Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אלמן אחד בין שבעים גרושות

אלמן אחד בין שבעים גרושות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
78 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 80 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12524
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:35 pm#411624
אלמן אחד בין שבעים גרושות
אזוי איז די מצב.. מ'דארף זיך ספראווען מיט צענדליגע איינזאמע פרויען, וואס האבן נאכנישט עספיעט זיך צו באהעלפן און אננעמען דעם ריכטיגן באשלוס אין לעבן, אויף א ערנסטקייט, אז יא, איך וויל חתונה האבן מיט א מאן וואס ער וועט מיר פירן דעם שטוב, און נישט איך זאל טראגן די הויזן און עהם אין פאסטקע לייגן – גענוי ווי דער ערשטער..
ס'איז א גוטע זאך, אויסצולייגן אויף שיריים, די צענדליגע ערפארונג געשיכטעלעך, פונעם איינצעלנער יונגערמאן וואס זוכט א שידוך, און האט אינעם לאנגן וועג צו טרעפן דעם פאסיגן פאהר – א אויפגאבע צו אנטדעקן די נאטור פון צענליגע סארטן פונעם אנדערן גענדער, און זיך לערנען פארציעס ערפארונג אויפ'ן אייגענעם הויט.

געשיכטעלע איינס

מ'זעצט זיך אראפ און ס'קלונגט איר די טעלעפאן.. איר בעיבי סיטער וויל שוין אהיימגיין.. אבער מ'האט דאך זיך קוים געזעצט אויף א בעשוי?
גוט, זי וועט צואווארטן..
נו וואס פארציילט איר.. און ס'ווערט א שטיקל שמועס.. אבער מעשה שטן, מ'הערט קולות פונעם גאס, ס'ברענט א פייער אפאר הייזער אוועק..
און נאך פאר איך האב געבלינקן מיט'ן אויג, לויפט זי שוין צום פענסטער זען.. די פייערלעשער פארן אריבער..
און מ'זעצט זיך צוריק צום שמועס.. איך פארצייל אז כ'געדענק א פייער יארן צוריק ווי מ'האט געמאכט געלט פון אינשורענס.. און זי האקט מיר איבער.. זי וויל זען די פייער פאר איין מינוט!
זאל איך זאגן ניין?... אבער זי לויפט שוין ארויס.. און כ'ווארט פינעף צען מינוט.
כ'ווארט שוין צוואנציג מינוט.. און כ'קלונג דעם 'שדכן' פרעגן וואס גייט פאר..
אה! זי וויל נישט דעם שידוך...
דערפאר איז זי איינפאך אנטלאפן.. אהה! כ'פארשטיי שוין..
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:23 pm#411628
:x :x :x :x :twisted: :twisted: :twisted:
עס קומט צו וויינען און לאכן. שרייבט נאך....
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:32 pm#411629
על כגון דא נאמר איך וויל זי נישט.
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 7:38 pm#411630
געשיכטע'לע צוויי

ער זאגט מיר אז ער האט א פאסיגע זאך פאר מיר, וואס טאקע זי איז אביסעלע עלטער, אבער מאכט נישט אויס, ווייל די נאטורן זענען מער ווייניגער אייניג..
דהיינו? איך בין דאך נאך אין די פריע דרייסיגערס.. און זי?
אה, זי איז אביסל עלטער נישט קיין סאך.. אבער וואס מאכט אויס די עלטער, זי קען נאך האבן קינדער, און זי וויל נאך האבן קינדער, און זי וויל זייער שטארק דעם שידוך..
יא? זי האט געזאגט אז זי וויל מיך?
יא, זי וויל שטארק זיך זעצן אויף א בעשאוי.. און זייער מעגליך ס'איז א פאסיגע זאך.
ווער איז געווען דער ערשטער מאן? און פארוואס האט זיך נישט קיין קינדער ביז היינט געהאט.
אלעס וועסטו איר פרעגן, זי איז גרייט פאר סיי וועלכע פראגע..
ויהי היום.. און איך זיץ אקעגן א פרוי.. א פרוי? יא! א מיידל איז אויך א פרוי.. אבער כ'פארשטיי שוין ווער ס'געווען דער ערשטער.. און פארוואס זי האט נאכנישט געהאט קיין קינדער, און די איבריגע פראגעס זענען באמת איבריג..
אויפ'ן ערשטן בליק האב איך שוין געזען גרויע האר, און די אויגן האבן געצייגט פארוואס זי איז נאך א מויד, שוין אין די קרוב לארבעים.. און נאך א קורצע שמועס האב איך שוין געהערט אויך, אז ''אונזערע נאטורן זענען די זעלבע''... דאס טייטש איך זיך א שידוך און זי זוכט.. ווייל אויסער דעם זעמער גארנישט גלייך.. נישט מיט השקפה נישט מיט זיטן און נישט מיט יארן, נאר וואס יא?
כ'האב נאר געווארט זי זאל נמאס ווערן פונעם שמועס, ווייל כ'האב איר זייער געשוינט. כ'ווייס נישט פארוואס כ'בין נישט גלייך אנטלאפן.. כ'ווייס יא פארוואס.. ווייל מ'טוט נישט אזאנס.. אבער מציע זיין א מיידל פון א יאר צענדליג עלטער, און זאגן 'נאר אביסעלע' עלטער, און 'איר קענסטו פרעגן אלעס'.. דאס איז פשוט א מצוה! ווייל מ'דאך העלפן יודען מיט שידוכים..
אמת, און וועמען האסטו דא געהאלפען פונקטליך..?
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:31 pm#411638
שקט מבקשה, ווי וואנט מאר ווי וואנט מאר
#לאקער אפ
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 9:22 pm#411640
האסט איר געזאלט זאגן אז דו ווילסט גיין זעהן די פייער....
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 9:38 pm#411641
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
אדער ביזטו גאר שטארק אז דו קענסט לאכן פון דיינע אייגענע צרות. אדער שרייבסטו זאכן וואס וואלטן געקענט זיין אמת.

אידער וועי, קיעפ איט אפ!
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:01 pm#411649
געשיכטעלע דריי

