Under maintenance
הויפט זייט » זומער וועקער שנת תשע"ח

זומער וועקער שנת תשע"ח

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12460
זונטאג יולי 22, 2018 7:15 pm#409532
זומער וועקער שנת תשע"ח
ווי מיר האבן שוין געמאלדן היינט אויף טעלעגראם, איז דער זומער וועקער שוין אריין צום דרוק און וועט בקרוב זיין צו באקומען אויף עמעזאן. בייגעלייגט איז א בילד פון דעם הערליכן וועקער.
דער איצטיגער וועקער ווערט ארויסגעגעבן מיט'ן ציל צו ברענגען פאר'ן ליינען אינטערעסאנטע און געשמאקע ליין מאטריאל וואס וועט איייך איבערלאזן אנגעפילט מיט ידיעות. דער וועקער ענטהאלט א גרונטליכע היסטארישע שמועס איבער דעם הייליגן ספר יצירה, וועלכע איז פון די סאמע יסוד פון די ספרי קבלה; א לענגערע אריינבליק אין די אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן חכמות חיצוניות און חכמת התורה אין לויף פון תקופת בית שני; אן אויסשליסליכע שמועס מיט איינעם פון די פראמינענטע הוגי דעות אין סאטמאר איבער דעם כינוס כללי; און נאך פילע אינטערעסאנטע ארטיקלען, עסייען און פאעמען, וועלכע וועלן אייך געבן לאנגע שעות פון קורת רוח.
ווארט אויס נאך עטליכע טעג, און דער וועקער וועט זיך געפינען אין אייערע הענט.
צו באקומען כסדר'דיגע מעלדונגען איבער דעם וועקער שרייבט אייך איין אין אונזער טעלעגראם טשענעל דורך עפענען דעם לינק: m https://t.me/derveker m .
זונטאג יולי 22, 2018 9:13 pm#409541
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
לייק די קעפל "בקנאו את כינוסי", זייער קריעטיוו. א באזונדערע לייק פאר'ן ברענגען א שמועס מיט הגאון הגדול ר' מנשה שליט"א. קען קוים ווארטן צו הערן זיינע דברי חכמה, היוצאים מנהמת לבו הטהור!
זונטאג יולי 22, 2018 9:57 pm#409543
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
קוקט אויס פיין! כ'קען שוין קוים ווארטן עס צו באקומען.

וואסי געשען מיט די הנצחות? און מיט די געלטער וואס מ'פלעגט רעיזן פאר יעדן וועקער, מיט די שיינע בריוו פון @שלום שטיסל?
זונטאג יולי 22, 2018 11:14 pm#409545
WOW!

ר' מנשה האט טאקע געהאט אן עקסלוסיוו שמועס מיט אן אינטערוויוער וויסנדיג אז דאס איז פארן וועקער??
זונטאג יולי 22, 2018 11:22 pm#409548
ריכטיג האט געשריבן:WOW!

ר' מנשה האט טאקע געהאט אן עקסלוסיוו שמועס מיט אן אינטערוויוער וויסנדיג אז דאס איז פארן וועקער??

מיר וועלן ברויכן אנפרעגן ביי ר' סאשא באראן כהן שליט"א
מאנטאג יולי 23, 2018 2:14 pm#409590
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קוקט אויס פיין! כ'קען שוין קוים ווארטן עס צו באקומען.

וואסי געשען מיט די הנצחות? און מיט די געלטער וואס מ'פלעגט רעיזן פאר יעדן וועקער, מיט די שיינע בריוו פון @שלום שטיסל?

ATUB @שלום שטיסל ATUB קען עס מער נישט טון, און מיר שפירן דעם חסרון. הנצחות קומען אריין פון טייערע נדבנים על דעת עצמם, אבער ווייט פון גענוג. נדבות זענען שטארק וועלקאם אויף פעיפאל צו e vekerjournal@gmail.com e
מאנטאג יולי 23, 2018 2:21 pm#409591
ריכטיג האט געשריבן:WOW!

ר' מנשה האט טאקע געהאט אן עקסלוסיוו שמועס מיט אן אינטערוויוער וויסנדיג אז דאס איז פארן וועקער??

