'קען נישט איבערצייגן עס ארויסצוגעבן להראות להעמים יופיו וכו'). כ'נעם נישט אחריות אויף דעם, אבער כ'האב עס געהערט פון עטליכע אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי אים. אין זיין ספרים שטוב זענען דא בענדער מכתבי ידיו.

ד. כ"ק מרן הגאב"ד איז א טיטל וואס א פריערדיגער האט שוין געקריגן (טיילנדיג אן ענליכן גורל ווי דער היינטיגער גאב"ד), ה"ה ר' משה אריה פריינד. ער איז דער ערשטער - חוץ סאטמער רב - וואס בנוסף צום גאב"ד'שאפט איז ער געווען א גאנצע רבי מיט חסידים, אויף וועם ס'האט געפאסט אזא טיטל. ונוסף גם הוא, הרי"מ דושינסקי, אז ער איז געווארן אן אדמו"ר, ועכשיו אכשר דרא ואיתמחי גאב"ד מיט חזקה ג' פעמים, אז דער גאב"ד איז א שטיקל רבי'לע מיט קוויטלך ושאר מרעין בישין.

ה. נישט ארוינים און נישט זאלוינם האבן געזוכט א פוסק הדור. סך הכל, ווען די ארוינם האבן געזיכט צו פראסקען דעם גאב"ד פארן פירן די מערכה קעגן גלובנציץ, האבן זיי געקרוינט ר' משה שטרנבוך אלץ שר התורה, און נאכהער אלץ פוסק הדור, כי זה דרכם כסל למו אז מ'פראפאגאנדירט ביז דער עולם גלייבט די ניי באשאפענע פאקטן.

ו. ר' משה שטרנבוך גייט טאקע נישט מיט די גאלדענע קאפטן, אבער ער גייט מיט א גאלדענע בעקישע אין ספעציעלע זמנים. ספעלט אים גארנישט פון די סארט זאכן, סך הכל איז הרב ווייס נישט פון בריסקער חדר, קען ער טראגן דעם היינט צוטאגיגן חסידישן/אלט-ליטווישן בגד הנקרא קאפטן, ווידער בריסקע חברה האבן קיין שייכות מיט א קאפטן, טראגט ער א בעקישע וואס קען טאקע אויך זיין גאלד.

ז. ר' משה שטרנבוך האט געשריבן פילע חיבורים בכל מקצועות התורה, און פארט האט ער נישט אזא אנגעזעענע נאמען אין די וועלט פון פוסקים. א פסק פון ר' ניסים קרליץ, ר' דוד פיינשטיין, ר' מרדכי גרוס, הרב שרייבער, ר' פישלע, ר' משה שאול קליין, הרב שפרן, וכו' וכו', טראגט פיל מער געוויכט ביי יעדן וואס ליגט אין סיי וועלכע נושא. דער סיבה איז פשוט, ר' משה שטרנבוך איז טאקע אן עילוי, אבער זיינע פסקים הייסן אביסל קרום און ער איז נישט קיין גלאטע מענטש. זיין מועדים וזמנים האט מצליח געווען ווייל ער האט מחדש געווען די מושג פון האבן גוטע בירורים איבער אלע טשיקאווע זאכן פאר יעדן יום טוב, אבער זיינע אייגענע תשובות זענען נישט אזוי גלאט. והיינו טעמא דדורכפאל אז ער איז נישט געווארן גאב"ד זעלבסט בשעתו, ואכהמ"ל.

ח. כ'האב קיינמאל געהערט אז ער האט א צורה, וכ"ש "ערנסטע בעל צורה". זיינע שארפע אויגן וואלט איך ענדערש באצייכנט אלץ עילוי'שע אויגן, א צורה האט ער בכלל נישט.

ט. מעסיג בעניני קנאות איז אן אומריכטיגע טיטל. ער איז א בריסקער, און האט אנגענומען זייער קו בענין דת ומדינה. מיט סאטמאר האט עס געארנישט. נאכמער, ווען ס'האט זיך געטון די מצעד הגאוה אין ירושלים, איז ער ארויסגעקומען די מערסטע ווילד און שארף, און דארט האט מען געזען די שטריכן וואס מ'זעט נישט געווענליך. ועוד יש לדון בזה, באהבתו להגאב"ד וקנאות הגאב"ד ואין מגלין אלא ליודעי דבר, בבחינת יהיב חכמתא לחכימין.

י. סתם להודיע בשער בת רבים, קיין זאלויני בין איך נישט (ודרוש דרשתי כמה פעמים בענין בראקעליס און פאטעטאס סענטער פאריגע יאר), און מער פון דעם - איך פערזענליך האב מער א נטיה לצד הראב"ד און גארנישט צום גאב"ד, אבער פאקטן זענען פאקטן.
מיטוואך מאי 30, 2018 11:35 pm#404058
נאר כדי להשלים הבילד, הרב וואזנער ז"ל איז אויך נאר געווארן געקרוינט פאר פוסק הדור נאכ'ן פארלירן ר"מ בראנדסדארפער ז"ל, וועלכער דער בלאט האט יארן לאנג באטיטלט אלס פוסק הדור, צוליב זייערע אגענדעס.
מיטוואך מאי 30, 2018 11:38 pm#404060
שלומים מרובים, כטל וכרביבים, לרבינו בבית הקפה, תרשיש שוהם וישפה, ארי שבחבורה, שר התורה, הרב הבקי ארי נוהם י"נ
מכתבו קיבלתי בדבריו המלאים זיו ומפיקים תוגה, בהערות המחכימות משולבות בפז, והנה יפה העיר כדרכו של תורא, אך יש לי להשיב עליהן אחת לאחת. ואכתוב בלשון יידיש כדי שיבינו הקוראים.

א. אין הכי נמי, אזא טיטל עקזיסטירט נישט בעצם. דאס קומט פון צדיק הדור, וואס רבי נחמן האט אויסגעטראפן, אז ס'איז דא איין צדיק וואס ער איז די גרעסטע צדיק פון דור (איינער קען צוטרעפן ווער?). אין גמרא טרעפן מיר גדול הדור גראדע, אבער דאס מיינט טאקע די גרעסטע פון דור. ווי אזוי ווערט מען פוסק הדור? דאס פרובירן מיר דא אויסצוגעפינען יעצט.
ב. גרעסטער משיב איז לאו דווקא בכמות. איך קען דינגען א גאנצע מכון זיי זאלן מיר אפשרייבן פופציג טויזנט בענדער תשובות. תשובות מיינט אמת'ע תשובות אויף אמת'ע שאלות וואס טראגן א געוויכט ביי די וואס לערנען איר. יעצט למעשה זענען די תשובות פיל מיט פשוט'ע זאכן וואס זענען ידועים לכל בר בי רב. די געציילטע חידושים זענען אינגאנצן נישט צו די זאך, במחכ"ת הרמתה. ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזא הצלחה איז מיר שוין יארן א פליאה.
ג. איך האב דייקא געשריבן "געדריקטע". אז די באהאלטענע כתבים וועלן ארויסקומען וועט מען קענען זען וואס דארט טוט זיך. מעגליך אז דא וועט נתגלה ווערן א גאון אדיר וואס דער עולם האט אונטערגעשאצט צוליב זיין ענווה, אדער אפשר וועט דאס געבן א שטיקל בליק אויף זיין עקשנות נישט ארויסצוגעבן בחייו.
ד. וואסארא פארגלייך. הרב פריינד איז געווען א רעכט חסידישע אדמור, און רב אין סאטמאר יורשלים. הרב דושינסקי איז טאקע געווארן א אדמור אבער ער האט געהאט א אייגענע קהילה, האט עס א שטיקל פשט. אבער פארוואס פאסט זיך פאר'ן גאבד א פעלץ? ווייל ער קוקט איבער חלפים און פסק'נט שמאטעס?
ה. נו, אזעלכע זאכן שרייבט מען נישט ארויס בפירוש.
ו. אמת, אמת. כ'האב פארגעסן אויסצורעכענען.
ז. רב שטערנבוך איז טאקע נישט אזא אנגענומענע פוסק, און פארדעם איז דער טיטל טאקע היבש אומבאלומפערט. גראדע כ'ווייס נישט צו זיינע פסקים איז קרום אבער ס'איז מיר סתם מאדנע די גאנצע תשובות והנהגות. אסאך נארישקייטן. סיי די שאלות סיי די תשובות. מועדים וזמנים איז א עכט חריפיש לומדיש ספר אויפ'ן אמאליגן ליטווישן שטייגער. ער האט אינגאנצן נישט מחדש געווען די בירורים אויף יום טוב. פאר אים איז געווען מקראי קודש פון גאון עולם שליט בכל מכמני תורה, מרא דארעא דישראל, רבי צבי פסח פראנק זצ"ל, נאכדעם איז געווען המועדים בהלכה פון דעם גאון און בקי הרב זעווין. הכלל, ר' משה שטערנבוך איז נישט סתם אויפגעקומען מיט א שיינע חידוש, ער איז אמת'ער שארפער למדן.
ח. על טעם וריח. אין מיינע אויגן ווען כ'וויל זיך מצייר זיין ווי אזוי רבי יוחנן האבן אויסגעקוקט טראכט איך פון הרב שטערנבוך. א בעל בשר מיט א הויכן שטערן, ברענענדיגע שארפע אויגן און א פארקניפטע געלע בארד.
ט. מ'רעדט דאך מעסיג, רעלאטיוו. כ'מיין הרב שטיינמאן, דער ביטערער ליטווישער עקסטרעמיסט פון בני ברק, איז דאך אויך געווען א "מעסיגער". אבער אדרבה, לאמיר הערן דיינע דיונים, במקום שאמרתי להאריך.
י. ש'כח.

