Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

קאווע שטיבל • נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12634
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 11:57 am#414651
נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)
אין דעם אשכול וועל מיר מעלדן אלע נייעס בחצרות סאטמאר מהר"א.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:00 pm#414652
פאלגענד איז דער באריכט פון די פארלאפענע טעג העעל"ט בצל הקודש:

פרייטאג ערש"ק פרשת בראשית
ערש"ק פ' בראשית אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, בני: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג און מוה"ר יואל ב"ר ליפא בערקאוויטש הי"ו.
נאכ'ן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה די חברי הנהלת ביהמ"ד "אהל פיגא" אין שפיץ פון חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, מיט די נייע "ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך די מתפללי ביהמ"ד, און איז זונטאג דערויף אריינגעגעבן געווארן צום היכל הביהמ"ד. דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אותיות, און דערנאך געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן רב און פאר די חברי הנהלת הביהמ"ד.

שבת קודש פרשת בראשית
פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו מראה"ק בק"ק קרית יואל.
צום עריכת השולחן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל השולחנות. מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק זאב לאנדא שליט"א פון אשדוד, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' אין אנטווערפן.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן שילב פון סוף התורה לתחלתה, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' מנחם פישער הי"ו פון מאנסי, מיטן "בענטשן" הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הרה"ח ר' מענדל כף הי"ו פון לאנדאן, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ג ר' יעקב יצחק קליין שליט"א מדייני קהל וויזניץ אין בני ברק. עובדות וסיפורים האט דער רבי דערציילט פון הרה"ק מרוזשין זי"ע וועמענס הילולא עס איז אויסגעפאלן פרייטאג ג' חשון.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א מרבני מבצר הכוללים. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית, און שפעטער צו ברכת החודש. מיט תפלת המוסף איז מכובד געווארן הרבני הנגיד בנש"ק מוה"ר פנחס שפירא הי"ו.
שבת נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן שילוב סוף התורה לתחלתה, און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז אז דורך לימוד התורה, וואס איז מרומז אין אות ו', וואס איז מרמז קעגן די ששה סדרי משנה, קען א איד זיך דערהייבן ביז די העכסטע עולמות, אנצוקומען צו א שלימות'דיגע תשובה און צו שטייגן העכער אין אלע ענינים.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' נחום וועבערמאן הי"ו פון לאנדאן.

מוצש"ק פרשת בראשית
מוצש"ק איז דער רבי שליט"א געפארן אין שטאט ווי דער רבי איז צוערשט אנגעקומען קיין בארא פארק, מנחם אבל צו זיין ביי מחותנו האדמו"ר מאלעסק שליט"א ובניו שליט"א וביניהם חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ע"פ זו' ואמם הרבנית ע"ה.
פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן קיין וויליאמסבורג, צו באשיינען דעם מעמד סיום מסכת קידושין, דורך די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון די ארטיגע מוסדות, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די זאלן פון "אימפיריעל". דער רבי שליט"א האט געטרונקן לחיים און מיטגעהאלטן די פרקי שירה פון די טייערע תלמידים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, אויפן ווארט "בראשית" וואס חז"ל זאגן "בשביל ישראל שנקראו ראשית" וואס דער רבי האט אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז א איד דארף אלץ שפירן ביי זיך אז ער האלט אלץ ביי די ראשית, און וויפיל מ'איז שוין אנגעקומען צו לערנען, האט מען נאך אלץ קוים אנגעהויבן צו לערנען פון די הייליגע תורה וואס איז ארוכה מארץ מדה. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די תלמידים וואס האבן אצינד אנגעהויבן צו לערנען און זיך פארהערט מסכת קידושין, זאלן דאס געדענקן אז מ'האלט ערשט ביים ראשית, און מ'האט נאך גאנץ ש"ס דורכצולערנען, וואס אזוי וועלן זיי קענען שטייגן מעלה מעלה בתורה ויראת שמים. דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תלמידים, זייערע עלטערן און מרביצי תורה שליט"א.
דאן זענען אלע תלמידים אריבער איבערנעמען די מתנה פון רבי'ן שליט"א, און דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד, איבערלאזענדיג ברכות לרוב.
אויך איז מוצש"ק ביים רבי'ן שליט"א פארגעקומען די חאלאקע פון בן מוה"ר משה חיים הכהן קאהן הי"ו פון בארא פארק.

זונטאג פרשת נח
צומארגענס זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א מרבני מבצר הכוללים, און הרה"ח ר' יעקב יחזקי' טויב הי"ו פון מאנסי. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים, און ס'איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' אברהם משה קרויס שליט"א מטאפאלטשאן.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד "אהל פיגא" וואו דער רבי שליט"א האט געפראוועט די הקפות און ריקודין מיט די נייע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד דורך די מתפללים. דערנאך האט דער רבי שליט"א מיטגעהאלטן די ווייטערדיגע ריקודין. דאן האט דער רבי פארגעזאגט "לדוד מזמור" מיט גרויס התעוררות.
גלייך דערנאך איז געפראוועט געווארן א מסיבת לחיים, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן גאנצן ציבור ובראשם פאר'ן רב הביהמ"ד חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט דאן משמיע געווען "דברות קודש" זיך שטעלנדיג אויפן פסוק "את האלקי'ם התהל'ך נ'ח" וואס דער בעל הטורים זאגט אז די ס"ת איז חכם. דער רבי האט דאס אויסגעטייטשט לויט די משנה "אזהו חכם הלומד מכל אדם" וואס נאר דורך דעם כח החכמה פון די הייליגע תורה, קען מען ביישטיין די נסיונות פונעם דור המבול. דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי מוסר איבער כבוד ביהמ"ד, נזהר צו זיין נישט צו רעדן ביים ליינען, ובעיקר מרבה צו זיין כבוד ביהמ"ד דורכ'ן קומען אין ביהמ"ד אריין לערנען. א שיין ביהמ"ד הייסט ווען מען קומט אריין און עס אי זנישט דא קיין פלאץ וואו צו זיצן נאכדעם ווי עס איז שוין פון פריער אנגעפולט מיט לומדים.
נאכ'ן מסיבת לחיים האט דער רבי געדאווענט מעריב דארט אין ביהמ"ד.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן קיין שיכון סקווירא, מנחם אבל צו זיין ביי די משפחה פון הרה"ח ר' אברהם משה זילבערמאן ז"ל מראה"ק ק"ק שיכון סקווירא.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף א באזוך ביי גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען ביים שמועס מיט די מחותנים נאכ'ן מסיבת אירוסין פון אן אייניקל פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס איבער דעם יחוס פון חתן וכלה און נאך. דער רבי האט דאן ווארעם אנגעוואונטשן דעם סקווערער רבי'ן שליט"א וועלכער האט דערנאך ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צו די קאר.
פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן קיין מאנסי, און איז אנגעקומען צו די פארשעי געגענט, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אויף מנוחת הנפש במשך די נאכפאלגענדע טעג.

מאנטאג פרשת נח
במשך די וואך האט דער רבי שליט"א געדאווענט די תפלות אין ביהמ"ד בוטשאטש אין די געגענט. מאנטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, בני: הרב יחזקאל פראנקעל שליט"א פון קרית יואל און מוה"ר אברהם שמעון פילעפף הי"ו פון קרית יואל. נאכ'ן דאווענען איז געפראוועט געווארן א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דינסטאג פרשת נח, אדר"ח מרחשון
אינדערפרי ביי תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל, און האט עולה געווען רביעי ביים ליינען.
שפעטער אין טאג האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי משפחת וואגשאל בני הרה"צ רבי שמואל חיים ראובן זצ"ל מלאנצוט, ע"פ אמם הרבנית ע"ה.

מיטוואך פרשת נח, בדר"ח מרחשון
מיטוואך אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן הרה"ג ר' יוסף פאנעט שליט"א.
צום דאווענען זענען אריבערגעקומען די תלמידים פון כתה מכנה לישיבה פון מוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע האבן מיטגעדאווענט צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל און עולה געווען רביעי ביים ליינען.
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידים אריבער שלום-נעמען פון רבי'ן, און דער רבי האט ביי יעדן תלמיד זיך פאראינטערעסירט ווער מען איז וכד'. דאן האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן אבי הבר מצוה און פאר די מחנכים ומנהלים שליט"א.
אין די מיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנטרעאל, וואו דער רבי האט אפגעהאלטן א בליץ-באזוך פון געציילטע שטונדן – ווי ווייטער באזונדער באריכטעט.

דאנערשטאג פרשת נח
דעם פאלגענדן דאנערשטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר משה יואל שווארטץ הי"ו פון בארא פארק.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית פון בן הנולד ביי מוה"ר אברהם בערגער הי"ו פון וויליאמסבורג, ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
אינמיטן טאג האט באזוכט ביים רבי'ן שליט"א הרה"ג ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאטש לרגל שמחת הנישואין פון בתו הכלה תחי'.
אויך איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם נייעם לאקאל פון די "חתונה מאלל" אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א האט געקלאפט מזוזות, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו ובנו מוה"ר יואל הי"ו.

פרייטאג ערב שבת פרשת נח
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אהיימגעקומען קיין קרית יואל, לעשות את השבת כנהוג.

שבת קודש פרשת נח
פארגאנגענעם פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן מוה"ר אהרן שלמה כ"ץ הי"ו פון וויליאמסבורג.
צום טיש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל השולחנות צוזאמען מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה גדולה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
פאר די פיש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים, במעלת השבת קודש, ובפרט צו פראווען די סעודות מיט אן ערענסטקייט, בשירות ותשבחות, ווי עס פאסט זיך לכבוד יום השבת ולכבוד השי"ת.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יעקב יודא שטיין שליט"א פון ירושלים, און "מנוחה ושמחה" מוה"ר יואל ראטער הי"ו פון בית שמש.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די ווערטער פון רש"י אנהייב סדרה "יש דורשין לשבח ויש דורשין לגנאי" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יום טוב אין וויליאמסבורג, מיטן "בענטשן" הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב, מיט "קה רבון עלם" הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וויליאמסבורג, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב-קרית יואל. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן פרייטאג, ג' חשון.
שבת אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" מוה"ר חיים אלעזר טעללער הי"ו און דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית. נאכ'ן לייענען האט מען געמאכט דעם "מי שברך" לבה"ב. מיט תפילת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמואל בר"מ פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קרית יואל.
נאכ'ן דאווענען איז בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א געפראוועט געווארן דער "קידושא רבה" לרגל שמחת הולדת הנכדה (ווי פריער באריכטעט.)
שבת קודש נאכמיטאג איז מכובד געווארן מיט תפלת המנחה, הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א מרביץ תורה בקרית יואל.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ג ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "את האלקי'ם התהל'ך נ'ח" וואס דער בעה"ט זאגט אז די ס"ת איז חכם, און ארויסגעברענגט אז דורך די תורה וואס כל דבריהם כגחלי אש, איז א איד זוכה צו ליבון והגעלה, צו קענען נתקרב ווערן צום אויבערשטן, און עס פעלט נישט אויס קיין שבירה ווי ביי כלי חרס. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט דברי מוסר, אויסנוצן די לאנגע ווינטער נעכט אויף לימוד התורה בהתמדה.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, און מיט "קל מסתתר" הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו פון מאנטרעאל.
מוצאי שבת זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים, תלמידים פון ישיבת "היכל התורה" וועלכע האבן זיך פארהערט ביים רבי'ן שליט"א אויף זייערע לימודים.

זונטאג פרשת לך
פארלאפענעם זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה "סניף ברך משה".
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אהרן אלעזר בר"ש רובינפעלד הי"ו אבי החתן און מוה"ר אהרן שמואל שרייבער הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים הרה"ח ר' אברהם דוד ווייס הי"ו פון וויליאמסבורג אבי החתן און הרה"ג ר' יוסף צבי בנעט שליט"א ר"מ בישיבה גדולה סניף ברך משה אבי הכלה.

