Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12696
מיטוואך אפריל 10, 2019 10:49 am#428208
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, וואס איז די מסקנא פון די אלע רעפארטס אין די מידיא וכו'...?! וואו איז דער געשריי פון די אלע רבנים ועסקנים. וואו זענען די אלע קול קורא'ס...אז דער עולם זאלל גיין און געבן וואקסינען פאר די קינדער...?!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער איצטיגער מצב פון גלייכגילטיגקייט מצד אונזערע מנהיגים ועסקנים, וועט ח"ו ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם און שנאה לגבי אלע אידן. (ביי גויים שונאי ישראל איז נישטא קיין חילוק צווישן קנאים און ציונים, למינהם.). און אונז וועללן מיר נישט האבן קיין פתחון פה...היל"ת...!
אפשר קומט דער גלייכגילטיגייט פון מענטשן איבער די פופציג וואס האבן קיינמאל באקומען דער מיזעלס וואקסין.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 11:41 am#428213
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
קאצקע ציקער האט געשריבן:זיי האלטן?? ס'איז א מציאות אז מען לייגט אריין אלעמעניום און heave metals אין וועקסינען וואס איז נישט גיט פארן מוח.
און נישט נאר ס'נישט קיין סכנה מיזעלס פארקערט ס'איז גאר געזינט , און בויעט די מיון סיסטעם פון דער מענטש
אין דעם בראשור וואס עס איז יעצט געווען פארשפרייט אין די העלט צענטערן שרייבן זיי נאך פון איינעם אז אין א סלייס סעלמאן פיש איז דא מער מעטאל ווי אין א וואקסין.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 11:55 am#428215
דער עיקר פראבלעם ווערט נאר ווען מ'גיבט אפאר וואקסינען אויפאמאל פאר א קליין קינד פון אפאר טעג/חדשים אלט, דאס קומט שוין אויס אביסל מער מעטאל ווי א כזית פיש וואס געווענליכע קינדער אין דעם עלטער קענען ניטאמאל עסן.
מיטוואך אפריל 10, 2019 1:08 pm#428220
גראף: די מענטשן אין די פופציגער יארן זענען נישט אין א היי ריזק קאטעגאריע. ווייל רוב פון זיי האבן שוין געהאט מיזעלס. און זיי האבן א נאטירליכע אימוניטעט צו דעם וויירוס...!
מיטוואך אפריל 10, 2019 1:16 pm#428221
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
berlbalaguleh האט געשריבן:גראף: די מענטשן אין די פופציגער יארן זענען נישט אין א היי ריזק קאטעגאריע. ווייל רוב פון זיי האבן שוין געהאט מיזעלס. און זיי האבן א נאטירליכע אימוניטעט צו דעם וויירוס...!
איך האב געוואוסט אז דו וועסט פארשטיין..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 2:27 pm#428223
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם ווערט נאר ווען מ'גיבט אפאר וואקסינען אויפאמאל פאר א קליין קינד פון אפאר טעג/חדשים אלט, דאס קומט שוין אויס אביסל מער מעטאל ווי א כזית פיש וואס געווענליכע קינדער אין דעם עלטער קענען ניטאמאל עסן.


וואקסינען זענען נישט גורם קיין פראבלעמען פריעד. נישט ווען מען געט איינציקווייז, און נישט ווען מען גוט אסאך וואקסינען אויפאמאל. נישט פאר עלטערע און נישט פאר פיצלעך קינדער, (חוץ אן ממש גאר אוטסנאמליכע פעלער, איינס אין א מיליאן).

די טיימערסאול מערקורי וואס מ'פלעגט "אמאל" אריינלייגן אין וואקסינען איז נישט קיין העווי מעטאל וואס די גוף קען נישט ארויסווארפן ווי די מערקורי וואס געפינט זיך אין פיש, אפילו אויב זאל א מענטש באקומען פון די טיימערסאול מערקורי טויזענט מאל אזויפיל ווי עס איז דא אין א סלייס פיש פון די עכטע מערקורי, וועט ער אויך נישט ליידן פון א מערקורי פארגיפטונג.
מיטוואך אפריל 10, 2019 2:43 pm#428224
שמערל האט געשריבן:וואקסינען זענען נישט גורם קיין פראבלעמען פריעד.

אדער יא אדער נישט, בכל אופן האב איך מיך נאר באצויגן צום צושטעל צו פיש, וואס דאס איז א נארישע צושטעל.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:54 am#428262
איז דא א פרוי וואס שרייט פאר דו מידע זי דארף דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס, כדי צי זיין רואיג און זיכער אז וועקסין איז נישט שעדליך. כבין זייער אימרפרעסד ווי א היימיש ווייבעל ווייסט צי פארלאנגן שטארקע סטענדארטן צי מבחין זיין בין אמת לשקר.
איך וויל אבער וויסען דו ספיריטול לידער אויף וועם זי פארלאז זוך אויף יא שניידן נישט שניידן האט צי אפשר אויך בודק געווען מיט דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס?
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:19 am#428263
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א פרוי וואס שרייט פאר דו מידע זי דארף דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס, כדי צי זיין רואיג און זיכער אז וועקסין איז נישט שעדליך. כבין זייער אימרפרעסד ווי א היימיש ווייבעל ווייסט צי פארלאנגן שטארקע סטענדארטן צי מבחין זיין בין אמת לשקר.
איך וויל אבער וויסען דו ספיריטול לידער אויף וועם זי פארלאז זוך אויף יא שניידן נישט שניידן האט צי אפשר אויך בודק געווען מיט דאבעל בליינדעד פלאסיבו סטאדיעס?


שטותים און הבלים.