נו אז דו וועסט דיך אזויפיל וועהלען, וועסטו דאך קיינמאל נישט וועלן קיינעם, וועסטו בלייבן אליינס..
איז דאך דער שדכן גערעכט.. איך דארף אמאל פארקוקן אויף זאכן וואס זענען נישט 'אזוי' וויכטיג, און קוקן אויף וואס כ'שפיר אז כ'קען יא לעבן דערמיט.
און ער שרייעט נאך אויף מיר, אז ער טוט מיר א גאנצע טובה, ער בעט נישט קיין שדכנות געלט, נאר עפעס יוצא צוזיין, אבער כ'מוז מיך צושטעלן, און כאטש נישט זאגן ניין!
גוט – זאל איך עהם דעם שדכן – כ'וועל נישט זאגן ניין, אבער לאמיר זען ברענג מיר עפעס א אתרוג וואס זאל כאטש זיין א ברכה צו מאכן דערויף..
כ'האב עפעס פאר דיר.. קלונגט ער מיר אין אפאר טאג שפעטער.. און ער וויל כ'זאל מיך גרייט מאכן, ווייל זי איז א קלוגע, און וועט דיר אויספרעגן, זאלסטו ענטפערן נארמאל, מיט געדולדט, און חפץ השם בידינו יצליח, וועט עס פארן אויף גוטע וועגן..
ברוך השם.. היינט נאכט גיי איך טרעפן עפעס פאסיג.. און כ'טו מיר אן פאסיג, ווי פאר איינער וואס האט אפענע אויגן, און ווי דער שדכן רופט איר, א אפענע קאפ!
ביים שדכן אינדערהיים האט זי מיר אפגעווארט, איך קלאפ אויפן טיר, און שפרייז אריין מיט דרך ארץ, און מ'זעצט זיך..
איך האב געמיינט איך פאל אום.. אבער צום סוף האב איך זיך געכאפט אויף א בענקל און געכאפט דעם אטעם אין שאק! דאס איז א יופי.. א ראש פתוח.. איך בין נישט געווען זיכער צו מ'האט מיר געוואלט פארשטעלן די באבע פונעם כלה'ס זייט, אדער איז די מדוברת די יונגסטע און דאס איז די מחותנת'סטע.. דאס איז די מדוברת אליינס?..
אזא מיאוסע מויד האב איך זעלטן געזען.. איר באלעבוסטע קערפער לויפט כמעט אראפ פונעם בענקל, נאר ווייסט נישט וועלכע זייט.. און אויך איר שייטל מאכער האט איר פיין מסדר געווען.. אויב זי איז בכלל געווען ביי אזא איינעם..
די אויגן לויפן איר ווי א פארסאמטע מויז, און זי פראבירט צוזאמלייגן די צוויי הענט וואס גרייכן קוים צום טיש, און זי רעדט נישט קיין ווארט.. הייב איך אן בלית ברירה.
א גוט'ן אווענט! איך בין 33 יאר, און וויפיל זענט איר?..
עממ עמממ אאא גגגוט'ן נאכט.. אאאיך.. בין אאאאויך יעצט געווארן.. עמממ דדדריי און דדדרייסיג..
וואו ווי!!! ממש פאסיג.. כ'האב ביז'ן דאס הערן נישט געקענט כאפן ווי איז די 'אפענע קאפ' און זעלטענע אתרוג וואס ער האט פאר 'מיר'.. ממש פאסיג. אבער אז איך בין אזוי אלט ווי איר, יעצט כאפ איך ווי אונז זענען א זיווג משמים.. ממש ווי צוויי טויבעלעך..
די סעקונדען האבן זיך געריקט ווי שמיטה יארן.. און קוים איז אריבער צוואנציג מינוט, און כ'האב געמיינט איך פייגער.. אבער חסדי השם דער שדכן דער בעל חסד! וואס טוט עס לשם מצוה.. האט געהערט פון קיך, אז ס'עפעס שטיל.. האט ער אונז געזאגט, גענוג..
און כ'קום אהיים, און ווארף אראפ מיין שיינע סוט, און פארבייס מיר די ליפן מיט רוגזא.. אויב דאס איז וואס איז דאס בעסטע וואס איך באקום.. אם כן למה זה אנוכי?? פארוואס וויל איך בכלל נאך אויסהערן הצעות?
און כ'קען נישט טראכטן לאנג, ווייל די טעלעפאן קלונגט, און דער שדכן וויל הערן וואס איז מיין מיינונג אויף זיין 'ריווח' וואס ער האט אפירגעברעגט..
און כ'זאג עהם, אז ס'קוקט אויס גוט, נאר כ'דארף עס נאך איבערשלאפן..
זאגט מיר דער שדכן, ניין.. כ'גלייב דיר נישט..! דו האלטסט טאקע אז מ'קען גיין ווייטער? ווייל זי איז נאכנישט גרייט.
און כ'זאל אוודאי ווארטן ביים קארנער ווען זי וועט זיין גרייט.. ווייל דאס איז דאך מיינס..
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:34 am#411659
איך ווארט אויף דו לעצטע מעשה. בקרוב ממש.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:59 am#411661
ווען איך האב געליינט די העדליין פון דעם אשכול ביניך געווען זיכער אז די סיפורי מעשיות וואס דער גליקליכער בעל הפתיחה וועט אונז דא פארציילן וועללן לויפן על דרך פון להבדיל אלף אלפי הבדלות, די פאלעסטינער רוצחים, די טעראריסטן וועלכע באקומען זייער שכר די ע"ב בתולות. דערווייל זעה איך אז זיי לויפן גאר אין די פארקערטע דירעקציע. אבער איך, און , כ'בין זיכער די אנדערע ליינערס האבן א גרויס הנאה פון די סיפורי מעשיות וועלכע זענען , אדער יא געשעהן. אדער איז נאר פרי דמיונו פונ'ם בעל מספר. אבער אונז דארפן מיר גלייבן באמונה שלימה אז ס'וואלט געקענט געשעהן. און אויב נישט מיט דעם בעמס"פ אליינס. דאמאלס מיט א צווייטן פארשוין...!
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:18 pm#411675
שקד האט געשריבן:
געשיכטעלע איינס

מ'זעצט זיך אראפ און ס'קלונגט איר די טעלעפאן.. איר בעיבי סיטער וויל שוין אהיימגיין.. אבער מ'האט דאך זיך קוים געזעצט אויף א בעשוי?
גוט, זי וועט צואווארטן..
נו וואס פארציילט איר.. און ס'ווערט א שטיקל שמועס.. אבער מעשה שטן, מ'הערט קולות פונעם גאס, ס'ברענט א פייער אפאר הייזער אוועק..
און נאך פאר איך האב געבלינקן מיט'ן אויג, לויפט זי שוין צום פענסטער זען.. די פייערלעשער פארן אריבער..
און מ'זעצט זיך צוריק צום שמועס.. איך פארצייל אז כ'געדענק א פייער יארן צוריק ווי מ'האט געמאכט געלט פון אינשורענס.. און זי האקט מיר איבער.. זי וויל זען די פייער פאר איין מינוט!
זאל איך זאגן ניין?... אבער זי לויפט שוין ארויס.. און כ'ווארט פינעף צען מינוט.
כ'ווארט שוין צוואנציג מינוט.. און כ'קלונג דעם 'שדכן' פרעגן וואס גייט פאר..
אה! זי וויל נישט דעם שידוך...
דערפאר איז זי איינפאך אנטלאפן.. אהה! כ'פארשטיי שוין..


טייערע שקד, איך וויל דיך נישט וויי טוהן ח"ו, און זיכער נישט טרעטן אויף דיינע פיינפולע געפילן. אבער טראכט א מינוט וויאזוי זי האט געשפירט, די פרוי וואס האט זיך געטראפן מיט דיר.
לויט ווי דו אליינס דערציילסט אין געשיכטעלע #3 ווען דו האסט באגעגענט א געוויסע פרוי וואס דו האסט געוויסט פון די ערשטע סעקונדע אז זי איז נישט פאר דיך, און אויב וואלסטו געקענט וואלסטו אויך ארויסגעלאפן קוקן די פייערלעשערס אינדרויסן, דעמאלטס דארפסטו אויך טראכטן ביי זיך "וואס האט איר געמאכט אנטלויפן פון מיר און מיך לאזן הענגן", אין געשיכטע #3 איז עס פשוט געווען יענעם, און אין געשיכטע #1 איז עס געווען דו וואס האט געמאכט יענעם דיך איבערלאזן!
ס'איז גרינג צו רעדן און זאגן אז די פרויען זענען שולדיג און ווילן נישט חתונה האבן, און ס'איז אסאך שווערער צו קוקן אין שפיגל און טראכטן אז אפשר איז עפעס wrong מיט מיר אליין, אבער אז איינער לויפט ארויס אינמיטן נאך אפאר מינוט רעדן, האט זי מסתם געהאט א סיבה, אפשר נישט גענוג קיין גוטע סיבה און נישט justified צו טון אזא זאך, אבער עס דארף זיין גענוג צו ברענגן awareness צו דיר און דיך מאכן טראכטן.
איך זאג נישט אז ס'איז דיין שולד, און ס'קען זיין אז דו ביסט באמת איין שטיק מעלות און גוטסקייט, ווייל פון יענעמס מיינונג און שלעכטע מידות קען מען נישט בויען אז עפעס איז נישט גוט מיט דיר. אבער עס לוינט זיך אויך צו טראכטן אין די זייט: וויאזוי האב איך אויסגעזען, וויאזוי האב איך גערעדט, וועלכע איינדרוק האב איך געמאכט אויף איר, וואס האב איך געטון נישט גוט אז זי לאזט מיך אזוי איבער.

איך ווינטש דיר באמת אסאך אסאך הצלחה אויף ווייטער
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:28 pm#411676
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
אז ער האט זיך אויפגעפירט אין אן אופן אז זי האט געמוזט אנטלויפען, מסתמא האט ער אויך געהאט א סבה........

