Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען

פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 69 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12399
דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:53 am#406848
פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דער ספר פסקי תשובות איז זייער א פאפולערע ליקוט על סדר המשנה ברורה. בד בבד מיט די פארשפרייטונג פון די ספר, דרייען זיך ערנסטע טענות פון גרייזען און פראבלעמען. איך האב געהערט דריי סארט פראבלעמען דערמיט, און איך בעט דער עולם זאל צולייגען פרטים און זייער אייגענע ערפארונג דערמיט.

א. די מראה מקומות זענען אפט פארגרייזט. דאס מיינט הן אז די סימנים זענען נישט אקוראט, און הן אז ער ברענגט אראפ פאלש וואס עס שטייט אין יענער ספרים און הן אז ער שטעלט צו א תשובה פון איין נושא ווען עס האט נישט קיין שייכות מיט די נושא.

ב. ער האט אגענדעס, עפ"י רוב צו פארענטפערען די פוילישע חסידישע אויפפיהרונגען. ווען ער שרייבט א ספר מיט די ציל, איז עס אויסגעהאלטען. יעדער פארטיי דינגט אפ יונגעלייט זיך צו פארטיידיגען להלכה, און זיי זענען נישט ווייניגער. אבער א ליקוט אויף הלכה איז גאר אן אנדערע נידון.

ג. ער האט נישט קיין משקל וויאזוי צו ברענגען תשובות און ספרים. א ליקוט פון א יונגערמאן אין שיכון סקווער האט דער זעלבע משקל ווי א פסק פון הרב נסים קרליץ וואס האט דער זעלבע משקל ווי א תשובה אין חתם סופר.

איך ווייס אז די אלע טענות זענען מעגליך נישט קיין פירכא אויף דער מענטש, ער האט נאך אלס געטוהן אסאך גוט'ס אין זיין לעבען און מ'קען איהם פערזענליך פארטיידיגען. אבער די פלאץ וואס זיין ספר פארמאגט אין דער וועלט, אויף די טישען פון אלע מורי הוראות און יונגעלייט וואס זוכען א שארט קאט צו קענען פסק, איז נישט בארעכטיגט טאמער די טענות זענען אמת.

טאמער איינער האט לעצטענס געלערנט א סימן אין או"ח און ער האט ווא סמעורר צו זיין מיט מראה מקומות, ביטע אפיר ברענגען.

ביטע האלטען די אשכול אויף די רעלסען און נישט ברענגען אומרעלעוואנטע טענות און עניינים.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:05 pm#406850
די צווייטע טענה וואס דו זאגסט איז זייער אינטערעסאנט. איך מיין אז יעדע ספר איז געשריבן מיט נגיעות, אבער די פסקי תשובות איז עפעס מער ווי נארמאל. כ'האב טאקע באמערקט אפאר מאל אז ווען ס'קומט צו געוויסע חסידישע געפירעכטס ווערט ער אינגאנצן ווילד און נעמט זיך רעדן זייער שארף קעגן די וואס האבן טענות. קען זיין אז טאקע ווייל ער ברענגט געווענליך אסאך מראי מקומות קוקט עס נאר אויס אזוי, אבער ס'זעט אויס זייער נישט גוט. למעשה גערעדט, איך ווייס נישט פארוואס איינער זאל האבן טענות אויף איהם ס'איז אלץ בעסער אזא ספר מיט גרייזן, ווי בכלל נישט מאכן. אדרבה, אויב איינער האט טענות לאמיר זען וואס ער קען.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:42 pm#406855
איך וועל ברענגען די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט יארען צוריק.

אין די ספר אשי ישראל פכ"ה אויף הל' תפלה, ברענגען ער פון הרב משה פיינשטיין ביי א מענטש וואס געפונט זיך אין א מנין וואס זאגט נישט קיין תחנון, אן קיין עמטליכע הלכה'דיגע מקור, זאל ער זאגען תחנון ברבים און נישט אננעמען דער 'מנהג'. און אזוי אויך ברענגט פון הרב אלישיב. איך האב נישט די ספר פאר מיר, און עס איז מעגליך אז נאר איינער פון זיי ברענגט עס מיט די שארפקייט אז מ'קומט מוחה זיין אויף די נישט אויסגעהאלטענע אויפפיהרונג, אבער אזוי שטייט עס דארט.

יעצט טוט'ס א קוק אין פסקי תשובות ח"ב עמ' סד - סה, ווי ער ברענגט די שיטה. ער ברענגט נאר הרב אלישיב און ער פארדרייט די סברא 'שבימינו שנתקבצו בכל עיר ועיר שבטי ישראל לעדותיהם ומנהגיהם, ושינויי הנוסחאות ידועים, ואין מקפידים כ"כ, ובפרט בבתי כנסיות שיש בהם מנינים הרבה אחד אחר השני או בכמה חדרי תפילה, וכשיחיד אינו נופל על פניו ניתן לתלות שהוא מתפלל עם מנין אחר וכיו"ב, לכן יכול כל אחד לנהוג כמנהגו לענין נפילת אפים, אך ישתדל עד כמה שאפשר שיהיה בצינעא ובאופן שלא יהיה ניכא שינוי מנהגו ממנהג המקום'. און די מקור אין אות 43 איז די ספר אשי ישראל בשם הגרש"ז אויערבאך און הגרי"ש אלישיב.

