Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....

בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 90 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12872
דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:57 am#422271
סמבטיון האט געשריבן:איך דארף איינעם קאנווינסן אז דעס האט עפעס א זלוני געמאכט אין ראדני ?

אז מען רעד שוין, ווער עס וויל קען ביי שטייערן לכבודי, ביי צישרייבן אז דע נדבה קומט פון קאווע שטיבל לכבוד סמבטיון

טשיל מיי פרענד
די אשכול ליגט אין שמייכל....
דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:08 am#422300
רבותי מ'דארף א מופת. דער קאמפעין קראכט. מ'בעט דער עולם בכל לשון של בקשה זאל אראפ גיין פון דער הייך און נישט אויפלאדענען דער פעידז כסדר ואנו בטוחים בכוחו של אותו זקן אז מ'וועט מצליח זיין. די וואס זענען ביים ציון זענען מזכיר טשערידי און מעכל איז אויך אריין מיט א הזכרה. נאכאמאל מ'זאל שוין אראפגיין פון דער נעט און לאזט צו די נדבנים.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 12:53 pm#422312
עס זיצן אפאר שונאים און פרובירן צי קראכן די סיי מיט עפענען טויזענטע סעשנס,
נישט געזארגט, מעוועט אנקומען צום גאול, וועט אפשר נעמען אפאר שעה לענגער, אבער מעט אנקומען בע"ה.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:16 pm#422316
Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....
דא און דארטען - אין די בעלזא'ר שטיבלעך אויף וואטס-עפ - הערט זיך שוין שאלות.

טייל זענען געפאלען ביי זיך אז נאכען ארום שלעפען די רב'ס אייניקלאך לארבע כנפות תבל, אין נאכען מגייס זיין אלע בעלזא'ר חסידים פין הודו ביז כוש האט מען נישט געקענט האבען די הצלחה אויף וואס מ'האט זיך געראכטען.

אבער טייל חסידים -אין חוץ לארץ- ווינדערען זיך אויפ'ן קול צי קומט שוין די צייט אז די אמת שווימט ארויס. צי קומט שוין די צייט אז מער און מער מענטשען נוצן די אייגענע שכל, אנשטאט צי פאלען פאר די איזרעילי פראפעגאנדע...

קודם כל, איז עס א דורעכפאל ?
א גרויסער עולם האלט אז יא. אמת אז ס'איז נאך נישט געענדיגט, אבער מ'האלט שוין ביי נעילה. לעת עתה איז נאך דא ווייניגער ווי 5 שעה, דאס איז ווייניגער ווי 2 פראצענט פין די 36 שעה, אין די גאהל האלט נאך ביי 56 פראצענט, און א סך הכול פין 25,000 משתתפים. מיר קענען זיך פארשטעלען אז בקרוב ממש וועט מען צילייגען נאך א טאג. מיר קענען זיך אויך פאהרשטעלען אז אויב די נומבערס הייבען נישט אהן ארויף צי גיין בדרך נס, וועט מען מיזען פין ערגעץ-ווי פראדעצירען אפאהר גרויסע געיבערס, ווייל ס`איז דאך נישט "כבוד בעלזא" צי האבען אזא דורעכפאל.

ס'איז נישט קיין סוד אז די מוסדות אין ארץ ישראל שטייען אסאך בעסער ווי די מוסדות און חוץ לארץ.
קודם כל, די בנינים. יעדער וואס איז נישט גענצליך בלינד קען חאפען א שפאציר און זעהן די בתי מדרשים, די ישיבות, די מיידל סקולס. אנגעהויבען ביי די פראכטפולע בנינים אין ירושלים. יעדער ווייס אז די "מדינת הציונים" איז גאר א ברייטע שטיצער. מיט די אלע אזוי גערופענע "גזירות", זענען זיי נאךאלץ די גרעסטע תומכים ווען מ'בויעט א נייע בית מדרש, ישיבה.
יעצט גיט א בליק אין חוץ לארץ. מ'קען אנהייבען אין בורו פארק. די פראכטפולע בנין אויף 16, די הערליכע ישיבה-קטנה בנין (וואס עקזיסטירט נישט). יעדער בית מדרש וואס שטייט האט מען באצאלט דערפאר, דעים פולען פרייז. אין טאקע נאר די מתפללים.

אויסהאלטען די מוסדות...
און חוץ לארץ באקומט מען נישט פין די "מלכות של חסד "קיין פערטיל וויפיל די ציונים געבען. פרעיגט די מלמדים און בארא פארק, וויפיל וואכען מ'איז זיי שולדיג! פרעיגט די מגידי שיעורים אין ישיבה קטנה. פרעיגט אייך נאך וועלעכע מוסד אין בארא פארק צאהלט די ווייניגסטע פאר מיידעל-שולע טיטשערס.
די זעלבע שפיהלט זיך אפ און לאנדאן, אנטווערפען, מונטרעאל, צי ווי ס'איז נאר דא בעלזא'ר מוסדות.