#בלעיםדעוויקטים

איך ליין דא אן ענטפער צום שדכן וואס רעדט זיך אפ אז ער איז too picky. מיט אזעלכע ערפארונגען, מיט וועמען פונקט האט ער געזאלט חתונה האבען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:00 pm#411678
איך האב נישט געזאגט too picky
איך האב נאר געזאגט אז ער זאל טראכטן ביי זיך!!! עס איז א גוטע עצה און ס'קען זיין אז ס'וועט עם העלפן

,Five percent of the people think"
,ten percent of the people think they think
."and the other eighty-five percent would rather die than think
― Thomas A. Edison
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:10 pm#411682
די שמועס דארף זיך שוין אויפהערן, ס'פירט נישט אין ערגעץ נישט, איך זאג ענק צו אז קיינער גייט נישט קלוגער ווערן פון דעם.

stopitnow#

btw, סתם אויס'מוסר'ן איינעם ברבים האט נישט קיין פשט, אזא הערה דארף געזאגט צו ווערן אין אישי.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:30 pm#411684
א פרוי וואס לויפט ארויס אינמיטן א בעשוי קוקן א פייערלעשער קאל איז נישט מיט אלעמען.
מיין קריטיק איז אויף געשיכטע 3#. מ'רייסט נישט אראפ א פרוי אויף אויסערליכע אויסזען. מ'מוז נישט טון דער שידוך, אבער דאס איז נישט עפעס וואס א מענטש נעמט זיך אליין אז עס פאדערט פארדאמונג און זלזול.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:33 pm#411685
ער רייסט לכאורה אראפ דעם שדכן נישט די פרוי
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:44 pm#411690
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שמועס דארף זיך שוין אויפהערן, ס'פירט נישט אין ערגעץ נישט, איך זאג ענק צו אז קיינער גייט נישט קלוגער ווערן פון דעם.

סתם אויס'מוסר'ן איינעם ברבים האט נישט קיין פשט, אזא הערה דארף געזאגט צו ווערן אין אישי.

stopitnow#


אנטשולדיגט אבער יעדער מעג אויסדריקן זייער מיינונג.
מען מיז נישט אננעמען די צד אז אלעס איז הונדערט פערצענט ריכטיג פון קיין איין זייט.

סתם זאגן shut up האט נישט קיין פשט.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:04 pm#411692
בת קול:

למעשה גערעדט, דו האלטסט טאקע אז פון די 'טענה'ריי צווישן אשת חיל און ליטוואק וואלט עפעס ארויסגעקומען?

פון מיין עקספיריענס האב איך געזען אז פון אזעלכע 'טענה'רייען ווערט קיינער נישט קלוגער, מ'גייט נאר אין סירקלס.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:20 pm#411693
Two sexists fueling their sexism by implying the other sex is sexist
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:58 pm#411701
געשיכטעלע פיר

העלא?.. יא איך האב פאר אייך א גוטע שידוך..
נו אדרבה..
איר זענט מקפיד אויף די עלטער?
אויב ס'איז צוויי דריי יאר עלטער נישט געפערליך.
גוט, זי איז זייער א פיינע געלונגענע און אוועקגעשטעלטע, נאר א גרושה.. זי איז אריינגעפאלן מיט'ן ערשטן, און זוכט איינער וואס זאל איר מכבד זיין.
גוט, איך קען מכבד זיין.. חחח
אקעי, וואלסטו געוואלט זיך טרעפן שוין? אדער..
אדער וואס? איך קען באשטיין זאלסט מאכן זיכער אז זי האט מיין אינפארמאציע..
גוט, כ'רוף דיך צוריק אין אפאר מינוט..
[דריי וואכן שפעטער..] יא, זי דארף א בילד פון אייך..
גוט, וואס האט געדויערט אזוי לאנג, איך שיק אייך אין אימעיל א בילד ביז דרייסיג סעקונדן..
- נו? באקומען...? [אין קול ואין עונה..] קלונג איך צוריק נעקסטע טאג.. אין קול ואין עונה..
נעקסטע וואך.. העלאו?
יא.. זי וויל איינעם אן א בארד..!
און דאס האט איר נישט געוואוסט א חודש צוריק??
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:05 pm#411703
געשיכטעלע פינעף

יא.. איינער האט מיר געזאגט איינער נאמען, אז איר זוכט א שידוך..
יא אוודאי..
און ס'מוז זיין פון אייער חסידות?
ניין, בכלל נישט.
אויב אזוי האב איך זייער א גוטע זאך, ממש א תכשיט פון א נשמה, א גאלדענע הארץ, און א געלונגענע קאפ, און א רייכע משפחה.
גענוג גענוג, אז זי איז א פיינע און א פאסיגע – לפי אייער אפשאצונג – איז דאס גענוג, און לאמיר הערן נעקסט סטעפ.
נעקסט סטעפ איז, מ'זאל זיך טרעפן אויב שייך..
לאמיר נאר הערן, וואס עפעס האט זי זיך גע'גט?
חלילה! נישט גע'גט..
נו פארוואס זאל זי מסכים זיין צו נעמען איינעם פון 'ושוב שנית'..? כ'בין פשוט נייגעריג..
אה.. אה.. ווייל... עהם.. זי איז זייער א פיינע.. און נאר.. זי קען נישט האבן קיין קינדער.. און כ'פארשטיי אז איר האט שוין קינדער. ריכטיג?
איך האב, יא.. אבער פארוואס זאל איך יונגערהייט חתונה האבן מיט איינע וואס קען נישט האבן נאך קינדער?
אה, ביסט גערעכט.. דאס מיינט דו ווילסט נישט..
אוודאי! אוודאי וויל איך נישט.. איך בין קוים אין די פריע דרייסיגערס..
אקעי.. וועל איך פראבירן א צווייטן.. {איינצונארן..}
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:23 pm#411704
געשיכטעלע זעקס

ביז ווי ווייט וואלט איר געגאנגן פאר א שידוך?
וואס הייסט.. ביז אוסטראליע.. כ'מיין נישט וואוינען, אבער צו נעמען א פרוי? עני פלאץ.
אקעי, איך האב גראדע איינעם, פון ירושלים, זייער א ערליכע און מצליח'דיגע, נאר איז פשוט אריינגעפאלן מיט א מאן.
כ'מעג אפשר וויסן, ווער איז דער מאן?
אה.. כ'האב נישט געפרעגט..
נו, כ'וויל דאך וויסן אביסל מער פרטים.
זאג איך דאך דיר.. זי איז פון ארץ ישראל, און האט איין קינד, און אויך איז זי גרייט צו וואוינען אין ניו יארק, און..
יא? זי איז גרייט צו וואוינען אין ניו יארק? און כ'וויל וויסן צו ס'שוין מסודר די 'קינדער געלט' אויב איר עקס דארף געבן, און וואס ווען ווי.
נישט געזארגט, זיי פארזיכערן מיר אז אלעס איז מסודר.
כ'מעג אפשר וויסן, די עלטער, די מצב הבריאות, די סייז וואג און משפחה ארום..
דאס אלעס קענט איר דאך רעדן ביים זיך טרעפן..
אפשר קען מען רעדן אויפ'ן טעלעפאן קודם?
אפשר, נישט זיכער, ווייל ס'גייט דארט אנדערש ווי אין ניו יארק, מ'רעדט נישט פאר'ן זיך טרעפן..
[איך טראכט נישט צוויי מאל, און נעם א ברכה פון א גוטע יוד, און באשטעל א טיקעט, מ'פארט אל ארץ הקודש]
מ'טרעפט זיך אין א לאטישער הויז, ווען זי זעצט זיך אראפ – זע איך שוין אז זי איז געזונט.. א געזונטע הויקער פון דא ביז תרשיש.. און זי איז מקפיד נישט צו קוקן אויף מענער.. נו רעדט איך צו די וואנט!
ווי אלט זענט איר – אויב כ'מעג פרעגן..
מיר זענען זיבן און דרייסיג..
מ'זעט אויף מיר אז כ'בין היינט אנגעקומען פון חוץ לארץ?
{זי בליק ארויס פון איר הויקער.. און מאכט א גרימאסע פנים, ווי איינער וואס איז געצווינגן לדבר עבירה..}
איר זענט היינט געקומען טאקע מיט'ן פליגער?
יא, איך וואוין דאך אין חוץ לארץ..
איך וויל נישט דארט וואוינען..
דער שדכן האט דאך געזאגט אז מ'איז מסכים..
אזוי זאגן מיינע עלטערן, אבער איך וויל נישט..
גוט, מ'וועט דערפון רעדן שפעטער, אבער מיט'ן גיין א פלאכע הוט זענט איר מסכים?
נישט זיכער!
וואס זענט איר יא מסכים?
מיינע עלטערן זאגן, אז איר האט געזאגט אז איר וועט זיך צושטעלן וואס מיר וועלן בעטן..
{ס'שוין איבריג די המשך.. ווייל כ'האב שוין נישט געוואוסט וועלכע נאך שקרים ליגן דא.. און בכלל מיט א הויקער לאז איך דעם שדכן זיך מחתן זיין..}
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:26 pm#411705
לויט'ן וואונדער און פראגע; אלעס איז אמת ויציב, נאר די נישט וויכטיגע פרטים איז אביסל נשתנה, אבער ס'טוישט נישט די מציאות הסיפורים. און כ'שרייב עס נישט כדי צו באשולדיגן, באשמוצן, זיך אננעמען פאר איין צייט, פאר'ן מדובר צו שדכן, נאר פשוט - מעשיות שהיו כך היו.. הערט'ס אביסעלע וואס יודען גלות'ן.. ווי דאס קעפל האשכול 'אלמן אחד בין שבעים גרושות'..
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:12 pm#411712
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
הרב @שקד האסט מיר געראטעוועט!
איך האב געקלערט פון זיך גט'ן און טרעפן א זיווג שני לפי מעשי, יעצט זעה איך שוין די מצב.
איך וואונטש אייך הצלחה רבה.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 1:54 am#411716
שקד האט געשריבן:געשיכטעלע פינעף