ובזה אשים קאנטשיק למילי
מיטוואך מאי 30, 2018 11:45 pm#404061
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר כדי להשלים הבילד, הרב וואזנער ז"ל איז אויך נאר געווארן געקרוינט פאר פוסק הדור נאכ'ן פארלירן ר"מ בראנדסדארפער ז"ל, וועלכער דער בלאט האט יארן לאנג באטיטלט אלס פוסק הדור, צוליב זייערע אגענדעס.

יא. טאקע פארגעסן צוצייענען. הרב בראנדסדארפער, (אנטשולדיגט, הגאון הגדול בעל קנה בושם שליט"א) האט פאר געציילטע יארן געטראגן דעם פוסק הדור קרוין אויף די בלעטער פון פרעסטישפולן אומאמפהענגיגלאזער ארגאן פון די מענטשהייט און מארס.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:00 am#404064
ארי נוהם האט געשריבן:ב. ער איז נישט געווען דער גרעסטער משיב הדור. ר' מנשה הקטן, יאקע רב, ר' נתן געשטעטנער, צאנזע דומ"ץ

נאר אויסצוקלארן, צאנזע דומ"ץ מיינט איר רב שעכטער, ישיב יצחק?
דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:13 am#404065
גדליה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר כדי להשלים הבילד, הרב וואזנער ז"ל איז אויך נאר געווארן געקרוינט פאר פוסק הדור נאכ'ן פארלירן ר"מ בראנדסדארפער ז"ל, וועלכער דער בלאט האט יארן לאנג באטיטלט אלס פוסק הדור, צוליב זייערע אגענדעס.

יא. טאקע פארגעסן צוצייענען. הרב בראנדסדארפער, (אנטשולדיגט, הגאון הגדול בעל קנה בושם שליט"א) האט פאר געציילטע יארן געטראגן דעם פוסק הדור קרוין אויף די בלעטער פון פרעסטישפולן אומאמפהענגיגלאזער ארגאן פון די מענטשהייט און מארס.

אשפ"גתי מאוד :lol:
דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:04 am#404072
גדליה האט געשריבן:שלומים מרובים, כטל וכרביבים, לרבינו בבית הקפה, תרשיש שוהם וישפה, ארי שבחבורה, שר התורה, הרב הבקי ארי נוהם י"נ
מכתבו קיבלתי בדבריו המלאים זיו ומפיקים תוגה, בהערות המחכימות משולבות בפז, והנה יפה העיר כדרכו של תורא, אך יש לי להשיב עליהן אחת לאחת. ואכתוב בלשון יידיש כדי שיבינו הקוראים.

א. אין הכי נמי, אזא טיטל עקזיסטירט נישט בעצם. דאס קומט פון צדיק הדור, וואס רבי נחמן האט אויסגעטראפן, אז ס'איז דא איין צדיק וואס ער איז די גרעסטע צדיק פון דור (איינער קען צוטרעפן ווער?). אין גמרא טרעפן מיר גדול הדור גראדע, אבער דאס מיינט טאקע די גרעסטע פון דור. ווי אזוי ווערט מען פוסק הדור? דאס פרובירן מיר דא אויסצוגעפינען יעצט.
ב. גרעסטער משיב איז לאו דווקא בכמות. איך קען דינגען א גאנצע מכון זיי זאלן מיר אפשרייבן פופציג טויזנט בענדער תשובות. תשובות מיינט אמת'ע תשובות אויף אמת'ע שאלות וואס טראגן א געוויכט ביי די וואס לערנען איר. יעצט למעשה זענען די תשובות פיל מיט פשוט'ע זאכן וואס זענען ידועים לכל בר בי רב. די געציילטע חידושים זענען אינגאנצן נישט צו די זאך, במחכ"ת הרמתה. ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזא הצלחה איז מיר שוין יארן א פליאה.
ג. איך האב דייקא געשריבן "געדריקטע". אז די באהאלטענע כתבים וועלן ארויסקומען וועט מען קענען זען וואס דארט טוט זיך. מעגליך אז דא וועט נתגלה ווערן א גאון אדיר וואס דער עולם האט אונטערגעשאצט צוליב זיין ענווה, אדער אפשר וועט דאס געבן א שטיקל בליק אויף זיין עקשנות נישט ארויסצוגעבן בחייו.
ד. וואסארא פארגלייך. הרב פריינד איז געווען א רעכט חסידישע אדמור, און רב אין סאטמאר יורשלים. הרב דושינסקי איז טאקע געווארן א אדמור אבער ער האט געהאט א אייגענע קהילה, האט עס א שטיקל פשט. אבער פארוואס פאסט זיך פאר'ן גאבד א פעלץ? ווייל ער קוקט איבער חלפים און פסק'נט שמאטעס?
ה. נו, אזעלכע זאכן שרייבט מען נישט ארויס בפירוש.
ו. אמת, אמת. כ'האב פארגעסן אויסצורעכענען.
ז. רב שטערנבוך איז טאקע נישט אזא אנגענומענע פוסק, און פארדעם איז דער טיטל טאקע היבש אומבאלומפערט. גראדע כ'ווייס נישט צו זיינע פסקים איז קרום אבער ס'איז מיר סתם מאדנע די גאנצע תשובות והנהגות. אסאך נארישקייטן. סיי די שאלות סיי די תשובות. מועדים וזמנים איז א עכט חריפיש לומדיש ספר אויפ'ן אמאליגן ליטווישן שטייגער. ער האט אינגאנצן נישט מחדש געווען די בירורים אויף יום טוב. פאר אים איז געווען מקראי קודש פון גאון עולם שליט בכל מכמני תורה, מרא דארעא דישראל, רבי צבי פסח פראנק זצ"ל, נאכדעם איז געווען המועדים בהלכה פון דעם גאון און בקי הרב זעווין. הכלל, ר' משה שטערנבוך איז נישט סתם אויפגעקומען מיט א שיינע חידוש, ער איז אמת'ער שארפער למדן.
ח. על טעם וריח. אין מיינע אויגן ווען כ'וויל זיך מצייר זיין ווי אזוי רבי יוחנן האבן אויסגעקוקט טראכט איך פון הרב שטערנבוך. א בעל בשר מיט א הויכן שטערן, ברענענדיגע שארפע אויגן און א פארקניפטע געלע בארד.
ט. מ'רעדט דאך מעסיג, רעלאטיוו. כ'מיין הרב שטיינמאן, דער ביטערער ליטווישער עקסטרעמיסט פון בני ברק, איז דאך אויך געווען א "מעסיגער". אבער אדרבה, לאמיר הערן דיינע דיונים, במקום שאמרתי להאריך.
י. ש'כח.

ובזה אשים קאנטשיק למילי

עפ"ר זענען די ענטפערס גוט, הגם אויף געוויסע נקודות קען מען זיך דינגען (פוסק הדור האט מען שוין געשריבן אויף ר' משה פיינשטיין ועוד. די פעלץ פון היינטיגן גאב"ד איז פשוט ווייל ס'געווארן אזא מנהג נאכן האבן די צוויי גאב"ד'ס בעפאר אים וואס האבן אויך אנגעהויבן א רביסטעווע. מועדים וזמנים איז קיין פארגלייך מיט די אנדערע ספרים וואס זענען א ספר'ל לעומת אן ערנסטער סעריע ספרים וואס באנעמען אלצדינג בעניני החגים. די דיונים וואס איך מיין און איך וויל נישט ארויסשרייבן, האט צוטון מיט א מעגליכע שטרייט על שלא נתמנה להיות הגאב"ד, הגם כ'נעם נישט אחריות אויף דיזן סברא)

איין וויכטיגע זאך: די שרייבסט "אין מיינע אויגן ווען כ'וויל זיך מצייר זיין ווי אזוי רבי יוחנן האבן אויסגעקוקט טראכט איך פון הרב שטערנבוך. א בעל בשר מיט א הויכן שטערן, ברענענדיגע שארפע אויגן און א פארקניפטע געלע בארד". אפגעזען אז ר' יוחנן איז בפשטות קיין בעל בשר נישט געווען, אולי זיין שוואגער ריש לקיש יא, איז אבער קלאר מפורש אין גמרא אז קיין בארד האט ער נישט געהאט בכלל...



קלונימוס האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:ב. ער איז נישט געווען דער גרעסטער משיב הדור. ר' מנשה הקטן, יאקע רב, ר' נתן געשטעטנער, צאנזע דומ"ץ

נאר אויסצוקלארן, צאנזע דומ"ץ מיינט איר רב שעכטער, ישיב יצחק?
יא.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:05 am#404075
די בלאט האט שוין באטיטעלט ר' משה אלץ פוסק הדור נאך בחייו פון רב וואזנר. ס'שוין געווען עטליכע מאל וואס זיינע פסקים זענען געווען לרוח פון די ארונים און דאס קוואליפיצירט שוין צו באקומען די טיטל.
איך דערמאן מיך ווען רב וואזנר איז אוועק און דער איד האט נישט געשריבן צווישן די טיטלן אז ער איז געווען פוסק הדור, האבן לצים געזאגט אז זיי ווילן נישט וויי טון ר' משה שטרנבוך...

