פארומס › אינטערסאנטע לינקס און קליפס

אינטערסאנטע לינקס און קליפס

2,551 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #125
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג מערץ 22, 2024 3:42 pm#555798
חמלה גדולה #
דאס איז דיינאמייט פאר פורים:

די טאליבאנער שפראך איז זייער שטארק אינטרעסאנט. ס'הערט זיך ווי א מיקס פון 3 שפראכן. אראמעאיש, רוסיש און אונגאריש.
פרייטאג מערץ 22, 2024 4:25 pm#555801
חמלה גדולה #
חמלה גדולה: יישר כח.

איך האב פארשטאנען דעם גאנצן שמועס פו דעם ראביי און זיינע תלמידים און זיין משפחה אין די אריגינאלע שפראך.

ס'האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן...!
זונטאג מערץ 24, 2024 2:00 am#555833
berlbalaguleh #
חמלה גדולה #
דאס איז דיינאמייט פאר פורים:

די טאליבאנער שפראך איז זייער שטארק אינטרעסאנט. ס'הערט זיך ווי א מיקס פון 3 שפראכן. אראמעאיש, רוסיש און אונגאריש.
די טאליבאנער שפראך איז א דייאלעקט פון פערסיש.
פערסיש הערט זיך זייער ענדליך צו אונגאריש.
(איך האב אמאל געהערט אין בודאפעסט עירפארט איינער רעדן פערסיש, עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז עס איז פערסיש און נישט אונגאריש...)
זונטאג מערץ 24, 2024 7:49 pm#555853
ים רויבער #

ים רויבער: ייש"כ. איך האב אמאל געהערט די איאטאלא'ס ,ימ"ש רעדן פערסיש. און איך האב געמיינט אז איך הער אונגארישע ווערטער אינמיטן. ס'האט געסאונדט ווי ער זאגט דאס ווארט "שפריצעלני" וואס מיינט צו שפריצן, אין אונגאריש.

דער סאבדזשעקט פון חקר הלשון וואס הייסט "עטימאלאגיע" איז זייער אינטרעסאנט. איך וואלט געקענט זיצן אויף דעם יומם ולילה. ווען מ'זאל צאלן דערפאר.
זונטאג מערץ 24, 2024 9:34 pm#555855

איך מיין זאלסט עפענען א נייע אשכול אויף עס.

אן אינטערעסאנטע קרישקעלע: די פערסישע שפראך באלאנגט פאר די אינדא-אייראפעישער לאנד גרופע.
מאנטאג מערץ 25, 2024 7:45 pm#555907
ים רויבער: אז מ'רעדט שוין. (נאך פאר'ן פתיחת האשכול). ס'דא נאך אן אינטרעסאנטער פענמאמענאן. ספאניש און אונגאריש האבן זייער א סאך ענליכע ווערטער. (נאר אנדערש ארויסגעזאגט).

למשל דער ווארט פאר א זייגער איז ממש די זעלבע אין ספאניש און אין אונגאריש...Ora/Reloj...! א דאקומענט/צעטיל הייסט אויף ספאניש און אונגאריש...Cedula...! אויף אונגאריש זאגט מען עס...צעי-דו-לאו. אויף ספאניש זאגט מען ע ס...סעי-דו-לא.
מאנטאג מערץ 25, 2024 8:20 pm#555909
ביידע האבן עס גענומען פון לאטייניש, שפאניש איז 75% לאטייניש זייענדיג א ראמאנס שפראך, אונגאריש איז 6%. (אלע אייראפעאישע שפראכן האבן גענומען פון לאטייניש זייענדיג די אפיציעלע שפראך פון די קירכע ביז נישט לאנג צוריק, ענגליש איז 30% לאטייניש, הויכדויטש 10%, א.א.וו.)
מיטוואך אפריל 3, 2024 6:11 pm#557500
חתונה האבן מיט א שוועסטער, איי וואס פארשטייט דען א גוי
דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:44 pm#558822
דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:28 pm#558844
די קעפעלע #
נאכגעמאכט א אלטע זאך אויף ענגליש, איך מיין ס׳געווען פון Hallmark.
דינסטאג אפריל 16, 2024 4:19 pm#559340
הרב YY Jacobson אלס בחור
חזרט איבער די רבי'ס תורה, וישלח תש''ן

(ווען איז ראש השנה לחסידות, י"ב שבט, אדער י"ט כסלו...)

YY Jacobson

https://drive.google.com/file/d/1Rg5VaYYKpj2Qds4H2QCeF5dV-fNtk_jP/view
זונטאג מאי 12, 2024 10:21 pm#561814
מאנטאג מאי 20, 2024 10:50 pm#562865
מיטוואך מאי 22, 2024 10:36 pm#562997
רביה"ק מסאטמאר
דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:11 pm#563104
אלפא #
אויב א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער, דאן וויפיל רעדט א ווידיאו?

כ'האב עס יעצט געקוקט, און זייענדיג אונטער'ן איינפלוס פון די צעווילדעוועטע קאלעדזש פראטעסטן, האט עס מיר געגעבן אסאך חומר למחשבה.

די היינטיגע סטודענטס ווערן געברעינוואשט צו טראכטן אקוראט די זעלבע,איבער זשענדער, קליימאט טשעינזש, גאזא, וכו', אנגעבליך זענען זיי מורא'דיג געבילדעט און געלערנט, זיי פארשן און שטודירן טעמעס, אבער אחרי ככלות הכל איז דא איין פארשאלטענע לינקע ליבעראלע וועג ווי אזוי יעדער דארף טראכטן און רעדן, און דערוואגן זאלסטו דאס צו טשעלענדזשן. אזוי ווי די קאמוניסטן בשעתם געבן זיי דיר ניטאמאל די מעגליכקייט צו האלטן אדער זאגן אנדערש, די דאזיגע א.ג. ליבעראלן וואס זענען פאר פרייהייט פון אלע סארטן חאזערייען, וועלן פארשטאפן דאס מויל פון יעדן וואס האלט אנדערש ווי זיי, און ניטאמאל זיין אינטרעסירט צו פרובירן פארשטיין די אנדערע זייט.

אגב, מ'האט עס אויך געזען ביי די פרשה איבער די 'רפורמה המשפטית' אין ארץ ישראל, וואו רעכטע חברי כנסת און הוגי דעות זענען פארשריגן געווארן אין לינקע יוניווערסיטיס, מ'האט זיי איינפאך נישט געלאזט קומען צום ווארט. אנשטאט אפצוהאלטן א נארמאלע באזעסענע דעבאטע פון צוויי זייטן, האט מען זיי פארשטאפט די מיילער.

די אלע זאכן טרייבן מיך אפצוגעבן מיין שטימע פאר טראמפ - א מענטש וועם כ'גלייך זייער שטארק נישט - פשוט ס'זאל זיין עפעס א קאנטער-ענטפער קעגן די צודרייטע ליבעראלן וואס גיין אראפ טיפער אין תהום און ווילן מיטשלעפן מיט זאך גאנצע מדינות.
דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:54 pm#563107
נחום הסופר #

איך האלט ווי דיר
לעיזער קרויס אויף קול מבשר איינע פון די לעצטערע שמועסן, האט עס גאר גוט ארויסגעברענגט
זונטאג יוני 2, 2024 3:36 pm#564037
מיטוואך יוני 5, 2024 7:29 am#564365
קענסט עס כשר'ן?
מיטוואך יוני 5, 2024 6:16 pm#564440
פוילישע פעפער #
קענסט עס כשר'ן?
וואס מיינט עס?
מאנטאג יוני 17, 2024 10:54 pm#565253
דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:10 am#565669
אלפא #
ער איז דאך אזוי גוט: איך רייס מיך פאר געלעכטער.
דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:34 pm#565795
חמלה גדולה #
ער איז דאך אזוי גוט: ער ווייסט אלעס. איך האלט ער איז א (אפגעפארענער) היימישער.

מ'דארף איהם רופן צו מלוה מלכה'ס און דינערס. א גאראנטי פאר הצלחה.
דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:29 pm#565799
בתוך הדברים זאגט ער אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן אלע ווייבלעך פון בוני עולם וואס האבען פראבלעמען..
פרייטאג יוני 21, 2024 2:15 am#565810
אז מען ברענגט קאמידיאנס וועל איך ארויפשטעלן פון קארלין זצ"ל

מאנטאג יולי 22, 2024 1:52 pm#568468
עקיבא וויינגארטן מיט א פילם איבער זיין פארלאזן די אלטרא-ארטאדאקסישע וועלט און ווערן א ליבעראלע איד און ראביי, און איבער די קאמפף אויף זיינע קינדער.

(עס איז אין דייטש)
מאנטאג יולי 22, 2024 3:54 pm#568496
כספי #
איך האלט אז דאס איז 100% פאטא-שאפפ'ט. מיט עי. איי. איז דאס זייער גרינג אהערצושטעללן. כידוע ליודעים.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:21 pm#568805
ח"כ מעוז רעדט זייער צום זאך. דער נארישער כופר בעיקר איז נישט ווערט קיין שקל.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:06 pm#568810
וואס איז צום זאך? אז מ'גייט שטעלן נאמנים פאר די זהות היהודית הלאומית אין יעדן אפיס? אזוי ווי די פאליטביורא האט געשטעלט אין יעדן אפיס, אין יעדן שולע, א קאמיסאר, וואס האט געדארפט זיכער מאכן אז מ'פאלגט נאך, און מ'גלייבט אין די קאמוניסטישע עבודה זרה?
פרייטאג יולי 26, 2024 1:09 am#568835
כספי #
כספי: דער ליאור שליין איז אייזן. ער האט טאקע א זייער פאפולער'ן שוי וואו ער טרעפט אייביג עפעס א נקודה וואו ער מאכט ליצי ליצנות פון אידישקייט און בארימטע ערליכע אידן גדולי ישראל. אפילו פון ר' חיים קנייבסקי זצ"ל האט ער אויך אהערגעשטעלט א ליצנות'דיגן שוי וואו מ'האט זיך געקענט ווארפן פאר געלעכטער.

דער זעלבער ליאור שליין האט מיט א פאר יאר צוריק געמאכט א ברית פאר זיין זון וואס איז געבוירן פון א אידישע מאמע. א גרויסע מיוחסת. אן אייניקל פון הרב הצדיק רודאלף קאסטנער.

ווען זיינע חברים האב איהם געטשעפעט אז "ער" מאכט א ברית פאר זיין זון האט ער מיט שטאלץ געזאגט. יא...!

כמו שאמרו חז"ל אפילו ריקנין שבהם מלאים מצוות כרימון...!
פרייטאג יולי 26, 2024 3:13 am#568838
יא, ס'איז טאקע געווען א גרויסן חידוש ווען ער האט געמאכט די ברית, דאס איז טייטש ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
פרייטאג יולי 26, 2024 8:24 pm#568878
איך ווייס נישט אויב איינער האט עס שוין מיטגעטיילט (כ׳נישט דורכגעקוקט אלע 115 בלעטער פון דעם אשכול)
I found this very heartwarming

זונטאג יולי 28, 2024 1:21 pm#568904
איינער קען דא ברענגען די עפענונג פון די פאריזער אלימפיקס (זיי מאכן חוזק פון דזשיזוס), מיט איבערטייטש אויף ענגליש/היברו/אידיש?
זונטאג יולי 28, 2024 2:39 pm#568907
איך אויך #
ח"כ מעוז רעדט זייער צום זאך. דער נארישער כופר בעיקר איז נישט ווערט קיין שקל.
דיין שנאת עם הארץ לעם הארץ איז עפעס אויסערגעווענליך.

דער מעוז רעדט דאך נישט צום זאך, ווי שליין צולייגט אים טאקע גוט, און כספי האט שוין אויך ארויסגעברענגט.

שליין איז טאקע א כופר און אפשר נישט ווערט קיין שקל, אבער ער רעדט צום דבר. פארפאלן.