איהר הערט א פארדרייטע פסק? ניין, זיי זענען נישט מתיר נישט צו זאגען תחנון אויף דיין רבינ'ס יארצייט אין א בית המדרש ווי מ'זאגט יא, און זיי הייסען נישט זאגען בצנעא. אבער פאר זיין צוועק האט ער אזוי געמוזט שרייבען.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:53 pm#406856
רב ליטוואק

כדי צו פארגרינגערן די ארבעט, ברענגט א סנעפשאט פין פסקי תשובות און פין דער ספר אשי ישראל, אזוי אז דער וויכוח זאל נישט זיין צו די פירסט דיך גאר מיט דעם וואס די טוסט באשולדיגן דער פסקי תשובות זעלבסט.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:56 pm#406857
לענין עיקר השאלה,

מען דארף צוטיילען די זאך,

א. תחנון איז א רשות אדער א חוב.

ב. איז דא לא תתגודדו צו זאגען תחנון ווען דער בעל תפילה זאגט נישט.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:12 pm#406858
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
איך וועל שפעטער פראבירען ארויף צו לייגען. איך זאג נאכאמאל אז די אשי ישראל זאג איך פון זכרון.

איך ווייס נישט צו די רשות פון תחנון מיינט אז מ׳מעג עס כיפערען פאר סיי וועלכע טעם. עס מיינט מסתמא רשות כלפי די חיוב פון שמונה עשרה.
הרב אלישיב האלט קלאר אז מ׳האט נישט קיין רעכט צו באקען מנהגים פון ארבעל ארויס, און דעריבער דאס וואס תחנון ווענדט זיך אין מנהגים, מיינט מנהג וותיקין, אזוי ווי די וואס האבען נישט געזאגט עשרת ימי תשובה וכדו׳. לא תתגודדו גייט נישט אן ביים מוחה זיין אויף אן עוולה, כמובן מאליו.

גראדע, איז עס אינטרעסאנט צו זע׳ען וויאזוי ער האט די זאכען אנגעקוקט. איך האב ערגעץ געליינט אז מ׳האט איהם געפרעגט צו מ׳מעג ענטפערען קדושה פון א מנין מנחה נאכ׳ן שקיעה, האט ער געזאגט ניין. האט יענער געפרעגט "אפשר האלט די מנין ווי ר"ת, און ממילא איז עס נאך טאג". האט ער געזאגט "ווער זענען זיי צו האלטען? די מנהג איז נישט ווי ר"ת".

דער וואס פארשטייט, איז געלאדענט מסביר צו זיין.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:37 pm#406862
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער זענען זיי צו האלטען? די מנהג איז נישט ווי ר"ת".





Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מנהג ביי וועם?
דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:48 pm#406864
ביי רוב כלל ישראל. אלע ספרדים, אלע ליטווישע, אלע מאדערנע, און רוב חסידים.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 4:18 pm#406876
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דאס איז די ספר תפלה כהלכתה. איך האב געדענקט אז עס איז נישט קלאר וואס הרב משה פיינשטיין האט געהאלטען. אבער הרב אלישיב איז קלאר וואס ער האלט. מ׳דארף זיך נישט באהאלטען, נאר אדרבא, זיי זענען נישט גערעכט דערמיט.

דער יביע אומר (ח"ג יא) ברענגט די מראה מקומות קעגען כיפערען תחנון אויף א יארצייט, און ער פיהרט אויס ׳ולכן אם נזדמן לאחד להתפלל בבהכ"נ של הנוהגים כן, ואין בידו למחות, צריך שיאמר נפ"א לבדו׳.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 21, 2018 5:49 pm#406885
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וועל ברענגען די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט יארען צוריק.

אין די ספר אשי ישראל פכ"ה אויף הל' תפלה, ברענגען ער פון הרב משה פיינשטיין ביי א מענטש וואס געפונט זיך אין א מנין וואס זאגט נישט קיין תחנון, אן קיין עמטליכע הלכה'דיגע מקור, זאל ער זאגען תחנון ברבים און נישט אננעמען דער 'מנהג'. און אזוי אויך ברענגט פון הרב אלישיב. איך האב נישט די ספר פאר מיר, און עס איז מעגליך אז נאר איינער פון זיי ברענגט עס מיט די שארפקייט אז מ'קומט מוחה זיין אויף די נישט אויסגעהאלטענע אויפפיהרונג, אבער אזוי שטייט עס דארט.

יעצט טוט'ס א קוק אין פסקי תשובות ח"ב עמ' סד - סה, ווי ער ברענגט די שיטה. ער ברענגט נאר הרב אלישיב און ער פארדרייט די סברא 'שבימינו שנתקבצו בכל עיר ועיר שבטי ישראל לעדותיהם ומנהגיהם, ושינויי הנוסחאות ידועים, ואין מקפידים כ"כ, ובפרט בבתי כנסיות שיש בהם מנינים הרבה אחד אחר השני או בכמה חדרי תפילה, וכשיחיד אינו נופל על פניו ניתן לתלות שהוא מתפלל עם מנין אחר וכיו"ב, לכן יכול כל אחד לנהוג כמנהגו לענין נפילת אפים, אך ישתדל עד כמה שאפשר שיהיה בצינעא ובאופן שלא יהיה ניכא שינוי מנהגו ממנהג המקום'. און די מקור אין אות 43 איז די ספר אשי ישראל בשם הגרש"ז אויערבאך און הגרי"ש אלישיב.

איהר הערט א פארדרייטע פסק? ניין, זיי זענען נישט מתיר נישט צו זאגען תחנון אויף דיין רבינ'ס יארצייט אין א בית המדרש ווי מ'זאגט יא, און זיי הייסען נישט זאגען בצנעא. אבער פאר זיין צוועק האט ער אזוי געמוזט שרייבען.

פון זכרון ארויס, איז דא א תשובה אין אגרות משה, אז אויב איז מען ביי א מנין ווי מען לאזט אויס תחנון שלא כהלכה (יארצייט וכד') זאל מען זאגן תחנון נאכדעם אינדערהיים.
און הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל איז חולק, אז אפילו אזא מנהג חסידים קלוש, אויב מען האט עס אויסגעלאזט בכוונה אלס מנהג און נישט אלס טעות זאל מען נישט זאגן תחנון נאכדעם ביחידות.

