ר' קטלא קניא (איך ווייס נישט וויאזוי איך זאל דיך/אייך אדרעסירן, דו וואלטסט געקענט זיין מיין טאטע, דו האסט שוין געבלאגט נאך איידער מיין בר-מצווה...),
כה לחי! ריזיג! איך האב געליינט דעם קונטרס אין איין אטעם ליטערעלי. איך האב געשלונגען מיט דארשט און אייפער. עס איז באמת מוראדיג גוט געשריבן. איך האב געוויינט אין הארצן ווען שוין לאנג פארגעסענע זכרונות זענען מיר אויפגעשווימען פון די אומאנגענעמע קינדער יארן און די זינלאזע ענדלאזע ציללאזע שעות און שעות פון זיצן אויף די האלצערנע בענק מיט גארנישט עפעס צו טאן בלויז קוקן אויפן זייגער און ציילן די סקונדעס (יא באמת!), און איך האב דוקא א גוטן קאפ, איך האב פארשטאנען די גמרא גיך און דערנאך געקלאצט און געחלומט און געקאטשקעט און געמאכט שיפעלעך ועדיין לא בא ערב...
איך האב געליינט און געשטורעמט און געווען זיכער אז ווען איך קום ארויס איז די וועלט אנדערש, ווי א דונער וואס הילכט אפ וועט דאס אויפשטורעמען די חרדישע וועלט, מענטשן וועלן זיך קופקען, אלע וואטס אפ גרופס, אלע מקוה שמועסערס, אלע ועד און קהל מיטינגס וועלן זיך אפשטעלן, "האסט עס געליינט??"
קטלא קניא איך מוז זאגן איך האב דיר אונטערגעשאצט, איך האב ערווארטעט עפעס א משכיליש ביכל מיט בייסיגע הומאר און הויכשטאפלערישע פרעמדע אויסדרוקן, וואס וועט ארינשפילן אין די הענט פון פילאפ אין זיין השקפה ארטיקל וואו ער וועט קלויבן ציטאטן פון דעם שרעקליכן ארטיקל וואס די משכילים פארשפרייטן. דערווייל איז דער קונטרס אויפריכטיג און אמתדיג ביז גאר, ריכטיגע דיבורים פון הארצן ארויס וואס זעצן זיך גלייך אויפן מוח ארויף, קאמאן סענס, פשוטע שכלדיגע ווערטער, נישט אראפגערעדט, נאר פשוט און קלאר אויף א אמתדיגער שפראך וואס יעדער איינציגער קען זיך אידענטיפיצירן דערמיט, ווערטער וואס שרייען און מאנען, ווערטער וואס פארלאנגען ענטפערס, וואס קוקן יעדן פון אונז אין פנים אריין און לאזן זיך נישט ארויסדרייען.
איך האף אז דער קונטרס וועט עושה רושם זיין, און אריבערגיין פון האנט צו האנט, יעדער פון אונז האט א פליכט ווייטער צו טראגן דעם מעסעדזש, אנהאלטן די דעבאטע, נישט לאזן דאס אראפגיין פון טיש, מיר מוזן אויסנוצן די געלעגנהייט איידער די אנדערע זייט כאפט דאס און נוצט דאס אויס לרעתינו.
קטלא קניא האט שוין געענטפערט אויף די טענה וועגן דעם טיפ חסידים לייט, איך האב אזוי פארשטאנען כאטש עס האט מיר אויך געשטערט פארוואס ער לייגט דאס אזוי אראפ בכלליות, קטלא וויל רעדן צו דעם עולם, מיט זיי איז דא וואס צו שמועסן, די מענטשן זענען גרייט פאר א טויש, מען דארף עס נאר אויפארבעטן, די עקסטרעמע עלעמענטן האבן מיר שוין ממילא פארלוירן, פאר זיי וועט נישט העלפן די אלע ווערטער. פאר זיי איז דאס א שטאלץ, זיי פארשטייען שוין נישט דעם מענטשליכן שפראך. פאר די קילערע סארט מענטשן קען מען נאך עפעס רעדן, כאטש נישט אלע פון זיי זענען אינטעלעקטואל אויסגעצייכנט איז דאס עפעס וואס מען דארף נישט זיין קיין בעל מוח צו פארשטיין אז די קינדער דארפן א טויש.
