Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » 5 מיליאן פאר בעלזא

5 מיליאן פאר בעלזא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12882
דינסטאג יאנואר 15, 2019 5:12 pm#422362
5 מיליאן פאר בעלזא
ס'האלט שוין כמעט ביים סוף פון די בעלזא קאמפיין, לעצטענס האלט איך א אויג אויף די אלע סארט קאמפיינס, איך וויל מאכען א הערה אויף אלע קאמפיינס בכלליות, און בפרטיות די בעלזא קאמפיין!
איך וויל אנהייבען מיט בעלזא, יעדער ווייסט אז בעלזא היינט צו טאג ציילט זיך בערך 5-7 טויזענט משפחות און די וועלט פוון די ציבור איז רובן עניים 10פראצענט מער בעל בתיש און א נישטיגע איין פראצעט גבירים!
יעצט איז שוין דא בערך 30 טויזענט נדבנים! איך מיז זאגען סאיז זייער שיין א פריוואטע קהלה וואס איז נישט אויסגמישט מיט די חסידישע וועלט זייער פאר זיך, און זיי האבען מזכה געווען 25 טויזענט אנדער אידען מנדב זיין פאר זיי איז ערגרייכוג! זיי טויגען זיי זענען שטארק מצליח!
גראדע מיר פערזענדליך האבען 4 אידען געבעטן זיך משתתף זיין איינעם האב איך געגעבען נישט מיט מיין נאמען ימים און א וודאי די בעלזא סכום פון 101 דאלער ווי עס פאסט למען כבוד בעלזא, און איך האב נישט חרטה, די אנדערע דריי האב איך איך געגעבען 5 טולער שלא יהא שליח מצוה ניזוקין,
און אזוי איז כלל ישראל יעדער דארף א חלק האבען מיט יעדע דבר שבקדושה!
אבער ווער עס דארף מאכען א חשבון הנפש? איז טאקע בעלזא אליינס, וויפול האט איר געגעבען למשל פאר וויזניץ בית שמש ? פארוואס פארשטייט איר אז 25 טויזענט אידען דארפען זיך משתתף זיין ביי אייך, און איר דארפט נישט ביי אנדערע?
עס איז געווען יענע וואך א קאמפיין אין בארא פארק פאר א צוועק וואס יעדע קהלה האט זיך משתתף געווען, חוץ בעלזא, פארוואס?
פארוואס זאגט ,ווען איך רעד צו בעלזא חסיד אז יעדער האט פיינט בעלזא למה? ווער רעד אייך אן מהאט איייך פיינט? אפי' און תולדות אהרן האט איר געהאט א טישעל פון אייער קאמפיין,
קען תולדות אהרן האבען א טישעל און בעלזא? און נאכאמאל?
לכן, זאל די מערכה זיין א מוסר השכל קיינער האט אייך נישט פיינט! קיינער שטערט נישט אייער הצלחה, אנדערע ווילען נאך איר זאלט נישט זיין קיינע פארזיטען ביי די בחירות, נאר טראכטען פון זיך, קיינער וויל נישט מער ווי נארמאלע מענטשהייט - שכוח ועוד חזון מיט נאל הערות ...
דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:46 pm#422382
ימים ידברו האט געשריבן: אפי' און תולדות אהרן האט איר געהאט א טישעל פון אייער קאמפיין,
קען תולדות אהרן האבען א טישעל און בעלזא? און נאכאמאל?

א טישל אין תו"א אין אמעריקא איז נישט קיין קונץ, אבער א טישל אין צענטער פון תו"א אין ירושלים, וועט קיין איין בעלזע זיך נישט דערווייגן צו לייגן.
לעומת דעם, תו"א ביי יעדע קאמפיין זייערע לייגן זיי טישלעך אין בעלזען ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, און די עולם איז זיך גאנץ שיין משתתף, בעיניי ראיתי!
דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:43 pm#422387
אין גרויסן תולדות אהרן בית המדרש אין ירושלים איז געווען היינט א טישל פאר בעלזא.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:44 pm#422388
בן פרצי רעדט געוויס פון פריוואטע צוועקן פאר תולדות אהרן חסידים, נישט פון מוסדות תולדות אהרן.

ימים, גאנץ פיין געשריבן דאסמאל.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:57 pm#422430
ימים ידברו האט געשריבן:עס איז געווען יענע וואך א קאמפיין אין בארא פארק פאר א צוועק וואס יעדע קהלה האט זיך משתתף געווען, חוץ בעלזא, פארוואס?