יא.. איינער האט מיר געזאגט איינער נאמען, אז איר זוכט א שידוך..
יא אוודאי..
און ס'מוז זיין פון אייער חסידות?
ניין, בכלל נישט.
אויב אזוי האב איך זייער א גוטע זאך, ממש א תכשיט פון א נשמה, א גאלדענע הארץ, און א געלונגענע קאפ, און א רייכע משפחה.
גענוג גענוג, אז זי איז א פיינע און א פאסיגע – לפי אייער אפשאצונג – איז דאס גענוג, און לאמיר הערן נעקסט סטעפ.
נעקסט סטעפ איז, מ'זאל זיך טרעפן אויב שייך..
לאמיר נאר הערן, וואס עפעס האט זי זיך גע'גט?
חלילה! נישט גע'גט..
נו פארוואס זאל זי מסכים זיין צו נעמען איינעם פון 'ושוב שנית'..? כ'בין פשוט נייגעריג..
אה.. אה.. ווייל... עהם.. זי איז זייער א פיינע.. און נאר.. זי קען נישט האבן קיין קינדער.. און כ'פארשטיי אז איר האט שוין קינדער. ריכטיג?
איך האב, יא.. אבער פארוואס זאל איך יונגערהייט חתונה האבן מיט איינע וואס קען נישט האבן נאך קינדער?
אה, ביסט גערעכט.. דאס מיינט דו ווילסט נישט..
אוודאי! אוודאי וויל איך נישט.. איך בין קוים אין די פריע דרייסיגערס..
אקעי.. וועל איך פראבירן א צווייטן.. {איינצונארן..}


וואס עפעס איינצונארן? נישט יעדער זיכט צו האבן 10 קינדער.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:14 am#411718
אוי ביסטו גוט דערמאנסט מיר פון חיים גראדעס ביכל די עגונה.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:39 am#411719
שקד: דיינע מעשיות זענען איינס זיסער פונ'ם צווייטן (און דעם דריטן). פאר מיר איז נאר שווער איין קשיא. וואספארא נאטירליכן מאגנעט האסטו אז דו ציעסט צו צו דיר אלע גראבע, דיקע, בעלי בשר מיט גרעיע צעפ און גרויסע הויקערס וועלכע עקטן נאך ווי קליינע מיידלעך וואס לויפן ארויס קוקן אויף פייערלעשערס...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין . האביך מיך דערמאנט אז איך האב געהאט א חבר וועלכער האט געהאט אן אינטרעסאנטן לעבן. ער איז צוערשט געווען א סאטמאר'ער. מיט א פלאטשיג'ס.נאכדעים איז ער געווארן א בעלזער. מיט שווארצע זאקן אינדערוואכן. חתונה געהאט מיט א ספרד'יש מיידל. און ער האטציך געחלומ'ט (בהקיץ) אז ער גייט זיך גט'ן פון זיין ווייב. און ער וועט חתונה האבן מיט א פרוי וואס ס'פעהלט איהר א שרייפל, כלשונו...דערווייל מייניך אז איהם האט געפעהלט מער ווי איין שרייפל. ער האט ארויפגעלייגט שלעסער אויף זיין טשיינע קלאזעט. און אנדערע פלעצער וואס א נארמאלער מענטש לייגט נישט קיין שלעסער. ווען איך האב אים אמאל געפרעגט מיט וואונדער. וואס דער פשט פון דעם איז. האט ער מיר געענטפערט אז ער טוט דאס וועגן די גוי'אישע קליענינג לעידי...אבער ער האט מיר אויסעזאגט "בסוד סודות"...אז ער טוט דאס וועגן זיין ווייב...!

ווען א קלוגע פרוי פון די שטאטישע סאושל סערוויס דעפט. איז אמאל ארויפגעקומען צו איהם אין די דירה צו זעהן ..."מה זה ועל מה זה"...וואו דער בראך פון שלום בית מיט זיין ווייב ליגט... ווען זי האט באמערקט די שלעסער אויף די אלע פלעצער, האט זי געגעבן א ווינק מיט די אויגן אז זי פארשטייט שוין מיט וועם זי האט דא צו טון...והכל מובן מאליו...!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:35 am#411729
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער...........

ATUB @נעגעל וואסער ATUB האט עס טאקע גענאגעלט. טאמער איינער חלומ'ט פון זיין ווייב'ס פריצייטיגע פטירה אז ער זאל קענען טרעפען כאוות נפשו, נישט בחירת לב אביו ואמו, זאל ער זיך אויסלערנען וואס עס קען אים ווארטען.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 3:41 pm#411740
פארגין יענעם כאטש אביסל פאנטאזיעס, ער קען דאך ממילא נישט הארגענען די ווייב.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 5:15 pm#411742
געשיכטע זיבן

ווען וואלט זי געוואלט זיך טרעפן מיט מיר?
כ'גלייב היינט נאכט, לאמיר איר געבן א קלונג.
[א האלבע שעה שפעטער]
יא! היינט נאכט אינעם לאבי פון .... וועט זי שוין ווארטן אויף דיר אום אכט דרייסיג.
גוט, זייער פיין, איך וועל זיין דארט.
8:49 ביינאכט, כ'זע נישט קיין זכר פון קיין היימישע פרוי.. 9:20 איך קלונג דעם שדכן..
נו, ווי האלט עס?..
וואס האלט?.. איך ווארט אויף איר, און כ'זע קיינעם נישט דא..
אה.. קען זיין זי האט געמיינט אז מ'גייט זיך טרעפן ערגעץ אנדערש.
וואס זאל איך יעצט טון?
דא האסטו איר נאמבער געב איר א קלונג..
העלא? מרת...? דאר רעדט.. איך האב באקומען אייער נומער פונעם שדכן..
יא, אי''ה מארגן דעי צייט..
ער האט געזאגט אז איר האט געזאגט היינט..
היינט קען איך נישט.. ס'האט זיך געמאכט א שוועריגקייט, אי''ה מארגן – די זעלבע צייט.
{איך האב אויסגעגעבן געלט, צייט, געדולדט, אנצוקומען אהער, און? אי''ה מארגן.. און מארגן?.. יא אלעס פיין.. מ'האט געשמועסט א צוויי שעה, און זי יאגט זיך שוין.. און כ'האב איר אפילו אהיימגעטראגן.. און ס'איז אריבער א וואך..]
וואס איז געווארן?..
אה, ס'נישט פאר איר..
כ'מעג וויסן פארוואס?
זי וויל נישט זאגן, אבער כ'מיין אז זי איז נאכנישט גרייט, כ'בין נישט זיכער..
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 5:36 pm#411744
געשיכטע אכט