מאנטאג פרשת לך
מאנטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון בן מוה"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו.
שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זין ביי די חופה צווישן המחותנים הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א חבר ועד החינוך במוסדותינו הק' אין מאנסי, בן הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א וחתן הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב"ד חומעלניק-מאנסי (נכד הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד), עב"ג בת הרה"ג ר' אשר אנטשיל קארפן שליט"א ר"מ בישיבה גדולה סניף ויואל משה.
אלס קרוב משפחה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום "קבלת פנים" מלבוש מיטן שטריימל, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער תורה'דיגער שמועס מיטן דיין שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט"א מסדר קידושין געווען און אנגעוואונטשן פאר די מחותנים און זיידעס שליט"א.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים הרה"ח ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו אבי החתן און הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו אבי הכלה.
דער באריכט פון נעכטן דינסטאג און ווייטער וועט בס"ד נאכפאלגן.
≈♦≈
קורצער און גייסטרייכער באזוך פון מרן רבינו שליט"א אין מאנטרעאל
ווי אויבן באריכטעט אין קורצן, האט מרן רבינו שליט"א אפגעהאלטן א גורצע באזוך אין מאנטריא, קאנאדע, פארגאנגענעם מיטוואך פ' נח העעל"ט, אויף אייניגע שטונדן לרגל די דריי מאורעות ביי אנ"ש, דער רייכער "באנקעט" לטובת דעם גמר הבנין פון בית מדרשינו החדש אין די שטאט, דער מעמד "קביעת מזוזה" בבית מדרשינו החדש-בית שמואל בנימין, נדבת לב הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת הישיבה גדולה, און לרגל די חתונה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו חבר הנהלת הישיבה גדולה.
אין די מיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין מיטן פריוואטן פליגער, אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אבדק"ק סיגוט שליט"א, וחתניו הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א והגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א, ווי אויך עטליכע ראה"ק, ונאמני בית.

ביאת צדיק למקום
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין "דארוואל" לופטפעלד אום 4:30 נאכמיטאג, און איז דארט אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור אנ"ש אין שפיץל פון די ראה"ק און עסקני ועד קרן הבנין, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס התרגשות.
פון לופטפעלד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה ישעי' הלוי ווערצבערגער הי"ו מראה"ק וחבר ועד קרן הבנין, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן א קורצע וויילע, און דאן גלייך אריבער אויף א באזוך בבית גיסו הגה"צ רב דקהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א וואו דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן פריוואט.

רייכער באנקעט
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוריק צום שטוב פון ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו, וואו עס איז פארגעקומען דער רייכער באנקעט געצילט צו שאפן די גרויסע סכומים, צו קענען גומר זיין דעם בנין החדש והמפואר פון בית מדרשינו החדש אין מאנטרעאל, וואס איז פארגאנגענעם ימים נוראים צום ערשטן מאל געעפענט געווארן, נאך עטליכע יאר זינט מ'האט דאס אנגעהויבן צו בויען, צום גרויסן פרייד פון אנ"ש תושבי העיר פון איבער דער גארער וועלט, וואס עס דארף נאך אצינד געשאפן ווערן בערך צוויי מיליאן דאלאר צו קענען גומר זיין דעם בנין בתכלית היופי והשלימות, נאכדעם וואס מ'האט שוין אויסגעצאלט זעקס מיליאן דאלאר וואס דער בנין האט שוין ביז היינט אפגעקאסט.
ביי דעם באנקעט האבן זיך באטייליגט א געקליבענער צאל אנ"ש וואס האבן זיך באשטייערט מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם גמר הבנין. עס איז געווען מערקווערדיג זיך צו טרעפן ביי די מסיבה מיט א צאל ידידים ונדיבים בעם, וואס האבן אויך ביז היינט זיך שוין באשטייערט מיט פאנטאסטישע סכומים לטובת דעם בנין, און אצינד האבן זיי ווידעראמאל מקיים געווען דעם "ויתן ויחזור ויתן" מיט פרישע ריזיגע סכומים, שפירענדיג אלס אן אחריות און זכי' צו קענען האבן א חלק אין דעם בנת גדול וואס וועט בקרוב שוין ווירבלען אלס צענטער פון תורה תפלה וגמילות חסדים איבער די גאנצע שטאט.
די טישן זענען געווען רייך געדעקט, און אונטערגעשפילט מיט שיינע פילד-מוזיק, האבן די באטייליגטע הנאה געהאט פון די רייכע מסיבה שגדולי הנדבנים מסובים בה.
גלייך ווי מרן רבינו שליט"א איז ערשינען, האט מען געהערט די הערליכע דרשה פון איינעם פון די חשוב'ע תלמידי חכמים ומרביצי תורה אין די קהלה, הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א, בן הגה"צ ר' אשר שליט"א דומ"ץ אהל משה-וויען, וחתן הגה"צ אבדק"ק דזישבוי-מאנטרעאל שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די התרגשות'דיגע געפילן פונעם ציבור מקבל פנים צו זיין פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, און ארויסגעברענגט בשבח הציבור פון די נדיבים בעם וואס האבן שוין געגעבן, און געבן ווייטער לטובת גמר הבנין. באזונדער האט ער בשם כל הקלה ארויסגעברענגט די געפילן פון הכרת הטוב וואס מען שפירט צו די געטרייע עסקנים, וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן מיט אזא אומבאשרייבליכע מסירות נאמנה אהערצושטעלן דעם בנין, ביז ווען מען איז אנגעקומען צו דעם כמעט-אמגלויבליכן מציאות ביי וועלכן מ'האלט שוין אצינד, נעמליך גומר צו זיין דעם בנין.
מיט גאר ווארעמע ווערטער האט הר"ר אפרים זלמן באגריסט דעם נדבן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן הי"ו, וועלכער איז אומעטום דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, און באזונדער אין מאנטרעאל וואו ער האט זיך געלאזט קאסטן א סכום עצום לע"נ זיין אומפארגעסליכער פאטער הרבני הנכבד התורני מוה"ר שמואל בנימין ז"ל וועלכער איז געווען מחשובי פארי הקהלה, א סימבאל פאר יעדן פון די קהלה אין מאנטרעאל און אומעטום, מיט זיין יראת שמים און התמדה, און עס איז זיכער אז זכותו עומדת לעד.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף יעדן איד מקיים צו זיין דעם "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" דורכ'ן אנטייל-נעמען אין דעם פראיעקט פון הרחבת גבולי ביהמ"ד וואס דער ביהמ"ד וועט דאך בקרוב נקבע ווערן אין ארץ ישראל, ווי חז"ל זאגן, און ווי מרן רביה"ק זי"ע זאגט אז עס וועט נקבע ווערן אויפן מקום הקודש. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס מפי השמועה הערט מען אז דער בנין איז גאר א הערליכער, אבער נאך מער איז דער בנין פקיע שמי' מיט איר הויכן רוחניות'דיגן ניווא, וואס די קהלה שמ'ט אומעטום אלס ערליכער חסידישער מקום, וואו היימישע ערליכע חסידישע אינגעלייט און בעלי בתים האבן זיך קובע מקום געווען לתפלתם, וואס מ'זעט בחוש, ווי די געלטער צו בויען דעם בנין קומט דייק אפון ריינע ערליכע מקורות, פון אנ"ש ביי וועמען עס איז אזוי וויכטיג צו בויען אזא שיינעם הייליגן מקום.
דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבחם פון עטליכע נדיבים בעם מאנ"ש, ילידי עיר מאנטרעאל וואס האבן זיך באשטייערט מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם בנין, ווי: הרבני הנגיד ר' אברהם וויעדער הי"ו ראה"ק דק"ק קרית יואל, הרבני הנגיד ר' אהרן משה שלאגער הי"ו, ובפרט הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו נדבן הבנין, וועלכער האט שוין געשאנקן אזעלכע פאנטאסטישע סכומים, און איז גרייט שוין צו געבן נאך ווען מען בקרוב שוין דארפן צוקויפן דעם דערנעבנדיגן בנין, צו קענען פארגרעסערן דעם נייעם ביהמ"ד, וועלכע איז שוין איצט אנגעפולט נאך איידער עס איז אפילו געהעריג באנייט געווארן.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט בשבח פון די עסקנים וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר דעם בנין, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע נדיבים בעם וואס שטרענגן זיך אן מיט פרישע סכומים לטובת דעם קרן הבנין.

האלב מיליאן דאלאר!
די פארזאמעלטע נגידים בעם האבן דאן געהאט די זכי' אריבערצוגיין איבערצוגעבן נדבת לבם הטוב לידיו פון מרן רבינו שליט"א וואס האט יעדן אנגעוואונטשן ברכת הקודש. דער רבי שליט"א האט אויפגעשטראלט צו זען די ווארעמהארציגע נדבות פון יעדן איינעם, און האט יעדן באזונדער אנגעוואונטשן איש איש אשר כברכתו. באזונדער האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן פאר'ן בעל אכסניא ר' משה ישעי' הי"ו וועלכער האט זיך אנגעשטרענגט מיט א פרישן ריזיגן סכומים, בנוסף צו זיין נדבה ביז איצט זייענדיג דער נדבן פונעם נייעם פראכטפולער ארון הקודש אינעם ביהמ"ד, און זייענדיג דער רוקנביין פונעם נייעם ביהמ"ד.
דער באנקעט איז אפגעהאלטן געווארן מיט א קאלאסאלער סוקסעס, ווען עס איז אויפן פלאץ אריינגעקומען דער פאנטאסטישער סכומים פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר.

קביעת מזוזה
אינצווישן האט דער ציבור אנ"ש זיך פארזאמעלט אין היכל הביהמ"ד החדש, און מ'האט מיט שפאנונג געווארט אויפן רבי'נס אנקום. דער ביהמ"ד איז געווען איבערגעפולט פון ברעג צו ברעג מיט דעם ריזיגן ציבור, אנ"ש תושבי העיר, צוזאמען מיט אידן תושבי העיר פון אנדערע קרייזן וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם התרגשות'דיגער מעמד. אויף באזונדערע פארענטשעס זענען געשטאנען די תשב"ר תלמידי התלמוד תורה, וואס לכבוד'ן רבי'נס באזוך איז די תלמוד תורה ספעציעל געשלאסן געווארן אין א פריערדיגע שעה ווי געווענליך, כדי אז די קינדער זאלן קענען מיטהאלטן בעוד מועד.
גאר התרגשות'דיג איז געווען בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען אין היכל הביהמ"ד, און דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין א התרגשות'דיגן געזאנג אויף "בורא עולם בקנין". דער רבי שליט"א איז געווען מלא התרגשות זעענדיג צום ערשטן מאל דעם גרויסן און פראכטפולער געביידע וואס מ'האט ב"ה מצליח געווען אהערצושטעלן לשם ולתפארת. א לענגערע צייט האט מען געזינגן ניגוני שמחה, אפגעבנדיג שבח והודי' להשי"ת אז מ'האט די זכי' מקבל פנים צו זיין פני כ"ק מרן רבינו שליט"א ומלך ביפיו תחזנה עינינו.
נאכ'ן מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א האט מען געדאווענט מנחה, מיט וואס עס איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מרדכי וויעדער הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית טאהש.
נאך מנחה האט דער רבי שליט"א קובע געווען די מזוזה אויפן הויפט-אריינגאנג צום ביהמ"ד, און דערנאך מכבד געווען קובע צו זיין די אנדערע מזוזות, גיסו הגה"צ מאנטראלער רב שליט"א און דעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת הישיבה גדולה, וועלכער האט קובע געווען די מזוזה אויפן פתח הביהמ"ד.

