Re: דער בחור דארף העלפ...
אמן
לדעתי, איז מען נאר מחוייב ללמדו אומנות אזויפיהל אז בדרך הטבע קען ער טרעפען ארבעט. זיי גייען אין א חדר מיט א פיינעם ענגליש פראגראם, אזש זיי קענען רעדען, ליינען און פראסעסען אינפארמאציע אין א נארמאלען שפראך. פונקט ווי איך האב געקענט. פונקט ווי איך לעב נישט פון ניסים גלויים, וועלען זיי אויך האבען אזא טשאנס.
אגב, אפאר יאר צוריק, האט מיין ניין יעריג אינגעל מיר געפרעגט פארוואס דארף ער גייען צו לימודי חול. האב איך איהם גע׳ענטפערט אז אין תורה שטייט ללמדו אומנות. אפאר שעה שפעטער האט ער מיר געפרעגט צו א מגיד שיעור אדער א רב ווערען באצאלט, האב איך איהם גע׳ענטפערט אז מ׳האלט זיי עטוואס אויס כדי זיי זאלען קענען אנגייען מיט די ארבעט. האט ער מיר געזאגט אז ער האט אן עצה, ער וועט זיך זעצען לערנען און ווערען א רב\מגיד שיעור און ער דארף נישט קיין ענגליש. א פיינעם פלאן, ניין?
וואס ענטפערט מען? איך האב איהם געזאגטאז מ׳מעג נישט זיין קליגער ווי די תורה, און אז אין תורה שטייט ללמדו אומנות, מאכט מען נישט קיין חכמות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk