berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך האב זייער שטארק נישט ליע אריינצוגיין אין ויכוחים מיט דיר. נאר איך וויל דיך פרעגן א פשוט'ע שאלה. ביטע זיי מיר מסביר. אויב אז מיר מענטשן האמאו סעיפיענס (ניין נישט האמא סעקסואלס) האמיר זיך געשפיעלט צוזאמען מיט די אנדערע מאנקיס, ווי טשימפענזיעס און גאריללאס מיליאנען יארן צוריק. אונז זענען צוזאמען געקראכן אויף די ביימער. און געווארפן קאוקאנאטס איינער אויפ'ן אנדער'ן שפילענדיג. און אונז האמיר זייער גוט פארברענגט צוזאמען. ביי וועלכן פונקט האמיר זיך אפגעשיידט און געווארן מענטשן. און אונזערע קאזינס אדער גאר ברידערס און שוועסטערס זענען פארבליבן מאנקיס אין דזשאנגל...! אבער, פליעס. נעם נישט איין קיין שטומעניש. כדרכך. נאר טאטע לעיבן זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ...וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל...קעי...!
דו גרויסע שפראך מייסטער שרייבסט שוין באלד ווי דער באקווינער פויער שבת אחים.
דאונט ווארי איך רוף דיך נישט צו איצא גליק וועגן אפאר טייפאוס.
דיין קשיא מיט די מאנקיס וועל איך דיר ענטפערן ווי א טיפיקל חסידישע איד מיט א אנדערע קשיא...
מיין קשיא איז ווען און וויאזוי איז געווארן אזויפיל אנדערע חסידות׳ן אויף די וועלט. סהאט זיך אנגעהויבן מיטן בעש״ט און צוויי הונדערט יאהר שפעטער איז שוין געוועהן 50 חסידות׳ן אלעס אביסל אנדערש פונעם צווייטן... אבער מ׳קען זעהן אז ראחמסטריווקא מיט סקווירא זענען גאנץ ענדליך און שטאמען פון די זעלבע שורש... אזוי אויך סערט ויז’ניץ מיט מאנסי-וויזניץ, זיי הגבן די זעלבע נוסח אבער זיי זענען אביסלע אנדערש איינער פונעם צווייטן.
מיין צווייטע קשיא גייט נאך טיעפער. וויאזוי זענען אונז מענטשען געווארן אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן? א כינעזער און א שווארצער זענען ביידע הומאנס אבער זענען היפש אנדערש איינער פונעם צווייטן... אויב דו פארשטייסט אז די חילוקים איז נאר געשעהן במשך 100,000 יאהר פון וואוינען אין אנדערע קלימאט/האביטאט. שטעל זיך פאר וואס עס קען געשעהן אין א מיליאן יאהר! און אין הונדערט מיליאן יאהר! אלעס וואס דו זעהסט ארום זיך איז א פראדוקט פון עוואלוציע פון מיליאנען יאהרן. און פון יעדע מין איז דא פארשידנע ערליי סארטן וואס האבן זיך אנדערש עוואלוועט.למשל סאיז דא אזוי סאך ווי 1200 אנדערע מיני בעט׳ס- א בלינדע פויגל וואס פליעט ביינאכט, בערך 130 מיני מאנקיס... וכו׳ וכו׳