Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)

"ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12597
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 6:23 pm#413443
"ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)
איך האב געשריבן דעם - היבש שארפן - ארטיקל איבערן מענדעליסטישער שוואנצונעס פרשה, מיט די היסטאריע דערינטער.

ס'איז בעצם געשריבן געווארן פיל שארפער, און כ'האב געבעטן ידידי הג"ר ATUB @ראובן ATUB המעורר שליט"א אביסל צו צענזורירן די שפראך, נישט ווייל דער מרכז'ער פארדינט עטוואס כבוד, נאר פאר די לייענער'ס כבוד.

אלעס וואס איך האב געשריבן האב איך זעלבסט בייגעוואוינט אדער געליינט פון זייערע אייגענע קונטרסים. און כ'שפיר פאר וויכטיג אנצומערקן אז איך בין נישט קיין וויזניצער חסיד בכלל, פון קיין שום רבי וגזע למיניהם.


אויב די לייענער האבן עפעס וואס צוצולייגן צום שמועס, אדער זיי ווייסן נאך סיפורי צדיקים פון די נאענט, אדער זיי האלטן גאר אז עס איז נישט אזוי מסוכנ'דיג ווי איך האב עס אפגעמאלן, איז מען מער ווי וועלקאם צו שרייבן הערות והארות כדרכה של אינטעלעקטואל.
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:58 pm#413446
Re: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער
האסט ארויס געברענגט א ריזיגע נקודה. היינטיגע צייטען, גייט עס קיינעם נישט אן וואס א צווייטע טוט. אין די חסידות קען מען פארברענען מענטשען, א צווייטע קען פרעדיגען הבל וריק וועגען דיפס און הויכע שטריימלעך, נאך איינער שלעפט זיין קאנקורענץ אין ערכאות און גאר א פיפטע פאדערט אז מ׳זאל זיך בוקען צו זיין בילד, ואין פוצה פה ומצפצף.

יא, פאר סמארטפאונ׳ס זענען מיר אלע אינאיינעם אחראי, אבער פאר די זאכען איז שא שטיל. מ׳לאזט יעדעם טון ככל העולה על רוחו.

איינער האט עפעס א לעזונג?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:44 pm#413449
Re: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער
שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, ס'האט מיר געקאסט א פנים שוחקות ביים ליינען דעם פאראגראף וואס דעפינירט דעם שוואנץ. איר הויפט אויפגאבע איז צו ריקן זיך אין א זייט ווען ס'בהמה איז מטיל גללים...

מיר איז משמע אז ס'גאנצע שוואנצאנעס אויפרייס איז בלויז אן הקדמה צו עפעס סאך ערגער וואס גייט אפירקומען אינעם צוקומפט, אדער וואס ליגט באהאלטן און איז אין סכנה פון ארויסרינען צום פובליק מיט אלע קאלירן. דאס איז איינמאל זיכער אז דאס קומט מצדו פון א שטארקע אומזיכערקייט און שוואכקייט וואס שפייעט ארויס דעם התנהגות אין א פרואוו צו פילן שטארק.

עס בלייבט איבער פאר 'צייט' צו דערציילן דאס אומדערציילטע.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:10 pm#414195
דער ארטיקל פארענדיגט זיך מיטן פאלגענדן ציטאט:
"מאכט זיכער איר זאלט קענען זאגן מיט א ריינעם געוויסן: ולא תוכלו לומר ידינו לא שפכו את הדם הזה".

