איך לייג דא וואס איז געשיקט געווארן דורך מערכת בחצרות סאטמאר:
ערשטמאליגער און פרעצעדענטלאזער שבע ברכות בחצרות קדשינו:
נגידי אנ"ש ואישי הציבור הערן רירנדע רוף פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ארויסצוהעלפן דורכפירן וויכטיגע תיקונים בנוגע "שמחות"
ניו יארק. – אין צענטער פון די היסטארישע 'חתונה-תקנות' עפאכע וואס קאכט זיך די לעצטערע חדשים אינערהאלב קהלתינו הק' מיט א זעלטענע ברייטע אינטערעסע פונעם אלוועלטליכן יהדות החרדית, איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אווענט לס' "מה טובו אהליך יעקב" א פרעצעדענטלאזע מאורע ביי וועלכן ס'איז אוועקגעשטעלט געווארן גאר וויכטיגע יסודות צו העלפן אויספארמירן דער פרישער עתיד פון גליקליכע שמחות בבתי ישראל, צו ערמעגליכן אז דער ציבור מחותנים ובעלי שמחה זאלן בעזה"י קענען חתונה מאכן מיט ווייניגער הוצאות דאגות והוצאות און מיט מער שמחה והרחבת הדעת.
געווען איז עס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט, ווען עפ"י דיבורו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א זענען פערזענליך געלאדנט געווארן די קרואי העדה, די חשוב'ע תומכים, בוני ומחזיקי עולמות של תורה וחסד ואישי הציבור העומדים על הפקודים, אנטיילצונעמען אין די מסיבה שבע ברכות פרטי, פאררופן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, לרגל השמחה במעון קדשו.
דער פראכטפולער מאורע, וואס איז פארגעקומען אין די הערליכע זאלן פון 'אטריום פלאזא' אין מאנסי, איז געווען א זעלטענער פארזאמלונג, א מעמד מרומם ונהדר, וואס האט צוזאמענגעברענגט תחת קורת גג אחד הונדערטער פערזענליכקייטן, עושי צדקה וחסד ועוסקים בצרכי ציבור באמונה, מיט א דאפעלטער משמעות פון 'שמחה', סיי א שמחה לשעתה, לשמוח בשמחת בית צדיקים בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א, און בעיקר מיט א ווייטגרייכנדער ציל פון שמחה אויף לעתיד, צוצושטיין לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט"א אין די דורכברעכנדע רעוואלוציעס פון די וועלט-בארימטע איבערגעפרישטע 'סאטמארער חתונה תקנות', מיט'ן ציל צו ערמעגליכן אז אידישע קינדער זאלן קענען חתונה מאכן און פראווען די אייגענע שמחות מיט מער פארלייכטערונג מתוך מנוחת הנפש והרחבת הדעת.
אנגעהויבן אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן איז געווען צום דערקענען דער שטראם פון אנקומענדע אויטאס צום פראכטפולן 'אטריום זאל', און די גערופענע געסט זענען אויפגענומען געווארן בכבוד הראוי און אויסגעזעצט געווארן ביי די רייך-געדעקטע טישן, האבנדיג די זכי' צו קענען מיטהאלטן א פריוואטע שמחה בצל הקודש פונעם ראש בית אב מרן רבינו שליט"א.
עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה פאר די חשוב'ע משתתפים, בשעת א קבוצה פון מטיבי נגן זענען מהנה מיט מייסטערהאפטיגע שירה ובזמרה, און דער ציבור האט מיטגעהאלטן געשפאנט דעם תוכנ'פולן סדר המעמד מיט די דברי שמחה באגלייט מיט'ן דבר חובת השעה בעניני צמצום הוצאות, נאכפאלגט מיט א רייע וויכטיגע בקשות און הדרכות אלעס ארום די הצלחה פון די היסטארישע חתונה תקנות, דאסמאל דירעקט געוואנדן און אדרעסירט לכבוד הנאספים, אין וועמענ'ס מיטארבעט מ'איז וויכטיג אנגעוויזן צו קענען מצליח זיין אין די ריזיגע אונטערנעמונג.
צוערשט האט אויפגעטרעטן דער בארימטער עוסק בצרכי ציבור באמונה, איש חי ורב פעלים, הרבני הנכבד והמפואר מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו, חבר הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג ומראשי העסקנים בממלכת סאטמאר האדירה, וועלכער האט ארויסגעברענגט די זכי' פון אלע געלאדנטע משתתפים צו קענען מיטהאלטן א פריוואטע שמחה במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
ער האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויסגעהויבן לשבח ולתהלה די אקטיווע ראלע פון די חשוב'ע תומכי ופרנסי הקהלה והמוסדות וועלכע זענען שטענדיג גרייט למלאות רצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א צו קומען צוהילף פאר'ן ציבור, און מיט די ריכטיגע ווערטער באטאנט דער באדייט פארוואס דער רבי שליט"א האט דאסמאל צוזאמגערופן אינאיינעם די נגידים ואישי הציבור, נעמליך פאר'ן איינעם ציל מטכס עצה צו זיין און אפעלירן פאר פארשטענדעניש און מיטארבעט אין די וויכטיגע פעולות וואס איז נוגע די 'חתונה תקנות' ומסתעף.