פונעם ארטיקל:
מאנטאג יולי 23, 2018 3:02 pm#409593
.
מאנטאג יולי 23, 2018 5:54 pm#409608
אינהאלט
(די בילדער זענען אויסגעקומען זייטוועגס, אבער אויב מ'קליקט אויף זיי, דרייען זיי זיך אויס צו דער ריכטיגער זייט.)
מאנטאג יולי 23, 2018 8:05 pm#409621
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
פון איין פעידזש אויף די צווייטע האב איך פארלוירען מיין סמיכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יולי 23, 2018 8:29 pm#409625
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון איין פעידזש אויף די צווייטע האב איך פארלוירען מיין סמיכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'ווענט זיך אינעם נושא פון די ארטיקל. בדידי הוה עובדא.
דינסטאג יולי 24, 2018 9:36 am#409677
וועקער נומער 13 איז דא צו באקומען!

m https://www.amazon.com/dp/1724206117/ m
דינסטאג יולי 24, 2018 2:24 pm#409695
Wow וועקער האט א טענדענסי צו איבערראשן יעדעס מאל פון פריש.
אנבעליוועבל. וויפיל איך גלייך די סאטמארער חאזעריי בין איך מער עקסייטעד צו ליינען די ארטיקל איבער ספר יצירה, אפשר וועל איך אפילו קענען באשאפן א גולם :shock: (נישט אז ספעלט אונז גולמים...)
דינסטאג יולי 24, 2018 4:33 pm#409712
איך בין מסכים אז די ספר יצירה ארטיקל זעט דערווייל אויס צו זיין די אינטערעסאנטסטע און תוכנ'דיגסטע ארטיקל
דינסטאג יולי 24, 2018 6:33 pm#409731
יא, ספר יצירה איז באמת א חידוש פון אן ארטיקל. א פראפעסיאנעלער מחקר מיט איבער 100 הערות און מראי מקומות.

חכמות חיצוניות איז א מייסטערווערק פאר זיך. גאר אינטערעסאנטע היסטארישע נושא, הערליך באשריבן דורך ידידינו ATUB @מיימון ATUB . דער הערליכער אנטי-סמארטפאון ארטיקל שרייבט ידידינו ATUB @פלאוויוס ATUB . ATUB @שלום בערגער ATUB שענקט פון זיין עקספערטיז, ATUB @רויטע וואנצעס ATUB רעדן הייליג און הארציג וועגן אלול און וועגן זיין קאנטרי, ATUB @קטלא קניא ATUB רעדט וועגן "ללמדו אומנות" - א פרק פון זיין נייעם ביכל "ותינוק ללמדו ספר", ATUB @העניך ATUB רופט אויף א שמייכל מיט זיינע "פירכות" אויף אלעס וואס די עקספערטן זאגן אונז, ATUB @יצחק לאווי ATUB איז ממשיך מיט ירידת הדורות, ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB רעדט וועגן דעם סמ"ק, ATUB @ונבנתה העיר ATUB און ATUB @בת קול ATUB פאעטיזירן, ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB ראדימנעט, ATUB @אמת45 ATUB אבזערווירט, און נאך און נאך...

און מייסטער גראפירט דורך ידידינו האהוב ATUB @פיקאסא ATUB !
דינסטאג יולי 24, 2018 8:32 pm#409743
פון טעלעגראם
דינסטאג יולי 24, 2018 10:38 pm#409756
שרעקליכע טעות
נעמען די וועקער געצייג און שמיצן קעגן א יחיד איז א נארישע און זינלאזע שריט
דינסטאג יולי 24, 2018 10:56 pm#409757
ווער שמוצט?? איך קען אים נישט, אבער דו לכאורה יא. אויב דו האלסט אז א שמועס פון עם, איז עם באשמוצן, קען איך מיר שוין פארשטעלן וואס ער איז..
דינסטאג יולי 24, 2018 11:27 pm#409762
איש את רעהו האט געשריבן:שרעקליכע טעות
נעמען די וועקער געצייג און שמיצן קעגן א יחיד איז א נארישע און זינלאזע שריט

וועם טוט מען באשמוצן ?
מיטוואך יולי 25, 2018 3:50 pm#409844
גאנצל האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:שרעקליכע טעות
נעמען די וועקער געצייג און שמיצן קעגן א יחיד איז א נארישע און זינלאזע שריט

וועם טוט מען באשמוצן ?