אי"ה וועל איך זיין שפעט ביינאכט אינדערהיים, און אויב וועל איך געדענקן, וועל איך עס נאכקוקען.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:00 pm#406886
איך האב שוין לאנג נישט געלערנט קלא, אבער עפעס געדענק זיך אז מען קען נישט פאלען תחנון טאמער מען האט מפסיק געוועהן נאך שמונה עשרה.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:06 pm#406887
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די ספר תפלה כהלכתה. איך האב געדענקט אז עס איז נישט קלאר וואס הרב משה פיינשטיין האט געהאלטען. אבער הרב אלישיב איז קלאר וואס ער האלט. מ׳דארף זיך נישט באהאלטען, נאר אדרבא, זיי זענען נישו גערעכט דערמיט.

דער יביע אומר (ח"ג יא) ברענגט די מראה מקומות קעגען כיפערען תחנון אויף א יארצייט, און ער פיהרט אויס ׳ולכן אם נזדמן לאחד להתפלל בבהכ"נ של הנוהגים כן, ואין בידו למחות, צריך שיאמר נפ"א לבדו׳.בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ביטע ברענגן די פסקי תשובות און די מראה מקומות וואס ער ברענגט פאלש, דאס איז די עיקר טעמע פין די אשכול.

עס איז אינטרעסאנט און מען דארף אביסעל מבחין זיין די שנאה פין ליטאים צו חסידים און פארקערט, ווי עס איז מעביר דער מענטש מדעתו נישט צו וועלען פארשטיין יענעם'ס מנהגים, לעומת די אייגענע.

נעם תחנון, תחנון איז א רשות, רשות מיינט רשות אזוי ווי מעריב, און אזוי ווי אן אנדערע רשות, וואס מאכען די ליטאים א צימעס דערפון? ווייל די חסידים טוהן עס!!! איך זאג נישט, חסידים טוהן די זעלבע צו ליטאים, זיי גייען נישט קיין גארטעל קעגען שולחן ערוך, ועוד מנהגים.

דא זעהט מען גרויסע לייט, ר' אלישיב ועוד וואס ווערען אנגעהייצט קעגען א מנהג, ווייל חסידים טוהן עס, כאטש עס איז גאר לייכט צו פארענטפערן דער מנהג.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:06 pm#406888
back to the original subject.
איך נוץ גאר אסאך די ספר פאר מראה מקומות, overall א גאר גוטע ליקוט פון שו"ת ספרים. עכ"פ פאר (B4) די search engine עפאכע איז עס געווען ריזיג. אסאך דימוי מלתא למלתא וואס רוב מורי הוראה נעמען פון אים פאר היינטיגע שאלות. אבער
1) זיך קיינמאל פארלאזן אויף זיין שיקול הדעת!! ער איז א דיין ווי אלע דיינים, און געמאכט די ספר לויט וויאזוי ער וויל פסק'ענען/ ער איז אויפגעוואסקן. עס איז גארנישט wrong דערמיט, אבער עס איז גרויס לאו דוקא ע"פ הלכה כשו"ע כפשוטו. נאר ווי סיי וועלכע מורה הוראה, וואס האט הוראות און קבלות וכד'.

2) אלעמאל מוז מען נאכקוקן די אריגינעלע מראה מקום! אגב ריהטא האט ער א גוטע פאר מאל פארזעהן בטעות (האפענטליך..) די ריכטיגע כוונה פון א ספר. ספעציעל ווען ער ברענגט פון אונטן גאנצע ליסטעס פון ספרים וואס שרייבן כך וכך, אסאך מאל מישט ער און חושט ער כדבעי. (למשל בענין ביעור פירורי חמץ פחות מכזית, מביא הרבה מראי מקומות לזה, אבל מערב בה שיטות בענין פירורים ממש על הרצפה, שזהו ממילא בטלי, כמו שהביא המג"א כמה פעמים, עם פירורים קצת יותר גדול, ואם הם על הרצפה אשר הולכים שם, או לאו, און ביי אים איז אלעס איין גרויסע טשולענט).

אמאל זיך גע'טענה'ט מיט א מורה הוראה מובהק שוין פאר איבער 20 יאר, אויב א געוויסע שו"ת שרייבט אזוי אדער פארקערט. און ער האט מיר געזאגט אז די פסקי תשובות ברענגט עס. האב איך עס נאכגעקוקט, און ער ברענגט טאקע די ערשטע האלב פון יענע ספר אזא צד, אבער יענע ספר בלייבט מיט די מסקנה פארקערט.. ושמע מינא תלת...
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:09 pm#406890
אישתישבי האט געשריבן:איך האב שוין לאנג נישט געלערנט קלא, אבער עפעס געדענק זיך אז מען קען נישט פאלען תחנון טאמער מען האט מפסיק געוועהן נאך שמונה עשרה.

כפי זכרוני ברענגט די משנה ברורה קלאר אז נישט מספסיק זיין איז נאר לכתחילה, אבל בדיעבד אם הפסיק פשיטה שצריך נפ"א.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:11 pm#406891
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דאס איז אן עקסטער זאך. איך ווייס נישט פארוואס הרב אלישיב האט אזוי געהאלטען.

איך האב פריער געברענגט די לשון פון דער פסקי תשובות, נא דיר דער ספר.
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:14 pm#406892
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
ייש"כ יין שרף.

טאמער דו קענסט ברענגען משלים, וואלט עס געהאלפען.

