Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי

אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12467
דאנערשטאג יולי 26, 2018 3:50 pm#409892
אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי
אין די אידישע גאס דרייט זיך ארים די שמיעה, אז צעהנדליגע היימישע ווייבער (וואס קומען פון היימישע פרימע שטיבער) האבן אנגעהויבן לאזן זיך וואקסן די האר פון קאפ (למחצה לשליש ולרביע).
מען הערט זאגן אז אין די מקוה טהרה'ס פון קהילות ווי מען פלעגט מקפיד זיין דערויף בכל התוקף, האבן אנגעהויבן ווייעך ווערן דערויף.
פרויען וואס טוען לעזער זאגן פאר זייערע פאציענטן "וועסט נישט גלייבן וויפיל פרויען לאזן זיך וואקסן די האר!"
רבנים שרייען אז עס האט זיך אנגעהויבן אריינכאפן צווישן עולם.
איך מיין אז עס וועט זיין אינטערעסאנט פאר יעדן צו וויסן וואס זענען די פאקטן אין וואס זענען די פראצענטן, אין אלעם ארים.
א טייל ווילן וויסן ווייל זיי ווילן האבן די קאנפידענט אויך צו לאזן וואקסן, טייל וועלן בלויז הנאה האבן צו זהען די נומערס פאר אינטערעסאנטקייט.
איך האב געמאכט א שטיקל סערוועי, לאמיר זעהן די פאקטן --- יעדער וואס ענפערט. ווען קען זעהן די רעזעלטאטן

m https://goo.gl/forms/kkSYAOR7ViVzqIh42 m

איך בעהט אז מען זאל שרייבן נאר דעם אמת (איר דארפט נישט אריינלייגן קיין אימעיל אדערעס, עס איז נישטא וואס מורא צו האבן)
איר מיזט נישט ענפערן אויף אלע שאלות...

קען זיין אז איך וועל מאכן נאך סערוועיס פון אנדערע אינטערעסאנטע ענינים.... אויב ווילסטו עס באקומען אויף אמעיל, ביטע שיק מיר דיין אימעיל פריוואט. עס וועט נאר געניצט ווערן פאר סערוועיס.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 3:59 pm#409893
צו האבן א ריכטיגן בילד פון די סיטואציע, דארפסט עס לייגן אויף אייוועלט.

דא איז נישט אינטערסאנט
דאנערשטאג יולי 26, 2018 3:59 pm#409894
כדי צי האלטן דעם אשכול אויבן אן פאר א שטיק צייט וועל איך שרייבן כסדר וויפיל ריספאנדס מיר האבן דערווייל
דערווייל האלטן מיר ביי צוויי ענפערס... עס הייבט אן צו ווערן אינטערעסאנט...
ווער עס קען שרייבן דא סיי וואס (געדאנקען, מעשיות, פאקטן איבער די נושא, אז די אשכול זאל בלייבן אויבן אן, ביטע שרייבט
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:00 pm#409895
איך גיי עס לייגן דארט אויך...
איך דארף נאר עס מסדר זיין אויף אן אופן וואס מען זאל עס ניטש אראפנעמען פון דארט..
ראויג ווארט צו
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:01 pm#409896
יעקב מענטש האט געשריבן:צו האבן א ריכטיגן בילד פון די סיטואציע, דארפסט עס לייגן אויף אייוועלט.

דא איז נישט אינטערסאנט

אייוועלט ריכטיג בילד? פאלשע נייעס
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:03 pm#409897
1111 האט געשריבן:איך גיי עס לייגן דארט אויך...
איך דארף נאר עס מסדר זיין אויף אן אופן וואס מען זאל עס ניטש אראפנעמען פון דארט..
ראויג ווארט צו

זיי ועלט עס נישט לאזן.

איך גלייב אז שיקן אין אישי צום עולם פריוואט וועט 'אפשר' ארבעטן, זיי גייען מעקן דיין ניק, אבער א שטיקל עולם וועט עס באקומען
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:06 pm#409898
מעמיר טרייען צו ריטשען די מערסטע מענטשן וואס שייך...
אבער מען דארף דאך אייערע שטימען אויך.. צו האבן די קלארע בילד...
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:14 pm#409900
רעדווייל האבן מיר 6 ענפערס
איך בעהט דעם עולם מען זאל זיין אמתדיג
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:20 pm#409901
10 ענפערס
רבותי נעמט אנטייל
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:58 pm#409904
14 ענפערס. דערווייל
דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:06 pm#409906
ווער עס קען עס צושפרייטן די לינק אויף סאשעל מידיע אדער אנדערע פלעצער. ביטע לייגט צו א האנט
דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:19 pm#409909
מיר האלן ביי 17
מיר דארפן האבן עט ליסט 2000 ריספאנסעס. צו אנהייבן טראכטן אז די רעזעלטאטן מיינען עפעס
דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:33 pm#409911
20 דערווייל
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:34 pm#409914
1111 האט געשריבן:
מיר דארפן האבן עט ליסט 2000 ריספאנסעס. צו אנהייבן טראכטן אז די רעזעלטאטן מיינען עפעס

