Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

קאווע שטיבל • צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
76 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 79 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12411
דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:32 pm#407546
צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ
אזוי ווי עס איז געווארן ב"ה א פארפלייצונג פון וויזניצער רביים לעצטנס, און זיי זענען אסאך אין די נייעס, וויל איך ווידמען א ספעציעלן אשכול וואס זאל זיך קאנצענטרירן אויף אלע צדיקי בית וויזניץ. איך וויל בעטן מען זאל ביטע נישט דיסקוסירן פאליטיק דא, אויף דעם זענען שוין דא אנדערע אשכולות, נאר מען זאל ארומרעדן פון די אלע צדיקים וקדושים וטהורים, סיי די וואס זענען שוין אויף יענע וועלט און סיי די וואס לעבן נאך מיט אונז, כולם אהובים כולם ברורים.
איך וועל שרייבן א קליינע פתיחה, און צום באמערקן אז איך שרייב בעיקר פון זכרון, ממילא וויל איך בעטן די וואס זענען מער באקאנט זאלן פאררעכטן און צולייגן כיד ה' הטובה עליהם.
(בדרך אגב וויל איך בעטן אז אלע וואס האבן שיינע הערות און מעשיות איבער די וויזניצער צדיקים זאלן עס אריינשטעלן דא, אדער אין אנדערע וויזניצער אשכולות, כדי מען זאל אלעס קענען טרעפן אויף איין פלאץ, און נישט למשל אין יעדע אשכול פון סיי וועלכע נושא זאל מען זיך אנשטויסן אין די גדלות פון די הייליגע רביים).
דער וויזניצער חסידות איז געווארן באזירט אין בוקאווינע. עס איז בעצם א צווייג פון דער קאסובער גזע, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט'ן ערשטן קאסובער רבי'ן הרה"ק רבי מענדעלע, בעל אהבת שלום, וועלכער איז געווען א זון פון רבי יעקב קאפל חסיד, א תלמיד פון בעל שם טוב. שפעטער האט איבערגענומען זיין זון, באקאנט אלס דער תורת חיים פון קאסוב, וועלכער איז געווען אן אדם גדול מאוד, א גרויסער למדן, און ער איז געווען נאנט מיט רוב צדיקי הדור פון זיין תקופה. דער תורת חיים איז אויך געווען א מחותן מיט'ן הייליגן ריזשינער זי"ע. זיין זון, דער צמח צדיק, הרה"ק ר' מענדל זי"ע, איז געווען אן איידעם ביים ריזשינער. אויב כ'געדענק גוט האט דער ריזשינער זיך נישט באטייליגט ביי די חתונה צוליב די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די רעגירונג און ער האט נישט געקענט ארומפארן.
נאכ'ן תורת חיים האט דער צמח צדיק איבערגענומען. ביי אים האט זיך אנגעהויבן די וויזניצער גזע. נאך אים האט איבערגענומען זיין זון דער אמרי ברוך, און דערנאך איז געווען דער אהבת ישראל, וועלכער איז שוין היינט גוט באקאנט אין קאווע שטיבל.
אינדערהיים זענען געווען די צוויי הויפט הויפן אין מארמאראש, קאסוב-וויזניץ און סיגוט. מען האט זיך אסאך ארומגע'הרג'עט צווישן זיי, די כהנא'ס פון סיגוט, וועלכע האבן מורד געווען במלכות אין די סיגוטער רביים, זענען געווען קאסובער חסידים. היינטיגע צייטן איז שוין קאסוב אריינגעפלאכטן אין וויזניץ, גלייך ווי סיגוט איז געווארן אריינגעפלאכטן אין סאטמאר.
דער וויזניצער הויף האט אסאך אייגנארטיגקייטן, קודם כל איז עס א שטיקל באטשי חסידות (צו אויסבארגן א לשון פון דעם באקאנטן דרשה), און ביז היינט, כאטש וואס די וויזניצער קהילות האבן פון די חשוב'סטע יונגעלייט און חסידישע אידן, האט דאס א באטשי נאך-טעם. אסאך פון די וויזניצער רביס זענען אליין געווען גרויסע תלמידי חכמים (צווישן די לעצטערע איז באקאנט ר' חיים מאנטוניא וועלכער האט געהייסן א שארפער למדן). אבער די הנהגה איז געווען אביסל אויף א פויערישע אופן, מסתמא וויבאלד דאס האבן זיי געדארפט.
אין וויזניץ איז פארהאן א מנהג אז יעדער קינד אדער אייניקל ווערט א רבי. אזא מנהג איז דא. פארדעם איז שטענדיג געווען א פארפלייצונג פון וויזניצער רביים. דאס האט אנגעהאלטן ביז'ן קריג ווען ליידער איז רוב פון וויזניצער הויף אויפגעגאנגען אוין פלאמען. איין צווייגל איז געבליבן, ר' חיים מאיר'ל, וועלכער האט צוריק געבויעט די חסידות און פון וועלכן ס'איז ארויסגעוואקסן די היינטיגע ויזניצער אימפעריע.
יודעי דבר זאגן אז בעצם האט דער אמרי חיים געהאט ברידער וואס זענען געווען גרעסער פון אים. ר' חיים מאיר'ל איז געווען אן ארויפגעקוקטער חסידישער רבי, אבער ס'האט געזאלט הייסן אז ער טויג מער צו קוגל ווי צו קצות. דווקא זיינע קינדער, דער ישועת משה און קדושת/גדולת מרדכי, האט געהייסן אז זיי קענען לערנען אסאך בעסער פאר אים.
דער אמרי חיים האט אבער באמת יא געקענט פיין לערנען, און לויט מיין אינפארמאציע איז ער געווען א גרויסער בקי און מסכת והלכות שבת. תורה האט ער געזאגט גימטריאות און ראשי תיבות, כמנהג בית וויזניץ.
שוין, יעצט קען יעדער קומען און אנפירקלען דעם אשכול.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:42 pm#407547
ר' חיים פון אנטניא מיט'ן ברידער די אהבת ישראל זענען געווען קאנאנען תלמידי חכמים
ביידע האבען גע'שם'ט אינדערהיים אלס לומדים מופלגים