דער ספר איז אזוי איינגעדרייט אלס א חלק פון די הלכה׳דיגע קולטור, אזש מ׳דארף שווער ארבעטען אויסצורייסען פונ׳ם ציבור. דאס איז אן עכטע ספר שאינו מוגהה, און ערגער ווי אלע אנדערע ליקוטים. שמירת שבת כהלכתה האט נישט העלפט די גרייזען וואס ער האט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:18 pm#406893
שמירת שבת כהלכתו איז רבי שלמה זלמן אליין איבערגעגאנגן סוף ימיו זיינע אייגענע פסקים, ווייל ער האט געזעהן אז מענטשן פארלאזן זיך בלינדערהייט אויך דעם.
דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:26 pm#406894
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
די תפלה כהלכתה איז פון תשמ"ט, דער אשי ישראל ברענגט פון איהם און ער ברענגט גאר אן אנדערען הלכה. דער אשי ישראל רעדט פון מענטשען וואס האבען אן אנדערען סדר אין זאגען תחנון, נישט וואס זאגען נישט קיין תחנון בכלל. די פארשידענהייט פון סדרים איז תלוי במנהג וותיקין, עס איז נישט קיין רעבישע מעשהס. און ער ברענגט עס פון אן אנדערען פלאץ אין די אשי ישראל אן אנדערען פסק פון הרב אלישיב, נישט וואס איך האב פריער געברענגט.

גראדע, אז מ׳וועט נאכקוקען וועט מען כאפען א מיסטעיק אין דער תפלה כהלכתה אויך, ווי ער ברענגט הרב אלישיב מיט א פארדרייטע כוונה.


בילד
פרייטאג יוני 22, 2018 9:21 am#406942
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז אן עקסטער זאך. איך ווייס נישט פארוואס הרב אלישיב האט אזוי געהאלטען.

איך האב פריער געברענגט די לשון פון דער פסקי תשובות, נא דיר דער ספר.
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



יעצט בין איך אביסל צומישט.

דאס וואס די פסקי תשובות ברענגט אין אות 42 בשם ר' משה פיינשטיין אז מען קען זאגן תחנון אפילו טאמער דער מנין זאגט נישט איז נישט ריכטיג מעתיק געווען? ווי איז דער טעות?
פרייטאג יוני 22, 2018 10:00 am#406947
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
ניין.

42 דארף צו זיין די מקור צו וואס ער שרייבט אויבען. און דאס איז נישט אמת. ער שרייבט ביי די מנהג פון נישט זאגען תחנון, אז מ׳מעג זאגען, טאמער מ׳טוט עס בצנעא. זיין מקור זאגט אז ווען די מנהגים זענען אנדערש אין די סדר התחנון, מעג מען טוהן כמנהג האבות נישט די מנהג המקום. הרב אלישיב האט געהאלטען אין זיין פאל, אז מ׳זאל זאגען תחנון און זיך נישט באהאלטען, דלא כמו שהביא בשמו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יוני 22, 2018 3:05 pm#406965
ליטוואק פון בודאפעסט: די טענה וואס דו ברענגסט אין אות..."ג"...איז, לפענ"ד די שטערקסטע און גרעסטע חיסרון פון דעם ליקוט. וויבאלד אז דער מלקט איז נישט מדגיש דעם חילוק אין משקל צווישן א תשובה אדער חוו"ד פון א ר' עקיבא אייגר אדער חת"ם סופר מיט עפעס א כולל יונגערמאנטשיק'ל איז עס דאך נישט מער ווי א חוכא וטלילא. דאס הייסט אז דער ספר איז אומנוצבאר. שיין וועט א מורה הוראה אויסזעהן ווען ער וועט פסק'נען אויפ'ן סמך פון עפעס א יונגערמאנ'ס חוו"ד. לעומת א פסק פון א ר' עקיבא אייגר, חת"ס אדער צאנזער רב. אויך. אויב ער האט זיינע אייגענע אגענדעס און ער זאגט נישט אזוי ארויס בפירוש אין די הקדמה. איז דער ספר גארנישט ווערד להביא ראיה ממנו...!

נאר ביי מיר פערזענליך, האטציך געענדיגט די סעריע פון עכטע ספרים אויף שו"ע או"ח מיט'ן משנה ברורה. אלעס נאך איהם איז ארטיפישיעל. געקינצלט...!
פרייטאג יוני 22, 2018 3:44 pm#406967
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: די טענה וואס דו ברענגסט אין אות..."ג"...איז, לפענ"ד די שטערקסטע און גרעסטע חיסרון פון דעם ליקוט. וויבאלד אז דער מלקט איז נישט מדגיש דעם חילוק אין משקל צווישן א תשובה אדער חוו"ד פון א ר' עקיבא אייגר אדער חת"ם סופר מיט עפעס א כולל יונגערמאנטשיק'ל איז עס דאך נישט מער ווי א חוכא וטלילא. דאס הייסט אז דער ספר איז אומנוצבאר. שיין וועט א מורה הוראה אויסזעהן ווען ער וועט פסק'נען אויפ'ן סמך פון עפעס א יונגערמאנ'ס חוו"ד. לעומת א פסק פון א ר' עקיבא אייגר, חת"ס אדער צאנזער רב. אויך. אויב ער האט זיינע אייגענע אגענדעס און ער זאגט נישט אזוי ארויס בפירוש אין די הקדמה. איז דער ספר גארנישט ווערד להביא ראיה ממנו...!

נאר ביי מיר פערזענליך, האטציך געענדיגט די סעריע פון עכטע ספרים אויף שו"ע או"ח מיט'ן משנה ברורה. אלעס נאך איהם איז ארטיפישיעל. געקינצלט...!


איך זעה נאכנישט ווי דער פסקי תשובות האט דער זעלבע משקל פין חוות דעת און חתם סופר צו א כולל יונגערמאנטשיקעל.
פרייטאג יוני 22, 2018 3:46 pm#406968
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין.

