— » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:14 pm#420662
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
שקדהתגרות באומות
קאך_לעפלשקדהתגרות באומות
וואס ווער און ווי איז התגרות באומות? דער טייטלבוים? דער יאר פונעם גרינדונג? דער גראפיקס פונעם לאגא? די מענטשען פונעם שטעטעל? ווער איז דער וואס רייצט אויף די פעלקער? קום אריין עטוואס קלאר ביטע...
רביה''ק זי''ע
שקדקען זיין נאר מגרה זיין מיט אומות טאר מען נישט דא איז נאר איין אומה אדער גאר א קליינע פראצענט פון אן אומההתגרות באומות
או אינואמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.
שקדאו אינואמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.
די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות
קאך_לעפלשקדאו אינואמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.
די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות
זיכער אזוי! נישט בלויז א אייגן לאנד, נאר אפילו בלויז א אייגן הויז איז פארבאטן....נאך מער... אפילו בלויז א אייגן פלעט גרעניצט זיך מיט הארבע אסורים.
בלויז לעבן אויף ראטע איז ערלויבט אין גלות....
שקדקאך_לעפלשקדאו אינואמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.
די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות
זיכער אזוי! נישט בלויז א אייגן לאנד, נאר אפילו בלויז א אייגן הויז איז פארבאטן....נאך מער... אפילו בלויז א אייגן פלעט גרעניצט זיך מיט הארבע אסורים.
בלויז לעבן אויף ראטע איז ערלויבט אין גלות....
די גמרא מיינט 'קרן הצלה' ואביזרייהו וואס מעלקן דעם ציבור אין אמעריקא און טעראריזירן דעם ציבור אין ישראל, זיי האלטן אפ דעם גאולה
ליטוואק פון בודאפעסטאון וואס איז מיט מאכען א מדינה אין א"י פאר באקוטעמליכקייט? דאס מעג מען יא?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמערלוואס איז דאס א 'מדינה' און ווי ווערן געברענגט די אזיגעריפענע הלכות מדינה?
ווי ווייט איך ווייס איז די מושג פון א מדינה ווי מיר פארשטייען עס היינט א 'נאציאנאלע לאנד' — א נייע מושג וואס איז אלט בערך צוויי הונדערט יאר. שווער צו אננעמען אז אין די תלמוד'ישע ביכער זאל די דאזיגע מושג ווערן ערווענט, אלזא כל זמן מיר האבן נישט קיין' מלוכה' נאר א מאדערנע' מדינה' לאזט זיך זאגן אז עס איז בכלל נישט אנדערש פון א אידישע טאון, ווילעזש, אדער פֿלעט.
גדליהדי שבועה שלא יעלו בחומה גייט נאר אן אויף א"י.
נישט דא קיין איסור זיך צו בויען א אייגענע ישוב ערגעצוואו.
חוץ מזה איז עס נישט קיין זעלבסטשטענדיגע לאנד. סאו וואס א חילוק צו ס'איז א טאון אדער א ווילעזש?
ווייטער די שבועה פון שלא ימרדו באומות האט דאך שוין סאטמאר לאנג עובר געווען, ווען זיי האבן מורד געווען אין די החלטה פון די אומות העולם צו שענקען פאלעסטינע פאר די אידישע פאלק.
קאך_לעפלשמערלוואס איז דאס א 'מדינה' און ווי ווערן געברענגט די אזיגעריפענע הלכות מדינה?
ווי ווייט איך ווייס איז די מושג פון א מדינה ווי מיר פארשטייען עס היינט א 'נאציאנאלע לאנד' — א נייע מושג וואס איז אלט בערך צוויי הונדערט יאר. שווער צו אננעמען אז אין די תלמוד'ישע ביכער זאל די דאזיגע מושג ווערן ערווענט, אלזא כל זמן מיר האבן נישט קיין' מלוכה' נאר א מאדערנע' מדינה' לאזט זיך זאגן אז עס איז בכלל נישט אנדערש פון א אידישע טאון, ווילעזש, אדער פֿלעט.
זאג וואס איז דער אונטערשיד צווישן פראנקרייך און סקווירא? אויב זעעסטו נישט קיין אונטערשיד, האב איך ווארשיינליך נישט גערעדט צו אייך!
שמערלגדליהדי שבועה שלא יעלו בחומה גייט נאר אן אויף א"י.
נישט דא קיין איסור זיך צו בויען א אייגענע ישוב ערגעצוואו.
חוץ מזה איז עס נישט קיין זעלבסטשטענדיגע לאנד. סאו וואס א חילוק צו ס'איז א טאון אדער א ווילעזש?
ווייטער די שבועה פון שלא ימרדו באומות האט דאך שוין סאטמאר לאנג עובר געווען, ווען זיי האבן מורד געווען אין די החלטה פון די אומות העולם צו שענקען פאלעסטינע פאר די אידישע פאלק.
אויב איז דא א איסור זיך צו נעמען א גאולה פאר די צייט, ווייל מען ברויך ווארטן אויף א גאולה בידי שמים (עיין ערך כפורה בגזירת הגלות) , איז נישט קיין חילוק ווי די גאולה קומט פאר, פארקערט זיך אויסלייזן אין א צווייטע פלאץ, איז די גרעסטע כפורה בביאת המשיח וואס איז שייך.
און וואס איז גדר פון א זעלבשטענדיגע לאנד? בימי בית שני וואס ארץ ישראל איז געווען א פראווינץ פון רוים און האט דארט פארמאגט א גאווערנאר, האט זי געהייסן זעלבשטענדיק? און אויב נישט דעמאלטס מעג מען צוריק זיך אויסלייזן אויב די אומות געבן צוריק רשות?עפעס דענק איך א מאדנער ר' יונתן אייבשיץ אז מ'טאר נישט.
ועוד וואס איז דאס א לאנד? אויב איז עס א דעמאקראטישע לאנד ווי אלע בירגער האבן גלייכבארעכטיקונג, וועט זיין א איסור דארט צו וואוינען? ווי איז אויב די רוב זענען גויים?
צפור בודדא שאלה. טאמער וויל איינער זאגן שאלעשידעס תורות בבחינת אלהאגילעוואלהאטמירע אז מען טאר זיך נישט פרייען אדער דאנקן דעם באשעפער אויף דער כוחי ועוצם ידי פון דער נייער עיר הנדחת און אז סיאיז דער כוח פון די קליפות עולה צו זיין בחומה און אז מען וויל אים מהנה זיין זאל מען נישט גיין באזוכן אויף די פלעצער וואס ליגן כבוש בידי דער 'טאון' כולל וואו אידן דאווענען און לערנען וואס זאל ער טון? מיר האלטן דאך יעצט ביי שובבי"ם ווען מען דארף מתריע זיין איבער דער חטא הידוע.
איז יעצט די שאלה אויב זאל מען דוחה זיין שובבי"ם איבער דער כפירה אדער זאל מען אויסווארטן ביז נאך שובבי"ם און ערשט דעמאלסט מעורר זיין איבער דער עליה בחומה. ביידע קען מען נישט ווייל די תורה וועט געדויערן אפשר צוויי שעה און לענגער. איז האי מהן עדיף?
ואם תימצי לומה תדיר ושאינו תדיר איז ברויך מען וויסן אויב כפירה איז מער תדיר ווי דער חטא הידוע אדער פארקערט און דאס איז א באמת א גאר הארבע שאלה.
איז וואס טוט מען?
קאך_לעפלווען יונה הנביא איז געקומען קיין נינוה, האבן די קנאים שבנינוה גע'טענה'ט אז מ'טאר נישט תשובה טוהן וויבאלד דאס גייט מאכן דעם נבואה אויס.כ'הער וואס די פרעגסט... אויב איך פארשטיי גוט!
עס איז מערווייניגער פארהאן צוויי סארט לענדער: לענדער וועלכע ווערט געפירט דורך א מאנארכיע, לענדער וועלכע ווערט געפירט דורך א פאלעמענט. דער אונטערשיד איז אז לענדער וואס ווערן געפירט דורך א מאנארכיע באלאנגט דאס לאנד פארן קייזער/קעניג. און לענדער וואס ווערן געפירט דורך א פאלאמענט באלאנגט דאס לאנד פארן פאלק, ס'איז א רעפובליק. און דאס פאלק וועלט אריין זייער פארשטייער. איז וועלכע סארט לאנד איז אסור דווקא א מאנארכישע? אדער אפילו א ריפובליק?
אויף דעם איז ווארשיינליך דער ענטפער אז ביידע זענען פארבאטן. ווי לאנג עס טראגט א נאצינאליסטישער און זעלבסטשטענדיגער גייסט איז עס פארבאטן. ווייל ס'איז אין קאנסטראסט פונעם ווילן פון באשעפער אז אידן זאל פארבלייבן אין גלות, ביז ווי לאנג ער זעלבסט קומט אונז אפנעמען. ווי עס שטייט אין פסוק אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך ומשם יקחך. און ווי דער נביא זאגט אין עמוס ושבתי את שבות עמי ישראל ובנו ערים נשמות וישבו ונטעו כרמים ושתו את יינם ועשו גנות ואכלו את פריהם...
דער גאלדענער אדלערקאך לעפעל האקט;
"אין די יארן איידער דער ערשטער וועלט קריג האט אויסגעבראכן, זענען אויפגעשטאנען מאנכע כלל ישראל פארזארגערס, וועלכע האבן זיך אין זייער לעבן קיינמאל נישט אידענטיפיצירט מיט די ערשטע נאציאנאלער אידענטיטעט פונעם אידישן פאלק. זיי זענען געווען פאלנע כופרים וואס האבן נישט געהאלטן גארנישט און נישט געגעלייבט אין גארנישט. זיי האבן אין זייער לעבן נישט געהאלטן קיין תורה און מצות"
ווי למשל וועם מיינסטו, די תלמידי ר' עקיבא אייגר און פןן דעם כתב סופר ווי למשל ר' צבי הירש קאלישער, ר' עקיבא יוסף שלעזינגר בעל לב העברי אן איידעם פונעם הקנאי הגדול והמפורסם ר' הילל קאלאמייער, אדער דעם גריידיצער צדיק, אדער הרב אברהם יעלין פון ווענגרויב ועוד ועוד, זכר צדיקים לברכה.
גאלדקיינע פון די חובבי ציון האבן אינדארסירט איין אייגענע אידישער ממשלה.
שקדדי טייטלבוים שטאט האט א סיסטער סיטי אפמאך מיט'ן דוביי טייטלבוים פראיעקט?
שקדאון די טייטלבוים לאנד, איז פאר אלע טייטלביימער? אדער בלויז פאר רונים נישט זלונעמס? ואם תמצא לומר ביידע, רונים און זלונימס; איז אנדערע טייטלביימער פון אנדערע קרייזן - א שטייגר קלויזנבערג און סאסוב אויך נכלל אלץ זייערע באזוץ פלאץ?
למשל גער און סקווער און בעלז מעגן אויך דארט יושב'ן לבטח? אדער ס'דא אויף זיי סאנקציעס.
קאך_לעפלשקדאון די טייטלבוים לאנד, איז פאר אלע טייטלביימער? אדער בלויז פאר רונים נישט זלונעמס? ואם תמצא לומר ביידע, רונים און זלונימס; איז אנדערע טייטלביימער פון אנדערע קרייזן - א שטייגר קלויזנבערג און סאסוב אויך נכלל אלץ זייערע באזוץ פלאץ?
למשל גער און סקווער און בעלז מעגן אויך דארט יושב'ן לבטח? אדער ס'דא אויף זיי סאנקציעס.
טוה א קוק דער טייטלבוים שטעטל איז א ארט פאר יעדער באשעפעניש וואס שמעקט פון טייטלן אנשטאט פון צוויבל אינטערן ארעם... קאפיש?
שמערלגאלדקיינע פון די חובבי ציון האבן אינדארסירט איין אייגענע אידישער ממשלה.
בקיצור, מ'מעג צוריקגיין קיין ארץ ישראל, אויפשטעלן א בית המקדש און מקריב זיין קרבנות פונקט ווי די צייטן פארן חורבן, פירו א מדינה על פי צורה תחת ממשלת האומות ממש ווי אונטער די רומיים. אבער דערקלערן א קאנסטיטוציע, א מושג וואס האט נישט עקזיסטירט פאר ממש לעצטנס, דאס טאר מען נישט וועגן גזירת הגלות? עס מאכט דאך פשוט נישט קיין סענס.