Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

"קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12435
דינסטאג יולי 10, 2018 2:10 pm#408432
"קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
עס הייסט אין אין די קומענדיגע וואכן גייט ארויסקומען א נייע מאגאזין אויף אידיש פאר אידישע היסטאריע מיט'ן נאמען "קנקן". די מגאזין גייט ארויסקומען דורך קוואדראט פון לאנדאן, משה נחום קרויס פון קרית יואל און מייזעלס פון מאנטריאל.
דינסטאג יולי 10, 2018 8:02 pm#408453
חת"ם סופר: ווען איך בין דער ארויסגעבער פון דעם מאגאזין, וואלט איך מיך געזארגט. ווייל ס'איז בפירוש אקעיגן א משנה..."אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו...!
דינסטאג יולי 10, 2018 8:16 pm#408455
דאכט זיך עס גייט ארויסקומען איינמאל יעדע 2 חדשים
מיטוואך יולי 11, 2018 12:23 am#408467
דאס איז וואס עס ווערט אויסגעשמועס אויף איי וועלט איבער א מיסטעריעזע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע?
מיטוואך יולי 11, 2018 12:24 am#408468
איסר האטלקי האט געשריבן:דאכט זיך עס גייט ארויסקומען איינמאל יעדע 2 חדשים

נישט זעקס מאל א יאר?
מיטוואך יולי 11, 2018 12:33 am#408470
לבי ובשרי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דאכט זיך עס גייט ארויסקומען איינמאל יעדע 2 חדשים

נישט זעקס מאל א יאר?

אין מיין קאלאנדער איז דא 12 חדשים א יאר, יעדע צווייטע חודש מיינט 6 מאל א יאר.

אפשר מיינסטו צו פרעגן וואס וועט געשען אין א עיבור יאר?
מיטוואך יולי 11, 2018 12:34 pm#408491
חתם סופר האט געשריבן:עס הייסט אין אין די קומענדיגע וואכן גייט ארויסקומען א נייע מאגאזין אויף אידיש פאר אידישע היסטאריע מיט'ן נאמען "קנקן". די מגאזין גייט ארויסקומען דורך קוואדראט פון לאנדאן, משה נחום קרויס פון קרית יואל און מייזעלס פון מאנטריאל.

נאופס
מיטוואך יולי 11, 2018 12:50 pm#408492
.
מיטוואך יולי 11, 2018 12:52 pm#408493
איש חזון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:עס הייסט אין אין די קומענדיגע וואכן גייט ארויסקומען א נייע מאגאזין אויף אידיש פאר אידישע היסטאריע מיט'ן נאמען "קנקן". די מגאזין גייט ארויסקומען דורך קוואדראט פון לאנדאן, משה נחום קרויס פון קרית יואל און מייזעלס פון מאנטריאל.

נאופס

וואס הייסט נאופס?
מיטוואך יולי 11, 2018 2:06 pm#408499
ס'האט נאר מיט קוואדראט נישט מיט די אנדערע נעמען. קען זיין אז זיי געבן ארויס עקסטער.
פרייטאג יולי 20, 2018 12:56 pm#409426
מער אינפארמאציע איז שוין אוועילעבל ארום די נייע אויסגאבע וואס איז צו ערווארטן ביז אייניגע וואכן און ווי ס'זעט אויס פלאנט קוואדראט צו נעמען זיין קנקן צו א נייע ריכטונג און וויל אביסל טוישן די מארקעט וואס פאדערט אן אנאליז.

קוואדראט שרייבט אויף טעלעגראם אז קנקן וועט קאסטן 18$.
דער חסרון: ס'איז אן עקסטרעם הויכער פרייז, אומגעפער טריפלט ווי סיי וועלכע אויסגאבע און אין גאנצן נישט אין פראפארציע פון סיי וועלכע געדרוקטע זאך אין דעם גאטונג. אפילו גוטע קובצים ווי קובץ עץ חיים וואס קומט מיט 300 זייטן פלאס, און האט א קאסטומער באזע פון א חסידות, צי גינת ורדים וואס האט א נאכפאלגערשאפט ביי די קנאאישע קרייזן, בעטן ניטאמאל האלב דערפון (קובצים האבן אויך "אריגינעלע פארש ארבעט), דער שטערן וואס איז גרעסער פון 110 זייטן קאסט ניטאמאל האלב פון אכצן דאלאר.
די מעלה: דער עיקר פראבלעם פון סיי וועלכע אויסגאבע און בעצם סיי וועלכע ביזנעס איז געלט, מיט אכצן דאלאר אינקאם, לו יצוייר עס בלייבט אים נאר א צענער, איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין.