א גרויסע חלק סטודי'ס האבן נישט דאבעל בליינדעד פלאסיבאס. די אנטי-וועקסערס הענגן זיך אן אינדעם, די מדובר איז ביי די דריטע שטאפל טעסטס, וואס א גרויסע חלק מעדס "טאר" מען נישט מאכן אזעלעכע טעסטס, נישט "מ'וויל נישט" ווייל מ'איז פויל אדער מ'נער'ט אפ. שטעל די פאר א מענטש וואס האט א טומאר אין קאפ ל"ע זאל זיך טעסטען מיט א פלעסיבא!

דארט ווי מ'דארף האבן א ריכטיגע מעד וועט קיינער נישט סיינען צו זיין א 50 פערצענט טשענס פון נישט באקריגען זיין לעבנס וויכטיגע טריטמענט. די זעלבע איז ביי וועקס. קיינער חתמ'ט נישט אונטער צו נעמען א פלאסיבא חוץ א מאמע וואס גייט נישט אן אז איר קינד זאל קאנטאקטן א טויטליכע דיזיז.

און פארשטייט זיך אז די FDA וועט אין אזא פאל נישט צולאזן אזא טעסט. אין אזא פאל איז דא רעפלעיסמענט דעטע פון אנדערע וואס זענען רעקארדעד צו זיין ענדליך פונקטליכערהייט וואס האבן נאכנישט גענומען די טעסטעד מעדיקעישאן.

די דאבעל בליינד פלאסיבא טעסט, די שטאפל 3 טעסט, ווערט געמאכט ביי מעדיקעישאנס וואס זענען אן עדישאן צו א מעד וואס איז דא, אדער א קעיסעס ווי ס'ממילא דא אנדערע טריטמענטס. דאס איז נישט שייך ביי וועקסינעישאנס פשוטערהייט, אדער ביי אסאך אנדערע מעדס.

די באשעפער זאל אפהוטען אז מ'וואלט געמאכט אזעלעכע פלאסיבא טעסטס אין קאנטראלד גרופס פון מענטשן וואס דארפן א לעבענס וויכטיגע מעד און זיי באקומען דאס נישט.
וואלט געווען א ריכטיגע היומעניסטיק סקאנדאל.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:30 am#428264
מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, וואס איז די מסקנא פון די אלע רעפארטס אין די מידיא וכו'...?! וואו איז דער געשריי פון די אלע רבנים ועסקנים. וואו זענען די אלע קול קורא'ס...אז דער עולם זאלל גיין און געבן וואקסינען פאר די קינדער...?!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער איצטיגער מצב פון גלייכגילטיגקייט מצד אונזערע מנהיגים ועסקנים, וועט ח"ו ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם און שנאה לגבי אלע אידן. (ביי גויים שונאי ישראל איז נישטא קיין חילוק צווישן קנאים און ציונים, למינהם.). און אונז וועללן מיר נישט האבן קיין פתחון פה...היל"ת...!

איך זעה נישט פאר וואס דאס זאל זאל ברענגען אן אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם(אן אויפוואכונג איז שוין סיי ווי דא פאר אנדערע סיבות/אדער אן קיין שום סיבה) די מיזעלס אויסברוך איז יעצט דא אין 19 סטעטס פין די פאראייניגטע שטאטן אין דעם זעננען די אידן אויך שילדיג?
אויב עפעס אסאך נישט אידישע אקטיוויסטען זעננען אראפגעפארען קיין אלבאני זיך אנצונעמען פאר די אידעלעך וואס געבען נישט קיין וועקסינען. און דער באקאנטער אקטיוויסט Robert F. Kennedy Jr פלאנט אריינצוגעבען א לאסוט זיך אנצונעמען פאר די ניו יארקער אידן.
בדרך אגב איז ער דער וואס האט אויפגעדעקט אז מ׳האט נישט גענומען קיין סעפטי סטאדיס פאר די וואקסינען פאר איבער 30 יאר.
m http://times-herald.com/news/2018/08/go ... ty-studies m
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 8:24 am#428274
@וואלווי, איך פארשטיי נישט אייער טענה.

מען רעדט נישט דא פון קיין חולה, מען רעדט דא בס"ה פון נעמען א קי"ל פון געזונטע קינדער וואס הויבן הערשט איצט אן זייער ליסטע, פאר א חלק זאל מען גיבן די געהעריגע וואקסינען מיט אלומינום וכו' וואס די אנטי-וואקסערס זענען חושד אלץ פראבלעמאטיש, און פאר א חלק זאל מען גיבן א פלאסיבא. כמובן זאלן אלע קינדער זיין גוט אפגעהיטן במשך די זמן פון אבזערוואציע, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אלץ אומשעדליך קענען נאכדעם די פלאסיבא קינדער נעמען די וואקסינען פונדאסניי. איך פארשטיי בכלל נישט דיין צושטעל פון א חולה מסוכן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 9:43 am#428280
ריכטיג האט געשריבן:@וואלווי, איך פארשטיי נישט אייער טענה.

מען רעדט נישט דא פון קיין חולה, מען רעדט דא בס"ה פון נעמען א קי"ל פון געזונטע קינדער וואס הויבן הערשט איצט אן זייער ליסטע, פאר א חלק זאל מען גיבן די געהעריגע וואקסינען מיט אלומינום וכו' וואס די אנטי-וואקסערס זענען חושד אלץ פראבלעמאטיש, און פאר א חלק זאל מען גיבן א פלאסיבא. כמובן זאלן אלע קינדער זיין גוט אפגעהיטן במשך די זמן פון אבזערוואציע, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אלץ אומשעדליך קענען נאכדעם די פלאסיבא קינדער נעמען די וואקסינען פונדאסניי. איך פארשטיי בכלל נישט דיין צושטעל פון א חולה מסוכן.


די אבזערוואציע קען אויך נעמען א גוטע פאר יאר. פארוואס זאל א מאמע חתמ'נען און לאזן איר קינד אן עמיוניזעישאן אפילו אין דעם תקופה?