ס'איז אויך נישט קיין סוד אז די כוללים און ארץ ישראל באצאלען פאר די יונגעלייט אסאך מער ווי מען בצאהלט אין בורו פארק, מונסי, מאנטרעאל, לאנדאן צי אנטווערפען.
און מ'קען זיך שווער דערמאנען ווען די חוץ לארץ'דיגע זענען געגאנגען זאמלען געלט און ארץ ישראל.

אין נאך מער:
ס'איז נישט קיין סוד אז אלע מוסדות שיקען א חודשליכ'ע געהאלט קיין ארץ ישראל. יא, יא.... די חדר און בארא פארק קען זינקען און חובות, אבער יעדע חודש ווערט געשיקט אפאהר צעינדליג טויזענטערס קיין ארץ ישראל ( די זעלבע איז מיט יעדע בעלזא מוסדות וואס דרייט מיט געלט. מ'שיקט קיין ארץ ישראל, חאטשיק עפעס.)

אפשר קומט א שטיקעל חשבון נפש. ס'איז שווער צי גלייבען ווייל די ארץ ישראלדיג'ע קענען די מלאכה בעסער ווי אונז אין חוץ לארץ. אין אויך ווייל זיי ניצען "די רב". אח און וויי ווען איינערזאל זיך דערווייגען צי רעדען אדער אפילו צי פרעיגען...

אבער, ימים יגידו!
דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:36 pm#422318
סמבטיון האט געשריבן:עס זיצן אפאר שונאים און פרובירן צי קראכן די סיי מיט עפענען טויזענטע סעשנס,
נישט געזארגט, מעוועט אנקומען צום גאול, וועט אפשר נעמען אפאר שעה לענגער, אבער מעט אנקומען בע"ה.

Lol
דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:50 pm#422319
זיי לייגן כסדר צו שעות, די 30 שעה ענדיגן זיך צוויי אזייגער, אבער לעת עתה איז נאך דא איבער 12 שעה צו גיין.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:55 pm#422320
ווי אויך האט זיך בעלזא גארנישט מיט וואס צו שעמען, 3M אין 30 שעה איז היסטאריע!! קיינער האט דאס נאכנישט באוויזן, די פראבלעם איז נאר, אז מענטשן ווייסן נישט וואס מיליאן דאללער מיינט, מען קען זאגן מיליאן ביליאן און טריליאן אין איין אטעם, מען ברויך אביסל מער דרך ארץ פארן ארויסזאגן די ווארט ״מיליאן דאללער״ און 3M איז הערליך, קודאס חסידי בעלזא!!
דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:58 pm#422321
אדונינו האט געשריבן:זיי לייגן כסדר צו שעות, די 30 שעה ענדיגן זיך צוויי אזייגער, אבער לעת עתה איז נאך דא איבער 12 שעה צו גיין.


די הייליגע צדיקים לבית בעלזא בגנזי מרומים ארבייטן אצינד אויווער טיים דארט אין די הויכע ספערן... אז דער הייליגער אונטערנעט קאמפיין פאר דעער בעלזער ווינקל זאל ווירקליך זיין סוקסעס... אזוי אז ס'זאל זיין יתגדל ויתקדש כבוד בית בעלזא...
דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:29 pm#422325
דער וואס האלט אז ס'איז א דורכפאל דארף א ריאליטי טשעק. ווען זיי זאלן זאגן 10 מיליאן און ס'קומט אריין 8 איז עס אויך א דורכפאל?

3 מיליאן דאלער איז א הון תועפות אפילו אין צוויי חודשים און דא איז נישט אפילו צוויי טעג. כל הכבוד להם. דאס מינערט נישט דער היפאקריטיע פון נוצן דער אינטערנעט ווען עס לוינט און ארויסשיקן מעסעזעס פון שלומ'קע אויף דער טמא'נע וואטסאפ. באט קרעדיט ווער קרעדיטס איז דיו און זיי האבן עס באוויזן און ס'נאך דא א פאר שעה אויף נאך מער. אז די זיידעס קומען אראפ צו א מצווה טאנץ זענען זיי כל שכן לאגד אן צום פעידז און לויפט זיך מזכיר זיין.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:32 pm#422326
מ'רעדט א דורכפאל לפי ערך כבוד בית בעלז. אז מ'האט זיך געראכטן אויף פינעף און ס'איז אריינגעקומען האלב איז עס א דורכפאל כלפי די ציהל.
בעלזע רבי איז פון די גרעסטע רבי'ס און מ'ארבעט שוין וואכען און חדשים אויף די קאמפיין, ס'איז נישט קיין בליץ קאמפיין.
די עיקר געווינס איז אז אזויפיל "פרעמדע" האבן בייגעשטייערט. אויב בעלז וויל קענען זיי שטאלצירן דערמיט.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:38 pm#422327
גדליה האט געשריבן:מ'רעדט א דורכפאל לפי ערך כבוד בית בעלז. אז מ'האט זיך געראכטן אויף פינעף און ס'איז אריינגעקומען האלב איז עס א דורכפאל כלפי די ציהל.
בעלזע רבי איז פון די גרעסטע רבי'ס און מ'ארבעט שוין וואכען און חדשים אויף די קאמפיין, ס'איז נישט קיין בליץ קאמפיין.
די עיקר געווינס איז אז אזויפיל "פרעמדע" האבן בייגעשטייערט. אויב בעלז וויל קענען זיי שטאלצירן דערמיט.


פליז, 3 מיליאן איז קיינמאל קיין דורכפאל נישט חוץ אז ס'וואלט געווען אלעס אדער גארנישט, נאר זיי האבן נאך אזויפיל שכל.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:22 pm#422341
דער דורכפאל איז נישט די געלט, עס איז די שכל. ווען בעלזא האלטן זיך די רייכסטע חסידות אין דער וועלט, וואלט געלט געווען די קנה מדה. זיי זאגן דאך אז זייער רבי איז דער פקח חכם עתיק וואס דער וועלט האט נישט געזען זייט ....... קיינעם נישט. טאמער ער קען נישט פארשטעלן אזא סימפל זאך, איז ער שוין נישט די חכם וואס מ'האט געזאגט. אויף וואס וועט בעלזא שטיין היינט? נגינה?
דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:25 pm#422344
צפור בודד האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:מ'רעדט א דורכפאל לפי ערך כבוד בית בעלז. אז מ'האט זיך געראכטן אויף פינעף און ס'איז אריינגעקומען האלב איז עס א דורכפאל כלפי די ציהל.
בעלזע רבי איז פון די גרעסטע רבי'ס און מ'ארבעט שוין וואכען און חדשים אויף די קאמפיין, ס'איז נישט קיין בליץ קאמפיין.
די עיקר געווינס איז אז אזויפיל "פרעמדע" האבן בייגעשטייערט. אויב בעלז וויל קענען זיי שטאלצירן דערמיט.


פליז, 3 מיליאן איז קיינמאל קיין דורכפאל נישט חוץ אז ס'וואלט געווען אלעס אדער גארנישט, נאר זיי האבן נאך אזויפיל שכל.

קוקסט אהער, גארנישט איז נישט קיין דורכפאל. אפילו א האלב מיליאן דאללער איז זייער זייער א סאך געלד.
א דורכפאל רעדט מען לפי ערך. אז קאשוי מאכט א דינער און ס׳קומט אריין א האלב מיליאן דאללער איז עס א משונה׳דיגע סוקסעס.
אוודאי שטייצעך אז בעלז איז נאך אלץ זייער גרויס, און דריי מיליאן דאללאר איז א סאך אסאך געלד. לאמיר אלע האפן ס׳זאל אנקומען אויף גוטע צוועקן.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 4:37 pm#422357
Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....
אויב ס'איז א דורכפאל איז עס און די נומבער פין געיבערס.

א קליינע מאנסיער בעלזער בית המדרש האט געמאכט א קאמפיין לעצטענס.
זיי האבען געהאט 5,500 donors.
"מרכז בעלזא", וואס האט ארום געשיקט די רבישע אייניקלעך , און אפילו ר' אהרן מרדכי אליינס איז געקומען קיין אמעריקע אנציווארעמען דעים עולם.... אין זיי האבען סו פאר 32,000 donors.
און דאס איז בעלזא פון די גאנצע וועלט; ארץ ישראל, איירופה, קענעדע, און אמעריקע.

ס'זעהט נישט אויס אז די המון עם פון בעלזא איז גאר ווארעם צי די קאמפיין.

איז עס א דורכפאל ?
אפשר גאר פארקערט. א סימן אז די עולם שבגולה איז מער נישט אזוי בלינד, זיך איבער צישטרענגען פאר די איזרעיליס ווען די לאקאלע מוסדות שטייען גארנישט אזוי גיט.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:17 pm#422379
אינטערנעט
א חסיד איז אמאל אריין צון רבי'ן און געטראפען דעם רבי'ן זיצט ביי א קאמפיוטער מיט אפענע אינטערנעט ! דער חסיד פרעגט ערשטוינטערהייט רעבע ? דו האסט דאך אליין געדרשנט אז עס איז אסור !
זאגט דער רבי איך מעג, וואס הייסט ? פרעגט דער חסיד... זאגט דער רבי ווייל איך זעה אלעס עניוועי דורך רוח הקודש, פרעגט דער חסיד אויב אזוי וואס דארף דער רבי בכלל א קאמפיוטער אז דער רבי זעהט דאך אלעס ? ענפערט דער רבי "יא מיט רוח הקודש זעה איך אלעס בלויז שווארץ אויף ווייס איך דארף דעם אינטערנעט עס צו זעהן קאלירפול... ודפח"ח
דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:19 pm#422380
אדיר_אדירינו האט געשריבן:אויב ס'איז א דורכפאל איז עס און די נומבער פין געיבערס.

