Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאָמישע מייַסעלעך...

קאָמישע מייַסעלעך...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12683
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 8:14 pm#415926
קאָמישע מייַסעלעך...
אל תאמר מחר..
דער פאליציאנט יאגט נאך דעם אלטן מאטל, וואס יאגט זיין אויטא מיט איבערגעטריבענע נומערן, און נאך שנעלער פונעם פאליציאנט; און יענער מאכט סירענעס און עושה מעשי בראשית.. און מאטל דער אלטער וויל נישט נאכגעבן דעם יונגער צוציגער פאליציאנט.
אבער כאטש מאטל איז געוואוינט פון אלע יארן זינט דעם קריג, אז ער פליעט ווי זיין הארץ באגערט, און ס'קען עהם קיינער נישט איבערכאפן, אבער אויך דער פאליציאנט איז היבש געשיקט און געניט, ווען ס'קומט נאכצורייסן אזעלכע שנעל פליענדע אויטא'ס, און ביידע שלונגען מיילען.. און לבסוף כאפט עהם דער פארציקענדער פאליציאנט ביים וויידל, און צווינגט עהם אראפ פונעם שאסיי.
דער שטאלצער פאליציאנט זעט א אלטער צעקנייטשער יודל ביים רעדל, און האט חרטה פאר'ן מחשבה רעה וואס ער האט געוואלט אלץ טון מיט דעם אנטלויפענדער מייזל.. און מיט א פארשטענדיגער טאהן, רופט ער זיך אפ צום אלטן מאטל; נעקסט טיים יו ספיד.. איי וויל גיוו יו א דאבל טיקעט!!!
אבער דער אלטער לאזט נישט נאך, און פרעגט; נעקסט טיים?.. מעיבי יו אפיסער וויל דַיי טאמאראוי??
מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 4:33 pm#416251
איז אלעס בסדר?
ווי פריילעך ער איז געווען, האט ער אלעס געלייגט אין א זייט, און געלאפן צום רבי'ן שליט''א – מודיע זיין אז חסדי השם ער האט זוכה געווען צום געבורט פון זיין ערשטן קינד; א מיידעלע..
איז אלעס בסדר?? פרעגט דער רבי מיט נאנטקייט.
עמממ – שטאמעלט דער חסיד – איך האב א שטיקל רוקן וויי, אויך בין איך שטארק פארקילט...
ניין! כ'פרעג וועגן די יולדת און דאס קינד..
אה.. כ'ווייס נישט.. כ'האב דאס ערשטע זאך געוואלט זאגן פאר'ן רבי'ן, כ'האב אפילו נאכנישט מודיע געווען ביי מיר אין שטוב..
מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 9:22 pm#416265
לא אצא חפשי
יאנקי הערט נישט אויף ציפן חברים, און אויך אינמיטן שיעור אין ישיבה קטנה, גייט נישט אויס קיין פּאָר מינוט – וואס ער זיצט רואיג און שטערט נישט דעם מסגרת.
און ווען ס'געקומען איבער'צוחזר'ן די גמרא, האט ער זיך ווידער צע'אמפערט מיט שלומי, און ס'זיך צעגאנגען אין פיזישע פעטש, וואס האט אפגעשטעלט דעם היכל פון לערנען.
יעצט הייב דיך אויף, און גיי דיר.. האט געדונערט דער משגיח, אויספירנדיג; ביסט ארויסגעווארפן פונעם ישיבה!!!
נו גיי ארויס...
אבער יאנקי הייבט זיך נישט אויף! ער ענטפערט הויעך חוצפה'דיג; יעצט אז איך בין ארויסגעגעווארפן, קען איך טון וואס איך וויל.. לא אצא חפשי! איך האלט נישט ביים גיין..
פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 12:49 am#416326
וְלַמָּוֶת לֹא נְתָנָנִי..
ס'איז יו''ט פסח, און חיים געבט תיקון.. וואס איז דאס תיקון, ניסלעך און זויערע וויין – פון רבי'נס שטוב?
יא.. כ'בין דאך דעם גבאי'ס זון; און גענוי 36 יאר צוריק בערך די טעג, האט מיר דער אלטער רבי געראטעוועט פון א זיכערע טויט!
ניין!.. וואס דו זאגסט נישט.. געראטעוועט? פון טויט? דער אלטער רבי?.. וואס איז געווען די מעשה??
יא, כ'בין נאך געווען א קליין בחור'ל, און מיין טאטע דער גבאי, האט מיר געכאפט טרונקן פונעם רבי'נס פסח'דיגע בעכער.. און האט מיר דן געווען למיתה.. ואילו לא הוציא.. ווען נישט דער רבי זכרונו לברכה באמערקט וואס גייט פאָר, און איז גוזר אויף מיין טאטן - ער זאל מיר נישט אנרירן.. וואלט איך שוין נישט דא געווען.. לחיים לחיים!!
פרייטאג נאוועמבער 09, 2018 12:01 pm#416353
ביי די סעודת מלוה מלכה האטציך אויפגעשטעלט א איד און פארציילט נפלאות הבורא. און די פערזענליכע נסים וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט... ווען איך בין נאך געווען א יונגערמאן האביך מיך אוועקגעשטעלט אין א הייסן זומערדיגן טאג ביים אונטערשטן עק פונ'ם בארג אין אונזער שטעטל. כ'האב געכאפט א שמועס מיט מיין חבר שלמה יאנקל. און הנאה געהאט פון דעם קיהלן ווינטל וואס האט געבלאזן אין אונזער ריכטונג. אויבן אויפ'ן שפיץ בארג איז זיך געפארן א וואגן אנגעלאדנט מיט ריזיגע העלצער. קלעצער פון ביימער וועלכע זענען נארוואס אפגעזעגט געווארן. די אלע קלעצער זענען געווען צוגעבינדן מיט א קייט...!

ווען איך האב ארויפגעקוקט האביך באמערקט ווי די קייט האטציך פלוצלינג אפגעריסן. און די אלע געפערליכע שווערע קלעצער הייבן זיך אן אראפקוילערן פונ'ם בארג מיט אן אימפעט. פונקט דארט וואו איך מיט מיין חבר זענען געשטאנען און געשמועסט געמיטליך. ס'האט שוין געהאלטן כמעט ביי סכנת נפשות... כ'האב אבער געהאט מזל... אז די מעשה איז נישט אמת...ווען יא. וואלט איך שוין ח"ו נישט איבערגעלעבט עס צו פארציילן...!

קרעדיט: הרב אלכסנדר שמואל האלפרט זצ"ל...דער אתרוג סוחר......איינער פון די טויזנטער אתרוג סוחרים אין ברוקלין, נ.י. יצ"ו...!
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 6:05 pm#416641
א אפענעם פסוק
געווען איז געווען א משפחה צוויי ברודער, וואס די טאטע האט זיי איבערגעלאזט א הייזל, און וויבאלד מ'האט זיך אזוי נאנט געהאלטן, האבן זיי געוואוינט אין דעם איינעם הייזל אינאיינעם; אפילו ווען מ'האט זיך פארמערט, און יודל און יאנקל האבן געהאט א דאזען קינדערלעך, כאטש יודל האט געהאט מער לעכטיגע און געראטענע שעפעלעך, און יאנקל געשטימפעלט און געפרעקעלטע סחורה.. דאך האט מען זיך נישט געוואלט טיילן אינעם פארמעגן און וואוינונג.
אבער ויהי היום, ס'האט אויסגעבראכן א קריג בין צאן יודל לעדר יאנקל, האט מען שוין אנגעהויבן קלערן פון זיך טיילן.. אבער דא שלאגט א שווערע פראגע, מי ומי ההולכים? ס'זענען דאך אלעס איין גרויסע משפחה און ווי ווייסט מען וועלכע קינדער זענען יודל'ס און וועלכע יאנקלס..?
איז מען געגאנגן צום רב, און דער רב עפענט אויף דעם וואכיגן פרשה, און זעט קלאר דעם פסק; עֲקֻדִּים נְקֻדִּים וּבְרֻדִּים. – לְיַעֲקֹב.. די געפינטעלטע גייען צו יעקב..
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:49 am#416675
א שדכן האט אמאל אויסגעפירט א שידוך צווישן א מלמד און א שמש. פרעגט דער שדכן די מלמד. ווי אזוי וועסטו אויסצאלן דיין חלק? זאגט דער מלמד, איך שטאם פון דער גרויסער רבי פון שטעפינעשט. איך האב געירשנט זיין שופר. איך וועל לאזן צוויי הונדערט אידן אריינבלאזן אין דעם שופר און רעכענען יעדן צוויי גילדן, וועל איך מאכן די געלט. פרעגט דער שדכן די שמש ווי אזוי וועסטו אויסצאלן דיין חלק? זאגט דער שמש, איך שטאם פון דער גרויסער רבי פון נדבורנה. איך האב געירשנט זיין ציצית. איך וועל לאזן פיהר הונדערט אידן קושן די ציצית און רעכענען יעדן א גילדן, וועל איך מאכן די געלט. פרעגט דער שדכן, נו וואס טוטצעך מיט מיין שדכנות געלט? אה, אויף דעם זענען ביידע, די מלמד און דער שמש מסכים, וועט מען דיך לאזן בלאזן און קושן וויפיל דו ווילסט.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:07 am#416684
טאמבל סאס: דו האסט מיך דערמאנט א מעשה'לע: ס'איז געווען א מאל 2 מחותנים וואס איינער האט זייער שטאק ליעב געהאט זיך צו קושן. ס'קומט נאך די חופה. גייט דער קושנדיגער מחותן צו צו דעם אנדער'ן מחותן און ווילל איהם געבן א קוש. זאגט דער מחותן...ניין. נישט יעצט. קומט שפעטער נאך די מצוה טאנץ. ווען אלע געסט זענען שוין געגאנגען אהיים און מ'האטציך געזעגנט. גייט צו דער מחותן און וויל געבן א קוש. זאגט איהם דער מחותן...ניין. נישט יעצט...ס'קומט דעם נעקסטן טאג ביי די שבע ברכות. דער מחותן ווילל ווייטער געבן א קוש פאר דעם אנדער'ן מחותן. זאגט ער צו איהם...ניין. נישט יעצט. נאך די לעצטע שבע ברכות האבן זיך די מחותנים אוועקגעזעצט מאכן די חשבונות. איז אויסגעקומען אז איין מחותן איז געבליבן שולדיג 20 טויזנט דאללער פאר דעם אנדער'ן מחותן. רופט ער זיך אן צו איהם...יעצט קענסטו מיך קושן...!
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 4:13 pm#416696
קישן ווי? ;)
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 4:47 pm#416703
א ירושלמער ליטוואק האט אמאל פרייטאג-צונאכטס אריין געבלאנזשעט צו רבי הערשלע קרעשניפער צום טיש, און מ'האט פונקט דאן געהאלטן ביי די הייסע קראמפירן קוגל. זעענדיג דער געשאמאקער הייסער הויכשטאקיגער קוגל, האט די סלינע באלד אנגעהויבן רינען פון מויל. דאס אפעטיט האט זיך אים צורייצט אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. אלענספאלס, ער לייגט אוועק זיין ליטווישקייט אין א זייט, און שטעלט זיך ספאנטאן אריין אין די ליניע ווי אלע חסידים צוגלייך, צו האבן די זכיה צו ערהאלטן א פיין שטיקל קוגל פונעם קרעשניפער צדיק זעלבסט.
ער האט שוין ענדליך זיין פארציע, דאס האנד בראט אים פון די הייסע אויל, און ער זוכט נעבאך מיט ליכט א טעלער וואו אריינצושטעלן דעם הייסן שטיקל קוגל. ווער טעלער? וואס טעלער? ביי חסידישע אידן גייט אלעס מיט די הענט... דער ליטוואק איז פילייכט נישט געוואוינט צו אזא חסידישע ווירטשאפט, אבער וואס טוהט מען דען נישט פאר א פיין שטיקל קוגל. ער זעצט זיך אריין צום טיש און הייבט אן מיט די עבודה...
ביים גמר אכילה זוכט ער א סערווערטל אין וואס זיך איינצווישן די אויל-פארשמירטע פינגער זיינע, און ס'איז דאך זיכער נישט געווען צו געפונען. פרעגט ער שטיל זיין שכן, א געווייקטער חסידישער איד, זאג נאר ביטע, מיט וואס ווישט מען זיך אפ דא די שמאלציגע הענט? אנטפלעקט אים דער חסידישער שכן א חסידישער-געהיימעניס, אז דא ווישט זיך יעדער אריין די הענט אין זיין דערנעבנדיגער שכן...דער ליטוואק עפענט אויף אויף אים א פאר וואונדערליכע אויגן און פרעגט אים מיט א קענטליכער שטוינונג, דער שפירט דען נישט ווי מ'ווישט זיך איין אין אים? פרעגט אים אים דער חסיד: איר האט עפעס געשפירט?

דער ליטוואק האט אקוראשט געכאפט א קדחת דארט אויפן ארט...
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:30 pm#416743
קאצקע ציקער האט געשריבן:קישן ווי? ;)

אין פלייצע: א ליטווישער איד איז געווען מרגלא בפומיה צו זאגן (בלשונו)...קוש מיר אין פלייצע. ווען מ'האט איהם געפרעגט. פארוואס פונקט אין פלייצע...?! האט ער געענטפערט...ווייל דארט איז שוין דא א גרויסע ליין...!
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 12:57 am#416745
א פאליציאנט האט ביי די חינוך מקבל געווען, פאר נאך סיי וועלכע קאר פאר איין מייל, און די קענסט זיין זיכער וועסט עפעס טרעפען צו קענען געבן א טיקעט.

והך קאווע, ער האט א מנהג ער פארט נאך קארס א מייל, און אייביג איז דא אויף וואס צו געבן.

אמאהל, פארענדיג מיט זיין באליבטע, פארציילט ער איר פין דער מנהג וואס ער האט. זאגט זי אים, עס קען נישט זיין, פראביר יעצט, לאמיר זעהן. אומר ועושה, ער פארט נאך זיין קרבן פאר א מייל, אבער דאס מאהל, האט יענער עפעס ממש אלעס געטוהן כהלכה, נישט פארפעלט קיין סטאפ סיין אדער א בלינקער.

זאגט דער פאליציאנט פאר זיין באליבטע, וויבאלד עס איז די ערשטע מאל דאס געשעהט, וויל איך אים אפשטעלן, און געבן א קאמפלימענט, אז ער פארט ככל חוקת העיר.

שטעלט ער אים אפ, און פרעגט כמנהגם, יו נאו וויי איי סטאפט יו? ניין זאגט דער דרייווער. זאגט דער פאליציאנט זיין שטיקעל תורה, עס קומט דיר א קאמפלימענט, איך פאר דיר נאך א מייל, און אלעס טוסטו כהלכה.

ענטפערט דער דרייווער, מען ברויך אכטונג געבן אויף אלע געזעצן אסאך מער ווען מען דרייווט און מען איז שיכור!!!!