עכ"פ, די FDA וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן, אפי' נאר כדי צו עוואוידן א לאו סוט, נאכדערצו, ווען לשיטתם פון די FDA איז די אלע חששות נאר conspiracies, ווייל זיי זענען דאך די סייענטיסטן וואס האבן בדרך כלל קראנטע אינפארמאציע אין באזיץ.

נ"ב, די פראבעס פאר א מעד נעמט א תקופה פון 10 יאר.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:02 am#428282
אבזערוואציע ברויך "נישט" נעמען א פאר יאר. און אפילו אויב יא, ס'זענען דא גענוג וואקסינען וואס קענען ווארטן, מען גיבט סייווי נישט אלעס פאר א נייגעבוירן קינד, מען גיבט די ליסטע אין א משך פון א פאר יאר און עס איז סייווי נישטא קיין פאראייניגטע הארטע פראטאקאל דערויף. אלזא וואס איז דען די גרויסע סכנה צו מאכן אזא שטודיע?

אויסערדעם, לדעתי, אפילו נניח אז דיין טענה איז גערעכט, איז לפי"ז די גאנצע טענה פון די דאקטוירים אז "וואקסינען זענען סייענטיפיש אנגענומען אלץ פארזיכערט" איז לכאורה נפל פיתא בבירא. לויט דעם אנגענומענע כלל אז א זאך קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט אן קיין פאלסיפיקאציע.

(קלארשטעלונג: איך מיט מיינע קינדער זענען אלע ערליך וואקסינירט, איך האב נישט קיין אגענדע, און אייגנטליך בכלל נישט קיין מיינונג אין די נושא)
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:31 am#428296
כ'פארשטיי נישט די גאנצע קשיא.

די געדאנק אז מען ניצט א דאבל בליינד סטאדי, איז כדי זיכער צומאכן אז דער דראג ארבעט בכלל און איז נישט סתם א פלאסיבא עפעקט. צו מעסטן פאר שעדלעכע סייד עפעקטס ברויך מען נישט קיין דאבל בליינד סטאדיס, אויב געט מען פאר א גרופ פון מענטשן א נייע דראג און מען אבזערווירט ווי די ראטע פון קענסער איז ארויף ביי זיי מער ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג אפילו דורך א שוואכע קאליבער אבזערוועישענעל סטאדי, וועט מען תיכף ומיד אפשטעלן דעס באנוץ פונעם דראג. וואס פעלט זיך אויס און וואס קען א דאבל בליינדעד סטאדי העלפן פאר די אנטי וועקסערס וואס שרייען אז וואקסינען זענען שעדלעך, ווען יעדע גרויסע סטאדי וואס איז נאר געמאכט געווארן אויף וואקסינען, האט נישט געוויזן קיין שום סייד עפעקטס? א דאבל בליינד סטאדי וועט קיינמאל נישט ווייזן מער סייד עפעקט ווי א אבזערוטעישענאל סטאדי נו וואס ווילסטו?


וואס באדערט מיר נאכמער איז ווי די וואס פרעגן אזא קשיא זענען נאך כלומר'שטע אינטעליגענטע מענטשן, און זיי רעדן דאך אזוינע שטותים והבלים וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס, און נישט נאר דאס נאר אפילו די וואס פראבירן זיי אפציענטפערן ווערן שוין אויך צומישט און אנשטאט זיי אפענטפערן אויף זייער טיפשות און מסביר זיין פארוואס די קשיא מאכט בכלל נישט קיין סענס, וועלן זיי אנהייבן ענטפערן אז דאבל בליינדעט אין אזא פאל איז נישט עטיש, ווי כאילו יענער האט בכלל עפעס געפרעגט דא.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:11 pm#428319
Re: מיעזעלס אויסבראך אין חרדישע געגענטער
אין דעם פריערדערמאנטן בראשור איז טאקע אויך געווען א גאנצע ארטיקל וועגן די דאבל בליינדעד סטאדי וואס מען האט דורכגעפירט אין קרית יואל אויפן העפעטייטיס בי וואקסין, זעהט אויס אז מען מאכט יא דאבל בליינדעד סטאדיס צו זעהן צו די וואקסינען זענען עפעקטיוו, וכדברי שמערל.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:06 pm#428329
אונטער חכם האט געשריבן:אין דעם פריערדערמאנטן בראשור איז טאקע אויך געווען א גאנצע ארטיקל וועגן די דאבל בליינדעד סטאדי וואס מען האט דורכגעפירט אין קרית יואל אויפן העפעטייטיס בי וואקסין, זעהט אויס אז מען מאכט יא דאבל בליינדעד סטאדיס צו זעהן צו די וואקסינען זענען עפעקטיוו, וכדברי שמערל.

Sent from my XT1526 using Tapatalk


א קשיא אויף א מציאות?

ס'דא צענדליגע אנדערע וואקסינען.
פרייטאג אפריל 12, 2019 12:43 am#428366
פלאסיבו איז דען שייך אויף קליינע בעביס וואס פארשטיין בכלל נישט אז סדארף העלפן?
פרייטאג אפריל 12, 2019 3:10 am#428374
נולד מאוחר האט געשריבן:פלאסיבו איז דען שייך אויף קליינע בעביס וואס פארשטיין בכלל נישט אז סדארף העלפן?


די מוהל פרעגט די בעבי צי די מעסער איז געווען צו שארף?

מ'רעדט פון די גאורדיען, די עלטערן און דאקטאר, וואס זיי ריפארטן ריזאלטס וואס זיי זעהן, במקום ערספעריענס וואס אן עדאלט וואלט געפיטערט צו וועמען ס'איז נוגע.
פרייטאג אפריל 12, 2019 3:28 am#428375
אונטער חכם האט געשריבן:אין דעם פריערדערמאנטן בראשור איז טאקע אויך געווען א גאנצע ארטיקל וועגן די דאבל בליינדעד סטאדי וואס מען האט דורכגעפירט אין קרית יואל אויפן העפעטייטיס בי וואקסין, זעהט אויס אז מען מאכט יא דאבל בליינדעד סטאדיס צו זעהן צו די וואקסינען זענען עפעקטיוו, וכדברי שמערל.