א קליינע מאנסיער בעלזער בית המדרש האט געמאכט א קאמפיין לעצטענס.
זיי האבען געהאט 5,500 donors.
"מרכז בעלזא", וואס האט ארום געשיקט די רבישע אייניקלעך , און אפילו ר' אהרן מרדכי אליינס איז געקומען קיין אמעריקע אנציווארעמען דעים עולם.... אין זיי האבען סו פאר 32,000 donors.
און דאס איז בעלזא פון די גאנצע וועלט; ארץ ישראל, איירופה, קענעדע, און אמעריקע.

ס'זעהט נישט אויס אז די המון עם פון בעלזא איז גאר ווארעם צי די קאמפיין.

איז עס א דורכפאל ?
אפשר גאר פארקערט. א סימן אז די עולם שבגולה איז מער נישט אזוי בלינד, זיך איבער צישטרענגען פאר די איזרעיליס ווען די לאקאלע מוסדות שטייען גארנישט אזוי גיט.

די קאמפיין גייט זיך לכאורה ענדיגן אין די געגנט פון 50,000 געבערס!!
וואס גייסטו דאן זאגן?
דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:33 pm#422381
אפשר קען מען צאמשטעלן ביידע אשכולות
דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:12 pm#422384
אדיר אדירנו, איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט די געפינסט זיך, האמת אגיד אז אפאר פון דיינע נקודות איז ריכטיג נאר איך וויל יעצט נישט אריין גיין אין דעם נושא, בנוגע די קאמפעין, דארפסטו זיין אדער בלינד אויף ביידע אויגן אדער בבחינת השנאה מקלקלת את המציאות, מען האלט יעצט 2 שעה נאך די ארגינעלע צייט און מען האלט ביי 4 אהאלב מיליאן דאלער , ווי דורךפאל ואס דורךפאל ווען דורךפאל?, ווי האט מען אזאנס באוויזן? און די שענסטע פון אלעס איז אז דאס קומט פון 41000 תורמים(אדערווייל) אויסגעשפרייט אין די גאנצע וועלט, אשרני מה טוב חלקינו, די פאר שעה האט מען ציגעלייגט, ווייל די סייט איז געווען דאון אפאר שעה, און מען האט דערלייגט אסאך געלט. הצלחה, צום ווידער זען אין אפאר שעה ווען בעלזא וועט אריבער שמייסן דעם 5 מיליאן דאלערדיגע גאול,
דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:51 pm#422400
Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....
לעיקוואד תומכי שבת, מיט אנגעפער 180 מתנדבים, האבען געשאפן 1.8 מיליון אין א טאג פאריגע אלול. חסידות בעלזא רעדט פון טויזענטער נדבנים, ווייל יעדער שווארץ באזאקטע, בלאסען געזיכטע חסיד איז בע"כ א מתנדב. פינף מיליון איז גארנישט אזוי אייאייאיי. ובפרט ווען מ׳טראכט אז אלס קען זיין פון אינעווייניג, אוו מ׳געדענקט נאך וואס איז געווען ווען דער צענטער האט זיך פארזוימט.

מ׳קען עס ספינן אלס א ריזיגע געווינס, אבער אינדערויסן זעט זיך עס אויס ווי גארנישט אבנארמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:59 pm#422402
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעיקוואד תומכי שבת, מיט אנגעפער 180 מתנדבים, האבען געשאפן 1.8 מיליון אין א טאג פאריגע אלול. חסידות בעלזא רעדט פון טויזענטער נדבנים, ווייל יעדער שווארץ באזאקטע, בלאסען געזיכטע חסיד איז בע"כ א מתנדב. פינף מיליון איז גארנישט אזוי אייאייאיי. ובפרט ווען מ׳טראכט אז אלס קען זיין פון אינעווייניג, אוו מ׳געדענקט נאך וואס איז געווען ווען דער צענטער האט זיך פארזוימט.

מ׳קען עס ספינן אלס א ריזיגע געווינס, אבער אינדערויסן זעט זיך עס אויס ווי גארנישט אבנארמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק , קענסט אויסגיין פאר קנאה אז אזויפיל טויזענטער יודן אנערקענען אז בעלזא איז א פלאטץ וואס איז ווערט צו געבן פאר זיי צדקה
דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:10 pm#422407
Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....
לכבוד די פארטיי מעג מען שעלטן אויך. דער עיקר איז אז יעצט האסטו דער זיג און מארגן הייבט זיך אן די נעקסטע שטאפל פון די קאלאר וואר.

א פרייליכן חגא פאר אלע ט׳ שבט סעלעברעיטערס. ביטע לאזט אביסל פאר די י׳ שבט מענטשען און די י"ב׳ניקס. זיי מעגן אויך שפילען קאלאר וואר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:19 pm#422410
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכבוד די פארטיי מעג מען שעלטן אויך. דער עיקר איז אז יעצט האסטו דער זיג און מארגן הייבט זיך אן די נעקסטע שטאפל פון די קאלאר וואר.

א פרייליכן חגא פאר אלע ט׳ שבט סעלעברעיטערס. ביטע לאזט אביסל פאר די י׳ שבט מענטשען און די י"ב׳ניקס. זיי מעגן אויך שפילען קאלאר וואר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך מיין אז פאר דיר איז עס די גרעסטע חגא , ווען אימער מען רעדט פון בעלזא ביסטו דא!!
כאפט אריין ווייל נאך אפאר שעה איז עס ג'ענדיגט
דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:22 pm#422411
קומזיץ
לאזט אייך נישט פארפירן פון די ליטאים. ס'איז באמת א הערליכע זאך די געוואלדיגע געטריישאפט וואס חסידי בעלז האבען פאר די נאמען 'בעלז' און אלעס וואס האט א שייכות דערמיט. כ'בין גאנץ ערענסט יעצט און כ'מאך בכלל נישט קיין וויץ. איך שעץ אייערע געטריישאפט און איבערגעבענקייט פאר אייער אידענטיטעט.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:26 pm#422414
קומזיץ: איך בין מוחה אוף דעם בילבול וואס דו האסט אויסגעטראכט אויף ליטוואק...דו קומסט מיט א טענה אז ער האקט (נאר) אויף בעלזא. ס'איז בפירוש נישט אמת. ער דיסקרימינירט נישט אקעגן בעלזא. ער איז אן איקוועל אפארטוניטי מתנגד פאר סיי וועלכן חסידות...און אזוי דארף צו זיין. ווייל די אייבישטער האט איהם איבערגעלאזט פון די שיירי כנסת הגדולה פון די גרויסע לייט וואס די מתנגדים האבן ארויסגעגעבן . אנגעהויבן פון די ימי הבעש"ט הק' ביז די תקופה פון הגאון החסיד, הגר"א זצ"ל...!
דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:33 pm#422416
גדליה האט געשריבן:קומזיץ
לאזט אייך נישט פארפירן פון די ליטאים. ס'איז באמת א הערליכע זאך די געוואלדיגע געטריישאפט וואס חסידי בעלז האבען פאר די נאמען 'בעלז' און אלעס וואס האט א שייכות דערמיט. כ'בין גאנץ ערענסט יעצט און כ'מאך בכלל נישט קיין וויץ. איך שעץ אייערע געטריישאפט און איבערגעבענקייט פאר אייער אידענטיטעט.


ישר כח , איך זיך נישט דא צו ווייזן געטריישאפט אדער פארטיידיגען בעלז פון יעדער וואס רעדט א קעגן בעלזא , נאר עס רעגט מיר אויף ווי מענטשען האבן א אגענדע און אן וויסן די פאקטען (אדער מ'ווייסט און מען פארדרייט די פאקטען ) שרייבט מען ככל העולה על רוחם
אבי עס זאל שטימען מיט זיינע אגענדע
מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:27 am#422435
rps20190115_232645.jpg
מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:01 am#422437
(צווייט) קלוגסטער פון אייראפע: פונקט פארקערט. פון דא . דעם פיקטשער וואס דו ברענגסט איז א ראיה אז דער עולם בכלליות האט נישט קיין אינטערנעט. ווייל אויב יא. וואלט א יעדער געקוקט ביי זיך אינדערהיים אדער אין אפיס. און מ'וואלט נישט געדארפט אראפלייגן א מאניטאר אין אן אפענעם פלאץ ברבים. וואו א יעדער שטופט זיך צו זעהן די לעצטע נייעס...!
מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:17 am#422439
קומזיץ האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעיקוואד תומכי שבת, מיט אנגעפער 180 מתנדבים, האבען געשאפן 1.8 מיליון אין א טאג פאריגע אלול. חסידות בעלזא רעדט פון טויזענטער נדבנים, ווייל יעדער שווארץ באזאקטע, בלאסען געזיכטע חסיד איז בע"כ א מתנדב. פינף מיליון איז גארנישט אזוי אייאייאיי. ובפרט ווען מ׳טראכט אז אלס קען זיין פון אינעווייניג, אוו מ׳געדענקט נאך וואס איז געווען ווען דער צענטער האט זיך פארזוימט.

מ׳קען עס ספינן אלס א ריזיגע געווינס, אבער אינדערויסן זעט זיך עס אויס ווי גארנישט אבנארמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק , קענסט אויסגיין פאר קנאה אז אזויפיל טויזענטער יודן אנערקענען אז בעלזא איז א פלאטץ וואס איז ווערט צו געבן פאר זיי צדקה


איך פארשטיי אז עס זאגט זיך בעסער אזוי און עס שלאפט זיך בעסער דערנאך, קען זיין אויב איך וואלט געווען א בעלזער וואלט איך געזאגט די זעלבע זאך, אבער מיט ריעאלעטי האט עס א קנאפע שייכות.

צווישן די זעקס און פערציג טויזנט צושטייערער בין איך אויך אריינגערעכנט דריי מאל, און וואונדער איבער וואונדער , איך האב נישט קיין טראפ געפיל פאר בעלזא, נאר וואזשע דען? איך האב דריי בעלזע חברים מיט וועמען איך דיעל אין ביזנעס גאנץ אסאך, די חברה האבן מיר אראפגעדרייט די געהירן, און יא, עס איז מיר ווערט געווען די פאר דאללער הוצאה צו אנהאלטן די פריינטשאפט.

ווען די זעלבע חברה בעטן מיר פאר מונקאטש ביתר, צו גאר צעהלים ציריך, אדער אפילו קרית בבל גוואטאמאלא וואלט איך לכאורה געגעבן די זעלבע אמאונט.

די זעלבע קען איך גענוג און נאך חברים פון סאטמאר, פאפא, קראסנא, און טאהש וואס האבן געגעבן פאר די זעלבע סיבה.

באט עניוועי, קודאס טו בעלזא, די געלט איז דא, נישט קיין חילוק צו עס איז געקומען דורך פארלענגערן די שעות, מעטשן עטליכע מאל, די מאני איז היער און לאמיר האפן עס זאל גענוצט ווערן אויף גוטע זאכן.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:01 am#422446
Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....
סמבטיון האט געשריבן:אדיר אדירנו, איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט די געפינסט זיך, האמת אגיד אז אפאר פון דיינע נקודות איז ריכטיג נאר איך וויל יעצט נישט אריין גיין אין דעם נושא, בנוגע די קאמפעין, דארפסטו זיין אדער בלינד אויף ביידע אויגן אדער בבחינת השנאה מקלקלת את המציאות, מען האלט יעצט 2 שעה נאך די ארגינעלע צייט און מען האלט ביי 4 אהאלב מיליאן דאלער , ווי דורךפאל ואס דורךפאל ווען דורךפאל?, ווי האט מען אזאנס באוויזן? און די שענסטע פון אלעס איז אז דאס קומט פון 41000 תורמים(אדערווייל) אויסגעשפרייט אין די גאנצע וועלט, אשרני מה טוב חלקינו, די פאר שעה האט מען ציגעלייגט, ווייל די סייט איז געווען דאון אפאר שעה, און מען האט דערלייגט אסאך געלט. הצלחה, צום ווידער זען אין אפאר שעה ווען בעלזא וועט אריבער שמייסן דעם 5 מיליאן דאלערדיגע גאול,
אמת ויציב.
א געווינס פאר די איזרעלי שנארערס.
איך בין זייער פרייליך פאר די וואס זיצען ביים שיסעל.
די בעלזער מוסדות שבגולה וועלען זיך ווייטער באדען אין חובות, נישט באצאהלען געהעריג פאר די מלמדים, מגידי שיעורים און טיטשערס, וכהנה וכהנה....
די עיקר איז אז די "מרכז און ארץ ישראל" האט נאך 5 מיליון דאלער, בנוסף צי די מיליונען וואס מען באקומט פון די ציונים...

ובא לציון גואל.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:46 am#422456
Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....
דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!
מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:04 am#422460
צפור בודד האט געשריבן:דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!


בארוהיג דיך, קיינעם'ס אויגען גייען נישט אויס, נישט פאר די קאמפיין, און נישט פאר די פארהייליגטע געטשקע שלעפעריי פון די אייניקלעך...
מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:19 am#422462
צפור בודד האט געשריבן:דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!


לדעתי איז עס א צוזאמענשטעל פון ביידע.

די אויבנאויף בילד איז א סוקסעס, מען האט געמאכט א קאמפיין + געהאט א גאול + עררייכט דעם ציל פלאס טשעינדזש = הצלחה!

אבער ווען מען גייט אריין אין פרטים זעהט זיך אן פילע קרעקס אין די אמאל שטארקע פונדאמענט אויף וואס די "כבוד בעלזא" פענאמענאן פלעגט שטיין.

דאס אז פילע בעלזא חסידים האבן בכלל נישט גורס געווען די גאנצע זאך, ביודעי ובמכירי, צו ווייל מען איז אנגעווייטאגט אז קיינער קימערט זיך נישט איבער די היזיגע מוסדות, צו פאר אנדערע סיבות, א ערשיינונג וואס פאר אפאר יאר צוריק וואלט א בעלזא חסיד זיך אליינס דערווארגן פארן אפילו ארויפברענגען אזא געדאנק.

דאס אז מען האט געמוזט צוקומען צו פארשידענע שפיצלעך, צולייגן צייט ( יא איך ווייס אז די אפיציעלע תירוץ איז וויבאלד די סיסטעם האט געקראכט, אבער דאס איז פארגעקומען בלויז עטליכע מאל אין א צירקע פיר שעה און על סמך דעם האט מען צוגעלייגט צען) עט ליעסט צוויי מאל דורכאויס די קאמפיין האט מען יא געמאכט מעטשינג.

וכהנה וכדומה, אז מען שטעלט צוזאם אפאר פאקטן שטעלט זיך ארויס אז די בילד איז נישט אזוי שיין ווי מען וואלט ווען געוואלט.

קוקט אויס ווי גאט פארלאזט נישט קיינעם, פאר די בעלזא שווענץ האט ער צוגעשטעלט גענוג געלט צו דערקלערן סוקסעס, און פאר די באטשיס גענוג דעטאלן צו דערקלערן דורכפאל.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:58 pm#422509
כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

דער וועלט דארף האבן בארא פארק! כולנו למען כבוד בית בארא פארק!!!
מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:03 pm#422510
.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:58 pm#422532
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

דער וועלט דארף האבן בארא פארק! כולנו למען כבוד בית בארא פארק!!!

שוין אפגערעדט אז בארא פארק איז געווען די ארט ווי ר׳ פרחיה האט געוואוינט 69 יאר און מקדש ומטהר געווען די אוויר ביז די שיעור חימוץ איז געווארען מצה.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:20 pm#422572
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

בעלזא איז א מקום וואס איז מחנך אויף תורה און יר"ש, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
לדוגמא כבוד פאר א מיליטער פון א מדינה אדער כבוד פאר די הייטעק פון א מדינה איז א כבוד פאר די מדינה, די זעלבע זאך אויב איז דא א תנועה אדער א קבוצה וואס שטרעבט און טוט למען כבוד ה', איז עס א כבוד פאר דער פון אויבן און פאר זיין פאלק. ווען מ'זאגט בעלזא מיינט מען נישט לאפוקי ויזניץ אדער באבוב, אזוי ווי ווען מ'זאגט אז די מדינה האט א שטארקע צבא מיינט עס נישט לאפוקי אז ס'האט א שוואכע כלכלה. יעדער חלק האט זיך זיין חשיבות. (אדער אין א צווייטע נוסח: ווען "חטיבת גולני" איז מצליח מיט א מבצע איז עס א כבוד פאר די מדינה, און ווען "חטיבת הצנחנים" האט א סוקסעס איז עס אויכט א הצלחה פאר די מדינה, ס'איז נישט קיין סתירה איינס מיטן צווייטן, און קיין איינס קומט נישט ממעט זיין פון די חשיבות פון דעם אנדערען).
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:27 pm#422573
איך פלאן גראדע אפצושטאטן א באזוך אין בעלזא אינעם נאנטן צוקונפט, קענסטו מיר אפשר אנווייזן וואו מ'קען טרעפן די תורה און יר"ש דארט? א דאנק.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:32 pm#422577
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלאן גראדע אפצושטאטן א באזוך אין בעלזא אינעם נאנטן צוקונפט, קענסטו מיר אפשר אנווייזן וואו מ'קען טרעפן די תורה און יר"ש דארט? א דאנק.

בעלזא האט טויזענטע יונגלעך מיט מיידלעך וואס מ'איז מחנך אויף תורה יר"ש און מידות טובות, צענדליגע תלמודי תורה'ס, ישיבות און בתי חינוך לבנות, (און אזוי אויך אין אנדערע קהילות בישראל, כמו שהארכנו לעיל), וואס פרובירסטו זיך מאכן א תמים?!
רביה"ק איך בין דיסעפוינטעט פון דיר. בדר"כ שרייבסטו צום זאך.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:34 pm#422578
ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:50 pm#422588
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:00 pm#422592
דער גאנצער חשיבות פון "כבוד בית בעלזא", איז דאך נאר ווייל ס'קומט פונעם דערפל בעלזא, דיו לבא מן הדין להיות כנידון.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:03 pm#422594
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער גאנצער חשיבות פון "כבוד בית בעלזא", איז דאך נאר ווייל ס'קומט פונעם דערפל בעלזא, דיו לבא מן הדין להיות כנידון.

פשיההה
כ'האב נישט געוואוסט אז מ'האט צוטוהן מיט אזא למדן
איך בעק ארויס...
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:06 pm#422596
בכל אופן, אפילו מיט די צענדליגער מוסדות וואס בעלזא פארמאגט, בארא פארק פאקט זיין איין הונדערט מאל, אפילו די בעלזער זענען מודה...
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:10 pm#422598
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בכל אופן, אפילו מיט די צענדליגער מוסדות וואס בעלזא פארמאגט, בארא פארק פאקט זיין איין הונדערט מאל, אפילו די בעלזער זענען מודה...

אקעי, איך ווייס שוין נישט ווען דו מיינסט עס ערענסט און ווען נישט
אבער כמובן בארא פארק איז נישט א מוסד, בארא פארק איז נישט א קהילה, אויב ס'וועט זיך אויפשטעלן א קהילת ב"פ ווי מ'איז דארט מקדש שם שמים און מלערענט דארט אויס צו זיין אן ערליכע יוד, אדרבה ואדרבה.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:16 pm#422600
בארא פארק איז שוין איינמאל א קהילה, ס'איז נישט איין מוסד, ס'נעמט אריין הונדערטער מוסדות. ווייל ס'נישט דא איין איינציגסטער מענטש וואס רעדט זיך איין אז ער פירט עס און נעמט די גאנצע כבוד פאר זיך, ווערט עס נאכנישט אויס קהילה.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:20 pm#422602
בן פרצי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).

בן פרצי: לידיעתך. אין רומעניע איז אויכעט דא א שטאט מיט'ן נאמען בעלז. און ווען מ'זינגט דאס וועלט בארימטע (און שיינע) לידל..."מיין שטעטעלע בעלז".. מיינט מען אט דאס שטעטל אין רומעניע. וואס איז לעבן די שטאט יאס(י)...!

אבל אני שמעתי. אז אין בעלזא גופא וואו די הייליגע רבני בית בעלזא האבן געוואוינט און געפיהרט זייער אדמורו"ת, האבן אויך געוואוינט א סאך מאדערנע מענטשן. און דאס איז דער טעם פארוואס די אדמור"י שושלת בעלזא רופט מען ..."רב"... און נישט ..."רבי"... מפני מעשה שהיה. אז די שטאט מענטשן פון בעלזא האבן בימי דעם מיטעללן רב ז"ל געוואלט אויפנעמען א מאדערנעם רב לויט זייער געשמאק. און דער רב זאלל ווייטער פיהרן רביס'ט'ווא מיט זיינע חסידים. און זייער ..."רב"... מטעם וועט פיהרן די שטאט. אבער דער רב ז"ל האט נישט מסכים געווען...!
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:31 pm#422603
ספלעגט זיין א גוי אין מיין אפיס, ער פלעגט אלס זאגען "געב אבער א פיפציגער איי וויל גיוו יו א העטער"..


איך וועל אים אויפזיכען און פארציילן אז די פרייז איז פינעף מיליאן פאר צוויי גאנצע טעג עבירות. נעבעך.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:34 pm#422604
berlbalaguleh האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).

בן פרצי: לידיעתך. אין רומעניע איז אויכעט דא א שטאט מיט'ן נאמען בעלז. און ווען מ'זינגט דאס וועלט בארימטע (און שיינע) לידל..."מיין שטעטעלע בעלז".. מיינט מען אט דאס שטעטל אין רומעניע. וואס איז לעבן די שטאט יאס(י)...!

גערעכט, דאס האב איך געמיינט אויבן, כ'האב נישא געדענקט פינקט ווי די שטאט איז, כ'האב געמיינט רוסלאנד. שכח פארן קלאר מאכן...
berlbalaguleh האט געשריבן:אבל אני שמעתי. אז אין בעלזא גופא וואו די הייליגע רבני בית בעלזא האבן געוואוינט און געפיהרט זייער אדמורו"ת, האבן אויך געוואוינט א סאך מאדערנע מענטשן. און דאס איז דער טעם פארוואס די אדמור"י שושלת בעלזא רופט מען ..."רב"... און נישט ..."רבי"... מפני מעשה שהיה. אז די שטאט מענטשן פון בעלזא האבן בימי דעם מיטעללן רב ז"ל געוואלט אויפנעמען א מאדערנעם רב לויט זייער געשמאק. און דער רב זאלל ווייטער פיהרן רביס'ט'ווא מיט זיינע חסידים. און זייער ..."רב"... מטעם וועט פיהרן די שטאט. אבער דער רב ז"ל האט נישט מסכים געווען...!

מעשה שלא היה ולא נברא
מ'האט אים גערופן רב ווייל ער איז געווען רב פון שטאט
אגב, דאכט זיך מיר אין גאנץ גאליציע האט מען גערופן רב, צאנזער רב, באבובער רב, רופשיצער רב, בעלזער רב, וכו'
נאר אין פולין און רוסלאנד האט מען גערופן רבי.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:30 am#422620
בן פרצי: כ'האב מורא אז דו האסט פארפאסט (גע'מיסס'ד) די נקודה. אז ס'איז געווען א ..."קפידה"... אין די שטאט בעלזא דייקא צו רופן דעם רב. און נישט רבי. כאטש ער איז געווען א מנהיג פון חסידים אויך....! כמו שסיפרתי...!
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:15 am#422627
berlbalaguleh האט געשריבן:בן פרצי: כ'האב מורא אז דו האסט פארפאסט (גע'מיסס'ד) די נקודה. אז ס'איז געווען א ..."קפידה"... אין די שטאט בעלזא דייקא צו רופן דעם רב. און נישט רבי. כאטש ער איז געווען א מנהיג פון חסידים אויך....! כמו שסיפרתי...!

קודם כל, איך לעב שוין אסאך יאר אין בעלזא, כ'האב קיינמאל נאכנישט געהערט דעם ווארט קפידא ביי אונז, די האט אדאפטעט מושגים פון סקווירא...
און איך מיין דו האסט גע'מיס'ט דעם נקודה, און גאנץ גאליציע האט מען (בדר"כ) קיינמאל נישט גערופן א מנהיג פון חסידים מיטן נאמען "רעבע", דו ביזט צוגעוואוינט צו דעם ווייל אזוי האט מען עס גערופן אין רוסלאנד און אין פולין. ממילא דאפסטו נישט זיכן קיין סיבה פארוואס מ'האט אים נישט גערופן רבי, ווייל מ'האט קיינעם נישט גערופן רבי, אזויווי די חפץ חיים האט מען נישט גערופן 'די רעבע'...