זונטאג מאי 12, 2013 3:15 am#114103
באמת וואלט איך געדארפט יעצט ציטירן אפאר ניק׳ס אבער איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן ווייל איך וויל רעדן פון אזוי פיל.
איך רייס מיר פאר געלעכטער פון אנהייב ביזן סוף, זעענדיג ווי שיין די ניק׳ס דא זענען מקיים דעם ודע מה שתשיב לאפיקורס.
איך גיי נישט צולייגן דא יעצט די צולייגטע צולייגערס פון די נ.ק. (נארט קעריענס) אבער די היפאקריטישקייט פון דעם עסקן, צו נעמען רוב כלל ישראל און זיי אויסרעכענען אינעם ערשטן שורה אלס ״ימח שמו וזכרו׳ניקס״, אינעם נעקסטן אלס ״רשעים ארורים״ און אינעם דריטן אלס ״נמרוד׳ס און תרח׳ס״ איז עקלהאפטיג.
טינט איז צו ארעם און אוואטארן זענען צו קאלירלאז, צו שילדערן די אבנארמאלקייט פון עסקן פארן עפענען אזא אשכול, און צוריקפליקן מיט אזא ״אללא אקבאר״דיגן האס, פאר יעדער בר נש וואס פראבירט אריינצוזאגן א נארמאלע אידישע וועלטליכע דעה.
צו נטורי קרתא עסקן פערזענליך: שרייבן רויטע אותיות דערשרעקט נאר אקסן, מיר אלע דא האלטן זיך העכסט מענטשליך ממילא איז גענוג גוט צו שרייבן איין ! , . נאך א זאץ קנאות, די אלע זאכן קענסטו שרייבן אויפן טעוועלע אינדרויסן פון דיין מעטשעט.
אלע קאווע שטיבל׳ערס: איך קען עסקן פערזענליך פאר א צופידלטער, פאני בעקגראונד, און אף היז ראקערס, און עס איז נישט דא וואס זיך צו דערשרעקן ווען ער קאלירט דא אויף די ווענט פונעם שטיבל ווי א קליין אומדערוואקסן קינד.
צו אלע ניק׳ס וואס האבן גענויגט צו ישראל: איך האב סימפאטיע מיט אייך, און... עס איז זייער אבוויאס אז רוב גדולי ישראל האבן געהאלטן פון ישראל, און אז אלע ניסים קומט דווקא יא פון בורא עולם.
צו די סאטמארע עולם אין שטיבל: איך פארשטיי אז איר שעמט אייך יעצט אביסל מיט אייער שיטה איינמאל אזא באשעפעניש האט דא גענומען א צד וואס ענדלט אין ענקערס, אבער האלטס ענק פעסט...
עם ישראל חי. שבוע טוב