42 דארף צו זיין די מקור צו וואס ער שרייבט אויבען. און דאס איז נישט אמת. ער שרייבט ביי די מנהג פון נישט זאגען תחנון, אז מ׳מעג זאגען, טאמער מ׳טוט עס בצנעא. זיין מקור זאגט אז ווען די מנהגים זענען אנדערש אין די סדר התחנון, מעג מען טוהן כמנהג האבות נישט די מנהג המקום. הרב אלישיב האט געהאלטען אין זיין פאל, אז מ׳זאל זאגען תחנון און זיך נישט באהאלטען, דלא כמו שהביא בשמו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר' ליטוואק איך בין אנטוישט, ער ברענגט דער ר' משה, און ער פירט אויס אמנם ר' שלמה זלמן האלט אזוי ווי ער זאגט אין דער פנים, אז מען זאל נישט טוהן אנדערש ווי דער מנין. וועמען ברענגט ער שלעכט אראפ?
פרייטאג יוני 22, 2018 3:55 pm#406970
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
איך דארף עס נאכאמאל איבערחזר׳ן?

הרב אלישיב, הרב אלישיב, הרב אלישיב, הרב אלישיב,הרב אלישיב,הרב אלישיב,הרב אלישיב,

גענוג פאר דיר? קוק עס נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 24, 2018 1:42 am#407000
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
כמדומני אז רב וואזנער זצ"ל האט צוריקגעצויגן פון זיין הסכמה נאכ'ן זעהן עטליכע הלכות ווי ער פסק'נט שלא כדין..
מאנטאג יוני 25, 2018 9:24 am#407105
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
אן אויגען דאקטאר, אבער שנעל!

כ"כ באשי ישראל הערה כ"א בשם הגרשז"א ויבלחט"א הגרי"ש אלישיב שליט"א. שטייט די ווערטער צו נישט? האט הרב אלישיב געזאגט די ווערטער, יא צו נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 25, 2018 11:29 am#407115
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אויגען דאקטאר, אבער שנעל!

כ"כ באשי ישראל הערה כ"א בשם הגרשז"א ויבלחט"א הגרי"ש אלישיב שליט"א. שטייט די ווערטער צו נישט? האט הרב אלישיב געזאגט די ווערטער, יא צו נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שוין, צו מזל, ויפתח ד', ער איז שוין מסכים צו רעדען, א חידוש.
בקיצור רעדסטו פין הערה 43, נאך דיר בעטען ברחמים ותחנונים זאלסט ביטע זאגען וואס די און ווי די רעדסט, (הערה צדדית, די עיקר פין די הערה פעלט אין דיין סנעפשאט - מען קען נישט זעהן אלישיב דארט, טאמער איז דאס די עיקר פין דיינע טענות, ברענגט עס און זאגט, נישט שלעפ ארום כאילו די באהאלסט עפעס).

און וואס איז דיין טענה? וואס ברענגט ער נישט גוט אראפ? דער שטיקעל וואס די רעדסט, ברענגט ער אז מען קען יא אדער נישט זאגען תחנון אפילו דער ציבור טוט אנדערש, וואס איז נישט ריכטיג? דער ספר אשי ישראל איז אויף היברו בוקס?
דינסטאג יוני 26, 2018 1:53 am#407174
אסור לאדם להשהות בביתו ספר שאינו מוגה
דינסטאג יוני 26, 2018 11:03 am#407187
אסור לדבר לשון הרע.
דינסטאג יוני 26, 2018 2:47 pm#407232
איך לערן יעצט סימן קנ"ח אין או"ח, און איך האב דארט אויך נאכגעקוקט.

הרב בעל פסקי תשובות ברענגט אז מ'זאל נזהר זיין אין וואשען פאר א דבר שטיבולו במשקה, וכן היו נוהגים גדולי ישראל מאד להקפיד מאד על נטילה זו. און וואס איז די מקור? דער ספר בית ברוך אויף דער חיי"א ברענגט פון א ספר מעורר ישנים בשם הרב חיים בריסקער. די פראבלעם איז אז דאס איז א האלבע זאך.
דא האט איהר דער פסקי תשובות
אוצר החכמה_157551.jpg
אוצר החכמה_157551.jpg (19.3 KiB) געזען געווארן 2725 מאל

דא האט איהר דער מעורר ישנים
אוצר החכמה_991.jpg
אוצר החכמה_991.jpg (13.42 KiB) געזען געווארן 2725 מאל

אז מ'קוקט גוט, זעט מען אז דער מעורר ישנים האט טענות אויף הרב חיים בריסקער וואס האט עס געטוהן בצנעא, ווייל דער מחבר דארט האלט אז יעדער מוז עס טוהן און מ'זאל עס נישט מאכען בצנעא. הייסט'ס הגר"ח מבריסק האט אנדערש געזאגט ווי איהם און ער האט עס געטוהן נאר אלס חומרא.
שוין, דאס איז א קלייניקייט, מעגליך.

דא האט איהר אבער די מקור זיינער
אוצר החכמה_157551 (1).jpg
אוצר החכמה_157551 (1).jpg (13.28 KiB) געזען געווארן 2725 מאל


און דאס דארף זיין די מקור אז גדולי ישראל האבען זיך צוריק געהאלטען פון עסען א דבר שטיבולו במשקה ווען עס איז געווען צו שווער זיך צו וואשען.

דא האט איהר די ציטאט פון די ספר מעורר ישנים אין דער בית ברוך
אוצר החכמה_156487.jpg
אוצר החכמה_156487.jpg (10.54 KiB) געזען געווארן 2725 מאל

דא זעט מען קלארעהייט אז די גדולי ישראל האבען נישט זיך צוריק געהאלטען פון עסען ווען עס איז זיי שווער געווען, נאר אז הרב מרדכי פריעדמאן פון מעזריטש האט געהאלטען אז זיי וואלטען געמעגט אזוי טוהן.