קוואדראט שרייבט אז ער שרייבט אלעס אליין.
דער חסרון: עס פעלט קאליר ווען איין שרייבער שרייבט אלץ אין א מאגאזין.
די מעלה: ער שפארט זיך קאסטן.

קוואדראט שרייבט אז עס וועט זיין צום באקומען בלויז אין ספרים און יודעאיקא געשעפטן.
דער חסרון: ווי מער מענטשן זעען אסאך און ווי לייכטער עס קומט אן א פראדוקט צו קויפן = אלס מער קליענטן.
די מעלה: צו קענען אויסשפרייטן אין די געשעפטן דארף מען פרינטן מער ווי די אמת'ע געברויך און דאס קאסט אסאך, אויך ווערט אסאך פארלוירן און געגנבעט און בכלל, דיסטריובשען קאסט געלט און צייט. פארשטייט זיך אז די איינציגע וועג וויאזוי אזא זאך קען אנגעקוקט ווערן ווי א מעלה איז געבויעט אויף א הנחה אז דאס איז אזא געזוכטע זאך אז מענטשן וועלן עס פשוט נאכלויפן.

קנקן וועט ארויסקומען 6 מאל א יאר.
די מעלה: ס'איז א ממילא איז די ריסק נישט אזוי גרויס און די אינוועסטמענט און ארבעט איז מיט אן 88% רעדוקציע פון סיי וועלכע אויסגאבע וואס קומט ארויס וועכנטליך א ביישפיל קינדליין...
דער חסרון: ס'איז נישט עכט קיין ביזנעס, נאר אינבעסטן פאל א האבי מיט אביסל איינקונפט פון דער זייט און אן קיין גרויסע רעטוירן קען מען ווערן מיד מיט דער צייט.

ווי עס שיינט זענען זיינע באשלוסן געבויעט ווייל ער איז קאנווינסנד אז די פארלאנג פאר זיינע זאכן וועט זיין עפעס מוראדיג קען ער טון אנדערש ווי יעדעם.

קען זיין יא: ער איז א גוטער שרייבער און אן אריגינעלע פארשער, ער קומט נישט ארויס מער ווי בסך הכל זעקס מאל א יאר, ס'איז אן אריגינעלע פראדוקט וואס איז לכאורה נאכנישטא ממש זיינס גלייכן און מענטשן וועלן שעצן די שווערע ארבעט און טרעפן אינטערעסע אין זיינע געפינסן, בפרט אז ס'איז ריין פון שטותים אדער פאליטיק איז עס געאייגנט פאר אלעמען.

קען זיין נישט: יתכן אז ס'איז בכלל נישטא קיין חלל אין דער אידישער מארקעט, דער גאנצער געוויינעריי תוכן תוכן תוכן איז א מיטאס, און וואס ס'איז שייך צו שרייבן ביים פרומען עולם ווערט שוין מער ווייניגער געשריבן, צווישן דער איד מיט תורה אפטיילונג, בלאט מיט אוצר, צייטונג מיט פאליטיק און האלאקאסט, מעלות מיט עצות און חיזוק, קינדליין מיט אינטערוויוס היסטאריע קאמיקס, מאמענט מיט קארענט אווענטס פערזענליכקייטן און ארטיקלען, אוצר אוצרות ליכטיגע היים שערי ציון וכו', בכלל דארף מען וויסן וויפיל עהרע צו געבן פאר די נושאים, און צי דער מהר"ל האט יא באשאפן א גולם אדער נישט, צי דער קליווער גט איז טאקע פארגעקומען אין קליווע, קען זיין אז זיי זענען בכלל נישט וויכטיגערע און מער געשעצטע טעמעס ווי רעדן פון פשוטע זאכן וואס זענען נוגע מענטשן למשל וואס די מאמענט קען טון, רעדן מיט אלטע בחורים וועגן שידוכים קריזיס, ארעמלייט און עסקנים וועגן פרנסה פראבלעמען, מיט הרב גאנצפריעד וויאזוי זיך צו מחזק זיין נאך א טראגעדיע און וויאזוי צו רעדן בבית האבל וכו' וואס קען האבן א השפעה אויף די פאקטישע לעבן פון מענטשן און אפעקטירן די דעת הקהל.

