Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים

קאווע שטיבל • שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12681
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 11:19 am#415862
שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
אזוי ווי עס איז דא אן אשכול ועגען אכשר דרא אין פארשידענע פלעצער, שטעל איך די אשכול פאר שוואנצאנות אין פארשידענע ערטער, כדי עס זאל נישט זיין א באזונדער אשכול אויף יעדער פאל.


סיפור שר׳ מיילך ע"ה היה מספר:

בחור בכפר חב״ד (או לוד לא זוכר בדיוק) עבר על איזה דבר, וכתב לרבי בבקשה לתיקון. במכתכו כתב שבספר פלוני כתוב לעשות איזה דבר, והאם הוא יעשה כהספר?

תשובת הרבי היה לשאול להמשפיע בישיבה שאז היה ר׳ שלמה חיים ע"ה.

הבחור שאל ר׳ שלמה חיים, וענה לו, תן לי יום לחשוב איך להדריכך.

למחר קרא אליו ר׳ שלמה חיים ואמר לו שהוא שוואנץ. דכשכותבים לרבי, אין ליתן עצות מספרים מה לעשות. אלא שואלים מה לעשות, ומה שהרבי עונה, כך עושים. והדריך אותו ר׳ שלמה חיים לכתוב עוד הפעם כ״מענטש״.

ר׳ שלמה חיים הסביר שכהראה לו המכתב מהרבי, לא ידע מה לתרץ. מה לו ולתיקונים? כשחשב על זה, עלה בדעתו שבוודאי הרבי רוצה שהוא יאמר לבחור מה שהרבי אינו יכול לאמר לבחור. אז הבין שצריך להגיד אל הבחור שהוא שוואנץ שכתב לרבי וכאילו נותן להרבי עצה על תיקון.

ואח"כ צריך לכתוב עוה"פ ויקבל תיקון מהרבי וכו'.


[הסיפור כמדומני כבר נדפס בח״ב של הספר על ר׳ שלמה חיים, וכמדומני ג״כ ששם מופיע בשם ר׳ מייליך. סתם להעיר]


פון א חב"ד טלגרם טשאנעל. דאס איז א פארקערטען בליק אויף שוואנצאנות
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 1:34 pm#415875
א פערקערטע בליק, אבער פארט..

ס'איז א היכי תמצא פון אי שוואנצנות מתוך שוואנצנות..
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 4:09 pm#416016
אזהרה: אומאיידל (עכ"פ לטעמי)
m http://hebrew-academy.org.il/wp-content ... bartal.pdf m
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 4:23 pm#416021
אין חב"ד איז דאס - כנראה - אויך א מיאוס'ע ווארט, נאדיר פונעם זעלבן טעלעגראם ווי מען האט צענזורירט דעם ווארט:
Chabad:
עולם השקר
אחרי כשנה של היכרות עם ר' ראובן היו לי כמה חברים שהיו לועגים לי וקוראים לי: היד ימין של ראובן, הרגל ימין וכו'
זה הרגיז אותי מאד והלכתי לספר לו. הוא מצדו אמר לי: "לחברים האלה תענה בשפה הזו: תגיד להם שזה עולם השקר... וכשישאלו מה הקשר? תאמר להם: שהם ... [זנב], וה... [זנב] בעולם השקר חושב שהוא המוח"
(גיל בניסטי)

געזעהן ערגעץ אין א ליובאוויטשע מעשה ביכל עפעס א מעשה אז איינער האט זיך אויסגעדרוקט מיט גאר א שארפע אויסדרוק, איז געדרוקט אין דעם בוך אזוי "ש..... (א שי"ן מיט דריי קעפלעך...)", ע"כ. ווייס איך נישט אויב דאס מיינט אויך שוואנץ, אדער עפעס אנדערש, איך בין נישט אזוי באהאוונט אין די תומכי-תמימים לעקסיקאן... אפשר קען ATUB @ונבנתה העיר ATUB ארויסהעלפן.
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 4:50 pm#416022
לא ידעתי וואס דאס איז פונקטליך א שין מיט דריי קעפלעך.

די באקאנטע מעשה אויף ר"מ פוטערפאס האביך אויך געהערט אויף דעם פתגם. ר"מ איז אמאל געשטאנען מיט טלית ותפילין און באוואשען איינעם אז ער איז א שין מיט דריי קעפלעך. האט זיך איינער אנגערופען: נו! אזוי רעדט מען מיט טו"ת? האט ר"מ געזאגט: יענער מעג עס זיין מיט טו"ת, און איך מעג עס נישט זאגן מיט טו"ת?...