קבלת פני צדיק
דאן איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן שליט"א מיט דאס השתתפות פונעם גאנצן ציבור, אין שפיץ פון די רבני העיר, צווישן זיי: הגה"צ גאב"ד קהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א, הגאון ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל, הגה"צ ר' ישעי' יעקב פארטוגאל שליט"א אבד"ק מאור הגולה בן האדמו"ר מסקולען שליט"א, הגה"צ ר' אברהם שלאגער שליט"א אבדק"ק בוקשעוויץ וראה"כ סאטמאר, הגאון ר' יעקב אייזן שליט"א מגיד משרים אין מאנטרעאל, הגה"צ ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' במאנסי, הגה"צ דומ"ץ הקהלה ר' מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א און נאך.
דער רבי שליט"א האט זיך באגריסט מיט די רבני העיר, און באזונדער זיך נאכגעפרעגט ביי הגה"צ אבד"ק מאור הגולה שליט"א אויפן מצב הבריאות ביי אביו האדמו"ר מסקולען שליט"א.
נאכ'ן זינגן פאסיגע ניגוני התעוררות ושמחה, האט מען געהערט די פייערדיגע דברי תורה ברוב התרגשות פון הגה"צ רב דקהלתינו הק' במאנטרעאל שליט"א וועלכער האט בדברים חוצבים באגריסט גיסו מרן רבינו שליט"א, ארויסברעגענדיג ווי "את בניו יארק והשפעתו וברכתו פרוסה במאנטרעאל" און ווי דער ציבור חסידים קוקט שוין אזוי שטארק ארויס אויף דעם באזוך פון רבי'ן שליט"א, און שטעלן זיך אלץ צו צו וואס דער רבי שליט"א פארלאנגט אלץ פונעם ציבור, אדרבה מ'לעכצט צו ערן נאך און נאך, פון רבי'ן שליט"א. דער רב שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין התפעלות פון די קהלה, און זיין האפענונג אז דער נייער ביהמ"ד וועט אפשפיגלען דעם בארימטן ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, וואס איז א מוסטער מיט איר גרויסן כח התורה, עבודה וגמילות חסדים.
באזונדער האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט בשבח פונעם דומ"ץ הקהלה הגה"צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א, וועלכער פירט דעם ביהמ"ד מיט א שטארקן ערענסטקייט. ער האט דאן אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א אז ער זאל ווייטער זען נחת פון די קהלה לשם ולתפארת.
דערנאך האט מען געהערט פאסיגע דברי תורה פון הגה"צ ר' מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' במאנטרעאל, וועלכער האט ארויסגעברענגט פאסיגע רעיונות לקראת דעם געהויבענעם מעמד. בשם כל הקהל האט ער ענטפאנקן דעם רבי'ן שליט"א בשמחה רבה, וואס איז א געוואלדיגער חיזוק, און ס'איז זיכער אז דאס איז נאר א פארשפיל צום גרויסן שבת שקלים אויף וואס מ'רישט זיך צו האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א וועט דאס פראווען בתוככי הקהלה אויף וואס יעדער קוקט אזוי שטארק ארויס.
דער דיין שליט"א האט בין הדברים ארויסיג הויפענס מיט רוחניות'דיגע השפעות פאר אנ"ש תושבי העיר. אין לופטפעלד האט מען אין א זייטיגן צימער געדאווענט מעריב. פאר'ן עמוד האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו מראשי קהלתינו במאנטרעאל. דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ניו יארק, און איז צוריקגעפארן קיין פארשעי אויף מנוחת הנפש.
אנ"ש אין מאנטרעאל האבן זיך אנגעשעפט מיט עמערס חיזוק, און קוקן ארויס מיט התרגשות אויף דעם גרויסן היסטארישער שב"ק וואס רבינו שליט"א וועט בעזהשי"ת פראווען צום ערשטן מאל זינט איבערנעמען דעם כס ההנגה פון אנ"ש, דעם קומענדיגן שבת ויקהל-שקלים, צוזאמען מיטן חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד וואס וועט בעזהשי"ת שוין דאן זיין פולקאם פארענדיגט לשם ולתפארת.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:13 pm#414655
לאקש אלערט...
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:18 pm#414656
העי, לאמיר נעמען אן אנקעטע וויפיל מענטשן דא אינטערעסירט די נייעס פאר מ׳פירקלט אן דא פיפצן בלעטער מיט רעבישע געקומעכטס און געגייעכאצער און לעקאך געטיילעכץ
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:27 pm#414657
.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 12:47 pm#414658
סקרן: ביטע לייג דיין תגובה אין אשכול פון מילתא דבדיחותא...!
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 1:07 pm#414662
יעצט האט מען שוין שטותים מיט לאקש'ן..
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 3:32 pm#414665
דער גייט נישט אין טוילעט פונקט ווי פרעה
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 3:36 pm#414666
ביבער האט געשריבן:דער גייט נישט אין טוילעט פונקט ווי פרעה

קוקט אויס ווי אין פארשעי האט ער זיך יא אריינגעכאפט ווייל ס'שטייט נישט וואס ער האט געטון דארט.
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 3:47 pm#414667
ביבער האט געשריבן:דער גייט נישט אין טוילעט פונקט ווי פרעה


ער גייט ווארשיינליך יא! ווייל גיין אין טוילעט איז אַן אינטגראלער טייל פון די סאטמארע ראביסטעווע...עיין ערך הכנות של רבינו הדברי יואל לתפילה
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 6:59 pm#414701
רבש"ע! @לאקש איז געווארן אן ארוני. :lol:
איך פארשטיי נישט, אדער אן ארוני אדער א זאלי אפשר איז דא א דרך הממוצע?
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:55 pm#414964
כ"ק מרן רבינו שליט"א ערווארטעט צגאסט אין עיר הבירה לאנדאן יצ
אצינד איז געמאלדן געווארן דורך הנהלת קהלתינו הק' אין לאנדאן איז אנשי שלומינו תושבי לאנדאן בפרט און תושבי אייראפע בכלל, וועלן אי"ה האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלכער וועט אי"ה פראווען א שב"ק – שבת קודש פ' ויגש הבעל"ט בקרב קהלתינו הקדושה אין די שטאט, נאך א צייט אפשניט פון 5 יאהר וואס דער רבי האט נישט געפראוועט קיין שבת בתווכי עיר לאנדאן.
דער באזוך איז ספעציעל באשטימט געווארן לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם היכל התורה "היכל ישעי' זאב" שע"י בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן, וועכלעס איז דער ערשטער אזא היכל אין די גאנצע שטאט.
אזוי אויך ווערן געפלאנט עטליכע שיינע מאורעות בצל הקודש דורכאויס די געהויבענע ימי הביקור פון מרן רבינו שליט"א.
מער דעטאלן און אזוי אויך פרטים איבער'ן וועד האש"ל וועט בס"ד נאכפאלגן.
-צהלו ורונו יושבת לאנדאן-
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 1:49 pm#415664
תשית לראשו עטרת פז:
הגה"צ המפו' רבי משה מנחם ווייס שליט"א
געקרוינט אלס רב דקהלתינו הק' בלאנדאן

מיט גרויס פרייד האבן אנ"ש איבער דער גארער וועלט, ובפרט אנ"ש תושבי לאנדאן, אויפגענומען די בשורה מרינה, איבער דעם התמנות פון הגה"צ המפורסם, מעוז ומגדל, תל תלפיות שכל פיות אליו פונים, ר' משה מנחם ווייס שליט"א, וועלכער איז נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אלס רב אבדק"ק דקהלתינו הק' אין לאנדאן, לפאר ולרומם את קרן קהלתינו הק' לשם ולתהלה.
דער חשוב'ער רב הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א איז נודע בשערים אלס איינער פון די גדולי הרבנים אין די שטאט בארא פארק, וואו ער איז שוין לאנגע יארן מכהן פאר אלס דומ"ץ דק"ק פאפא אין די שטאט, און איז שטארק נערץ ומכובד ביי אלע שיכטן און קרייזן, ובפרט האט ער שוין לאנגע יארן א נאנטן קשר מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א, שטייענדיג אין כסדר'דיגן פארבינדונג מיטן רבי'ן שליט"א איבער פארשידענע עניני הכלל והפרט, להגדיל קרן התורה, כשרות וצניעות בקרב מחנינו.
דער רב שליט"א איז דער זון פון הגה"צ ר' יעקב ווייס זצ"ל פיליעריגער ר"י בישיבת פאפא, שוואגער מיט הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל. ר' יעקב איז געווען גאר נאנט מיט מרן רביה"ק הברך משה זי"ע נאך אין די פריערדיגע יארן, ובפרט אין די יארן גלייך נאכ'ן גרויסן חורבן פון די צווייטע וועלט קריג, ווען ער האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם רבי'ן זצ"ל מיט פארשידענע ענינים.
אין די לעצטע חדשים איז קהלתינו הק' געווען שטארק אינסרומענטאל מיטן זוכן א פאסיגן איש על העדה אויף די ארטיגע קהלה, נאכדעם וואס דער פריערדיגער רב הגה"צ ר' יוסף בנימין הלוי וואזנער שליט"א איז פארבעטן געווארן דורך אביו הגה"צ ר' חיים מאיר שליט"א גאב"ד זכרון מאיר, צו קומען קיין בני ברק, לעמוד לימינו בהנהגת הישיבה "חכמי לובלין".
דורכאויס די גאנצע צייט איז די הנהלת הקהלה אין לאנדאן כסדר געשטאנען אין נאנטן פארבינדונג מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א איבער אלע פרטים, און אצינד האט מען בפקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א אויפגענומען הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א אלס רב אבדק"ק פון קהלתינו הק' אין לאנדאן, וואו ער וועט ממשיך זיין בהנהגת העדה, און פארשיינען די קהלה בפרט און די שטאט לאנדאן בכלל, מיט זיין גדלות בתורה וחסידות.
דער מעמד התמנות איז אפגעראכטן געווארן היינט זונטאג מיטאג-צייט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל. לרגל דעם התמנות איז ספעציעל געקומען צו פארן פון לאנדאן דער ראה"ק דקהלתינו הק' הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו, און נאך חשוב'ע פערזענליכקייטן מראשי ועסקני קהלתינו הק'.
צו די באשטימטע צייט האבן זיך פארזאמעלט ביים רבי'ן שליט"א די נכבדי הקהלה, אין שפיץ פון הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, בני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א הנגידים החשובים ראשי קהלתינו הק' פון קרית יואל און נאך אין שפיץ פון דעם לאנדאנער ראה"ק ר' אשר לעוו הי"ו, ולידם דער נייער רב הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א ויוצ"ח החשובים שליט"א, צוזאמען מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון דייני ראשי ופני ק"ק פאפא וואס זענען געשיקט געווארן צו דעם מעמד דורך האדמו"ר מפאפא שליט"א, ובראשם בנו הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא און נאך.
במשך די גאנצע צייט האט מען געזינגן הערליכע ניגונים, און מ'האט גלייך אין אנהייב געהערט די התרגשות'דיגע ווערטער פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שמחה פון די קהלה אז מען איז ב"ה זוכה אויפצונעמען אזא חשוב'ן רב לעמוד ולשרת בשם ה'.
דאן האט מען געהערט די דברי פי חכם חן פונעם נייעם רב הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א, וועלכער האט בין הדברים גאר פאסיג נאכגעזאגט א הערליכן חתם סופר, אויף דעם וואס מיט א שינוי השם איז מען זוכה צו א געוואלדיגן התעלות, און האט ארויסגעברענגט זיין האפענונג צו קענען צושטיין לימין קדשו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אנצופירן מיט די הייליגע קהלה אין לאנדאן.
נאכ'ן ממשיך זיין מיט ניגוני שמחה, האט מען פארגעשטעלט דעם שטר רבנות וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך די ראשי קהלתינו הק' אין לאנדאן, אויף וועלכן מרן רבינו שליט"א האט צוגעשריבן בכתי"ק ברכת קדשו און דערויף צוגעלייגט חתימת ידו. דער ראה"ק הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו האט פארגעליינט דעם שטר רבנות, און מ'האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם דבר ההתמנות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויף די פסוקי פרשת השבוע, פון דעם שליחות וואס אברהם אבינו האט געשיקט אליעזר צו זוכן א שידוך פאר יצחק, און דאס אויסגעטייטשט בדרך אגדה, אז דער כח פון אלע רבנים במשך הדורות, איז געווען פון דעם כח המשלח פון די פריערדיגע צדיקים, וואס ווערט נמשך ביז משה רבינו ע"ה, וואס דאס באגלייט יעדן רב עד סוף כל הדורות, וואס נאר אזוי האט מען א כח צו קענען מרים זיין דעם קרן התורה והיהדות.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז א פרייליכער טאג ווען דער חשוב'ער דיין דק"ק פאפא ווערט אויפגענומען אלס רב פון קהלתינו הק' אין לאנדאן, וואס די קהלה איז נתייסד געווארן דורך מרן רביה"ק זי"ע וואס האט אראפגעלייגט די יסודות ווי אזוי די קהלה דארף זיך פירן. דאס איז ווייטער נמשך געווען דורך מרן אביו רביה"ק הברך משה זי"ע וואס האט אזויפיל כוחות אריינגעלייגט פאר די הצלחה פון די קהלה, און זייערע כוחות וועט ווייטער באגלייטן דעם נייעם רב וואס מ'נעמט אויף, א רב וואס איז פקיע שמי' מיט זיין גדלות בתורה ובצדקות, און האט זוכה געווען מעמיד צו זיין חשוב'ע תלמידים מורי הוראה מובהקים, א רב וואס הכל מודים אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, וועט זיכער די גרויסע זכותים פון מרנן רבוה"ק אים באגלייטן צו קענען פירן די קהלה על מי מנוחות מיט סייעתא דשמיא און הצלחה.
דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די חשוב'ע קהלה אין לאנדאן וואס איז אהערגעשטעלט אויף אזא שיינעם פארנעם, סיי די קהלה, און סיי די מוסדות, די תלמוד תורה, די ישיבה און די מיידל שולע, וואס זענען אלע נודעים לשם ולתהלה מיט די שטארקע כוחות וואס מ'לייגט אריין, אדאנק די געטרייע ראשי הקהלה והמוסדות וואס האבן נאר דעם איינעם ציל צו פירן די קהלה און די מוסדות אויף דעם אופן ווי עס פירט זיך ב"ה, און מיטן אויפנעמען דעם נייעם רב, וועט מען אי"ה מצליח זיין צו גיין מעלה מעלה, ולמעלה אין להם שיעור, צו קענען נאך סאך מער טון און אויפטון, ביז מ'וועט בקרוב זוכה זיין צו גיין קעגן דעם גואל צדק בב"א.
דער רבי שליט"א האט דערנאך געטרונקן לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נייעם רב שליט"א און פאר די ראשי הקהלה, ווי אויך א ברכה פאר'ן גאנצן ציבור אנ"ש תושבי לאנדאן, וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד דורך א טעלפאנישן פארבינדונג, זייענדיג פארזאמעלט אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין לאנדאן.
אין די נאנטע וואכן וועט דער רב שליט"א אנקומען צום ערשטן מאל אויף א באזוך ביי די חברי הקהלה אין די שטאט, און דערנאך וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דער גרויסער מעמד ההכתרה פונעם רב שליט"א, ביים געהויבענעם באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א קומענדיגן שב"ק פרשת ויגש הבעל"ט.
עס איז דער וואונטש פון אנ"ש אומעטום אז דער נייער רב שליט"א זאל מצליח זיין בכל דרכיו, צו קענען פירן די קהלה על מי מנוחות עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו בב"א.
-לחן ולכבוד צבי תפארה, אומתו לו עטרה עטרה-
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:22 pm#415666
איך פארשטיי נישט דעם הרב וייס
ער נעמט אן א רבנות פאסטן איינער ער גייט אראפ זען מיט די אייגענע אויגן פון וואס מען רעדט?
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:33 pm#417102
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
למז"ט איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אייניקל ביי חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד ישמח משה, בת הנולדה ביי חתנו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק אהל משה קאזלאוו שליט"א אין מאנסי, בן האדמו"ר מקאזלאוו שליט"א וחתן הגה"צ אבדק"ק טערצאל שליט"א.
דער קידושא רבה איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם שבת קודש אין קאזלאווער ביהמ"ד אין מאנסי, ויקרא שמה בישראל "ברכה סימא" נאך די באבע הרבנית הצדיקת ע"ה אם המלך פון מרן רביה"ק הברך משה זי"ע.
*
די וואך וועלן אפגעראכטן ווערן די געהויבענע שמחות נישואין פון נכדי מרן רביה"ק הברך משה זי"ע.
מארגן - דינסטאג נאכט וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן די חתונה פון החתן נכד הגה"צ בארא פארקער רב שליט"א בן לחתנו הרה"ג ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מבאבוב שליט"א עב"ג הכלה תחי' טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס ישראל זעלטענרייך שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק טשאקאווא שליט"א וחתן הגה"צ אבדק"ק טאלטשאווא שליט"א פון קרית יואל. די חתונה וועט אפגעראכטן ווערן אין באבובער הויף אין בארא פארק.
מיטוואך נאכט וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן די חתונה פון החתן נכד הגה"צ רב דקהלתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א בן לבנו הרה"ג ר' אהרן שליט"א חתן הרה"ג ר' מאיר טייטלבוים שליט"א, עב"ג בת הגה"צ רבי צבי אויש שליט"א אבדק"ק וואלקאן פון וויליאמסבורג. די חתונה וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן אין די זאלן פון כתר ריזל אין וויליאמסבורג.
-קה זכות אבות יגן עלינו-
≈♦≈
דינסטאג תולדות
פארגאנגענעם דינסטאג פ' תולדות נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, וואו עס איז געווען זמני כניסה, ווי אלע וואכן.
עס האט אפגעשטאט א באזוך הרה"ג הרב דוב בעריש ראבינאוויטש שליט"א מסקאליע לרגל נישואי בתו למז"ט.
ביים רבי'ן שליט"א זענען פארגעקומען די שמחות החאלאקעס פון בני: מוה"ר מרדכי אהרן ליבערמאן הי"ו, מוה"ר יעקב יודא ווייס הי"ו און הר"ר מנחם הירש הי"ו מרבני כוללינו אין וויליאמסבורג.

