זונטאג אוגוסט 19, 2018 10:35 am#411466
שוין, מ'האט שוין מוותר געווען אז די בעלזער רבי'ס זענען בכלל נישט די נושא, נאר די יושבים. מיר וועלען באלד הערען וועגען די יושבים, אבער וואס האט דאס אלס מיט דער בעלזער רב? דער פרעשבורגער רב האט זיך מכניע געווען צו די יושבים? פונקט וויאזוי?
די מעשה מיט די יושבים איז עפעס א מיסטעריע אין בעלז, ווי מ'רעדט ווידער פיתום ורעמסס אויף זיי, אן קיין עכטע מעשה'ס. מיר ווייסען נאר אז מיילעך רומפלער און אברהמ'לע ראנד זענען די בעלזער נוי סוכה (אינטרעסאנט, די חסידים פון דער היינטיגע בעלזער רבי מוזען זיך דאך אויסדרייען פון די מימרא אויך, מיט וואס בלייבט מען?) און מאנכע האבען געקענט נעמען קוויטלעך. פון אנדערע קרייזען ווייסט מען אז מ'האט שטארק געליטען פון די בעלזער יושבים, און די בעלזער קענען נאך נישט אנצייגען סיי וואס פאר מעלה די יושבים האבען געהאט, און פארוואס זענען די בעלזער יושבים וויכטיגער ווי די יושבים אין סיי וועלכע חסידות. יעדער חסידות האט געהאט אזעלכע, און איבעראל האבען מאנכע געשמ'ט אלס דעם און מאנכע אלס עפעס אנדערש.