יעצט לגבי רב ווייס, ער האט טאקע נישט ארויסגעגעבן קיין ספרים אבער דאס איז זיכער אז ער האט צענדליגע יארן עוסק געווען אין הוראה און געדינט אלץ א פוסק בד' חלקי שו"ע. אלץ חבר בי"ד אין אנטווערפן האט ער געפירט דין תורות, מסדר געווען גיטין, חליצות, הכשרים, מקוואות און אלץ ארום. דינען אין א שטאטישע בי"ד איז נישט די זעלבע ווי זיין א מו"ץ פאר יונגעלייטליך.
איך האב זיי ביידע נישט פארהערט אבער ר' משה איז אויסגעריפן אלץ עילוי נפלא און די גאב"ד איז א שטילע איד וואס מ'ווייסט נישט פון אים צופיל.
נישט קיין נפק"מ ווי הייליג און גרויס ר' משה איז, איז ער פארט א בשר ודם, און ווען מ'האט אויפגענומען רב ווייס פאר רב און נישט אים (כאטשיג ער וואלט געדארפט איבערנעמען זייענדיגט די עלטצטע חבר ביד"ץ) האט עס אים מיט זיינע קינדער געבאדערט און דאס איז פשט פון די לעצטיגע רייבערייען דארט.
יעצט צום ענין פון פוסק הדור. איך ווייס באמת נישט וואס דאס מיינט אבער איך קען פארשטיין אז ס'זאל זיין געוויסע וואס באקומען די טיטל. למשל רב וואזנר, ר' פישל הערשקאוויטש אדער ר' יחזקאל ראטה זיי זענען רבנים וואס רוב מורי הוראה האבן גענומען שימוש פון זיי, דאס מיינט עפעס. אבער סתם שרייבן אסאך תשובות איז לא מעלה ולא מוריד
דאנערשטאג מאי 31, 2018 6:45 am#404085
Re: גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!
הרב ווייס איז בעיקר פאפולער געווארען אלס מגיד שיעור אין ישיבת הרמה אין לאנדאן (שלעזינגער׳ס). ווען ער איז פון דארט געפארען קיין אנטווערפען האט זיך די ישיבה מער ווייניגער פארמאכט.

דאס דיינות אין א שטאט איז נישט ווי א שמאטע קוקער מו"צ אין ברוקלין. אבער פון דארט ביז פוסק הדור איז נאך דא א גאנג. פיהרען גיטין און חליצות מאכט נישט אזא טיטעל, איז דער ר׳ יענקל ליכטער א פוסק הדור? עס איז א קענטעניס וואס איז אביסל מער ווי סתם הלכות שבת, אבער פוסק הדור דארף צו מיינען דער וואס קען אליינס אויפקומען מיט א חידוש להלכה, וואס אנדערע נעמען אן.

די אלע נעמען וואס מ׳ברענגט דא זענען לאו דוקא גלאטער ווי הרב שטערנבוך. איך מיין, מ׳זעט גענוג קרומקייטען אין עמק התשובה אויך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:12 am#404086
די רילעשינשיפ פון די שטיבל אין עדה החרדיות מיטן קוויטעל שרייב-שטוב פון סאטמאר אין ברוקלין איז קאמפלאצירט. דער ראב"ד איז שוין געווען א הערא פאר די ברך משה-חסידים-הנקרא-ארונים לאגער ווען ער איז געקומען צו הילף מיט א היתר פארן קרית יואל סקול דיסטריקט ווען דער דאמאלסדיגער גאב"ד ירושלים / הוניאד מיטן רעבעצין טארים (ווען משה דער גבאי האט פארלוירן איינפלוס צו גבאים פאגעל און גאנץ) האט נישט דערלאגט די פארלאגטע שטיצע. ווען ס'איז געקומען צו געבן אן איסור אויף מוסדות בני יואל אין ק" פינעף יאר פריער האט נאך דער גאב"ד מנחת יצחק מיטן ראב"ד הוניאד דערלאגט די פולסטע און פאראייניגטע שטיצע. עכ"פ דער היינטיגער ראב"ד פון אפריקע איז געווען לאיאל דורכאויס. אז מ' גייט צוריק צום ראב"ד פריינד'ס אינגע יארן אלס ר"י אין יטב לב אין ירושלים טרעפט מען א פשוט'ע פארבאט אויפן ר"י - געקומען פון רבין'ס שטוב ווי די הייליגע רעבעצין אלטע פיגא איז געווען מער משפיע ווי מקבל - פון חלילה עולה זיין שישי אדער האבן א שטענדער אדער זאגן ה' מלך.

די היסטאריע איז לאנג און פיל מיט מאכט און איינפלוס געראנגלן.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:37 am#404087
דאס ברענגן עדה החרדיות טיטלן קיין ניו יארק אלס א סמל פון שטיצע פאר א סאטמאר אדמורות איז אויך נישט פרעצעדענטלאז. גאב"ד מנחת יצחק איז געקומען צום ברך משה'ס הכתרה. שפעטער, דאכט זיך אים מ"ט, איז דער גאבד-ובית-דינו געקומען אין א גרויסע פאמפע פון א נסיעה מיט א קבלות פנים און טראסק (עכ"פ אין די סאטמאר'ער געוויסן) מכלומרשט צו זיכן שטיצע פאר קרן הצלה, וועמען'ס גרינדונג טראגט א באזינדערע מקום חשוב אין די סאטמאר'ע סייק פון די מ יארן. די אלייענס צווישן די עדה החרדיות מיטן ברך משה'ס אדמורות בכלל און מיט סאטמאר'ס ירושה צו זיין די פאן טרעגער פון תורות הקנאות האט געזאלט קלאר געמאכט ווערן למען ידעו. שפעטער אין די נ יארן האט סאטמאר ווידער פרובירט א קרן-הצלה-אין-ארמארי-מיטן-גאבד-ובית-דינו. אבער דאן איז שוין די סובטעקס געווען אז די אלייענס קרעדיט וועט גיין צו בנו בכורו, וועמען'ס קלעטער צום טרוין איז שוין געקומען אונטער פרעשור פון קוויטעל-שרייבן-שטוב.

עכ"פ, היוצא לנו מזה, אז פאר א סאטמאר מיינד אויפגעוואקסן און די ל', מ' יארן איז א נסיעה פון עדה החרדיות קיין ניו יארק מיט א מכלומרשט קנאי'שע אגענדע איז די נויטיגע שטיצע א סאטמאר אדמורות ברויך. נישט ניו יארק איז מחזק די הנהגה אין ירושלים, נאר פארקערט.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:14 am#404088
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען מ'האט אויפגענומען רב ווייס פאר רב און נישט אים (כאטשיג ער וואלט געדארפט איבערנעמען זייענדיגט די עלטצטע חבר ביד"ץ) האט עס אים מיט זיינע קינדער געבאדערט און דאס איז פשט פון די לעצטיגע רייבערייען דארט.

די רייבערייען גייען שוין צוריק זיבעציג יאר ווען זיי האבן געלערנט צוזאמען אין ישיבה...
דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:10 am#404089
סוף כל סוף ברויך מען נעמען אין אכט אז דער גאב"ד און דער ראב"ד קריגן זיך אין עניני הלכה. ער האלט ווי רש"י און ער ווי דער רבינו תם. דער שאלה איז, פארוואס מהר"א און מהרז"ל האבן גענומען דער מחלוקת פאר זיך!! וואס קענען זיי אריינרעדן אין די גרויסע ענינים.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 11:54 am#404095
Re: גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!
איין זאך זעה איך זיכער , קאווע שטיבל איז לעבט שוין היינט נאר אויף צימעס.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:17 pm#404105
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר כדי להשלים הבילד, הרב וואזנער ז"ל איז אויך נאר געווארן געקרוינט פאר פוסק הדור נאכ'ן פארלירן ר"מ בראנדסדארפער ז"ל, וועלכער דער בלאט האט יארן לאנג באטיטלט אלס פוסק הדור, צוליב זייערע אגענדעס.

שמעקעדיג: מילא ווען מ'זאגט אויף ר' משה האלבערשטאם אדער אויף ר' שלמה זלמן אויערבאך ..."פוסק הדור"...ניחא. אבער הרב וואזנער'ס איינציגע קוואליפיקאציע פאר דעם טיטל (וכבודו במקומו מונח.) איז, אז ער איז געווען אין די סאטמאר'ע מחנה די לענגסטע פון אלע אנדערע רבנים...בשעת ר' משה האלבערשטאם און ר' שלמה זלמן האבן זיך נישט געמישט און זענען קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט באמבאסטישע דערקלערונגען בעניני קנאות... זיי האבן זיך געהאלטן בד' אמות של הלכה...!
דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:29 pm#404119
@ יואליש.

נעכטן הער איך אז הרב שמואל אויערבאך ז"ל האט אפגעהאלטן דעם טאטן פון גיבן א היתר אויפן סקול דיסטריקט, צולייגענדיג אז אזא שאלה באלאנגט פאר א מזרחי רב.

איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אדער נישט, אויב יא, לייגט דאס צו נאך א רינגעלע צו דעם גאר לאנגן קייט.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:35 pm#404121
ביסט מיט אלעמען?
דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:51 pm#404177
ארי נוהם האט געשריבן:עפ"ר זענען די ענטפערס גוט, הגם אויף געוויסע נקודות קען מען זיך דינגען (פוסק הדור האט מען שוין געשריבן אויף ר' משה פיינשטיין ועוד. די פעלץ פון היינטיגן גאב"ד איז פשוט ווייל ס'געווארן אזא מנהג נאכן האבן די צוויי גאב"ד'ס בעפאר אים וואס האבן אויך אנגעהויבן א רביסטעווע. מועדים וזמנים איז קיין פארגלייך מיט די אנדערע ספרים וואס זענען א ספר'ל לעומת אן ערנסטער סעריע ספרים וואס באנעמען אלצדינג בעניני החגים. די דיונים וואס איך מיין און איך וויל נישט ארויסשרייבן, האט צוטון מיט א מעגליכע שטרייט על שלא נתמנה להיות הגאב"ד, הגם כ'נעם נישט אחריות אויף דיזן סברא)

איין וויכטיגע זאך: די שרייבסט "אין מיינע אויגן ווען כ'וויל זיך מצייר זיין ווי אזוי רבי יוחנן האבן אויסגעקוקט טראכט איך פון הרב שטערנבוך. א בעל בשר מיט א הויכן שטערן, ברענענדיגע שארפע אויגן און א פארקניפטע געלע בארד". אפגעזען אז ר' יוחנן איז בפשטות קיין בעל בשר נישט געווען, אולי זיין שוואגער ריש לקיש יא, איז אבער קלאר מפורש אין גמרא אז קיין בארד האט ער נישט געהאט בכלל...