ניין די רעזולטאטן מיינן גארנישט. עס איז זייער אן אומריכטיג בליק צו נעמען איין סארט איד (וואס דרייט זיך אויף בלאגס און סאושעל מידיע), און איין שפראך, און זעהן רעזולטאטן דערפון.

פארגעס נישט א ריזן חלק פון כלל ישראל אין אמעריקא האבן נישט קיין סאושעל מידיע עקסעס, אדער אפילו אינטערנעט. א גרויס חלק פון די וואס האבן יא, נוצן עס נאר פאר פרנסה וכדו', און זיי גייען קיינמאל אנקומען צו די אנקעטע.

סא דו באקומסט סך הכל א בילד פון די וואס האבן אינטערנעט, און נוצן דאס סתם אזוי אלס נייעס קוואל, אונטערהאלטונג וכו' שלא לפי הוראת 'רבניהם', און דו ווילסט וויסן אויב זיי פאלאויען א חומרא פון 400 יאר צוריק וואס די 'רבנים' אינפארסירן..
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:40 pm#409916
איך האב מיך געלערנט פון דער סערוועי אפאר אינטערעסאנטע זאכן.

1) רוב עולם האלט אז וואס זיי טוען איז בעצם אן עבירה.
2) וויליאמסבורג און מאנסי שטייען אייניג מיט די מערסטע פראצענט ריספאנדערס.
3) עס זענען דא לכה"פ פיר וועגען צו שרייבן סאטמאר. (קוקט ביי די ריזאלטס.)
4) נאר צוויי פראצענט ריספאנדערס באלאנגן אין קהילות וואו מען שערט זיך עמטליך נישט.
5) די זעלבע מענטש קען עס נעמען מער ווי איין מאל. סאו ס'קען זיין אז די 42 ריספאנדערס ביז יעצט זענען איין מענטש.


.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:42 pm#409917
אויב נאר צוויי פראצענט קומען פון קהילות וואס מען שערט זיך עמטליך נישט, פארוואס האלט רוב עולם אז זיי טוען א נעביירה..?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:46 pm#409918
יין שרף האט געשריבן:אויב נאר צוויי פראצענט קומען פון קהילות וואס מען שערט זיך עמטליך נישט, פארוואס האלט רוב עולם אז זיי טוען א נעביירה..?

איך ווייס נישט פארוואס זיי טראכטן אזוי, פרעג זיי. אבער דער פאקט אז דער עולם קומט פון קהילות וואו נישט שערן איז פון די ג' חמורות, העלפט אביסל פארשטיין.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:52 pm#409920
Re: אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי
וועלכע קהילה שערט זיך עמטילך נישט?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:54 pm#409922
גור, ליטווישע, ירושלים
דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:55 pm#409924
מיר האלטן ביי 50 ענפערס
צוביסלעך וועט מען אנקומען צו יעדן
דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:12 pm#409926
די רעזאלטאטן זענען נישט ריכטיגע צוליב אסאך טעמים ווי איינער האט שוין דערמאנט און בעיקר צוליב וואס מ'קען וואוטןן וויפל מאל מ'וויל
דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:51 pm#409934
אמת עס איז נישט 100 פראצענט.. אבער איך מיין אז עפעס איז עס ווערט...
גענוי ווי מער איינער קען ענפערן פאלש אין צוויי מאל אויף איין וועג קען דער צווייטער ענפערן פאלטש אויפ די צווייטע וועג.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:52 pm#409935
נאר סערוועיס
אויך אויב ווילט איר באקומען נאך אינטערעסאנטע סערוועיס פון אינטערעסאנטע ענינים...קענט איר מיך שיקן אן אישי
דאנערשטאג יולי 26, 2018 8:08 pm#409937
מיר האלטן ביי 75 ריספאנס
עס איז זייער אינטערעסאנט
דאנערשטאג יולי 26, 2018 8:40 pm#409943
וויאזוי קען מען זעהן די רעזולטאטן אָהן דארפן אויספילן די פראגע בויגן?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:26 pm#409944
מען מוז אויספולן דעם בויגן צו קענען זעהן רעזעלטאטן
ביטע זיך האלטן צום אמת, אין בלויז אויספילן נאר איין מאל
דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:30 pm#409945
Re: אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי
אויף דעם סערוועי פעלט אן אפציע וואס איך האב שוין געהערט פון מער ווי איינער

