Under maintenance
הויפט זייט » אויף וואס פאסט מען אויס?

אויף וואס פאסט מען אויס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1268
זונטאג יולי 29, 2012 6:41 pm#29513
אויף וואס פאסט מען אויס?
איך פאסט אויס אויף א גלעזעלע ברוינפען, און דערנאך א מאלצייט וואס באשטייט פון א גרינצייג סאלאט און געבאקענע סעלמאן פיש. אויף וואס פאסט דער עולם אויס? אוי, וואס איז נישט גוט אויסצופאסטן?
זונטאג יולי 29, 2012 6:54 pm#29516
ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."
זונטאג יולי 29, 2012 7:16 pm#29524
היינט פאסט מען אויס אויף גרעיפ דזשוס... אדער ביער/קאווע
זונטאג יולי 29, 2012 7:23 pm#29532
מעג מען מאכן הבדלה אויף בראנפן? אויב יא וועל איך מאכן הבדלה און אויספאסטן אויף פיינע קאלטע סטראפקובע בראנפן.
זונטאג יולי 29, 2012 7:24 pm#29535
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)
זונטאג יולי 29, 2012 7:26 pm#29536
מסתמא פעלט די ווארט "אסאך" פאר "גראד נאכן פאסטן"
זונטאג יולי 29, 2012 7:27 pm#29538
שמואל הלוי האט געשריבן:מסתמא פעלט די ווארט "אסאך" פאר "גראד נאכן פאסטן"

פארוואס סתם אפהרגנ'ן א גוטן וויץ?
זונטאג יולי 29, 2012 7:29 pm#29540
שמואל הלוי האט געשריבן:מעג מען מאכן הבדלה אויף בראנפן? אויב יא וועל איך מאכן הבדלה און אויספאסטן אויף פיינע קאלטע סטראפקובע בראנפן.

פארוואס נישט? מה-דאך ביר, כש"כ יי"ש!
זונטאג יולי 29, 2012 8:59 pm#29565
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

נא, ער לעבט שוין טאקע נישט, אבער ער איז נישט אוועק פון הינגער, נישט ער.
ער פלעגט זאגן די וויץ צווישען איין קיפעלע אינעם צווייטן, מיט א "גלעזלע" אונגארישע סחורה אין די זייט (ער פלעגט רופן א אכט אונס קאפ "גלעזלע" - בלשון חיבה).
נו, עס איז שוין אריבער די צייטן, די אידן מאכן זיך מער נישט, חבל על דאבדין.
זונטאג יולי 29, 2012 9:06 pm#29567
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

:P
זונטאג יולי 29, 2012 9:17 pm#29572
נוי יארק האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד פלעגט זיין א עלטערער איד וואס פלעגט זאגן: "עס איז נישט גוט צו עסן גראד נאכן פאסטן..."

יענער איד איז דאכט זיך געשטארבן פון הונגער (אויב דענק איך גוט)

נא, ער לעבט שוין טאקע נישט, אבער ער איז נישט אוועק פון הינגער, נישט ער.
ער פלעגט זאגן די וויץ צווישען איין קיפעלע אינעם צווייטן, מיט א "גלעזלע" אונגארישע סחורה אין די זייט (ער פלעגט רופן א אכט אונס קאפ "גלעזלע" - בלשון חיבה).
נו, עס איז שוין אריבער די צייטן, די אידן מאכן זיך מער נישט, חבל על דאבדין.