די אור מרדכי האט מער אריינגעבאקען די תורה אין זיינע קינדער און חסידים
אלע זיינע קינדער האט ער געפאדערט שעות פון לערנען א טאג
פון ר' ישראל מ"מ אין מאנסי האט ער געפאדערט גוזמאות
און זיינע קינדער זענען אויסגערופענע ת"ח און מתמידים {פארשטייט זיך פאר די וואס ווילען קוקען אהן נגיעות}
און פון זיינע חסידים שעות צעטליך וואס ביז די לעצטע יאהרן פלעג ער איבערקוקן יעדע איינס און אזוי האט ער געהאט א שייכות מיט די בחורים און יונגעלייט
דאנערשטאג יוני 28, 2018 7:15 pm#407550
פון די 8 רבי'ס הייסט עס אז נאר דער לאנדאנער קען לערנען. קען זיין אז די איבריגע קענען אויך, אבער קיין אויסגערופענע גאונים זענען זיי זיכער נישט.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 8:21 pm#407556
מעולם לא שמעתי אז דודי בלשון חיבה, ווי ער'ז באקאנט (רביה"ק מלאנדאן שליט"א) איז עפעס מער ת"ח צו למדן ווי סיי וועלכע אנדערע ברודער. אויב עפעס איז עס די אינגסטע ברודער פון בי"ש, ער קען רבי חיים'ס מיט לומדות'ן. ער פלעכט עס אריין ביי זיינע שיעורים און דרשות. ער'ז אבער א שטיקל רבי'ש קינד, און ער קען מאכן חסידישע ענינים פון דעם (חוץ מזה איז ער א שטיקל בעל דמיון, ואכהמ"ל)
דאנערשטאג יוני 28, 2018 8:50 pm#407561
עס דארף צו הייסן אז ר"ד מלאנדאן האט זיך פארהערט ש"ס אלץ בחור (פארגעסט נישט אז אין וויזשניטץ האט מען חתונה מיט א צומי אין מויל, ד.ה. אז "אלץ בחור" מיינט גאר אינג).
פרייטאג יוני 29, 2018 1:31 am#407573
יישר כח. איך וואונדער מיך אז די דערמאנסט נישט ווישעווער רב׳ס גאונות און חריפות.
די לעצטע גאון אין די וויזניצער אימפעריע איז נישט די אנטוניער נאר ר׳ מנחם מענדל ווישעווער זצ״ל. באוואוסט די מעשה אז מהאט אים נישט געוואלט ארייננעמען אין די קאנצלעריי ווילאנג די אנדערע רבנים האבן אים פארהערט און איינגעזעהן אז ער איז א גרעסערע תלמיד חכם פון זיי אלע. דער אהבת ישראל האט גערופן זיין זוהן ר׳ מענדל ווישעווער-די ״ספרים שאפע״ און ר׳ חיים מאירל דער ״שווארצער גנב״ היות ער האט געהאט דאן א שטארקע שווארצע בארד, און איז געוועהן א גרויסע עניו וואס האט קיינמאל נישט באוויזן אין די עפענטליכקייט אז ער קאן-לערנען, האט ער אים גערופן גנב (מלשון גניבת דעת). איינמאל איז געוועהן א מיטינג פון רבנים און זיי האבן זיך מפלפל געוועהן שעות אין לערנען, ר׳ מענדלע ווישעווער האט אנגעפירט די דעבאטע און ר׳ חיים מאירל איז די גאנצע צייט געזיצן שטיל כאילו ער פארשטייט גארנישט. נאכן אסיפה ווען ר׳ חיים מאירל האט גערעדט צו זיין ברודער פריוואט אינדורסען האט ער געפרעגט די ווישעווער פארוואס ער האט יענעם נישט גענטפערט דאס און דאס און ער האט אנגעהויבן צו פאקן בקיאות. אויפן דמשק אליעזר האט דער אהבת ישראל געזאגט ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און מוועט מיך פרעגן ווער ביסטו וועל איך זאגן איך בין די טאטע פון ר׳ אליעזר׳ל. אמאל איז דער אהבת ישראל געקומען אין א שטאט און סאיז געוועהן א גרויסע עולם און שטופעניש, האט ער זיך אנגערופן די אלע מענטשען זענען נישט געקומען צו מיר נאר זענען געקומען קוקן ווער איז די טאטע פון ר׳ אליעזרל. די סקלענער רביס זענען געוועהן זייער נאנט מיטן דמשק זצ״ל.
פרייטאג יוני 29, 2018 1:44 am#407574
אין אמתן אריין דארף מען אויך דערמאנען אז ר׳ יודלע האראוויץ אייניקל פון אהב״י און איידעם פון אמרי חיים, וואס איז אויפגעוואקסן און זיך געווייקט ביים זיידען פארן יאהרן לאנג. איז אויך געוועהן א גדול בתורה.
פרייטאג יוני 29, 2018 1:56 am#407575
גדליה: סאיז געבליבן מעהר ווי איין צווייגל פון די קאסוב-ווינזיץ גזע. דער אמרי חיים מיטן זיינע ברידער, זיין ברודער דער דמשק (איז אוועק אן קיין קינדער) און דער סערטער וואס האט אויפגעבויעט א אייגענע ווינזיצער שיכון און חסידות אין חיפה.
פרייטאג יוני 29, 2018 2:15 am#407576
האסט פארגעסן פונם רויטן רבין... :lol: :lol: :lol: :lol:
פרייטאג יוני 29, 2018 2:18 am#407577
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:האסט פארגעסן פונם רויטן רבין... :lol: :lol: :lol: :lol:


איך האב אים זייער פיינט און איך האלט נישט פון אים. אבער היות איך בין א אמתע מענטש. זאג איך דיר אז א ת״ח איז ער גראדע. א גרויסע ת״ח. די אנדערע זאכן איז נישט פאר די אשכול.
פרייטאג יוני 29, 2018 2:39 am#407578
גדלי, דאס אז וויזניצער חסידים זענען אייביג געוועהן אזעלכע שווענץ און פארקויפט פאר זייערע רביס אזש אז זענען געוועהן גרייט צו דערהארגענען איינעם אויב מהאט גערעדט אויפן רעבאו שטאמט נאר פון די אהבת ישראל׳ס צייטן אדער דאס איז א אלטע אזיאטישע מארמאראשע מנהג? פון וואו/ווען שטאמט דאס? מ׳פלעגט זאגן אז די וויזניצער חסידים זענען די מערסטע פארגלייבט אין זייער רביס פון אלע אנדערע חסידותן. סאיז געוועהן א נארמאלע זאך צוהאלטן אז די רבי איז ממש אין הימל...דער אלטער דזיקובער רבי זצ״ל האט געזאגט אמאל: פרעג דעם גרעסטען דזיקובער חסיד, דיין רבי איז א גרויסע איד? וועט ער זאגן, יא, ער קען אביסל לערנען, א וויואלער איד. קען ער מחי מתים זיין אויך? וועט ער זאגן, דאס ווייס איך שוין נישט... טא, געב נאר א פרעג ר׳ מרדכי חנא אדער ר׳ יודל עביר דיין רבי [הסב״ק זצ״ל] קען מחי׳ מתים זיין? זיכער...! וואס פארא א פראגע...?
זונטאג יולי 01, 2018 7:51 pm#407709
בן ישי האט געשריבן:שבת אחים איך האב דיר שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול אז איך האלט זאלסט עפענען א אשכול מיט אלע דיינע אינטערשריפטן בנוגע די אהבת ישראל.
אגב די נעמסט אלעס פון איין פלאץ? א וויזניצע ביכל?


איך נעם עס פון פארשידנע פלעצער. אסאך איז פון די געדרוקטע שמועסן פון ר׳ מאטעלע זצ״ל וואס איז דרך אגב אוצרות פון שמועסן און א בליק אויף צוריק צו א פענסטער׳ל פון דער ״אלטער היים״ פון א מקור מוסמך וואס איז זייער אויסגעהאלטן, ווער ס׳ליינט עס קען זעהן ווי שטארק ר׳ מאטעלע גיט אכטונג אז יעדע ווארט זאל זיין הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע״פ אמת און פון א מקור ראשון, רוב פון די זאכן וואס איך שרייב שטייט לכאורה אין די ספר ״קדוש ישראל״ פון הרה״ח ר׳ נתן אלי ראטה ז״ל פון גרויסווארדיין (ער איז נפטר געווארן אפאר חדשים צוריק-ט׳ ניסן אין די טאג פון די יארצייט פון רבו בעל האמרי חיים זצ״ל) ער איז געוועהן די היסטאריקער פון ״בית-וויזניץ״ און געשריבן די באוואוסטע ספרים אויף די וויזניצער רביים א שטייגער ווי: קדוש ישראל, כתר מלכות, נזר החיים, קדוש וברוך, מאיר החיים, הגה"ק מווישויא, בעל דמשק אליעזר ועוד.