ואסמכתי' אגמ' מגילה כ"ה ע"ב, אמר רב אשי האי מאן דסנאי שומעניה שרי ליה לבזוייה בגימ"ל ושי"ן...
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 4:56 pm#416023
געפרעגט האב איך אמאהל ביי הרה"ח מנחם מענדל שיחי' גופין פון כפר חב"ד
וואס מיינט דאס "שי"ן של ג' ראשים" ("א שי"ן מיט דריי קעפ")
האט ער מיר בשום אין אופן ניט געוואלט זאגן
האב איך איהם געפרעגט א רמז
האט ער מסביר געוועהן אז ס'איז מגדיר אזוי געפערליך די מענטש אז ער טרעפט ניט אמאהל אן אנדערע בדומה לו צו צו שטעלן...
האב איך איהם געפרעגט אויב ס'איז ערגער פון "זאראזע" (ממזר לפענ"ד בל' רייסין)
האט ער געענטפערט:
"זאראזע איז א טיטל פון כבוד נעבן שין של ג' ראשים"...
ולא יסף
ATUB @ונבנתה העיר ATUB למדנו בינה בגויים...
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 5:27 pm#416029
בינתיים לאמיר זאגן פשט אז דאס מיינט צו זאגן "א געהעריגע שי"ן", ודלא כשין המיוחד לשמאל תש"ר וואס פארמאגט פיר קעפלעך. דאס הייסט בד"א "א געהעריגע שוואנץ".
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 7:34 pm#416035
אז מ'איז שוין אריבער צו די נושא, וועל איך צולייגען א מעשה.

א יונגערמאן א בעל מוסר פון ליטא, האט זיך אמאל געטראפען אין ווארשא, און ער איז אריין אין א גערער שטיבעל דאווענען שחרית. ער קומט דארט אריין און א קופקע יונגעלייט שמועסען, טרינקען קאווע, ווערטלען זיך, און פירען זיך אויף אין א שטיבל ווי א שטיבל. דער יונגערמאן אונזערע איז געווען צוגעוואוינט צו א כובד ראש און אן ערנסטקייט, און ער האט נישט געקענט דערליידען די אטמאספערע. ער האט זיך אנגעטון טלית און תפילין און זיך גענומען דאווענען. דער קופקע מאכט זיך נישט צוטון, זיי שמועסען ווייטער, האקען פאפיטעס און הוליעוען זיך. דער יונגערמאן גיבט זיי א בליק, ער שושקעט. אמער, עס איז דאך דאווענען צייט יעצט. און זיי מאכען זיך נישט צוטון. ענדליך זענען זיי נערוועז געווארען פון אים, און זיי האבען אים א שריי געטון 'שוואנץ איינער, גיי דיר פון דאנעט'.

דאס איז שוין צופיל. ניבול פה אין ביהמ"ד ביים דאווענען!

ער האט מחליט געווען אריין צו גייען צום גערער רבי זיך אפרעדען. איז ער אריין צו ר' אברהם מרדכי'ן און אים דערציילט זיין ערפארונג, אזש זיי האבען נאך מנבל פה געווען, אין ביהמ"ד! האט דער גערער רבי געפרעגט, "וואס האבען זיין געזאגט?"
"איך קען נישט אויסזאגען די ווארט"
"זאג שוין, שוואנץ איינער!" האט דער גערער רבי אים געזאגט.

לחיים לחיים
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 11:14 pm#416045
ואני קיבלתי אז דער בארימטער "חוזר" פונעם רבי'ן, הגה"ח ר' יואל כהן שליט"א, האט אמאל געזאגט:
"אז די קאפ איז א קאפ - איז די בארד א בארד, אבער אז די קאפ איז א בארד - איז די בארד די שוואנץ..."
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 12:23 am#416055
פאר'הרג'סט דעם ווארט... עס גייט "אבער אז דער קאפ איז אן אחוריים " וכו'
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 11:34 am#416092
Re: שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
און איך האב עס געהערט ׳אז דער קאפ איז א ת..., איז דער בארד א שוואנץ׳, ללא כחל וללא שרק. און איך האב עס נאך געהערט מיט א נאמען אויך.