מיטוואך תולדות
צומארגענס – מיטוואך אינדערפרי פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען דער שמחת הברית פון בן מוה"ר ישעי' ב"ר אלי' באש הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף עצי חיים.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען ביי הרבני הנגיד ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו חבר הנהלת מוסדות קרית יואל ע"פ אביו ע"ה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו אבי חתן און מוה"ר משה הערש ברא"ל בראך הי"ו אבי הכלה.
ביים רבי'ן שליט"א זענען פארגעקומען חאלאקעס פון בני: מוה"ר יעקב מאיר ווייס הי"ו און מוה"ר אברהם שפילמאן הי"ו.

דאנערשטאג תולדות
אום דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די ישיבה גדולה סניף "ברך משה". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: מוה"ר אברהם יואל לעפלער הי"ו פון וויליאמסבורג און מוה"ר יואל עקשטיין הי"ו. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א "סוגיא שיעור" אין די גמרא מסכת שבת וואס מ'לערנט איצט אין די ישיבה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חתונה צווישן המחותנים הרה"ג ר' הערשל קאהן שליט"א מגי"ש בישיבה גדולה אבי החתן און הרה"ג ר' יואל בר"א עקשטיין שליט"א מגי"ש בישיבה גדולה אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים, הר"ר קלמן רפאל פארקאש ז"ל אבי החתן און מוה"ר יוסף בר"ל קאהן הי"ו אבי הכלה.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו אבי החתן און מוה"ר אשר יצחק וויעדער הי"ו אבי הכלה.

פרייטאג ערש"ק תולדות
ערש"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו די שמחות הברית פון בני: מוה"ר אהרן אליעזר בערנאטה הי"ו און מוה"ר משה יודא יואל ווייס הי"ו ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א געדאווענט אין די ישיבה גדולה סניף "דברי יואל". פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר משה יוסף לאנדא הי"ו.

שב"ק פרשת תולדות
ערש"ק צום דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המחנה. מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן מוה"ר יצחק אליקים הכהן שווארטץ הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים נ"י בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויואל משה וברך משה שליט"א.
מיט "כל מקדש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א ר"מ בקרית יואל, און מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ח ר' מאיר סימאן שליט"א.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה ריח בני כריח שרה אשר ברכו ה'" און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון "מצוה הבאה בעבירה".
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו פון וויליאמסבורג, מיטן בענטשן הר"ר מאיר פאנעטה שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הב' בנש"ק יחזקאל רובין נ"י נכד האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, און מיט "אז ביום השביעי" הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו פון מאנטרעאל.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאבל זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן פרייטאג.
ביום השבת קודש אינדערפרי איז מכובד געווארן מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית, און מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו מראה"ק.
נאכמיטאג איז הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו מכובד געווארן מיט תפלת המנחה.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "אודה" הרה"ח ר' נח גפן שליט"א שו"ב און מיט "שיר המעלות" הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויף די פסוקים פון ברכת יצחק "ויתן לך אלקים מטל השמים וכו'" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר, אז א איד איז זוכה צו באקומען א תכונה קדושה פונעם משלח, פון השי"ת אליינס, אבער דאס איז נאר אויב מען איז נישט משוקע אין תאוות גשמיות, אויף וואס מען דארף ספעציעל נזהר זיין אין די מדינה, דאהי אין אמעריקע וואס איז כל כולו געשטעלט אויף תאוות.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ דכוללינו אין אנטווערפן, און מיט "קל מסתתר" מוה"ר נטע רעטעק הי"ו פון בארא פארק.

מוצש"ק תולדות
מוצש"ק האט דער רבי שליט"א באשיינט אין שפיץ פון די מלוה מלכה "מצדיקי הרבים" וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער מלמדי תינוקות של בית רבן פון מוסדותינו הק' איבער דער גרעיטאר ניו יארק, וואס איז געווען ווי א המשך פון דעם היסטארישער "שבת מצדיקי הרבים" וואס איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם יאר שב"ק פרשת תולדות העעל"ט.
ביי די מלוה מלכה האט מען געהערט וויכטיגע דרשות פון חשוב'ע בעלי מחנכים, צווישן זיי פון הגה"צ אבדק"ק קהלתינו הק' בלאנדאן שליט"א. דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען, מלא וגדוש מיט דברי הדרכה וחיזוק, ובפרט איבער וואס יעדער מלמד דארף זיין א סימבאל פאר די תלמידים מיט זיין התנהגות, און ווי שטארק מלמדים דארפן לייגן א דגוש נישט אריינצוברענגן צווישן די קינדער, די פראסטע און גוי'שע התנהגות וואס כאפט זיך ליידער אריין.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע כלי קודש שליט"א.

זונטאג ויצא
פארגאנגענעם וואך זונטאג אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הברית פון מוה"ר יואל הכהן מאשקאוויטש הי"ו.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים בני: הרה"ג ר' חיים קליין שליט"א ר"מ בישיבה קטנה קרית יואל, מוה"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו, מוה"ר יואל ב"ר ליפא הכהן פרידמאן הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו.
אין אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "כינור דוד" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר שמואל לייב פריעד הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים אבי החתן און העסקן מוה"ר שלמה צבי ברא"י עקשטיין הי"ו אבי הכלה, און צום זאל פון "בית רחל פאראדייס" מסדר קידושין צו זיין ביי די חופה צווישן המחותנים מוה"ר אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו אבי החתן און מוה"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו אבי הכלה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחה-זאל בביתו נאוה קודש, צו קריאת התנאים צווישן המחותנים מוה"ר אלי רייזמאן הי"ו אבי החתן און מוה"ר ברוך יודא קאללער הי"ו אבי הכלה.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:50 pm#417107
וואו קען מען קריגן אינפארמאציע איבער די פדיון הבן?
אויך האסט נישט געשריבן ווער האט געדאווענט פסוקי דזמרה
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 9:57 pm#417109
גדליה: וואסי...? דו האסט דיך געוואלט באשטייערן מיט א חלק פון די ה' סלעים. אדער אפשר גאר ביזסטו א כהן...? לאמיך וויסן. איך קען דיר אפשר ערלעדיגן צו זיין דער כהן הפודה ביי דעם נעקסטן פדיון הבן...!
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 1:35 am#417127
ביי די נעכטיגע גרויסע באבובע חתונה האט מהר"א געטאנצן מיט'ן חתן דערנאך אריינגענומען רב"ץ און שפעטער געטאנצן מיט רב"ץ אליין.
ווען רב"ץ איז געווען אין די רינג און ווען ער האט געטאנצן מיט מר"א אליין האט ער אלעס קאנטראלירט, ער האט אפגעמאכט ווען מ'טאנצט און א רינג, ווען מ'גייט א טריט אויף צוריק, ווען מ'לויפט פון צפון צו דרום, און ווען מ'כאפט זיך ארום איינער דעם צווייטן. מהר"א האט שיין געפאלגט ווי א קליינע ברידער

https://m.youtube.com/watch?v=5CGrvNBNV9w
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:01 am#417136
.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:28 am#417137
ער טאנצט מיט אים ווי כאילו מהר''א איז זיין נעפיו'ס אייניקל. מער גייט מהר''א לכאורה נישט זיין ביי קיין באבוב'ע חתונה, אפשר ביים קבל''פ.