די ספר ״קדוש ישראל״ איז א פארלעסליכע מקור. ר׳ יודלע הארוויץ האט איבערגעקוקט די ספר א לאנגע צייט און אסאך שטיקלעך ארויסגענומען און מגיה געוועהן. ווי אויך די צוויי ווינזיצער רבי׳ס ר׳ מוישלע און ר׳ מאטעלע. ביי איינע פון די שיחות פון ר׳ מאטעלע פארציילט ער אז ר׳ נתן אלי׳ ראטה האט אים איינמאל געזאגט ״באלד וועסטו מיר אפ פסל׳ן דאס גאנצע ספר״... מ׳האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אז די ספר זאל זיין הונדרעט פראצענט אמת און אויסגעהאלטן.

די ספר איז עוועלעיבל אין PDF אויף Hebrew books

קדוש ישראל חלק א׳
m http://www.hebrewbooks.org/35548 m

קדוש ישראל חלק ב׳
m http://www.hebrewbooks.org/35549 m

די שמועסן פון ר׳ מאטעלע דארף אויך זיין ערגעץ עוועילבעל אנליין. דאכצעך אויף אייוועלט קען מען עס טרעפן.
זונטאג יולי 01, 2018 10:56 pm#407716
שבת אחים: איך מיין כ'האב שוין פארציילט די מעשה (אפשר מער ווי איין מאל.). ביים אהבת ישראל האבן געהאט פלאץ אלע סארט אידן. אפילו די גרעסטע פויערן. ווייל דער אהבת ישראל האט זיי אלע מקרב געווען און בדרכי נועם געטרייט זיי צו האלטן ביי אידישקייט.. איז געווען אמאל איינער א פשוט'ער איד און ער האט געהאט גרויס השתוקקות צו זיין ביים רעבא. איז ער ל"ע געפארן אום שבת ווען ער איז אנגעקומען, האט איהם דער אהבת ישראל געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז ער זאלל נישט פארן אום שבת. האט ער איהם געבעטן אז ער זאלל קומען צו איהם נאכדעים וואס ער מאכט הבדלה. די נעקסטע מאל האט ער זיך אנגעריקט אום שב"ק בייטאג. ווען דער אהבת ישראל האט איהם געזעהן האט ער איהם געזאגט..."איך האב דיך דאך געבעטן אז דו זאלסט קומען צו מיר נאר נאך הבדלה...! רופט ער זיך אן..."רעבא...איך האב שוין געמאכט הבדלה ......"...!
זונטאג יולי 01, 2018 11:51 pm#407717
פעם ביקש אחד תשובה מאהבת ישראל על שלא אמר זמירות שבת אמר הרבי למה לא הזכיר אותך אשתך אמר גויה לא מבינה עניין זמירות
מאנטאג יולי 02, 2018 1:16 am#407722
מונח בזכרוני אז די דמשק האט געגרינדעט די וויזניצע ישיבה אין א"י און וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין קינדער איז עס אריבער צום אמרי חיים/ישועת משה.
בין איך גערעכט?
מאנטאג יולי 02, 2018 1:50 am#407723
הוא בעצמו מינה את ישועות משה לנהל הישיבה
מאנטאג יולי 02, 2018 2:34 pm#407760
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך מיין כ'האב שוין פארציילט די מעשה (אפשר מער ווי איין מאל.). ביים אהבת ישראל האבן געהאט פלאץ אלע סארט אידן. אפילו די גרעסטע פויערן. ווייל דער אהבת ישראל האט זיי אלע מקרב געווען און בדרכי נועם געטרייט זיי צו האלטן ביי אידישקייט.. איז געווען אמאל איינער א פשוט'ער איד און ער האט געהאט גרויס השתוקקות צו זיין ביים רעבא. איז ער ל"ע געפארן אום שבת ווען ער איז אנגעקומען, האט איהם דער אהבת ישראל געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז ער זאלל נישט פארן אום שבת. האט ער איהם געבעטן אז ער זאלל קומען צו איהם נאכדעים וואס ער מאכט הבדלה. די נעקסטע מאל האט ער זיך אנגעריקט אום שב"ק בייטאג. ווען דער אהבת ישראל האט איהם געזעהן האט ער איהם געזאגט..."איך האב דיך דאך געבעטן אז דו זאלסט קומען צו מיר נאר נאך הבדלה...! רופט ער זיך אן..."רעבא...איך האב שוין געמאכט הבדלה ......"...!


דאכצעך איך האב דיר פארציילט די מעשה...
דינסטאג יולי 03, 2018 6:39 pm#407950
שבת אחים האט געשריבן:גדליה: סאיז געבליבן מעהר ווי איין צווייגל פון די קאסוב-ווינזיץ גזע. דער אמרי חיים מיטן זיינע ברידער, זיין ברודער דער דמשק (איז אוועק אן קיין קינדער) און דער סערטער וואס האט אויפגעבויעט א אייגענע ווינזיצער שיכון און חסידות אין חיפה.

גאר זיסע קליפ ווי די בעל ברכת אליעזר זצ"ל טאנצט מיט זיין ברודער די בעל ברכת משה זצ"ל.
דערמאנט אביסל פון די אלטע אידישיסטישע פילמען.
דינסטאג יולי 03, 2018 7:13 pm#407954
הערליך שיין! ספעציעל דעם חיבוק ביים ענדע. עס מאכט זיי רילעיטעביל צום המון עם. עס איז נישט קלאר אויב די מוזיק איז ארגינעל אדער עס איז צוגעלייגט צום קליפ.
מיטוואך יולי 04, 2018 7:47 pm#408091
יין שרף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:גדליה: סאיז געבליבן מעהר ווי איין צווייגל פון די קאסוב-ווינזיץ גזע. דער אמרי חיים מיטן זיינע ברידער, זיין ברודער דער דמשק (איז אוועק אן קיין קינדער) און דער סערטער וואס האט אויפגעבויעט א אייגענע ווינזיצער שיכון און חסידות אין חיפה.

גאר זיסע קליפ ווי די בעל ברכת אליעזר זצ"ל טאנצט מיט זיין ברודער די בעל ברכת משה זצ"ל.
דערמאנט אביסל פון די אלטע אידישיסטישע פילמען.


הערליכע קליפ. איך האב זוכה געוועהן דאס מיט צולעבן אפאר מאל, דאס איז די ארגעניעלע מוזיק. פארוואס דערמאנט עס דיר פון די אידישיסטן פארשטיי איך נאכנישט.

די וויזנצער רביים האבן זיך אייביג געלעבט באהבה ואחוה ושלום ורעות. דער אמרי חיים מיט זיין ברודער דער מקור ברוך פון סערט האבן אויך אזוי געטאנצן ברידערלעך אינאיינעם. מקען זעהן פון די בריווען וואס ר׳ חיים מאירל שרייבט צוזיין ברודער דער סערטער, די ווארימקייט און א אהבה וואס זיי האבן געהאט איינער צום צווייטן... די ווארימע זיסע לשונות, די בענקשאפט צום טאטן דער אהבת ישראל... די זעלבע איז געוועהן מיט דער אהבת ישראל און זיינע ברודערס, דער אנטוניער, בארשער, שאצער, הורדענקער, סטרוזניצער, זאלישטיקער. זיי אלע האבן זיך געלעבט ברודערלעך, באהבה ואחוה און סאיז נישט געוועהן קיין שום פירוד לבבות צווישן זיי!

כהאב געהערט אלץ קינד פון אלטע ווינזיצער חסיד הרה״ח ר׳ הערשל סאלמאן ז״ל וואס האט געהערט אמאל ווי דער אמרי חיים האט געזאגט אז סאיז דא אסאך מענטשען וואס האבן געוואלט אנארבעטן אז איך זאל מיך קריגן מיט מיין ברודער דער סערטער, אבער דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן יהיה מה שיהיה.
מיטוואך יולי 04, 2018 10:09 pm#408103
Re: צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ
וואס מיינט ברידער טאנץ?
איז עס עפעס א ספעציעלע טאנץ?
דאנערשטאג יולי 05, 2018 1:48 am#408113
אונטער חכם האט געשריבן:וואס מיינט ברידער טאנץ?
איז עס עפעס א ספעציעלע טאנץ?