א דריי קאפיגע שלאנג איז א פיגור אין רוסישע לעגענדעס, מיט׳ן נאמען Zmei Gorynich, דוק ותשכח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 06, 2019 12:10 pm#421214
צוויי עניינים פון יענער טלגרם טשאנעל, (ראשי דברים מהתוועדות של הרב מנחם טל לצוות של 'בית חינוך ליובאוויטש' בשבוע שעבר)

• בתשנ"ד בכינוס השלוחים הרב צייטלין דיבר חזק על העניין שעכשיו העבודה השתנתה. עד עכשיו היו שיחות ומאמרים וראשי דברים ודולרים ויחידויות וכו' וכו', והחסידים התעסקו בכל הדברים ששמעו ושראו מהרבי שליט"א. אבל עכשיו הדבר היחיד שרואים מהרבי שליט"א זה שהרבי יוצא למרפסת ומעודד את ה'יחי', ואם כך אז גם הדבר היחיד שצריך להעסיק אותנו! לחשוב כל הזמן ולפעול על כולם את הענין של 'יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד!'.

• הרב זימרוני פעם קם בבוקר ובטעות אמר מודה אני לפני היחי, כמובן שהוא חזר לישון ואחרי כמה דקות קם ואמר יחי ואחר כך מודה אני.
מאנטאג מערץ 18, 2019 6:18 pm#426771
ארי נוהם האט געשריבן:ואני קיבלתי אז דער בארימטער "חוזר" פונעם רבי'ן, הגה"ח ר' יואל כהן שליט"א, האט אמאל געזאגט:
"אז די קאפ איז א קאפ - איז די בארד א בארד, אבער אז די קאפ איז א בארד - איז די בארד די שוואנץ..."

איך האב מברר געווען דעם ווארט ביים חוזר אליינס. ער האט דאס קיינמאל געזאגט. ביסט סתם א מוציא שם רע
דינסטאג מערץ 19, 2019 10:01 am#426810
Re: שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
דער חוזר וואס וואוינט אין סטאטען איילאנד?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 18, 2020 6:31 pm#443117
היינט געזען דאס
זאל מען וויינען? לאכען? אזוי צו טון ברבים?
דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:13 pm#443121
און דורכאויס די גאנצע תקופה וועט ר' חיים דארפן שטיין אויף די פיס.

נעקסטע מאל גייט מען מיטטראגן זיין פריוואטע בית הכבוד.
דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:39 pm#443122
איסר האטלקי האט געשריבן:און דורכאויס די גאנצע תקופה וועט ר' חיים דארפן שטיין אויף די פיס.

נעקסטע מאל גייט מען מיטטראגן זיין פריוואטע בית הכבוד.


ס'קומט נישט צו צום ברי וואס ער וועט כאפן ביים זיך צירוק אריינזעצען אין דעם אנגעוואראמטען בענקל...
דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:53 pm#443123
וואלווי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און דורכאויס די גאנצע תקופה וועט ר' חיים דארפן שטיין אויף די פיס.

נעקסטע מאל גייט מען מיטטראגן זיין פריוואטע בית הכבוד.


ס'קומט נישט צו צום ברי וואס ער וועט כאפן ביים זיך צירוק אריינזעצען אין דעם אנגעוואראמטען בענקל...

ברי עדיף..
דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 8:47 am#443187
Re: שוואנצאנות אין פארשידענע פלעצער און אופנים
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]צוויי עניינים פון יענער טלגרם טשאנעל, (ראשי דברים מהתוועדות של הרב מנחם טל לצוות של 'בית חינוך ליובאוויטש' בשבוע

א לינק צום טשענעל?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 10:03 am#443189
מארמאראשער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צוויי עניינים פון יענער טלגרם טשאנעל, (ראשי דברים מהתוועדות של הרב מנחם טל לצוות של 'בית חינוך ליובאוויטש' בשבוע

א לינק צום טשענעל?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

m https://t.me/chabad770/6097 m
דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:57 pm#443392
גור
זעהט אויס צו זיין א גיליון פאר נשות גער אין ניו יארק

IMG-20200219-WA0029.jpg

IMG-20200219-WA0030.jpg

באמערקט'ס די נוסח פונעם וויטען בליק פונעם רעבי'ן
מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:03 am#443404
עס שטייט שם_____ כיתה_____, זעט אויס עס איז פאר א סקול.
פרייטאג יולי 10, 2020 12:07 pm#454249
נמחק
פרייטאג יולי 10, 2020 5:09 pm#454268
כנ"ל