מאראל פין די מעשה, גיבט נישט אכטונג אויף אלע געזעצן ווען איר דרייווט און זענט שיכור.
מוצ"ש נאוועמבער 17, 2018 8:46 pm#416764
נו געבט עהם עס..
געציל! וואס איז דאס – דיין שווער באקלאגט זיך אויף דיר, אז ביסט נישט בסדר, און דערפאר האט ער חרטה אז ער האט דיר גענומען פאר א איידעם..
מיין שווער?? זאגט געציל פאר'ן רב – מיין שווער געבט נישט קיין פריקן דעעם פאר מיר..
לויפט דער רב צוריק צום שווער; ר' חאצקל, וואס איז דאס, אייער איידעם זאגט מיר, אז איר זענט דאס דער וואס מאכט דעם חורבן.. ער זאגט איר ווילט עהם נישט געבן דעם 'דעעם'.. איז דאס א טייערע זאך? אפשר קען איך דאס אויסצאלן.. פאר אזא זאך לוינט זיך צו מאכן שלום בית?? זייט אזוי גוט, און - געבט עהם שוין דאס 'דעעם'..
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:31 pm#417187
יוסל מיט'ן צוויבל
טאג איין טאג אויס, קומט דער אלטער יאסל אריבער אינעם ישיבה קאך, און לעקט אויס די טעפ; ער איז שוין אין די הויעכע אכציגער'ס, און מ'זעט גוט זיין דריי-פאכיגער פליישיג גראבער מארדע, וואס הייבט זיך מעלה מטה מיט יעדן גוט'ן ביסן.
ער איז א געשוירענער פון אלע זייטן, און א אויסגעדינטער דאשיקל ליגט עהם איינגעגראבן אינעם קאפ פלאך, ווי א קליינעם דעקל אויף א ברייטן פאס; אבער די קליינע בחורים'לעך די ווילדע, האבן נישט פארגינען דעם אלטן אכציג יעריגער פרעסער, זאל זיי אויסלעקן די טעפ אזוי רואיג, און האבן עהם באקלערט אלץ אנשיקעניש, און זיך גרופירט עהם צו פארטרייבן מיט א שטורעם.
נו וואס טוט נישט יאסל פאר א גוט'ן ביסן קארטאפל און בשר?! ער איז זיך מוסר נפש אינעם פולען זין פון ווארט, און לאזט זיך נישט פארטרייבן, און פראבירט שעלטן די קליינע, מיט אזעלכע לאזונגען וואס זיי וואלטן נישט געדארפט הערן.
און זלמן דער הויפט פון די קונדסים, האט גענומען א געוואגטע שריט, און געהויבן א בעזים, און אנגעהויבן פאקטיש שטופן דעם אלטן פאס – אויף ארויס פון קאך, אבער יאסל אמפערט זיך מיט'ן ריזן טאפ, און שלעפט מיט – מיט זיך כאטש וואס ער עספיעט צו כאפן..
אבער זלמי לויפט עהם נאך מיט'ן בעזים, און יאסל לויפט ווי א אלטער בער.. און די איבריגע בחורים ווארפן נאך יאסלען מיט קארטאפל און מייערן; אבער דא זעט יאסל א געלעגנהייט, און לויפט אריין אין איינע פון די קלאסן – אינעם קארידאר רייע, און קלאטשט צו די טיר - א שטייגער זיך צו שיצן פון די פליענדע אבדזשעקטן אויף עהם.
אבער ער עפנט באלד אויף א שפאלט, און שרייעט; ווארפט נאך מייערן.. און ס'פליען געקאכטע מייערן און צוויבל און קארטאפל פונעם איבערגעבליבענע ריזן טאפ זופ; און יאסל כאפט זיי איינס ביי איינס, ווי קינדער כאפן פעקלעך ביי א באווארפן.. און ער פרעסט זיי אויף מיט פלייס, וממכה עצמה מתקן אכילה.. לקיים מה שנאמר; יעדע צרה קען מען אויסנוצן אויף גוט'ס..
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 10:04 pm#417193
לעת זקנה
ר' משה.. ווי זענט איר געווען די לעצטע וואך צייט?
אזוי פרעגט דער דאקטאר פון דער אלטער מוישע באטשי, וואס האט דערווייל נאכנישט פארפעלט צו קומען קלאפן אויפ'ן טיר פונעם דאקטאר, יעדן איינציגן טאג – די לעצטע תקופות.
איי איי דאקטאר – זאגט ר' משה – איך האב מיך פשוט נישט גוט געשפירט, און כ'האב נישט געקענט קומען..
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 10:16 pm#417195
ס'וועט גיין בושות..
די גבאים אין שול זענען זייער שטרענג געווארן, און האבן אן רחמנות איינגעפירט דעם נייעם תקנה; קיינער טאר נישט ברענגן קיין געשמירטע לעיקעך – ביים קידוש מאכן ביי א שמחה – שבת נאך מוסף; און שוין אפגערעדט אז הערינג, טשולענט, גאלע און קוגל, איז אסור בחרם..
פרעגט יודל דעם שמש; וואס וועט זיין אויב ווער וועט עובר תקנה זיין, און וועט 'יא' ברענגען די געשמירטע.. הו הו!! וועט ער כאפן.. מ'וועט דעם יעניגער פארשעמען אינמיטן שול, און עהם אזאנס דערנידערן.. זאגט דער שמש; פארוואס טאקע – פרעגט יודל דעם שמש – האט מען געמאכט אזא הארבע תקנה?..
אה! כעל דער זאגן.. כדי שלא לבייש מי שאין לו..
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 9:52 pm#417316
א יוד געבט זיך אלץ א עצה..
ר' מרדכי איז געווען זייער קלוג און כיטרע, עכ''פ אין זיינע אויגן.. און ער האט געמיינט אז ער איז אויך דער רייכסטער, וועמען אלע זוכן צו נאשן פון זיין אנגעקליבענע פארמעגן. הכלל וואס טוט מען אז דער עולם לייגט א אויג אויף זיין ירושה, און אויך זיינע פולצאליגע אייניקלעך שמעקן עהם אויס די טאשן..
האט ער זיך געלאזט קאסטן, און פארשאפט א אייזערנעם קאסע, וואס דארט האט ער געקלערט אריינצולייגן זיינע אוצרות.
אבער וואס וועט זיין, פרעגט זיין קלוגע אונגארישע מוח, אז מ'וועט גנב'ן דאס גאנצע סעיף? וועט ער דאך מוזן טראכטן א גוטע קונץ אויסצושפילן די גנבים; וועט ער 'יא' אריינלייגן די געלט אין באנק, און כאטש זיי וועט ער מוזן טראסטן.
אבער א שטייגער – קלערט זיין כיטערע שכל – אז ער וועט גאט באהיט פארגעסן דעם נומער פונעם קאנטע אין באנק, וועט ער דאך אלע גוים געזאגט – נישט האבן דאס געלט צו באקומען, ווייל אן א נומער איז נישטא קיין קאנטע.
נו, וועט ער פארצייכענען דעם נומער ביי זיך, אזוי אז ער וועט עס נישט פארגעסן ווערן.. אבער טאמער וועט איינער טרעפן דעם צעטל?.. טראכט ער - גוט! וועט ער באהאלטן דעם צעטל מיט'ן נאמען פונעם קאנטע - אינעם אייזערנע קאסע..
אבער ניין, ער איז כיטרע.. מ'קען דאך טרעפן דעם אייזערנע קאסע, און אויפברעכן דעם קאסע און גנב'ן חלילה דעם צעטל?.. אה! ער וועט ארויפלייגן אויפ'ן קאסע אינדרויסן דעם פאלשן נומער, און אזוי.. איין מינוט!.. דאך שלאגט אין עהם א שרעק, אז חלילה וחס, וואס טוט מען אויב ער וועט פארגעסן דעם נומער פונעם אייזערנע קאסע, און חלילה איינשפארן זיין צעטל פאר אייביג, און חלילה אויך פארגעסן דעם נומער, און ער קען דאך נישט לאזן אפען דעם אייזערנע קאסע, ווייל טאמער וועט געשען א פייער, און פארברענגן דעם צעטל, און טאמער וועט ער זיך פארמישן מיט די צוויי נומערן – פונעם קאנטע און פונעם אייזערנע קאסע??
האט ער אפגעמאכט, אז ניין, ער וועט יעצט ארויסנעמען אלע געלט פון באנק – און עס אריינלייגן אין זיין בוזעם טאש, און דעם צעטל מיט 'ביידע' נומערן וועט ער לייגן אין באנק, און דעם אייזערנע קאסע וועט ער באהאלטן אין דער ערד.. און על כל צרה שתבוא, טאמער מ'וועט דאך טרעפן דעם קאסע, אדער געוואויר ווערן די נומערן פונעם צעטל, האט ער דאס געלט געראטעוועט..
זונטאג נאוועמבער 25, 2018 10:05 pm#417319
זה התרנגול ילך..
ס'קומט אן ערב יו''כ און ביי משפחת ב' האלט מען אן ערליך יעדע מנהג, אן קיין תירוצים.
מ'קויפט צען כפרות פאר אלע צען בנים, און ס'טוט זיך א געשלאגעכץ.. און מ'פירט זיך דאך מקיים צוזיין די ד' מיתות בי''ד, נו! צינד מען אן א פעדערל פונעם כפרה, און שומר מצוה לא ידע דבר רע..
ס'שטייט נישט אין קיין איין ספר אדער קונטרס פון א ראשון צו א אחרון, אז מ'דארף נאכדעם אויסלעשן דעם פעדער..
און צען כפרות פלאקערן לעבעדיג.. און ס'אנטלויפן צו אלע פיר עקן פון שטעטל, אבער משפחת ב' ווייסט נישט פארוואס מ'שרייעט אויף זיי.. די תרנגולים טאנצן הקפות מיט ברען, זיי האבן זיך פארגעבן די זינד, און דאס איבריגע ליגט שוין נישט אין זייערע הענט..
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 8:44 pm#417502
א כול יכול – כביכול..
א וועלט פון קונצן.. יעדער קען אלעס! חוץ וואס נישט.
און טובי' זאגט אז ער קען אפילו האלטן א באנק אויף זיין נאז.. גיי פרעג עהם אפ, ווען ער פראבירט אפילו, נאר ס'צו שווער זאגט ער.. אבער עכט קען ער..
נו לאמיר זען טובי' אויב קענסט האלטן א גראדע שטעקן אויף דיין רוקן.
זיכער.. און ער פראבירט גלייך, און פארשטייט זיך ס'פאלט גלייך אראפ.
כ'על דער זאגן פארוואס – שרייעט טובי' גלייך אויס – איך קען עס יא האלטן אויפ'ן רוקן, נאר כ'האב פשוט נישט געקענט זען די שטעקן..
מיט אנדערע ווערטער; וואס ס'זאל נאר געשען, ער געוואונט אייביג.. ער קען אלעס חוץ וואס נישט.
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 9:04 pm#417504
ווער טיילט וואס טיילט..
דער משולח דרייעט זיך ארום אינעם געגענד, און פראבירט זיין שמעק נאז.. ער דארף נאר האבן דעם ריכטיגער יונגאטש וואס זאל עהם מגלה זיין, ווער זענען זיי די טיילערס.. ער דארף דעם רשימה פון די ריכטיגע אדרעסן, דאס ווייסט נאר א היזיגער.. איינער פונעם שטעטל.
און ווי נאר ער קומט אריין אין ישיבה, קלעבט ער זיך צו, צו צוויי דערוואקסענע שקרנים.. און זיי הייבן עהם אן זאגן בלחש; צו 16 טאמאשוב מוזט איר גיין.. ער טיילט זייער שיין, [ס'איז דער משגיח פון ישיבה.. חח] איר וועט עהם מוזן אביסל מוטשען, אבער ס'לוינט זיך..
אבער מ'זאגט מיר אז ביי ר' יודל באקומט מען שיין.. ווער נאך געבט אזוי שיין ווי ר' יודל? פראבירט דער געשליפענער משולח דערשניפן פון די 'געטרייע בחורים'.. און זיי ענטפערן עהם מיט זייער אמת.
נע! ר' יודל הייסט געטיילט?? וואס ווייסט איר.. איר דארפט גיין צו 3 פרענקלין דרייוו, [דארט וואוינט אייזיק שלימזל..] ס'קוקט דארט אויס זייער פשוט און אפשר אויפגעווארפן, אבער! ווער ס'האט שכל, קומט פון דארט ארויס מיט א פעטע נדבה!
אה יא?? וואונדערט זיך דער משולח מיט'ן אויסגעברענטן האלדז און פלאכן אויסגענוצטן דעקל אויפ'ן קאפ. וויאזוי קאן דאס זיין, אז איך קום שוין עטליכע יאר, און כ'האב גארניט געוואוסט פון די אדרעסן??
הערט אויס די סודות.. און פרעגט נישט קיין שיילעס.. מיר האבן נאך איין גוטע אדרעסע.
א רגע! דער נארמאן זאגט מען טיילט שיין.. איז אמת?
יא יא.. ער טיילט טאקע אבער מיר האבן פאר דיר א אדרעס א אוצר! אבער איר דארפט גיין שפעט ביינאכט, ווייל ער איז נישט אפען ממש יעצט נאכמיטאג; דאס הייסט דריי אזייגער פארטאגס, קלאפט איר ביים פענסטער פונעם קעלער – אויף די לעצטע גאס אראפ – און דארט פארציילט איר אייער געשיכטע, בעסער איר לייגט צו טרערן..
[אזעלכע בריונים די בחורים שקרנים, ווייל דארט וואוינט דער עלטצטער בחור פון שטעטל – מיט א לויזן שרייפל.. און איר קענט זיך שוין פארשטעלן וויאזוי דער משולח האט געשאלטן נאכן אנקלאפן אויף די 'פיינע אדרעסן'..]
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 9:14 pm#417507
החושד בכשרים
בערל איז אייביג דער שווארצע שעפעלע, ער ווייסט נישט פארוואס אלע בחורים זענען באגלייבט, און פונקט עהם איז מען אייביג חושד.
וואס ביסטו אזוי אויפגערעגט בערל? פרעגט עהם דער משגיח, וואס פראבירט עהם צו העלפן, אבער אלץ זעט ער זיך פארפלאנטערט מיט דעם מאדנעם פרוכט; אלץ באקלאגט זיך בערל אז מ'רודפ'ט עהם אומזיסט, און ער האט נאך קיין אומרעכט אין די לעבן נישט געטון.
בערעלע זינגט זיך אונטער מזמן לזמן; קודם אפאר מיליאן.. און מיט'ן באשעפער וועל איך שוין זען וואס צו טאהן..
וואס איז היינט בערל? וועלכע בייזע ווינט האט דיך ווידער געמאכט וויינען.
גארנישט! מיין טאטע איז א אכזר.. ער טענה'ט אז איך האב עהם בא'גנב'ט דריי הונדערט דאלער..
באמת?.. וואונדערט זיך דער משגיח, און ווייסט נישט וועמען צו גלייבן.
נישט געזארגט! רופט זיך אן בערעלע מיט שטאלץ – נאך איינמאל ער איז מיר חושד.. און ער קען פארגעסן פון די געלט..
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:36 pm#418678
איך פֿאָר..
ס'דאנערשטיג אינדערפרי, דער דרייווער מעכל האט אלץ ליב געהאט א גוט ווערטל וואס ציט די נערווען.. און איין טאג האט ער געהאנגן א מודעה אין פאליש; ווער ס'וויל פארן היינט נאכט קיין מאנטריאל, איך פאר!..
מעכיל בוים 499-4553
ער האט גוט געוואוסט אז ר' זלמן דער מו''ץ וויל פארן קיין מאנטריאל אויף שבת, און ר' זלמן האט טאקע – זעענדיג דעם מודעה – געלאזט א הודעה ביי מעכלענען אז 'ער' זוכט א וועג.. און נישט איין הודעה, נאר זעקס און דרייסיג מאל געמאכט זיכער אז ער האט פלאץ פאר עהם..
מעכל קומט אן צו ר' זלמ'נס הויז, און מ'לייגט אריין די רענצלעך, און די פעקלעך, און די ספרים, און די עסן, און די יוצרות און מותרות און צו שמעקן און לעקן – וואס מ'דארף נישט אלץ האבן ווען מ'פליעט ביז'ן לבנה..
און מ'פארט ארויס!.. ביז אויסער'ן שטאט, און מעכל שטעלט זיך אפ ביים ערשטן עקסיט, און איז קלאר מודיע. ''עד כאן'' איך האב געזאגט איך פאר, איך פאר ביז דא.. פון דא און ווייטער קענט איר נעמען א טעקסי..
ס'האט נישט געהאלפן קיין לאכן און קיין בקשות בקודש, מעכל הער אויף ס'שפעט.. נו מעכל הער אויף מעכל..
ר' זלמן האט געזען ווי מעכל לייגט ארויס אלעס אויפ'ן גאס, און דרייעט זיך אויס, און פארט צוריק אהיים.. איך האב געזאגט איך פאר.. איך פאר ביז דא, פון דא און ווייטער, נעמט אייך א טעקסי.
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 5:25 pm#418680
רבי נחומקע ליגט אין בעט מיט פארמאכטע אויגן אינגאנצן פארזינקן אין א טיפער שלאף. שווערע שנארכן הערט זיך טאקע אינעם גאנצן צימער, אבער א לייכטער שמייכל שוועבט אויף זיין געזיכט, ס'דערקענט זיך אז ער האלט אין מיטן גאר א געשמאקע חלום...