ס'איז נישטא קיין כלל אין די ענינים יעדע מאגאזין האט זיך זיין סיבה פאר סוקסעס און פון די פאר מאגאזינען וואס זענען יא מצליח קען מען אפשר אויסדרינגען פארקערט, איינער אויף אייוועלט האט אויסגערעכנט פיר סוקסעספולע מאגאזינען, קינדליין, מעלות, המספיק, עמי.
בעיני צייגן די פיר מאגאזינען אין קעגנזאץ פון קנקן. קינדליין איז א קאמיקס ביכל פאר קינדער (וודאי קומט אים קרעדיט פאר האלטן א הויכע ניווא אבער ס'איז נאריש צו זאגן אז זיין סוקסעס איז צוליב די זייטיגע שיינע זאכן, אויב עפעס איז די לעקציע פארקערט, לא הצליח מאגאזין פאר ערוואקסענע עד שבא קינדליין און האט גענומען א בעסערע און געטרייערע קליענטעל). מעלות איז א חודשליכע זאך וואס איז בעצם אינגאנצן אן אנדערע ברי' ווי א וועכענטליכע זאך, אין פאקט ווייזט עס אז דער עולם דארף "נישט" קיין סחורה, זייער אינהאלט איז געפאלן די לעצטערע יארן און די קליענטן זענען נאר געוואקסן. בעיני איז עס אן אומעדיוקירטע מאגאזין געאייגנט בלויז פאר אומעדיוקירטע מענטשן וואס נעמען אלעס פאר פעיס וועליו (פוק חזי ווער זענען די קליענטן, מיינסטנס נשים דעתן קלות פון די פרומסטע קרייזן וואס האבן די ווייניגסטע געליינט אדער געלערנט, ס'זאגט נישט עפעס?) ווילאנג מ'שרייבט מיט א ריינע גראמאטיק און ס'זעט אויס גוט, מ'לייגט אריין אן אתה בחרתנו גוד-פיל צווישן די שורות, קענסטו פארקויפן די זעלבע השגחה פרטית ארטיקלען און די זעלבע עצות אויף מוירסע, די זעלבע רענטס קעגן אלע חטאים פון "יענעם" (ווייל נאר איך בין גוט) און עולם גולם וועט קויפן פאר גוט געלט.
המספיק, כ'ווייס נישט גענוי וואס דאס איז, כ'זע עס אמאל אויף די פאסט, ס'האט נאך קיין מענטש נישט ארויסגענומען א דאלאר דערפאר, ווייס איך נישט גענוי ווי ס'איז שייך יא סוקסעס אדער נישט סוקסעס.
עמי וויאזוי מ'דרייט דעם ניגון האט עס מיט תוכן גארנישט, ס'איז א שיינע סענזאציאנאלע ביכל מיט פאליטיק און נייעס און א שטארקע פרויען אפטיילונג און איז נאר אן אנדייטונג קעגן קנקן...

די נענטסטע צו קנקן איז טאקע אונזער וועקער וואס קומט אויך ארויס אפאר מאל א יאר און טאקע פול מיט אריגינעלע תוכן און ווי ס'האט זיך אויסגעשטעלט איז דער פארלאנג ריזיג גרויס וועקער האט אויך זייער א קליינע דיסטריבושען און דאך ווייזט עס אז ווען א זאך איז גוט וועלן עס מענטשן אויפזוכן און אומבאשטעטיגטע קוועלער זאגן אז ס'גייט טויזנטער שטיקלעך פון יעדע אויסגאבע, און וועקער איז אויך נישט ביליג טראץ וואס עס איז ווייט נישט קיין 18 דאלאר, דאס איז א שטארקע אנדייטונג אז קנקן וועט בעז"ה מצליח זיין העכער אלע ערווארטונגען.