ביי פאריגע חתונה האט ער עס אויך געטון מיטן ווינער רב און ער איז נישט געקומען דאסמאל....
פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:37 pm#417232
דאס איז וויאזוי רב"צ טאנצט מיט יעדן. ווען ער קומט צו א שמחה קיין סאטמאר טאנצט ער גענוי אזוי!!
וועם עס געפעלט נישט דער טאנץ אדער עפעס אנדערש שרייבט ליגענט. דער און יענער איז נישט געקומען. און זאגט שוין אפילו עתידות ווער עס גייט מער נישט קומען און עולם גולם גלייבט און פארקויפט עס ווייטער
מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 9:55 pm#417252
איסר האטלקי האט געשריבן:ער טאנצט מיט אים ווי כאילו מהר''א איז זיין נעפיו'ס אייניקל. מער גייט מהר''א לכאורה נישט זיין ביי קיין באבוב'ע חתונה, אפשר ביים קבל''פ.

ביי פאריגע חתונה האט ער עס אויך געטון מיטן ווינער רב און ער איז נישט געקומען דאסמאל....


אז רא''ט גייט מער נישט גיין, קען זיין.

וואס דו זאגסט וועגן וויען, איז סתם א דמיון. דער רב שליט"א האט דאס ערשטע מאל אזוי געטאנצן מיט ווינער רב ביי די חתונה פון בתו הצעירה תחי'.

ביי די חתונה פון בנו הרב ישראל אלימלך שליט"א איז ווינער רב ווייטער געקומען און געטאנצן אזוי מיטן רב באנפין נהירין.

ביי די חתונה יענע וואך האט מען נישט גערופן קיין פרעמדע רבנים, ווייל עס מאכט פשוט נישט קיין סענס צו רופן רבנים ואדמורי"ם ביי יעדע אייניקל'ס חתונה.

אדרבה, וועלמיר זעהן ביי די חתונה פון פרע"ח הרב שלמה שליט"א.
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:44 am#417255
פיינע קאווע האט געשריבן:דאס איז וויאזוי רב"צ טאנצט מיט יעדן. ווען ער קומט צו א שמחה קיין סאטמאר טאנצט ער גענוי אזוי!!

סתם פאר נייגעריגקייט, וויפיל רבנים קומען צו די באבוב'ע חתונות? צו וועלכע רבישע שמחות גייט ער?
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:56 am#417262
פאַרוואס פארדרייט מען דא די זכרות מיט אזעלכע שטותים? אויב עפעס, פאַרוואס קען דעיס נישט גיין אין צימעס??
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:22 pm#417274
רבותיי: די גאנצע שקלא וטריא דא איז אבעריג. ס'איז איין נפקא מינה וויאזוי ר' בנציון טאנצט. אריין אדער ארויס אין א רינג אדער מזרח מערב צפון און דרום. אפילו דער וויכוח צו ס'דארף ארייגיין אין צימעס איז אויכעט איבריג. אונז דארפן נאכאלץ גיין צו תפילת שחרית און גיין אין דזשאב. פאר די רעבעס איז עס א נפקא מינה. נישט פאר די פשוטי עם...!
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:09 pm#417389
בערל! סשוין 6 נאכמיטאג האסט שוין א וודאי גענדיגט דיין טאג ארבעט! ווי איז דא א בילד ווי מהרא געט די מזל טוב פאר הרב קיט"ל 53? פון מהרזל האבען מיר שוין געזעהן יעצט ווי איז דיין אפטרופסא רבא ביים טויט בעט האט ער צוגעזאגט יעדע חתונה פון חיים הערש שמייזליש וועט ער זיכער מאכען אז די זיידע עקזעסטירט נישט ווי איז זיין ברכת מזל טוב פאר בערישען ווי?
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:45 pm#417397
ימים יחזרו: ערשטנס ענדיג איך נישט אזוי פריה מיין דזשאב. אמת. ביי דיר זענען אלע שעות פון. טאג און די נאכט אייניג.

אוואו איז די בילד וואס דו פארלאנגסט ווייס איך נישט. אבער איין זאך בין איך דיר מבטיח. ווען דו וועסט חתונה האבן מיט'ן פויפסט. (וועלכער איז א ספרד'ישער איד.) וועל איך בלי"נ קומען צו די חתונה (מסתמא אין וואטיקאן עיר הקדשה.) און איך וועלל נעמען א סאך פיקטשערס פון די חתונה. אינגאנצן אומזינסט...!...
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 2:47 pm#417444
אזוי פיל שטותים און אזא קורצע פארגראף !
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 3:38 pm#417450
מ'מעג נאר שרייבן שטותים אין לענגערע פראגראפן ? אתמהה ?
דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 9:03 pm#417454
ימים ידברו האט געשריבן:אזוי פיל שטותים און אזא קורצע פארגראף !

ימים יחזרו: ווילאנג דו האקסט אויף מהר"א שליט"א איז עס דברי חכמה. אויב אזוי וויל איך נישט האבן קיין חלק אין דיין חכמה. ס'איז דא גענוג פון דיינע פענס. דו שרייב ווייטער. חזק ואמץ. זיי נישט קיין פ---! וואס זאלל איך טון אז דו ביסט דאך נעבעך, יא...! הקיצור. וואו זאלל איך דיך אינזין האבן...? ביי אתה חונן אדער ביי רפאנו...!
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:14 pm#418705
ביקור קודש אין עיר הבירה לאנדאן
ערשטן טאג – דינסטאג פ' ויגש
א יום טוב'דיגער שטימונג הערשט בקרב אנשי שלומינו תושבי אייראפע מיט'ן ערשיינונג פון מרן רבינו שליט"א אין לאנדאן היינטיגן אווענט.
אום 9:40 לאקאלער צייט האט דער פליגער פון רבי'ן שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין היטראו לופט-פעלד ווי דער רבי איז תיכף אפגעווארט און אראפגעפירט געווארן דורך די הויכע אינסטאנצן און תיכף צוגעפארן מיט אן אוטו צום ספעציעלן ווארט-זאל וואס איז פון פריער אראנשירט געווארן דורך די ראשי ועסקני קהלתינו, ווי דארט איז דער רבי אפגעווארט געווארן דורך ראשי קהלתינו.
דער רבי איז דאן ארויס אין זאל פון לופט-פעלד ווי עס האבן אפגעווארט א גרעסערע צאהל אנשי שלומינו ובראשם זקני דייני ונכבדי הקהלה ווי מען האט ענטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און נאך ווי דער דארטיגער ציבור האט שלום גענומען האט מען געדאווענט מעריב אויפ'ן סעפיעצ-צוגעגרייטער ארט און דאן איז מען אריינגעפאהרן אין שטאט.
אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי תיכף צוגעפאהרן צום אכסניא אין שטוב פון רבני הנגיד מוה"ר אשר לעוו הי"ו ראה"ק ד'קהלתינו, ווי דארט אויפן גאס האבן אפגעווארט נאך א גרויסער צאהל אנ"ש ותושבי העיר און שלום גענומען פון רבי'ן שליט"א.
אום מיטוואך אינדערפרי וועט אי"ה דער רבי שליט"א דאווענען שחרית אין ביהמ"ד הגדול, ווי נאכ'ן דאווענען וועט דער גאנצע ציבור האבן די געלעגנהייט אדורכצוגיין לברכת שלום.
-בזמן שהצדיק בעיר!-
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:51 pm#418960
איינער ווייסט פארוואס ר' ממ'וו די נייע רב איז נישט געפארען אויף שבת קיין עיר הבירה ?
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:13 pm#418966
ר' זעקל האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ר' ממ'וו די נייע רב איז נישט געפארען אויף שבת קיין עיר הבירה ?

ער האט געהאט א emergency surgery די וואך
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 11:51 am#419152
מסע הקודש אין עיה"ב לאנדאן יצ"ו
צווייטן טאג, מיטוואך פ' ויגש
ווי שוין באריכטעט, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף לאנדאן אום דינסטאג נאכט העעל"ט. צומארגענס מיטוואך אינדערפרי, איז דער רבי שליט"א ערשינען אין בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אום 9:30 , ווי די בחורי חמד האבן זיך צוגעיקוקט צו די עבודת הנכת טלית ותפילין, און דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר יעקב גאטעסמאן הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז געווען א געלעגנהייט פארן עולם אריבערצוגיין כבקרב רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו געבן שלום פאר'ן רבי'ן שליט"א ואף הוא ענה כנגד המברכים, וועלכעס האט זיץך פארצויגן א לענגערע צייט, ווען אינצווישן קומען אהן א גרויסער ציבור אנ"ש ואנשים מכובדים פון די גאנצע שטאט.
נאכ'ן שלום נעמען איז דער רבי שליט"א צוריק געגאנגען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק, ווי הרה"ג ר' בנציון בלום שליט"א דומ"ץ דק"ק באבוב, איז אנגעקומען אויף א באזוך ביי מרן רבינו שליט"א ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס בד"ת און ענינים און עובדות איבער הרה"ק מ'צאנז זי"ע.
דאן איז אריין אל הקו"פ הרבני הנגיד החסיד המרומם מוה"ר אלי' ענגלענדער שליט"א ובניו ווי עס איז פאוואנדעלט געווארן א שיינער שמועס איבער'ן הייליגן שינאווע'ר רב זי"ע – וועמענס הילולא עס געפאלט היינט ערש"ק.
דערנאך איז אריבער געקומען א שיינע דעלעגאציע ראשי וחברי הנהלת התאחדות קהלות החרדים ד'לאנדאן והשגחת כדתיא אויף א זיצונג מיט מרן רבינו שליט"א ווי עס איז איבערגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק ובתוכם איבער די גזירת החינוך אין לאנדאן, און נאך. דערביי האבן זיי פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א צו קומען באזוכן די בית השחיטה.
שפעטער זענען אריין אויף א באזוך הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ ד'קהלתינו אינאיינעם מיט גיסו האדמו"ר מביאלא שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בד"ת און נאך.
אביסל ציייט שפעטער איז מרן רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א ווי דערביי זענען אויך אנוועזענד געוועהן בניו וחתניו הרבנים הגאונים שליט"א, און עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער תוכ'ןפולער שמועס.
אום 4:30 נאכמיטאג איז מרן רבינו אנגעקומען אין היכל הישיבה קטנה ווי מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך איז פאהרגעקומען א מעמד לחיים וכתיבת האותיות לגומרה של תורה אינעם ספר תורה וואס איז דארט אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר לעוו הי"ו.
דערביי זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות א לענגערע צייט און דאן האט דער רבי שליט"א גומר געווען דעם ספר תורה, און דאן האט דער נדבן מוה"ר אליעזר הי"ו געמאכט הגבה און דערמנהל הישיבה הר"ר פינחס שלעזינגער שליט"א איז מכבוד געווארן מיט גלילה.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר'ן נדבן ובני המפשחה שיחיו, און משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בחורים, בענין ויגש אליו יהודה - אין הגשה אלא לתפלה, אז מען דארף זיך צוגרייטן לתפלה מיט לימוד התורה, דעמאלטס איז "בי" אדוני, אין מיר איז די באשעפער, דערנאך קען דאווענען "ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני" און אויסבעטן אלעס "ואל יחר אפך בעבדיך".
דער רבי האט אין זיינע ווערטער ארויס געברענגט בשבח הישיבה וועלכע איז געוועהן ערשטע אין שטאט מיט א סדר לימוד לפני התפלה, דער רבי ממשיך געווען געווען מעורר צו זיין איבער'ן עבודת התפילה פון אנהייב מה טובו, מיט א ווארעמקייט אזוי ווי פאסט פאר א חסידי'ש בחור. בסיום דבריו האט דער רבי מאציל געווען ברכת קדשו פאר די בחורים, מרביצי תורה און הנהלת הישיבה.
דאן האט איז דארט פאהרגעקוען א שיינער מעמד ריקודין לכבודה של תורה וו דער רבי האט ארומגעטאנצט מיט'ן ספר תורה א לענגערע צייט.
אום 6:15 האט מען ארויסגעפירט דעם ס"ת לרחובה של עיר פון שטוב פון נדבן הי"ו ווי א גרויסער ציבור אנ"ש, בחורי חמד וילדי הת"ת האבן באגלייט דעם ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען פאהרגעקומען די ריקודין לכבודה של תורה.
אינצווישן איז דער רבי שליט"א אריבער אויך א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי זאב הלוי פעלדמאן שליט"א רב דק"ק תורה עץ חיים, ווי עס איז אנטשטאנען א לענגערע הערליכער שמועס בהלכה ואגדה, ובתוכם די דינים פון א ברית ביי א נולד לאחר השקיעה, דיני הדלקה"נ ער"ש וקבלת שבת אין פלעצער צווישן הויכע בערג, מנהג רבותינו איבער'ן גרויסע קשר פון תפילין און נאך.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך במעונו פון הגאון הגדול ראש ישיבת וכולל הרמה שליט"א, ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שמועס איבער מנהגי ירושלים צב"ש שהחיינו ביי ברית ועוד, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענט בשבח די הרבצת התורה תחת דגלת מרן רבינו שליט"א מיט די חבורות, דער נייע היכל התורה וואס מען האט יעצט פארענדיגט אין די שטאט און נאך.
נאכדעם האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש ווי עס איז פארוואנדעלט געווארן א ידידות'ידער שמועס, און פון דארט איז דער רבי אריבער צו די חופה פון החתן בן הרה"ג ר' יוקל שלעזינגער שליט"א מרביץ תורה בישיבתינו הק' וחבר הנהלה רוחני פון די ת"ת ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען.
תיכף דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די ריקודין לכבודה של תורה ווי דער רבי האט אפגעראכטן עבודתו בקודש אויף א געהויבענעם פארנעם א לענגערע צייט ווען עס טאנצן מיט אלפי אנ"ש זקנים ונערים. נאכ'ן טאנצן האט דער רבי שליט"א פאהרגעזאגט דעם קאפיטל לדוד מזמור פסוק ביי פסוק, און דאן האט זיך דער רבי אומגעקערט לבית האכסניא ווי עס האבן זיך אנגעהויבן זמני כניסה פאר די זקני ופארי אנשי שלומינו חברי חבורת אהבת קדומים וועלכער האט זיך פארצויגן אין די שפעטע נאכט שעה'ן.
דער באריכט פון דאנערשטאג און היינט ערש"ק, און ווי אויך פונעם שיינעם מעמד קביעות מזוזה ופתיחת שערי ההיכל, וועט אי"ה נאכפאלגן.
אצינד בעת'ן שרייבן די שורות זענען שוין געמאכט געווארן די לעצטע הכנות צום געהויבענעם שב"ק וואס ווערט ערווארטעט געפראוועט צו ווערן אינאיינעם מיט פולע אורחים אנ"ש פון איבער אייראפע און ארה"ק.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 10:20 am#419229
ביקור האדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א בקו"פ אצל כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א בלונדון - א' ויחי ע''ט
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:07 pm#419394
ATUB @שמעקעדיג ATUB , אפשר ביסטו מסביר פארן קרייניצער זז"ג וויאזוי מ'פאוסט בילדער ריכטיג... :D
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:59 am#419592
אפשר ביסטו מיר מסביר????
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:54 pm#419634
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:אפשר ביסטו מיר מסביר????