הע, דיינע אייניקלעך'ס חבירים וועלן רעדן מיט נאסטאלגיע אויף דיר...
זונטאג יולי 29, 2012 9:36 pm#29583
איך האב אויסגעפאסט אויף פאפיטעס צוגעטרינקען אביסעלע פיש זאפט. אוי וואס ווייסט דען דער גוי!
זונטאג יולי 29, 2012 9:38 pm#29584
פארוואס האסטו נישט פראבירט הערינג מיט קיכלעך?
זונטאג יולי 29, 2012 9:39 pm#29586
שוין בארד! כ'געוואלט טרייען עפעס ניי
זונטאג יולי 29, 2012 9:49 pm#29587
האמת ניתן להאמר, איך האב אויסגעפאסט אויף stern cheese swirls. ס'זעער זעער גוט, איך האב עס קיימאל בעפאר נישט באמערקט אויפ'ן בעקערי שעלוו אין גראסערי ווייל ס'ליגט אינעם פרידזשדעיר סעקשען. ס'זעהט אויס ווי פלעינע קאקאש ראגעלעך.
זונטאג יולי 29, 2012 10:35 pm#29602
כ׳האב אויסגעפאסט אויף אן עפל
זונטאג יולי 29, 2012 10:43 pm#29603
אן עפל אדער אנעפל?
זונטאג יולי 29, 2012 10:43 pm#29604
אנאראנדזש
זונטאג יולי 29, 2012 10:43 pm#29605
זר זהב האט געשריבן:איך האב אויסגעפאסט אויף פאפיטעס צוגעטרינקען אביסעלע פיש זאפט. אוי וואס ווייסט דען דער גוי!

איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך מיין אז רוב אידן ווייסן אויך נישט דערפון.... :lol:
זונטאג יולי 29, 2012 11:05 pm#29609
ס'דא וואס זענען נוהג און אזא יאר אויסצופאסטן אויף פאטעטא קיגל מיט קנאבל.
.
במקום מלוה מלכה..
.
אנדערע זענען יוצא מיט פיצא און אייז קרעים.
זונטאג יולי 29, 2012 11:18 pm#29615
געלט מעשה איז אויך וויכטיג?
מאנטאג יולי 30, 2012 10:35 am#29728
שמואל הלוי האט געשריבן:מעג מען מאכן הבדלה אויף בראנפן? אויב יא וועל איך מאכן הבדלה און אויספאסטן אויף פיינע קאלטע סטראפקובע בראנפן.

כ'האף דו האסט שוין געמאכט הבדלה און כ'בעט א תפילה אז די שאלה זאל מער נישט זיין נוגע למעשה,
די תירוץ איז אז מ'מעג, ס'דארף אבער זיין בערך דריי אונסעס און מ'דארף טרינקען רוב כוס.
וכן אני נוהג.
מאנטאג יולי 30, 2012 10:54 am#29736
כך נהגתי בעצמי
מאנטאג יולי 30, 2012 11:42 am#29753
כדי להרחיב ולהגדיל השמועס ולהאדירה, איז כדאי צו לייענען וואס די אייוועלטיסטן שרייבן
זונטאג יולי 05, 2015 8:45 pm#287234
אויף זאלצעדיגע הערינג.!
זונטאג יולי 05, 2015 10:14 pm#287245
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
ומה נהדר היה המראה לראות זקנים ונערים בחורים וילדים שמטפסים אחד על השני לטפוס את הראגעלע
זונטאג יולי 26, 2015 8:48 pm#291843
אויף טשולענט שיריים.
זונטאג יולי 26, 2015 8:52 pm#291846
הדר גירקין איינגעטינקען אין וואדקע.
זונטאג יולי 26, 2015 8:54 pm#291847
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
Grape juice
זונטאג יולי 26, 2015 10:19 pm#291863
הבדלה געמאכט אויף א גלעזל באדווייסער נישט שלעכט געווען
זונטאג יולי 26, 2015 10:24 pm#291868
הבדלה דערנאך אייער שפייס מיט א קאווע
זונטאג יולי 26, 2015 10:43 pm#291881
גר ותושב האט געשריבן:Grape juice


ליפא האט געשריבן:אויף טשולענט שיריים.


מען איז זיך נוהג נישט צו עסן פלייש און וויין ביז מארגן צוםרי.
זונטאג יולי 26, 2015 10:45 pm#291886
שמעקעדיג האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:Grape juice


ליפא האט געשריבן:אויף טשולענט שיריים.


מען איז זיך נוהג נישט צו עסן פלייש און וויין ביז מארגן צוםרי.