עד כאן דברי רימון, מכאן ואליך טיים וויל טעל און שטייצעך אז מיר וואונטשן אים אלע גרויס הצלחה.
פרייטאג יולי 20, 2018 2:46 pm#409436
די סיבה פארן עס פארקויפן אין ספרים געשעפטן איז מסתמא בלויז צו באריכטיגן דעם פרייז, ודו''ק.
פרייטאג יולי 20, 2018 2:52 pm#409437
א לייק?
פרייטאג יולי 20, 2018 2:58 pm#409438
א תובע בפה איז א חצופה..
פרייטאג יולי 20, 2018 3:03 pm#409439
יא, ס'איז אן אלטע זשאוק דא. מ'דארף אבער נאך אלץ לייקן.
פרייטאג יולי 20, 2018 3:07 pm#409440
אקעי
פרייטאג יולי 20, 2018 3:31 pm#409442
דער קוואדראט איז א גרויסע חוקר און באמת א געוואלדיגע שרייבער.
ער שרייבט אין די באבובער שערי ציון יעדע חודש הערליכע אינטערסאנטע פארש ארבעט וואס האט א שטארקע אפקלאנג (איך שטעל זיך פאר אז ס'וועט זיין אזויווי די ארטיקלעך דארטן וואס איז פאר ערוואקסענע און נישט ווי קינדליין פאר יונגווארג)
פרייטאג יולי 20, 2018 3:49 pm#409445
רימון האט געשריבן:א לייק?

וואו איז מיין לייק? פארוואס עפעס לייקן? דו שרייבסט איין סברא און איך האלט אנדערש. פארן אויסהערן דיין מיינונג דארף איך לייקן?

כ'וועל עס טון פאר דיר, אבער איך זע נישט פארוואס איך מוז. די אינפא האב איך שוין געליינט אויף טעלעגראם און אויך אייוועלט.
פרייטאג יולי 20, 2018 3:59 pm#409447
ער האט געארבעט א שיין שטיקל צייט צו שרייבן זיין מיינונג כדי צו פוהרן א שמועס ווייטער.
אפילו איך האלט נישט אלעס ווי זיין מיינונג האב איך געגעבן א לייק צו ווייזן אז איך פארשטיי אז ס'האט גענימען צייט צו שרייבן א שיינע מסודר'דיגע תגובה, און איך באדאנקען עם דערפאר.
פרייטאג יולי 20, 2018 3:59 pm#409448
ווי אויף טעלעגראם שטייט די אינפא?
פרייטאג יולי 20, 2018 4:07 pm#409450
קוואדראט האט א טעלעגראם טשעננעל?
פרייטאג יולי 20, 2018 4:13 pm#409452
בן ישי האט געשריבן:ער האט געארבעט א שיין שטיקל צייט צו שרייבן זיין מיינונג כדי צו פוהרן א שמועס ווייטער.
אפילו איך האלט נישט אלעס ווי זיין מיינונג האב איך געגעבן א לייק צו ווייזן אז איך פארשטיי אז ס'האט גענימען צייט צו שרייבן א שיינע מסודר'דיגע תגובה, און איך באדאנקען עם דערפאר.


עקזעקטלי, א לייק איז נישט קיין אינדארסירונג נאר אן עקנאלעדזשמענט סאו דיין בייסיגע טאן ר' איסר איז נישט אין פלאץ.
כ'מיין נישט דוקא אין דעם פאל, על הכלל כולו יצא.
פרייטאג יולי 20, 2018 4:18 pm#409453
רימון האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ער האט געארבעט א שיין שטיקל צייט צו שרייבן זיין מיינונג כדי צו פוהרן א שמועס ווייטער.
אפילו איך האלט נישט אלעס ווי זיין מיינונג האב איך געגעבן א לייק צו ווייזן אז איך פארשטיי אז ס'האט גענימען צייט צו שרייבן א שיינע מסודר'דיגע תגובה, און איך באדאנקען עם דערפאר.


עקזעקטלי, א לייק איז נישט קיין אינדארסירונג נאר אן עקנאלעדזשמענט סאו דיין בייסיגע טאן ר' איסר איז נישט אין פלאץ.
כ'מיין נישט דוקא אין דעם פאל, על הכלל כולו יצא.