עס איז א טעות הדפוס, וויבאלד איך האב פארענדיגט מיט די ווערטער אז אויב די רבנים וועלן גארנישט טון דערצו און שפעטער וועלן ארויסקומען שוידערליכע מעשיות פונעם קולט, דאן "לא תוכלו לומר ידינו לא שפכו את הדם הזה". ראובן שיחי' האט געוואלט אביסל אויסאיידעלן דעם לשון און האט געשריבן בלשון חיובי: "מאכט זיכער איר זאלט קענען זאגן מיט א ריינעם געוויסן ידינו לא שפכו את הדם הזה", אבער האט פארגעסן ארויסצונעמען די ווערטער "ולא תוכלו לומר"...
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:04 pm#414205
ייש"כ רבי יהודה
איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון די קלארע דאקומענטאציע ווי אזוי ס'איז געגאנגען מן הקל אל הכבד, סאיז א באווייז ווי זאכן דערקייקלען זיך שנעלער ווי געראכטן, ודוק. א גרויסן שכח.
איך בין אבער נישט געווען אזוי צופרידן פון אייערע באשולדיגונגן קעגען די קהילה און ווער רעדט נאך קעגן אנדערע רבנים, כ'מיין וואס ברויך יעצט סאטמארע רבי טון, זיך אויפשטעלן האלטען א דרשה קעגן מענדעלע וויזניצער? וועט עס דען אפילו אויפטון? א געוונליכע מענטש גייט סייווי נישט אהינגיין און זיינע חסידים גייען זיך נישט דערשרעקן אז אהרן טייטלבוים רעדט קעגן מענדעלע וויזשניצער, ער האט שוין גערעדט קעגן אסאך גרעסערע רביס און סהאט זיי גארנישט געשאדט.
איז וואס יא? דא דארף מען זאגן וואס דער רבי זי"ע פלעגט זאגן, פארוואס זאג איך דאס אייך? כדי איר זאלט וויסען. והיה כי יבא יום מ'וועט זיך ברעכען קאפ וואס האט דא פאסירט מיט א עדה אידען, זאל מען וויסען אז ס'איז געווען א אנהויב און א מיטן און ס'איז נישט סתם פון זיך אליין צושטאנד געקומען
בכל אופן, א גרויסן שכח.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 4:37 pm#414216
גדליה איך פארשטיי אז אנדערע רבי'ס קענען נישט מוחה זיין, אבער כאטש אים נישט געבען כבוד וכו'
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 5:50 pm#414218
מען קען מוחה זיין פאר די זעלבע סיבה ווי די אנדערע פירצות, אראפצונעמען דעם חרון אף, טון נישט אויפטון אדער וואטעווער יו קאל איט. אבער ערנסט גערעדט איז פשוט אז מיט דרוק פון דעם עסטעבלישמענט וועט דער אדמו"ר זיך ברעכן, ער איז נישט העלבראנץ און ער דארף צוקומען צו די עסטעבלישמענט.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 5:54 pm#414219
פארוואס זאל דעם העליגן נישט עמטליך אריין שטעלן אין ח'? א מענטש שטעלט זיך אויף און זאגט פאר זיינע עגלים וסיחים דינט מיך, בוקטס ענק צו מיר! וואס איז דער דאזיגער אנדערש ווי אונזער געקרייצטער יעזעס?
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:35 pm#414225
איך בין מיט גדליה און אפילו מער פון דעם. מרחק זיין ר' מענדלע און זיינע חסידים וועט גארנישט העלפן נאר עס וועט זיי מער אייסילעיטן. ווער וועט בענעפיטירן פון דעם? די חסידים? זייערע קינדער? עס איז זייער א נארישע שריט. ווען מען וואלט נישט אזוי באזייטיגט און גערודפט קהלת לב טהור וואלטן זיי נאך היינט געווען אין א נארמאלע יישוב מיט רעלאטיוו נארמאלע דזשאבס און מעגליך אז די גאנצע קהלה וואלט צופאלן ביי די פטירה פון העלבראנץ. ווער בענעפיטירט פון דעם אז זיי זענען היינט אין גוואטעמאלא און מעקסיקא? כך נראה לענ"ד און איך האלט אז דאס איז די חשבן פון די רביס ורבנים וואס זענען זיינע שכנים און קרובים. דאס נישט באהאקן מענדלע קומט מיט א גוטע חשבן.

איך האב זייער הנאה געהאט פון די ארטיקל, עס איז געווען זייער שיין און מסודרדיג אראפגעלייגט, אבער דיין מסקנות זענען ראנג.


.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:40 pm#414227
ביסט כשר גערעכט. ר' אהרן טייטעלבוים איז זייער מקפיד נישט צו רעדן נאר ווען איינער קימערט זיך פאר זיין מיינונג. ממילא האט מען געטראפען דעם 'עצם רעיון' פון עפעס ווי ער/זי וויינט און קלאגט די יארן, ווייל א קינות האט פאסירט קעגן אים/איר. ווען עס טוט נישט אויף וואלט ער דאך נישט גערעדט.......

וויצען אין דער זייט, דאס אליינס אז עס איז נישט דא קיינער אין די היינטיגע וועלט וואס איז גענוג ריין אדער אויסגעהאלטען צו קענען פארדאמען דער ערשיינונג, איז די פראבלעם. ווען די מנהיגים זענען אדער געלט און מאכט יאגערס, אדער שעפסעלעך אין די הענט פון גראבע בעלי בתים, אדער וואוילע תהלים אידען מיט בעלעגלה שכל, אדער אלע דריי אינאיינעם, זענען מיר אלע טיף אין (ווארט רעדאקטעד דורך ר' מ. פ. ש. פון לעיקוואד, מלפנים ווסמב"ג).
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:29 pm#414284
זייער א שיינער ארטיקל.


כ'בין אויך מסכים צו ATUB @חתם סופר ATUB , אז הגם מוחה זיין קען מעגליך בעקפייערן און נאכמער פארמאכן די מענדעליסטן און גאר שנעלער פארוואנדלען אין א קולט, דאך וואלט מען געדארפט נוצן אביסל שכל אים נישט צו געבן קיין שום לעגיטימאציע.

דאס אז אדמורי"ם גייען אים באזוכן, בילדער אויסגאבעס לייגן אים אריין, א.א.וו. איז א חורבן און אויך א חוצפה.


גלייכצייטיג איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז דאס וואס ATUB @הוגה ATUB איז חושש אז אויב מ'וועט אים בא'שגצ'ן וועט עס גאר ערגער מאכן די קולטישקייט פון מרכז, קען טאקע זיין אמת פון א פראקטישע זייט, אבער דאס איז געוויס נישט די סיבה פארוואס אונזערע קול קורא שרייבער זענען נישט ארויס קעגן אים. זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט דעם חשבון פון הומאניזם אין זייער לעבן, אזויווי מאשקאוויטש האט געשריבן אין זיין ארטיקל.

סך הכל, ווען הוגה וואלט געווען א רבנישער אויטאריטעט, וואלטן מיר געהאט צום ערשטן מאל דעם ערשטן רב וואס וואלט נישט ארויסגעקומען קעגן זיי, צוליב "זייער וואוילזיין" אנשטאט צוליב "זיין וואוילזיין".
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:34 pm#414286
אני מוחה, אני מוחה, אני מוחה.

ובאתי עה"ח.

שוין ביסט צופרידען הרב מאשקאוויטש? הרב לאווי איז מוחה.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:36 pm#414287
.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:26 pm#414293
לעיקוואד האט געשריבן:אני מוחה, אני מוחה, אני מוחה.

ובאתי עה"ח.

שוין ביסט צופרידען הרב מאשקאוויטש? הרב לאווי איז מוחה.


נישט גענוג דא אויף ק"ש.

דארפסט ניצען די זעלבע platforms פון ווי די ביסט משפיע דיין יפוצו מעינותך חוצה.

נישט אזוי שטייט "מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו"?

ס'דארף זיין מתוך די איצטלא דרבנן ונושאי כליו המרובים...

You can't get away so easy...
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:29 pm#414294
איך זעה נישט ווי מ'זאל אים אפגעבען כבוד, די בילדער אויסגאבעס דרוקן פון סיי וועמען וואס צאלט, און איך זעה נישט די רבנים זאלען אים עפעס מכבד זיין,
אגב ווען די שוואנצונעס מערכה האט אויסגעבראכען האב איך דעמאלט גערעדט מיט א חשובע רב און ער האט מיך מסביר געווען בערך די זעלבע ווערטער וואס הוגה זאגט, אז אויב מוועט דערקלערען קריג מיט מענדעלע וועט מען נאר ערגער מאכען.
אמאליגע צייטען האבען רבנים געהאקט און געשימפט פרעזענליך קעגען אנדערע רבנים, און מיר דארפען דאנקבאר זיין אז די צייטען האבען זיך געענדיגט
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:37 pm#414298
א טייל רבנים/רעביס איז ווי הוגה און גדליה, און די אנדערע טייל טראכט מתי יגיעו מעשי..
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:12 pm#414304
און וואס טראכט איר? :lol:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:41 pm#414310
און א גרויס טייל איז פשוט צומישט און פארלוירן נישט וויסנדיג וואס צו טאן, היות זיי האבן נאך קיימאל נישט געמאכט קיין ערנסטע החלטה אין לעבן אן זיך פארזיכערן פון פריער אז עס וועט זיי נישט בארירן קיין שפיץ נאגל, אדער וועלן זיי עכ"פ האבן גענוג אונטערשטיצע אין פאל פון נויט, ארויסצוטרעטן איינער אליין קעגן דעם אנגענומענעם דעת העסקנים והשוויצערס ומלחכי פינכא וואס רוקן אריין גרויסע מתנות אין די שיפע טאשן האבן זיי זיך נאך קיינמאל נישט געטרויעט נאר אזעלכע מאדנע טיפן ווי ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' יחזקאל רוטה. די רבנים זענען אזוי מין אפגעטיילט פון דעם עולם אז עס גלויבט זיך נישט.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:48 pm#414311
אפשר זענען זיי פינקט אזוי צעמישט ווי יעדען איינעם?
אז איר טרעפט מארגען אן א מענדעליסט אין גאס וואלט איר דען געוואוסט ווי אזוי צו רעדען צו אים וועגען די נושא?
וואס דרייט מען דא א קאפ.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:28 pm#414321
די רבנים זענען הונדערט פראצענט גערעכט!
זיי ווייסן דאך דעם אמת אז קיינער הערט זיי נישט אויס, סאו פארוואס סתם דערלייגן שיינער בילדער אינעם צייטונג?..
פרייטאג אקטאבער 12, 2018 5:36 am#414362
מצד אחד, האבען די מחאות אויף לב טהור דערווייטערט די קהלה פון נארמאלקייט. מצד שני אבער, האט מען געראטעוועט נייע מענטשען פון זיך צושטעלן. ווען ער בלייבט אין מאנסי, וואלטען פיל מער נארמאלערע מענטשן זיך צוגעשטעלט צו אים.
ביי וויזניץ איז עס נישט אזוי, ווייל זיי זוכען נישט קיין נייע מענטשן, אבער מ'דארף פארט נעמען די גאנצע זאך אין באטראכט.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:52 am#415446
ווי ווייט איך האב געהערט איז איהם די לעבן אסאך שווערער געווארן זייט די שוואנצאניס געשעפט, זיין פאָנדינג איז אסאך אראפ, און אנדערע האבן זיך אפגעשאקלט אין גרויסן, אוודאי וועט עסטאבלישמענט מערכות נישט קענען גענצליך פארמאכן אלע זיינע אפעראציעס אבער ס'וואלט געגעבן שטארקע לעגיטימאציע פאר מער מענטשן און שיינע אידן איהם איבערצולאזן. וואו נישט וואו איז ער טאקע דער הייליגער רבי אבער א רבי אן חסידים איז אויך גארנישט ווערד..... און וויפיל מ'קען נאך ארויסשלעפן פון דארט איז פארט וויכטיקער ווי די פאר וואס וואלטן סייווי געבליבן...
זונטאג אקטאבער 28, 2018 7:42 pm#415513
יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:ס'איז בעצם געשריבן געווארן פיל שארפער, און כ'האב געבעטן ידידי הג"ר @ראובן המעורר שליט"א אביסל צו צענזורירן די שפראך, נישט ווייל דער מרכז'ער פארדינט עטוואס כבוד, נאר פאר די לייענער'ס כבוד.

אויב מעגליך ארויפצולייגן דא די שארפער ווערסיע וואלט איך און אסאך אנדערע דא מן הסתם שטארק הנאה געהאט עס צו זעהן ......
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:46 pm#419835
וויזניץ, חב"ד, ברסלב, צדיק'יזם
איך האב ערשט לעצטנס, פארשפעטיקטערהייט, געלייענט דעם ארטיקל "ולא לזנב" אין וועקער נומער 14. א הארציקן יישר-כח צום שרייבער. אן ארטיקל געפילט מיט איינזעעניש און הארצווייטיק.

פון מיין קוקווינקל נישט אין דער היימישער וועלט פרעג איך זיך אבער, וואס איז דא אזוי מאדנע און שאקירנד וועגן וואס טוט זיך אין וויזניץ-מרכז?

מיר האבן דאך געזען א סך ערגערס ביי חב"ד-ליובאוויטש איבער די לעצטע דרייסיק יאר. זיי האבן דאך בפרהסיא געמאכט פון זייער רבי'ן משיח בן דוד און א טייל זענען געגאנגען נאך ווייטער און האבן אים ממש פארגעטערט, געמאכט פאר אן עבודה-זרה במלוא מובן המילה. די חב"ד-ליובאוויטש באוועגונג בכלל האט זיך קיינמאל נישט קלאר דערווייטערט פון אזעלכע משוגעת'ן. דערווייל זע איך אין "וועקער" א גרויסע אינטערויו מיט א חב"ד רב, ר' יוסף יצחק יעקבסאן (וועקער נומער 10) און אויך ווי פארשיידענע שרייבערס דערמאנען דעם ליובאוויטשער רבי'ן מיט כבוד. (ס'איז זיכער גוט אז דער וועקער האלט נישט פון דער אלטער שנאה צווישן סאטמאר און ליובאוויטש, אבער פארט - אויב מע גיבט כבוד פאר א חסידות וועלכע האט אין זיך אמת'ע עבודה-זרה-ניקעס, פאר וואס נישט פאר וויזניץ?)

אויך לייען איך אין וועקער נומער 14 וועגן א נסיעה קיין אומאן צום קבר פון רבי נחמן מברסלב, וואו צענדליקע טויזנטע פארן יאר איין יאר אויס. נו, רבי נחמן האט זיך אליינס געלויבט אלץ דער עיקר-שבעיקרים. זיינע שבחים אויף זיך אליינס, די בלינדע אמונה וועלכע ער האט געפאדערט פון זיינע חסידים, און ווי ברסלב'ער חסידים רעדן וועגן אים עד היום, זענען אומגלויבליך. אויב ברסלב איז אינעם גדר פון "נארמאל" פאר וואס נישט וויזניץ?

אויב מע לערנט קלאסישע חסידישע ספרים, זעט מען דאך אן א שיעור תורות וואו רביים לויבן זיך אליינס אדער די "צדיקים" בכלל מיט די גרעסטע גוזמאות, און פאדערן חסידים זיי צו פאלגן בלינד און אן קיין קשיות. נישט אומזיסט האבן פארשער באשריבן חסידות אלץ "צדיק'איזם". איז, ווען דער ארטיקל זאגט אז מע וויצלט זיך אז אנדערע היינטיקע רבי'ס וואלטן באמת געוואלט פאדערן אזא "שוואנצנות" פון די אייגענע חסידים - פאר וואס נישט? סע וואלט דאך געווען אין א לאנגע טראדיציע. (וועגן דעם, פארשייט זיך, האט פראפ' ישעיהו ליבוביץ, פון וועמען איך האב געשריבן אין דעם זעלבן נומער פון "וועקער", געהאלטן גאנץ חסידות פאר באשמוצט מיט עבודה-זרה.)

איז דער ווידערווילן וואס מע זעט אין דעם ארטיקל קעגן "שוואנצנות" / "צדיק'יזם" אפשר א נייערע שטימונג אין דער חסיד'ישער וועלט? אפשר דווקא אין סאטמאר? וואס איז די ריכטטיקע באציאונג, מיינט איר, אז חסידים זאלן האבן צו זייערע רביים?

איך פרעג דא אפנהארציק און מיט דער האפנונג, זיך עפעס צו לערנען פון אייך.

נאכאמאל א גרויסן יישר-כח פאר'ן ארטיקל, און איך האף טאקע אויך, אז פון דער שיינער טראדיציע פון וויזניץ'ער חסידות וועט נישט ווערן קיין קולט.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:50 pm#419836
עס איז דא א ריזיגע אונטעשרייד צווישען איתערותא דלעילא און איתערותא דלתתא. דער תתא איז מקום מושבם של השוואנץ, און פון זיי אויס איז עס נישט מער ווי די lowest common denominator. דא רעדט זיך פון דער מנהיג אליינס.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:00 pm#419870
פראפעסאר האט געשריבן:אויך לייען איך אין וועקער נומער 14 וועגן א נסיעה קיין אומאן צום קבר פון רבי נחמן מברסלב, וואו צענדליקע טויזנטע פארן יאר איין יאר אויס. נו, רבי נחמן האט זיך אליינס געלויבט אלץ דער עיקר-שבעיקרים. זיינע שבחים אויף זיך אליינס, די בלינדע אמונה וועלכע ער האט געפאדערט פון זיינע חסידים, און ווי ברסלב'ער חסידים רעדן וועגן אים עד היום, זענען אומגלויבליך. אויב ברסלב איז אינעם גדר פון "נארמאל" פאר וואס נישט וויזניץ?