יא, איך וואוין אין שטאט.. און וואו וואוינט איר?..
איך וואוין דא אין שטעטל.. איך האב זייער ליב דא.
איך וואלט אויך געוואלט וואוינען אין שטעטל, מ'וועט זען..
איר גייט אייביג מיט'ן ציצית אויפ'ן העמד?
געווענליך יא.. כ'מיין ביים ארבעט אפשר נישט, אבער אין שול יא.
אהה.. און איר זענט מקפיד אויף צוגיין אין מקוה יעדן טאג?
יא.. כ'בין שוין אזוי צוגעוואוינט אלע יארן. אויף וואס זענט איר ספעציעל מקפיד?
עעהה ס'פרייוועט.. אבער כ'האב ליב צו זיין העפי, יעדער ווייסט מיך.. איך בין א איזי גאויאינג..
אייער עקס האט שייכות מיט די קינדער?
ס'איז א לאנגע שמועס..
אהה.. אקעי.. וואס נאך ווילט איר הערן?
נאטינג ספעשל..
[ס'האט נישט גענומען לאנג, און ס'געווארן שטיל, און מ'האט געשלאסן דעם זיצונג.. מארגן אינדערפרי קומט דער שדכן צו צו מיר מיט א גרימאסע..]
וואס גייט פאר מיט דיר? דו ווייסט נישט אז מ'פרעגט נישט קיין פערסענאל פראגעס, ספעציעל די ערשטע מאל?..
הער אויס שדכן לעבן, איך האב געהערט איר פרעגן מיינע געשעפטן, צו כ'גיי אין מקוה, און ווען כ'גיי מיט'ן ציצית אויפ'ן העמעד, האב איך איר נאר געפרעגט אויב זי האט זאכן וואס זי איז פערטיקעלער דערמיט.. אפשר מיינט זי, אז כ'האב געפרעגט וועגן איר עקס? צו ער האט שייכות מיט אירע קינדער?..
כ'ווייס נישט, זי איז געווען זייער אויפגעברויזט נעכטן, און מיר געזאגט, אז ביסט געקומען צום בעשאוי מיט ארבעטס הויזן, און קאלאשען..
איך? מיט ארבעטס הויזן?..
ניין.. כ'ווייס זי האט איבערגעטריבן, איך גלייב דיך.. אבער עפעס זאגט זי, נישט זיכער צו האסט געטראגן קראקס, אדער ארבעטס הויזן..
כ'ווייס נישט וואס גייט מיט איר פאר, אבער איך בין געווען העכסט נארמאל מיט שיינע שיך און א טרי פיס סוט!
ווייסעך נישט.. אבער זי וויל נישט גיין ווייטער דערמיט..
[איך אויך נישט..]
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 7:59 pm#411752
שקד: וואונדערליכע מעשיות. לויט ווי ס'ליגט מיר אין זיכרון האטציך אפגעשפיעלט אן ענליכע סצענע מיט דעם בחור עקיבא אין די סעריע שטיסל. ווען ער האט אפגעשמועסט מיט די פרוי . די וועלכע איז שוין 2 מאל געווארן אן אלמנה (כ'האב שוין פארגעסן איהר נאמען) און איהר יונגל האט געלערנט ביי עקיבא אין קלאס...! און ער איז געקומען צו די לאבי פון האטעל און ר'האט געווארט אויף איהר. נאך 2 מינוט האט זי זיך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען. און נאכדעים צוריקגעקומען. און זי האט אנגעהויבן דעם אינטערוויו נאכאמאל. הקיצור. נאך א שטיק צייט וואס ער האט נישט געהערט פון איהר, האט ער זיך גענימען דעם קוראזש און ער איז ארויפגעגאנגען צו די הויז וואו זי האט געוואוינט ביי איהרע עלטערן. איהר טאטע. א גוט אנגעזעצטער, צופידלטער איד האט איהם געקענט אלס דער רבי פון זיין אייניקל. און נישט אלס דער פאטענציאלער חתן פון זיין טאכטער. און ער האט געהאלטן אינמיטן זינגען זמירות. צוערשט האט ער איהם מכבד געווען מיט א גלעזל טיי. אבער ווען ער האטציך אינמיטן שמועס צופייערט און געזאגט מיט גרויס התלהבות אז ער האט ליעב זייער טאכטער און ער ווילל מיט איהר חתונה האבן, האט דער טאטע איהם געוואלט אנכאפן און ארויסווארפן. נאר ער האטציך גובר געווען אויף זיינע עמאשיאנס. און ער איז געווען דיפלאמאטיש. און ר'האט איהם געזאגט אז ער איז זיכער שטארק מיעד. און דערפאר זאלל ער גיין אהיים. און אויב ס'וועט עפעס זיין פון דעם שידוך וועט ער לאזן וויסן דעם שדכן. און נאר דורך דעם שדכן... א גוטע נאכט...!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 8:20 pm#411755
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
לכתחילה האב איך געמיינט אז די 'שבעים גרושות' איז נאר אזא... מליצה. איך האב מורא אז מען גייט נעבעך ערנסט אנקומען אהין, נאך מיט א שמיץ אריבער.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 8:51 pm#411759
הרב שקד, מיין הארץ טריפט פאר אייך. ס'איז ווינדערליך וי איר קענט נאך טרעפן די הומאר דא.
איך האב א שטיקל הערה.
פון די שמועסן וואס איר זענט מעתיק זעט אויס אז בעל פה איז אייך שווער די ערשטע באגעגנישן, אבער די תגובות וואס איר לייגט דא זענען מלא חן און הומאריסטיש.
איך ווייס נישט אויב איר זענט נייגעריג אין מיינע עצות, אבער מעגליך אז איר דארפט אביסל ארויסקוקן פון אייער קאמפארט זאון, צ. ב. ש. זיך צו טרעפן מיט א פרומע ליטווישע מיידל, אויב ס'איז שייך. אדער אפילו פרובירן זיך צו באקענען מיט פרויען וואס האבן א מער אפענע קאפ און זענען אויף סאציאלע מידיע, וואו איר וועט זיך מעגליך שפירן באקוועמער אנצוהייבן א פריינדשאפט.
בכל אופן, איר זענט אין מיינע מחשבות און תפילות און מיר אלע האפן בקרוב צו הערן א גוטע בשורה.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 9:18 pm#411760
געשיכטע ניין

ס'איז לעצטע יאר אלול, פונקט האט מיר איינער אנגעטראגן א מאדנע שידוך; א פרוי פון פלארידע, עפעס וואס איך האב מיך נישט געראכטן; אז סיי ס'דא געלט, און סיי יענער זוכט אזא איינעם ווי מיר.. האב איך זיך אנגעהויבן נאכפרעגן, און באקומען גאר גוטע אינפארמאציע.
אין יענע אלול טעג, איז געווען אין די נייעס וועגן דעם מעכטיגן 'אורמע-האריקעין' - וואס גייט באטרעפן פלארידע, האב איך געקלונגען יענע מדוברת, און געפרעגט וואס איז די מצב דארט; און זי קלערט צו קומען קיין ניו יארק.
אונז האבן זיך געטראפן, און נאך א לענגערע שפאציר אין א פארק, האט זי מיר אפען געזאגט; זי האט געמיינט אז איך בין רייך, אבער כדי צו זיין איר באשערטע דארף מען האבן כאטש מאה אלפים אין באנק.. און איך בין דאך נישט קיין ליגענער, אפילו איך וויל.. און כ'פארמאג נישט קיין איבריגע מטמונים – פאר איר גוטע ווילן.. ממילא; זי דארף מיך נישט.
אבער איך האב מיך נישט פארלוירן, און פראבירט צו פועל'ן - אפשר זאל מען זיך טרעפן נאכאמאל - פאר מ'מאכט אזא שנעלע החלטה; אבער זי האט נישט געוואלט..
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 9:57 pm#411762
פון א גאלד דיגגער איז בעסער צו שטיין ווייט עניוועי
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 11:06 pm#411763
שקד האט געשריבן:געשיכטעלע דריי