מיין בייסיגע טאן? ס'קען זיין איר זענט ביידע גערעכט. איך וויל נאר פארשטיין די תביעה. דאס איז ווייל איך האב קאמאנטירט צו עס וואלט דיר געקומען סתם אזוי אויך? ביטע מסביר זיין, איך האב נישט געוואוסט ווי סענסיטיוו דער עולם איז דא.

איך לייק ווען איך האב הנאה פון א תגובה, נישט קיין חילוק ווי לאנג אדער קורץ עס איז.
פרייטאג יולי 20, 2018 4:20 pm#409454
בן ישי האט געשריבן:קוואדראט האט א טעלעגראם טשעננעל?

יא, ער האט געעפנט לכבוד דעם קנקן.
פרייטאג יולי 20, 2018 4:41 pm#409457
פרייטאג יולי 20, 2018 5:10 pm#409462
אויף טעלעגראם האט קנקן פירפאכיג מער נאכפאלגער ווי די וועקער.
זונטאג יולי 22, 2018 12:45 am#409493
בע״ה, ועש״ק שבת חזון שנת תשע״ח לפ״ק

אלו לאלו שואלים, ״וואס איז דאס קנקן״?
׳קנקן׳ איז א תורה׳דיגע קובץ, געשריבען אויף יודיש, וואס אנטהאלט מיינסטנס היסטאריע, צוגאב צו הלכה, פיוט און יחוס.
ווען מיר שרייבן היסטאריע, באצוען מיר זיך, נישט פון פשוט איבערשרייבן היסטאריע, נאר מיר פארשן אפ יעדעס ארטיקל און אפלערנען יעדער זאך פון פריש. מיר פראבירן צו שאפן און פרעזענטירן ווי ווייט מעגליך די ארגינעלע מקורות און ברענגעו פאר די ליינער פרישע אויפדעקונגען.

׳קנקן׳ איז געווידמעט, פאר די יודיש רעדנדע טייל פון כלל ישראל, וואס דארשט צו בארייכערן זייער ידיעה אין די אויבנדערמאנטע פעלדער.

קן א׳ איז שוין גרייט צום דרוק, און איז ב״ה באוואונדערט געווארן דורך די וואס האבן עס שוין געזעהן.
קן ב׳ איז שוין געשריבען געווארן און וועט אין די קומענדיג טעג געשיקט ווערן צו מגיה.

׳קנקן׳ ווערט בע״ה לעת עתה אלעס געשריבען דורך מיר אליינס.
בע״ה האפן מיר מצליח צו זיין, און מיר קוקן פאראויס אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער צו פארברייטערן און בארייכערן ׳קנקן׳ אויף א גרעסערן פארנעם.
׳קנקן׳ס פרייז איז באשטומט פאר 18 דאללער, עס וועט זיין בע״ה צו באקומען אין ספרים און אין יודאיקא געשעפטן.

בכבוד רב
ידידכם יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
לונדון יצ״ו
דינסטאג יולי 24, 2018 8:20 pm#409741
ב״ה האמיר באקומען פון די בריטישע ביבליאטעק אן אפיציעלע ISSN נומער (כמו ISBN פאר ביכער) פאר ׳קנקן׳.
פאר אט די פראצעדור בעטן זיי אז מען זאל זיי געבן אמווייניגסטנס 30 טעג, ת״ל וואס זיי האבן עס אונז געגעבן אין געציילטע טעג ממש.
פרייטאג אוגוסט 10, 2018 8:44 am#410827
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
.בילד
זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:57 am#410906
מיר מוטשען זיך ארויפצולייגן אונזערע ׳קנקן - קן א׳ אויף אמאזאן, אויב זענט איר גרייט אונז צו העלפן, אדער איר ווייסט פון עמיצער וואס וואלט געוועו גרייט אונז צו העלפן, ביטע פארשטענדיגט אייך מיט אונז.
Email: e info@kankanpublication.com e
ייש״כ למפרע
זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:24 am#410920
בילד
זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:14 pm#410937
לבי ובשרי האט געשריבן:בילד