די קאוועשטיבל וואטערמארק מאכט אז מ'זאל נישט קענען געהעריג זעהן דעם בילד, ואשע"כ איז כדאי צו סעלעקטען אז מ'וויל נישט דעם וואטערמארק איידער מען דרוקט "שיק". איך האב געטעגט שמעקעדיג אלץ א וויץ ווייל ער באקלאגט זיך אלעמאל דערויף.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:52 pm#419684
יישר כח
מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 2:30 pm#420161
אין די פריערדיגע באריכטן האבן מיר שוין איבערגעגעבן די סדרי הימים פון די ערשטע טעג פון די ימי הביקור, וואס מיר וועלן אי"ה אצינד ממשיך זיין, וואס טראץ עס איז נישט דא קיין ווערטער מיט וואס צו קענען שילדערן די התרגשות'דיגע געפילן פון די אלפי אנ"ש פון איבער גאנץ אייראפע און פון אנדערע מקומות, נאכ'ן מיטלעבן אזעלכע געהויבענע און גייסטרייכע מאמענטן, וואלן מיר, ווי אונזער שטייגער אלעמאל, פרובירן איבערצוגעבן די בלויזע פרטים פון דעם באזוך, איבערלאזנדיג פאר'ן ציבור אליינס צו האלטן פאר די אויגן אז הרבה יותר ממה שכתוב יש כאן.
-ביאת צדיק למקום עושה רושם-
***
מסע הקודש אין עיה"ב לאנדאן יצ"ו
דריטן טאג, דאנערשטאג פ' ויגש
באזוך אין די תלמוד תורה
דאנערשטאג אינדערפרי איז געווען באשטימט אלס דער זמן הביקור ביי די ילדי תשב"ר תלמידי התלמוד תורה דמוסדותינו הק'.
מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין תלמוד תורה אום 9:15, בעת ווען די תלמידים פון די גרעסערע כתות, האבן ווי יעדן טאג, עוסק געווען בלימוד התורה אלס הכנה לתפלה. דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן, און שטארק נהנה געווען פון דעם הילכיגן קול תורה. כדרכו האט דער רבי שליט"א פארהערט עטליכע תלמידים, און געשעפט הויפענס מיט נחת הערענדיג זייערע קלארע תשובות.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר עטליכע בחורים תלמידי התלמוד תורה, און דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען. ביתר שאת ועז ווי אלע טעג איז דאס דאווענען געווען מיט א פייער און התלהבות וואס האט אפגעדינערט אויף ווייט.
נאכ'ן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה די מנהלי התלמוד תורה, וועלכע האבן מקבל געווען עצה והדרכה אויף פארשידענע עניני חינוך אינערהאלב די תלמוד תורה.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ארום אינעם בנין התלמוד תורה, און איז אריין אין די חדרים פון די יונגערע כתות וועלכע האבן זיך נישט באטייליגט ביים דאווענען. דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תלמידים און זייערע מלמדים.

קבלת פנים ודברות קודש לתשב"ר
אינצווישן האבן די תשב"ר זיך פארזאמעלט אין היכל ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער תלמידים בליעה"ר, ביים מקבל פנים זיין פני כ"ק מרן רבינו שליט"א. דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד אין די מיטאג שטונדן, ווערנדיג ענטפאנגען מיטן קול הצאן פון די טייערע קינדער וואס האבן אונטערן אויפזוכט פון די חשוב'ע מלמדים, הארציג געזינגן פארשידענע ניגונים, ובפרט ניגוני התעוררות מעניני לימוד התורה, ווי והערב נא, והאר עינינו, כד יתבון ישראל און נאך. באזונדער האבן די תלמידים געזינגן די ספעציעל פארפאסטע חרוזים לכבוד המעמד.
דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים, און דאן משמיע געווען דברות קודש, ומן ההר אל העם זיך אראפגעלאזט צום שפראך פון די יונגע תלמידים. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט דברי מוסר והדרכה ענינים וואס איז ספעציעל נוגע פאר די תלמידים, פאלגן די עלטערן און מלמדים, דאווענען מיט א חסיד'ישן התלהבות, מאכן ברכות הויך אויפן קול, בענטשן דייקא פון אינעווייניג און זיך נישט שעמען צו נעמען א בענטשער, אכט געבן פון רעדן ליגענט און אזוי נאך ענינים. דאן האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר די תלמידים און מלמדים.
דאן האט דער רבי שליט"א געבענטשט "מטבעות" וואס מ'האט שפעטער פארטיילט פאר אלע תלמידים, און די קינדער האבן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.

באזוך אין נייעם היכל התורה
דער רבי שליט"א איז דאן אריבער צום נייעם "היכל התורה" הונטערן ביהמ"ד הגדול, וואס מ'האט דאן געהאלטן אין די לעצטע פאזעס עס צו פארענדיגן איידערן ערעפענונג במשך דעם באזוך פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א איז שטארק איבערראשט געווארן פון דעם הערליכן היכל וואס מ'האט מצליח געווען אהערצושטעלן, און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער אלע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה.

באזוך אין בית השחיטה-כדתיא
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי הגאון ר' יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ ורב דבית השחיטה פון "כדתיא". עס האט זיך געשאפן א שיינער שמועס, און מ'האט ארומגערעדט פארשידענע נושאים בעניני שחיטה והמסתעף, ובפרט איבער די בדיקה פון "צומת הגידין" און נאך. דער רב שליט"א האט איינגעלאדענט דעם רבי'ן שליט"א צו קומען באזוכן די שחיטה פון די שטאט.
גלייך דערנאך איז דער רבי שליט"א טאקע אריבער צום בית השחיטה אין באגלייטונג פון הג"ר יוסף פאדווא שליט"א ותלמידו העומד לימינו הרה"ג ר' גרשון שפיטצער שליט"א דומ"ץ וויזניץ. דער רבי שליט"א האט מיט אן עינא פקיחא זיך אומגעקוקט אויף דעם גאנצן מהלך פונעם בית השחיטה, און געפירט געשפרעכן מיט די שוחטים, בודקים ומשגיחים איבער אלע פרטים. דער רבי שליט"א האט שטארק הנאה געהאט פון דעם שיינעם סדר, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה אויפן פלאץ מיט די שוחטים, און יעדן געוואונטשן ברכות לרוב.

ביקורי רבנים ואדמורי"ם שליט"א
דאן האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די באזוכן ביי די רבני העיר. דער רבי שליט"א האט באזוכט ביי האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א מיט וועמען עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
שפעטער האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי הגאון ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחדות קהלות החרדים ובעל פותח שער, מיט וועמען דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער שחיטת עופות, און סיפורים פון די צדיקי בית זידיטשוב זי"ע.
דאן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ בעלזא מיט וועמען עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס איבער פארשידענע מנהגים און הנהגות בבית בעלזא, איבער חתונה-תקנות און נאך.
דאן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די חופה צווישן המחותנים הרה"ח ר' יוסף טאבאק הי"ו פון בני ברק אבי החתן און הרה"ח ר' ליפא פוקס הי"ו פון לאנדאן אבי הכלה, וואו דער רבי שליט"א איז געווען מסדר קידושין.
דער רבי שליט"א איז צוריק צו די אכסניא, וואו עס איז געווען ספעציעל באשטימטע זמני כניסה פאר די נדיבים בעם און עסקנים הדגולים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם פראכטפולער היכל התורה, וועמען דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

מסיבה לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק
דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד בנש"ק ר' מרדכי זיסקינד לאנדא שליט"א מנהל מוסדות יטב לב בארה"ק, וואו עס איז פארגעקומען א פראכטפולער סעודת הילולת הרה"ק מ'שינאווע זי"ע און באנקעט לטובת די הייליגע מוסדות יטב לב אין ארה"ק, מיט דאס השתתפות פון קריאי מועד אנשי שם, נדיבים בעם וואס האבן זיך באשטייערט מיט ספעציעל גרויסע סכומים לטובת די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל.
ביים אנקומען איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט סיפורים פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע לרגל די הילולא וואס איז אויסגעפאלן יענעם אויפדערנאכט, ו' טבת.
א הערליכע דרשה איז געהערט געווארן פון הרה"ג ר' יחזקאל לאנדא שליט"א ראה"כ בירושלים זון פונעם בעל אכסניא, און דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער האט מאריך געווען בשבח פון די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל, איבער די מעלות פון צדקת רבי מאיר בעל הנס, וואס מרנן רבוה"ק זי"ע זענען אלע געווען אזוי שטארק מקושר דערצו, און אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר אלע פארזאמעלטע.
די נדיבים בעם זענען דאן עקסטער אריין בקודש פנימה, איבערצוגעבן זייערע נדבות לטובת די הייליגע מוסדות, און האבן אלע אונטערגעשריבן די שטרות, ערהאלטענדיג דערנאך חתימת יד קדשו פון רבי'ן שליט"א אויף די ספעציעלע שטרות, זיך אונטערצונעמען די שיינע נתינות.
נאך תפלת מעריב דארט אין שטוב, זענען אריין בקודש פנימה דער בעל אכסניא ר' מרדכי זיסקינד שליט"א און די בני המשפחה, מקבל צו זיין ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א.
אנקומענדיג צוריק צו די אכסניא כחצות הלילה, האט שוין אפגעווארט א ריזיגער ציבור וועלכע זענען אריין אין די ריי מקבל צו זיין מברכותיו הטהורים פון רבי'ן שליט"א בזמן שהצדיק בעיר.