א שעה של קורת רוח איז געווען בעת די שפאנענדע און אויפגעהייטערטע דרשה פונעם בארימטן מגיד מישרים ומרביץ תורה, נואם בחסד עליון, הוצק חן בשפתותיו, הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א, וועלכער האט עלעקטריזירט דעם ציבור מיט זיינע שטורמישע און בליציגע ווערטער, ווי זיין שטייגער.
במשך א לענגערע צייט איז דער ציבור געזעצן צוגענאגלט צו די פלעצער און געהאלטן צוגעשפיצט די אויערן מיטהאלטנדיג די אינהאלטסרייכע דרשה, וואס האט אנטהאלטן אסאך חומר למחשבה ארום דער קלארער מצב היינט צו טאג און דאס אחריות וואס די וועג-ווייזער דארפן צו האבן, קאמבינירט מיט הומאריסטישע און בליציגע ווערטלעך לכבוד השמחה, וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויפ'ן ציבור.
די הויכפונקט פונעם מסיבה נהדרה און דער ציל פונעם עשירים-צוזאמענברענג איז געקומען צום אויספיר בעת די שטורמישע און פייערדיגע דברות קודש היוצאים מלבו הטהור פונעם רועה נאמן ודואג בצערתן ובשמחתן של ישראל, כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס האט דורכגענומען און איבערגעלאזט א זעלטענער השפעה אויף אלע באטייליגטע.
נאך א קורצע דבר תורה און אריינפיר בשבח פון די חתונה תקנות איז דער רבי שליט"א צוגעקומען צום ענין און ברייט אויסגעשמועסט די נושא פון 'ליל החתונה', די הייליגסטע און פרייליכסטע מאמענטן פונעם בעל שמחה, אויף וואס דער בעל דבר זוכט זיך צו פארלייגן און זוכט דורכצוברעכן די חומת הקדושה מיט'ן איינפיר פון גוי'אישע מנהגים און אומזיסטע געלט-פארשווענדענישן.
צוערשט האט דער רבי שליט"א אויסגעשמועסט מיט ווייטאג דער חלק פון 'מוזיק און נגינה' וואס איז ליידער פאר'גוי'אישט געווארן ביי פילע אידישע שמחות ובפרט ווען ס'קומט צו מער פארמעגליכע שמחות ביי מחותנים עשירים:
"... מ'דארף דערמאנען דעם זכר פון טאטן מרן רביה"ק ז"ל, וואס ער האט אסאך געטוהן אין דעם ענין פון שפּארן, ער האט געמאכט די מסיבות תנאים'ס ביי זיך אין שטוב, זיך מטריח געווען. מיט יארן צוריק האט ער איינגעפירט די 'וואן מען בענד', ס'איז שוין פון דעמאלטס א גוטע דרייסיג יאר. ער האט געמאכט דעמאלטס אן איבערקערעניש, און איינגעשפארט אסאך געלט, אראפ-געברענגט די 'סטאנדארט' פון די מוזיק.
"בימיו ווען ער האט איינגעפירט די 'וואן מען בענד', איז יעדער געווען צופרידן, אלע חתונות זענען געווען פרייליך, אלע חתנים און אלע כלות זענען געווען גליקליך, מ'האט משמח געווען חתן וכלה, דער עולם האט זיך משמח געווען, די מחותנים האבן זיך משמח געווען, דער ציבור האט זיך משמח געווען, ס'איז געווען גוט, ס'האט נישט געהאקט אזוי אין אויער, אלעס איז געווען אויף שענסטן און אויפן בעסטן.".
"אבער דער שטן קען דאך נישט צוקוקן אז א גוטע זאך זאל אנהאלטן, האט ער לעצטנס דורכגעבראכן פירצות, אזוי גייט דאס, יעדע זאך האט זיך זיין 'אגענט', די מוזיקאנטן האבן זיך אויך 'אגענטן' אין די ישיבות. ער דינגט איינעם און ער געט אים געלט, אזוי ווי יעדער סוחר, אין אלע ישיבות איז דא בחורים וואס זיי זענען די אגענטן פאר די מוזיקאנטן, ער גייט צו צום חתן, און ער זאגט אים 'נעם דעם', א 'וואן מען בענד' איז אזוי פארשלאפן, נעם נאך א מין כלי, נאך איינס, נאך צוויי, נאך דריי. דער האט, יענער האט, איך ווייס זיכער אז 'יענער' האט שוין אויך גענומען, אזוי רייצט ער אויף דעם חתן, דער חתן גייט אהיים און הייבט אן וויינען פארן טאטן, 'יעדער האט, פארוואס קען איך נישט האבן?', און אזוי הייבט ער אן צו וויינען, דער טאטע זאגט, ער האט דאך נאר איין מאל חתונה... און אזוי גייט דאס, נאך א זאך און נאך א זאך, מ'האט אויפגעשרויפט דעם סטאנדארט."