איך פארשטיי אז איר קומט טאקע פון דער פרא-ברסלבער זייט, ווייל אין אייער ביאגראפיע אינעם "וועקער" איז געשטאנען אז איר שפירט א זכיה אז איר זענט געווען אין אומאן, ווילט איר דאך וויסן פארוואס מ'רייסט אזוי אראפ דעם שוואנצונעס רבי'ן.

אבער כ'מיין אז א גוטער צושטעל צו דעם איז אז ווען א נביא האט געזאגט אז גאט האט גערעדט צו אים איז ער געווען א נביא, אבער אז איינער זאל היינט זאגן אז גאט רעדט צו אים שטעלט מען אים אריין אין א משוגעים-הויז. יעדע זאך האט איר צייט און פלאץ. אויב אין די צייטן פון ר' נחמן איז געווען נארמאל צו רעדן אויף א געוויסן אופן, קען מען דאס נישט אהערברענגען צו 2018.

וועגן ליובאוויטש זענט איר גערעכט לגבי די משיחיסטן, אבער דער ליובאוויטשער רבי אליין איז בכלל נישט געווען אזוי צעדרייט. יא, ער האט דא און דארט געלאזט פאלן רמזים אז ער איז משיח, אבער ער האט ווארשיינליך באמת געגלייבט באזירט אויפ'ן רמב"ם אז ער האט אלע סימנים פון משיח, אדער עכ"פ אז ס'איז א מעגליכקייט. און אפילו אזוי האט ער דאס נישט העפטיג פראפאגאנדירט, און געפאדערט אז יעדער מוז אזוי גלייבן. ס'זענען נאר געווען זיינע חסידים שוטים וואס האבן געמאכט א רעליגיע דערפון.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:11 pm#419872
ראובן האט געשריבן:אבער כ'מיין אז א גוטער צושטעל צו דעם איז אז ווען א נביא האט געזאגט אז גאט האט גערעדט צו אים איז ער געווען א נביא, אבער אז איינער זאל היינט זאגן אז גאט רעדט צו אים שטעלט מען אים אריין אין א משוגעים-הויז. יעדע זאך האט איר צייט און פלאץ. אויב אין די צייטן פון ר' נחמן איז געווען נארמאל צו רעדן אויף א געוויסן אופן, קען מען דאס נישט אהערברענגען צו 2018.

:like
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:15 pm#419873
איך וויל דערמאנען צוויי נקודות וואס קען אפשר פארלייכטען דעם ענין.
איינס, יעדע זאך וואס מ׳נעמט צו אן עקסטרעם איז מסוכן. אפילו ר׳ נחמן האט זיך געקענט אויסדרוקען גאוה׳דיגע לשונות פריוואט, האט ער נאכנישט געמאכט דערוועגען א גאנצע שיטה מיט ניגונים וכו׳. אמת מיר קענען האבען א אנדערע פראבלעם מיט דעם, אז ס׳איז גאוה צו ע״ז צו וואס אימער, אבער ס׳איז נישט די זעלבע. ס׳איז אמת אז שוואנצאנות איז א מעלה ביי חסידות אבער קיינער האט עס נישט גענומען צו אזא עקסטרעם
והשנית, ביי רבי נחמן צו ביי אנדערע, האבען זיי געהאט גאנצע פילאזאפיעס און שיטות, אין בנוסף לזה איז אויך געווען שוואנצאנות, אבער דא זאגט דאך אונזער רבי אז ניין, ס׳איז נישט דא קיין יודישקייט קיין תורה בכלל, אלץ באשטייט נאר פון שוואנצאנות, און דעס איז א מסוכנ׳דיגע שפראך
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:43 pm#419880
ראובן האט געשריבן:אבער כ'מיין אז א גוטער צושטעל צו דעם איז אז ווען א נביא האט געזאגט אז גאט האט גערעדט צו אים איז ער געווען א נביא, אבער אז איינער זאל היינט זאגן אז גאט רעדט צו אים שטעלט מען אים אריין אין א משוגעים-הויז. יעדע זאך האט איר צייט און פלאץ. אויב אין די צייטן פון ר' נחמן איז געווען נארמאל צו רעדן אויף א געוויסן אופן, קען מען דאס נישט אהערברענגען צו 2018.