איי, וועסטו זאגען אז עס מאכט נישט אויס? ביסט גערעכט, אבער אקוראט איז ער נישט.
דינסטאג יוני 26, 2018 2:48 pm#407233
און איך וואלט גע'עצה'ט דער עולם צו גייען צום נייעם אוצר החכמה סייט אתר הטאבלט, ווי יעדער קען נוצען זייער אוצר, מ'דארף נישט זיין א מעמבער, ביזדערווייל.
מיטוואך יוני 27, 2018 12:00 am#407306
גיט צ'י וויסען
דאנערשטאג יוני 28, 2018 8:07 pm#407554
איך זעה יעצט אז אין דער אשכול ליגט נאך א נקודה וואס איז שטארק אמת וועגן דער פסקי תשובות.

ער האט אגענדעס, אמת. און מען קען אנווייזן צענדליגע פסקים ווי ער דרייט אטן לאזט אויס שיטות פין פוסקים כאילו זיי עקזיסטירן נישט, דרייט אהין און אהער ווייל ער וויל דער פסק זאל זיין אסור צו מותר.

פאר איך ברענג דוגמאות, דארף מען אבער ארויסברענגען אז דער טענה פין אגענדעס איז נישט דומה בכלל צו טעותים, טעותים ווייסט אויף שוואכע ארבעט, אדער א פראבלעם פין הבנת הנקרא וכדומה.

דאס אז פוסקים האבן אגענדעס איז א ווייטאג, נישט נאר דער פסקי תשובות, אסאך פוסקים, איך וויל נישט גיין ווייטער ארויף, אבער עס איז גענוג צו פארשטיין אז א ליטוואק וועט וועלען אסר'ן אלע מזונות ברויט, ווייל דער גר"א האט געלאזט פאלען ווערטער, און דער חסיד וועט וועלען מתיר זיין טבילה בחמין. דער ליטוואק עירוב דער חסיד געבראקס, דער ליטוואק חדש, דער סאטמערע פירות און לולבים פין ארץ ישראל, דער אהרוני אריזאנע, און דער ליסטע איז גאר לאנג.

איך וואלט ענדערש געוואלט פארשטיין אגענדעס ווי קריטיקירן, ווען מען זעהט און אגענדע לדעתי ליטוואק אין טבילה בחמין, דארף מען עס ענדערשט פרובירען צו פארשטיין ווי קריטיקירן, ווייל אגענדעס איז דא איבעראל.

אין פסקי תשובות ברענגט ער נישט אז דער מהרש"ם האלט אז מצה אגאנץ יאר איז מזונות, עס ציט אים שטארק אז מצה איז המוציא אגאנץ יאר. ווייסט איינער וואס אים קוועטשט?
מאנטאג יולי 02, 2018 2:37 pm#407761
אין מיין צווייטע דוגמא האב איך געברענגט דייקא א טעות, נישט קיין אגענדע. ער האט נישט געליינט שטאט ווי עס קומט זיך פאר'ן לערנען א הלכה, נאר כאפ לאפ געזען און געשריבען.

אגענדעס ביים פסקנ'ן א הלכה איז איין זאך. יא, א מחבר שרייבט א תשובה לויט זיין נאטור. אבער א מלקט איז אביסל אנדערש. דאס אנשטעלען א פני תם כאילו עס איז א ליקוט און דערווייל איז עס איין מענטשנ'ס מיינונג (אויפ'ן בעסטען אופן) איז א גרעסערע פראבלעם.
מאנטאג יולי 02, 2018 4:30 pm#407766
המחבר לוקח כמה אברכים מסתכלים באוצר החכמה וכותבים ומקבלים משכורת
מאנטאג יולי 23, 2018 3:35 pm#409596
האבענדיג Crohn's disease פאר יארן לאנג, און כמעט קיין איין מורה הוראה קען נישט די מציאות פון די פראבלעם, ממילא האלטן זיי זיך אפ פון פסק'ענען די סארט הלכות. (נישט אלע, געוויסע פסק'ענען אפילו זיי האבן נישט קיין אהנונג. נישט נאר אין דעם, נאר אסאך פסק'ענען זאכן וואס זיי קענען נישט די מציאות, אדער זאכן וואס זיי האבן נישט וועריפיי"ד אדער געזעהן מיט די אויגן. וכמה פעמים כבר אתי לידי חוכא וטלולא זייער פסקים ותשובות. דאס איז א ווייטאג פאר זיך ואכהמ"ל. עיין ערך מאשין ציצית בדברי חיים, למה לא רצה לכתוב טעם האיסור, מפני שלא ראה מאשין זו בעיניו, ואם יאמר דבר ולא יהיה במציאות כמו שכתב, יהיה לחוכא וטלולא).

---

זייענדיג מעיין שבת ערב ת"ב קצת הלכות בענין חולה ומיחוש, און אויב מען זאל פאסטן יעצט אויף א ת"ב נדחה. האב איך געזעהן אין די פסקי תשובות שרייבן אזוי בענין חולה פאר סתם א ת"ב,
ובפרט מי שיש לו איזה מיחוש בחלל הגוף, אין להחמיר בשום אופן
פסקי תשובות.jpg

און ער איז מציין אונטן נומער 34, די מקור דערפון,
שדי חמד מערכת בין המצרים, סימן ב' אות יג' בשם הפוסקים
מראה מקום שד''ח.jpg


נו, לאמיר אפיר נעמען די שד"ח און קוקען וואס ער שרייבט.
שדי חמד.jpg

דהיינו ער ברענגט א מהר"ם מרוטנברג וואס איז מתיר, אבער די שד"ח אליינס איז מציין אויפ דעם, שלכתחילה אויב פחות פחות מכשיעור איז גענוג, זאל ער נאר טוהן אזוי. און נאך ברענגט ער א שיטה אז א חולה שוודאי אי בו סכנה אין היתר בת"ב.