פרייטאג ערש"ק ויגש, יום ג' מסע הקודש
ערש"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הב' בן מוה"ר יעקב לאנדא הי"ו.
נאכ'ן דאווענען זענען די הונדערטער אויסלענדישע געסט דורך נעמען שלום פון רבי'ן שליט"א. די געסט זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פריינטליכקייט דורך דעם ועד האש"ל, וועלכע האבן יעדן מסדר געווען על צד היותר טוב.

חנוכת היכל התורה החדש
אינצווישן איז דער נייער היכל התורה "היכל ישעי' זאב" אויסגעשטעלט געווארן צום גרויסארטיגן מעמד קביעות מזוזה ופתיחת שערי ההיכל. דער ציבור האט זיך געזעצט צו די טישן, און דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם היכל לפאר בראש המסובין.
מ'האט דערביי געהערט די התרגשות'דיגע דיבורים פונעם נדבן ההיכל הרבני הנגיד המפו' מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' בלאנדאן, וועלכע רהאט ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום געהויבענעם זמן, ווען מ'האלט שוין אצינד ביים גמר הבני' פון דעם נייעם היכל וואס איז געבויט געווארן לשמו ולזכרו פון זיין אומפארגעסליכער פאטער דער פיליעריגער ראה"ק דקהלתינו הק' בלאנדאן, הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר ישעי' זאב לעוו ע"ה. ער האט דערביי דערציילט ווי שטארק דער רבי שליט"א האט אזוי משתוקק געווען אז מ'זאל אהערשטעלן דעם היכל, און דאס וואס איז ב"ה אהערגעשטעלט געווארן איז נאר אדאנק די שטארקע בקשה פון רבי'ן שליט"א אז מ'זאל דאס אהערשטעלן, ויראה צדיק פרי מעללו, ווען אצינד האט מען שוין די זכי' צו צייגן פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם נייעם היכל על תילה בנוי' בתפארתה.
אינצווישן האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די פאסיגע ווערטער פון דעם בארימטן מזכה את הרבים האורח הדגול הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א מנהל מפעל קביעת עתים לתורה בקרית יואל, וועלכער האט דערציילט ווי עטליכע יאר צוריק ביי זיינס א באזוך אין לאנדאן, איז נתייסד געווארן דער דארטיגער מפעל קביעת עתים לתורה, און דאן איז דער באגריף פון א היכל התורה אין די שטאט נאך געווען בגדר חלום... היינט איז א גרויסע שמחה אז מ'האלט שוין ביים פתרון החלום, ווען דער היכל איז אהערגעשטעלט געווארן אויף אזא הערליכן פארנעם, סאך שענער און ברייטער ווי מ'האט זיך געקענט פארשטעלן, ומבשרו אחזה האט ער מיטגעטיילט מיט זיין ערפארונג איבער דאס נחיצות פון ממנה זיין גבאים אויף מסדר צו זיין שיעורים, צוזאמשטעלן חברותא'ס און אזוי נאך, להגדיל תורה ולהאדירה.
דער ציבור האט דאן געזינגן ניגוני התעוררות, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן נדבן און פאר'ן גאנצן ציבור.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, שטעלענדיג זיך אויף דעם וואס מען זאגט יעדן טאג ביים דאווענען "כי הם חיינו" אז די תורה איז דער חיות פון א איד, זייענדיג מאריך איבער דעם חיוב פון קביעת עתים לתורה, וואס עס טאר נישט דורכגיין קיין טאג וואס מ'זאל נישט לערנען קיין תורה.
דער רבי שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט בשבח פון דעם נייעם מקום תורה וואס מ'איז אצינד מחנך, אויפן שטייגער פון די היכלי התורה פון קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט וואס איז לשם ולתפארת אומעטום, וואונטשענדיג אז דער דאזיגער נייער היכל זאל אויסשטייגן אויפן הערליכן פארנעם, ואחותינו את היו לאלפי רבבה. דערביי האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט פונעם גאנצן ציבור, אז יעדער איינער אן אויסנאם דארף זען צו האבן א קביעת מקום אין דעם היכל, צו קומען עוסק זיין בתורה יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, ווען גלייכצייטיג האט דער רבי שליט"א אויך איינגעלאדענט אלע תושבי העיר זיך קובע מקום צו זיין אין דעם נייעם היכל.
דער רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
אין די נאכפאלגענדע שעות איז דער היכל הערליך אויסגעשטעלט געווארן מיט טישן און בענק, און זונטאג אינדערפרי זענען די שערי ההיכל געעפענט געווארן לרוחה, באקומענדיג דעם אויסזען פון די וועלט-בארימטע היכלי התורה אומעטום, וואו עס איז ב"ה געהערט געווארן א הילכיגער קול תורה וואס האט יעדן מיטגעצויגן.

שבת קודש פרשת ויגש
א גאהר דערהויבענער און אומפארגעסליכער שב"ק איז פאראיבער אויף אלפי אנ"ש תושבי אייראפע און ארה"ק.

הכנה דרבה
פרייטאג איבערן טאג זענען אנגעגאנגען די ברענענדיגע הכנות, מסדר צו זיין אלע לעצט-מינוטיגע פרטים פון דעם געהויבענעם שבת, און די עסקנים האבן מצליח געווען אלעס אהערצושטעלן על צד היותר טוב.
דער ביהמ"ד הגדול איז אויסגעליידיגט געווארן פון טישן, און איבערן גאנצן ביהמ"ד און אלע צימערן ארום וואס זענען אריינגענומען געווארן אלס טייל פונעם ביהמ"ד, זענען געווען אויסגעלייגט בלויז בענק, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור.
אריינקומענדיג פרייטאג-צו-נאכטס אין ביהמ"ד, איז געווען א מחזה הוד זיך צו טרעפן מיט אזויפיל פילצאליגע אורחים מארבע פינות הארץ, וועלכע האבן אלע זיך געגרייט מיט אן ערענסטקייט צום געהויבענעם שבת. באזונדער האבן זיך אנגעזען די רבנים הגאונים רבני ודייני קהלתינו הק' שליט"א פון אייראפע און פון ארה"ק, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אלע מקומות, מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.

תפלות ליל שבת קודש
צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד, און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה מיט גרויס התעוררות. מיט "קבלת שבת" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכער האט פארגעדאווענט מיט גרויס נעימות.
נאכ'ן דאווענען האט געדויערט א לענגערע צייט ביז דער גאנצער ציבור האט געהאט די מעגליכקייט דורכצוגיין וואונטשן גוט שבת פאר'ן רבי'ן שליט"א, און די עסקנים האבן אראפגעלייגט א מוסטערהאפטע ארבעט, ביים זיכער מאכן אז יעדער האט די מעגליכקייט אנצוקומען, סיי דער ציבור אנ"ש און סיי די פילצאליגע תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געקומען לקבל פני הקודש ביום שבת קודש.

עריכת שולחן הטהור
קורץ נאכ'ן דאווענען האט זיך שוין אנגעהויבן דער מאסן-שטראם פון אלפי אנ"ש ותושבי העיר, וועלכע האבן זיך צוזאמגעשטופט אין דעם גיגאנטישן "יסודי התורה זאל" וואו דער רבי שליט"א האט מעריך געווען שולחנותיו במשך דעם גאנצן שבת. דער זאל איז אויסגעשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלעצער, אבער פארט איז דער זאל נישט געווען בכח צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור בליעה"ר, און בליץ שנעל איז דער גאנצער זאל איבערגעפולט געווארן עד אפס מקום, אזש פילע תושבי העיר האבן שוין פשוט נישט געהאט קיין פלאץ אריינצוקומען אין זאל.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש און גלייך אנגעהויבן שלום עליכם כנהוג. מיט "אשת חיל" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' פצע"ח יואל טייטלבוים נ"י בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען, מיט "כל מקדש" הג"ר שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחדות קהלות החרדים און מיט "מנוחה ושמחה" הג"ר יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ בהתאחדות קהלות החרדים.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ובני דן חושים" און צוגעברענגט דעם מדרש, אז בתורתו של רבי מאיר איז געשטאנען "ובן דן חושים". דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט א לענגערן דרוש ופלפול אין די סוגיא פון "טעם כעיקר" און עס איז געווען אן עונג שבת מיטצוהאלטן דעם ריתחא דאורייתא ונעימות התורה וואס האט זיך געשאפן ביים ריזיגן ציבור, מיטהאלטענדיג דעם שלל פון רעיונות נפלאים.
מיט "קה אכסוף" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הג"ר יוסף באב"ד שליט"א דומ"ץ בעלזא לאנדאן, מיט "ברכת המזון" הגה"צ אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, מיט "קה רבון עלם" הג"ר יחזקאל פריזל שליט"א דומ"ץ סקווירא, און מיט "אז ביום השביעי" הג"ר לייבל ווייס שליט"א ר"י מחזיקי לומדי תורה דבעלזא, ורב הכשרות דהעדה החרדית בארה"ק.
סיפורים ועובדות האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הגה"ק משינאווא זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן פרייטאג פריער.
נאכ'ן טיש כחצות הלילה האט מען אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א, נאכ'ן מיטלעבן אזא ליכטיגן ליל שבת קודש.

יום שבת קודש

חברת תהלים
בצפרא דשבתא איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צו די חברת תהלים פון די תשב"ר וואס האבן, ווי אלע וואכן, געזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התרגשות. דער רבי שליט"א האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך מיט די תלמידים, און דאן האט דער מנהל חברת תהלים הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו ארויסגעברענגט פאר די תלמידים די געוואלדיגע זכי' וואס עס איז, אז דער רבי שליט"א געפונט זיך דא משפיע צו זיין ברכות לרוב.
דער רבי שליט"א האט דאן משמיע געווען קורצע ווערטער פאר די תלמידים, ארויסברענגענדיג דעם געוואלדיגן כח פון הבל פיהם של תשב"ר, ובפרט ביים זאגן תהלים וואס איז בכח מבטל צו זיין אלע גזירות. באזונדער האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבח פון די תלמידים וואס שטיען אויף שבת אינדערפרי און קומען זאגן תהלים, וואס האט א געוואלדיגן כח. דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די טייערע תלמידים.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט פארלאזט דעם היכל, האט מען פארטיילט פאר די תלמידים מזונות וממתקים, צווישן זיי א ספעציעלער פעקל וואס איז פארטיילט געווארן דורך הרה"ח ר' אייזיק ווייס הי"ו מנהל חברת תהלים אין בני ברק, מיט א ספעציעלן אויפשריפט "א גרוס פון חברת תהילם בני ברק".

תפלות יום שב"ק
ביים דאווענען אין ביהמ"ד איז מכובד געווארן מיט "אמירת הברכות" הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דק"ק אהל משה וויען, און מיט "פסוקי דזמרה" הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'. צו שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה מיט א געוואלדיגן התעוררות כדרכו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן, מיט "הוצאה והכנסה" הגאון רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט"א דומ"ץ במאנטשעסטער. מיט די פסוקי "שמע ישראל" איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק' באנטווערפן. דער "בעל קורא" איז געווען הרה"ג ר' יעקב שרייבער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' אין אנטווערפן.
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן: "כהן" הרה"ג ר' שמעון קליינמאן שליט"א ר"מ בישיבת מבצר התורה דסאטמאר אין וויליאמסבורג איידעם פונעם נייעם רב הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א, "לוי" הגה"צ אב"ד דקהלתינו במאנסי שליט"א, "שלישי" הגה"צ אב"ד דקהלתינו במאנטשעסטער שליט"א, "רביעי" הגה"צ ראש הישיבה דישבתינו בבני ברק שליט"א, "חמישי" הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א זון פונעם לאנדאנער רב שליט"א. דער רבי שליט"א האט עולה געווען "שישי" און דערנאך געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לבנות הנולדים ביי הר"ר חיים טובי' ראזמאן הי"ו און ביי הר"ר דוד גלויבער הי"ו, ביידע מרביצי תורה אין די תלמוד תורה פון מוסדותינו הק'. "שביעי" החתן נ"י בן הר"ר חיים טאבאק הי"ו, "אחרון" הרבני הנגיד ר' אברהם וויעדער הי"ו ראה"ק דק"ק קרית יואל, און "מפטיר" הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק. "הגבה" הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', און "גלילה" הרה"ג ר' יוסף ווייס שליט"א זון פונעם לאנדאנער רב שליט"א.
מיט תפלת המוספין איז מכובד געווארן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בירושלים שליט"א. מיט "פתיחה" ביי אנעים זמירות איז מכובד געווארן הרבני הנכבד מוה"ר צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב-בית שמש.
די סעודה פון שבת בייטאג האט דער רבי שליט"א געגעסן בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק ונדבן היכל התורה החדש, וואו עס האבן מיטגעהאלטן די בני המשפחה. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגן "חי ה'" כדרכו. מיט "ברוך ה' יום יום" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם איידעם פונעם בעל אכסניא מוה"ר משה שרייבער הי"ו, מיט "ברוך קל עליון" זיין אייניקל מוה"ר יצחק שארף הי"ו, און מיטן בענטשן דעם בעל אכסניא ר' אשר זעליג הי"ו.