כמיין אז סמיינט פשוט און גראד ״א טאנץ פון ברודער׳ס״. ער פלעגט טאנצן מיטן ברודער. און אויך די ״אשת חיל״ טאנץ ווי ער פלעגט טאנצן לפני הכלה, ער פלעגט טאנצן ווי א סאלדאט :lol: אסאך האבן עס גערופן אשת חייל... לאמיר נישט פארצימסען די אשכול. ער מיט זיין ברודער זענען געוועהן אמתע וויואלע פיינע מענטשען און האט געפירט א שיינע חסידות.
זונטאג יולי 15, 2018 4:23 am#408738
סאיז באוואוסט אז ווינזיצער נוסח איז פול מיט בא-בא-בא-באם... אוי וועי אויוועי... ווען כהאב חתונה געהאט האט מיך מיין געוועזנע (וואס האט נישט געהערט קיין וויזניצער נוסח ביפאר) געפרעגט צו די ערשטע וויזניצער רבי האט געשטאמפעלט/גע׳קעקעצט??? :lol: (למעשה האט זי שפעטער זייער ליב געהאט די וויזניצער-נוסח... ווער נישט? סאיז דאך איין שטיק הארץ!)

מ׳האט אמאל געפרעגט הגה״ק ר׳ יודעלע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל וואס איז פשט אז מהאט אריינגעלייגט אין דאווענען אזויפיל אויוועיס און באבא באם. האט ער געזאגט פשוט, יעדע פלאץ ווי מהאט געהאט עקסטערע כוונת און סאיז נישט געוועהן קיין ווערטער האט מען געזאגט אוי וועי אדער באבא באם. איז אויב דער אהבת ישראל האט געדאווענט און ער האט געהאט געוויסע כוונת אנשטאט שטיל צו בלייבן האט ער געגעבן אזא קרעכץ אדער גענוצט אזא תנועה ווי אוי וועי וועי וועי... ער האט דאך אינזין געהאט צענדליגער טויזנטער אידן פון די געגענט וואס זענען געקומען צו אים. ער האט נישט גענומען קיין קוויטלעך און קיין געלט סתם אזוי. נאר אידן האבן אים געגעבן קוויטלעך מיט פדיונות אז ער זאל דאווענען פאר זיי, און דאס האט ער געטוהן. (און די געלט וואס ער האט פארדינט האט ער ווייטער אויסגעטיילט פאר אנדערע ארימע אידן, די אהבת ישראל מיט זיינע ברודער האבן בכלל נישט געלעבט אין קיין רייכטום- נאר גאר פארקערט) זיין דאווענען און תהילים זאגן איז געוועהן מיט בכיות, מתיקות וואס איז נישט צו באשרייבן. דער גרעסטער וויזניצער חסיד הרה״צ ר׳ מרדכי חנא זצ״ל האט געזאגט אזא דאווענען וואס דער סב״ק האט אראפגעלייגט האט מען נישט געזעהן נישט ביין זיין טאטען דער אמרי ברוך זצ״ל און נישט ביין זיין זיידע דער צמח צדיק (דער ערשטער וויזניצער רבי). נישט אומזיסט האט דער באר מנחם פון קאלוב געזאגט ״ווער סהאט נאר צוגעזעהן ווי דער ״אהבת ישראל״ זאגט תהילים, האט געקענט זעהן וואס מיינט א אמתדיגע איד מיט א צובראכנע הארץ קלאגן אויף גלות השכינה״... און נישט אומזיסט איז דער גאלאנטער רב מיט הרב דשונסקי זצ״ל געגאנגען הערן וויאזוי דער אהבת ישראל זאגט תהילים. און דערנאך געזאגט אזא מתיקות קען נאר קומען פון א נצוץ נשמה פון דוד המלך ע״ה.
זונטאג יולי 15, 2018 4:54 am#408739
אין ספר מעשה איש שטייט אז ביי די לוי׳ פון דער אהבת ישראל (ווען מ׳האט ארויפגעברענגט זיין ארון פון רומעניע קיין אר״י) און מ׳איז א דורך געגעאנגען דעם הויז פון דער חזון איש זצ״ל איז ער ארויסגעקומען און באגלייט די ארון א לאנגע וועג ביז נאך די סתימת הגולל... אפשר וועט ליטוואק קענען מסביר זיין פארוואס די חזו״א איז זיך געקומען באטייליגן ביי א לוי׳ פון אזא לץ און א פערפאומער/זינגער ווי דער אהב״י... אפשר ווייל ער האט געוואוסט אז ער איז געוועהן א גאון און א צדיק וואס האט געהאלטן צענדליגער טויזנטער אידן אין רומעניע ביי אידישקייט מענטשען וואס האבן וועגן זייער ארימקייט און די דחקות פון די אמאליגע צייטן נישט באקומען קיין שום עדיוקאציע און חינוך און זענען אויפגעוואקסן ווי אומגעלערנטע פויערן אבער מיט דעם אלעמען געוואלט זיין גוט און ערליך, און דער אהבת ישראל האט זיי אריינגענומען מיט ליבשאפט און זיי געהאלפן ברוחניות ובגשמיות. ליטוואק דער חזו״א איז געגאנגען צו די לוי׳ פונעם אהב״י אלץ מליצות???

סאיז אפילו דא א גירסא (ווער סווייסט מעהר זאל זאגן) אז הגה״צ טשימפער רב זצ״ל (מגדולי חסידי וויזניץ-דער אמרי חיים פלעגט אים פרעגן אלע שאלות אין הלכה) האט געפרעגט דעם חזו״א צי מזאל נישט לייגן דעם אהבת ישראל אין ירושלים, צפת, טברי׳ און דער חזו״א האט געזאגט מ׳זאל אים לייגן דא אין ב״ב, ער וועט זיין פאר מיר א ״שכן טוב״. פאר הרב היילפרין די אייגענטימער פון די ביה״ח האט ער געזאגט די זעלבע זאך...

אויך איז כדאי ליטוואק זאל פארענטפערן וואס איז פשט אז דער הייליגער חפץ חיים וואס האט נאר באזיצט בערך 30 אייגענע ספרים מיט זיין זיגל, און איינע פון דעם איז א ״אהבת שלום״ פון הרה״ק ר׳ מענדלע קאסובער זצ״ל דער ערשטע פון די קאסובער-וויזניצער רביס און זוהן פון הרה״ק ר׳ יעקב קאפיל חסיד, די בעל-תפילה פון בעש״ט און איינע פון די בעש״ט׳ס חברייא??? יעדע פון זיינע ספרים האט ער געלערנט דערינען (נישט ווי היינטיגע צייטן) און מקען קלאר זעהן אז ער האט געלערנט דערינען. זעהט זיך אויס אז דער הייליגער חפץ חיים האט געלערנט ״חסידישע ספרים״ און געשעפט פון די קאסובער ברינע.... ביטע זאג מיר נישט אז דאס איז אלעס מליצות :lol:
זונטאג יולי 29, 2018 2:46 am#410015
״בוקאווינער וויזניצער פויערן״...
l viewtopic.php?f=8&t=12475 l
מאנטאג יולי 30, 2018 8:39 pm#410146
ר׳ ישעילע טשחויבער זצ״ל איז אמאל מיטגעפארן מיט די וואגן פונעם סב״ק, גלייך דענעבן איז געזיצן דער סב״ק׳ס טאכטער הרבנית העניא הי״ד ער האט זיך שטארק געוואונדערט אויפדעם, ווייל אין צאנז איז נישט געוועהן איינגעפירט אז די טעכטער פון די רבי זאל זיצן אינאיינעם מיט די מענער. נאכדעם ווי ער האט אבער געהערט וויאזוי די סב״ק האט געזאגט תהילים האט ער געזאגט: ״אויף אים פרעג איך נישט קיין קשיות ווייל ווען איך האב אים געהערט זאגן תהילים בין איך ממש אויס געגעאנגען פון מתיקות״...