Sent from my XT1526 using Tapatalk


יעצט איבער געליינט פון פריש, און געריבען די אויגען צו איך לייען גוט.

א דאבעל בליינד סטאדי אין "קרית יואל" ?!

האסט אן אנונג וואס פאר א טעסט מ'רעדט דא בכלל?

די טעסט וואס די אנטי-וועקסערס פארפירן וועגען, איז די דריטע שטאפל טעסט, די גרעסטע און שטארקסטע טעסט פון די בערך 10 יאר פראסעס, א קאנטראלד בליינד טעסט, וואס אסאך מאל נעמט אריין טויזענטער סאבדזשעקטס אינ'ם טעסט פון "א ברייטע דעמאגרעפיק", דורך געפירט שטרענגערהייט דורך די אויפזיכט פון די FDA, עפ"ר מיט אינטענסיוו לעב וואורק, און ס'קען נעמען א זייער לאנגע תקופה.

סא, די אשת חיל בעיביס אין ווילעדזש אוו קרית יואל סאפלייט מער ווי גענוג, אז מ'האט נישט געזען פאר נייטיג צו טעסטען עני פון די מיליאנע אנדערע בעיביס אין אמעריקע?

איך הער...
פרייטאג אפריל 12, 2019 6:09 pm#428422
לעבעדיגע עדות! א קליפ פון א איד פון דעטרויט וואס פארציילט זיין אייגענע עקספירענס מיט מיזעלס און נאך 20 אנדערע אידן אין די קאמיונטי. און פארוואס ס׳איז קריטיש וויכטיג צומאכן זיכער אז יעדער איז וואקסינירט אין די היימישע קאמיונטיס.

m http://crownheights.info/jewish-news/63 ... he-day-63/ m
מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:40 pm#428426
אויף א וואטסאפפ גרופע האט מען דעבאטירט די אישו
פון וואקסינען. ברענגט דארט איינע פון די חכמים אראפ די פאלגענדע לינק:
Over $4 Billion Paid for Vaccine Injuries and Deaths
און פון דעם איז א קלארע ראי׳ אז וואקסינען זענען שעדליך ווארים מהאט שוין באצאלט אזויפיל ווי פיר ביליאן דאללער אין קאמפענסעישאן פאר די באטראפענע...

דאס איז זייער נערישע ריזאנינג reasoning

האב איך אים געפרעגט אם כן פארוואס האסטו ״עלעקטעריק״ אינדערהיים?

פרעגט ער וואס איז די שייכות?

זאג איך אים יעדעס יאהר ווערן מענטשען באצאלט ביליאנען פון פייער אינשורענס קאמפעניס פאר פייערס וואס איז געשעהן דורך עלעקטעריק!

אלעס ארבעט אזוי! יעדעס יאהר ווערן ביליאנען באצאלט פאר קאר עקסידענטס. ביליאנען זענען שוין באצאלט געווארן פאר משפחות וואס פליגערס האבן געקראכט, ביליאנען זענען שוין באצאלט געווארן פאר מענטשען וואס זענען געפארן מיט א קאר און געהאט עקסידענטס. ביליאנען זענען שוין באצאלט געווארן פאר מענטשען וואס זענען געשעדיגט געווארן דורך דאקטורים (malpractice) און שפיטעלער! סאיז אבער קיינעם נישט איינגעפאלן אז ווייל ביליאנען זענען באצאלט געווארן פאר די געשעדיגטע, דעריבער גיי איך מעהר נישט צו קיין דאקטאר, אדער איך פאר מעהר נישט מיט א קאר צי א פליגער ווייל יעדע גוטע זאך קען אמאל האבן א שלעכטע עפעקט אדער פונקט נישט געלונגען, די שאנסן דערפון זענען אבער מינימאל.
זונטאג אפריל 14, 2019 1:28 pm#428471
עס איז ליידער דא אסאך קינדער אין די היימישע קאמיונטי מיט קענסער רח״ל. די אנטי-וועקסערס-שוטים דארפן געדענקן אז א קינד מיט קענסער כאפט די מיזעלס פון איינער פון ענקערע קינדער איז עס דערנאך, די אימיון סיסטעם קען עס נישט פייטן. ושמרתם מאוד לנפשותיכם.
מאנטאג אפריל 15, 2019 7:15 pm#428561
NYC TAKES ACTION: Forces Closure of Satmar Child Care Center in Williamsburg Over Measles Outbreak
m https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... break.html m
מאנטאג אפריל 15, 2019 7:17 pm#428562
Hatzolah in NYC Joins Fight Against The Measles Outbreak – GET VACCINATED NOW
m https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... d-now.html m
מאנטאג אפריל 15, 2019 7:21 pm#428564
דאס איז ממש שרעקליך. זינט די צווייטע ווילט קריג איז אזאנס לכאורה נאכנישט געוועהן.


א דאנק די אלע אומפארשעמטע יענטעס וואס האבן גערעדט שטותים מיט הבלים צו די מידיעא אז זייערע רבי׳ס פארשטיין בעסער פון די וועלטס גרעסטע דאקטורים און סייענטיסטן...


