דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 9:31 am#419227
אזוי ווי אומעטום, האט זיך די גוי'שע השפעה אריין גערוקט. היינט זעט זיך אן ביי די גוי'ישע פאליטישע אנשטאלטן א שטארקע דגש אויף whataboutism ווי יעדער וואס ווערט באשולדיגט מיט עפעס, אנשטאטס זיך צו פארטיידיגן אדער לייקענען, זאגט ער אז יענער האט עס אויך געטון.
על של עתה אנו באים. די מלקות אין לב טהור איז א פראבלעם, יא צו ניין? טאמער יא, העלפט גארנישט אז אין סאטמאר פאר פערציג יאר צוריק האט מען עס אויך געטון.
און עס איז טאקע גאנץ אנדערש. די פעשט איז היימישע חדרים איז געקומען פון א זלזול אין מענטשן ובפרט קינדער. מ'האט זיך גערעגט און מ'האט זיך נישט געהאלטען פארפליכטעט זיך איינצוהאלטען די מערדערישע תאוות, ווייל דאס איז סיי ווי א קינד. דאס האט גארנישט מיט א קולט. א קולט איז ווי מען נוצט קונצן צו שפילן מיט מענטשנ'ס קעפ אז זיי זאלן נישט טראכטן גלאט. ווען איינער זיצט און איז מחליט אז יעצט איז ראטזאם אז א קינד זאל באקומען א באשטימטע מאס מלקות, מיט א גאנצע טכס ארום און ארום, מיינט עס אז מ'זוכט דא צו שפילן מיט זייער קעפ, און מ'איז גרייט צו נוצן זייער קערפער דערפאר.
דאס איז א קולט, אדער עפעס ענליך. עכ"פ, דאס איז פילפאכיג ערגער, און דאס איז א סבה זיי צו פארמאכען. ווען עס איז בלויז שלעכטע מדות פון מענטשן, וועט פארמאכן נישט העלפן, ווייל שלעכטע מדות זענען אומעטום און אייביג. מ'דארף זיי אויסלערנען וויאזוי זיי צו באארבעטן אז מ'זאל זיך איינהאלטן.