קליינע הוספה אבער אפשר יסודות'דיג, לויט וויפיל כ'האב צוגעהערט די רעקארדינגס און געליינט די קונטרסים, רעדט ער כלל נישט ווי א נביא בשם ה' אדער שטופען עפעס א דרך עבודה, אדרבא מיין ערשטע גרויסע שאק ווען איך האב געליינט די ערשטע קונטרס האב איך מיר געוואונדערט זייט ווען רעדט א רבי 2 שעה אהן דערמאנען דעם אייבירשטען און עבודת ה', ער רעדט סתם שוואכקייטן\קאמפלעקסען און מ'דארף גלייבן, אבער נישט אז דאס וועט עפעס ברענגן צו עבודה וכו', ר' נחמן האט געהאט אן עבודה וואס ער האט געוואלט פושען און אויך זיך מחזק געווען פון די רודפים וכו' איז עס ארויס געקומען די וועג.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:23 pm#420009
יישר כח!
א הארציקן יישר-כח ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ATUB @ראובן ATUB ATUB @גדליה ATUB ATUB @והאיש משה ATUB פאר די קלארע און אינטערעסאנטע ענטפערס.
פאר מיר איז דער קלארסטער קאנטראסט, אז אין א סך חסידות'ן דערווארט מען טאקע הכנעה פאר'ן רבי'ן, אבער אין וויזניץ-מרכז איז דאס נעבעך געווארן די גאנצע זאך. ווי איר האט באמערקט זעט מען אין חב"ד און אין ברסלב און אויך אין די קלאסישע ספרים ווי למשל "מגיד דבריו ליעקב" א גאנצע שיטה און פילאסאפיע פון עבודת הבורא, און די אמנות צדיקים איז בלויז א חלק פון דעם. מה שאין כן אין וויזניץ-מרכז אזוי ווי סע וועט באשריבן אינעם ארטיקל און אין פארשידענע פאסטס דא אין קאווע-שטיבל.
בריך רחמנא דשאילנא!
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:51 pm#420018
דאס איז די אמת'ע תשובה אויף די שאלה, (פריער האבעך נאר געהאט מוסיף געוועזן אויף ר' ראובן ווערטער) חסידות האט א געדאנק ס'הייבט זיך ערגעץ אהן, כדי דאס צו פושען געשעהט אמאל זאכען, דארטען הייבט זיך עס אן און ס'ענדיגט זיך ביי שוואנצונעס, אפי' לאמיר זאגען זיי האבן אן עבודה מנחת חינוך? שבת וכו'? אבער נאטינג ספעשל אז מ'זאל אים דינען. און מאכן א חסידות פון דינען דעם רבי'ן
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:12 pm#420021
עס זענען געווען פארשידענע סארטן חסידות׳ן פון אנהייב אן. לא הרי פוילישע חסידות כהרי חב"ד. אין די ריזשינער און טשערנאבלער חסידות׳ער האט מען קיינמאל גארנישט פארקויפט נאר אמונה פשוטה אינעם הייליגן אייניקל. איך דענק נישט אז דער ריזשינער זאל עס ווען האבן גערעדט פילאזאפיע אדער מחשבה. אין חב"ד איז געווען בלויז השכלה און אין גאליציע א שטיקל געמיש, בפרט ווען אסאך רבי׳ס האבן געקענט לערנען און האבן געהאט די תורהדיגע אויטאריטעט. דער ריזשינער האט געזאגט אויף זיך זאכן אן קיין שום אונטערשטיצע פון מחשבה. איך קלער אז ראובן האט א פוינט אז נשתנו העיתים. און באמת האבן אזוי געהאלטן אסאך גאליציאנער און אונגארישע רביס און איז מסתמא געליגן אונטער די סאדיגורא צאנז קאנפליקט. כאטש אויפן ריזשינער אליין האט מען נישט גערעדט לרעה אבער אויך נישט צופיל פארקערט. אין סאטמאר וואס איז א המשך פון צאנז האט מען דערקלערט אז עס איז פארגעסן געווארן און אין לנו עסק, א שיינע וועג פון זאגן איך האב נישט קיין מושג וואס דאס האט באדייט. איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די תקופת הצדיקים (צאדיקיזם) זאל דער עולם מיר פאררעכטן
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:05 pm#420033
Re: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער
אבי גערעדט, דער רוזינער איז געווען באקאנט אלס א פילאזאפישער רבי, אין חב"ד איז דא אן אגדה אז דער רוזינער אלס קינד האט געפרעגט דעם בעל התניא א טיעפע קשיא אויף שמע ישראל גו' ה' אחד ואהבת, אויב איז ה' אחד ווי איז שייך ואהבת? און דער תניא האט געענטפערט מיט א גאנצער טיעפע מאמר אויף דעם, והוא נער בן שש שנים בלבד (אויך דערציילן זיי אז שפעטער האט דער תניא פארגעהאלטן זיינע גרויסע קעפ, היתכן אז א זעקס יעריג קינד פרעגט וואס אייך איז נישט איינגעפאלן.
עיי' עירין קדישין פאר פילע טיעפע טייטשן און מימרות.
פון זיינע אייניקלעך רבי'ס זענען אויך געווען אסאך פילאזאפן, לדוגמא, ר' מנחם נחום משטעפינעשט.

שטיינמאן האקט טאקע אויפן רוז'ינער, קענטיג האט ער אים נישט גרונטליך אדורכגעטוהן.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:10 pm#420034
דער איצקאנער איז א בעסערע משל ווי דער שטיפינעשטער. דער אוזיערנער'ס ספר האט אויך א סך טיפע געדאנקען. נעווער מיינד דער ליעווער.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:16 pm#420035
עס איז גראדע מערקבאר, אז חב"ד מיט זייער גאנצע פילאזאפיע און טיפע געדאנקען, וואס עס איז טאקע דא ביי זיי ביז צום לעצטען רבי'ן, זענען גענצליך אנגעפיקעוועט מיט שוואנצאנות עד אין קץ. די גאנצע חכמה און השכלה און חכמת הנסתר דינט דער ציל אז מ'זאל זיין דער רבינ'ס נאכשלעפער, וע"ע בספרי הרב יואל כהן וואס איז א גאון אין אויסארבעטן די שיטה"ק על כל פרטיה ודקדוקיה.