מכאן ראיה אז איר מיינט גארנישט ערנסט, אדער דאס איז אן אויסנאם?
מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:12 am#422450
אין ביהמ"ד תולדות אהרן
מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:47 am#422461
איסר האטלקי האט געשריבן:בן פרצי רעדט געוויס פון פריוואטע צוועקן פאר תולדות אהרן חסידים, נישט פון מוסדות תולדות אהרן.

בן פרצי רעדט ווען תולדות אהרן האט געגאנגען פאר זייערע אייגענע מוסדות, ווען זיי האבן פארקויפט זייער רעפל "על טהרת הקודש" עפ"ל.
איך אישית'דיג האלט אז ס'איז א חוצפה פון תו"א בכלל צו בעטן פון אנדערע בשעת וואס ווען די מדינה וויל דיר געבן און דו ווילסט נישט נעמן. משל למה הדבר דומה, א מענטש קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א פעלץ און א מאנטל, א שאל מיט הענטשקעס, און ער שרייט מ'דארף אנצינדן די עיר קאנדישן ווייל ס'איז הייס. זיי מוחל, טוה אויס דיין טיליפ וועט דיר נישט זיין הייס. אונז אלע געבן טעקס פאר די גאווערמענט אז א חלק זאל גיין פאר די ביטחון און די כלכלה פון די מדינה און א חלק זאל מען צוריקבאקומען פון משרד החינוך, אז דו ווילסט נישט נעמן - איז דיין אייגענע געשעפט, וואס ווארפסטו עס ארויף אויף אנדערע און דו וויינסט אז דו האסט נישט קיין געלט
מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:28 pm#422505
כבוד הבעלזאי בן פרצי! שלו וברכה!
וו אזוי האט הרבנית טראנא מסקווירא באגריסט די בעלזא רב מהרי"ד השני תשלב? אמת בערלע פון בעלא איז נאר געבליבען חוצפה! דאס ווערט באשיינפערליך מקיום במלוא מובן המילה! אמת הרה"ק מהר"א מבעלזא האט געזאגט מנעמט ציריק די אייגענע מיסים ווייסט יעדער בעלזא חסיד די הקפדה אז בעלזא זאל נישט נעמען פון די כספי הממשלה! און נישט פון מחללי שבת! ווי אזוי האט מהריד השדני ביי די שטטייענדיגע תורה נאך געזאגט פון א עד נחמן ראזען אז א איד הא געוואלט געבעו א האלב מיליאן טולער א מחלל שבת רח"ל און אלטס בעלזא רבי האט ער נישט געוואלט דאס נעמען נאר טאמער ער וועט פאסטן יום קדוש און ביים ס"ת מנדב זיין וועט ער נעמען, לויט דיר בן פרצי חצוף אזא חוצפה אידען מחללי שבת ווילען געבען און די ווילסט נישט נעמען פארוואס זאל מען דיר העלפען? עס דיין אייגענע שטרוי
מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:32 pm#422506
בן פרצי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:בן פרצי רעדט געוויס פון פריוואטע צוועקן פאר תולדות אהרן חסידים, נישט פון מוסדות תולדות אהרן.

בן פרצי רעדט ווען תולדות אהרן האט געגאנגען פאר זייערע אייגענע מוסדות, ווען זיי האבן פארקויפט זייער רעפל "על טהרת הקודש" עפ"ל.
איך אישית'דיג האלט אז ס'איז א חוצפה פון תו"א בכלל צו בעטן פון אנדערע בשעת וואס ווען די מדינה וויל דיר געבן און דו ווילסט נישט נעמן. משל למה הדבר דומה, א מענטש קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א פעלץ און א מאנטל, א שאל מיט הענטשקעס, און ער שרייט מ'דארף אנצינדן די עיר קאנדישן ווייל ס'איז הייס. זיי מוחל, טוה אויס דיין טיליפ וועט דיר נישט זיין הייס. אונז אלע געבן טעקס פאר די גאווערמענט אז א חלק זאל גיין פאר די ביטחון און די כלכלה פון די מדינה און א חלק זאל מען צוריקבאקומען פון משרד החינוך, אז דו ווילסט נישט נעמן - איז דיין אייגענע געשעפט, וואס ווארפסטו עס ארויף אויף אנדערע און דו וויינסט אז דו האסט נישט קיין געלט

אפשר פארקערט? עס איז א חוצפה צו בעטן פון די מדינה ווען מ'קען בעטן פון אנדערע. מאי אולמיה האי מהאי?

אמת'דיג, זעה איך עס נישט אלס טענה. עס איז דא א סיבה נישט צו נעמן פון זיי, נאר די סיבה יא צו נעמן וועגט איבער. האט תו"א מחליט געווען אויפ'ן אנדערען צד, נו נו. אחוץ פארטיישקייט, זעה איך נישט פארוואס דיין טענה זאל בלייבן.