וועגן פוסק הדור: איר זענט גערעכט אז דער טיטל איז נישט ממש ענטשאנען אין די לעצטע צען יאר. עס איז אביסל עלטער ווי דעם, מערסטנס א האלב יובל. אבער אפילו אמאל האט מען דאס גענוצט זעלטן און אויף גאר גרויסע מענטשן, ווי דו דערמאנסט, ר' משה, ר' שלמה זלמן, רב אלישיב, רב עובדיה. דהיינו, רבנים וואס ממש די גאנצע חרדישע וועלט רעכנט זיך מיט זייערע פסקים און איז מחשיב זייערע ספרים. אויך האט מען דאס נישט געשריבן אויף יעדן פלאקאט וכדו'. נאר אמאל האט מען זיך געקענט אויסדרוקן למשל ומי יבא אחרי המלך, מרן פוסק הדור הגר"מ פיינשטיין זצ"ל. ס'איז נישט געווען א טיטל ווי הגה"צ אדער כ"ק אדמו"ר וואס איז אומאפטיילבאר פון דעם מענטש.
יעצט קלער איך אפשר צו מאכן א גרינטליכע אנאליז און אפשרייבן א קורצע עסיי איבער די היסטארישע עוואלוציע פון "פוסק הדור".
המועדים בהלכה איז אריגגנעל געשריבן געווארן אין צייטונגען, איז עס אביסל המון עמיש געשריבן, אבער מקראי קודש איז גאר אן ערנסטע סעריע ספרים, גארנישט הינטערשטעליג פון מועדים וזמנים און מסתמא היבש בעסער.
מיט רבי יוחנן האב איך זיך טועה געווען, ייש"כ פאר אנמערקן. די גמרא אין בבא מציעא פד רעדט ארום וועגן רבי יוחנן'ס צורה און דערמאנט אז א געוויסער חלק פון זיין גוף איז געווען זעלטן גרויס. אבער אביסל פריער דערמאנט די גמרא אז ר' שמעון בן אלעזר און א אנדער אמורא זענען יא געווען זייער פעש (וידועים דברי הגמ' ריש השוכר על ר"א ברבי שמעון) האב איך אויסגעמישט די יוצרות.
וואו שטייט אז ר' יוחנן האט נישט געהאט קיין בארד?
דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:52 pm#404180
יעקב מענטש האט געשריבן:@ יואליש.

נעכטן הער איך אז הרב שמואל אויערבאך ז"ל האט אפגעהאלטן דעם טאטן פון גיבן א היתר אויפן סקול דיסטריקט, צולייגענדיג אז אזא שאלה באלאנגט פאר א מזרחי רב.

איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אדער נישט, אויב יא, לייגט דאס צו נאך א רינגעלע צו דעם גאר לאנגן קייט.

איך האב שוין געהערט יארן צוריק אויף רש"ז אז ער האט נישט געוואלט געבן א היתר אויפ'ן סקול דיסטריקט און געזאגט אז ס'פאסט פאר מזרחי. כ'ווייס נישט צו ס'אמת אבער די הוספה פון רבי שמואל האב איך קיינמאל נישט געהערט.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:56 pm#404181
יואליש האט געשריבן:די רילעשינשיפ פון די שטיבל אין עדה החרדיות מיטן קוויטעל שרייב-שטוב פון סאטמאר אין ברוקלין איז קאמפלאצירט. דער ראב"ד איז שוין געווען א הערא פאר די ברך משה-חסידים-הנקרא-ארונים לאגער ווען ער איז געקומען צו הילף מיט א היתר פארן קרית יואל סקול דיסטריקט ווען דער דאמאלסדיגער גאב"ד ירושלים / הוניאד מיטן רעבעצין טארים (ווען משה דער גבאי האט פארלוירן איינפלוס צו גבאים פאגעל און גאנץ) האט נישט דערלאגט די פארלאגטע שטיצע. ווען ס'איז געקומען צו געבן אן איסור אויף מוסדות בני יואל אין ק" פינעף יאר פריער האט נאך דער גאב"ד מנחת יצחק מיטן ראב"ד הוניאד דערלאגט די פולסטע און פאראייניגטע שטיצע. עכ"פ דער היינטיגער ראב"ד פון אפריקע איז געווען לאיאל דורכאויס. אז מ' גייט צוריק צום ראב"ד פריינד'ס אינגע יארן אלס ר"י אין יטב לב אין ירושלים טרעפט מען א פשוט'ע פארבאט אויפן ר"י - געקומען פון רבין'ס שטוב ווי די הייליגע רעבעצין אלטע פיגא איז געווען מער משפיע ווי מקבל - פון חלילה עולה זיין שישי אדער האבן א שטענדער אדער זאגן ה' מלך.

די היסטאריע איז לאנג און פיל מיט מאכט און איינפלוס געראנגלן.

א גרויסן ייש"כ פאר די היסטארישע אינפארמאציע. ס'פעלט אביסל קלארקייט אבער.
ווער איז פאגעל און גאנץ?
דער חילוק צווישן א איסור אויף בני יואל און מתיר זיין סקול דיסטריקט איז לא קרב זה אל זה. סקול דיסטריקט איז געווען א חידוש וואס כמעט אלע פרומע רבנים האבן געהויבן מיט די ברעמען דערויף. משא"כ בני יואל איז געווען א נארמאלע פארשטענדליכע זאך אז די רבנישע אויטאריטעט האט עס געזען אלס א מרידה במלכות. אינדערהיים איז אזא איסור געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג.
ביטע זייט מער מרחיב איבער'ן פארבאט און ווי אזוי דאס פלעכט זיך אריין אין די גאנצע פאליטיק.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:01 pm#404182
יעקב מענטש האט געשריבן:@ יואליש.

נעכטן הער איך אז הרב שמואל אויערבאך ז"ל האט אפגעהאלטן דעם טאטן פון גיבן א היתר אויפן סקול דיסטריקט, צולייגענדיג אז אזא שאלה באלאנגט פאר א מזרחי רב.

איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אדער נישט, אויב יא, לייגט דאס צו נאך א רינגעלע צו דעם גאר לאנגן קייט.

יעקב מענטש: היינט זוכט מען ארויסצו קראצן א יעדעס ביסעלע קנאות צו ס'איז אמת אדער דמיון אויף הרב שמואל אויערבאך ז"ל. אבער דער פאקט בלייבט אז הרב שמואל אויערבאך ז"ל איז קיינמאל נישט געווען קיין קנאי אין דעם זין פון סאטמאר'ע רבי זי"ע. ער האט אייביג גענומען געלט פאר זיינע מוסדות בשתי ידיים (געזונטערהייט.) און אפילו בשעת ער איז ארויס אקעיגן די גזירת הגיוס, איז ער נישט ארויס מכח קנאות. נאר אז ס'איז ביטול תורה. (לשיטתו.). אזוי אז ער האט געהאט זיינע מאטיוון , אבער דאס אלעס האט נישט געשטאמט פון קנאות און התבדלות...!

און לגבי זיין טאטע. הרב ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל. קען די מעשה נישט זיין ריכטיג. ווייל ער האטציך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק. יהיה מה שיהיה. ער האט כמה פעמים דערקלערט, כלשונו הזך והמתוק..."אז ער לאזט די וועלט פאליטיק פאר די גרויסע רבנים. זאללן זיי פיהרן די וועלט. ער ווילל נאר בלייבן בד' אמות של הלכה"...!
דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:31 pm#404189
ATUB @berlbalaguleh ATUB
האסט נישט געזעהן די הגדת עדות
א שאאד

אינזער בודאפעסטער מעג עס אויך זעהן
l viewtopic.php?f=4&t=12344 l
דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:29 pm#404211
גדליה האט געשריבן:סקול דיסטריקט איז געווען א חידוש וואס כמעט אלע פרומע רבנים האבן געהויבן מיט די ברעמען דערויף. משא"כ בני יואל איז געווען א נארמאלע פארשטענדליכע זאך אז די רבנישע אויטאריטעט האט עס געזען אלס א מרידה במלכות. אינדערהיים איז אזא איסור געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג


דער איסור איז געווען ריין פאלטיש, גארנישט אנדערש פון די ארונים'ס שטעלונג אויף סיטי פיעלד און בארקליס פארזאמלונגן, און די זאליס שטעלונג אויף די נעסאו קאלאסיאים. אויב האסטו געוויסט א רב' ס אלגעמיינע עדידוט כלפי די דאמאלסדיגער הנהגה האסטו געקענט פרעדיקטן זיין שטעלונג אויפן סקול דיסטריקט.
פרייטאג יוני 01, 2018 1:43 am#404228
גדליה האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך: די שרייבסט "אין מיינע אויגן ווען כ'וויל זיך מצייר זיין ווי אזוי רבי יוחנן האבן אויסגעקוקט טראכט איך פון הרב שטערנבוך. א בעל בשר מיט א הויכן שטערן, ברענענדיגע שארפע אויגן און א פארקניפטע געלע בארד". אפגעזען אז ר' יוחנן איז בפשטות קיין בעל בשר נישט געווען, אולי זיין שוואגער ריש לקיש יא, איז אבער קלאר מפורש אין גמרא אז קיין בארד האט ער נישט געהאט בכלל...

וואו שטייט אז ר' יוחנן האט נישט געהאט קיין בארד?