דעם פון וועמען זיי האבן געוואלט מאכן ליצנות

יין שרף האט געשריבן:ווער שמוצט?? איך קען אים נישט,

דער ארויסגעבער פינעם ארגאן
מיטוואך יולי 25, 2018 3:57 pm#409845
ווי אזוי פונקליך באשמוצט מען אים? און ווי אזוי ווערט ער באשמוצט?
#לאזכיתילהבין
מיטוואך יולי 25, 2018 7:52 pm#409854
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
ווען וועט עס זיין צו באקומען אין בפ ?
מיטוואך יולי 25, 2018 8:02 pm#409855
נעגעל וואסער האט געשריבן:לייק די קעפל "בקנאו את כינוסי", זייער קריעטיוו. א באזונדערע לייק פאר'ן ברענגען א שמועס מיט הגאון הגדול ר' מנשה שליט"א. קען קוים ווארטן צו הערן זיינע דברי חכמה, היוצאים מנהמת לבו הטהור!

דאס איז געמאכט כדי אונזער ר' בערעלע זאל האבן וואס צו שרייבן
מיטוואך יולי 25, 2018 11:28 pm#409862
דער וועקער האט געשריבן:וועקער נומער 13 איז דא צו באקומען!

https://www.amazon.com/dp/1724206117/

שוין באשטעלט ברוך השם!!
דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:33 am#409863
איך האף אז ר' מנשה האט געוויסט אז זיינע ווערטער וועט פארשפרייט ווערן ווייל טאמער נישט איז עס בכלל "האומר דבר לחבירו שהוא בבל יאמר עד שיאמר לו לך אמור" (יומא ד' ע"ב)
דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:36 am#409864
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האף אז ר' מנשה האט געוויסט אז זיינע ווערטער וועט פארשפרייט ווערן ווייל טאמער נישט איז עס בכלל "האומר דבר לחבירו שהוא בבל יאמר עד שיאמר לו לך אמור" (יומא ד ע"ס)

אזוי ווי טייל ליינער ווילן וויסן אויב דער שמועס איז געווען אן אפיציעלע אינטערוויו דורך דער וועקער, ווילן מיר קלארשטעלן אז נישט.

l viewtopic.php?p=409652#p409652 l
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:04 am#409872
ראובן האט געשריבן:דער שואל האט קלאר געבעטן פון הרב פילאפף רשות צו איבערגעבן פאר אנדערע דעם שמועס.
דער ארטיקל אינעם וועקער גיט גענוי איבער דעם שמועס, און פרובירט נישטאמאל צו געבן א צד השני אים אפצואווענדן.
דער וועקער זעט אן אינטערעסאנטקייט אין איבערגעבן דעם פערספעקטיוו פון אזא סארט מענטש, און האט געטריי איבערגעגעבן זיינע ווערטער בנוגע דעם כינוס,

.

דער שואל האט נישט געזאגט די מטרה אינעם שמועס איז אים צו אויסליפטערן ברבים
און מאכן א אנשטעל כאילו ער געט א שמועס פאר משכילים ושונאי ד'
וואלטן די משכילים אים געזאגט מתחלה אז די די פלאן פינעם שמועס איז אהערצושטעלן כאילו די משכילים האבן פין אים א אינטערויו אפיציעל, וואלט ער דעם שמועס גלייך איבערגעהאקט
די מהלך איז זייער נישט עטיש מיט דאס וואס וועקער דארף צו פארשטעלן אז זיי זענען דא צו וועקן פאר יושר און גראדקייט.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:11 am#409877
וואס פאלט דיר ביי אז משכילים ושונאי השם האבן עפעס מיט עטישקייט? צו ווייסטו נישט אז נאר ערליכע אויסגאבעס זענען א מוסטער פון עטישקייט?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:15 am#409878
שונאי ה' איז א פערזענליכע אטאקע.
מנהלים, נעמטס קעיר פון דעם טראל.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:18 am#409880
רימון האט געשריבן:שונאי ה' איז א פערזענליכע אטאקע.
מנהלים, נעמטס קעיר פון דעם טראל.

אטאקע קעגן וועם?
דער אינטערויוער וואס רעדט צו ר' מנשה איז אין זיין פרעספעקטיוו א משכיל ושונא ד'
אויב באהאלט יענער זיינע מטרות, און ער נעמט ארויס פין אים א רעדע עס צו ניצן פאר א מטרה צו צו אפסטעמפלן דעם משכיל'ס ווערק פאר א לעגיטימע זאך
איז דאס נגד יושר וצדק.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:25 am#409881
ראביי פיליפף האט אטאקירט דער וואודרידשזע רב פאר'ן ווערען באשריבען אין דער וועקער, אפילו נאך דעם וואס דער וואודרידזשע רב האט געלייקענט זיין שותפות אין די ארטיקל. ראביי פיליפף האט זיך נישט געקימערט מיט די לייקענונג, ווייל ער האט געהאט אן אגזשענדע פון א שיט הק'. די איינציגסטע וועג וויאזוי ער וועט זיך אויסלערנען איז אויף די אייגענעם הויט. א שאד פאר זיין ווייטאג, אבער קיין צווייטע וועג איז נישט פארהאנען.

