ס'איז א הייליגע פרייטאג צו נאכטס, און אונזער ר' יוסל קומט אהיים פון שול איינגעהילט אין זיין רעשוואלקע, און דער פנים לייכט אים פון קדושת השבת. די וואכענדיגע פלאג און פיין דערקענט זיך גארנישט אויף זיין שיינענדן געזיכט. די אטמאספערע אין שטוב איז א רואיגע און אן אנגענעמע, דער טיש איז הערליך צוגערישט מיט א ציכטיג ריינע ווייסע טישטוך, מיט בליטשקעדע זילבערנע עסצייג און פּאָרצעלאנע געשיר, און די הייליגע שבת ליכט פארשיינט דעם סאלאן מיט א הייליגע שיין.
מ'הייבט אן מיט די הייליגע פרייטאג צו נאכטס סעודה, די מאמע דערלאנגט צום טיש די געשמאקע שבת עסן, וועלכע צושפרייט אן אנגענעמע געשמאקע גערוך איבערן גאנצן סאלאן. אלעס האט אויסגעזען צו גיין ווי געשמירט, אזש די צוויי שניי-ווייסע מאלכים האבן שוין אט זיך געגרייט צו צושאקלען מיטן קאפ, און ווינטשן אז יא! דער קומענדיגער שבת זאל אויך זיין אזוי... אבער מיטאמאל האט דאס פאסירט... דער קליינער ארי האט מיטאמאל אן קיין שום ווארענונג בעפאר, דערלאנגט פאר זיין ברודער הערשי וואס איז זיך געזיצן אזוי געמיטליך אויף זיין ארט, אזא מין סארט ציפ אויף די ווייכע פלייש, אזש הערשי איז ממש אויפגעשפרינגען פון ארט ווי א שלאנג געביסענער, א הילכיגער וויי-געשריי האט אפגעקלינגען אינעם גאנצן סאלאן. און נאך איידער דער גוטמוטיגער רבי יוסל האט געהאט עטוואס צייט זיך צו אריענטירן און אפשאצן וואס גענוי ס'האט פאסירט, זענען שוין מכות געפלויגן אהין און צוריק אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, אזש די געשרייען און וויינערייען זענען דערגאנגען ביז צום הימל, דאס ארט איז פארוואנדלט געווארן צו א פולקאמע שלאכט זאנע.
וואס דארף דער ר' יוסל אצינד טאן? דארף ער זיך אצינד אראפנעמען דעם שווארצן רימען און אריינפראקן אין דעם צווילדעוועטן ארי גוטע גע'הרג'טע שלעק? אדער ער דארף דעם ארי עטוואס מחנך זיין מיט שכל?
איז אזוי: עס איז פארהאן א באגריף פון א גאלדענעם וועג.
ס'איז פארהאן אזעלכע פילאזאפן וואס האבן געהאלטן, אז מ'דארף זיך אויסארבייטן די נישט גוטע געוואוינהייטן ביז צו אן עקסטרים. וו.צ.ב.ש. מ'דארף זיך גענצליך דערווייטערן פון כעס, א מענטש דארף זיין אויסטערליש געלאסן. מ'דארף זיך גענצליך דערווייטערן פון גאווה, א מענטש דארף זיין גאר קליין ביי זיך. מ'דארף זיך גענצליך דערווייטערן פון קמצנות, א מענטש דארף זיין אויסטערליש ברייט-הארציג. מ'דארף זיך גענצליך דערווייטערן פון עצבות, א מענטש דארף זיין אויסטערליש גוט געלוינט אין יעדע צייט. מ'דארף זיך אויסארבייטן די מידות צו אן עקסטרים.
ווי ס'זעט זיך עטוואס אויס פון אגרת הרמב''ן, האט דער הייליגער רמב''ן אויך אזוי געהאלטן. אז ווען ס'קומט צו מדות זאל זיך א מענטש פירן אינגאנצן צו אן עקסטרים. זיין גאר קליין ביי זיך, שטענדיג זיין גאר געלאסן, אד''ג.
דער גריכישער פילאזאף פלאטאן איז אבער געווען ביי די מייינונג אז ניין! מ'דארף זיך פירן אויף א מיטל וועג, ער האט דאס אנגערופן דער גאלדענער וועג. מ'דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. א מענטש זאל נישט זיין קיין צו קיין גערעגטער, אבער אויך נישט צו קיין געלאסענער, א מענטש זאל נישט זיין צו צו גרויס ביי זיך, אבער אויך נישט צו קליין. אד''ג. און דער אויסשליסליכער וועג זיך צו קענען פירן לויטן גאלדענעם וועג, איז בלויז דורך לערנען פילאזאפיע און זיך צו פארטיפן אינעם נאטור פון די מענטשהייט, דאס ארבייט פילייכט אויס דעם שכל צו קאנטראלירן די מידות אויף א מיטל וועג.
זיין גרויסער תלמוד און נאכפאלגער אריסטא איז אויך עטוואס געגאנגען מיט דעם מהלך. נאר ער האט געהאלטן אז אויסארבייטן דעם שכל דורך פילאזאפיע איז נישט גענוג, און ס'העלפט נישט אלעמאל. ער איז געווען ביי די מיינונג אז מ'דארף זיך זאכליך איינגעוואוינען צו קאנטראלירן די געוואוינהייטן, א מענטש דארף ארבייטן אויף זיינע נישט גוטע געוואוינהייטן אויף א פיזישן פארנעם, ביז ווי לאנג ער ארבייט זיך פולקאם אויס זיך צו פירן לויטן גאלדענעם וועג, אויף א נאטורליכער שטייגער.
ווי ס'זעט זיך אויס אין הלכות דעות איז דער דער גרויסער אדלער, דער הייליגער רמב''ם, וועלכע איז ווי באוויסט געווען שטארק אינספירירט פון די לערע פון אריסטו, אין אלגעמיין אויך געגאנגען מיט דעם דאזיגן מהלך, אז א מענטש זאל זיך אויסארבייטן זיך צו פירן מיטן גאלדענעם וועג, מיט'ן אויסנאם פון צוויי מדות, כעס און גאווה. ביי די דאזיגע צוויי מידות האט דער רמב''ם אויך געהאלטן אז מ'דארף זיך דערווייטערן דערפון ביז צו אן עקסטרים. אנדערש ווי אריסטא.
אין יענעם שווארצן שבת, ווען ר' יוסל דערלאנגט ווען פאר ארי גוטע פעטש צוליב זיין ווילדע אויפירונג, וואלט דאס ווען טאקע עטוואס געהאלפן, אבער ארי וואלט עטווענטועל אויסגעוואקסן מיט א עקסטרימער נאטור, ווייל דאס שטעקן האט טאקע אויסגעריסן פון אים זיין ווילדקייט, אבער ס'האט אים קיינמאל נישט דערלערנט צו גיין אויפן גאלדענעם וועג.
ווארום ווען ר' יוסל נעמט אים אבער אפיר און ארבייט מיט אים אויף זיינע ווילדקייטן און שוועריקייטן, און דערלערנט אים מיט שכל ווי אזוי א מענטש דארף זיך ווירקליך אויפפירן און זיך באנעמען מיט אנדערע מענטשן, האט ארי גרויסע שאנסן אויסצושטייגן א מענטש צו ג-ט און צו לייט.
אלזא, וואס לוינט זיך בעסער? אז דאס קינד זאל אויסוואקסן מיט אן עקסטרימער גייסט? אדער ער זאל אויסוואקסן אלס א מענטש וואס גייט מיטן גאלדענעם וועג, און איז גוט צו ג-ט און צו לייט?