״אביך רמי חמרא במני דפחרא!״
רבי יהושע בן חנניא האט געפרעגט דער קייזער׳ס טאכטער, ״האלט דען נישט דיין פאטער זיין וויין אין ערדענע קריגלען?״
גוטע וויין האלטן זיך דאס בעסטע אין איינפאכע ערדענע קריגלען.
אונזערע אויסגאבע ׳קנקן׳, ווי איר נאמען שרייט פון זיך אליינס איז א ״קנקן חדש מלא ישן״.
דעריבער האבן מיר באשלאסן נישט צו מאכ׳ן א רוישיגע גראפישע דעקל, ווייל עס וועט קיינמאל נישט באַרעכטיגן די אינהאלט.
מיר האבן געקליבן זיך צו באנוצען מיט גאנץ אן איינפאכע דעקל. דער וואס פארשטייט צו גוטע וויין, וועט שוין פונ׳ם דעקל אליינס זעהן, אז דאס איז בלויז דער אריינפיר צו אינהאלטסרייכע תוכן וואס עס טוט צודעקן.

באקענט אייך מיט - קנקן!
מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:37 pm#410991
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
לדעתי א שוואכע תירוץ פאר א שוואכן דעקל.
Don't judge a book by it's cover, איז א מימרא ווייל מענטשן טוען אט דאס.
מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:12 pm#410992
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
דער דעקל טוט קנ(א)קן מיט איר מינאמאליסטישער דיזיין.
מאנטאג אוגוסט 13, 2018 2:38 pm#410995
הרב קוואַדראַט איז אַ מייסטער-האַפטיגער גראַפיקער, און דעריבער האָט ער אילוסטרירט אזא שיינער דעקיִל. די פראבלעם איז נאָר אז די רוב פון די עולם פארשטייט נישט צו קיין מעלעריי, און דעריבער זעהט עס אויס פאר די אלע פשוט'ע מענטשן ווי א שוואכע ארבעט.......
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:51 pm#412227
באקומען פון א צוקומפטיגע ליינער:

בס''ד

א בליק,
אויף צוריק,
צום שיינעם אמאל...

די אורות,
און דורות,
פון כלל ישראל...

די צייט,
פארגייט,
פון שיינעם אמאל...

פארגעסן,
אינטערעסן,
פון כלל ישראל...

פרישע געבוירן,
אלעס פארלוירן,
פונעם שיינעם אמאל...

מ'זוכט היסטארישע אנטיקן,
פון אלטע דריקן,
פון כלל ישראל...

האלט דיר אויפן שטריקל,
קום אריבער דעם בריקל,
צום שיינעם אמאל...

מיט 'קנקן',
באגלייט שפאן נאך שפאן,
צו די היסטאריע פון כלל ישראל...!
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:52 pm#412228
איינע פון די בריוו וועלכע מיר האבן באקומען:

