מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:28 pm#413624
דער לבלר און זיינע בכיות של חינם
דער באקאנטער לבלר פון א היימישע צייטונג, וועלכער איז גלייכטצייטיג א הויפט השקפה פרעדיגער אין א געוויסע חסידישע מחנה, האט ווידעראמאל צעלאזט זיין שמוציגע פעדער, און האט אנגעגריפן א טייערע וואוילן יונגערמאן ני"ו, פאר'ן בלויזן חטא אז ער האט געטון עפעס א טראפ אנדערש ווי דער לבלר האט מחליט געוועהן פאר אים.
עס איז נישט פון היינט וואס דער לבלר נוצט זיין פלאטפארמע אין די אפגעריסענע צייטונג זיך צו צעפירן די הענט אויף אנשים חשובים, קהילות נכבדות, גאונים אדירים, אלעס ווייל ער האט בדעתו השפילה איינגעזען אז הינטער זיין פלאכן ביבער הוט זיצט א מתנה פון קודשא בריך הוא וואס פארשטייט גענוי וויאזוי אידן אין דעם דור דארפן זיך פירן.
עס איז נישט קיין סוד וואספארא קידוש שם שמים עס איז געמאכט געווארן אין די לעצטע חדשים, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז האברך היקר מוה"ר שלום לעמער ני"ו האט באקומען דעם כבוד צו ווערן אנערקענט ביי א אלגעמיינע מוזיק פירמע, און וועט ארויסגעבן א אלבום מיט זיי. ווי עס פאסט פאר א איד וואס ווייסט אז דער רבוש"ע האט אים באשאנקען מיט אויסערגעווענטליכע טאלאנטען, און גלייכצייטיג מיט א תפקיד אויף די וועלט, האט ר' שלום פארזיכערט אז דער אלבום וועט פארמאגן א עהרליכע כאראקטער מיט בלויז איידעלע און ווארעמע לידער, און אלעס מיט פאזיטיווע מעסעדזשעס וואס ברענגט גוטס אויף די וועלט. אין די פיסטריט פון החזן החשוב ר' יאסעלע ראזענבלאט זצ"ל, וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי פארשידענע קאנצערטן און האט געזינגען אויף האליוואד פילמס, האט ר' שלום קלאר געזאגט אז ער וועט זיך האלטען צו זיינע הייליגע פרינציפן, און וועט נישט מפשר זיין אויף זיין אידישקייט. פארקערט, ער וויל ברענגען די רוחניות און הערליכקייט פון זיין לעבן פאר די ברייטע וועלט.
שוין יעצט, נאך פאר די אלבום איז אפילו ארויסגעקומען, האט שוין ר' שלום געמאכט א געוואלדיגן קידוש ה'. מ'דארף נאר כאפן א בליק אויף די קאמענטס אויף youtube און זעהן ווי אזוי גוים פון אלע עקן פון די וועלט דרוקן אויס זייער ליבשאפט און שעצונג פאר ר' שלום, פאר אידישקייט און עם ישראל, א דאנק זיין הערליכע ווארימע נגינה.
דער לבלר שרייבט אז ר' שלום'ס אייניקלעך וועלן זיך שעמען מיט זייער זיידע. איך זאג דיר, ר' לבלר, דיינע אייניקלעך וועלן זיך באגראבן פאר בושה מיט דיינע ארטיקלען וועלכע בלייבן געדרוקט און בלייבן א חלק פון דעם רעקארד לחרפה ולדראון עולם. די וועסט געדענקט ווערן ווי איינער וואס האט אראפגעריסן עהרליכע אידן, וואס האט חוזק געמאכט פון גדולי ישראל, וואס האט געשפעט פון טייערע און וואוילע יחידים וואס האבן א מיליאן מאל מער אוועקגעריסן פון זיך פאר'ן אייבערשטן ווי די וועסט אין דיין גאנצן אפגעריסענעם לעבן. די וועסט געדענקט ווערן ווי א יודע בוראו ומתכוון למרוד בו, ווי איינער וואס האט בכוונה געפיטערט א דור מיט פאלטשקייט און ליגענט, אלעס אז "די זאך זאל ווייטער אנגיין". דיינע אייניקלעך וועלן זיך טוישן זייערע נעמען אז זיי זאלן נישט טראגן דעם זעלבן לעצטן נאמען ווי דיר. פינקט ווי "מעידאף" מיינט א פינאנציעלע שווינדלער, וועט דיין נאמען געדענקט ווערן ווי א היסטארישע ליגענער און כזבן, און א פראפאגאנדע מיניסטאר אין א צייטונג ווי א ווארט אמת פאלט אריין נאר בטעות.
ראו מה בין רב ששת לרב שש"ת. דער הייליגער אמורא רב ששת האט זיך אויסגעשטאכן די אייגענע אויגן כדי נישט צו זעהן קיין דברים אסורים. רב שש"ת דנן איז נאר פארנומען אויסשטעכן יענעמ'ס אויגן, אראפרייסן אנדערע, אלעס מיט זיינע טריפענע אויגן וואס וואנדערן אין כל מיני כתבי מינות, און זיין ציל איז יענעם צו מאכן בלינד מיט זיינע שקרים און פאלטשקייטן.
און אז מ'רעדט שוין וועגן אויגן, דערמאן איך מיך א ווארט וואס כ'האב געהערט פון מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל. ביי די חכמי בעלי הלשון איז דא א מבוכה וועגן דעם ווארט "עין" וואס די תורה הק' נוצט פאר א קוואל, (אזוי ווי, הנה אנכי נצב על עין המים), צי דאס האט א שייכות מיט דעם ווארט "עין" וואס מיינט א אויג, אדער איז עס אינגאנצן א אנדערע ווארט וואס איז פערצופאל די זעלבע. האט רבי אביגדור ז"ל געזאגט אז דאס איז די זעלבע ווארט. דער אויג איז ווי א קוואל פון ווי ס'רינט טרערן, און דאס איז די זעלבע ווארט. האט רבי אביגדור ווייטער געזאגט, אז פונקט ווי ביי א קוואל איז דא א זאך אין א מדבר וואס ווערט גערופן א "מיראזש", דאס הייסט אז ס'זעהט אויס ווי א קוואל, אבער אין בו מים, ס'איז א אחיזת עיניים. די זעלבע איז דא אין דעם אויג, וואס א מענטש מאכט זיך ווי ער שרייט און וויינט, אבער עס איז ליידיג, בכיות של חינם, קיין שום תוכן, קיין שום געפיל. אלעס פאלטשקייט און קראקאדיל טרערן. א מיראזש.
אונזער לבלר איז אט אזא איינער. יעדע וואך שמירט ער אהן זיינע בלעטער מיט ויצעקו'ס און בכיות של הבל. ער וויינט און שרייט אויף פירצות שונות ומשונות, מאכט מחאות, פירט השי"ת'ס וועלטעל פון זיין בעיסמענט אין קרית יואל. ס'איז אלעס פוסט און ליידיג. אין בו מים, אבל נחשים ועקרבים יש בו. ליידיגקייט, און זלזול אין יעדן ערנסטע זאך. נאר מידות רעות ומשחתות, אגאאיזם און גאווה פון די ערגסטע סארט.
אמר רב ששת: מלכות הארץ כעין מלכות שמים. שנאמר, לא ברוח ה', לא ברעש ה', ואחר הרעש, קול דממה דקה.