אן עצה טובה פאר איהם און כיוצא בו, אז טאמער זיי לאזען זיך מתייסר זיין אין נארמאלע אופנים, וועלען זיי עס נישט מוזען באקומען אויף אזעלכע אופנים.

און מ'דארף נאכאמאל איבערחזר'ן, אז דער וועקער גיבט נישט קיין הכשר שטעמפעל אויף גארנישט. ראביי פיליפף ווערט נישט קיין אויפריכטיגע מענטש צו אן אויסגעהאלטענע רב צוליעב דעם אז ער האט ערשיינט אין דער וועקער. דער וועקער דרוקט נאר וואס איז אינטרעסאנט פאר די ארטאדאקסישע ציבור צו ליינען און איז נישט אפיקורסות. זהו. מיט'ן ערשיינען אין דער וועקער קענסטו זיך פארלאזען אז דער וועקער שטאב האלט אז ער איז א. אינטרעסאנט פאר אונז, און ב. נישט קיין אפיקורס. ותו לא מידי.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:29 am#409882
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האף אז ר' מנשה האט געוויסט אז זיינע ווערטער וועט פארשפרייט ווערן ווייל טאמער נישט איז עס בכלל "האומר דבר לחבירו שהוא בבל יאמר עד שיאמר לו לך אמור" (יומא ד' ע"ב)

ראובן האט געשריבן: דער שואל האט קלאר געבעטן פון הרב פילאפף רשות צו איבערגעבן פאר אנדערע דעם שמועס.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 11:40 am#409884
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אפילו נאך דעם וואס דער וואודרידזשע רב האט געלייקענט זיין שותפות אין די ארטיקל.
די איינציגסטע וועג וויאזוי ער וועט זיך אויסלערנען איז אויף די אייגענעם הויט. א שאד פאר זיין ווייטאג, אבער קיין צווייטע וועג איז נישט פארהאנען.

ר' מנשה האט נישט גערעדט ערגעץ ווי איבער די שותפות פין ליטוואק מיט וואודרידזשע רב,
אז די ווילסט לערנען איינעם א גאנג, מאכט עס דיר נישט גערעכט צו טון אומעטישע אקטן, פארשמיר נישט דיינע ווירדן צו יענעם לערנען
עס ברענגט אראפ דיין מהלך און סטאנדארט.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:14 pm#409886
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ראביי פיליפף האט אטאקירט דער וואודרידשזע רב פאר'ן ווערען באשריבען אין דער וועקער, אפילו נאך דעם וואס דער וואודרידזשע רב האט געלייקענט זיין שותפות אין די ארטיקל. ראביי פיליפף האט זיך נישט געקימערט מיט די לייקענונג, ווייל ער האט געהאט אן אגזשענדע פון א שיט הק'. די איינציגסטע וועג וויאזוי ער וועט זיך אויסלערנען איז אויף די אייגענעם הויט. א שאד פאר זיין ווייטאג, אבער קיין צווייטע וועג איז נישט פארהאנען.

אן עצה טובה פאר איהם און כיוצא בו, אז טאמער זיי לאזען זיך מתייסר זיין אין נארמאלע אופנים, וועלען זיי עס נישט מוזען באקומען אויף אזעלכע אופנים.

און מ'דארף נאכאמאל איבערחזר'ן, אז דער וועקער גיבט נישט קיין הכשר שטעמפעל אויף גארנישט. ראביי פיליפף ווערט נישט קיין אויפריכטיגע מענטש צו אן אויסגעהאלטענע רב צוליעב דעם אז ער האט ערשיינט אין דער וועקער. דער וועקער דרוקט נאר וואס איז אינטרעסאנט פאר די ארטאדאקסישע ציבור צו ליינען און איז נישט אפיקורסות. זהו. מיט'ן ערשיינען אין דער וועקער קענסטו זיך פארלאזען אז דער וועקער שטאב האלט אז ער איז א. אינטרעסאנט פאר אונז, און ב. נישט קיין אפיקורס. ותו לא מידי.

ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ. נאר איך האב מורא אז דער ..."הרב"...מנשה פיליפ וועט זיך נאר לערנען אויף דעם איינציגן וועג אויב מ'וועט איהם מאכן ללעג ולקלס. מאכן חוזק פון א יעדן פרט פון איהם. אנגעהויבן פון זיין צורה הקדשה. ביז זיין געמיינעם כאראקטער פון ..."אני, ואפסי עוד"... ער קומט נישט צו צו די קרסולי קרסוליו פון הרב הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א. איך האב גאר א סאך צו זאגן איבער איהם. אבער מיין גוטער ידיד הרב שמעקעדיג שליט"א וועט ח"ו קרומען מיט די נאז. ממילא זאג איך בעסער גארנישט. מילה בסלע, מישתוקי בתרין. זאגן אונזערע חכמים זיכרונם לברכה. אזויפיהל וועל איך יא זאגן. נאכדעים וואונדערט מען זיך פארוואס איך האב איהם פיינט...! ס'העיסט נישט עים פערזענליך. נאר זיינע געמיינע מידות...!
דאנערשטאג יולי 26, 2018 1:02 pm#409890
ווען וועט עס זיין אין די געשעפטן?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 2:55 pm#409891
berlbalaguleh האט געשריבן:

ערעב בערעניו!! קודם כל, די אידן ווי ר' מנשה ווערן בכלל נישט דערשראקן ווען מען מאכט חוזק פון זייערע פרטי פרטיות און כאראקטער, אדרבה! עס גיבט זיי נאר חיזוק אז זיי זענען די קניען וועלכע האבן זיך נישט געביקט און די קליינע הייפעלע אויף וועם משיח וועט טייטלען מיט זיין אצבע צרדה............די אלע איין ליניעדיגע טאלקינג פוינטס.

אבער לענינינו, איז דער ציל פונעם ארטיקל געווען אנצולערנען דעם פילאפ, אויף איין וועג צו אויף די אנדערע? אויב יא האט די וועקער קאליבער געטראסקעט צענדליגע פונקטן, מיר זענען נישט זיינס גלייכן, ווערן נישט צוקראצט קיין כי הוא זה ווען ער דרשנ'ט און מיר ברויכן נישט פירן פירן פערזענליכע מערכות מיטן גייסטליכן פון קאנגרעגעישן מהר"י ט"ב.

נאר וואזשע דען, אין לנו אלא דברי חברינו חברי המערכת ATUB @ראובן ATUB און ATUB @דער וועקער ATUB וועלכע שטעלן קלאר אז די מיטל איז בכלל נישט איהם אראפצורייסן אדער שעדיגן, פשוט אלץ א פראפעסיאנאלע אויסגאבע ברענגט מען אראפ מיינונגען וואס איז אינטערעסאנט פאר די ליינער, און א געזונטע אדאלט מעג פארנעמען א צווייטע מיינונג.

ובנוגע די עטישקייט, ווען א פובליק פיגור גיבט א כמו אינטערוויו אונטערן פולן באוואוסטזיין אז עס גייט ווערן פובליצירט, נישט קיין חילוק וואו, און צו ער איז א חסיד פון דעם אויסגאבע אדער א אויסגעשפראכענע מתנגד, איז עס קיין פראבלעם.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:59 pm#409905
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
די המשך פון דף 73 צו 74 שטימט נישט.
אפשר קען מען עס נאך מתקן זיין, פאר די וואס קויפן פון יעצט און ווייטער.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:49 pm#409919
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
וועקער איז אנגעקומען ב"ה. נאך דעם טומעל דא איבער דעם אינטערוויו איז פארשטייט זיך די ערשטע ארטיקל צו ליינען די געטליכע רייד פון מאור עינינו הרב מנשה שליט"א.
מה נאמר ומה נדבר! דאס איז איינס און א גוטס. קורץ אבער שארף. ממש א שאד אז די שואל האט איהם געמוזט רופן פונקק ווען דער רבי שליט"א האט געהאלטן אינמיטן נאכטמאל. ווי עס שיינט פון זיינע דאגות קוקט אויס ווי במשכ'ן טאג האט ער סך מער איבעריגע צייט...
צו דאס איז עטיש צו נישט, וועל איך לאזן פאר די גאר אויסגעארבעטע אידן אין הלכות עטיק, ווי @איש את רעהו וכדומה, פאר מיינע און פאר הרב מנשה'ס השגות אין עטיקס איז דאס זיכער אויסגעהאלטן...