מי לנו גדול מהרב שטיינמן, וואס האט נישט גענומען פאר זיין ישיבה?
מיטוואך יאנואר 16, 2019 3:26 pm#422512
ליטוואק געוואלדיג שטיינמאן האט נישט גענימען פון די מדינה מקען דאך נעמען פון שמעון גליק א רחמנות אויף די הייליגע קאסעס פון די ממשלה מקען דאך מיט די געלט ראטווען מחללי שבת אריין און נחל חרדי
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:29 pm#422575
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:בן פרצי רעדט געוויס פון פריוואטע צוועקן פאר תולדות אהרן חסידים, נישט פון מוסדות תולדות אהרן.

בן פרצי רעדט ווען תולדות אהרן האט געגאנגען פאר זייערע אייגענע מוסדות, ווען זיי האבן פארקויפט זייער רעפל "על טהרת הקודש" עפ"ל.
איך אישית'דיג האלט אז ס'איז א חוצפה פון תו"א בכלל צו בעטן פון אנדערע בשעת וואס ווען די מדינה וויל דיר געבן און דו ווילסט נישט נעמן. משל למה הדבר דומה, א מענטש קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א פעלץ און א מאנטל, א שאל מיט הענטשקעס, און ער שרייט מ'דארף אנצינדן די עיר קאנדישן ווייל ס'איז הייס. זיי מוחל, טוה אויס דיין טיליפ וועט דיר נישט זיין הייס. אונז אלע געבן טעקס פאר די גאווערמענט אז א חלק זאל גיין פאר די ביטחון און די כלכלה פון די מדינה און א חלק זאל מען צוריקבאקומען פון משרד החינוך, אז דו ווילסט נישט נעמן - איז דיין אייגענע געשעפט, וואס ווארפסטו עס ארויף אויף אנדערע און דו וויינסט אז דו האסט נישט קיין געלט

אפשר פארקערט? עס איז א חוצפה צו בעטן פון די מדינה ווען מ'קען בעטן פון אנדערע. מאי אולמיה האי מהאי?

שתי תשובות בדבר:
1 - מ'רעדט נישט פון גיין שנארענען פון די מדינה, אפילו לו יצוייר ס'איז נישט אולמיה האי מהאי, אבער אז ס'קומט צו דיר א גביר למשל וואס וויל דיך געבן און ער איז דיך גרייט צו געבן, וואס גייסטו וויינען און מוטשענען אנדערע דיך צו העלפן אז דו האסט נישט, בשעת וואס ס'דא איינער וואס איז דיך גרייט צו געבן.
2 - א ודאי איז אולמיה האי מהאי, אונז אלע געבן דאך טייערע מסים, פאר יעדע עפל וואס אונז קויפן געבן אונז טעקס כדי די מדינה זאל עס צוטיילן צווישן אלע אירע בירגער, אז דו ווארפסט צוריק די געלט, איז עס דיין אייגענע חשבון, פארוואס ווילסטו איך זאל דיך געבן נאכאמאל.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אמת'דיג, זעה איך עס נישט אלס טענה. עס איז דא א סיבה נישט צו נעמן פון זיי, נאר די סיבה יא צו נעמן וועגט איבער. האט תו"א מחליט געווען אויפ'ן אנדערען צד, נו נו. אחוץ פארטיישקייט, זעה איך נישט פארוואס דיין טענה זאל בלייבן.

מי לנו גדול מהרב שטיינמן, וואס האט נישט גענומען פאר זיין ישיבה?


איך האב נישט קיין פראבלעם צו זיי נעמען יא צו נישט, אז זיי האבן אייגענע חשבונות נישט צו נעמען איז זייערע אייגענע געשעפט, אבער שפעטער קומען צו מיר וויינען אז דו דארפסט געלט ווייל דו ווילסט זיין א פרומער, זיי א פרומער אויף דיין אייגענע חשבון, נישט אויף יענעמ'ס.
הרב שטיינמן (אויב ס'איז אמת וואס דו טענה'סט) האט עס קיינמאל נישט געטוהן אויף יענעם'ס חשבון, ער האט געהאט גענוג גבירים וואס ער האט געהאט פון זיי אפענע טשעקס, ער האט נישט געגאנגן שנארענען פון אנדערע און מוטשענען יודן אים צו געבן געלט וועגן זיינע אייגענע חשבונות.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:34 pm#422579
אז בעלזא דארף עקזיסטירן איז נישט 'אייגענע חשבונות'? לדעתי זאלן די אלע פארטייען זיך פארמאכן, ממילא איז עס א חוצפה אז דו בעטסט פון מיר? ווען תו"א באהאלטן זייער שטעלונג, מילא. אבער אפענעהייט זעה איך נישט קיין פראבלעם. ער מעג בעטן און מיר מאכן אונזער חשבונות.