טאקע דארט אין גמ' ב"מ פ"ד ע"א:
אמר רבי יוחנן, אנא אישתיירי משפירי ירושלים... איני, והאמר מר: שופריה דרב כהנא מעין שופריה דרבי אבהו, שופריה דר' אבהו מעין שופריה דיעקב אבינו, שופריה דיעקב אבינו מעין שופריה דאדם הראשון, ואילו ר' יוחנן לא קא חשיב ליה? שאני ר' יוחנן דהדרת פנים לא הויא ליה.
פירש"י: הדרת פנים - זקן.


אצינד וועסטו גוט פארשטיין די המשך הגמ', מיטן באקאנטן מעשה אז ר"ל אלץ באנדיט איידערן ווערן דער שוואגער פון ר"י, האט אמאל געזען ר' יוחנן אין טייך און ער איז אריינגעטאנצן אים צו דעריאגן מיינענדיג אז ער איז א פרוי (והטעם מובן), און ביים קומען נענטער האט ער באמערקט אז ס'איז גאר א מאנסביל, און ער האט זיך אויסגעדריקט "שופרך לנשי".

אויב האט ער געהאט א בארד וואלט ער דאך דאס געקענט באמערקן אויך פונדערווייטענס?
נאר טאקע צוליב דעם וואס ער האט נישט גאהאט קיין זקן און ער איז געווען אויסטערליש שיין, האט זיך געדאכט פאר ר"ל ווען ער האט אים געזען פונדערווייטענס אז דאס איז א פרוי.

אזוןי דארף מען לערנען א סוגיא...
פרייטאג יוני 01, 2018 2:33 am#404229
Re: גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!
יואליש האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:סקול דיסטריקט איז געווען א חידוש וואס כמעט אלע פרומע רבנים האבן געהויבן מיט די ברעמען דערויף. משא"כ בני יואל איז געווען א נארמאלע פארשטענדליכע זאך אז די רבנישע אויטאריטעט האט עס געזען אלס א מרידה במלכות. אינדערהיים איז אזא איסור געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג


דער איסור איז געווען ריין פאלטיש, גארנישט אנדערש פון די ארונים'ס שטעלונג אויף סיטי פיעלד און בארקליס פארזאמלונגן, און די זאליס שטעלונג אויף די נעסאו קאלאסיאים. אויב האסטו געוויסט א רב' ס אלגעמיינע עדידוט כלפי די דאמאלסדיגער הנהגה האסטו געקענט פרעדיקטן זיין שטעלונג אויפן סקול דיסטריקט.

איך מיין אז עס איז נישט אזוי אמת , ארויסגעקומען קעגן דעם זענען טאקע נאר די וואס האבן שוין סייווי געהאט פראבלעמען מיט די הנהגה, אבער עס זענען געווען גענוג וואס האבן געהאלטן אז עס איז א פראבלעם נאר זיי האבן נישט געזוכט ארויסצוקומען שרייען.
פרייטאג יוני 01, 2018 1:09 pm#404289
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט מיט אלעמען?

ניין
מוצ"ש יוני 02, 2018 11:40 pm#404356
אונטער חכם האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:סקול דיסטריקט איז געווען א חידוש וואס כמעט אלע פרומע רבנים האבן געהויבן מיט די ברעמען דערויף. משא"כ בני יואל איז געווען א נארמאלע פארשטענדליכע זאך אז די רבנישע אויטאריטעט האט עס געזען אלס א מרידה במלכות. אינדערהיים איז אזא איסור געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג


דער איסור איז געווען ריין פאלטיש, גארנישט אנדערש פון די ארונים'ס שטעלונג אויף סיטי פיעלד און בארקליס פארזאמלונגן, און די זאליס שטעלונג אויף די נעסאו קאלאסיאים. אויב האסטו געוויסט א רב' ס אלגעמיינע עדידוט כלפי די דאמאלסדיגער הנהגה האסטו געקענט פרעדיקטן זיין שטעלונג אויפן סקול דיסטריקט.

איך מיין אז עס איז נישט אזוי אמת , ארויסגעקומען קעגן דעם זענען טאקע נאר די וואס האבן שוין סייווי געהאט פראבלעמען מיט די הנהגה, אבער עס זענען געווען גענוג וואס האבן געהאלטן אז עס איז א פראבלעם נאר זיי האבן נישט געזוכט ארויסצוקומען שרייען.

אונטער חכם: איך וועל עס מגדיר זיין א ביסל אנדערש. ארויסגעקומען אקעיגן סקול דיסטריקט זענען נאר די וועלכע האבן (ב"ה) נישט געהאט קיין קינדער וועלכע האבן געדארפט אנקומען צו די סערוויסעס וואס דער סקול דיסטריקט האט געגעבן פאר די מענטשן וועלכע האבן (ליידער) געדארפט אנקומען צו די זאכן...!

בעיני ראיתי: איך בין אמאל געווען אין מאנרא , נאך פאר ס'האטציך געגרינדעט די סקול דיסטריקט אידישע סקול פאר ספעציעלע קינדער. אין א געז סטעישן לעבן רט. 208 . דארט איז אויך דא א טריפה'נע מעקדאנאלד'ס רעסטאוראנט. און איך האב באמערקט א גרופ פון ספעציעלע קינדער, ל"ע. צווישן זיי זענען אויך געווען 3 אידישע קינדער מיט קאפלעך. און זיי זענען אריינגעגאנגען אין די מעקדאנאלד'ס צוזאמען מיט זייערע גוי'אישע טיטשער...!

איך ווילל זעהן איין איד וואס זעהט צו אזא סצענע און ער האט נאך איין ווארט צו זאגן אקעיגן דעם סקול דיסטריקט פון מאנרא...!

די אלע רבנים (וכבודם במקומם מונח) וועלכע זענען ארויסגעקומען אקעיגן סקול דיסטריקט האבן זיך נישט גערעכנט מיט'ן מציאות פון לעבן. און א טייל פון זיי זענען סתם היפאקריטן. זיי האבן געוואלט אפרעכענען פאליטישע חשבונות...!

ס'איז אפילו באוואוסט אז איינער פון די גאר חשוב'ע בעלי הוראה פונ'ם היינטיגן דור, איז צוערשט ארויס אקעיגן דעם סקול דיסטריקט. אבער ווען ער האט אויסגעפונען אז זיינ'ס אן אייניקל איז אויכעט נהנה דערפון האט ער טאקע צוריקגעצויגן...!
זונטאג יוני 03, 2018 11:31 am#404450
פוסק הדור האט קיינמאל עקזיסטירט דאס האט מען ממציא גיוון בימי רבי יצחק יעקב ווייס כשנתמנה בעדה
זונטאג יוני 03, 2018 11:53 am#404452
berlbalaguleh האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:סקול דיסטריקט איז געווען א חידוש וואס כמעט אלע פרומע רבנים האבן געהויבן מיט די ברעמען דערויף. משא"כ בני יואל איז געווען א נארמאלע פארשטענדליכע זאך אז די רבנישע אויטאריטעט האט עס געזען אלס א מרידה במלכות. אינדערהיים איז אזא איסור געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג


דער איסור איז געווען ריין פאלטיש, גארנישט אנדערש פון די ארונים'ס שטעלונג אויף סיטי פיעלד און בארקליס פארזאמלונגן, און די זאליס שטעלונג אויף די נעסאו קאלאסיאים. אויב האסטו געוויסט א רב' ס אלגעמיינע עדידוט כלפי די דאמאלסדיגער הנהגה האסטו געקענט פרעדיקטן זיין שטעלונג אויפן סקול דיסטריקט.

איך מיין אז עס איז נישט אזוי אמת , ארויסגעקומען קעגן דעם זענען טאקע נאר די וואס האבן שוין סייווי געהאט פראבלעמען מיט די הנהגה, אבער עס זענען געווען גענוג וואס האבן געהאלטן אז עס איז א פראבלעם נאר זיי האבן נישט געזוכט ארויסצוקומען שרייען.

אונטער חכם: איך וועל עס מגדיר זיין א ביסל אנדערש. ארויסגעקומען אקעיגן סקול דיסטריקט זענען נאר די וועלכע האבן (ב"ה) נישט געהאט קיין קינדער וועלכע האבן געדארפט אנקומען צו די סערוויסעס וואס דער סקול דיסטריקט האט געגעבן פאר די מענטשן וועלכע האבן (ליידער) געדארפט אנקומען צו די זאכן...!

בעיני ראיתי: איך בין אמאל געווען אין מאנרא , נאך פאר ס'האטציך געגערינדעט די סקול דיסטריקט אידישע סקול פאר ספעציעלע קינדער. אין א געז סטעישן לעבן רט. 208 . דארט איז אויך דא א טריפה'נע מעקדאנאלד'ס רעסטאוראנט. און איך האב באמערקט א גרופ פון ספעציעלע קינדער, ל"ע. צווישן זיי זענען אויך געווען 3 אידישע קינדער מיט קאפלעך. און זיי זענען אריינגעגאנגען אין די מעקדאנאלד'ס צוזאמען מיט זייערע גוי'אישע טיטשער...!

איך ווילל זעהן איין איד וואס זעהט צו אזא סצענע און ער האט נאך איין ווארט צו זאגן אקעיגן דעם סקול דיסטריקט פון מאנרא...!

די אלע רבנים (וכבודם במקומם מונח) וועלכע זענען ארויסגעקומען אקעיגן סקול דיסטריקט האבן זיך נישט גערעכנט מיט'ן מציאות פון לעבן. און א טייל פון זיי זענען סתם היפאקריטן. זיי האבן געוואלט אפרעכענען פאליטישע חשבונות...!