נאר כאמור, דאס איז פון די חסידים'ס זייט, נישט דער רבינ'ס. און דאס איז א ריזיגע נ"מ.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:24 pm#420036
נאך א קליינע באמערקונג ATUB @פראפעסאר ATUB ברעסלאוו איז עד היום הזה נישט ממש בגדר נארמאל. און אז מען איז מכבד איינער פון זייערע משפיעים איז עס דאך צוליב יענעם'ס פערזענליכע גרויסקייט אין עבודת השם. אפגערעדט פון די שרעקליכע רדיפות וואס זיי פלעגן אמאל ליידן. קיינער פון אונז ריפט נישט מען זאל טוהן אפילו א צענטל פון וואז חסידים האבן געטוהן פאר ברעסלאוו, סך הכל פארפירט מען אויף וואס מען איז מכבד א גראבער שטריק וואס זיין איינציגע עבודה אויף די וועלט איז זיך צאכן פאר א געטשקע.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:52 pm#420041
איך האב אמאל געקלערט אז סאיז א פלא אז פונקט אזא גארנישט ווי דעם באטרעפנדן רבי׳ן האט מען אויסגעקליבן פאר א גאט, אויב וואלט איך געמוזט קלויבן א גאט פון צווישן די רבי׳ס וואלט מען זיכער געקענט טרעפן עפעס בעסערס. נישט תורה נישט חסידות ניטאמאל זעט ער אויס גוט (ווי דער ברך משה זי"ע פלעגט זאגן, ניטאמאל געלט האט ער).

האב איך אבער עס פארענטפערט מיט א אנדערע קשיא. פארוואס פונקט אזעלכע צודרייטע לייט ווערן דיקטאטארן איבער לענדער, כ׳מיין, אז מען מאכט שוין יא א קעניג זאל עס כאטש זיין א נארמאלער און געלונגענער מענטש. (למשל אידי אמין, סאדאם חוסעין, טראמפ) נאר דער תירוץ איז אז א נארמאלער מענטש גייט דאס קיימאל נישט טון. והבן
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 5:03 pm#420049
Re: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער
ריכטיג האט געשריבן:דער איצקאנער איז א בעסערע משל ווי דער שטיפינעשטער. דער אוזיערנער'ס ספר האט אויך א סך טיפע געדאנקען. נעווער מיינד דער ליעווער.
איך רעד פונעם נעפיו פון ר' מתתיהו, דער בעמח"ס מן ועוד, א ציוני געווען, געשריבן אין אסאך צייטונגען, געווען א גאון אדיר, וואלט איבערגענומען דאס פעטער ווען נישט ער איז געשטארבן מיט א האלב יאר פריער.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 5:09 pm#420050
מען קען צולייגן צו ראובןס ראיה פון די נביאים, מען זעט אז דער אריז"ל האט געזאגט פארשידענע זאכן און מען האט עס אנגענומען, אבער ווען שבתאי צבי אדער רמח"ל (אדער ר׳ מיכל לעבאוויטש) האבן עס געזאגט איז עס געווען נישט אין פלאץ. דאס ווייזט אז הכל לפי המקום והתקופה.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:05 pm#420061
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דער איצקאנער איז א בעסערע משל ווי דער שטיפינעשטער. דער אוזיערנער'ס ספר האט אויך א סך טיפע געדאנקען. נעווער מיינד דער ליעווער.
איך רעד פונעם נעפיו פון ר' מתתיהו, דער בעמח"ס מן ועוד, א ציוני געווען, געשריבן אין אסאך צייטונגען, געווען א גאון אדיר, וואלט איבערגענומען דאס פעטער ווען נישט ער איז געשטארבן מיט א האלב יאר פריער.

ושמו ר' מנחם נחום מאיצקאן, והיינו מה שכתבתי.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:25 pm#420069
ריכטיג האט געשריבן:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דער איצקאנער איז א בעסערע משל ווי דער שטיפינעשטער. דער אוזיערנער'ס ספר האט אויך א סך טיפע געדאנקען. נעווער מיינד דער ליעווער.
איך רעד פונעם נעפיו פון ר' מתתיהו, דער בעמח"ס מן ועוד, א ציוני געווען, געשריבן אין אסאך צייטונגען, געווען א גאון אדיר, וואלט איבערגענומען דאס פעטער ווען נישט ער איז געשטארבן מיט א האלב יאר פריער.

ושמו ר' מנחם נחום מאיצקאן, והיינו מה שכתבתי.


די השכל'ישע גייסט אין רוזין איז אבער נישט געווען די סטראקטור פון די חסידות. דער איצקאנער האט גענוצט דער מהלך מער אלס רוח הזמן. און אקעגען דעם איז געווען דער טשארטקאווערס איידעם דער זלאטיפאלער. בדרך כלל איז אין רוזין און טשערנאביל געווען א משיחיסטישע גייסט פון אמונה פשוטה און פאנטאזיע.

אפאר עקסעמפלס: דער טאלנער, דוד מלך ישראל חי וקים. און בימי הצמח צדיק איז געווען א גאנצע איבערקערניש וואס האבן גערופן די רבי משיח. ( על שמו מנח"ם.... היסטארי חזר'ט זיך איבער.. ) און דאכצעך ס'ווערט געברענגט אין תשובות ספרים.
בכלל אין רוזין איז געווען די גייסט פון מלכות בית דוד, בלא בלא בלא...