נו אז דו וועסט דיך אזויפיל וועהלען, וועסטו דאך קיינמאל נישט וועלן קיינעם, וועסטו בלייבן אליינס..
איז דאך דער שדכן גערעכט.. איך דארף אמאל פארקוקן אויף זאכן וואס זענען נישט 'אזוי' וויכטיג, און קוקן אויף וואס כ'שפיר אז כ'קען יא לעבן דערמיט.
און ער שרייעט נאך אויף מיר, אז ער טוט מיר א גאנצע טובה, ער בעט נישט קיין שדכנות געלט, נאר עפעס יוצא צוזיין, אבער כ'מוז מיך צושטעלן, און כאטש נישט זאגן ניין!
גוט – זאל איך עהם דעם שדכן – כ'וועל נישט זאגן ניין, אבער לאמיר זען ברענג מיר עפעס א אתרוג וואס זאל כאטש זיין א ברכה צו מאכן דערויף..
כ'האב עפעס פאר דיר.. קלונגט ער מיר אין אפאר טאג שפעטער.. און ער וויל כ'זאל מיך גרייט מאכן, ווייל זי איז א קלוגע, און וועט דיר אויספרעגן, זאלסטו ענטפערן נארמאל, מיט געדולדט, און חפץ השם בידינו יצליח, וועט עס פארן אויף גוטע וועגן..
ברוך השם.. היינט נאכט גיי איך טרעפן עפעס פאסיג.. און כ'טו מיר אן פאסיג, ווי פאר איינער וואס האט אפענע אויגן, און ווי דער שדכן רופט איר, א אפענע קאפ!
ביים שדכן אינדערהיים האט זי מיר אפגעווארט, איך קלאפ אויפן טיר, און שפרייז אריין מיט דרך ארץ, און מ'זעצט זיך..
איך האב געמיינט איך פאל אום.. אבער צום סוף האב איך זיך געכאפט אויף א בענקל און געכאפט דעם אטעם אין שאק! דאס איז א יופי.. א ראש פתוח.. איך בין נישט געווען זיכער צו מ'האט מיר געוואלט פארשטעלן די באבע פונעם כלה'ס זייט, אדער איז די מדוברת די יונגסטע און דאס איז די מחותנת'סטע.. דאס איז די מדוברת אליינס?..
אזא מיאוסע מויד האב איך זעלטן געזען.. איר באלעבוסטע קערפער לויפט כמעט אראפ פונעם בענקל, נאר ווייסט נישט וועלכע זייט.. און אויך איר שייטל מאכער האט איר פיין מסדר געווען.. אויב זי איז בכלל געווען ביי אזא איינעם..
די אויגן לויפן איר ווי א פארסאמטע מויז, און זי פראבירט צוזאמלייגן די צוויי הענט וואס גרייכן קוים צום טיש, און זי רעדט נישט קיין ווארט.. הייב איך אן בלית ברירה.
א גוט'ן אווענט! איך בין 33 יאר, און וויפיל זענט איר?..
עממ עמממ אאא גגגוט'ן נאכט.. אאאיך.. בין אאאאויך יעצט געווארן.. עמממ דדדריי און דדדרייסיג..
וואו ווי!!! ממש פאסיג.. כ'האב ביז'ן דאס הערן נישט געקענט כאפן ווי איז די 'אפענע קאפ' און זעלטענע אתרוג וואס ער האט פאר 'מיר'.. ממש פאסיג. אבער אז איך בין אזוי אלט ווי איר, יעצט כאפ איך ווי אונז זענען א זיווג משמים.. ממש ווי צוויי טויבעלעך..
די סעקונדען האבן זיך געריקט ווי שמיטה יארן.. און קוים איז אריבער צוואנציג מינוט, און כ'האב געמיינט איך פייגער.. אבער חסדי השם דער שדכן דער בעל חסד! וואס טוט עס לשם מצוה.. האט געהערט פון קיך, אז ס'עפעס שטיל.. האט ער אונז געזאגט, גענוג..
און כ'קום אהיים, און ווארף אראפ מיין שיינע סוט, און פארבייס מיר די ליפן מיט רוגזא.. אויב דאס איז וואס איז דאס בעסטע וואס איך באקום.. אם כן למה זה אנוכי?? פארוואס וויל איך בכלל נאך אויסהערן הצעות?
און כ'קען נישט טראכטן לאנג, ווייל די טעלעפאן קלונגט, און דער שדכן וויל הערן וואס איז מיין מיינונג אויף זיין 'ריווח' וואס ער האט אפירגעברעגט..
און כ'זאג עהם, אז ס'קוקט אויס גוט, נאר כ'דארף עס נאך איבערשלאפן..
זאגט מיר דער שדכן, ניין.. כ'גלייב דיר נישט..! דו האלטסט טאקע אז מ'קען גיין ווייטער? ווייל זי איז נאכנישט גרייט.
און כ'זאל אוודאי ווארטן ביים קארנער ווען זי וועט זיין גרייט.. ווייל דאס איז דאך מיינס..

נאך א מזל דו בעטסט נישט א בילד פון פאראויס, ווען יא וואלט מען נישט געהאט די געשיכטעלע.
קיפ איט אפ!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 11:10 pm#411764
ווען די הויקער איז דאס קלענסטע פראבלעם..
שקד האט געשריבן:געשיכטעלע זעקס

ביז ווי ווייט וואלט איר געגאנגן פאר א שידוך?
וואס הייסט.. ביז אוסטראליע.. כ'מיין נישט וואוינען, אבער צו נעמען א פרוי? עני פלאץ.
אקעי, איך האב גראדע איינעם, פון ירושלים, זייער א ערליכע און מצליח'דיגע, נאר איז פשוט אריינגעפאלן מיט א מאן.
כ'מעג אפשר וויסן, ווער איז דער מאן?
אה.. כ'האב נישט געפרעגט..
נו, כ'וויל דאך וויסן אביסל מער פרטים.
זאג איך דאך דיר.. זי איז פון ארץ ישראל, און האט איין קינד, און אויך איז זי גרייט צו וואוינען אין ניו יארק, און..
יא? זי איז גרייט צו וואוינען אין ניו יארק? און כ'וויל וויסן צו ס'שוין מסודר די 'קינדער געלט' אויב איר עקס דארף געבן, און וואס ווען ווי.
נישט געזארגט, זיי פארזיכערן מיר אז אלעס איז מסודר.
כ'מעג אפשר וויסן, די עלטער, די מצב הבריאות, די סייז וואג און משפחה ארום..
דאס אלעס קענט איר דאך רעדן ביים זיך טרעפן..
אפשר קען מען רעדן אויפ'ן טעלעפאן קודם?
אפשר, נישט זיכער, ווייל ס'גייט דארט אנדערש ווי אין ניו יארק, מ'רעדט נישט פאר'ן זיך טרעפן..
[איך טראכט נישט צוויי מאל, און נעם א ברכה פון א גוטע יוד, און באשטעל א טיקעט, מ'פארט אל ארץ הקודש]
מ'טרעפט זיך אין א לאטישער הויז, ווען זי זעצט זיך אראפ – זע איך שוין אז זי איז געזונט.. א געזונטע הויקער פון דא ביז תרשיש.. און זי איז מקפיד נישט צו קוקן אויף מענער.. נו רעדט איך צו די וואנט!
ווי אלט זענט איר – אויב כ'מעג פרעגן..
מיר זענען זיבן און דרייסיג..
מ'זעט אויף מיר אז כ'בין היינט אנגעקומען פון חוץ לארץ?
{זי בליק ארויס פון איר הויקער.. און מאכט א גרימאסע פנים, ווי איינער וואס איז געצווינגן לדבר עבירה..}
איר זענט היינט געקומען טאקע מיט'ן פליגער?
יא, איך וואוין דאך אין חוץ לארץ..
איך וויל נישט דארט וואוינען..
דער שדכן האט דאך געזאגט אז מ'איז מסכים..
אזוי זאגן מיינע עלטערן, אבער איך וויל נישט..
גוט, מ'וועט דערפון רעדן שפעטער, אבער מיט'ן גיין א פלאכע הוט זענט איר מסכים?
נישט זיכער!
וואס זענט איר יא מסכים?
מיינע עלטערן זאגן, אז איר האט געזאגט אז איר וועט זיך צושטעלן וואס מיר וועלן בעטן..
{ס'שוין איבריג די המשך.. ווייל כ'האב שוין נישט געוואוסט וועלכע נאך שקרים ליגן דא.. און בכלל מיט א הויקער לאז איך דעם שדכן זיך מחתן זיין..}
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 11:50 pm#411766
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
זיסקייט פון אן אשכול!

עס איז צום האפן אז בקרוב וועט אפירקומען מרת @שקדה און עפענען אן אשכול 'גרושה אחת בין שבעים אלמונים'. אפשר וועט גאר איין מעשה פון איר זיין די זעלבע ווי איינס פון דיינע נאר דורך אירע ברילן...
פרייטאג אוגוסט 24, 2018 11:47 am#411778
געשיכטע צען

ס'דא א ווייבל, זייער א פיינע וואוילע קלוגע געלונגענע באלעבוסטע, מיט איין קינד אדער צוויי.. זי וואוינט אין בארא פארק, און זוכט א היימישע זאך, וואלסטו מסכים געווען?
יא, לאמיר הערן א נאמען, עלטער, השקפה, וכדומה.
כ'געב דיר פיר נומערן, וועמען קענסט פרעגן אינפארמאציע, און זאג מיר אויב ביסט אינטערעסירט.
[איך האב געקלונגען, נישט נאר די פיר נומערן, נאר צוואנציג נומערן, און נאך אסאך געפרעגט פון מענטשן וואס קענען האבן א אנונג פון וועמען מ'רעדט דא. אבער קיינער ווייסט נישט פון אזא פרוי, און די פיר נומערן וואס יענער האט מיר געגעבן זענען אויך מענטשן וואס האבן 'געהערט' פון אזא נאמען..]
העלא שדכן?..
האסט דיך נאכגעפרעגט?
אוודאי, אבער קיינער ווייסט נישט פערזענליך ווער דאס איז.. און די נומערן וואס האסט מיר געגעבן, ווייסן פונקט דאס וואס דו זאגסט, אז זי זוכט א היימישע, פון בארא פארק, זי האט עפעס איינס קען זיין צוויי קינדער..
גוט, כ'וועל פראבירן דערגיין מער אינפארמאציע פאר דיר.
{ס'שוין אריבער א האלבע יאר.. ער פראבירט מסתמא נאך צו דערגיין.. ווייל כ'האב נאכנישט געהערט פון עהם ביז יעצט..}
פרייטאג אוגוסט 24, 2018 11:54 am#411779
געשיכטע עלעף