זיך צו פארופן זיין פסק אויפן שד"ח, איז פשוט א טעות (אדער א ליגענט). די שד"ח ברענג א מחלוקת בזה, און ער איז מעתיק די לשון מהר"ם בשם די שד"ח "בשם הפוסקים".. און די שד"ח אליינס, אפילו אויב ער גייט אן נעמען ווי די מהר"ם, איז עס נאר אויב לכתחילה עסט ער פחות פחות מכשיעור.
דינסטאג יולי 24, 2018 6:28 am#409672
לכאורה ביסטו נישט גערעכט, ווייל א מיחוש בחלל הגוף איז א חולה שיש בו סכנה.
דינסטאג יולי 24, 2018 9:57 pm#409754
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה ביסטו נישט גערעכט, ווייל א מיחוש בחלל הגוף איז א חולה שיש בו סכנה.

קודם כל זאג עס פארן שדי חמד, נישט פאר מיר.. אויב ער פסק'נט אזוי נאו פראבלעם, אבער פארוף דיר נישט אויפן שד"ח, בזמן ער שרייבט מפורש אז לכתחילה אל מען נאר עסן לשיעורין.

ועוד אין די זעלבע סעיף אין שו"ע פון ווי דו נעמסט אז עס איז א חולי שיש בו סכנה שטייט מפורש אז א מיחש שבחלל הגוף איז נישט א חולי שיש בו סכנה.
דינסטאג יולי 24, 2018 11:28 pm#409763
יין שרף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה ביסטו נישט גערעכט, ווייל א מיחוש בחלל הגוף איז א חולה שיש בו סכנה.

קודם כל זאג עס פארן שדי חמד, נישט פאר מיר.. אויב ער פסק'נט אזוי נאו פראבלעם, אבער פארוף דיר נישט אויפן שד"ח, בזמן ער שרייבט מפורש אז לכתחילה אל מען נאר עסן לשיעורין.

ועוד אין די זעלבע סעיף אין שו"ע פון ווי דו נעמסט אז עס איז א חולי שיש בו סכנה שטייט מפורש אז א מיחש שבחלל הגוף איז נישט א חולי שיש בו סכנה.


כלומר, ביסט גערעכט אז מיחוש בחלל הגוף אליין איז נישט קיין חולה שיב"ס, אבער דער מהר"ם מרוטנברג האט יא אזוי געהאלטען, און עס איז דא פוסקים וואס האלטען אזוי, ווייל ער זאגט וחי בהם וכו', וואס דאס זאגט זיך נאר אויף א חולה שיב"ס.

און געוועהנליך וואלט מען נישט אהנגענומען דער מהר"ם מרוטנברג ווייל עס איז נגד דער פסק אין שכ"ח, אבער לענין תענית, היות דער שדי חמד ברענגט אים, האלט דער בעל פסקי תשובות אז עס איז יא להלכה.

דאס וואס די טענה'סט אז דער שדי חמד האלט פחות מכשיעור, איז נישט זיכער, ער ברענגט אין דער שטיקל זאכען, אין דער פסקי תשובות האט א רעכט אנצונעמען האלבע זאכען, ווייל אונז פסק'נן נישט פחות מכשיעור לגבי תשעה באב.

און דאס וואס ער ברענגט פין רמ"ץ, איז נישט קיין סתירה צו דער מהר"ם מרוטנברג, ווייל כאמור, איז ביי א מיחוש שבחלל הגוף יא דא א ספק יב"ס, צוליב די פוסקים וואס האלטען אזוי, ודו"ק.
דינסטאג יולי 24, 2018 11:31 pm#409764
הייסט ער איז חולק אויפן שד"ח, סא פארוואס ברענג ער אים בכלל?? זאל ער ברענגן די מהר"ם!
דינסטאג יולי 24, 2018 11:41 pm#409766
זייער א וויכטיגע אשכול, תורה בכלל והוראה בפרט איז זייער וויכטיג צו גיין מיט אן אמת נישט קיין אגענדעס

אבער די עיקר צרה מיט אים איז , אז דער איז בכלל נישט קיין גרונטליכער און מישט צאם הודו מיט כוש, מקען זעהן אז בדרך כלל האט ער ניטאמאל געלערענט די טור בית יוסף (אפגערעדט די גמרא) דער מאכט א הירוס התורה ליידער

וועסטו פרעגען אן אנאנמיס שרייבער קעגען הרה"צ מביאלא , איז לאמיר טאקע מודיע זיין אן אדרעס פון א ת"ח הרב יעקב מיללער [אייזנשטאדט] וואס איך האב געהערט פון אים א שיעור אמאל ווי ער האט בתוך השיעור ברבים בבית מדרשו איבער די מנהגי אבילות בספירה זיך שטארק אפגערעדט איבער די שרעקליכע גרייזן פון הרב רבינוביץ אין זיין ספר אין דעם נושא

איך קוק שוין לאנג נישט אריין אין דעם ספר [בפרט פארען אליינס אפלערנען די סוגיא] ווייל עס פארדרייט פשוט און מאכט צומישט, אמאל מיט א שלעכטע הנחה זעסטו שוין נישט ווי די גייסט ראנג




