דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:47 pm#420772
שבת אחים האט געשריבן:אדונינו האט געשריבן:ער פארקויפט און קויפט צוויי זאכן, געטריישאפט און שיינקייט.
פון דארט נעמט זיך אלע זיינע מעלות, און אלע זיינע חסרונות, דאס גיבט ער פאר זיינע חסידים, און דאס גיבן זיינע חסידים פאר אים.
ווען ער איז געגאנגען פון וויזניץ, זענען מיטגעקומען די בעסערע מענטשן, און די טעראריסטן.
די בעסערע באלעקן זיך פון זיינע ציכטיגע טישטיכער, זיין ליידיגע אויבנאן, זיין מלכות, און זיין בעסערקייט, (ער האט פיינט א כניאק) זיינע געביגלטע פארענטשעס, זיין שטילקייט ביים טיש וכו׳
און די טעראריסטן האבן אלעמאל באקומען פון אים א פריוואטע אטענשאן פאר זייערע שלעכטע מעשים, ווייל זיי זענען אים געטריי!! געטריישאפט איז אלעמאל געווען ביי אים וויכטיג, דאס האט ער געפאדערט, און דאס האט ער געשעצט.
געטריישאפט איז וויכטיג ביי א יעדע קולט. אלע קולט און מאפיא פירער זענען געטרייע צו ״זייערע מענטשען״. לאמיר זעהן ער זאל זיין געטריי פאר א חסיד פון זיין ברודער... ווען דער אור האמת זצ״ל איז געקומען קיין ישראל האט זיין ״הייליגע טאטע״ וועם ער איז געוועהן ״אזוי געטריי״ געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט זיך טרעפן מיטן ברודער, ער האט געציילט די טעג, ער איז געוועהן מלא שמחה און געזאגט פאר א יעדעם איינעם די גוטע נייעס ער גייט ענדליך שלום מאכן מיטן ברודער נאך אזויפיל יאהרן. איז געגעאנגען דער ״געטרייער זוהן״ און אוועקגעפירט דעם טאטען קיין ערד און אים באהאלטן... דער טאטע האט געהאלטן אין איין פרעגן וואו איז דער ברודער??? און זיי האבן זיך טאקע נישט געטראפן יענע מאל ר׳ מאטלע איז געקומען קיין ארץ ישראל נאר אפאר יאהר שפעטער.. דאס איז נאר איין קליינע עובדא פון זיין גרויס ״געטריישאפט״ פאר זיין טאטען... ער האט אים חרוב געלייגט, און יעצט מאכט ער זיך אליינס חרוב. ער איז א פשוטע משוגענער און א משחות. ווער סהאט געקענט זיין מאמע ווייסט גאנץ גוט אז דאס פארפוילטע עפעלע איז נישט געפאלן ווייט פונעם בוים... א צורודערטע נשמה! נעבעך אויף זיינע פאר איבערגעבליבנע חסידים. דער לעצטער וואס גייט ארויס זאל ביטע צומאכן די לייט...
שבת אחים: איך האב נישט געהאט די גאטס צו זאגן אט די אלע זאכן. כאטש איך (און דער עולם וועיסט אז זיי זענען אמת ויציב. און נאך מיט א שמיץ אריבער.). לפי בקשת פותח האשכול. נאר דו אלס וויזשניצער קענסט דיך ערלויבן ארויסצוזאגן דעם פולן אמת. השתא דאתית להכי/להכא. קענמען שוין רעדן פון זיין העיליגע מאמע די דעעזשער (מכ*פה). און איהר זונדעלע וועלכער האט גערודפ'ט זיין ..."ברודער"...און איהם גורם געווען זייער א סאך צער און עגמת נפש...! סאו זאלל ער נישט קומען היינט און מיר פראווען רבי'סטווא. צוערשט זאלל ער בעטן מחילה פון זיין ברודער פאר די אלע צער וואס ער האט איהם גורם געווען...!