איך באקום א אימעיל, פון א היבש גרויסע שדכנ'טע אין קראוינהייטס, וואס טראגט מיר אן א גרושה מיט דריי קינדער.. און כ'וויל באמת הערן גענוג פרטים, און זען א בילד, ווייל כ'האב דאך שוין גענוג ערפארונג מיט די אנטראגערס, און אנגעטראגענע, אויב כ'זאל זיך לאזן טראגן, אדער זיך באצייטנס אפטראגן..
אלע אינפארמאציע שטימט א מחי', זי איז אפילו גרייט צו קומען וואוינען אין ווילי, און אפילו אין מאנראו, און אפילו אין מאנסי; נאר מ'האט איר נאכנישט געזאגט מיין נאמען.. חחח
נו? פרעגט'ס איר קודם, אויב זי וויל בכלל הערן וועגן מיר?..
אבער טאמער זי וויל, וואלט איר אויך געוואלט?
שוין חתונה האבן? ניין! קודם הערן וואס זי זאגט, און לכאורה זיך נאכדעם טרעפן איינמאל, און עס איבערקלערן..
[ס'גייט נישט אויס קיין צוויי שעה, און כ'באקום א צווייטע אימעיל; איי עם סאו סאו סארי.. זי האט שוין חתונה געהאט..]
גראדע, אזא מעשה האב איך שוין געהאט עטליכע מאל..
פרייטאג אוגוסט 24, 2018 4:15 pm#411798
שקד: אין אנבליק פון דיינע ביטער-זיסע טראגישע סיפורי מעשיות וואס דו דערציילסט דא פאר'ן עולם, האביך מיך דערמאנט א מעשה נורא וואס ווערט דערציילט פון שמחה פלאכטע. אדער איז די מעשה געשעהן מיט איהם אליינס, אדער דערציילט ער וואס ער האט געהערט אז ס'איז געשעהן צו זיין חבר...!

ער איז שוין געווען א "בחור אין די יארן"... ויהי היום, און א וועלט בארימטער שדכן טראגט איהם אן א וואונדערליכן שידוך. די מדוברת איז א ביסל אן עלטער מיידל, אבער זי האט אלע מעלות, און זי איז נאך דערצו א יפת תואר. דער בחור האט מיט אומגעדולדיגקייט אויסגעהערט דעם שידוך אנטראג, און ער האט שוין געווארט אויף דעם גליקליכן טאג וואס ער גייט זיך טרעפן מיט די גליקליכע, געלונגענע מדוברת. ער האט שוין געחלומ'ט פון דעם גרויסן נדן וואס ער גייט דא אריינהייבן.

שוין. מ'האט אפגעשמועסט א צייט און פלאץ וואו די גליקליכע פאר'ל גייען זיך טרעפן. דער בחור קומט אריין. און נאך פאר די כלה האט אויפגעמאכט א מויל האט ער שיעור אוועקגע'חלש'ט. זי איז געווען בערך אזא געשטעל ווי די כלה אין דיין צווייטע מעשה'לע. איהר ברייטער גוף האט אראפגעהאנגען פון די ביידע זייטן פונ'ם (ספעציעלן) בענקל. ער האט געזאגט א גוטן טאג, כדי שלא לבייש. דעמאלס האט די כלה אויפגעמאכט א מויל, מיט אזעלכע גרילצנדיגע קולות אז ער איז שיעור טויב געווארן. נאך 5 מינוט פון שווייגן באדישתא האט זיך דער בחור אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען...

ער האט אנגערופן דעם שדכן מיט שטארקע טענות... הזאת נעמי...?! אזא סחורה טראגסטו מיר אן...?! דו ביסט דאך א גרויסער שקרן. דו האסט געזאגט אז די כלה איז א יפת תואר...!!! ענטפערט דער שדכן...איך האב דיר נישט געזאגט קיין ליגנט....זי איז טאקע א יעפאס טויער...זי איז ברייט ווי א פאס... און זי האט א פיסק ווי א טויער...!
פרייטאג אוגוסט 24, 2018 7:43 pm#411805
ר' שקד, ס'קוקט אויס אז ד'ביסט אריינגעפאלן מיט א שדכן ווי מוישה פיפיק.

מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 4:32 pm#411806
berlbalaguleh האט געשריבן:שקד: אין אנבליק פון דיינע ביטער-זיסע טראגישע סיפורי מעשיות וואס דו דערציילסט דא פאר'ן עולם, האביך מיך דערמאנט א מעשה נורא וואס ווערט דערציילט פון שמחה פלאכטע. אדער איז די מעשה געשעהן מיט איהם אליינס, אדער דערציילט ער וואס ער האט געהערט אז ס'איז געשעהן צו זיין חבר...!

ער איז שוין געווען א "בחור אין די יארן"... ויהי היום, און א וועלט בארימטער שדכן טראגט איהם אן א וואונדערליכן שידוך. די מדוברת איז א ביסל אן עלטער מיידל, אבער זי האט אלע מעלות, און זי איז נאך דערצו א יפת תואר. דער בחור האט מיט אומגעדולדיגקייט אויסגעהערט דעם שידוך אנטראג, און ער האט שוין געווארט אויף דעם גליקליכן טאג וואס ער גייט זיך טרעפן מיט די גליקליכע, געלונגענע מדוברת. ער האט שוין געחלומ'ט פון דעם גרויסן נדן וואס ער גייט דא אריינהייבן.

שוין. מ'האט אפגעשמועסט א צייט און פלאץ וואו די גליקליכע פאר'ל גייען זיך טרעפן. דער בחור קומט אריין. און נאך פאר די כלה האט אויפגעמאכט א מויל האט ער שיעור אוועקגע'חלש'ט. זי איז געווען בערך אזא געשטעל ווי די כלה אין דיין צווייטע מעשה'לע. איהר ברייטער גוף האט אראפגעהאנגען פון די ביידע זייטן פונ'ם (ספעציעלן) בענקל. ער האט געזאגט א גוטן טאג, כדי שלא לבייש. דעמאלס האט די כלה אויפגעמאכט א מויל, מיט אזעלכע גרילצנדיגע קולות אז ער איז שיעור טויב געווארן. נאך 5 מינוט פון שווייגן באדישתא האט זיך דער בחור אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען...

ער האט אנגערופן דעם שדכן מיט שטארקע טענות... הזאת נעמי...?! אזא סחורה טראגסטו מיר אן...?! דו ביסט דאך א גרויסער שקרן. דו האסט געזאגט אז די כלה איז א יפת תואר...!!! ענטפערט דער שדכן...איך האב דיר נישט געזאגט קיין ליגנט....זי איז טאקע א יעפאס טויער...זי איז ברייט ווי א פאס... און זי האט א פיסק ווי א טויער...!