איך האב נישט דעם ספר צו ברענגען הערות און קאפיעס אבל פטור בלא כלום א"א

קוק אריין אנהויב הלכות עירוב תבשילין (כמדומה סימן תקכז) אין פסקי תשובה ווי ער ברענגט מיט א פשטות אז לכתחלה איז כדאי צו מאכען אן עירוב תבשילין אפילו מווייסט קלאר אז מגייט נישט קאכען און שטעלט צו דעם באקאנטען מנהג פון אר"י ז"ל צו מאכען אן ערובי חצירות יעדע וואך (וואס איז שטייצעך אינו דומה כלל, עירובי חצירות איז לכתחלה געמאכט אויף א ספק אויב מוועט אפשר דארפען טראגען , משא"כ עירובי תבשילין איז א זאך וואס א מענטש ווייסט צו ער האט עסען אדער נישט)

ער ברענגט עס טאקע פון מועדים וזמנים פון הרב משה שטערנבוך אבער אלע פוסקים אן אויסנאם האלטען נישט אזוי, קענסט זעהן מרעדט ארום למשל אין די פוסקים וועגען איינער וואס וויל נאר ווארעמען עסען (לח או רק יבש) אדער איינער וואס קאכט גארנישט אבער וויל צינדען ליכט (שיש בזה שתי דעות במחבר לגבי לאדלוקי שרגא) ווי רוב זאגען אז ער זאל נישט מאכען קיין ברכה וכו׳

איז אזוי, מילא ער ברענגט די חידוש פון הרב משה שטערנבוך אינטען א הערה, נו ער ברענגט א טשיקאווע דעה , אפילו ווען ער ברענגט עס אויבען אבער זאגט פאר דעם יש מי שאומר/שחידשו/שכתבו , החרשתי

אבער ברענגען א שיטת יחידאה אלס אן אריינפור צום סימן און אז אזוי דארף מען לכחלה טוען בשעת ווען לויט כמעט אלע פוסקי זמננו איז עס א ברכה לבטלה , ווייזט אז אדער ווייסט ער נישט בחייכון פון עירובי תבשילין אדער איז ער אגענדע דריווען

סאיז דא אן שיעור עקזעמפעלס אין יעדען סימן אבל די בהערה זו למבקשי האמת


לגבי דעס וואס @ליטוואק ברענגט וועגען דע סטייפלער זצ"ל זיין קעגען ספר שש"כ (סאיז אויך דא א בריוו געשריבען בשעתו פון הג"ר דב לנדאו דערקעגען, אזוי אויך האט הג"ר שמואל וואזנער ז"ל צוריקגעצויגען פון זיין הסכמה אויף שש"כ וואס הרב נויבירט ז"ל האט געמוזט משמיט זיין די הסכמה פון די צווייטע מהדורא על פי בקשתו של הרב שמואל וואזנר אחר שהטילו עליו לחץ)

כפי ששמעתי איז די טענה געוועהן אז ער שרייבט אסאך מאהל מיט א לשון כאילו מדארף סאלווען די פראבלעם ווי סאיז אמאל משמע כאילו הלכה איז א בעיה וואס מדארף לעזען , וואס איז נישט קיין חרדישע צוגאנג צו הלכה
און לכאורה וואס האט בעיקר געשטערט דעם סטייפלר (אפשר סאבקאנטשעסלי) איז אז ער באצוט זיך בכלל נישט צום חזון איש אלס פוסק הדור און אוודאי נישט אלס פוסק אחרון , גיט נישט פאר זיין דעת קיין ספעציעלע וואג
מיטוואך יולי 25, 2018 11:08 am#409801
יין שרף האט געשריבן:הייסט ער איז חולק אויפן שד"ח, סא פארוואס ברענג ער אים בכלל?? זאל ער ברענגן די מהר"ם!


איך זעה אז איך האב געמאכט א טעות. דער מהר"ם איז א אחרון נישט דער מהר"ם מרוטנברג, איבער דעם ברענגט ער פין דער שדי חמד, ווייל ער אליין איז נישט עכט אזוי חשוב צו ברענגען, בפרט ווען דער מיחוש בחלל הגוף איז שוין אויסגעפסקנט אין שכ"ט. עם כל זה, היות דער שדי חמד ברענגט אים דאך, ממילא האט ער געוואלט ברענגען דער הכרעה, ווייל דער הכרעה טוט קראסען גבולות, עס מישט צוזאמען א שאלה פין חולה שיב"ס מיט תענית, און עס איז אים געפאלען, און ווי נישט ווי איז עס א הכרעה פין א אחרון, ברענגט ער אים. דאס אז ער ברענגט נישט דער נאמען פין דער אחרון, להשביח מקחו הוא מכוון, און עס איז מער אגענדע ווי פסק, כאמור בהערות למעלה, אז דער פסקי תשובות האט אגענדעס, און יעדער וואס לערנט זיינע הלכות תענית, ווייסט אז ער האט א אגענדע צו ווייזען א זיין א מקיל בתענית האט א מקור אין הלכה, און דאס איז א חלק פין דער אגענדע. איך שיהיה א טעות איז עס נישט, ער ברענט א זאך וואס שטייט אין שדי חמד בשם א פוסק, נישט פוסקים א לשון רבים כלשונו, אבער דאס איז שכיח אז מען רופט א יחיד פוסקים.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:39 am#415284
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
פון אוצה"ח ברענג איך א קובץ גינת ורדים. אפשר וועט מען עס דעמאלס קענען דערהייבען

בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 2:37 pm#415303
בנוגע די הערה לגבי קידוש במקום סעודה, לאמיר זאגען אז דער ווארט איז מזוגות נישט מזונות, האט ער אבער געטרינקן צוויי כוסות וויין, און האט ווידער א פראבלעם פין לישב בסוכה, און א כזית מזונות איז אויך נישט מחויב בלישב בסוכה ביז א כביצה. איז מה כל הרעש? ווען דער רב המעיר שרייבט אז ער וואלט זיכער נישט געגעסען קיין מזונות פאר א כזית פת, איז עס לכאורה א פאלשע וודאות.