שלום וברכה, אל כבוד הרב קוואדראט שליט"א
אחדשוה"ט
א גוטן ערב שבת פון אמעריקע, און אפשר שוין 'א גרינגן תענית' אין ענגלאד,
איך ווייס נישט ווען די זמן כניסת השבת איז ביי אייך, סיי וויאזוי זאלט איר האבן א לעכטיגן שבת, און א גרינגן תענית,
מיטהאלטענדיג די לעצטערע שטיק צייט, אויף געציילטע אידישע פלאטפארמעס, אז עס גייט אי"ה ערשיינען א נייער קובץ מלא וגדוש מיט היסטאריע, און אלעס ארום, בין איך גלייך געווארן מלא שמחה, און ווען איך האב גהערט אז הרב 'קוואדראט' פון לונדון שטייט גאר פון הינטער די קוליסן, איז מיין שמחה נאר געווארן פילפאכיג מער און שטערקער,
יא! כלל ישראל איז הינגעריג, זייער הינגעריג, מיר ווייסן אבער נישט וואס עס פעלט אונז, מען ליינט און הערט אזוי פול 'שטותים' אז מען רעדט זיך שוין איין אז מען איז זאט, אבער ניין... "כלל ישראל איז שטערבליך הינגעריג"...!
הינגעריג נאך דעם אמאל, הינגעריג נאך דעם אמאליגן אידישן חן, הינגעריג נאך אביסל ריין אידיש היסטאריע, יא! זייער זייער הינגעריג!. אבער אז קיינער פיטערט נישט מיט אזאלכע זאכן, עסט מען זיך אן מיט נישט אזאלכע גוטע זאכן,
הרב קוואדראט, ווען איך האב נארוואס ערהאלטן א מודעה איבער דעם פרישן 'טעלעגראם' פלאטפארמע, אז 'קנקן' האט דארט א טשענעל, בין איך גלייך אהינגעלאפן..., און ווען איך האב דערזעען אייער אימעיל אדרעס, בין איך גלייך אהערגעלאפן...., יא איך שפיר אז איך מוז אייך פשוט באדאנקען, סיי אויף אייערע גאר רייך און באצויבערטע ארטיקלען אינעם קינדליין אויסגאבע, סיי אן ערשטמאליגן דאנק פאר אייערע הערליכ'ע ארבעט איבער די "צוריק צו וועג'ס" אויסגאבעס, אויך אונטערען קינדליין פארטעך, נישטא קיין ווערטער דאס צו באשרייבן, אבער אז איך האלט שוין די פעדער אין מיין האנט, און דער פאפיר און קאנווערט (אימעיל...) איז שוין אויסגעשטעלט מיט אייער נאמען, שרייב איך אייך שוין אלעס וואס עס איז מיר נאר אמאל געווען אין געדאנק אייך צו שרייבן.
הקיצור, איך וויל אייך נישט שיקן קיין לאנגע אימעיל'ס, ווייל איך פארשטיי און ווייס, אז איר זענט פארנומען, און איר האט נישט קיין צייט צו לאנגע מעשיות.
וועל איך אייך טאקע נאר איבערלאזן מיט א ברכת כהן, פאר א כהן, וואס דאס איז דאך דאפלט שטערקר. און אגב זענען מיר טאקע קרובים פון איין זיידן, ר' אהרן הכהן..., השי"ת זאל דיר העלפן מיט דיין הייליגע ארבעט, און די זאלסט קענען טאקע גרינג מפיץ זיין דיינע זיסע און געשמאקע קוועלער, און רייכע ווערק, און עס זאל האבן א שטארקען אפקלאנג, וחפץ ה' בידך יצליח!
מיר ווארטן שוין אלע אויפן ערשטן באנד!
הצלחה ברכה, וכל טוב,
בברכת שבת שלום ומבורך,
מרוחק מקום וקירב הלב,
- שם הכותב שמור במערכתנו -
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:53 pm#412229
געווען זייער א אינטערסאנטע שמועס מיט הרב קוואדראט אין מאמענט פון א וואך צוריק
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:55 pm#412231
אינהאלט
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:57 pm#412232
מורי ורבותי, דער מסבב כל עלמין האט אזוי צוגעפירט אז עס האט זיך געמאכט געפערליכע אפשטופענישן מיט׳ן דרוקן. מיר וועלן מיר נישט דא אריינגיין אין קיין טעכנישע איינצלהייטן, ווייל עס וועט נישט העלפן. על כל פנים, לעת עתה זענען די זאכן ברוך ה׳ מסודר, וכדאמרי אינשי ״גוטע זאכן קומען אן שווער״ - זעהט אויס אז ׳קנקן׳ איז גאר א גוטע זאך, א סימן פון הימל.
כ׳האף ביז א פאר שעטונדן אייך צו לאזן וויסן מער איינצלהייטן, ווען עס וועט זיין אין די געשעפטן.
כ׳האף איר וועט מיר מוחל זיין.
ידידכם יונ״ה
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:58 pm#412233
גוט וואך, בע״ה זונטאג וועלן די קנקנים פארטיילט ווערן אין די געשעפטן אין ניו יארק. די קנקנים פון אייראפע זענען שוין ב״ה אויך אונטערוועגנס.
מיר ווילן זיך נאכאמאל אנטשולדיגן פאר׳ן פארשפעטיגונג.
בברכת כתיבה וחתימה טובה וקריאה נעימה
יונ״ה בעל ה׳קנקן׳

וועט זיין אין די געשעפטן מארגן בעזה"ש!
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 10:50 am#412255
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
איך ווארט שוין צו דאס קויפן, הגם איך גיי להדיא נישט לויפן.
עפעס קלונגט מיר נאך נישט די נאמען "קנקן" אזוי גוט. עס זאגט זיך עפעס נאך נישט ארויס געשמאק, און ס'אביסל טשיזי.
עס איז צום האפן אז ס'וועט נישט זיין קיין סך "נותר קנקנים" אין געשעפט..
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:21 pm#412271
איז דאס א גילוי? @בן ישי איז יונ"ה?
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 6:50 pm#412282
בן ישי ברענגט נאך פון טעלעגראם.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:22 pm#412290
סקרן האט געשריבן:איז דאס א גילוי? @בן ישי איז יונ"ה?

ביסט נישט די איינציגסטע...אפאר האבן מיר געפרעגט אין אישי די זעלבע.
איז וויל איך דא קלארשטעלן פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען אז איך ברענגען נאך פון הרב קוואדראטס טשעננעל.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:58 pm#412292
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
געקויפט אין געשעפט. דער מוכר זאגט מיר אז ער האט שוין פארקויפט א היבשע פאר און ס'איז די ערשטע טאג בנמצא.
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:46 am#412307
היינט אינדערפרי אויף טעלעגראם:
מיר האבן יעצט באקומען די ידיעה איז וויליאמסבורג וועט בע״ה שוין האבן היינט נאכמיטאג, בארא פארק בע״ה היינט אווענט, די רעשט פון ניו יארק און ניו דזשעסי בע״ה מארגן אינדערפרי, מאנטרעאל וועט מוזן ווארט ביז דינסטאג מיטוואך, ווי נישט ווי איז זי אונטער די ענגלישע קעניגרייך, וועט זי נישט קענען האבן איידער לאנדאן עיר הבירה!
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 10:26 am#412313
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
ב״ה דער ליפערונג קיין לאנדאן איז אנגעקומען, עס וועט בע״ה זיין היינט, שפעטער נאכמיטאג, אין די היגע ספרים און יודאיקע געשעפטן.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:55 am#412504
מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 10:32 pm#412690
Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע
שבת איז מיר אויסגעקומען צו ליינען א גרויס טייל פונעם קונטרס, איך מוז זאגן אז עס איז גאר א רייכע ביכל מיט א זאמלונג פון פארשידענע אינטערסאנטע נושאים שיין אראפגעלייגט, די בילדער געבן א סאך צו, די שיינע גראפיק איז נישט אוועק צו מאכן. בקיצור, דאס איז א הערליך ארבעט.

יעצט אביסל קריטיק...
די פרייז...
כ'מיין, סיריעסלי?, זיבעצן טאלער פאר א תוכנדיג קונטרס'ל?
כ'האב געליינט דעם מאמר איבער לייבל מפרוסטיץ, האב איך זיך דערמאנט אז כ'האב שוין אמאל געליינט איבער אים, האב איך באלד אפירגענומען מיין 'משיחי השקר ומתנגדיהם' וואס כ'האב מיך איינגעהאנדל'ט וויילענדיג אין ארץ ישראל מיט ארום צען יאר צוריק, עס האט נאך דעם פרייז. 53 שקל. דאס איז אונטער פערצן טאלער! מ'רעדט דא פון א בוך וואס האט איבער 700 זייטן פון ריין היסטאריע, ארבעט פון אפאר צענליגער יארן און עס קאסט 25% ביליגער ווי אונזער קנקן, און עס קוקט אויס איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט פון דארט.

איך בין דירעקט נישט קארג ווען עס קומט צו צאלן פאר תוכנ'דיגע שרייבווערק, איך שפענד א יאר צווישן איינס און צוויי אלפים אויף שרייבעריי.
נעם א קונטרס וואס רופט זיך סופה וסערה, טאקע נישט אידיש, אבער א מייסטער ארבעט אויף היסטארישע שערורייה'ס אין הלכה וועלט, וואו דער מחבר טוט אדורך סיי די מציאות און סיי די הלכה לעומקה ולרוחבה און עס קאסט 11 טאלער, שוין אויך ביים שפיץ פרייז אבער ס'קען נאך אדורכגיין.

אבער זיבעצן טאלער?
יו גאטע בי קידינג מי.

איך וועל עס מסתמא פארזעצן צו קויפן אבער איך עקספעקט נישט די אלגעמיינע עולם צו צאלן אזוי פול פאר א קוים הונדערט זייטן תוכן.