הרב שטיינמאן האט עס געטון לאנג איידער ער האט געהאט אפענע קעשענעס. מ'רעדט פון גאון יעקב, וואס ער האט געגרינדעט ווען דער וועלט האט ווייניג געוואוסט פון אים. ער האט געהאלטן, זעט זיך אויס, אז עס איז ריינער אזוי. איז עס דען אנדערש פון נעמען געלט פון א מענטש צו קויפן א נייעם דרוק פון א ספר אין שאפע פון א ישיבה?
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:42 pm#422583
אין אייראפע זענען געווען אסאך ערליכע אידן וואס האבן נישט גענומען קיין געלט פון די רעגירונג, אין בעלזא למשל איז געווען אזוי.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:44 pm#422585
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז בעלזא דארף עקזיסטירן איז נישט 'אייגענע חשבונות'? לדעתי זאלן די אלע פארטייען זיך פארמאכן, ממילא איז עס א חוצפה אז דו בעטסט פון מיר? ווען תו"א באהאלטן זייער שטעלונג, מילא. אבער אפענעהייט זעה איך נישט קיין פראבלעם. ער מעג בעטן און מיר מאכן אונזער חשבונות.

ווער רעדט דא פון פארטייען, מ'רעדט דא אז ס'דא יודישע קינדער וואס מ'איז מחנך אויף תורה און יר"ש, וואס ווילסטו? מ'זאל פארמאכן זייערע מוסדות? ס'איז דיר א נפק"מ צו זיי לערנען און ישיבת דובר שלום בעלזא צו זיי לערנען און ישיבת ביהמ"ד עליון?! איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.
פאר איינער וואס האלט אז מ'דארף זיי נישט מחנך זיין לתורה וליר"ש, ביזטו גערעכט אז אפשר איז עס א חוצפה צו בעטן פון אזא מענטש, אבער איך האף אז דו האלטסט נישט אזוי.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:47 pm#422587
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אין אייראפע זענען געווען אסאך ערליכע אידן וואס האבן נישט גענומען קיין געלט פון די רעגירונג, אין בעלזא למשל איז געווען אזוי.

לא דובים ולא יער
בעלזא און אייראפע האט געהאט א עמותה "מחזיקי לומדי תורה" וואס האט באקומען אסאך געלט פון די רעגירונג.
באבוב האט באקומען דורך "עצי חיים", ראדומסק דורך "כתר תורה", וכן הלאה.
"תורה ויראה" אין וומסב"ג באקומט דען נישט פון די רעגירונג.

א גוט ווארט האב איך געהערט נעכטן פון א בעלזער, א די סאטמערער דארפן די ערשטע געבן פאר די בעלזע מוסדות, זיי טענה'ן דאך אז כח הפועל בנפעל, נו! אז מ'האט יעצט א געלעגנהייט צו משפיע זיין אויף די בעלזע דורך זיי געבן געלט, דארף מען אריינכאפן... ודפח"ח.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:53 pm#422589
בן פרצי האט געשריבן:בעלזא און אייראפע האט געהאט א עמותה "מחזיקי לומדי תורה" וואס האט באקומען אסאך געלט פון די רעגירונג.

ווייס איך נישט, כ'האב נאר נאכגעזאגט וואס א בעלזער האט מיר אמאל געזאגט.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:57 pm#422590
בן פרצי האט געשריבן:ס'איז דיר א נפק"מ צו זיי לערנען און ישיבת דובר שלום בעלזא צו זיי לערנען און ישיבת ביהמ"ד עליון?!

גוט געזאגט וואויל געזאגט. אויב די נידון דא איז כבוד התורה, ביזטו גערעכט. אויב אבער די נידון דא איז "כבוד בית בעלזא", דאן איז שוין איינמאל א נפק"מ.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:59 pm#422591
בן פרצי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א גוט ווארט האב איך געהערט נעכטן פון א בעלזער, א די סאטמערער דארפן די ערשטע געבן פאר די בעלזע מוסדות, זיי טענה'ן דאך אז כח הפועל בנפעל, נו! אז מ'האט יעצט א געלעגנהייט צו משפיע זיין אויף די בעלזע דורך זיי געבן געלט, דארף מען אריינכאפן... ודפח"ח.