ס'איז אפילו באוואוסט אז איינער פון די גאר חשוב'ע בעלי הוראה פונ'ם היינטיגן דור, איז צוערשט ארויס אקעיגן דעם סקול דיסטריקט. אבער ווען ער האט אויסגעפונען אז זיינ'ס אן אייניקל איז אויכעט נהנה דערפון האט ער טאקע צוריקגעצויגן...!


אמאל איז געוועהן א רבי וואס האט געהאלטן א דרשה אז אידן עסען טריפות, טשיזבורגערס, מיט חזיר. איז אים איינער געקומען זאגן אז זיין אייגענע אייניקל איז נהנה דערפון האט ער גלייך אויפן פלאץ צוריקגעצויגן...

איך פסקן נישט צי דער סקול דיסטריקט איז כשר אדער פסול ווייל איך בין קיין פוסק ניט אבער דאס אז איינער איז נהנה דערפון איז נישט קיין מדובר ביי הלכה. סאיז דא מענשטען וואס זענען נהנה פון אסאך זאכן, אלזא ווערט עס נאכנישט מותר. און אפילו דו האסט געזעהן אידישע יונגלעך אריינגיין אין מאקדאנאלדס מיינט נאכנישט אז מ׳דארף עפענען א ״פובליק סקול״... ס׳מיינט אז מיר דארפן האבן א אייגענע מוסדות ווי ״חוש״ און ״HASC” אבער די ״פובליק סקול״ איז דאך נאר געוועהן פאר ״געלט״...

ס׳געפעלט מיר ווי די אלע ארונים און אלע חסידים דרייען די תורה צו זייער זייט. די פובליק סקול אן קיין מזוזות איז מותר... אויב אבער איינער רופט נישט דעם אהרוני צוזיין חופה זענען די קינדער ממש ״ממזרים״ מן התורה. פלוצלינג דא טאנצן זיי שוין יא אויף די זייט פון הלכה און מסורה. נאר ווען סאיז פאליטש גוט פאר זיי. דערנאך זאגן זיי אויף אלע רבנים וואס זענען ארויס קעגן די ״פובליק סקול״ אז זיי האבן פשוט נגיעות און פאליטישע חשבונות. משא״כ ביי זיי איז אלעס ריין פון פאליטיק...


דער ״נער׳לע״ (ר׳ חיים מאירל מוויזניץ זצ״ל) זאל ארויסגיין פון מקוה...
זונטאג יוני 03, 2018 11:57 am#404454
אברם: כמו שאמרתי. אז נאכדעים האט עס געירש'נט הרב שמואל וואזנער ז"ל. פאר דעם איינציגסטן טעם וואס ער איז געווען די לענגסטע אין די מחנה פון סאטמאר. ס'איז דא פיקטשערס פון די בראשית יארן, ווען די סאטמאר'ע רבי זי"ע איז געקומען וואוינען קיין ארץ ישראל. ר' שמואל וואזנער איז נאך דאמאלס געווען א יונגערמאן. מ'זעהט איהם ביים קבלת פנים. און שמועסן מיט האדמו"ר מסאטמאר...!
זונטאג יוני 03, 2018 12:12 pm#404459
שבת אחים: ס'קאסט מיך א גרויסן און הויעכן לאך. פונקט דו ביסט דער מענטש וועלכער דארף האבן די מזוזות אין פראנט. (נישט אינעווייניג) און פונקט דו ביסט דער מענטש וועלכער גלייכט צו דעם סקול דיסטריקט צו טשיעזבורגערס. כאילו דו האסט נאך קיינמאל אין דיין לעבן ח"ו נישט איבערגעטרעטן א שוועל פון א טיר וועלכע האט נישט געהאט קיין מזוזוה אין פראנט. (די אלע נייטקלאבס. כשר'ע און נישט אזוי כשר'ע?!). און דו האסט נאך קיינמאל אין דיין לעבן נישט טועם געווען דעם (גוטן) טעם פון עכטע טשיעזבורגערס.)...!ס'מעגליך אז דיך באדערט נישט ווען דו זעהסט אידישע קינדער גיין צוזאמען מיט א גרופ פון גויים. אריינגיין אין א טרייפה'נע רעסטאוראנט. וואס מיינסטו, אז די גוי'אישע טיטשער האט געזאגט פאר די ארבעטערס אין מעקדאנאלד'ס אז פאר די אידישע קינדער זאלל מען נישט ארויפלייגן קיין טשיעז אויף די בורגערס...?! איך בין נישט קיין קנאי. ווייל ווען יא. וואלט איך שוין מוחה געווען אנטקעיגן דעם. און איך וואלט שוין געווארן ארעסטירט. און די לחירות ארגאניזאציע (אדער בעריש פרייליך ) וואלט שוין געמוזט קומען מיך באפרייען פון תפיסה...! עניוועי. ווען ס'שטייט אויף א איד און ער ראטעוועט אט די אלע אידישע קינדער פון אזעלכע און אנדערע נישט גוטע מצבים, ווערט מען פלוצלינג א פרומער. מ'דערמאנט זיך אה... יענער האט נישט קיין מזוזות אויפ'ן טיר. זיינע ציצית זענען פסול. און נאך אנדערע חטאים. אבער דער הויפט חטא ביי די אלע קריטיקירערס וועלכע שעמהען זיך נישט ארויסצוזאגן עס בפה מלא, איז אז ר' אהרן מאכט געלט פון דעם...אה... דאס איז די גרעסטע עבירה...א קלוגער איד האט אמאל געזאגט אז ס'איז נישט דא שנאת חינם ביי אידן... אלעס איז געלט...!
זונטאג יוני 03, 2018 12:41 pm#404467
בערל די בילדער זענען פין תש"ו
זונטאג יוני 03, 2018 1:45 pm#404478
גדליה האט געשריבן:וואו שטייט אז ר' יוחנן האט נישט געהאט קיין בארד?

בבא מציעא פד:
שאני ר' יוחנן דהדרת פנים לא הויא לי', ופירש"י שלא הי' זקנו מגודל
זונטאג יוני 03, 2018 2:04 pm#404489
נקודת אמת: אבער דער קאנטעקסט פון די גמרא איז פונקט די פארקערטע...! אזוי ווי ריש לקיש האט געזאגט צו ר' יוחנן..."שופריך לנשי"...!
זונטאג יוני 03, 2018 2:15 pm#404496
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ס'קאסט מיך א גרויסן און הויעכן לאך. פונקט דו ביסט דער מענטש וועלכער דארף האבן די מזוזות אין פראנט. (נישט אינעווייניג) און פונקט דו ביסט דער מענטש וועלכער גלייכט צו דעם סקול דיסטריקט צו טשיעזבורגערס. כאילו דו האסט נאך קיינמאל אין דיין לעבן ח"ו נישט איבערגעטרעטן א שוועל פון א טיר וועלכע האט נישט געהאט קיין מזוזוה אין פראנט. (די אלע נייטקלאבס. כשר'ע און נישט אזוי כשר'ע?!). און דו האסט נאך קיינמאל אין דיין לעבן נישט טועם געווען דעם (גוטן) טעם פון עכטע טשיעזבורגערס.)...!ס'מעגליך אז דיך באדערט נישט ווען דו זעהסט אידישע קינדער גיין צוזאמען מיט א גרופ פון גויים. אריינגיין אין א טרייפה'נע רעסטאוראנט. וואס מיינסטו, אז די גוי'אישע טיטשער האט געזאגט פאר די ארבעטערס אין מעקדאנאלד'ס אז פאר די אידישע קינדער זאלל מען נישט ארויפלייגן קיין טשיעז אויף די בורגערס...?! איך בין נישט קיין קנאי. ווייל ווען יא. וואלט איך שוין מוחה געווען אנטקעיגן דעם. און איך וואלט שוין געווארן ארעסטירט. און די לחירות ארגאניזאציע (אדער בעריש פרייליך ) וואלט שוין געמוזט קומען מיך באפרייען פון תפיסה...! עניוועי. ווען ס'שטייט אויף א איד און ער ראטעוועט אט די אלע אידישע קינדער פון אזעלכע און אנדערע נישט גוטע מצבים, ווערט מען פלוצלינג א פרומער. מ'דערמאנט זיך אה... יענער האט נישט קיין מזוזות אויפ'ן טיר. זיינע ציצית זענען פסול. און נאך אנדערע חטאים. אבער דער הויפט חטא ביי די אלע קריטיקירערס וועלכע שעמהען זיך נישט ארויסצוזאגן עס בפה מלא, איז אז ר' אהרן מאכט געלט פון דעם...אה... דאס איז די גרעסטע עבירה...א קלוגער איד האט אמאל געזאגט אז ס'איז נישט דא שנאת חינם ביי אידן... אלעס איז געלט...!

פארשטיי איך נישט די אלע ווערטלעך, ווי קומט עס אריין דא?
שבת אחים (אפגעזען זיין פערזענליכע סטאטוס, קבל את האמת ממי שאמרו) זאגט א שטארקע נקודה, מיט אפאר ווערטלעך מאכסטו עס אוועק? די קשיא בלייבט קשיא. עס קוקט אויס ווי זיי שפילן מיט די תורה לויט זייער גוסטע.
זונטאג יוני 03, 2018 2:22 pm#404498
ארי נוהם האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך: די שרייבסט "אין מיינע אויגן ווען כ'וויל זיך מצייר זיין ווי אזוי רבי יוחנן האבן אויסגעקוקט טראכט איך פון הרב שטערנבוך. א בעל בשר מיט א הויכן שטערן, ברענענדיגע שארפע אויגן און א פארקניפטע געלע בארד". אפגעזען אז ר' יוחנן איז בפשטות קיין בעל בשר נישט געווען, אולי זיין שוואגער ריש לקיש יא, איז אבער קלאר מפורש אין גמרא אז קיין בארד האט ער נישט געהאט בכלל...