עפ"י הלכה מעג מען שוין ווען ס'איז נדחה...!
זונטאג יולי 26, 2015 10:51 pm#291890
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
על פי הלכה דארף מען נישט ווארטן ביז חצות אבער ביינאכט עסט מען נישט פליישיגס און מען טרינקט נישט וויין אבער פאר הבדלה יש אומרים מען מעג אפילו וויין ויש אומרים מען זאל ניצען grape juice

Sent from my XT1056 using Tapatalk
זונטאג יולי 26, 2015 10:55 pm#291892
פראבירט און עס איז גוט געווען.
עמעזאן האט געשריבן:הבדלה געמאכט אויף א גלעזל באדווייסער נישט שלעכט געווען
זונטאג יולי 26, 2015 10:57 pm#291893
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
שמעקעדיג האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:Grape juice


ליפא האט געשריבן:אויף טשולענט שיריים.


מען איז זיך נוהג נישט צו עסן פלייש און וויין ביז מארגן צוםרי.

אויף וואס האסטו געמאכט הבדלה?
מאנטאג יולי 27, 2015 12:43 am#291954
הבדלה זענען דא מקילים אפילו ווען ס'איז נישט נדחה, כש"כ ווען יא.
מאנטאג יולי 27, 2015 12:45 am#291955
אה יעצט כאפ איך, קלאץ וואס איך בין... גר ותושב האט געמיינט צו זאגן הבדלה גרעיפ דזשוס. זעהט אויס מיין שכל איז געווען טעמפארערילי out of order נאך אזא שווערן פאסט טאג....
מאנטאג יולי 27, 2015 9:03 am#291996
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
רבותי

כהאב חרטה געפילען שוין לאנג נישט געגעסן אזוי סאך.

כמיין אויספאסטן איז די שווערסטע חלק פינעם פאסטן
מאנטאג יולי 27, 2015 1:14 pm#292060
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:Grape juice


ליפא האט געשריבן:אויף טשולענט שיריים.


מען איז זיך נוהג נישט צו עסן פלייש און וויין ביז מארגן צוםרי.

עפ"י הלכה מעג מען שוין ווען ס'איז נדחה...!

עס איז בפירוש אסור ע"פ פסק הרמ"א ביזן עלות. (עיין במהרי"ל שתי טעמים ע"ז)
סתם א תשעה באב (נישט נדחה) נעמט מען די הנהגה פונעם רמ"א (אלטץ הלכה) ביז חצות, אבער די איסור ביזן עלות איז יעדע תשעה באב און האט גארנישט מיט נדחה איינגעלייגט.
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 12:27 am#300938
.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:04 pm#301996
א נעפל מיט א ביסל קענטעלאופ.

ביזט פארריקט, א פאר סלייסעס בראוני און א האלבן פעקל אסטרייכערס טשאקלאד טשיפ קוקיס, און ווארט נאר ווארט באלד קומט די ריכטיגע סחורה, פיינע בארכעס און פיש אויפן (כמעט) ליידיגן מאגן און און א ברענעדיגע זופ מיט טשיקן
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:06 pm#301998
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
טשיז קעיק
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:20 am#302041
גרעפ דשאס. צו מען וויל יא צו מען וויל נישט [חוץ אז מען הערט פון א צווייטען]
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:21 am#302067
אדער וויין
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:17 pm#302133
אויף דריי גלעזלעך "נאאב קריעק" 100 פרוף בראנפן. (מיינע גלעזלעך זענען דאפלט ווי די געויינליכע בראנפן גלעזלעך) און האניג לקח (לעיקעך) וואס די רביצין שליט"א האט געבאקן לכבוד ראש השנה... :lol:
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 1:54 am#392258
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
עניטינג

Sent from my XT1096 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 2:59 am#392259
די זעלבע ווי יעדע נאכט.
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 6:08 pm#392326
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
806121021_16123.jpg
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 6:08 pm#392327
Re: אויף וואס פאסט מען אויס?
804723247_103676.jpg