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1848891 m
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:01 pm#422593
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:ס'איז דיר א נפק"מ צו זיי לערנען און ישיבת דובר שלום בעלזא צו זיי לערנען און ישיבת ביהמ"ד עליון?!

גוט געזאגט וואויל געזאגט. אויב די נידון דא איז כבוד התורה, ביזטו גערעכט. אויב אבער די נידון דא איז "כבוד בית בעלזא", דאן איז שוין איינמאל א נפק"מ.

איך מיין דו האסט זיך פארמישט מיטן אשכול...
מ'האט שוין געשמועסט פון דעם אין א עקסטערע שמועס, איך פארשטיי נישט ווי ס'קומט דא אריין, נאכאמאל אריין צו מישן דעם נושא דא
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:04 pm#422595
דו האסט אריינגעברעגט די נושא דא, נישט איך.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:08 pm#422597
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האסט אריינגעברעגט די נושא דא, נישט איך.

איינער האט גערעדט דא פון כבוד?! וואס קומט עס דא אריין
(מלבד וואס איך האב דיר שוין געענטפערט אויף דעם אז כבוד התורה / כבוד ביהמ"ד גבוה / כבוד ישיבת פונוביז' / כבוד בית בעלזא-גור-צאנז, איז אלעס היינו הך, כל זמן וואס אלע האבן די זעלבע מטרה, לעשות רצון אבינו שבשמים, וואס א חילוק וואס די דרך אנצוקומען דארט איז?)
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:12 pm#422599
אויב ס'איז היינו הך איז עס כבוד התורה. פארוואס זיין פארנומען מיט כבוד בית בעלזא, ווען דו מיינסט באמת כבוד התורה?! פארוואס נישט רופן דעם קינד ביים נאמען?!
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:38 pm#422605
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב ס'איז היינו הך איז עס כבוד התורה. פארוואס זיין פארנומען מיט כבוד בית בעלזא, ווען דו מיינסט באמת כבוד התורה?! פארוואס נישט רופן דעם קינד ביים נאמען?!

א גוטע שאלה, איך וועל עס פרובירן אריבער צו פירן צו די העדקווארטערס
אבער די שאלה איז נישט נאר דא, ביי יעדע זאך גייט עס אזוי, לדוגמא די משל וואס מ'האט גערעדט, די חיילים וואס גייען אין חטיבת גולני נעמן זיך אן פאר די כבוד פון זייער חטיבה, און חטיבת גבעתי פאר זייער, למרות וואס יעדער מיינט די צבא, און די מדינה... ויש לעיין למה.
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:56 pm#422607
דער גאנצער עולם ימין ושמאל תפרוצי, אבער ואת ה' תעריצי, וויאזוי קומט מען צו דערצו? על יד איש בן פרצי, און אונז אלע ונשמחה ונגילה
מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:08 pm#422609
וואס וואלט געווען ווען די מושג פארטיי עקזיסטירט נישט? מ'וואלט געדאווענט אין אלגעמיינע בתי מדרשים, זיך געפירט כמנהג המקום, און זיך אנגעטון כפי די אידישע טראגע. די וואס זוכן חסידות וואלטן זיך געזוכט און געטראפן בעלי מדרגה כרוחם וכפי נאטורם, און אן קיין שום ארום און ארום, וואלט די השפעה געווען ריין. זייער קינדער וואלטן געזוכט כרוחם וכנאטורם, און עס וואלט נישט געווען קיין סתירה.

וועסטו פרעגן, וואס וואלט געווען מיט מוסדות און ארגאניזאציעס? ארגאניזאציעס דארף מען דאך טאקע נישט קיין פארטייען! רוב ארגאניזאציעס, און איבערהויפט די וויכטיגע, עקזיסטירן אן פארטייען, א שטייגער ווי הצלה, תומכי שבת, אגודת ישראל ועוד.

מוסדות פרעגסטו? עס וואלט געווען פונקט ווי לעיקוואד. מענטשן וואלטן געמאכט מוסדות פאר זייערע נגיעות צו האבן א מוסד, פונקט ווי א רבי וואס וויל א חסידות. זיי פירן די מוסד לויט זייער פארשטאנד, דינגענדיג א מחנך אנצופירן די זאך, פונקט ווי חסידות'ן. און די עלטערן מיט די גרויס-עלטערן ווערן געבעטן און געמוטשעט דערפאר, אזוי ווי די הלכה הייסט.