(ישראל סבא קדישא-חלק ב׳ מהרה״ח ר׳ יוסף בהרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל)
מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:06 am#410555
א איד איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט אים דער לעלובער רבי זצ״ל געפרעגט: צו וועלכע רבי ביסטו געפארן אין חו״ל האט דער איד גענטפערט צום וויזניצער רבי (דער אהבת ישראל) האט די לעלובער רבי זיך אנגערופן:

״די וויזניצער רבי האט ליב אידן און איז די רבי פון די רבי׳ס״...

מקור: שיחות אור מרדכי מוויזניץ זצ״ל

הספר ״ישראל סבא קדישא״ חלק ב׳ מהרה״ח ר׳ יוסף בהרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל -יד ימינו של הסב״ק מוויזניץ זצ״ל.
דינסטאג אוגוסט 14, 2018 5:19 pm#411098
די שייכות פונעם ״חזון איש״ מיט זיינע שכנים ״שיכון וויזניץ״


היות ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB האט געשריבן אז די חזון איש האט זיך אויסגעדרוקט אויף וויזניץ מיט ביטול האב איך געוואלט אפשרייבן די אמתע שייכות פונעם ״חזון איש״ מיט זיינע שכנים ״שיכון וויזניץ״.

קודם כל איך האב אנגעפרעגט אפאר אידן וואס קענען זיך אויס מיט די פאליטיק און די אלטע היסטאריע פון שיכון וויזניץ נאכן קריג און קיינער ווייסט נישט צוזאגן פון אזא מעשה! איך האב אפילו אנגעפרעגט ביי די שעכטער משפחה און זיי ווייסן נישט צוזאגן פון אזא זאך אז דער חזון איש זאל חלילה האבן געזאגט אזא זאך... פארקערט יעדער זאגט:

דאס איז בכלל נישט געוועהן דער חזון איש׳ס שפראך-ער וואלט קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך און אוועקגעמאכט א עדה פון ערליכע אידן-אפילו ער וואלט טאקע באמת געהאלטן אזוי.

דער חזון איש האט זייער שטארק מחשיב געוועהן וויזניץ און זיך אויסגעדרוקט גרויסע זאכן אויף דער ״אהבת ישראל״ און אויף ״שיכון וויזניץ״... פונקט פארקערט פון וואס ליטוואק שרייבט.

אלעס וואס איך שרייב האט א מקור מוסמך.

1)בשעת מ׳האט מייסד געוועהן שיכון וויזניץ און מ׳האט געבויעט די ת״ת און די מיידל שולע וואס מ׳האט גערעדט נאר אידיש איז דער חזון איש געוועהן מלא שמחה און ער האט געשיקט א ״גרויסע סכום״ געלט פאר א נדבה צו די נייע ״שיכון-וויזניץ״ און די מוסדות.

2)ווען הרה״ק ר׳ יואל מ׳סאטמאר זצ״ל איז געקומען באזוכן די חזון איש האט אים די חזו״א געוויזן מיט די פינגער ביי די פענסטער אויף שיכון וויזניץ און זיך אנגערופן איר זעהט? ״דאס איז א הייליג מקום״... (סאיז נאך דאן נישט געוועהן קיין בנינים צווישן זיין הויז און שיכון וויזניץ-סאיז געוועהן ליידיג און מ׳האט געקענט זעהן די שיכון פון זיין פענסטער)

3)ווען מ׳האט ארויפגעברענגט די אהבת ישראל׳ס ארון פון רומעניע קיין ארץ ישראל האט לכתחילה דער אמרי חיים געוואלט לייגן דעם אהבת ישראל אין צפת אדער אין טברי׳ נאר די חזון איש האט געבעטן הרה״צ טשימפער רב זצ״ל (וואס האט זיך דאן אפגעגעבן מיט דעם) אז מ׳זאל אים לייגן דא אין בני ברק און ער וועט זיין פאר מיר א ״שכן טוב״...

ביי די לוי׳ האט די חזון איש באגלייט די ארון א לאנגע וועג און איז געבליבן דארט ביז נאך די סתימות הגולל.


4)ווען די ארון פון די אהבת ישראל איז אנגעקומען קיין אר״י, צום פארט אין חיפה פארן אריינלייגן אין די קאר פון הרה״ח ר׳ שלמה ניימאן ז״ל האט זיך איין שטיקל האלץ צובראכן און מ׳האט געקענט אריינקוקן אין די ארון- און מ׳האט געזעהן אז די אהבת ישראל איז גאנץ. ווען מ׳האט עס פארציילט פארן חזו״א האט ער לכתחילה געוואלט אז מ׳זאל עפענען די ארון און אים באגראבן כמנהג אר״י -ער האט געזאגט ״זאל יעדער זעהן אז א צדיק און קדוש עליון איז נישט שולט קיין רימה״ (אפילו סאיז געוועהן פערצן יאהר נאך די הסתלקות...)
אבער דער אמרי חיים האט נישט געוואלט, ווייל די אהב״י איז געוועהן א בכור, און די מנהג אין חו״ל איז געוועהן אז א בכור באגראבט מען מיט ארון-שלם.

5)בשעת מ׳האט געבויעט ביהמ״ד וכולל חזו״א אין זכרון-מאיר האט דער חזו״א געזאגט פאר הרה״ק ר׳ יודלע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל ״איך בין ב״ה ארומגענומען מיט תורה פון איין זייט ״כולל חזו״א״ און פון די אנדערע זייט ״שיכון וויזניץ״...

6)דער חזו״א האט געזאגט פאר הרה״ח ר׳ פישל פעלדמאן ז״ל (מותיקי חסידי ווינזיץ) ״דער וויזניצער רבי האט אויסגעצויגן די חרדישע ישוב פון בני ברק״.

(די מעשה האב איך שוין געשריבן אמאל דא אין שטיבל)
7)די מעשה ווערט געברענגט אין ספר ״מעשה איש״: א איד איז געקומען צום חזון איש זיך צו דורכרעדן וועגן קויפן א נייע הויז אין בני ברק אין די בראשית יאהרן, נאכן קריג. די איד האט אים געזאגט אז מ׳טראגט אים אן א הויז אין ״שיכון וויזניץ״ און ס׳געפעלט אים זייער. האט דער חזו״א געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. האט ער אים געפרעגט פארוואס נישט? האט ער געזאגט ״מיט דעם וואס דו קויפסט א הויז אין שיכון וויזניץ ביסטו נישט מרחיב גבולי הקדושה ווייל וויזניץ איז דאך שוין גבולי הקדושה יעצט דארפסטו זעהן צו קויפן ביים עק פון שטאט און דארט פארשפרייטן אידישקייט״

8)ר׳ דוד פרענקל איז געגעאנגען שפאצירן מיטן חזו״א און זיי זענען דורך געגעאנגען לעבן וויזניץ האט אים די חזו״א געוויזן די בנין הישיבה און געזאגט ״די וויזניצער ישיבה איז א גיטע ליכט״.