איך און/אדער זי וויל זיך אינגאנצען שערן ווייל עס איז באקוועם און פראקטיש (אינטער די שייטל, שוויצן וכו')
דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:31 pm#409946
אויב יעדעס מאָהל וואס מ'וויל זעהן די רעזולטאטן דארף מען באזונדער אויספילן, דאַן וועט עס גורם זיין אז מ'זאל עס אויספילן מעהר ווי איינמאָהל. איז מעגליך ארויפצושטעלן א לינק פון די רעזולטאטן, אזוי אז מ'זאל נישט דארפן איבערפילן?
דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:35 pm#409947
יהושע חיים האט געשריבן:אויף דעם סערוועי פעלט אן אפציע וואס איך האב שוין געהערט פון מער ווי איינער

איך און/אדער זי וויל זיך אינגאנצען שערן ווייל עס איז באקוועם און פראקטיש (אינטער די שייטל, שוויצן וכו')



צוגעלייגט
פרייטאג יולי 27, 2018 5:49 am#409956
Re: אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי
קורקלענד האט געשריבן:אויב יעדעס מאָהל וואס מ'וויל זעהן די רעזולטאטן דארף מען באזונדער אויספילן, דאַן וועט עס גורם זיין אז מ'זאל עס אויספילן מעהר ווי איינמאָהל. איז מעגליך ארויפצושטעלן א לינק פון די רעזולטאטן, אזוי אז מ'זאל נישט דארפן איבערפילן?
לינק פון די רעזולטאטן link
פרייטאג יולי 27, 2018 10:08 am#409963
איך האף אז די פותח האשכול וועט דערנאך ארויסגעגעבן די ספּרעדשיט פון די דאטא אזוי אז די המון עם זאל קענען אדורך זיפּן אלעס אין דעטאל. למשל אין וועלכע יארגאנג איז מער נפיץ זיך צו שערן, אדער אין וועלכע מקום פארקערט וכו'.
פרייטאג יולי 27, 2018 10:49 am#409964
איך וועל איה ארויסגעבן די עקסעל פון די רעזעלטאטן, ווי נאר עס איז דא נאך יעדע פאר הינדערט שטימען..
דערוייל קען מען גיין צו די לינק m http://bit.ly/2OmpCWn m
פרייטאג יולי 27, 2018 10:56 am#409965
דערווייל האלטן מיר ביי 160 ענפערס
פרייטאג יולי 27, 2018 4:04 pm#409978
מיר האלטן ביי 180
זונטאג יולי 29, 2018 12:39 pm#410034
רבתי מיר האלטן שוין ביי 210 ענפערס
זונטאג יולי 29, 2018 7:47 pm#410067
דערנאך גייט יעדער דארפן זאגן בדחילו ורחימו איך גלייב די רעזולטאטן באמונה שלימה.
זונטאג יולי 29, 2018 9:45 pm#410072
מיר האלטן ביי 127 ענפערש
אין ניין עס איז נישט באמינה שלימה, דאך עפעס איז עס
מאנטאג יולי 30, 2018 6:56 am#410087
אויב שוין א סוירוויי, וואלט כדאי געווהן מאכען א סוירוויי וועגען צופרידענהייט מיטן חינוך סיסטעם מיט איהרע אלע איינצלהייטען. למשל יונגלעך, מיידלעך, יונגע בחורים, עלטערע בחורים, היי סקול, קאללעדש, ספארטס, קעמפ. אזוי אויך אויף קארריקוליי פון אונזערע מוסדות, דהיינו, למודי קודש, לימודי חול, מלמדים, קריאה, משניות, גפ״ת, עיון בקיאות, מידות טובות, מוסר, חסידות, טערפיסטן וכו׳
אויסער דעם וואלט אויך וואלט געווען כדאי מאכן א סוירוויי וועגען וויפיעל צו ספענדען ביי חתונות און שמחות.
מאנטאג יולי 30, 2018 4:56 pm#410123
מיר האלטן איצט ביי 240 ענפערס
אי"ה, ווען דאס וועט פארטיג ווערן, וועלן מיר מאכן אנדערע סערוועיס אויך
מאנטאג יולי 30, 2018 7:42 pm#410131
נישט געוואוסט אז פאפא האט אזא שטארקע אנוועזענהייט דא
מאנטאג יולי 30, 2018 8:07 pm#410134
איסר האטלקי האט געשריבן:דערנאך גייט יעדער דארפן זאגן בדחילו ורחימו איך גלייב די רעזולטאטן באמונה שלימה.