פארטיי און מוסד זענען נישט איינס, און שטיצן א פארטיי ווייל נאר אזוי איז דא א מוסד, איז א קורצזיניגע בליק.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:19 am#422628
וואס איז יעצט א נפק"מ פארטיי ארויף אדער פארטיי אראפ, מ'רעדט דא פון גיין נאך געלט פאר מוסדות התורה והחינוך, איך פארשטיי נישט ווי מ'איז פארפארן מיט פארטייען.
בכלל אלע סארט השערות והשערות שונות וואס וואלט געווען אילו וכאילו קען מען חלום'ן און דמיון'ען ביז איבערמארגן, ס'איז ממילא נישט קיין נפק"מ, און ס'שווער צו קענען אויסרעכענען וואס וואלט געווען.

אבער די מציאות איז אלע 2000 שנות גלות זענען יודן געווען צושפרייט אין דערפלעך, און א יעדע פאר הונדערט יודן האבן געהאט זייער אייגענעם רב און אייגענע ז' טובי העיר וכו'וכו', אזויווי אלע הלכות וואס ווערט געברענגט בנוגע כופין על בני העיר. די נייע מציאות אז מ'וואוינט צוזאמן צענדליגע טויזענטע אידן אין איין שטאט איז א נייע מציאות וואס איז נישט געווען קיינמאל בעפאר. די קהילות וואס האט זיך אויפגעשטעלט נאכן קריג איז במקום די דערפלעך פון אמאל, יעדע קהילה האט זיך זיינע רבנים און דיינים, אפילו ביי רוב ליטווישע פלעצער איז אויכט דא קהילות חניכי הישיבות
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 5:47 am#422636
בן פרצי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב ס'איז היינו הך איז עס כבוד התורה. פארוואס זיין פארנומען מיט כבוד בית בעלזא, ווען דו מיינסט באמת כבוד התורה?! פארוואס נישט רופן דעם קינד ביים נאמען?!

א גוטע שאלה, איך וועל עס פרובירן אריבער צו פירן צו די העדקווארטערס
אבער די שאלה איז נישט נאר דא, ביי יעדע זאך גייט עס אזוי, לדוגמא די משל וואס מ'האט גערעדט, די חיילים וואס גייען אין חטיבת גולני נעמן זיך אן פאר די כבוד פון זייער חטיבה, און חטיבת גבעתי פאר זייער, למרות וואס יעדער מיינט די צבא, און די מדינה... ויש לעיין למה.

זייער גוט ארויסגעברענגט מיין נקודה, נישט קיין חילוק צו ס'הייסט יענקיס אדער מעץ, גולני אדער גבעתי, בעלז סאטמאר גור קלויזענעבורג, ס'איז אלץ הוילע בעלאוני, און ס'האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 6:01 am#422637
איך ווייס נישט צו דו האסט פארדרייטמיינע ווערטער בכוונה אדער בשוגג
אבער אויב ביי דיר די הישגים פון א מדינה אין עניני בטחון/כלכלה/חינוך איז גלייך ווי הישגים אין ספארטס, דעמאלץ האב איך זיך נישט וואס צו טענה'ן מיט דיר.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:24 am#422646
בן פרצי האט געשריבן:האב איך זיך נישט וואס צו טענה'ן מיט דיר

קיין פראבלעם. דער עיקר אז דו פארשטייסט אז ביי מיר - און אזוי אויך אלע נישט בעלזע וואס איך קען - איז כבוד בית בעלזא פונקט אזוי אינטערעסאנט ווי כבוד בית קלויזנבורג אדער פאפא. און ווען איינער זאגט אז "דער וועלט דארף בעלזא", דערמאנט עס מיר פונעם קליפ "איך בין שטאלץ צו זיין א באבובער"
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:34 am#422647
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:האב איך זיך נישט וואס צו טענה'ן מיט דיר

קיין פראבלעם. דער עיקר אז דו פארשטייסט אז ביי מיר - און אזוי אויך אלע נישט בעלזע וואס איך קען - איז כבוד בית בעלזא פונקט אזוי אינטערעסאנט ווי כבוד בית קלויזנבורג אדער פאפא. און ווען איינער זאגט אז "דער וועלט דארף בעלזא", דערמאנט עס מיר פונעם קליפ "איך בין שטאלץ צו זיין א באבובער"

ביי מיר אויכט
איך בין נאר מחולק מיט דיר אז ס'איז אזוי ווי מעטס אדער יענקי'ס, ביי מיר איז קלויזנבורג/באבוב/גור/בעלזא הייליגע קהילות בישראל וואס מ'איז דארט מחנך לתורה ועבודת השם, און ווען מ'זאגט מיר כבוד בית בעלז/ויזניץ/ראחמיסטריווקא איז עס אין אנדערע ווערטער כבוד שמים.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:49 am#422648
למעשה ביזטו מסכים מיט מיר אז דער וועלט דארף בעלז פונקט אזויווי זיי דארפן קלויזענבורג און פאפא?
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:17 am#422666
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:למעשה ביזטו מסכים מיט מיר אז דער וועלט דארף בעלז פונקט אזויווי זיי דארפן קלויזענבורג און פאפא?