MAILBAG: This Is What Happened When a Jewish Ambulance Crew Arrived at Columbia Hospital





:The following was written by a Jewish crew member on a volunteer ambulace. Minor edits were made by YWN

.So we just arrived at Columbia Hospital with a baby on board the Ambulance

.The first question as we walked through the door was not what type emergency we have, but what zip code we are coming from

They stopped us in the hallway, made us put on masks, and waited for the entire ER staff to put masks on

Three EMT’S and two parents were treated like contaminated people from a 3rd World Country, rushed into an isolation room, before being asked why we are
.here. Thank God we had a stable patient

I’m not blaming the hospital. I’m not even sure who to blame for this. But all I know is that this was veryery uncomfortable experience. I’m pretty sure that a
.non-Jewish EMS unit would not be asked what zip code they are coming from

So before you go in front of a camera and somehow try to turn your anti-vaxxers agenda into a religious thing or Jewish issue, think about the unstable baby coming into the hospital and treatment being delayed because of your actions
.This is no joke

You are putting kids life’s in danger because of your selfishness.

.A Hatzolah member

Below is a statement Columbia hospital released last week, regarding policy amidst the measles outbreak


m https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... d-now.html m

m https://www.instagram.com/theyeshivawor ... p29gf5cdws m
מאנטאג אפריל 15, 2019 7:32 pm#428565
וואס איז אזוי שרעקליך??

אויב די בעבי קומט פון יענע זיפ קאודס וואו אפאר חיות האבן פארשפרייט מיזעלס, דארף זיך די האספיטאל באהיטן דערפון.
מאנטאג אפריל 15, 2019 7:36 pm#428566
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס איז אזוי שרעקליך??

אויב די בעבי קומט פון יענע זיפ קאודס וואו אפאר חיות האבן פארשפרייט מיזעלס, דארף זיך די האספיטאל באהיטן דערפון.


זעהט זיך אויס אז זיי האלטן אז יא.

מרעדט דא פון איינע פון די בעסטע שפיטעלער אין די וועלט.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:17 am#428602
:Washington post
Unaware he had measles, a man traveled from N.Y. to Michigan, infecting 39 people
m https://www.washingtonpost.com/health/2 ... ed-people/ m
Last month, a traveler raising money for charity in Brooklyn’s ultra-Orthodox Jewish community drove through the night to Detroit — his next fundraising stop. He felt sick en route and saw a doctor when he got there. But the doctor, who had never seen measles, misdiagnosed the man’s fever and cough as bronchitis.
During the next two weeks, the traveler would become Michigan’s Patient Zero, spreading the highly contagious respiratory virus to 39 people as he stayed in private homes, attended synagogue daily and shopped in kosher markets. His case offers a cautionary tale about how easily one of the most infectious pathogens on the planet spreads within close-knit communities — especially those whose members live, work and socialize outside the mainstream.
“Every one of our cases has had a link to the initial case,” said Leigh-Anne Stafford, health officer for Oakland County, a Detroit suburb where all but one case was reported.
In the past five years, 75 percent of measles cases reported to the Centers for Disease Control and Prevention occurred in various insular communities, among them the Amish in Ohio, the Somali community in Minnesota, Eastern European groups in the Pacific Northwest and the ultra-Orthodox Jewish community in New York.
In the current outbreak, the New York contagion has spread through Patient Zero and other travelers to predominantly ultra-Orthodox communities in Westchester and Rockland Counties in New York; Oakland County in Michigan, and Baltimore County in Maryland. On Friday, Connecticut officials said an adult contracted measles while visiting Brooklyn in late March. New Jersey officials are investigating possible links between 11 cases in the Ocean County area and those in New York.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:26 am#428604
פארוואס טוט קיינער גארנישט פאר די אימעדזש פון חרדישע אידן?

איינער פון די קאמיונטי זאל רעדן צו די מידיע און זיי מסביר זיין אז סאיז נאר א מיעוט אין אונזער קאמיונטי! מ׳גייט אונז נישט אריינלאזן אין קיין שפיטעלער אן קיין מאסק. וואו זענען אונזער קאמיונטי פירער?

די רבנים זענען פארנומען פארקויפן דעם חמץ פארן גוי?

וואו זענען די אלע מויל-מאכערס ווען מ׳דארף זיי האבן?
דינסטאג אפריל 16, 2019 9:24 pm#428647
שבת מען דארף זיך צוריק שלאגן מיט זיי.

איך האב אפאר עצות
1 מען זאל בויקאטירן קול מבשר און א יעדן צייטונג וואס נעמט אן אנטי וואקס פראפאגאנדע.

2 מאכן א שווארצע ליסט מיט קלארע נעמען פון די וואס וואקסינירן נישט.

3 די צוויי אתונות וואס האבן אונז באשמוצט זאל מען אידענטיפיצירן.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:02 pm#428648
בלויע רעקל האט געשריבן:שבת מען דארף זיך צוריק שלאגן מיט זיי.

איך האב אפאר עצות
1 מען זאל בויקאטירן קול מבשר און א יעדן צייטונג וואס נעמט אן אנטי וואקס פראפאגאנדע.

2 מאכן א שווארצע ליסט מיט קלארע נעמען פון די וואס וואקסינירן נישט.

3 די צוויי אתונות וואס האבן אונז באשמוצט זאל מען אידענטיפיצירן.

דערשטיקן און טעראריזירן איז נוסח סאטמאר ס'האט קיינמאל געארבעט און וועט קיינמאל ארבעטן. וחוץ מזה היינט איז עס וואקסינס מארגן איז עס דיין באליבטע זאך. אנשטאט בויקאטירן קול מבשר זאל מען דעבאטירן אויף קול מבשר, אנשטאט זיין ביזי מיט מאכן ליסטעס און אידענטיפיצירן מענטשן זאל מען זיין ביזי מיט דערגיין דעם שורש פון ווי קומט צו מענטשן אזא טעות און פרובירן צו ארבעטן דערויף. אנשטאט זיך רעגן אז זיי רעדן צו די מידיע רעד דו אויך.