ס'אמאל געווען אין פארשידענע חצרות מער עקסעפטעד (אויב דאס איז בכלל א נארמאלע תירוץ... ), בערך אזוי ווי ראובן האט געשריבן אויבען.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:59 am#420235
H
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:21 pm#420236
מיימון האט געשריבן:איך האב אמאל געקלערט אז סאיז א פלא אז פונקט אזא גארנישט ווי דעם באטרעפנדן רבי׳ן האט מען אויסגעקליבן פאר א גאט, אויב וואלט איך געמוזט קלויבן א גאט פון צווישן די רבי׳ס וואלט מען זיכער געקענט טרעפן עפעס בעסערס.


שמעתי מחכם אחד, ווען משה רבינו איז נישט צוריקגעקומען פונעם בארג, האבן די יודן געשריגן עשה לנו אלהים אשר ילך לפנינו, איז לכאו' שווער צו פארשטיין אז זיי האבן פארלוירען דעם רבי'ן דארף מען דאך זוכען א נייע רבי, פארוואס זוכט מען פלוצלינג א נייע גאט?? (והקושיא מובא כבר בשו"ת הרדב"ז)

נאר פשט איז אזוי, אז די רבי איז א גאון זיצען די חסידים ביי א גלעזאלע משקה און שמועסן איבער דעם רבינ'ס גאונות, אז די רבי דאווענט שעות רעדן די חסידים פון רבינס עבודה, אז די רבי איז א בעל חסד זיצען די חסידים און רעדן פון רבינס חסדים, אא"וו מידות טובות בעל מופת...

וואס טוט זיך אז די רבי איז גארנישט מיט גארנישט? וואס זאגן די חסידים? זייער פשוט! זיי זאגן די רבי איז א גאט!!

וממילא איז גוט פארענטפערט, לעולם האבן די יודן אין מדבר געזוכט א רבי'ן אנשטאט משה רבינו, אבער היות די רבי איז געווען א קעלבעל [ודו"ק] האט מען געזאגט די רבי איז א גאט!!
לויט דעם איז @מימון שאלה אויך פארענטפערט, זיי האבן אויך געזוכט א רבי, נאר היות ער איז א קעלבל איז ער געווארען א גאט.

דו"ק ותשכח און אלע פלעצער! ווי ווייניגער די רבי האט וואס צו פארקויפען אלס מער איז ער גאט!! (חוץ פון כמה יוצא מן הכלל ואכמ"ל)
מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 11:57 pm#420386
פיין געזאגט.

דער יוצא מן הכלל איז אפשר דיין רבי?
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:35 am#420416
אישתישבי האט געשריבן:פיין געזאגט.

דער יוצא מן הכלל איז אפשר דיין רבי?


כ'האב געשריבן חוץ מכמה... (מיין רבי קען נישט זיין ווייל ער איז טאקע א קעלבל... :D )
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:37 am#420417
והאיש משה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:פיין געזאגט.

דער יוצא מן הכלל איז אפשר דיין רבי?


כ'האב געשריבן חוץ מכמה... (מיין רבי קען נישט זיין, ווייל ער איז טאקע א קעלבל... :D )
מאנטאג מערץ 18, 2019 6:12 pm#426766
.
דינסטאג מערץ 19, 2019 12:25 am#426801
פעטיציע אין אפעקט:

איך מיין אז עס איז העכסט צייט ווידעראמאל אויסצושליסן דעם טראלל און נערוון קריכער, מנשה לוסטיג, עם כל שום וחניכא דאית ליה.

מיר האבן שוין א לאנגע ליסטע פון מנשה-ניקס וואס האבן שטענדיג זוכה געווען צו נערווערירן די ק"ש באזוכער, ביז צום ווערן אויסגעשלאסן:
מנשה לוסטיג, ישראל גלויבער, און אצינד פרישע צוויי נעמען: קוקי און שקד.

איך פארשטיי נישט פארוואס די הנהלה שליסט נישט אויס זיי IP אדרעס, ושלום על ישראל איינמאל פאר אלעמאל.
דינסטאג מערץ 19, 2019 1:15 am#426804
אזוי?,,, ממש ער קריכט דיר גוט אויף די הינעראויג?..
דינסטאג מערץ 19, 2019 10:51 am#426814
ארי נוהם האט געשריבן:פעטיציע אין אפעקט:

איך מיין אז עס איז העכסט צייט ווידעראמאל אויסצושליסן דעם טראלל און נערוון קריכער, מנשה לוסטיג, עם כל שום וחניכא דאית ליה.

מיר האבן שוין א לאנגע ליסטע פון מנשה-ניקס וואס האבן שטענדיג זוכה געווען צו נערווערירן די ק"ש באזוכער, ביז צום ווערן אויסגעשלאסן:
מנשה לוסטיג, ישראל גלויבער, און אצינד פרישע צוויי נעמען: קוקי און שקד.

איך פארשטיי נישט פארוואס די הנהלה שליסט נישט אויס זיי IP אדרעס, ושלום על ישראל איינמאל פאר אלעמאל.

ווילאנג דו וועסט נישט טעגן קיין ATUB @סדרן ATUB וועט זיך גארנישט טוישן, אדרבה, זאל דער עולם האלטן אין איין טעגן די סדרנים ביז ס'וועט מסודר ווערן.