רעווא דרעווין
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען צום זאל פון "יסודי התורה" צו מנחה ושלש סעודות. דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאנן הי"ו פון אנטווערפן, און דער "בעל קורא" הרה"ח ר' אברהם גאטעסמאן הי"ו. מיט "הוצאה והכנסה" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל הורוויץ שליט"א מנה"ר בית רחל מאנטשעסטער, בן הגה"צ רב דקהלתינו הק' במאנטשעסטער שליט"א. "כהן" הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א פון וויען, "לוי" הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען און "שלישי" הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין אנטווערפן. מיט "גלילה" הרבני הנכבד ר' אייזיק ווייס הי"ו פון בני ברק.
דאן איז געפראוועט געווארן דער געהויבענער שלש סעודות, וואס איז געווען מלא רגש והתעוררות, ובפרט ביי "קבלת עול מלכות שמים" וואס האט אפגעדינערט אויף ווייט אוועק. מיט "אודה" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנכבד המפו' ר' אלי'ש ענגלענדער הי"ו, און מיט "שיר המעלות" הרה"ח הישיש ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו.
ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק "ועתה אל תעצבו" און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר מיט גאר שטארקע דברי הדרכה בעניני אמונה. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען איבער די עבודה פון יוסף הצדיק, וועלכער האט זיבצן יאר געלעבט אין מצרים איינער אליינס, וואס נאר מיט אמונה פשוטה, גלייבנדיג אז כל מה דעבד רחמנא לטב עבד, און ווי ער האט קיינמאל נישט געפרעגט קיין קשיות אויף די הנהגת הבורא האט ער דורכגעלעבט די אלע שווערע זמנים, און דאס זעלבע איז געווען מיט אברהם אבינו און נאך. אזוי האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט גרויס ברען איבער עניני אמונה פשוטה, וואס האט יעדן איינעם שטארק מעורר געווען.
מיט "ידיד נפש" האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו און מיט "קל מסתתר" הרה"ח הנגיד ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק. דער רבי שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות.
ביי מעריב איז געווען דער בעל תפלה הרה"ח ר' שמואל חיים פריינד הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א געוואונטשן "א גוטע וואך" פאר'ן גאנצן ציבור צוזאמען.

מוצאי שבת קודש

כתיבת האותיות
נאך דעם געהויבענעם שבת פון וואס דער ציבור האט אזוי שווער זיך געקענט שיידן, האט נאכגעפאלגט גאר א געהויבענעם מעמד, דער מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך די חשוב'ע מתפללי ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק', און איז ארויסגעפירט געווארן פון שטוב פון הרבני הנכבד ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק.
גלייך נאך הבדלה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שטוב פון ר' משה ארי', וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רבי שליט"א איז פון דארט אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' שליט"א בלאנדאן, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה והלכה. דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צו די אכסניא, וואו די אויסלענדישע געסט האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.

הכנסת ספר תורה
אינצווישן איז די ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, און איז געפירט געווארן אונטער די הערליך-באצירטע חופה, אויפן וועג צום זאל פון "יסודי התורה" וואו מען האט געפראוועט די ריקודין של שמחה מיט די נייע ספר תורה. אויפן גאנצן וועג, און דערנאך אין זאל איז די ספר תורה איבערגענומען געווארן דורך די נכבדי העדה, ובפרט די רבני קהלתינו הקדושות שליט"א וועלכע האבן געטאנצן מיט די הייליגע תורה מיט גרויס התרגשות.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל, און גלייך נאכ'ן איבערנעמען די ספר תורה, האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נפלאים, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, בעת ווען דער טאנצט און שפרונגט, ווערנדיג פארוואנדעלט אלס א מעין שמחת תורה, וינועו אמות הסיפים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט "לדוד מזמור" מיטן ימים נוראים'דיגן נוסח.

כינוס כללי עדת חסידי סאטמאר באייראפע
אינצווישן איז דער זאל אויסגעשטעלט געווארן מיט טויזנטער בענקלעך, פאר'ן גאנצן ציבור, גרייט צום גרויסן מעמד "כינוס כללי" פון עדת חסידי סאטמאר באייראפע, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מפאר געווען בראש, ולידו הרבנים הגאונים וצדיקים שליט"א רבני ודייני קהלתינו הק' אומעטום.
מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות א לענגערע צייט, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים לרגל דעם סיום כתיבת ספר תורה.
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע גועוען דברות קודש, און ארומגערעדט הערליכע דברי תורה, ובפרט האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם התמנות פון דעם נייעם רב אויף די קהלה, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א וואס ביי דעם מעמד האט געזאלט זיין דער מעמד ההכתרה, ומעת ה' האט זיך אזוי געפירט אז דער נייער רב שליט"א האט נישט געקענט קומען מיטהאלטן, האט דער רבי שליט"א אים געוואונטשן ברכות לרוב. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט פון דעם ענין וואס "אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא" און יעדער מנהיג העדה איז א שליח פון משה רבינו, וואס דער כח המשלח האט א געוואלדיגן כח. דערמיט האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבח פון דעם נייעם רב שליט"א וואס איז ראוי לאותו איצטלא, זייענדיג באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע מעלות, א גדול בתורה ויראה, וראוי ויאות מוכתר צו ווערן מיטן כתר הרבנות פון די קהלה.
בין הדברים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברי חיזוק והדרכה אויף כמה ענינים, בענין קביעת עתים לתורה, וואס יעדער איינער מוז האבן א קביעות'דיגע צייט צו לערנען תורה, ביי א שיעור ברבים אדער מיט א חברותא, ובפרט צו זיין אנגעשלאסן אין די חבורות הלימוד דקהלתינו הק'; בעני תפלה, צו דאווענען ווי א חסידישער איד, מיט אן ערענסטקייט פון אנהייב ביז צום סוף ברציפות אן צו שמועסן אינמיטן וואס דאס איז דער בעסטער וועג-ווייזער פאר די קינדער; בעניני כלי הטעכנעלאגיע, ווי שטארק מען דארף זיך מרחק זיין פון די אלע כלים טמאים, קליינע און גרויסע וואס מאכט ליידער אן אזעלכע שרעקליכע חורבנות סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען, ווי חסיד'ישע אינגעלייט ווי אויך נשים חשובות זענען ליידער גענצליך אפגעקילט געווארן דורך די אלע כלים טמאים.
באזונדער האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בעניני חינוך, צו זען מחשיב צו זיין ביי די קינדער, די מלמדים ביי וועמען זיי לערנען און נישט זיי אוועקצומאכן ח"ו, ווי אויך צו שטיין כסדר בקשר מיטן מלמד, איבערצושמועסן די הצלחה פונעם קינד, ובפרט ממשיך צו זיין דעם מנהג פון געבן "ראש חודש געלט" און שטיצן די מלמדים אין אנדערע זמנים, וואס איז א סגולה בדוקה ומנוסה פאר די הצלחה פון די תלמידים.
א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער צניעות ביי מלבושי נשים, ווי מען דארף שטיין על המשמר, נישט נאכצוגיין די אלע היינטיגע מאדעס פון פארשידענע קליידער וואס כאפט זיך אריין דורך די נידריגע גיום, און איז דער היפך פון צניעות, ובפרט די לאנגע צולאזטע שייטלען און נאך. אויך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער רעדן אידיש צווישן זיך און נאך ענינים הצריכים חיזוק.
ביי דער געלעגענהייט האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען דעם נייעם רב שליט"א און די געטרייע חברי הנהלת הקהלה והמוסדות פון לאנדאן און פון אנדערע מקומות, וועלכע זענען עומדים על משמרתם בקודש, און עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם זיי מחזק צו זיין מיט וואס נאר מעגליך.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.
גלייך נאך די דברות קודש האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות.
דער באריכט פון זונטאג און ווייטער וועט בס"ד נאכפאלגן.
≈♦≈
מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:50 am#423839
מרן הגה'ק מ'סאטמאר איז אפגעפלויגן אויף א בליץ באזוך צום ציון פון רשכבה''ג די הייליגע קדושת יום טוב זי'ע אין טאג פון יארצייט.

בשעת די רבי וועט זיין ביים ציון וועלן זיך די צענדליגע סאטמארער ישיבות צוזאמען אלע בחורים לערנען און דאוונען מעורר רחמים צו זיין מיט די ראש העדה, אז עס זאל זיין א הצלחה.
מאנטאג פעברואר 04, 2019 1:29 pm#423861
נישט געוואוסט אז דער קדושת יו"ט זי"ע איז געווען דער רשכבה"ג.
מאנטאג פעברואר 04, 2019 1:32 pm#423863
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:ביקור האדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א בקו"פ אצל כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א בלונדון - א' ויחי ע''ט


נישט געוויסט דאס איז געווען 'פנימה', נאך א מזל ער האט געשטעלט בילדער ווען נישט וואלט איך געמיינט דאס איז פארגעקומען בטומאה החוצה...
מאנטאג פעברואר 04, 2019 3:10 pm#423872
Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"א שליט"א)
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט געוואוסט אז דער קדושת יו"ט זי"ע איז געווען דער רשכבה"ג.
וואס מיינסטו, אין כל חדש תחת השמש, שוין דעמאלטס אויך געווען רשכבה"גס
פרייטאג מערץ 22, 2019 12:57 am#426890
פון hqsatmar

PLEASE NOTE This year since the clock ⏰ changed there will NOT be the #Shushan Purim Tish In Williamsburg on Motzei Shabbos (Saturday night) as usual.

כאילו אין די פארגאנגענהייט ווען ס'איז יא געווען א שיבסר טיש איז די זייגער נאכנישט געווען געריקט...
איינער דארט מיט אביסול שכל האט איינגעזעהן די צעדרייטקייט פון די שיבסר טיש מנהג און געמאכט א סטאפ דערצו, אבער פאר די קעלבער דארף מען געבן א תירוץ וועגן די געריקטע זייגער
מאנטאג מאי 06, 2019 3:52 pm#429763
א אימעיל דוד עקשטיין האט געשיקט צו די פרנסי הקהלה אין ברוקלין בנוגע וואו דער רבי זאל זיין געזונט זאל פראווען דעם יו״ט שמחת תורה הבעל״ט

נ.ב. דער ראה״ק בעט אז לתועלת הענין זאל דער בריוו בלייבן פנימי
מאנטאג מאי 06, 2019 9:28 pm#429789
אנטווארט פון די ברוקלינע פרנסי הקהלה
דינסטאג מאי 07, 2019 1:46 am#429812
שצם_חנכל האט געשריבן:אנטווארט פון די ברוקלינע פרנסי הקהלה

סאיז פאלש
מאנטאג מאי 13, 2019 1:06 pm#430333
שמעתי אז היינט נאכמיטאג וועט ירום הודו ארומרעדען בנוגע בני ברק! פרעג איך פארוואס נאר אייקארן איז ביי תהילים טוויט? פארוואס אורבאך און נישט בני ברק? מאי שנא?
מאנטאג מאי 13, 2019 2:23 pm#430338
שוין גערעדט.. אלעס דורך אין בעסטען ארדענונג.