פארשטייט זיך אז מוסדות און פריוואטע מענטשן האבן א חיוב זיך צו באשוצן אבער נישט מער פון דעם.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:05 pm#428649
שבת אחים האט געשריבן:פארוואס טוט קיינער גארנישט פאר די אימעדזש פון חרדישע אידן?

איינער פון די קאמיונטי זאל רעדן צו די מידיע און זיי מסביר זיין אז סאיז נאר א מיעוט אין אונזער קאמיונטי! מ׳גייט אונז נישט אריינלאזן אין קיין שפיטעלער אן קיין מאסק. וואו זענען אונזער קאמיונטי פירער?

די רבנים זענען פארנומען פארקויפן דעם חמץ פארן גוי?

וואו זענען די אלע מויל-מאכערס ווען מ׳דארף זיי האבן?

האסט ווארשיינליך נישט געליינט די עדיטאריעל אין 'דער איד' לעצטע וואך געשריבן אויף ענגליש, קעגן די אנטי וועקסערס און די היימישע פרויען אויף די מידיע לעצטע וואך. מעיאר ביל דעבלאזיא און אנדערע האבן באגריסט דעם ארטיקל אין א טוויט.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:15 pm#428650
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:פארוואס טוט קיינער גארנישט פאר די אימעדזש פון חרדישע אידן?

איינער פון די קאמיונטי זאל רעדן צו די מידיע און זיי מסביר זיין אז סאיז נאר א מיעוט אין אונזער קאמיונטי! מ׳גייט אונז נישט אריינלאזן אין קיין שפיטעלער אן קיין מאסק. וואו זענען אונזער קאמיונטי פירער?

די רבנים זענען פארנומען פארקויפן דעם חמץ פארן גוי?

וואו זענען די אלע מויל-מאכערס ווען מ׳דארף זיי האבן?

האסט ווארשיינליך נישט געליינט די עדיטאריעל אין 'דער איד' לעצטע וואך געשריבן אויף ענגליש, קעגן די אנטי וועקסערס און די היימישע פרויען אויף די מידיע לעצטע וואך. מעיאר ביל דעבלאזיא און אנדערע האבן באגריסט דעם ארטיקל אין א טוויט.


איך האב עס יא געזעהן.

נישט אין דער איד! ווער ליינט די איד? היימישע אידן... איך פרעג פארוואס קיינער פארענטפערט אונז נישט אויף די וועלטליכע מידיע? חכם איינער! באלד וועסטו מיר זאגן א מהאט אויך געהאנגן א צעטיל אין פאליש?
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:17 pm#428651
יאסי געשטעטנער רעדט יא און פרובירט וואס ער קען.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:19 pm#428652
איסר האטלקי האט געשריבן:יאסי געשטעטנער רעדט יא און פרובירט וואס ער קען.


מיט די זשעלי פיאות? וואו רעדט ער, דער גרויסער חכם???

:lol:
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:21 pm#428653
יא מיט די דזשעלי פיאות, דער מעגא טראמפ סופארטער, ער האט שוין גערעדט פאר עטליכע נייעס אפאראטן און טעלעוויזיע סטאנציעס.
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:23 pm#428654
סדארף ארויסקומען א קול קורא פון אלע רבנים- פון אלע קאמיונטיס, און אריינגעלייגט ווערן אין אלע גרויסע ענגלישע צייטונגען אין אמעריקע.

אלע רבנים קענען שרייבן די אלע שטותים מיט הבלים, מיאמי, שייטלעך, ווערים, האט קאפס. דאס איז נאך אזוי וויכטיג! נאך אסאך וויכטיגער...

וואו זענען זיי יעצט??? ווען די גאנצע גאס שטינקט פון אונז?
דינסטאג אפריל 16, 2019 11:25 pm#428655
איסר האטלקי האט געשריבן:יא מיט די דזשעלי פיאות, דער מעגא טראמפ סופארטער, ער האט שוין גערעדט פאר עטליכע נייעס אפאראטן און טעלעוויזיע סטאנציעס.


אז מהאט אזויפיל ״דשעלי״ ווי אים (אין מוח) אוואדי איז מען א טראמפ סופארטער... קיין עכטע חכם האב איך נאכנישט באגעגענט אויף יענע זייט... און ווי דער גרויסער רבי סטיווען האוקינג האט געזאגט... סבבוני פרים רבים... און אסאך האסער מיט פיינטשאפט צו א יעדעם וואס איז פונקט נישט ווי זיי... יא יא די חסידים פיטן דארט פונקט גוט אריין... ליידער!
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:02 am#428658
שבת אחים: דיין רבי הרהגה"צ ר' בערל . ניין. נישט דער בעל עגלה. ר' בערל סענדערס. וועלכער איז א באוואוסטער קאמוניסט און אוהב פאלעסטיניים ו'אראבערס, למינהם. איז אויכעט א שקרן.ער האט געהאלטן אין איין שרייען אז אויב און ווען ער ווערט (ח"ו, היל"ת) פרעזידענט וועט ער געבן אומזינסטע העלט קעיר פאר א יעדן איינעם. אריינגערעכנט זיינע נייע פרענדס וועלכע האבן אקארשט (אומלעגאל) אימיגרירט קיין אמעריקע. שטעלט זיך יעצט ארויס אז אונטער זיין ממשלה וועט מען דארפן צאללן נאך א סאך מער פאר פרימיום'ס ווי אונטער אבאמאקעיר.ווען מען האט איהם געפרעגט אט די קשיא. אמער די רבי האטדאך געזאגט אז מ'וועט האבן אומזינסטע העלטה קעיר. האט די רעבע געענטפערט. עטץ האטץ נישט אויסגעהערט ווען איך האב פארגעלערנט. איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען מ'וועט עס דארפן ניצן וועט עס נישט קאסטן קיין געלט. אבער צוערשט מוז מען באצאללן ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר...!