דערנאך האט דער רבי שליט"א בארירט מיט הארץ-ווייטאג דעם פראבלעם פון 'אומזיסטע געלט-אויסברענגעריי' וואס איז נאר מרבה עגמת נפש. "...מ'מאכט חתונה, דינגט מען - ס'הייסט א 'פארטי פלענער', איינער וואס זאל אנפירן די חתונה, יענער זוכט דאך אז מ'זאל אים באצאלן, פארשטייט זיך אז ער דארף אויפצוטון, להגדיל הטראסק, אלס גרעסער מאכן, שענער מאכן, טייערער, דאס איז דאך זיין פרנסה, לייגט ער אריין דעם קאפ אין אלע מיני שטותים."
"לאמיר מקיים זיין 'שמחתי באומרים לי', לאמיר זען צו האבן שמחה ווען מ'האט חתונה (און מ'זאגט הרי את מקודשת 'לי'), א אמת'ע שמחה של מצוה, 'בית ה' נלך', מ'בויעט אויף א אידישע שטוב, זאל מען זוכה זיין צו שמחה, נישט מיט די הבלי הבלים..."
ווייטער אין די רייע האט דער רבי שליט"א דערמאנט די הוצאה פון 'שטריימלעך' און געגעבן צו פארשטיין וויאזוי ס'גייט צו אז די פרייזן שטייגן העכער און העכער, וויבאלד יעדער 'אגענט' זוכט פארצושטעלן שענערס און בעסערס פאר'ן חתן און דאס איז גורם צו א רייצעניש צווישן די חברים און חתנים.
רעדנדיג איבער די הויכע סטאנדארט, האט דער רבי שליט"א געגעבן צו פארשטיין "אמת טאקע, ס'איז דא עשירים וואס קענען זיך ערלויבן, אבער אסאך קענען נישט, און ס'איז דא וואס זענען 'כמו-עשירים', געמאכטע עשירים, נו מוז ער זיך שוין אהערשטעלן, נו איינער רייסט זיך איבער דעם צווייטן, ס'איז גורם קנאה, שנאה, צווישן איין בחור, צווישן איין חתן מיטן צווייטן חתן, און עין הרע אויך."
"ממילא קומט אויס, אז די נגידים הייבן אויף דעם 'סטענדערט'. די נגידים קענען זיך טאקע ערלויבן, אבער דער צווייטער מוז זיך אויך אויפהייבן, דער דריטער מוז זיך אויך אויפהייבן, יעדער הייבט זיך אויף, און דער ארימאן היינט מוז היינט צושטעלן א חתונה ווי א נגיד מיט צוואנציג דרייסיג יאר צוריק".
ומכאן הקריאה יוצאת, האט דער רבי שליט"א מנהמת לבו הטהור זיך געוואנדן מיט א הארץ-רירנדע בקשה צו אלע נגידים און פארמעגליכע בעלי בתים, בלשון קדשו: "...וויל איך דא בעטן פון די אלע בעל בית'ישע אידן וואס זיי קענען זיך ערלויבן, איך פארשטיי, א טאטע וויל געבן פאר זיין קינד. בעט איך אייך, ווילסט געבן פאר דיין קינד, לאז דאס פאר א יאר נאך די חתונה, צו די ערשטע שמחה, אדער צום יאר, אדער אפילו דעם ערשטן יו"ט נאך ווען ער איז שוין א יונגערמאן. ווען ער איז שוין א יונגערמאן איז ער שוין פאר זיך אליינס, איז ער שוין עקסטער, ער איז שוין ארויס פון כולל, ארויס פון ישיבה, ארויס פון די מסגרת, ער איז שוין א יחיד פאר זיך, יעדער טאטע וואס ער קען געבן זאל געבן, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן די מעגליכקייט צו געבן, און איך ווינטש יעדן טאטע זאל וועלן געבן פאר זיינע קינדער, טאטעס ווילן געבן פאר קינדער, ס'מוז אבער נישט זיין צו די חתונה, ס'קען זיין א יאר נאך די חתונה, גארנישט וועט נישט שפעטיגן, ווער ס'איז א טאטע וואס וויל געבן פאר זיין קינד, זאל אלעס געבן דעמאלטס. דעמאלטס איז שוין נישטא די רייץ, קיינער ווייסט נישט וואספארא מתנות מ'קויפט פאר קינדער, דאס איז שטוב זאכן, קיינער ווייסט נישט, דאס מאכט נישט איינער פארן צווייטן. ביי די חתונה וואו יעדער קומט, און יעדער זעט, יעדער האלט מיט, דאס רייצט אויף איינער דעם צווייטן."
