א גוטע וואך.
אין די אלע צענדליגער יארן וועלכע איך דריי זיך שוין דא אין קאווע שטיבל איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען אריינצופאלן אין אט דעם אשכול. כווייסנישט פארוואס אבער דאס איז די מעשה. היצטערט אבער האט זיך דאס געטוישט. פונקט בין איך געווען אין די גיסטע זיך אביסל אויסצולופטערן איידערן גיין שלאפן, און איך וואנדער דא אריין, עס האט דאך א גוטען נאמען. אינטערעסאנטע לינקס און קליפס, און איך הייבן אן בלעטערן, און איך ווער שטארק פארוואונדערט, ווי קומט דאס אז איך האב פארזעהן אזויפיל אינטערעסאנטע לינקס און קליפס ביז היינט, אזוי ווייט אז אסאך פון די לינקס און קליפס עקזיסטירן שוין נישט און זענען שוין נישט פעליג, וועלכע איז דוקא אליינס אינטערעסאנט, ווייל דער גאנצער אשכול איז דאך נאך נישט קיין צוויי יאר אלט, און דאך זענען שוין אזויפיל זאכן דא אוט אוו ביזנעס.
האב איך דערווייל מחליט געווען אנצוהייבן שטייטערהייט פונעם אלף אנהייבן מיטן ערשטן עמוד, דורכגיין קליפ נאך קליפ און לינק נאך לינק, קליפ און קלאר, און זעהן מי זה ועל מה זה, היש בה עץ אם אין, עקזיסטירט דאס נאך, איז דאס נאך פעליג אדער נישט. און נאכן קוקן (אדער טרייען צו קוקן) וועל איך בעז"ה רעאגירן מיט מיינע הערות, און ווי עס איז ארבעט שוין נישט וועל איך דאס אויך לאזן וויסן, אולי וועט דער אריגינעלער לייגער - געדענקענדיג וואס דא איז געווען - טרעפן א פרישן לינק צו דעם, און אויב נישט, אפשר טאקע איז כדאי עס אויסצומעקן, נישט סתם רייצן די נייגער פון אזעלכע וואוילע נייגעריגע אידן ווי איך.
יישר כח, א גוטע וואך, און איך הייב אן. גרייט אייך אויף מיינע הערות.