אויך זיין רעבעצין שתליט"א האט עפעס צו זאגן איבער דעם ענין. איי וועטעטץ פרעגן א קשיא וויאזוי האט א אידישע פרוי צייט צו רעדן צו די מידיא פאר דעם הייליגן' גרויסן און לעכטיגן יו"ט פסח...? זי האט מסתמא א גוטע און געשיקטע גוי'טע...! ניין. דער תירוץ איז זי האט נישט קיין גוי'טע... זי איז אליינס די גוי'טע!. און זי דארף נישט פסח'דיג מאכן...!
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:33 am#428665
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דיין רבי הרהגה"צ ר' בערל . ניין. נישט דער בעל עגלה. ר' בערל סענדערס. וועלכער איז א באוואוסטער קאמוניסט


וויאזוי לאזט מען טאקע צו א קאמוניסט אין ווערמאנט? נאכדערצו מיט די גרעסטע צופרידנהייט ראטע פון אלע פאליטישאנס אין אמעריקע?! אזא יאהר אויף פרעה... דו גרויסע בעל דקדוק און שפראך קענער מעג זיך שוין אויסלערנען די חילוקים פון קאמוניזם, סאציאליזם, דעמאקראטישע-סאציאליזם, פאשיזם וכדומה. אדער ווי די וועלט זאגט׃ ״אַן אלטען ר׳ בערל קען מען נישט לערנען טאנצן״
ביסט באיינפלוסט פון די אמאליגע פראפאגאנדע אז ״סאציאליזם״ איז ״בארבאריזם״ און ״סאדיזם״. אבער היינטיגע צייטן קען זיך יעדער איבערצייגן אז די סאציאליסטישע לענדער זענען למעשה די ״פרייעסטע לענדער״ מיט א שטארקע עקאנאמיע, א שטארקע מיטל-קלאס, פראספערטי, איקוואלעטי, און לאנד וואס רעכענט זיך מיט יעדע בירגער, און א גאווערמענט וואס ווערט געפירט ווי איין גרויסע קאמיונטי און נישט דורך אפאר טויזנט רייכע עליטע מיוחסים וואס שמירן אינטער אלע שטאטישע-טאטעס אז אלעס זאל זיין לטובתם... ראו מה בין בני לבן חמי.
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:44 am#428667
שבת אחים: ביטע נעם עס נישט אזוי שטארק פערזענליך. איך וועיס ב"ה גאנץ גוט דעם חילוק פון אט די אלע מאוומענטס ווי סאציאליזם און קאמוניזם און ציוניזם. איך האב געליינט און געהערט א ביסל מער ווי אנדערטהאלבן אפיקורסישע ביכלעך...! ס'איז נאר בבחינת א מליצה. ווייל די טובה פון דעם אמעריקאנער פאלק. און ספעציעל פאר אידן איז ר' בערל סאנדערס שליט"א נישט גוט. צו ער איז א קאמוניסט אדער א סאציאליסט אדער גאר א סאציאל דעמאקראט. ווייל ווען ער קומט ח"ו צו די מאכט קענען זיך אלע אידן איינפאקן די פעק. און צוריק פארן קיין ווישעווע אדער קאסוב. אדער הוידו נאנאש...!
מיטוואך אפריל 17, 2019 1:47 am#428670
אבי גערעדט אין די וועלט אריין. דו ווייסט גאנץ גוט אז רוב אידן זענען דעמקראטן. די דעמקראטן און ליבעראלען נעמען זיך אייביג אן פאר די אראפגעדרוקטע. אמאל זענען די אידן געוועהן אראפגעדרוקט און היינט זענען די פאלעסטינער די אראפגעדרוקטע. דאס איז די טרוקענע מציאות. די ישראלים האבן זיי איינגעשפארט און טוהן זאכן וואס איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן.

עני וועי צוריק צו מיזעלס.
מיטוואך אפריל 17, 2019 2:14 am#428671
:The New York Times
City Response to Spread of Measles Is Tangled in de Blasio’s Ties to Ultra-Orthodox Jews


m https://www.nytimes.com/2019/04/15/nyre ... -jews.html m

.Throughout his political rise in New York, Mayor Bill de Blasio has nurtured a close relationship with the city’s ultra-Orthodox Jewish community

.But those ties have also complicated how the mayor has dealt with the community on sensitive issues

The latest example came last week, when Mr. de Blasio declared a public health emergency in ultra-Orthodox communities in Williamsburg over the
.measles outbreak, requiring unvaccinated individuals to receive the vaccine or face a fine

.Some critics accused the mayor of acting too slowly because the outbreak, affecting now close to 300 people, first began in the fall


Yet some members of the ultra-Orthodox community accused Mr. de Blasio of having overstepped his authority by issuing the vaccination declaration, and a lawsuit filed Monday argues that the city’s order was unjustified because of “insufficient evidence of a measles outbreak or dangerous epidemic

City officials said they had noticed an increase in infections after the Jewish holiday of Purim last month, and became worried that there could be
.another spike with the upcoming Passover holiday. The mayor said public health, not his relationship with the Orthodox community, was his priority

“I can say that we try always to respect religious rights, religious customs, but when it comes to public health, we see a problem emerge, we have to
.deal with it aggressively,” he said


Brad Lander, a councilman from Brooklyn who holds Mr. de Blasio’s former seat, disagreed with the mayor; he said he thought the city seemed slow to respond to the crisis.

But he added that the mayor’s relationship with the ultra-Orthodox community might have actually helped ease potential tension, especially when
.compared to past flare-ups


Mr. de Blasio represented the Orthodox neighborhood of Borough Park, Brooklyn, when he sat on the City Council, and that community coalesced behind him when he ran for public advocate and then mayor. Mr. de Blasio has courted donors from the Orthodox community and gave at least two of them, Jona S. Rechnitz and Jeremiah Reichberg, spots on his first inauguration committee.