וואו שטייט אז ר' יוחנן האט נישט געהאט קיין בארד?

טאקע דארט אין גמ' ב"מ פ"ד ע"א:
אמר רבי יוחנן, אנא אישתיירי משפירי ירושלים... איני, והאמר מר: שופריה דרב כהנא מעין שופריה דרבי אבהו, שופריה דר' אבהו מעין שופריה דיעקב אבינו, שופריה דיעקב אבינו מעין שופריה דאדם הראשון, ואילו ר' יוחנן לא קא חשיב ליה? שאני ר' יוחנן דהדרת פנים לא הויא ליה.
פירש"י: הדרת פנים - זקן.


אצינד וועסטו גוט פארשטיין די המשך הגמ', מיטן באקאנטן מעשה אז ר"ל אלץ באנדיט איידערן ווערן דער שוואגער פון ר"י, האט אמאל געזען ר' יוחנן אין טייך און ער איז אריינגעטאנצן אים צו דעריאגן מיינענדיג אז ער איז א פרוי (והטעם מובן), און ביים קומען נענטער האט ער באמערקט אז ס'איז גאר א מאנסביל, און ער האט זיך אויסגעדריקט "שופרך לנשי".

אויב האט ער געהאט א בארד וואלט ער דאך דאס געקענט באמערקן אויך פונדערווייטענס?
נאר טאקע צוליב דעם וואס ער האט נישט גאהאט קיין זקן און ער איז געווען אויסטערליש שיין, האט זיך געדאכט פאר ר"ל ווען ער האט אים געזען פונדערווייטענס אז דאס איז א פרוי.

אזוןי דארף מען לערנען א סוגיא...

הערליך שיין מפרש געווען די גמרא. חילך לאורייתא!
זונטאג יוני 03, 2018 3:33 pm#404536
גם מצטרף
זונטאג יוני 03, 2018 10:09 pm#404630
שמעקעדיג: אויב דו רעדסט פונ'ם סקול דיסטריקט, ביניך שטארק מחולק. טאקע אפגעזעהן פון שבת אחים'ס פערזענליכער סטאטוס. דאס איז נאר געווען א ווערטל. אבער די סצענע וואס איך האב צו געזעהן מיט די אידישע קינדער וועלכע זענען אריינגעגאנגען אין מעקדאנאלד'ס שטעכט ביים הארצן פאר א יעדן ערליכן איד. דאס גיין בעצם פון א אידיש קינד מיט א גרופ פון גויים איז דאך א הארץ ווייטאג. נאר ס'איז געשעהן ווייל ס'איז דאמאלס נישט געווען קיין אידישע סקול פאר ספעציעלע קינדער. און אט דאס קומט דער סקול דיסטריקט צו ראטעווען. האט זיך שוין אלעס געלוינט. די איבעריגע חסרונות זענען נאר קלייניגקייטן (הידורים) אקעיגן דעם הויפט ציעל...! אז די מזוזות זענען נישט געווען אינדרויסן. נאר אונטער די טיר. ביי נארמאלע קינדער אין א ת"ת איז עס טאקע א פעילער. אבער דא דארף מען פארקוקן אויף דעים. אויב דאס איז דער אופן ווי די רעגירונג געט געלט. און די צווייטע טענה אז מ'טאר נישט לערנען קיין אידישקייט אלס רעליגיע. נאר אלס אידישע היסטאריע, איז אויך נישט קיין טענה. ווייל מ'לערנט דאך סוכ"ס אידישקייט מיט די קינדער, לפי שכלם והדרגתם...!
מאנטאג יוני 04, 2018 12:21 am#404651
berlbalaguleh האט געשריבן:אידישע קינדער וועלכע זענען אריינגעגאנגען אין מעקדאנאלד'ס שטעכט ביים הארצן פאר א יעדן ערליכן איד. דאס גיין בעצם פון א אידיש קינד מיט א גרופ פון גויים איז דאך א הארץ ווייטאג. נאר ס'איז געשעהן ווייל ס'איז דאמאלס נישט געווען קיין אידישע סקול פאר ספעציעלע קינדער. און אט דאס קומט דער סקול דיסטריקט צו ראטעווען. האט זיך שוין אלעס געלוינט.

ווילעך נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער בקיצור נמרץ, עס איז יא געווען דעמאלס אין קרית יואל א אידישע מוסד פאר ספעציעלע קינדער, נאר עס איז געווען קרעציג וד"ל.
מאנטאג יוני 04, 2018 2:22 am#404752
-להוי ידוע די אייננצוגס דרשה וואס די גאבד האט געזאגט און די אונגערישע הייזער איז פון הרב כהנמן שוין דעווען דעדריקט ערגעץ
-אגב אויב טיטן ראב"ד איז גארנישט? ר' משה ארי' האט יארן געהאט די טיטל, אין עס איז געווען א חשיבות....
-תשכז האט שוין די רבי זיע געהאט אויפן טיש ספר מועדים וזמנים כפי ששמעתי בשם עד נאמן
- קען זיין אז פאר גאבד דארף מען נישט זיין קיין מר ברב אשי נאר א גוטע מנהיג אין א נערליכע יוד, עכפ יעצט איז זיכער אזוי
מאנטאג יוני 04, 2018 2:26 am#404756
די טיטל ראב''ד איז ריזיג, ווען איינער געט עס, נישט ווען מען נעמט עס אליין. ווען איז געווען ר' משה'ס איינצוגס דרשה אדער לחיים להכתרתו כראב''ד?? קיינמאל פאסירט!
מאנטאג יוני 04, 2018 3:34 am#404796
רעביש בלוט האט געשריבן:-להוי ידוע די אייננצוגס דרשה וואס די גאבד האט געזאגט און די אונגערישע הייזער איז פון הרב כהנמן שוין דעווען דעדריקט ערגעץ
-אגב אויב טיטן ראב"ד איז גארנישט? ר' משה ארי' האט יארן געהאט די טיטל, אין עס איז געווען א חשיבות....
-תשכז האט שוין די רבי זיע געהאט אויפן טיש ספר מועדים וזמנים כפי ששמעתי בשם עד נאמן
- קען זיין אז פאר גאבד דארף מען נישט זיין קיין מר ברב אשי נאר א גוטע מנהיג אין א נערליכע יוד, עכפ יעצט איז זיכער אזוי

רעביש בלוט: דאס האטציך נאר ארויסגעוויזן בדיעבד: אבער די ארונים וועלכע האבן איהם שטארק געשטיצט בשעתו (שוין שיער געשריבן מכתיר געווען.) האבן זיך געפאפט אין איהם. זיי האבן געמיינט אז ער איז יא א מנהיג...! אבער, למעשה האט ער זיך געבויגן פאר די סיקריקים
מאנטאג יוני 04, 2018 9:20 am#404802
און דאס מאכט אים שוין אויס מנהיג? ווייל ער שפירט אז ס'דא נאך א צד?

הערשט דאס מאכט אים פאר א מנהיג! ער לאזט זיך נישט פון כבוד און געלט! ער טוט וואס ער האלט ס'איז ריכטיג פאר כבוד שמים! נישט ווי אנעדערע פוסקי דורינו וואס ווען מען בעט נישט צו רעדן פון גיוס פאלגט מען פאר אפאר דאלער....
מאנטאג יוני 04, 2018 11:18 am#404823
יואליש האט געשריבן:די רילעשינשיפ פון די שטיבל אין עדה החרדיות מיטן קוויטעל שרייב-שטוב פון סאטמאר אין ברוקלין איז קאמפלאצירט. דער ראב"ד איז שוין געווען א הערא פאר די ברך משה-חסידים-הנקרא-ארונים לאגער ווען ער איז געקומען צו הילף מיט א היתר פארן קרית יואל סקול דיסטריקט ווען דער דאמאלסדיגער גאב"ד ירושלים / הוניאד מיטן רעבעצין טארים (ווען משה דער גבאי האט פארלוירן איינפלוס צו גבאים פאגעל און גאנץ) האט נישט דערלאגט די פארלאגטע שטיצע. ווען ס'איז געקומען צו געבן אן איסור אויף מוסדות בני יואל אין ק" פינעף יאר פריער האט נאך דער גאב"ד מנחת יצחק מיטן ראב"ד הוניאד דערלאגט די פולסטע און פאראייניגטע שטיצע. עכ"פ דער היינטיגער ראב"ד פון אפריקע איז געווען לאיאל דורכאויס. אז מ' גייט צוריק צום ראב"ד פריינד'ס אינגע יארן אלס ר"י אין יטב לב אין ירושלים טרעפט מען א פשוט'ע פארבאט אויפן ר"י - געקומען פון רבין'ס שטוב ווי די הייליגע רעבעצין אלטע פיגא איז געווען מער משפיע ווי מקבל - פון חלילה עולה זיין שישי אדער האבן א שטענדער אדער זאגן ה' מלך.

די היסטאריע איז לאנג און פיל מיט מאכט און איינפלוס געראנגלן.