9)אמאל ווען דער חזו״א איז געגאנגען שפאצירן לעבן וויזניץ האט ער זיך אנגערופן ״דא זינגט מען זמירות אזויווי די לוים האבן געזינגען אין ביהמ״ק״

10)הרה״ח ר׳ אברהם בערגער ז״ל איז געוועהן א מגי״ש אין וויזניץ און ער פלעגט נעמען די וויזניצער בחורים פארהערן ביים חזו״א. ער פארציילט אז בשעת דער חזו״א האט פארהערט די בחורים איז ער געוועהן ״מלא שמחה״ אז אין די נייע שיכון איז מען ״מחזירים עטרה ליושנה״.

11)אין ״חינוך עצמאי״ איז געוועהן איין כתה וואס זענען געוועהן ״מסלתה ומשמנה״ פון בני ברק און זיי פלעגן גייען צום חזו״א פאר בחינות. איין מאל האט דער חזו״א זיי פארהערט און דערנאך האט ער גערופן זייערע עלטערן און זיי געזאגט אז זיי זאלן שיקן זייערע קינדער אויף וויזניץ! האבן די עלטערן געפרעגט: די רבי האט דאך אונז געהייסן שיקן די קינדער צו ״חינוך עצמאי״ האט ער געזאגט ״דעמאלטס איז נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה, סאיז נישט געוועהן קיין אנדערע ישיבות, אבער יעצט אז סאיז ב״ה דא וויזניץ וואס מ׳לערנט דארט אין ״אידיש״ וואס דארף מען שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו מ׳לערנט אין עברית״

מקורות:

1)אבי מורי שליט״א
2)דודי הרה״ח הגאון ר׳ משה וויזל שליט״א
3)הרה״ח הגאון ר׳ ישעי מאיר ניימאן שליט״א-בדחנא דמלכא
4)הרה״ח ר׳ דוד (ברי״ב) לאקס שליט״א
5)ספר ״קדוש ישראל״ מהרה״ח ר׳ נתן אלי ראטה ז״ל
6)ספר ״ישראל סבא קדישא״ מהרה״ח ר׳ יוסף שטיינמעץ ז״ל
7)ספר מעשה איש מהרב ר׳ צבי יברוב
דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:51 pm#411109
פון ווישניץ-לונדון טוויטער. @viznitzlondonhq: הימל אין ערד-חלום! סאיז לעצטענס נתפרסום געווארן.סאיז ידוע אז די מוסדות האט באשטעלט נייע פארענטשס פרייטיג ביי הרב קערן אין עס געגעבן פאר א מוראדיג ביליגע פרייז שבת ביינאכט איז די רבי זצל געקימען צי הרב קרן אין חלום זיך באדאנקן פארן העלפן מיין זוהן אין געגעבן שיריים עד כאן המעשה!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:08 pm#411286
@moshe_nayes: תחזיקו ראש חזק: הרבי מויז'ניץ ישבות בחלדודנא, הרבי מויז'ניץ (מרכז) במלויה -שווייץ, הרבי מויז'ניץ לונדון באנטוורפן-בלגיה, הרבי מויז'ניץ בית שמש במעז'בוז-אוקראינה, הרבי מויז'ניץ קיימישע בבורו פארק, הרבי מויז'ניץ מונטריאל בקיימישע, והרבי מויז'ניץ בורו פארק בקאנטרי.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:13 pm#411287
יין שרף האט געשריבן:פון ווישניץ-לונדון טוויטער. @viznitzlondonhq: הימל אין ערד-חלום! סאיז לעצטענס נתפרסום געווארן.סאיז ידוע אז די מוסדות האט באשטעלט נייע פארענטשס פרייטיג ביי הרב קערן אין עס געגעבן פאר א מוראדיג ביליגע פרייז שבת ביינאכט איז די רבי זצל געקימען צי הרב קרן אין חלום זיך באדאנקן פארן העלפן מיין זוהן אין געגעבן שיריים עד כאן המעשה!

באלאנגט אינעם אשכול www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=12516&p=411270#p411270 אמת אדער נישט...
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:46 pm#412809
די הייליגע סב״ק דער אהבת ישראל פלעגט כסדר זאגן א ״תלמוד חכם״ איז איינער וואס לערנט נישט... א ״ירא שמים״ איז איינער וואס לערנט נישט קיין ספרי מוסר... ווייל אז איינער קען אביסל חומש מיט גמרא מיינט ער שוין אז ער איז א ״גרויסע תלמוד חכם״ אבער ווען ער נעמט זיך אמתדיג לערנען זעהט ער אז ער קען נאך באמת גארנישט.... און די זעלבע איז מיט ספרי מוסר. ווען מ׳הייבט אן צו לערנען מוסר זעהט מען אז מ׳האלט נאך ווייט פון וואס ס׳פארלאנגט זיך באמת און סאיז נאך דא א ווייטע וועג אנצוקומען צו אמתדיגע מידות, מענטשליכקייט, און יראת שמים...

אסאך מאל זעהט מען מענטשען וואס מיינען אז זיי זענען עפעס גרויסע עקספערטן און גרויסע קארפן קעפ ווייל זיי האבן געליינט עפעס א בוך אדער גענומען א ״קרעש קאורס״ אין עפעס א נושא... אבער ווען זיי האבן אן באמת צו לערנען איבערדעם זעהן זיי אז זיי האלטן נאך גאר גאר ווייט...

יעדער רעדט זיך איין אז זיי פארשטיין אלעס און ווייסען אלעס אבער באמת ווייסן מיר גאר גאר ווייניג וואס טוט זיך... און וויפל אונז מיינען אז אונז ווייסן ווערט מען שפעטער געוואר אז אונז האבן גארנישט געוואוסט... נאר זיך איינגערעדט אז אונז ווייסן און אז אונז פארשטייען די נושא...

אונז זעמער בהמות... איינער איז טאקע אביסל קלוגער פון דעם צווייטן. אבער בהמות זענען מיר נאכאלץ... ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל....
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:36 pm#412822
the dunning-kruger effect
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:34 pm#413231
תולדות אנשי שם חלק א׳ דף י״ד מאת הרב אשר זעלקא ראנד ז״ל

ביפאר וויקיפידיע- הערליך באשריבן.



הרב ר׳ ישראל האגער זצ״ל- האדמו״ר מוויזניץ

נולד בוויזנץ בוקבינה ביום ב׳ אלול תר״כ לאביו הרה״ק ר׳ ברוך מוויזניץ זצ״ל בהרה״ק מוה״ר ר׳ מנחם מענדל זצוק״ל במח״ס ״צמח צדיק״ ונכד הרה״ק המפו׳ ר׳ ישראל מרוזין זצוק״ל נתחנך על ברכי זקנו הנ״ל ובהיותו בערך בן ט״ו בחר בו הגה״ק בעל ״אמרי נועם״ זצ״ל (גאב״ד ואדמו״ר דזיקוב) לחתנו.

מעודו הצטין בתורתו קדושתו ומדותיו התרומיות, והי׳ גדול בתורה הנגלה והנסתר וביחוד בהוראה.

אחרי פטירות אביו נתמנה למלא מקומו באב״ד ואדמו״ר וויזניץ ואלפי חסידים מגאליציא, בוקבינה, הונגארי׳ נהרו אליו, והסתופפו בצלו.

בפרוץ מלחמת א׳ הוברח לעזוב את עיר מולדתו והתישב בעיר הגדולה גרויסווארדיין (הונגאריא), ולא ערכו הימים וגם בה ובכל ארץ אונגארן רכש לו הרבה חסידים ומעריצים גם משדרות האשכנזים.

צדקתו וקדושתו ומדותיו עשאוהו לאחד ממנהיגי ישראל הגדולים והמפורסמים וכל גדולי הדור מארצות הנ״ל רחשו לו כבוד ויקר.