But Mr. Rechnitz and Mr. Reichberg were later at the center of a federal police corruption and bribery trial where Mr. Rechnitz offered up embarrassing details about how donations had won him access to the highest levels of power at City Hall. Mr. de Blasio denied any wrongdoing and faced no charges.

In 2015, he signed a bill sponsored by David G. Greenfield, a former Council member whose district in Brooklyn includes many Orthodox Jews, that allowed private and parochial schools to hire security guards at a cost of nearly $20 million a year to the city. Critics argued that it was a giveaway to
.religious schools

“Mayor de Blasio has a tremendous weak spot for his old Council constituency,” said Menashe Shapiro, a political consultant and founder of Shapiro
.Consulting Group. “He has always been willing to give them the benefit of the doubt”

That criticism has surfaced in an ongoing investigation by the Department of Investigation into whether the de Blasio administration, for political
.reasons, interfered with a review of whether yeshivas, ultra-Orthodox Jewish private schools, are providing proper secular education

“People look at him as a person who has the community’s interests at heart,” said Rabbi David Niederman, the executive director and president of the
.United Jewish Organizations of Williamsburg



The rabbi said his nonprofit had been working closely with city health officials to counter misinformation that the measles vaccine was dangerous, a
.strategy he felt was working

“I didn’t know this was coming but I see the way the mayor came into the community to tell the community,” the rabbi said. “Him coming down
.personally, people will remember that”

Rabbi Niederman’s group is not alone. A Yiddish newspaper, Der Yid, which is associated with Satmar Hasidim, took the extraordinary step of translating an editorial into English that excoriates those who do not believe in being vaccinated: “Senseless! Heartless! Torah-Less and Reckless” read
.the headline


“There’s not a lot of agreement in general in the ultra-Orthodox community,” said Mr. Greenfield, the former councilman who is now the chief executive of The Metropolitan Council on Jewish Poverty. “The only two things they appear to now agree on is the Sabbath and vaccinating your children. That didn’t happen by accident. That was a lot of hard work.”

But fears exist about forced vaccinations and whether the ultra-Orthodox community will be stigmatized. The Anti-Defamation League warned against
.blaming the ultra-Orthodox as the “sole cause” of the measles outbreak

Agudath Israel of America, an umbrella organization for Hasidic
groups, released a statement reinforcing that Orthodox rabbis and leaders are in favor of vaccination. But the statement went on to address what they
.called “infectious hatred.” The city must make clear that “‘anti-vaxxers’ are not confined to Williamsburg,” said Rabbi Niederman

On Thursday, the Metropolitan Transportation Authority said they were investigating an allegation that a city bus driver in Brooklyn at first refused to
.stop for an Orthodox Jewish passenger and then covered her face and said “measles” as the passenger boarded the bus

.Mr. de Blasio quickly condemned the alleged incident on Twitter, saying that he would ensure that it was “thoroughly investigated”

“It’s a scary thing to think about people being forcefully vaccinated,” said Rabbi David Zwiebel, executive vice-president of Agudath Israel of America.
.“All of this is taking place against a backdrop of anti-Semitism being on the rise”

Dr. Jane R. Zucker, assistant commissioner for the Bureau of Immunization at the Health Department, said that no one will be forced to be vaccinated.
.Instead, the city’s focus is on battling misinformation about the measles vaccine

The city has placed ads in Yiddish newspapers and done three rounds of robocalls in Yiddish to 30,000 households, in addition to sending mailers to 30,000 households. Just over 8,000 more people have received the measles, mumps and rubella vaccine so far this year compared with last year,
.including 1,000 more vaccinations in Williamsburg and Borough Park from March to April

Gary Schlesinger, the chief executive of Parcare, a health and medical center with locations in Williamsburg and Borough Park, said that the city
.realized how quickly the outbreak could grow out of control

.“They panicked,” he said. “Maybe it’s too drastic. I don’t see how you can fine people. But this is an important step to contain this”
מיטוואך אפריל 17, 2019 7:58 am#428675
m https://twitter.com/hasidic_1?lang=en m
ר יואל ראטה לייגט ארויף א פארבאט אריין צוקומען אין זיין שול אויב מ׳האט נישט גענומען די מיזעלס וואקסינען.
בילד
מיטוואך אפריל 17, 2019 6:24 pm#428728
Controversial Anti-Vax YouTube Host Accused Of Preying On Ultra-Orthodox Community
m http://gothamist.com/2019/04/15/anti-va ... e_host.php m
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 3:14 pm#428766
הונדרעטער אידישע דאקטורים שרייבן אינטער.
AN URGENT MESSAGE
TO THE JEWISH COMMUNITY


From Your Doctors

“We, the undersigned Doctors who faithfully serve the Orthodox Jewish communities of North America, strongly urge all .members of our community to receive all recommended VACCINATIONS

m http://drsforvaax.org m
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 5:26 pm#428771
ס'צייט ארויסצושרייבן די נעמען פון די אויבער חכמים, וואס פייטן קעגן וואקסינירן..

איינס פון די שטארקע לוחמים נישט צו וואקסינירן, איז 'יודל ליכטער' וואס וואוינט נאך דערווייל אין סקווערע שטעטל, און מאכט א שטונקעריי וועגן דעם. כ'מיין מ'זאל שיקן די מידיע צו זיין שלאף שטוב און מאכן סדר..
פרייטאג אפריל 19, 2019 12:35 am#428799
פרייטאג אפריל 19, 2019 9:37 am#428806
m https://drive.google.com/file/d/15BOVGB ... p=drivesdk m

ביטע פארשפרייטן.
פרייטאג אפריל 19, 2019 3:34 pm#428821
C/P
Mayor Bill de Blasio said Friday that 1,000 children in Williamsburg have been vaccinated against measles since the .administration has stepped up measures aimed at containing the outbreak, which reached 359 cases as of Thursday