פונקט אזוי?! נישט ממש מכמה סיבות-
די יודישע וועלט דארף יעדע ידיש קינד זאל זיך פירן על דרך ה' לעשות צדקה ומשפט, א נארמאלע איד ווען ער הערט אז ס'דא א יוד וואס די חינוך לה' האט נישט מצליח געווען און ער האט אפגעלאזט דעם ברית ה', כאפט עס א ציפ און ס'טוט אים וויי, אפגעזען אין וועלכע קהילה ער געפונט זיך, סיי ווען איך הער איינער פון מיין קהילה און סיי ווען איך הער איינער פון א צווייטען קהילה טוט עס וויי.
ממילא 1+1 וואו מער נפשות די קהילה ציילט זיך, אלס מער דארף מען אז די מוסדות פון די קהילה זאל ממשיך זיין צו בליען און זיין קיים.
דאס איז איין מאל איינס; צווייטענס-
כשם וואס יעדע קהילה געבט צו פאר יודישקייט בכמות, אזוי אויך געבן זיי צו באיכות. אינו דומה (בדר"כ) די ערליכקייט פון א חסידישע יוד, צו די ערליכקייט פון א מאדערן-ארטהעדאקס אדער פון דל"י/חרדי-לייט וכל שם דאית להו. דאס איז 2 קיצונית'דיגע זייטן, אבער אזוי איך אין די היימישע קהילות איז אויך די דרגות, איך וויל נישט מאריך זיין, אבער לענ"ד א יוצא קהילת סאטמאר איז אין א שוואכערע דרגא אין עבודת ה' (געווענליך, פארשטייט זיך פראצענטליך) ווי א יוד וואס איז נתחנך געווארן על ברכי מוסדות בעלזא/באיאן/קרלין/תו"א/באבוב וכדו'.
דריטענס-
מלבד וואס איז דארפן אז די נפשות פון די קהילה אליינס זאל גיין בדרכי ה', דארפן אונז אויך דאס וואס זיי געבן צו פאר די אידנטום אינדערויסן פון זייער קהילה; בעלזא איז איינע פון די קהילות וואס האבן די מערסטע צוגעשטעלט פאר די אידינטום, אנגעפאנגן פון ארגונים לבעלי תשובה כדוגמת "צהר" "שורשים" וכדו' וואס האבן שוין מחזיר געווען בתשובה טויזענטע נשמות, ישיבות לבעלי תשובה כדוגמת "תורה ואמונה", אדער לדוגמא ארגון "הידברות" וואס איז מפיץ יהדות אין די גאנצע וועלט, און בפרט אין א"י וואס הונדערטע טויזענטע פרייע יודן הערן זייערע שיעורים אין תורה ויהדות טאג טעגליך! כמו"כ אין א"י האבן זיי אויפגעשטעלט ארגונים פון חסד וואו "עזרה למרפא" בראשות הרב אלימלך פירר וואס העלפט נישט געזונטע אידן מכל קהילות בישראל, אדער ארגון "שומרים" אין ירושלים וכו' וכו'.
בנוסף צו דעם איז בעלזער רב מיט זיינע חסידים געווען נחשונים אין אריינברענגן אסאך וויכטיגע זאכן בקהילות ישראל, וואס ווען נישט זיי האט יעדער מורא געהאט צו זיין דער נחשון, למשל - דער ענין פון פסיכולוגיה וואס בעלזער רב האט געהייסן בעלזער אינגעלייט זיך לערנען, און ווען א יונגל האט פראבלעמן אין קשב וריכוז אא"וו איז מען מטפל אין דעם, און נאך און נאך, סיי וואס די וועלט ווייסט, און סיי וואס דער וועלט איז ווייניגער מכיר, וואו למשל ער האט מצליח געווען במידת מה בשנת תשמ"ט ס'זאל אויסברעכן א civil-war ציווישן די חסידים און די ליטווישע, אדער די מוניפילאציע פון די כשרות פון עדה"ח אין א"י וכו' וכו'.
די רשימה איז אסאך אסאך לענגער, און איך האב נישט קיין כח דא אויסצורעכענען כרוכל, אבער אויב דו וועסט דיך מתבונן זיין וועסטו אליינס זען.
ממילא אז דו נעמסט די אלע זאכן וואס בעלזא האט אהער געשטעלט, און ביזט עס מדמה צו פאפא אדער קלויזנבורג, פארשטייסטו אליינס אז ס'איז ווייט איינס פון צווייטן.
אבער נאכמאל- איך בין מסכים מיט דיר אז אונז דארפן אז קלויזנבורג און פאפא זאלן אויך ממשיך זיין לשגשג מעלה מעלה, אבער "פונקט אזוי"?! איך מיין אז דו פארשטייסט אליינס אז ס'איז נישט די זעלבע זאך...
וקיצרתי במקום שיש להאריך
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:25 am#422667
דער וועלט דארף אלע וואוילע ערליכע קהילות!! (אויך ק"ק בארא פארק, שישתקע במהרה בארץ הק')
דער וועלט דארף אויך אז דער הייליגער בעלזער רב זאל פירן אן אדמו"רות, דאס איז אויסער די בעלזער פארטיי \ מוסדות התורה והחינוך וכו' וגו'
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:27 am#422670
נאר אינטערעסאנט אז ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן קיין איין נישט בעלזער וואס פארשטייט וואס דו פארשטייסט, אויב דו ווילסט דוקא וואוסן פארוואס קען איך דיר מסביר זיין אין אישי.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:28 am#422671
אויף יוטיוב האסטע נישט געטראפן?
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:39 am#422672
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר אינטערעסאנט אז ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן קיין איין נישט בעלזער וואס פארשטייט וואס דו פארשטייסט, אויב דו ווילסט דוקא וואוסן פארוואס קען איך דיר מסביר זיין אין אישי.