גראב ווי א פאס און ברייט ווי א טויער. כך שמעתי.
מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 10:16 pm#411809
געשיכטע צוועלעף

שרייבט אייך איין אינעם 'נייעם' בלאג, א אויפטו פונעם 'עם גומלי חסדים'.. וואס שטעלן צו א וועסזייטל פאר 'בחינם' ממש כמעט.. איר דארפט נאר צאלן פאר 'אפגרעיטן' און קענען ענטפערן מעסעדזשעס און הצעות, אבער אזוי איז עס פרי פאר אלל..
נו הכלל, לאמיר זען ווער זענען די קאנדידאטן פאר א יונגערמאן א פרייליכער און וואוילער? באקום איך שוין א אימעיל – באלד ביים זיך איינשרייבן, און דערצו גייט אריין בחינם! אינעם ליסטע וואס שיקט ארויס יעדן וועטער טויש – אקציעס און מגבית'ן פאר אלמנות און ארעסטירטע.. גליקליכע געוואונער און קערעסטירער פארער..
ווי וועל איך ארויסזייען פון דעם אלעם א 'אחד מאלף מצאתי'??
שטייען א רייע נשים צדקניות, וואס האבן איין ציל, אויספרעגן די מענער קאנדידאטן זייער תשוקות אין לעבן, און זיי שטעלן אויפ'ן אויספראגע צימבל, און זיי דערנאך אנוואונטשן באבסקע ברכות.. בקרוב ממש ממש..
און אז ס'פאלט אריין איינע וואס האט אייך געפלירטעט, איז עס אדער א טעות, אדער א גראביאנקע מיט פולע יארן, אדער גאר דארע בלאסע אילוסטרירטע בילד.. וואס קוקט אויס א בחור'ל האט זיך דערין געקליידעט – זיצנדיג פאר הכנות און לאנווייליג פראבירט זיין א נקיבה פאר א שינוי..
נו, ווי נעמט מען א אשת חיל מי ימצא? ווי זענען זיי די הבטחות פון די הונדערטע 'נייע' נוצלאזע זייטלעך, וואס בעטן נישט קיין געלט.. און טוען נאר טובות, און פּאָרן צוזאם הודו מיט כוש, אבער קיין זאכליכע היימישע אישה ואיש, נישט!
מוצ"ש אוגוסט 25, 2018 10:31 pm#411810
שקד: זיי קענען צוזאמפארן א בלינדן מיט א הינקעדיגע, הויקער'טע...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה...אמאל האבן 2 אלטע חברים זיך געטראפן. איינער איז געווען א הינקעדיגער. און דער צווייטער בלינד. פרעגט דער בלינדער ביי זיין הינקעדיגן חבר..."וויאזוי גייט עס"?...ענטפערט דער חבר..."אזוי ווי דו זעהסט"...!
זונטאג אוגוסט 26, 2018 4:33 pm#411864
געשיכטע דרייצן

ווי אלט ביסטו?
33
ווילאנג ביסטו שוין אליינס?
פיר יאר
פארוואס רעדסטו נישט מיט שדכנים?
אוודאי רעדט איך.. וואס מיינסטו? איך רעדט נישט מיט קיינעם דערוועגן??
נו וואס זאגן זיי?
וואס זאגסטו?.. דו ווייסט נישט עפעס??
איך האלט זאלסט אליינס אנקלינגן מענטשן, למשל האסט א נאמען פון א גרושה, קלינג אן א קרוב..
ס'פאסט נישט.. אדרבה! געב דו מיר א הצעה, וועמער צוזאמען ארבעטן. ביסט דאך מיר א גוטע חבר, קלונג דו און איך וועל דיר געבן אלע מיינע פרטים.
[מ'נעמט דעם טרייבל און מ'הייבט אן דרוקן נומערן פון א ליסטע..]
מרת.. פון טאראנטא, די נומער איז... גוט ס'קלונגט...
העלא.. א יונגערמאן 35 מיט צוויי קינדער, ער הייסט.. און איז פון ניו יארק, און זוכט..
[די אנדערע זייט טרייבל] 'כ'האב שוין געהערט דעם נאמען.. נישט אינטערעסאנט פאר מיר'.. הצלחה.
געבט מיר די נעקסטע נומער..
מרת.. פון לעיקוואוד מיט איין קינד, זי איז איין יאר עלטער פון דיר..
גוט! געב א קלונג די נומער איז.. ס'קלונגט!
העלא.. א פיינע יונגערמאן א סינגל וואס זוכט.. ער הייסט.. ער איז מסכים צו וואוינען אין לעיקוואוד..
[די אנדערע זייט טרייבל] פון וועלכע קרייז..?
ער איז פון.. און דאווענט ביי... אין בארא פארק.
[די אנדערע זייט טרייבל] כ'וויל נישט פון דעם קרייז... הצלחה.
אוי.. געב מיר דעם דריטן נומער.. מרת.. פון?
ס'איז א אייראפעישע נומער, כ'מיין פון וויען אדער בעלגיע.. אה! ס'קלונגט..
יא.. איך האב דא א חבר וואס זוכט א שידוך, ער איז 33 פון בארא פארק, ער האט און איז איז.. און איז מסכים..
[די אנדערע זייט טרייבל] 'כ'וויל נישט קיין שידוך פון איבער'ן ים.. ביי!
כ'פארשטיי נישט וויאזוי דו ווערסט נישט נמאס?..
כ'האלט שוין נאכדעם.. חח און כ'זוך שוין נאכאמאל..
זונטאג אוגוסט 26, 2018 8:23 pm#411873
שקד: דו דארפסט געדענקען אז מיט א יעדן שידוך וואס מ'זאגט אפ אדער איז נישט פאסענד פאר דיר, קומסטו מיט איינס נענעטער צו דעם זיווג הגון. אזוי האבן צדיקים געזאגט. מ'דערציילט אויפ'ן צאנדער רב זצוק"ל, אז ער האט באצאלט עפעס געלט פאר א יעדן שדכן וואס האט אנגעטראגן א שידוך. אפילו ס'איז נישט געווארן. ווייל ער הט געטענה'ט אז א יעדער שד'כן ברענגט עס צו נענטער צו דעם ריכטיגן זיווג...!
מאנטאג אוגוסט 27, 2018 1:33 am#411890
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
berlbalaguleh האט געשריבן:שקד: דו דארפסט געדענקען אז מיט א יעדן שידוך וואס מ'זאגט אפ אדער איז נישט פאסענד פאר דיר, קומסטו מיט איינס נענעטער צו דעם זיווג הגון. אזוי האבן צדיקים געזאגט. מ'דערציילט אויפ'ן צאנדער רב זצוק"ל, אז ער האט באצאלט עפעס געלט פאר א יעדן שדכן וואס האט אנגעטראגן א שידוך. אפילו ס'איז נישט געווארן. ווייל ער הט געטענה'ט אז א יעדער שד'כן ברענגט עס צו נענטער צו דעם ריכטיגן זיווג...!
געווען עפעס א קבצן וואס האט געוואלט מאכן אפאר גראשן פלעג ער יעדע וואך קומען מיט א פרישע הצעה... שטייצעך די סחורה זענען געווען איינס בעסער פונעם אנדערן... ביז איין וואך איז ער אנגעקומען צו ממש דעם ארגסטן בן ארגסטן און האט דאס אנגעטראגן פארן צאנזער, האט אים דער צאנזער געזאגט 'קענסט מיר בעטן א נדבה כ'וועל גערן גיבן, אבער פארוואס ברויכסטו מיר אזוי מבייש זיין?!'...
מאנטאג אוגוסט 27, 2018 2:11 pm#411913
געשיכטע פערצן

האלו! ביסטו ר'...? יא! א סינגל.. יא! אלט 34.. יא! און דו זוכסט וואס??
כ'האב נישט פיינט וואס איר האט ליב.. חח
אבער איר ווילט דווקא חסידיש? אדער ליטוויש צו מאדערן איז אויך גוט?..
הערט אויס, איך בין דאך פונעם חסידישן חדר, און כ'בין דאך מער 'אויפענד מיינדעט', ממילא, אויב זי וועט וועלן מיט מיר ארויסגיין אויף א פגישה, וועל איך זיך צופאסן, און זען צו ס'קען שטימען.. אבער האסטו עפעס מציע צוזיין?..
אוודאי!!! אוודאי!!! כ'בין דאך שוין א שדכן לאנגע יארן.. כ'האב שוין אויסגעפירט אן א שיעור שידוכים.. נאר דו דארפסט וויסן, אז דו דארפסט דיך צושטעלן.. וועט עס גיין גרינג..
אוודאי.. גרינג.. חח איך פראביר דאך זיך צוצושטעלן, איך בין גרייט צו אייער באפעל.. וואס דארף איך טון פונקטליך..
נישט זיין וועלעריש.. און זיך אהערשטעלן נארמאל, און אויפהייבן ווען איך קלונג..
יא יא יא.. איך וועל זיך צושטעלן, איך זאלט מיר נאר רופן..
איך וועל.. און איך האב הונדערטע גרושות אויפ'ן ליסטע, דאנט ווארי.. דער אייבירשטער האט איך נישט פארגעסן, און איך אויך נישט..
[אזויפיל מאמין בין איך אז דער אייבירשטער האט מיר נישט פארגעסן.. אבער פארוואס יענער 'לאנגע יארן' שדכן האט מיר נישט צוריקגערופן שוין באלד זיבן חדשים.. ווייס איך שוין נישט וואס צו טראכטן צו גלייבן..]