"... און נאכדעם – האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען – "וואספארא חינוך איז דאס, מ'איז מחנך די קינדער אז אלעס וואס מ'זעט ביי יענעם, אלעס דארף מען האבן, ווייל יענער האט - דארף איך אויך האבן. און איך דארף נאך 'אריבערגיין' יענעם, ווייל איך דארף ווייזן אז איך האב נאך שענער".
מיט א שטארקע ווייטאג האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער'ן ענין פון מצוה טאנץ, וואס ווערט ליידער אין פילע פעלער פארוואנדלט אין א 'צירקוס': "...'מצוה טאנץ' איז אן ענין קדוש מאוד מאוד. צדיקים קדושים וטהורים האבן אראפגעלייגט כוחות אין מצוה טאנץ, אבער אלעס אז מ'האלט דאס הייליג, אז מ'האלט דאס פאר א הייליגע טאנץ."
מיט טרערן אין די אויגן האט דער רבי שליט"א גערעדט און גערופן דעם ציבור זיך צו שטארקן און מחזק זיין די הייליגע פרייליכע ליל החתונה, צו זען אנצוהאלטן דעם אמאליגן ארגינעלן גלאנץ און חן פון א ערליכע אידישע שמחה. "כ'האב געהערט ווי דער טאטע ז"ל האט אמאל נאכגעזאגט פון דברי חיים, דער צאנזער זיידע ז"ל האט אמאל געזאגט, "ווען אונז זענען געווען אינגעלייט זענען מיר געשטאנען ביי א חופה, איז געווען אזא מין יראה ביי די חופה, אז מ'האט זיך נישט געטרויט אויפצוהייבן די אויגן פאר פחד ביי א חופה, אזא מין יראה איז געווען", אזוי האט ער געזאגט.."
ווי אויך האט דער רבי שליט"א גערופן דעם ציבור אנצוהאלטן און מחזק זיין די אלטע תקנה וואס איז שוין אוועקגעשטעלט געווארן בעבר, נישט צו פארשלעפן די חתונה נאר זיך האלטן צום זייגער און ענדיגן צייטליך די שמחה צו די צופרידנהייט פון אלע משתתפים.
לסיום הדברים האט דער רבי שליט"א אויסגעלויבט די שטארקע תועלת פונעם בארימטן צדקה קאסע "קרן מלמדים דסאטמאר" וואס שטייט צוהילף פאר מלמדים בעת שמחה, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך ווידעראמאל געוואנדן צו די משתתפים, ראשי עם, נגידים נכבדים און ערקעערט אז מ'זאל פארשטיין וואספארא פנים און ווארט מ'האט אין די גאס, מ'זאל פארשטיין אז די אייגענע התנהגות איז א וועג-ווייזער פאר אנדערע, און דערפאר דארף מען שפירן א ספעציעלע אחריות צו שטיין על המשמר און מאכן תקנות וגדרים אין די אלע ענינים, כדי צו זיין א גוטע דוגמא פאר אנדערע און נישט גורם זיין מרבה צו זיין אומזיסטע הוצאות און הבלים ביי אידישע שמחות.
מיט גאר ווארימע ברכות האט דער סאטמארער רבי שליט"א מסיים געווען זיינע ווארימע ווערטער, אנוואונטשענדיג פאר אלע נאספים ברכות לרוב, שפע ברכה והצלחה, שמחה ונחת און כל מיני השפעות טובות.
מיט א געפיל פון התרוממות האבן זיך די חשוב'ע באטייליגטע, נגידים, עשירים ואישי הציבור, זיך אויפגעשטעלט פון די פלעצער און פארלאזט דעם געהויבענעם איבערלעבעניש, ווען אויסער די התרוממות'דיגע מאמענטן פון שמחה של מצוה וואס מ'האט געהאט די זכי' מיטצולעבן ביי דעם שמחת שבע ברכות במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, איז די מסיבה געווען א מעמד היסוד וואס האט אויסגעקלארט די מוחות און אוועקגעשטעלט די ריכטיגע תורה'דיגע הדרכה מיט א רייע היסטארישע תיקונים און חידושים, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א ווייטגרייכנדער אפעקט צו פארמערן און פייערן אידישע שמחות, מתוך שמחה של מצוה ומנוחת הנפש.
-עוד ישמע בערי יהודה קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה-