דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:31 pm#346355
שלום על ישראל האט געשריבן:מאיר הערש האט געשריבן:יא איך ווייס, אבער צו פאבליצירן און פראקלאמירן פאר די גאנצע וועלט אין אלע צייטונגען און אין אלע סייטס אונליין למען ישמעו וייראו אז "חרדישע מענטשן" האבן אזעלכע ביזנעסעס בייגעלייגט מיט אויסטערלישע סעמפלס כדי דער עולם זאל קלאר פארשטיין פון וואס עס האנדלט זיך איז א גרויסע חילול השם. ווילסט פארקויפן אזעלכע זאכן אין דיין געשעפט, פיין, אבער צו גיין וואשן דיין שמוציגע וועש אין פאבליק איז שוין א צווייטע מעשה וכן לא ייעשה.
איז ער דען ארומגעאנגען זיך רעקלאמירן?
ס'איז דא גענוג געשעפטן וואס חרדישע אידן פארקויפן פרויען אונטערוועש. דער פאקט אז די צוויי האבן נישט געהייסן אז מען זאל פארהוילן די פאקטן אז עס האנדלט זיך דא מיט חסידישע אידן, איז א גרויסע עוולה. זיי האבן געקענט רואיג זאגן אז מען זאלן שרייבן וועגן זייער ביזנעס בעילום שם. דער היי-פוינט וואס די גוי'שע צייטונגען און אונליין סייטס האבן באטאנט איז "חרדישע אידן זענען אונטער דעם אונטערנעמונג". די מידיא ווייסט אז מענטשן ווארטן און קוקן ארויס אויף אזעלכע זאפטיגע שמוץ וועגן חסידישע חרדישע אידן. דאס איז דער חילול השם אין גרויסן וכדי בזיון וקצף.