דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:03 pm#404169
ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
נאך לאנגע יארן פון זיך משדך זיין און לעבן באחדות האבן די צוויי חסידות זיך צעאמפערט און ס'הויך יום טוב.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען מרן מוויזניץ מאנסי האט באזוכט ביי קאסאן-הילקרעסט/סקווירא נאכן ווערן אויפגענומען אלס רבי. דאס האט אנגעצינדן א פייער ביי ראשי ורבני ק''ק סקווירא, דערנאך ווען וויזניץ מאנסי איז געווען לעצטע וואך ביי א בר מצוה אין סקווירא האט ער לדאבונינו באקומען א פשוטער בענקל אנשטאט א שטול און זיין זיץ-פלייש האט אנגעהויבן ווייטון נאכן נישט זיצן אויף אזא בענקל פאר דריי חדשים נאכאנאנד.
אלס אות מחאה האבן אלע אחים האדמורי''ם מוויזניץ איגנארירט די נעכטיגע חתונה בבית סקווירא און קיין איינער פון זיי האבן זיך נישט משתתף געווען.
אין די קומענדיגע טעג גייט די מחלוקה אריינגיין אין די העכסטע פאזעס ווען זיי מאכן בר מצוה א בשותפות'דיג אייניקל, הבחור בן ר' יעקב יוסף בן אדמו''ר מוויזניץ מאנסי חתן האדמו''ר מסקווירא.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די מעמד הנחת תפילין א חודש פאר די בר מצוה כנהוג פארקומען אין סקווירא און האדמו''ר מוויזניץ גייט זיך נישט באטייליגן, די בר מצוה וועט פארקומען אין מאנסי און האדמו''ר מסקווירא וועט בלייבן זיצן אויף זיין כסא מחילה בשיכנתו.
פרטים יבואו - ימים ידבירו - ונזכה ונחיה - ובכן צדיקים