1111 האט געשריבן:א טייל ווילן וויסן ווייל זיי ווילן האבן די קאנפידענט אויך צו לאזן וואקסן, טייל וועלן בלויז הנאה האבן צו זהען די נומערס פאר אינטערעסאנטקייט.



לדעתי איז דאס געניג פארוואס נישט אנצינעמן די outcome
דיין טענה אז ביידע זייטען "קענען" שרייבן פאלש אדער שרייבן מער וואו איין מאל, איז זייער לעכערליך. זיך בעטען טויזענט מאל פליז נאר שרייבן די אמת סאלוועד נישט די פראבלעם
אפשר קען ק"ש מאכן די סארט סערוועיס און לאזען נאר איין מאל פער ניק (א ניק וואס האט זיך נישט יעצט איינגעשריבן)
דינסטאג יולי 31, 2018 12:55 pm#410196
מען קען מאכן די סערוועי אוף גוגל, אבער מען וועט דארפן איינגעבן אן אקטיווע אימעיל אדרעס
דער עולם איז מסכים איבערצומאכן ?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 11:36 am#410366
מיר האבן שוין קרוב צו 300 ענפערס
פרייטאג אוגוסט 03, 2018 8:46 am#410446
זייער אינטערעסאנט
פרייטאג אוגוסט 03, 2018 10:52 am#410450
1111 האט געשריבן:מען קען מאכן די סערוועי אוף גוגל, אבער מען וועט דארפן איינגעבן אן אקטיווע אימעיל אדרעס
דער עולם איז מסכים איבערצומאכן ?


אביסל מער סייענטיפיש, אזוי מיין איך איז דאס ארויסגעוואפען די צייט. זאגן אז די אנדערע צד קען אויך פעלשען איז א געלעכטער. ספעלט נישט אויס מער וואו איינער מיט אביסל עקטערע צייט אויף זיין האנט און האבן א עגענדע.
פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:10 am#410828
מיר האלטן איצט ביי 320 ענפערס
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:25 am#437779
סערוועי
אין ליכט פון די תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער, ווערט איצט צורוק נתעורור די פראגע "וואס איז דער אמת" וואס טוט זיך אין די גאס איבער די ענין פון לאזן וואקסן די האר פון קאפ?
מיר עפענען א פרישע סערוועי אויף די נושא. עס איז א יאר שפעטער, קען זיין די מצב איז שוין אנדערש.

ענפערט אפילו אויב איר האט שוין געענפערט די פריערדיגע סערוועיץ

מיר בעטן זייער, ביטע פילט אויס נאר דעם אמת..זענט איר נייגעריג צו וויסן דעם אמת'ן מציאות אין דעם ענין ? אוודיא יא. אנדערע ווילן אויך דעם אמת !!
אויב פלאנט איר נישט צו שרייבן דעם אמת, ביטע האט פארשטענדעניש איןענפערט נישט דעם סערוויע.. מיר וועלן ארויסלייגן די רעזולטאטן ווען עס וועט זיין בערך 300 ענפערס.

אבער מיר בעטן אייך "פילט עס יא אויס" אין ענפערט יאבלויז דעם אמת" "מען וועט נאר קענען מאכן הנחות אויב אסאך וועלן אויספילן דעם סערוועי..

m https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A m
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:31 am#437782
נייע סערוועי 2019
m https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A m

מיר וועלן כסדר אפדעיטען דעם אשכול מיט די נומער פון ענפערס, צו האלטן דעם אשכול אויפן אויבן אן..
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 12:14 pm#437784
רבותי מיר האבן דריי ריספאנסעס שוין.
נישט זיך שעמען.... פילט אויס דעם בויגן
m https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A m
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 1:58 pm#437785
די סערוועי איז נישט גוט אויסגעשטעלט. פיל מיט קשיות "אויב איר דארט זיך נישט...." וואס מ'מוז אויספילן אפילו מ'שערט זיך יא.