ביחוד הצטין במדת אהבת ישראל שהיתה מפליאה כל מי שבא בקרבתו. במדה זו קרב רחוקים וכל מתנגדיו נהפכו לאוהביו. ובחוש נראה שנתקיים אצלו ״כמים פנים אל פנים״

ברח ממחלוקות וחיכוכים ולא התערב בשום ריב של קהלות והפירודים שהתחוללו במדינה, כי אם כבד וחבב כל אחד ואחד מישראל באופן מפליא בלי הבדל שטה נזרם.


הי׳ ממנהיגי אגודת ישראל, והודות להשפעתו הגדולה נבתה האגוד״י, לרכוש אלפי חברים ואוהדים בכל אזורי מארמארוש, רומניא והונגאריא וליצור מוסדות חינוכיים כמו ב״ס ״בית יעקב״ וכו׳.

ביחוד גדל שמו בסוף ימיו ושמו הטוב יצא בכל עולם היהודי ורבנים ואדמו״רים מפורסמים באו לקבל ברכתו ולהתענג מזיוו.

נתבקש בישיבה של מעלה בליל שב״ק ב׳ סוין תרצ״ו בגרויסווארדיין ושם מנ״כ.

אחרי פטירתו בחרו חסידי וויזשניץ לרבם את בנו הרב הגה״צ ר׳ חיים מאיר שליטא (זצ״ל) הגאב״ד דווילכאויץ ונהג באדמוריות וויזשניץ ברמה בעיר גרויסווארדיין ועתה בארה״ק. ממנהיגי אגודת ישראל ומהאדמורים הכי חשובים והמפורסמים בתבל.

שאר בניו:
הרב הגאון המפורסם ר׳ מנחם זצ״ל הגאב״ד דווישוי, מיסד הישיבה הרמה ״בית ישראל״ בווישוי. אישיות דגולה, ומנהיג האגודה. (נפטר י״ג טבת ת״ש)


הרב הגה״צ ר׳ אליעזר זצ״ל כהן כאב״ד וויזשניץ משנת תרפ״ג ואח״כ באדמוריו״ת בווינה, ובתל אביב עד פטירתו.

הרב הגאון המפו׳ ר׳ ברוך שליט״א (זצ״ל) שמש כאב״ד פאליאנע קיצמאן, ואח״כ כגאב״ד עיר סערעט (רומניה) ור״מ בישיבתו שיסד בעיר הנ״ל. גורש במלחמה לטרנסדניסטריא ונמלט לארה״ק ודירתו בחיפה.

הגה״צ ר׳ שמואל אבא זצ״ל. נפטר בגרויסווארדיין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:48 pm#413251
עפעס זע איך דא קאסוב מיט וויזניץ מיט 'שבת אחים', האט דאס עפעס מיט אונזער שבת?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:33 pm#413256
אפשר נאר די וויזניץ חלק. אבער זיכער נישט קאסוב.....
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:18 am#413283
וואלווי האט געשריבן:אפשר נאר די וויזניץ חלק. אבער זיכער נישט קאסוב.....

ס'האט אויסגעקוקט רויטליך...
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:51 am#413293
איסר האטלקי האט געשריבן:עפעס זע איך דא קאסוב מיט וויזניץ מיט 'שבת אחים', האט דאס עפעס מיט אונזער שבת?


איך האב עס געזעהן. עס האט גארנישט מיט מיר... גאנץ שוואכע ארבעט... אומקלארע בילדער.... ווען איך מאך עס וואלט עס געהאט א בעסערע טעם. האלב פון די בילדער שטייט ניטאמאל ווער ווען וואס וואו...

אבער אבי מ׳רעדט פון ״וויזניץ״... ר׳ מוישעלע ווען מ׳האט אים פארציילט וועלטליכע זאכן אדער נייעס פלעגט ער כסדר פרעגן
און וואס א שייכות האט דאס מיט וויזניץ??? :lol:

מרוב חכ***... :roll:


אויב ווילסטו וויסן וואס ס׳האט יא מיט מיר?
אין די אנדערע ביילאגע פון ״די וואך״ איז דא א באזונדערע אפטיילונג פון ריבניץ לכבוד די יארצייט. איז דא דארט אסאך בילדער פון מיין טאטע און פון זיין חתונה, מיין זיידע, מיינע פעטערס. אויף דף 42 איז דא בילד קען מען זעהן ווי מיין טאטע (זיין דעמאלטסדיגע גבאי אין אר״י) האלט דעם ריבניצער׳ס טלית און צו לינקס פון מיין טאטע שטייט זיין נאנטע קרוב הרה״ח ר׳ משה טובי׳ גרינצווייג ז״ל (משב״ק מוהר״א מבעלזא) איין בילד ווייזט מיין טאטע אז מ׳זאל נישט כאפן קיין בילדער. דף 43 קען מען זעהן דארט די חתונה פון מיין קרוב ר׳ נחום דאנצינגער ע״ה פון וויליאמסבורג (מחסידי סאטמאר). דף 43 רעכטס אויבן קען מען זעהן דער ריבינצער טאנצן אויף מיין טאטעס חתונה לינקס ר׳ משה טובי גרינצווייג, גאנץ לינקס הרה״צ ר׳ דוד לעיב שווארץ זצ״ל פון שיכון וויזניץ. איין בילד ווי ער רעדט מיט צוויי אידן איינעם מיט א בענד-דאון איז מיין מאמעס ברודער (ר׳ ישראל דייטש פון וויליאמסבורג) און דער אנדערער איז מיין דאפעלטע קאזין ר׳ ישראל דאוודאוויטש פון מאנטריאל (מחסידי וויזניץ מאנסי). דף 51 מיין טאטעס תנאים אין אר״י רעכטס מיין זיידע הרה״ח ר׳ אפרים דייטש ז״ל. דף 54 מיין טאטעס צווילינג׳ס חתונה אין וויליאמסבורג, פארן גיין צום חופה, מיין טאטע איז רעכטס. דף 55 אויבערשטע צוויי בילדער איז אויך פון יענע חתונה. דף 29, איז דא א הערליכע באוואוסטע קאלירטע בילד ווי מיין טאטע ווייזט אים עפעס א ספר... אלע די בילדער איז געוועהן פריוואטע פאמילע בילדער און איך האב עס מפרסם געוועהן מיט בערך צוואנציג יאהר צוריק...
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 4:30 am#413294
וואלווי האט געשריבן:אפשר נאר די וויזניץ חלק. אבער זיכער נישט קאסוב.....


כהאב אמאל געהערט א סאטמארער זאגן ״איך האב גארנישט קעגן די בעלזער חסידים נאר דעם בעלזען אליינס קען איך נישט דילדען״

פארשטייסטע???

ביי די אמרי חיים זצ״ל איז געוועהן א איד, א פארברענטער קאסובער חסיד פון אינדערהיים וואס איז נישט געוועהן הונדערט פראצענט מיט אלעמען. ער פלעגט אייביג איבערזאגן פאר די אמרי חיים אז ער איז נאר א וויזניצער ביז ווילאנג משיח קומט, איינמאל משיח איז דא איז ער צוריק א קאסובער. האט דער אמרי חיים אים גענטפערט נו ווען קומט ער שוין??? :lol: איינמאל האט אים דער אמרי חיים געזאגט, איר ווייסט? ווען ס׳וואלט נאר געוועהן נאך צעהן אזעלכע געהויבנע אידן ווי אייך און די איבעריגע ווי משה רבינו וואלט שוין משיח לאנג דא געוועהן.... :) ווער ס׳האט אים געקענט האט פארשטאנען גיט די וויצן...
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 7:11 am#413298
הדא הוא דכתיב: יודע צדיק נפש בהמתו...
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 2:18 am#413979
די באוואוסטע יודישיסטישע שרייבער וואלף טאמבור פון סיגעט רומעניע שילדערט אין אייינע פון זיינע אידישע ביכער ״קרעלן פון טוי״ (בלאט 120) וויאזוי זיין פאטער האט אים געשלעפט אין די לאנגע- ווינטער פרייטיג-צונאכט׳ס צו די ״וויזניצער קלויז״ אין סיגעט צו א ״חסידישע באטע״...