ידוע, אז דער הוניאד'ער רב (אדער בנוסח בני ירושלים: "מרן הגאב"ד הרמ"א זי"ע")
איז געוועהן ביים בעלז'ער-רב-זכרונו-לברכה נאך איידער ער האט גע'חתמ'עט אויפ'ן חוב-קדוש פונעם בחירות,
און דער הייליגער צדיק האט עם געהאט געפרעגט וואס האלט סאטמאר'ער רב אויף דער עניין,
און (שמעתי מאחד ששמע מר' משה אריה בעצמו) משב"ק הרה"ח שלום פויגל ז"ל האט געוויזן פאר ר' משה אריה זאל שווייגען
(ר' משה ארי' האט געוויזן די תנועה וואס שלו'-פויגל-ע"ה האט אריבער געפירט די פינגער אויפ'ן האלדז... {פון רעכטס צו לינקס פארשטייטזיך...})
דעם רעבי'ן זכותו-יגן-עלינו האט געוואוסט אז דער בעלזער רב האט געפרעגט, און ר' משה ארי' האט נישט געענטפערט,
און ער האט געקלערט אז ר' משה ארי' האט דאס געטוהן מחמת ביטולו והתקשרותו להרב דבעלזא און אלטס דעם האט מען עם נישט ממנה געוועהן צו קיין שום תפקיד אין סאטמאר אין ירושלים.
ווייל דער רבי האט געהאלטן אז לו-יצוייר ווען בעלזער-רב-זכרונו-לברכה וואלט געוואוסט אז ער האלט אז ס'איז אסור וואלט ער נישט געחתמ'עט אויפ'ן חוב-קדוש
(א זאך וואס איז נישט מופקע, ווייל איינער פון די איינציגסטע אויסדרוקן וואס מ'האט געהערט פונעם רב-זכרונו-לברכה זעלבסט איבער דעם עניין איז אז
די-טאטע-זכרונו-לברכה {מהרי"ד מבעלזא} האט איהם אויסגעלערנט, "אז מ'טוט אן עוולה דארף דאס באנק-טאהן, און וואס זאל יעך טאהן אז ס'האט מיר נישט באנק געטאהן בשעת'ן חתמ'נען",
און דער רבי האט געהאלטן {לפי הבנתו בשיטת בעלזא} אז ווען ער וואלט נישט געחתמ'עט מעיקרא וואלט ער יא מסכים געוועהן מיט זיין שיטה)
שמעתי מסאקמורי אחד אז תיכף נאך ווען דער רבי (ר' יואל מסאטמאר) איז געוואר געווארן די פרטים אז מ'האט געסטראשעט ר'-משה-ארי'
און וועגן פחד האט ער נישט געזאגט דעם רבי'נס מיינונג האט ער באלד מוחל געוועהן און עם ממנה געוועהן צו דער ריש מתיבתא דירושלם.

(נ.ב. כידוע סאקמורים אינם מאמינים מעשיות, אע"כ אף אינם נאמנים במעשיותיהם דכל שאינו ראוי לבילה וכו' ואכהמל"ב...)

זכות כל הצדיקים יגן עלינו אמן
מאנטאג יוני 04, 2018 1:16 pm#404849
נקודת-אמת האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:וואו שטייט אז ר' יוחנן האט נישט געהאט קיין בארד?

בבא מציעא פד:
שאני ר' יוחנן דהדרת פנים לא הויא לי', ופירש"י שלא הי' זקנו מגודל

אפשר איז פשט אז ס'איז נישט געווען לאנג, אבער א שטיקעל בארדע האט ער יא פארמאגט?
מאנטאג יוני 04, 2018 3:00 pm#404865
לא יתכן הרי ריש לקיש חשבו לאשה
מאנטאג יוני 04, 2018 3:14 pm#404867
עס האט געווארט א געפאקטע עולם אין סטאלין אויף דער שיעור פין ראב"ד, און ער איז נישט אנגעקומען.
מאנטאג יוני 04, 2018 5:11 pm#404879
ארי נוהם האט געשריבן:די אשכול איז גאנץ וויציג, אבער אירע פרטים הונקען גאר שטארק אונטער, אזש ס'טוישט די צורת הדברים:


א. די טיטל פוסק הדור אויף הרב וואזנער איז הערשט געווארן סוף ימי חייו, און טאקע אין טייל אויך אדאנק די ארונים וואס האבן אים מכתיר געווען מיט דעם, זייענדיג א חסיד פון זייער רבי.

ב. ער איז נישט געווען דער גרעסטער משיב הדור. ר' מנשה הקטן, יאקע רב, ר' נתן געשטעטנער, צאנזע דומ"ץ, און נאך א ליסטע פון רבנים האבן אויך משיב געווען מיט אסאך בענדער. הרב וואזנער'ס מעלה איז געווען זיין גלאטקייט, נישט שרייבן צו לאנגע מערכות ווען ס'פעלט נישט אויס, און דאס האט אים פארוואנדלט אלץ פוסק וואס מציטירט מער פון אנדערע משיבים.

ג. אפיציעל האט דער גאב"ד מסודר'דיגע תשובות, חידושים, און הערות בכל מקצועות התורה, אנגעהויבן ביי ש"ס און געענדיגט ביי הערות על סדר ד' חלקי שו"ע. ער געט עס נישט ארויס בחייו ווי געוויסע האבן זיך געפירט (און ער איז א שרעקליכע עקשן וועם מ'קען נישט איבערצייגן עס ארויסצוגעבן להראות להעמים יופיו וכו'). כ'נעם נישט אחריות אויף דעם, אבער כ'האב עס געהערט פון עטליכע אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי אים. אין זיין ספרים שטוב זענען דא בענדער מכתבי ידיו.

ד. כ"ק מרן הגאב"ד איז א טיטל וואס א פריערדיגער האט שוין געקריגן (טיילנדיג אן ענליכן גורל ווי דער היינטיגער גאב"ד), ה"ה ר' משה אריה פריינד. ער איז דער ערשטער - חוץ סאטמער רב - וואס בנוסף צום גאב"ד'שאפט איז ער געווען א גאנצע רבי מיט חסידים, אויף וועם ס'האט געפאסט אזא טיטל. ונוסף גם הוא, הרי"מ דושינסקי, אז ער איז געווארן אן אדמו"ר, ועכשיו אכשר דרא ואיתמחי גאב"ד מיט חזקה ג' פעמים, אז דער גאב"ד איז א שטיקל רבי'לע מיט קוויטלך ושאר מרעין בישין.

ה. נישט ארוינים און נישט זאלוינם האבן געזוכט א פוסק הדור. סך הכל, ווען די ארוינם האבן געזיכט צו פראסקען דעם גאב"ד פארן פירן די מערכה קעגן גלובנציץ, האבן זיי געקרוינט ר' משה שטרנבוך אלץ שר התורה, און נאכהער אלץ פוסק הדור, כי זה דרכם כסל למו אז מ'פראפאגאנדירט ביז דער עולם גלייבט די ניי באשאפענע פאקטן.

ו. ר' משה שטרנבוך גייט טאקע נישט מיט די גאלדענע קאפטן, אבער ער גייט מיט א גאלדענע בעקישע אין ספעציעלע זמנים. ספעלט אים גארנישט פון די סארט זאכן, סך הכל איז הרב ווייס נישט פון בריסקער חדר, קען ער טראגן דעם היינט צוטאגיגן חסידישן/אלט-ליטווישן בגד הנקרא קאפטן, ווידער בריסקע חברה האבן קיין שייכות מיט א קאפטן, טראגט ער א בעקישע וואס קען טאקע אויך זיין גאלד.

ז. ר' משה שטרנבוך האט געשריבן פילע חיבורים בכל מקצועות התורה, און פארט האט ער נישט אזא אנגעזעענע נאמען אין די וועלט פון פוסקים. א פסק פון ר' ניסים קרליץ, ר' דוד פיינשטיין, ר' מרדכי גרוס, הרב שרייבער, ר' פישלע, ר' משה שאול קליין, הרב שפרן, וכו' וכו', טראגט פיל מער געוויכט ביי יעדן וואס ליגט אין סיי וועלכע נושא. דער סיבה איז פשוט, ר' משה שטרנבוך איז טאקע אן עילוי, אבער זיינע פסקים הייסן אביסל קרום און ער איז נישט קיין גלאטע מענטש. זיין מועדים וזמנים האט מצליח געווען ווייל ער האט מחדש געווען די מושג פון האבן גוטע בירורים איבער אלע טשיקאווע זאכן פאר יעדן יום טוב, אבער זיינע אייגענע תשובות זענען נישט אזוי גלאט. והיינו טעמא דדורכפאל אז ער איז נישט געווארן גאב"ד זעלבסט בשעתו, ואכהמ"ל.

ח. כ'האב קיינמאל געהערט אז ער האט א צורה, וכ"ש "ערנסטע בעל צורה". זיינע שארפע אויגן וואלט איך ענדערש באצייכנט אלץ עילוי'שע אויגן, א צורה האט ער בכלל נישט.

ט. מעסיג בעניני קנאות איז אן אומריכטיגע טיטל. ער איז א בריסקער, און האט אנגענומען זייער קו בענין דת ומדינה. מיט סאטמאר האט עס געארנישט. נאכמער, ווען ס'האט זיך געטון די מצעד הגאוה אין ירושלים, איז ער ארויסגעקומען די מערסטע ווילד און שארף, און דארט האט מען געזען די שטריכן וואס מ'זעט נישט געווענליך. ועוד יש לדון בזה, באהבתו להגאב"ד וקנאות הגאב"ד ואין מגלין אלא ליודעי דבר, בבחינת יהיב חכמתא לחכימין.

י. סתם להודיע בשער בת רבים, קיין זאלויני בין איך נישט (ודרוש דרשתי כמה פעמים בענין בראקעליס און פאטעטאס סענטער פאריגע יאר), און מער פון דעם - איך פערזענליך האב מער א נטיה לצד הראב"ד און גארנישט צום גאב"ד, אבער פאקטן זענען פאקטן.
עטליכע נקידות בנוגע דעם גאב''ד, דער גאב''ד האט באקומען די רביס'טווע מיטן טילופ נאך די פרשה פין בית שמש ווען די גאב''ד האט זיך געקריגט מיטן ראב''ד אין ר' יעקב בלוי ז''ל, זינט דאן האט דער איד האט געגבן די טיטול 'גדול הדור' וואס איז אסאך א גרעסרע ליצנות לענ''ד,