רבי נחומקע חלומ'ט זיך אזוי ווי ס'איז שבת קודש נאכן טושלענט, און ער שפארצירט זיך אזוי געמיטליך מיט זיין ליבליכע ווייבל ביי די זייטן פונעם רוישיגן שאסיי. פליצלונג לייכט אים אויף די אויגן, ער באמערקט ווי נישט ווייט אפגעריקט פון אים, האט א געוויסע שלומיעל אראפגעלאזט א טייסטער אנגעפולט מיט פרישע גרינע הונדרעטער באנקנאטן. מיט גרויס פרייד בייגט ער זיך ספאנטאן אראפ אויפצוהייבן דעם אוצר. אבער מיטאמאל כאפט ער זיך ביים קאפ, גיוואלד ס'איז דאך שבת קודש...
א מאסיווער קריג האט זיך אנטוויקלט ביי רבי נחומקע אין הארץ, יא אויפהייבן? חסרון כיס, שינו. הפסד מרובה, גאנץ הלכות שבת האט זיך אים דאן דורכגעווארפן אין מוח...אדער נישט אויפהייבן, ס'איז דאך פארט שבת קודש...און אונזער רבי נחומקע איז א גאטספארכטיגער מאן, אבער דער אוצר...גיוואלד... רבי נחומקע האט זיך מיטאמאל געטראפן אין א סיטואציע ווי די אראלים און די מצוקים האבן נישט געטראפן קיין בעסערערע ארט וואו זיך צו רייסן ביי די נעזער, נאר ביי אים אין די געדאנקן...

מיטאמאל האט ביי רבי נחומקע אויפגעבליצט א וואזשנעם געדאנק...

רבי נחומקע האט זיך ספאנטאן אראפגעלאזט די מכנסיים, און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן בעל פעור, אויף אזא שטייגער ווי דער בעל פעור פארלאנגט. און ער האט ווירקליך געהאפט אז דער אוצר וועט זיין מכוסה מן העין ביז מוצאי שבת. וואס דאן וועט ער זיך צוריק קערן צום ארט און אפנעמען דאס זייניגע. שוין א פאסיגע לעזונג צו א אומאנגענעמענע סיטואציע...

מיטאמאל האט זיך אונזער רבי נחומקע דערוועקט און ער זעט ווי בלויז דער צווייטער העלפט פונעם חלום איז פארווירקליכט געווארן....ס'איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן אין פולן זין פון ווארט....
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:39 pm#420468
ממש אזוי..
נאך וואס מ'האט גע'ענדיגט דעם גרויסן פארטי, און אלע באטייליגטע האבן זיך שוין אהיימגעקליבן, איז געבליבן קלמן מיט זיין ווייב דבורה – אין זאל, און יעצט האט ער געהאט די געלעגנהייט, איר אריינצוגעבן א פסק, ווי קיינמאל בעפאר..
די ביסט אזא שטיק שלעכטס, א בלוט זויגער, איך האב געדארפט ארומלויפן א שטאט און א האלב, און רופן יעדן, און שלעפן אלעס, און טראגן און מאכן, און די גארנישט! די פערד, די שוטה די שטינקפאס די ראץ פאס די פאר'ריקטע נשמה..
און דבורה ווייזט עהם מיט די אויגן, און ער כאפט נישט.. דער מענעדזשער פונעם זאל שטייט מיט אפענע מויל און אויערן, און גלייבט גארנישט וואס ער האלט מיט..
אבער ווען קלמן איז געכאפט געווארן אין שאק, וואס ער האט זיך דא אנגעמאכט, האט ער באלד פארווישט דעם אויסברוך; הערסטע מיין ווייב? אזוי האט ער מיר געשריגן.. קענסט עס גלייבן.. ממש די ווערטער..
פרעג איך דיר, בין איך טאקע אזא פערד שוטה שטונקפאס?.. חלילה!!! רעאגירט באלד דבורה – און העלפט פאר'וואסערן דעם פלאפּ הגדול והנורא.
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:47 pm#420469
תדיר ושאינו תדיר..
אלתר שנעק און שמחה בעק – צוויי שלעפער'ס מובהקים – זעצן זיך אריין אין עטרת טשארנע חתונה זאל, און שוין געוואשענע הייבן זיי אן רייסן מאכלים..
קענסט מיר זאגן אלתר.. וואס איז דאס דא? פרעגט ער זיין אח לצרה – שמחה'לע, וואס עפעס היינט געבט מען דא איבערגעצויגענע פלייש??
פון וואו ווייסעך פארוואס?.. זאגט אלתר, דער מחותן היינט נאכט זוכט צו שפארן, און ס'איז עהם ביליגער שניצל – קוקט אויס!
וואס הייסט?? ווארפט פאר שמחה'לע; אונז עסן מיר יעדן טאג נאכטמאל דא, ווי קען ער זיך אנרוקן איינמאל און טוישן צו שניצל?...
דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 4:28 pm#421824
אין זכות פון בעבעלעך..
פארציילט מיר א יוד, שוין א עלטערער ירושאלמער, אז אין זיינע צייטן ווען מ'האט פארלאנגט זיך צו שטעלן אינם ביורא פונעם מיליטער, צוזען צו מ'איז פעאיג צו דינען אינעם געטרייע צה''ל פונעם יידישער מדינה, האבן זיי געזוכט עפעס בעסערע עצות, ווי סתם זיך משוגע מאכן.
ובכן, מ'איז אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן; ווען ס'געקומען די טאג ווען מ'האט זיך געדארפט שטעלן פאר א אונטערזוך, האבן זיי בחורים אויפגעקאכט א טעפל בעבעלאך – האלב אפגעקאכט, און זיך אנגעגעסן דערמיט, און צוגעטרונקן א גרויסן גלעזל שווארצע קאווע..
די זויער געבלאזענע גערוך - וואס דאס האט פאראורזאכט, ביים ווארטן דארט אינעם אפיס פונעם אונטערזוכער, האט גורם געווען אז די אונטערזוכער האבן שנעל פיקס פארטיג געווארן מיט'ן ''פטור'..
דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 4:37 pm#421828
שבע יפול צדיק
ווי ס'מאכט זיך אמאל, האט זיך אנגעריקט עפעס א רעבעלע צום רבי'נס הויף, און ווען ער איז אריין אל הקודש פנימה, האט ער גערעדט מיט חוצפה און אויפגעפאדערט פשט אויף זאכן וואס זענען קעגן זיין פארשטאנד; און דער רבי האט אנגעזאגט דעם גבאי, ער זאל חלילה נישט נקמה נעמען פון דעם אורח.
אבער דער גבאי האט עס נישט געוואלט פארשווייגן, האט ער בליץ שנעל גערופן דעם אונטער גבאי, און עהם באפוילן – איך קען נישט נקמה נעמען ווייל דער רבי לאזט מיר נישט – אבער דו זע ער זאל נישט אהיימגיין גראד..
מה עשה הקב''ה.. ווען רבינו האט ארויסבאגלייט דעם רעבעלע, האט דער גבאי שני יענעם אונטערגעלייגט א פיסל.. און ער האט זיך אויסגעגלוטשט אויפ'ן ערד..
זאגט דער רעבעלע; אה, שבע יפול צדיק.. שטייט דאך!
ענטפערט עהם דער רבי; דארפט איר נאך - כאטש זעקס מאל טראסקענען..
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 3:03 pm#423668
א יודיש – דייטשמעריש..
ס'טוט זיך א געשריי, איוואן שרייעט אז ער האט א פארדאכט אויף דעם דייטשן פויער, אז ער האט אוועקגענומען די צוויי פערדעלעך פונעם שטאל – וואס געהער צו באריס; אבער מ'קען זיך נישט אויסקומען מיט'ן שפראך, ווייל דער דייטשער קען נישט קיין רוסיש..
נו גוט, זאגט דער ריכטער, זאל מען רופן יאנקל דער מאשקע פון קיעוו, און אז ער קען יודיש, וועט ער פארשטיין געבן דעם דייטשן שייגעץ, אויפ'ן ענליכן דייטש-יודישער שפראך וואס איז דא די רעדע.
יאנקל הערט וואס דא גייט פאר, און ער איז מסביר פאר'ן באשולדיגטער אויף גמרא לשון – וואס מ'וויל פון עהם.
דו בחור! מ'איז אייך חעישעד, אז איר האט גע'גָנב'ט צוועי סאוּסים.. זייט מעידע און מקבל נזיפה, איידער מ'וועט אייך קשה מעַנִיש זיין..
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 6:20 pm#423676
מי אני?
אזויווי יעדן טאג אינדערפרי, שטייען טישן און שרייען פון די פלאקאטן, העלפט ארויס א יוד, א גרויסער תלמיד חכם, וואס איז נעבעך קראנק ל''ע, און מיט אייער הארציגע נתינה, קענט איר מחיה נפשות זיין, און אריינכאפן אזא גרויסע מצוה - ווי קיינמאל בעפאר.
די שרייעדיגע פרטים, ווי א קעסטל רעטעניש, האט געכאפט מיין התפעלות, און איך בין געווארן זייער נייגעריג – ווער איז אט דער נצרך?
יגעת ומצאת.. און כ'בין געוואור געווארן, אז ס'גארנישט קיין קראנקע תלמיד חכם, נאר א געזנוטע עם הארץ..
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 9:19 pm#423689
אבל הילל דרך אחרת היתה לו...איך האב אן אנדערע פאליסי. אויב א יוד קומט און בעט א נדבה. און ער פארציילט מיר א גאנצע מעשה וואס ברענגט טרערן. און ס'שטעלטציך אויס אז די מעשה איז נישט אמת. ביניך אויכעט נישט ברויגז. ווייל איך טענה אז אויב א יוד וויל עסן א גוטן סענדוויטש. אדער אן אייזקריעם. מעג ער שנארן געלט אויף דעם...און ער מעג קומען און פארציילן אז ער האט א קראנקע באבע פון 114 יאר וואס דארף דורכגיין א מח אפעראציע...!
דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 9:48 pm#423692
עד כאן!..
ס'איז אריינגעקומען א נייער בחור אין ישיבה – פון אויסלאנד, און די בחורים האבן באלד געשמעקט אז דאס איז א תמימות'דיגער, וואס מ'קען עהם אלעס פארקויפן..
און מ'האט עהם געזאגט; ס'איז איינגעפירט, אז דער נייעס'טע בחור אין ישיבה גייט צו פאר קידוש צום רבי'ן, זיך צו לאזן בענטשן.. און ס'איז געלונגען! באלד דערויף האט מען עהם פארציילט, אז מ'פירט זיך זאת חנוכה אויסצוטרונקן די איבערגעבליבענע אויל.. און ער האט געטרונקן.. און אז דער רבי ש'טייט פורים אויפ'ן קאפ, מיט איין רויטע זאקן אויפ'ן פוס.. און דער יעניגער האט געגלייבט..
אבער ווען מ'האט עהם געזאגט, אז נאך בדיקת חמץ, טיילט דער רבי המן טאשן פאר'ן גאנצן עולם; עד כאן!!! האט ער געשריגן.. דאס גלייב איך שוין נישט..
ווי איבעראשט איז ער געווען, אז דווקא דאס איז אמת.. און אז דער רבי כאפט פיש ביי תשליך, און פרעגל'ט כרעמזלעך ביים אויווען.. איז ליגענט..
פרייטאג פעברואר 01, 2019 1:22 am#423700
שקד: זיי ממשיך.און אז די רבי עסט טשיעז בלינצעס יוהכ"פ ביי כורעים. ומעשה שהיה. אז אן עם הארץ האט אמאל געפרעגט ביי איינעם. וואס דער עולם טוט יום כיפור ביי כורעים. יענער איז געווען א גוטער לץ. און ער האט איהם געזאגט אז ביי כורעים עסט דער עולם טשיעז בלינצעס. ווייל מ'איז דאך הונגעריג. אבער יום כיפור טאר מען נישט עסן אפן. אן דער עולם גרייט זיך אן די בלינצעס. און זיי עסן עס דאמאלס. איז ער געגאנגען או האטציך אנגעגרייט א פאר בליצעס. ווען ס'איז געקומען ביי כורעים, האט ער זיך גענומען עסן די בלינצעס. און דער עולם אין ביהמ"ד האט געזעהן אז ער הייבט זיך נאכנישט אויף. זענען זיי צוגעגאנגען צו איהם און געפרעגט. וואס גייט פאר? האט ער זיי געוויזן א פולן מויל. און געוואונקען אז ער איז באלד פארטיג...!
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 5:55 pm#424080
''פארבארג'' מיר דעם ספר...
ר' יצחק זיצט שוין אינעם אלטן בענקל, און זיינע ספרים שענק זענען איבערפול מיט גאר אינטערעסאנטע ספרים און ביכער; דער יונגער באדינער זיינע – א יונגערמאן וואס כאפט דעם דאלער – פרעגט עהם; אפשר ר' יצחק וואלט איך געקענט בארגן פון אייך אפאר ספרים דא? איך זע דא היבש אינטערעסאנטע ביכער האט איר..
הא הא הא.. צעלאכט זיך ר' יצחק, ווען ער שטאמעלט קוים ארויס דאס באדייט פון זיין געלעכטער.
דו זעסט יונגערמאנטשיג, כמעט רוב ספרים וואס דו זעסט דא, האב איך מיט די יארן געבארגט פון דיין זיידן.. נעם דיר צוריק וואס דו דארפסט..
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 6:08 pm#424081
נקי מכול..
ווער ס'וועט טרעפן א גרייז אין מיין נייעם ביכל, דער באקומט האלב פונעם פארדינסט..!!! אזוי האט געלאזט מעלדן א באקאנטער שרייבער, וואס האט שווער געארבעט צו פאר'רעכטן יעדע מעגליכע גרייז, און האט זיך געשוואוירן אז ס'נקי מכול..
ביים ספעציעלע מאלצייט – לכבוד'ן ערשיינונג פון זיין ביכל - וואו ער האט פארבעטן גאר גרויסע מבינים, שרייבער קריטיקער און שריפטשטעלער, האט ער געשאנקן דאס ביכל 'בחינם', און עס אראפגעלייגט אויף יעדעמס פלאץ, איינגעהילט אין א הערליכע דעקארירטע בוך מאנטל, דערויף א שלייפל מיט א צעטעלע; ןזיירג ןופ ןייר ,לכיב םעיינ ןיימ

אוי האט מען זיך ארומגעשלאגן, ווער האט דאס ערשטע באמערקט דעם גרייז, און ס'קומט עהם דערפאר די צוזאג..
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 6:13 pm#424082
פארוואס האב איך מיט דיר נישט אנגעהויבן?
דער בריסקער רב רבי וועלוועלע זאל זיך מיהען אין ליכטיגער גן עדן, האט געהאט א זון מיטן נאמען רבי חיים. דער רבי חיים ע''ה איז נעבאך געווען נישט מיט אלעמען, אזש ווען משוגע וואלט ווען געמאכט וואקסן, וואלט ער ווען געזעצן אויף די לבנה און מיט די פוס געשאקלט א יאכט שיפל אויפן אטלאנטישען אקעאן, און ווען משוגע וואלט ווען געמאכט נידעריג, וואלט ער געזיצן אויף א ביר דעקל אין געשפילט קאגעלעך מיט די רויטע ווערים...

אלענפאלס דער רבי חיים האט אמאל זייענדיג אין די גיסטע, דערלאנגט פאר עמיצען אזא פראסק אויפן באק, אז יענער האט זיך דערזען מיטן שווארצן טייוול בהקיץ ממש. אויף די אנפראגע פון זיין פאטער פארוואס ער האט דאס געטאן, איז דער אנטווארט באלד געקומען אז יענער האט אנגעהויבן, ווי דער אלגעמיינער שטייגער איז שטעדיג. פרעגט אים דער בריסקער רב פארוואס האט יענער מיט מיר נישט אנגעהויבן? ענטפערט אים רבי חיים מיט א דריי מיטן פינגער אלא מאי? דער טאטע האלט אז איך בין שולדיג, אויב אזוי דאן פארוואס האב איך נישט אנגעהויבן מיטן טאטן? ודפי''ח

א סאלאווייטשיק איז א סאלאווייטשיק. אפגעזען משוגע צו נארמאל!
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 8:53 pm#424094
שקד האט געשריבן:''פארבארג'' מיר דעם ספר...
ר' יצחק זיצט שוין אינעם אלטן בענקל, און זיינע ספרים שענק זענען איבערפול מיט גאר אינטערעסאנטע ספרים און ביכער; דער יונגער באדינער זיינע – א יונגערמאן וואס כאפט דעם דאלער – פרעגט עהם; אפשר ר' יצחק וואלט איך געקענט בארגן פון אייך אפאר ספרים דא? איך זע דא היבש אינטערעסאנטע ביכער האט איר..
הא הא הא.. צעלאכט זיך ר' יצחק, ווען ער שטאמעלט קוים ארויס דאס באדייט פון זיין געלעכטער.
דו זעסט יונגערמאנטשיג, כמעט רוב ספרים וואס דו זעסט דא, האב איך מיט די יארן געבארגט פון דיין זיידן.. נעם דיר צוריק וואס דו דארפסט..

אביסל פארדרייט. שטאמט במקורו פון ר' יצחק ניסים (פאטער פון מאיר בניהו וואס אויף עם איז אויך געווען טענות לגבי קלעבעדיגע הענט), אדער האט מען עס אויף עם ארויפגעלייגט.
פרייטאג פעברואר 08, 2019 12:44 am#424110
שקד האט געשריבן:אין זכות פון בעבעלעך..
פארציילט מיר א יוד, שוין א עלטערער ירושאלמער, אז אין זיינע צייטן ווען מ'האט פארלאנגט זיך צו שטעלן אינם ביורא פונעם מיליטער, צוזען צו מ'איז פעאיג צו דינען אינעם געטרייע צה''ל פונעם יידישער מדינה, האבן זיי געזוכט עפעס בעסערע עצות, ווי סתם זיך משוגע מאכן.
ובכן, מ'איז אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן; ווען ס'געקומען די טאג ווען מ'האט זיך געדארפט שטעלן פאר א אונטערזוך, האבן זיי בחורים אויפגעקאכט א טעפל בעבעלאך – האלב אפגעקאכט, און זיך אנגעגעסן דערמיט, און צוגעטרונקן א גרויסן גלעזל שווארצע קאווע..
די זויער געבלאזענע גערוך - וואס דאס האט פאראורזאכט, ביים ווארטן דארט אינעם אפיס פונעם אונטערזוכער, האט גורם געווען אז די אונטערזוכער האבן שנעל פיקס פארטיג געווארן מיט'ן ''פטור'..

דערמאנטס מיר איינער זאגט מיר אז ער עסט נישט קיין זכר בונדלעך באַ א זכר ווייל ער פאַרקילט זיך פרעג איך עם וואס האט בונדלעך צו טאָן מיט פארקילען? זאגט ער מיר ווייל ער דארף שלאפן די גאנצע נאכט מיט א אָפענע ווינדאָ
דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:07 pm#424317
העלפט א יוד..
צווישן די אומצאליגע ירושלמים, וואס לויפן ארום נאך צדקה, שטעלט זיך ארויס איינער וואס טענה'ט ער גייט פאר א גאר חשובע צורך; ער פירט א גמ''ח ויכולו..
דהיינו, יעדע פרייטיג צונאכטס, לויפט ער ארום אין גאנץ מאה שערים, און ווער ס'האט פארפאסט צו זאגן ויכולו מיט א שותף, זאגט ער מיט עהם..
איז, פארוואס ברויכט איר געלט פאר דעם??
אה.. איר פרעגט גוט! נאר וויבאלד איך קום דא נאך געלט פאר דעם צוועק, דארף איך צאלן א ממלא מקום אנשטאט מיר..
מיטוואך פעברואר 13, 2019 5:37 pm#424395
א גוטע משכון..
שפעט מוצאי שבת, נאך וואס די בחורים האבן געפראוועט א מלוה מלכה אינדרויסן פונעם געגענד, האבן זיי פשוט נישט געקענט איבערלאזן די זעק גארביטש ביי יענעם אין חצר; וואס טוען בחורים? מ'האט באשטעלט א טעקסי, און אריינגעלייגט דריי פולע זעק גארביטש אינעם טראנק..
ווען די טעקסי איז אנגעקומען צום ישיבה, האבן זיך אלע בחורים פלוצלינג אפגעטראגן – אנע צאלן.. און דער טונקעלער ערל – דער דרייווער שרייעט זיי נאך; יא יא.. ענק האבן פארגעסן ענקערע לאגיטש אין די טראנק.. קומטס באצאלן, אז נישט פיץ איך אפ דערמיט..
און נאך אפאר מינוט ווארטן האט ער אפגעפיצט דערמיט..
מאנטאג מערץ 04, 2019 6:46 pm#425680
למען ישמעו ויראו..
ס'געפאלן א ריזן שניי, ממש צווי פוס הויעך, און ר' טובי' האט געבעטן דעם גרויסן שארער-טראק דרייווער, אז ער זאל מוחל זיין, און אריינפארן אין זיין דרייוו-וועי און אוועקשטופן די הויפענעס שניי, ביז טרעפן און פארענט איינגאנג.
דער הויעכזיצענדער דרייווער האט זיך פאר'עקשנ'ט אז טובי' זאל עהם דערפאר באצאלן.. און טובי' האט בלית ברירה עהם צוגעזאגט א שיינעם מטבע; און ווי נאר ער האט געענדיגט אפשארן איינס צוויי מאל דעם שטח דארט, האט עהם טובי' געוויזן א גרויסן פייג! אין כסף ואין שבועה..
נו, האט דער בייזער שארער-טראק דרייווער נקמה גענומען, און צוזאמגעשארט דאס גאנצע גאס – ביז טובי'ס הויז, און אלעס בארזאם ארויפגעשטופט ביז זיין פארענט איינגאנג.. למען ישמרו ויראו..
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:02 pm#425684
אכן נודע הדבר!
ביי שלוש סעודות זענען די בחורים צוגעגאנגן צום אלטן קעכער - ר' ברוך – און עהם אויסגעפרעגט; וואס האט איר אריינגעלייגט דעם וואך אינעם שבת טשולענט?.. עפעס אזוי פעט און געשמאק איז דאס געווען..
כ'ווייס נישט! גארנישט באזונדער..
אבער ס'האט דאך געהאט עפעס א טעם פון בשר בהמה, און כ'מיין איר לייגט נישט אריין קיין בהמה פלייש, ריכטיג?
מוצאי שבת ווען מ'האט אויסגעוואשן דעם ריזן טאפ, האט מען געטראפן א טויטן קאץ דערין.. אכן נודע הדבר! אז די טאפ איז געליגן ביים אפענעם פענסטער, ווי די ווינטעלאטור איז געווען צעבראכן, און דאס קאץ האט געוואלט טועם זיין בשתיקה, און מהנה געווען אפאר יודען מיט קאצן טשולענט..
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:39 pm#425693
דו דערמאנסט מיר א אמת'ע מעשה" וואס האט זיך אפגעשפילט ביי הרב החסיד ר' דוד ב' ע"ה - ווען ער האט געוואוינט ערגעץ אין ניו זשורזי, און זיין טיר שכן איז געווען א אמעריקאנער גוי - און איינמאל שבת האט דער גוי שמעקענדיג דעם טשולענט זיך פארגלוסט טועם צו זיין פונעם אידישען מאכל, און ר' דוד ב' האט איהם געגעבן מפני דרכי שלום, און דער גוי איז שוין געקומען יעדע וואך טועם צו זיין פון זיין טשולענט, נאך א שטיק צייט פרעגט איהם דער גוי "וואס לייגסטו אריין אין דעם טאפ אז עס טעיסט אזוי גוט ?
האט איהם ר' דוד געענפערט: דו ווייסט דאך אז ביי אונז אידן מאכט מען א ברית - איז דעם שטיקל וואס מען שניידט אראפ דאס לייגט מען אריין אינעם טשולענט, שטייצעך אז מער איז דער גוי נישט געקומען פארזוכען....
מאנטאג מערץ 04, 2019 8:21 pm#425699
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דו דערמאנסט מיר א אמת'ע מעשה".


אויב בין איך זיך נישט טועה זענען שקד'ס אלע (אפשר רוב) מעשיות וואורקליך פארגעקומען.
דינסטאג מערץ 05, 2019 2:04 am#425730
אלע לעידיס...
פארציילט מיר דעם שבת א איד, אז אין בארא פארק לערך פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק איז געווען א זאל וואס האט באלאנגט פאר איטאליענער (מאפיא....) און א היימישע קעטערינג מיט א השגחה פלעגט ניצן דעם זאל פאר חתונות, און די היימישע עולם פלעיגט דארט חתונה מאכן. האט זיך געמאכט אמאל ביי א חתונה וואס דער קעיטערער האט געבעהטן דעם גויאישן בעה"ב / מענעדזשער אז ער זאל לאזן וויסען פאר די ווייבער אז די חלות זענען מזונות ראלל"ס, האט דער בעה"ב גענומען דעם מייק אין די הענט און אויסגערופען "all the bread by the ladies side are [b]zonos[/b"
{זונות}.....
דינסטאג מערץ 05, 2019 3:10 am#425737
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:פארציילט מיר דעם שבת א איד, אז אין בארא פארק לערך פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק איז געווען א זאל וואס האט באלאנגט פאר איטאליענער (מאפיא....) און א היימישע קעטערינג מיט א השגחה פלעגט ניצן דעם זאל פאר חתונות, און די היימישע עולם פלעיגט דארט חתונה מאכן. האט זיך געמאכט אמאל ביי א חתונה וואס דער קעיטערער האט געבעהטן דעם גויאישן בעה"ב / מענעדזשער אז ער זאל לאזן וויסען פאר די ווייבער אז די חלות זענען מזונות ראלל"ס, האט דער בעה"ב גענומען דעם מייק אין די הענט און אויסגערופען "all the bread by the ladies side are [b]zonos[/b"
{זונות}.....

כ׳האב געהערט די מעשה אביסל אנדערש און אואדא"ח. דער קעיטערער האט געבעטן פונעם שפילער ער זאל אויסרופן אז די חלות זענען מזונות. דער שפילער איז געווען נעבעך א תינוק שנשבה א רוסישן יוד מיט א גראבן אקצענט, נישט געקענט ארויסזאגן קיין ח׳ פאר קיין געלט נישט.

ער קלארט זיך דאס האלדז און נעמט די מייק אין האנט אריין, און רופט אויס הויעך ״אלע כלות זענען זונות!״
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:32 pm#425878
פיין פאר עהם..
דער משגיח האט געכאפט א בחור, אינמיטן נאכט, ווי ער גייט ארויס פונעם דארמעטארי אויפ'ן גאס, און האט עהם אראפגעלאזט א פייערדיגן פאטש אין פנים, אז ס'האט געקלונגען..
אויפ'ן צווייטן שטאק פונעם בנין, ווי דארט איז געווען די דארמעטארי, עפנט זיך אויף די פענסטער, און א צווייטער בחור שרייעט אראפ; משגיח געבט עהם נאכאיינס!!..
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:37 pm#425879
פיין געלונגען..
ס'איז האלב חודש, בחצות הלילה, דאס גאנצע דארמעטארי איז איינגעזינקן אין א טיפע שלאף, און לייבל קען נישט איינשלאפן און שטייט ביים פענסטער, און פארגינט נישט אז אלע שלאפן פיין און ער איז אזוי אליין.
לייבל כאפט א אטאקע, און הייבט אן שרייען; רבותי.. ק י ד ו ש ל ב נ ה ! ! !
און אלע שפרונגען אויף פון די בעטן און כאפן די שיך און זאקן און לויפן...
אויפ'ן גאס פאלט א געדעכטע שניי.. און לייבל קאטשעט זיך פאר געלעכטער.. יאפס ס'איז געלונגען..!
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:46 pm#425881
כאשר זמם לעשות..
מוצאי שבת, אפאר בעלי בתים שטייען קעגן די ישיבה, און שעלטן די בחורים די מחוצפים.. נחום איז א בחור א פיין שמעקער, און האט אלץ די קאפ אויפ'ן פלאץ; און ס'בליצט עהם איין א געדאנק, ער לויפט אראפ אין קאך, און פאקט אריין וויפיל אייער ס'גייט נאר, אין די בעקיטשע טאשן, אין די הויזן טאשן, און מיט צוויי פולע הענט לויפט ארויף אויפ'ן דאך, און וועט זיי באהאגלען כמו שכתוב.
נאך פאר ער טרעט ארויף אויפ'ן דאך, האט ער געטראסקעט בפישוט ידים ורגלים.. און זיך געטראפן באנעצט מיט אלע אייער אויפ'ן פנים און אין אלע טאשן..
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:07 pm#425884
רואה ואינו נראה:
געווען אמאל א איד, וואס איז נעבאך געווען לאו חכים טובא ולאו טיפוש זוטא. ס'איז אים אריין א דזשוק אין קאפ אז וויל קענען פארוואנדלט ווערן צו א זעער וואס קען נישט געזען ווערן, ווי ס'ווערט אנגערופן אין די מיסטישע געשיכטע ביכלעך, א רואה ואינה נראה.
אלענספאלס, ער איז געגאנגן צום רב און אים געבעטן אז דער רב זאל אים אויסלערנען די פארבארגענע יחודים און געהיימע כוונות ווי אזוי מ'קען פארוואנדלט צו ווערן צו א רואה ואינה נראה.
דער רב איז געווען א געשמאקער אידל, וועלכע האט שטארק געגליכענט אונטערהאלטונג. זאג אים דער רב: רבי איד, איך קען אייך נישט אנטפלעקן אזא גרויסע געהיימעניס, ביז ווי לאנג די פאסט נישט פאר א גאנצע וואך, משבת לשבת. און יעדן טאג זאלסטו זיך טובלן ש''י טבילות אין א אייז קאלטע מקוה, און אל תגשו אל אישה, און שנייד דיר די נעגל פון די הענד און פוס, און גאל דיך אפ די האר פון קאפ, און דאן קום צוריק צו מיר...

צוליב זיין אויסטערלישער גליסטעניש צו קענען ווערן א רואה ואינו נראה, האט דער נערישער מאן איינגעשטומט צו די אלע שווערע באדינונגען, איז ביז א וואך איז ער שוין געווען צוריק ביים רב, און געזאגט רבי, איך בין פולקאם גרייט, כ'האב איינגעהאלטן אלעס וואס דער רב האט מיר געהייסן. אצינד ליגט אויפן רב א הייליגער פליכט מיך אויסצולערנען די פארבארגענע יחודים וואס מ'דארף אינזינען צו האבן, צו ווערן א רואה ואינו נראה. זאגט אים דער רב זיכער! נער בלייבט נער, און געשעפט בלייבט געשעפט, דער רב האט אים אויסגעלערענט די הייליגע פארבארגענע יחידים...

אונזער אידל איז געווען אין זיבעטען הימל פאר פרייד, ער האט זיך געשפירט געהויבן ביז גאר, און ער האט טאקע באשלאסן זעלבסט אויסצופרובירן צו די יחידים ארבייטן ווירקליך.
ס'איז שבת אינדערפרי, דער עולם זינגט מיט א לעבעדיקייט דעם קל אדון, און אונזער צדיק שפאצירט אריין אין בית מדרש אן אנטבלויזטער, נאקעט ווי אינעם טאג פון געבורט, בלויז די גאטקעס האט ער אנגעהאט... ער איז געווען ביי די מיינונג אז קיינער זעט אים ממלא נישט... ווי ס'איז זעלבסט-פארשטענליך איז דער עולם איינגעגאנגן פאר געלעכטער, ס'איז געווען א קאמישע צענע ביז גאר, א איד שפארצירט זיך אזוי אריין אין בית מדרש מיט א ברייטקייט, בלויז מיט די גאטקעס אויף די לענדן... ס'איז געווען ישמחו....
דער איד האט זיך באלד געכאפט אין וואס פאר א צושטאנד ער געפונט זיך, ער האט געמיינט אז דער ערד עפענט זיך אונטער אים פאר שאנדע. מיט פארדרוס פרעגט ער דעם רב, פארוואס האט מיר דער רבי אזוי גוט מסדר געווען? ענטפערט אים דער רב מיט קליגשאפט: די יחידים האבן טאקע געארבייט מ'האט דיך טאקע נישט געזען, מ'האט אבער געזען ווי ווייסע גאטקע לויפט ארום אין בית מדרש, צוליב דעם האט דער עולם געלאכט, פרוביר אריין שפאצירן אין בית מדרש אן די קאטקעס, וועלן מיר זען צו עמיצער וועט דיך זען...

ס'איז נישט קלאר צו דער איד האט דאס טאקע געטאן....
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 3:15 pm#425946
קאך_לעפל האט געשריבן:
געווען אמאל א איד, וואס איז נעבאך געווען לאו חכים טובא ולאו טיפוש זוטא. ס'איז אים אריין א דזשוק אין קאפ אז וויל קענען פארוואנדלט ווערן צו א זעער וואס קען נישט געזען ווערן, ווי ס'ווערט אנגערופן אין די מיסטישע געשיכטע ביכלעך, א רואה ואינה נראה.
אלענספאלס, ער איז געגאנגן צום רב און אים געבעטן אז דער רב זאל אים אויסלערנען די פארבארגענע יחודים און געהיימע כוונות ווי אזוי מ'קען פארוואנדלט צו ווערן צו א רואה ואינה נראה.
דער רב איז געווען א געשמאקער אידל, וועלכע האט שטארק געגליכענט אונטערהאלטונג. זאג אים דער רב: רבי איד, איך קען אייך נישט אנטפלעקן אזא גרויסע געהיימעניס, ביז ווי לאנג די פאסט נישט פאר א גאנצע וואך, משבת לשבת. און יעדן טאג זאלסטו זיך טובלן ש''י טבילות אין א אייז קאלטע מקוה, און אל תגשו אל אישה, און שנייד דיר די נעגל פון די הענד און פוס, און גאל דיך אפ די האר פון קאפ, און דאן קום צוריק צו מיר...

צוליב זיין אויסטערלישער גליסטעניש צו קענען ווערן א רואה ואינו נראה, האט דער נערישער מאן איינגעשטומט צו די אלע שווערע באדינונגען, איז ביז א וואך איז ער שוין געווען צוריק ביים רב, און געזאגט רבי, איך בין פולקאם גרייט, כ'האב איינגעהאלטן אלעס וואס דער רב האט מיר געהייסן. אצינד ליגט אויפן רב א הייליגער פליכט מיך אויסצולערנען די פארבארגענע יחודים וואס מ'דארף אינזינען צו האבן, צו ווערן א רואה ואינו נראה. זאגט אים דער רב זיכער! נער בלייבט נער, און געשעפט בלייבט געשעפט, דער רב האט אים אויסגעלערענט די הייליגע פארבארגענע יחידים...

אונזער אידל איז געווען אין זיבעטען הימל פאר פרייד, ער האט זיך געשפירט געהויבן ביז גאר, און ער האט טאקע באשלאסן זעלבסט אויסצופרובירן צו די יחידים ארבייטן ווירקליך.
ס'איז שבת אינדערפרי, דער עולם זינגט מיט א לעבעדיקייט דעם קל אדון, און אונזער צדיק שפאצירט אריין אין בית מדרש אן אנטבלויזטער, נאקעט ווי אינעם טאג פון געבורט, בלויז די גאטקעס האט ער אנגעהאט... ער איז געווען ביי די מיינונג אז קיינער זעט אים ממלא נישט... ווי ס'איז זעלבסט-פארשטענליך איז דער עולם איינגעגאנגן פאר געלעכטער, ס'איז געווען א קאמישע צענע ביז גאר, א איד שפארצירט זיך אזוי אריין אין בית מדרש מיט א ברייטקייט, בלויז מיט די גאטקעס אויף די לענדן... ס'איז געווען ישמחו....
דער איד האט זיך באלד געכאפט אין וואס פאר א צושטאנד ער געפונט זיך, ער האט געמיינט אז דער ערד עפענט זיך אונטער אים פאר שאנדע. מיט פארדרוס פרעגט ער דעם רב, פארוואס האט מיר דער רבי אזוי גוט מסדר געווען? ענטפערט אים דער רב מיט קליגשאפט: די יחידים האבן טאקע געארבייט מ'האט דיך טאקע נישט געזען, מ'האט אבער געזען ווי ווייסע גאטקע לויפט ארום אין בית מדרש, צוליב דעם האט דער עולם געלאכט, פרוביר אריין שפאצירן אין בית מדרש אן די קאטקעס, וועלן מיר זען צו עמיצער וועט דיך זען...

ס'איז נישט קלאר צו דער איד האט דאס טאקע געטאן....

דיין גאנצע עפיזאד וואלסטו געקענט שרייבן אין געציילטע שורות; דאס איז די קונץ פון א ווערטל, ווי קורצער אלץ בעסער..