ער דערמאנט הערצל אפשאן פון סיגעט דער מחבר פון די בוך ״בית ישראל״ וואס ר׳ מאטעלע זצ״ל פלעגט זאגן מ׳זאל עס נישט ליינען ווייל ס׳לייגט אראפ וויזניץ פון א פויערישע פערספעקטיוו.

ווי אויך דערמאנט ער מיין (ווייטע)קרוב ר׳ איצקל פוקס ז״ל פון סיגעט, שפעטער אין ב״פ (שווער פון הרה״ח ר׳ מענדל ראזענבערג יו״ר ״חסד של אמת״ און טאטע פון הרה״ח ר׳ משה פוקס מחסידי וויזניץ מאנסי)

ר׳ איצקל פוקס האט געשטאמט פון די באוואוסטע חשובע פוקס משפחה אייניקלעך פון מיין זיידע הרה״ח ר׳ ישראל פוקס הראשון מחסידי האהבת שלום מקאסוב זצ״ל. ער איז געקומען פון פולין. ר׳ מרדכי חנא׳ס משפחה און מיינע זיידעס האבן זיך באזעצט און געוואוינט אין ווילחאוויץ פאר דורי דורות, די אנדערע חלק פון די משפחה- ר׳ איציקל׳ס משפחה האבן זיך באזעצט און געוואוינט אין סיגעט.
ערשטע בלאט:
m https://archive.org/details/nybc200795/page/n124 m
צווייטע בלאט:
m https://archive.org/details/nybc200795/page/n126 m
דריטע בלאט:
m https://archive.org/details/nybc200795/page/n128 m
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:12 pm#414196
הרה״ק ר׳ יוסף גרינוואלד מ׳פאפא זצ״ל האט דערציילט אז ער האט משתוקק געוועהן צו וויילן ביים אהבת ישראל אויף א שב״ק אבער היות ער איז דאן געוועהן דיין אין סאטמאר האט ער מורא געהאט צופארן.

אמאל איז ער דורכגעפארן דורך גרויסווארדיין האט ער בכוונה געשפעטיגט די צוג כדאי צוזיין במחיצותו פונעם סב״ק.

ווען ער האט זיך געזעגענט האט אים רביה״ק ווארים אנגעוואונטשען ״ויהי יוסף איש מצליח וכל אשר הוא עושה ד׳ מצליח בידו״. ער האט תולה געוועהן זיין הצלחה אין ברכת רביה״ק.


בשם תלמידו הרה״ק ר׳ מאטעלע מוויזניץ זצ״ל

״ישראל סבא קדישא״ חלק ב׳
פרייטאג מערץ 01, 2019 12:21 pm#425480
מיין אפשאצונג אויף די וויזנצער רבי׳ס לויט די מייערס בריגס-MBTI.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Myers%E2% ... _Indicator m


אהבת ישראל ESFJ
אמרי חיים ESFJ

ישועות משה ISFP
אור האמת-ר׳ מאטעלע INTJ

ר׳ יודלע האראוויץ מדזיקוב INFP



הרה״צ ר׳ ישראל מבני ברק ESFP
הרה״צ ר׳ ישראל ממאנסי ISTP
הרה״צ ר׳ מענדל מקיימישע INTP
הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן מוויליאמסבורג ISTJ
הרה״צ ר׳ אליעזר זאב מירושלים ESTP
הרה״צ ר׳ דוד מלאנדאן INFJ
הרה״צ ר׳ אהרן ממאנטריאל ESTP
הרה״צ ר׳ ברוך שמשן מבית שמש ENFP
הרה״צ ר׳ יעקב יוסף מבארא פארק ISFJ


הגאון ר׳ שרגא האגער מקאסוב INFP
זונטאג מערץ 03, 2019 12:12 am#425499
וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?
זונטאג מערץ 03, 2019 12:49 am#425501
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?

וואס די סימנים מיינען ווייס איך נישט, אבער נאך ר' מענדל דארף לכאורה צו שטיין EDP...
זונטאג מערץ 03, 2019 1:29 am#425504
ר' ישראל ממאנסי אינטראווערט? ר' מענדל מקיימישע אזויווי איינשטיין?
זונטאג מערץ 03, 2019 9:04 am#425518
איסר האטלקי האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?

וואס די סימנים מיינען ווייס איך נישט, אבער נאך ר' מענדל דארף לכאורה צו שטיין EDP...


אין וואס מיינט EDP?
אנטשולדיגט פאר די עם הארצית...
זונטאג מערץ 03, 2019 9:41 am#425520
Emotionally disturbed person ל"ע
מאנטאג מערץ 04, 2019 3:55 am#425614
ריכטיג האט געשריבן:ר' ישראל ממאנסי אינטראווערט? ר' מענדל מקיימישע אזויווי איינשטיין?


יא ריכטיג. ר׳ ישראל ממאנסי איז אינטראווערט. ר׳ מענדל מקיימישע איז א INTP מיינט נאך נישט אז ער איז א איינשטיין. נאר אז ער האט די זעלבע מעקעניזים. נישט יעדע INTP איז א איינשטיין... און ח״ו נישט צו באליידיגן קיינעם די INTP כאראקטאר איז טאקע די קלוגסטע אבער די ווייניגסטע מידות און מענטשליכקייט מיט די שוואכסטע סאושעל סקילס.
מאנטאג מערץ 04, 2019 4:06 am#425615
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס מיינט דער אלע סימנים איך פארשטיי נישט
פליז זייטס מסביר

ייש''כ

דרך אגב וואס איז מיט ר' מענדל פין בני ברק?


כוואלט דיר גערן מסביר געוועהן. אבער סאיז זייער א לאנגע מגילה און כהאב נישט קיין נערווען צו טייפן. קענסט אויפקוקן אויף גוגל וואס די מייערס-בריגס MBTI איז. סאיז בעסיקלי די מענטש׳ס כאראקטער. געבעיסט לויט וויאזוי ער באקומען אינפארמאציע (Intuition/Sensing), וויאזוי ער גלייכט אויסצוברענגן זיין ענערדזשי, (Extrover/ introvert) און צי ער ארבעט מעהר מיט ׳געפילן׳ אדער ׳טראכטן׳ (thinking/feeling) וכו׳ יעדע מענטש אויף די וועלט איז איינס פון די זעכצען כאראקטארס.

אפשר וואלט געוועהן כדאי, איינער וואס קען עס גוט דא זאל שרייבן וועגן דעם אין די נעקסטע אויסגאבע פון ״די וועקער״ סאיז זייער א אינטערסאנטע נושא און גוט צו זיך באקענען דערמיט און וויאזוי ס׳ארבעט. סקען העלפן אסאך פארשטיין די מענטשהייט.

ר׳ מענדל פון בני ברק ווייס איך נישט פונקטליך וואס ער איז, סאיז שווער אים צו דיאגאנזירן. אבער לכאורה איז ער ESTP מיט א external factor.
עכ״פ א EDP איז ער זיכער לויט איסר האטלקי... און לויט יעדע נארמאלע מענטש... :lol: