אין קורצן די נייעס פון די פרשה:
הרד"ב מייזליש רב ואב"ד ד'סאטמאר ב"פ, איז אריין לעצטע וואך צום שוואגער און מחותן זיך אפרעדן הלמאי יעשה כזאת לבן אחותו,
וואס האט זיך אזוי איבערגעגעבן פאר עם אלע יאהרן, און איצטער וויזט ע עם פנים זעופות גלייך ווי ער וואלט געוועהן פון די ביטערע שונאים משנים שנימה...
האט דעם רעבי'ן געזאגט אז ער האט געהערט ביידע צדדים און ס'איז עם אויסגעקומען אז יחזקא' ראטער'ס טענות זענען ריכטיג, און מהרח"צ-בן-אחותו,
וויל טאקע ווערן בעה"ב אויף די גאנצע מוסדות-הקהילה אין ב"ב, אפי' אויב ס'וועט אפקאסטן א פרייז פון אז די קהילה זאל צוזאם-פאלן...
האט דעם רעבינ'ס שוואגער זיך אינטערעסירט ווען איז געווען דער מקום וזמן ווען דעם רעבי'ן האט געהערט צד ר'-חיים-הערש'ס טענות,
ווייל ביזדערווייל האט מען עם נאר גערופן מודיע צו זיין אז ער איז בלויז ראש-ישיבה און נישט בעה"ב און דעטס-איט.
ילמדנו גיסנו, ווען האט איהר געהערט מיין זוהן'ס צד? שמא ברוח-הקודש יודע רבינו את טענות בן-אחותו?
האט ערעב-אהרן מסביר געוועזן פאר'ן טייערע'ן-געטרייען-שוואגער-מחותן, אז ער וואלט דאס נישט אויסגעזאגט, אבער היות אז ער האט נישט קיין וועג ארויס וועט ער עם אויסזאגן,
און ער האט אנגעווארנט ער זאל קיינעם נישט אויסזאגן, האט ערעב-בעריש מסכים געוועהן, ויפתח ה' את פי ר' אהרן ויאמר:
בשעת ס'האבן-זיך אנגעפאנגען די חילוקי דעות צווישען צד בן-אחותו-רב-הקהילה צו צד הנהלת המוסדות, האבן זיי באשטעלט אן א.ג. 'מגשר'
(א סארט 'בוררות') זאל הערן די טענות פון ביידע צדדים און מכריע זיין, און דער איז א פראפעשיאנאל-פסיכאלאג און ער וועט ארויסגעבן א סטעייטמענט נאכ'ן הערן ביידע צדדים.
והך קאווע, מהרח"צ איז געזעצן ביי איהם און האט אראפ-געלייגט אלע זיינע טענות אויפ'ן טיש וויפהל די צד ההנהלה פייניגן עם און לאזן נישט פיהרן געהעריג די קהילה.
אזוי אויך צד ההנהלה (יחזקא' ראטער וסיעתי') האבן אויך געזעצן ביי איהם, ער האט געטשארדזשט א פערציגער אויף די אפוינטמענט,
(לויט וואס-ארא דאקומענט ער האט ארויסגעגעבן נאך-דעם, ווארשיינליך האבן דאס צד הנהלת המוסדות אויסגעצאהלט...)
דער פראפעשאנאל האט ארויסגעגעבן א דאקומענט וואס געט גאר א שווארצע בליק אויף הגרח"צ און זיינע פלעיינער איבער די הנהגת הקהילה ואכהמ"ל.
(און נאך-דעם איז אנדעקומען די 'גוט-מארגן'-שמועס, וואס מהר"א האט קלאהר געשטעלט אז בן אחותו איז בלויז א ראש-שיבה און די הנהלה זענען בעה"ב.
עד כאן דברי רבינו לגיסו שליט"א.
ערעב-בעריש האט נישט אזוי שנעל אראפ פונעם בוים, און ער האט געפאדערט צו זעהן דאס דאקומענט,
האט דעם רבי'ן שליט"א געזאגט אז ער האט דאס נישט ביי זיך אבער ער וועט דאס אונטער שיקן מיט א שליח.
עטליכע טעג דערנאך איז טאקע אנגעקומען דער דאקומענט צום בארא-פארק'ער-רב און ער האט גוט פארשטאנען וואס דאס מיינט
(ד.ה., ביז'ן זעהן דאס בריוו האט ע נישט געוואוסט אז ביים רעבי'ן שליט"א איז יעצט חיים-הערש'ס עניין ממש להשמיד, און נאכ'ן ליינען די דאקומענט האט ער דאס דערהערט)
האט ערעב בעריש באשטעטיגט אז אזוי ווי די הנהלה איז אריבער די גרעניץ, מעג ער אויך מפיר-תנאי זיין, און ער האט אויפ-געהויבן א טעלעפאן און דערציילט פאר'ן זוהן עד היכן הדברים מגיעים
הגרח"צ (וואס האט אויך נישט געוואוסט כי כלה המלך להשחית...) האט שיעור נישט געכאפט א הארץ-אטאקע, און ער האט דאס דערציילט פאר זיינע קינדער,
און זיי האבן דערציילט פאר'ן עולם אין שיכון-סאטמאר-קרית-יואל-בני-ברק ותהום העיר כמרקחה,
עד כאן תמצית יסוד סיבת התעוררות המחלוקת מחדש בשבוע זה.
אחר התעוררות המחלוקת, די יונגע-לייט זענען מעהר אויף הגרח"צ'ס צד, אבער דאך קיינער קען זיך נישט שלאגן מיט די הנהלה
ווארום הכל מודים אז ווען נישט יחזקא' ראטער'ס מהלכים פון-אנפאנג-אן וואלט דער ביהמ"ד אויך נישט געוועזן בידי האהרונים.
אלזא, עס איז פארהאן דארטן יונגע-לייט וואס האבן זיך נישט אויפ-געהארדעוועט אין די סאטמאר-ב"ב'ע-טשאלנט, און זיי ציטערן נישט פון די הנהלה
און זיי האבן מחליט געוועהן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין און שבת ביים באטע איז צונויף געקומען א ריזן עולם
(ממש אזוי ווי די ערשטע פאר שבתים נאכן גוט-מארגן-דרשה)
און, די מצב האט געבודזשעוועט אונטערן טעפיך, און א יעדער האט געווארט צו זעהן ווי גייט דאס פלאצן,
און טאקע נעכטן (מיטוואך) האט א יונגערמאן (ש.י.ק.) צו-געגיינגען צו ר' יחזקא' ראטער און עם אנגעשריגן אז וואס די זאלונים און בני יואל האבן נישט מצליח געוועהן צוואנציג יאהר טוהט ער אפ אין א האלבע יאהר.
און נאך אזעלכע דיבורים, און פון 'ויצעקו' איז געווארן א 'ונתנו' און 'והכהו'
(וואס אזוי ווי ס'ווערט געברענגט שוין פון פריערדיגע אז אזוי-ווי 'ונתנו' גייט אהין-און-צוריק, אזוי אויך 'והכהו' גייט אויך אהין-און-צוריק...
![לאכט :lol:]()
)
און איצטער האט זיך שוין אויך גערעדט דא אינעם צימעס-שטיבל
איז שוין נא-אייך א פיקטשער פון די מעשה
דיסקלעיימער:
יעך בין ניט קיין סאטמערער און איך קען ניט גענוי די נפשות הפועלות און נישט אינגאנצן די פרשה
און אלעס וואס איך האב געשריבן האב איך נעכטן געהערט פון א חבר וואס איז פון די סאטמאר בני ברק קהילה.
האט'ס מיך און זייט'ס מיך