א דאנק פאר די גאנצע וועקער שטאב, און פאר אלע צוהעלפער, פאר דעם שטיקל, און פאר אלע שאר ירקות.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:52 pm#409921
צוויי פייגל מיט איין שאס, כ'מיין איין געלע ענוועלאופ..
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:54 pm#409923
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
שלי שלך האט געשריבן:די המשך פון דף 73 צו 74 שטימט נישט.
אפשר קען מען עס נאך מתקן זיין, פאר די וואס קויפן פון יעצט און ווייטער.

קוקט אויס נאך א פאר אזאנא טעותים אים דעם הויפט ארטקיל. ממש א שאד.
אפשר קען די שטאב דא ארויפשטעלן וואס פעהלט.

יישר כח גדול פאר @סעמועל, שוין צום צווייטן מאל אונז געשאנקען א מעסטער פיעס! הערליך שיין און אויפריכטיג.
פרייטאג יולי 27, 2018 12:48 pm#409968
יעצט וועט זיין אויף וואס זיך צו מנחם זיין.
פרייטאג יולי 27, 2018 1:04 pm#409969
שלי שלך האט געשריבן:די המשך פון דף 73 צו 74 שטימט נישט.
אפשר קען מען עס נאך מתקן זיין, פאר די וואס קויפן פון יעצט און ווייטער.

א דאנק פאר'ן אויפמערקזאם מאכן. יא, עטליכע שורות פעלן אויף דריי ערטער אינעם כינוס ארטיקל. מיר אנטשולדיגן זיך דערויף. צו מזל איז עס נישט קיין סך וואס פעלט. מיר וועלן פרובירן דא ארויפצושטעלן די פעלנדע שורות ווי אמשנעלסטן.
פרייטאג יולי 27, 2018 1:04 pm#409970
בשורה טובה!
איר קענט שוין קויפן דעם וועקער אין בארא פארק, ביים ניוז-סטענד אויף 13 קארנער 49.
קויפט פאר עס לויפט אויס, און האט א פרייליכן שבת נחמו.
פרייטאג יולי 27, 2018 1:14 pm#409971
פרייליכע נייעס!
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
קחו ברכה אל תוך בתיכם!
פרייטאג יולי 27, 2018 4:40 pm#409984
דער וועקער האט געשריבן:בשורה טובה!
איר קענט שוין קויפן דעם וועקער אין בארא פארק, ביים ניוז-סטענד אויף 13 קארנער 49.
קויפט פאר עס לויפט אויס, און האט א פרייליכן שבת נחמו.
פרייטאג יולי 27, 2018 4:41 pm#409985
דער וועקער האט געשריבן:פרייליכע נייעס!
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
קחו ברכה אל תוך בתיכם!
זונטאג יולי 29, 2018 2:10 pm#410049
איך ווייס נישט וואס מיסטער פיליפ האט געטוהן זוכה צו זיין צו אן אינטערוויו אין אזא חשוב'ער זשורנאל. אויף אזעלכע פלוידערייען וועגן די טרייפענע ציוניסטען און 'יענע קרייזען' האט מען דאך געקענט אינעטרוויוען עני סאטמערע באסדרייווער און מען וואלט געהערט די זעלבע האלב געבאקענע דעמאגאגיע. דער וועקער דארף שטעלן א העכערע קאליבאר סיי פאר די סארט מענטשן וואס ער שטעלט ארויף ברבים און סיי אויף די סארט שמועסן.
זונטאג יולי 29, 2018 2:41 pm#410053
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
כ'מיין די ווייסט יא, הרב פיליפ איז נישט עפעס א באס דרייווער צו וואס, ער פארטרעט די השקפה פון הונדערטע סאטמארע חסידים, און איז אן אפיציעלע מנהיג און שרייבער. פאר ווער עס קען נאך נישט די סארט מענטשן פערזענליך, קען יעצט זעהן זייערער אמת'ן פרצוף מיט אלא פארבן.

פוי, ווי דאס גרוילט מיר.
זונטאג יולי 29, 2018 2:43 pm#410054
Re: זומער וועקער שנת תשע"ח
דער אמת׳ער פארב איז אז מ׳קען זיך אויסמישען מיט׳ן באס דרייווער און דער הוגה דעות דער רב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יולי 29, 2018 3:07 pm#410056
תושבי וויליאמסבורג קענען שוין קויפן דעם וועקער אויף 34 נאסטראנד עוועניו.