קטלא רעדט אבער פארט נישט אלעס. ער פארווישט דעם ענין פון שידוכים, קטלא וויל נישט זאגן וואס ער האלט באמת. קטלא האפט אז א טויש אין דעם חינוך סיסטעם וועט אויך ברענגען דעם אזוי געגארטן אזוי וויכטיגן טויש אין דעם וועג ווי מיר טוען שידוכים מיט אונזערע קינדער, אנשטאט ארויפצווינגען אויף זיי א "שידוך" וועלן מיר זיי העלפן טרעפן א זיווג לויט זייער רצון און מהות, קטלא ווייסט אז מען קען נישט רעדן דערפון, דאס איז דאך גילוי עריות כפשוטו, ער האפט אז מענטשן וועלן זיין גענוג קלוג און טון למעשה.
לענ"ד איז פיל מער אויספירבאר א רעוואלוציע אין די ישיבה וועלט, כאטש קטלא איז גערעכט, מען האלט שוין נאכן אפהרגנען די קינדערס יוגנט און לעבנסלוסט, און מען האלט שוין אט אט ביי שידוכים, מיין איך אז דאס איז נאך אלץ מער למעשהדיג. די תלמוד תורהס זענען אין די הענט פון די קהלות, צו מאכן א חדר דארף מען א כסדרדיגן פלוס פון קינדער אין אלע יארגאנגען, עלטערן ווילן פאר די קליינע קינדער א אהערגעשטעלטן פארזיכערטן מוסד ווי דער סיסטעם פארט רואיג אומגעשטערט. עלטערן האבן מורא פון א נייעם מוסד, פון די אומזיכערקייט, די כסדרדיגע וואנדערונגען און טוישונגען ביז מען סעטלט זיך, און דערנאך אויב ארבעט זיך עס נישט אויס, דערצו וועלן אונזערע עלטערן שוין נישט האבן קיין וועג צוריק. א ישיבה איז אסאך מאל קליין און אומסטאביל אין פריוואטע הענט, א בחור האבן די עלטערן נישט מורא אהינצושיקן, בחורים זענען ממילא הפקר, נאכדערצו איינעם וואס דער אפיציעלער ישיבה מאכט פראבלעמען, מען איז שוין געוואוינט דערצו און עס קען גיין גרינגער.
ווייטער מיט שידוכים איז אויך גרינגער, עלטערן זעען שוין איין דעם מצב פון זייער בחור, און זענען שוין גרייט צו מקבל זיין וואס עס וועט פאסירן, פונקט ווי די אלע עלטערן פון די יעצטיגע "שוואכע בחורים", עס זעט זיך שוין אן א היבשע טויש אין שידוכים. די ישיבה וועט אריינעמען יעדן אבער מתחלה וועלן נאר שיקן דארטן די "שוואכערע", מען וועט מיט זיי לערנען כדבעי תורה ומלאכה, און עס וועט שוין קונה שם זיין, די בחורים וועלן שלעפן חברים און סוועט זיך פארשפרייטן.
אודאי איז נישט די עצה צו בויען א שפיטאל אונטערן בריק, דאס איז פאר צייטווייליג, מיט די צייט וועט דער עולם ווערן וואך צו דער זאך, די מוסדות וועלן דאס אויךנישט פארשווייגן און וועלן ווארפן קינדער. דאן וועט מען קענען עפענען חדרים מיט דעם יסוד, מיט דעם ציבור און אינפראסטרוקטור פון די ישיבה.
איך לייג פאר מיינע געדאנקען אלס טייל פון דער דעבאטע, זאל זיך יעדער לאזן הערן, בסתר און דאן בגלוי אין שטיבל און שטוב, און דאן טון למעשה. רבותי די גאולה איז נאנט! מען וועט שוין נישט דארפן מורא האבן פון די רדיפות איינמאל דאס איז א פאקט. לאמיר דורכברעכן דעם לעצטן שטערונג, נאך איינמאל זיך צוקריגן מיט די ועד המשמרת, דאס מאל אויף אייביג.
התעוררי!