גייסט יעצט אריין אין א צווייטע נקודה אינגאנצן, צו די וועלט וויל מכיר זיין אין דעם צו נישט

אבער איך וויל קודם פארשטיין פון וועלכע נקודה איז די וועלט נישט מסכים, דו שרייבסט צו כללות'דיג.
זיי ווילן דען נישט אז די מוסדות זאלן ממשיך זיין מחנך זיין די קינדער לתורה ועבודת ה'?!
אן עוורידזש מענטש וועט נישט מסכים זיין אז ס'דא קהילות וואס זייער פירות איז בעסער און ס'דא וואס ס'איז שוואכער?!
דעיס אז בעלזא האט מחזיר בתשובה געווען טויזענטע יודן, איז דא איינער וואס דינגט זיך?!
דעיס אז בעלזא איז געווען נחשונים אין הרבה ענינים ביזטו נישט מסכים?! קוק אויף אלע פאשקעווילן וואס זענען געפלויגן אויף בעלזא וועסטו אליינס זען...
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:43 am#422674
(רביה"ק האט זיך באצויגן צו מיינע דברות קודש, כך נלע"ד בדעת רבינו הק' והנורא...)
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:56 am#422683
בן פרצי האט געשריבן:גייסט יעצט אריין אין א צווייטע נקודה אינגאנצן, צו די וועלט וויל מכיר זיין אין דעם צו נישט
אין נחתום מעיד על עיסתו, דאס אז די בעלזע זענען די איינציגסטע וואס זענען מכיר אין דעם, דאס אליינס ווייזט אויף עפעס.

בן פרצי האט געשריבן:אבער איך וויל קודם פארשטיין פון וועלכע נקודה איז די וועלט נישט מסכים, דו שרייבסט צו כללות'דיג.
זיי ווילן דען נישט אז די מוסדות זאלן ממשיך זיין מחנך זיין די קינדער לתורה ועבודת ה'?!
אן עוורידזש מענטש וועט נישט מסכים זיין אז ס'דא קהילות וואס זייער פירות איז בעסער און ס'דא וואס ס'איז שוואכער?!
דעיס אז בעלזא האט מחזיר בתשובה געווען טויזענטע יודן, איז דא איינער וואס דינגט זיך?!
דעיס אז בעלזא איז געווען נחשונים אין הרבה ענינים ביזטו נישט מסכים?!

בעלזא אליינס קען גארנישט טון, ס'נישט מער ווי א ווארט וואס מיינט נישט גארנישט (עכ"פ פאר מיר), ס'איז די מענטשן וואס שטאמען פון בעלזא וואס טוען אויף די אלע זאכן.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:08 pm#422689
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:גייסט יעצט אריין אין א צווייטע נקודה אינגאנצן, צו די וועלט וויל מכיר זיין אין דעם צו נישט
אין נחתום מעיד על עיסתו, דאס אז די בעלזע זענען די איינציגסטע וואס זענען מכיר אין דעם, דאס אליינס ווייזט אויף עפעס.

נישט קיין גרויסע ראי'. ווען מענטשן שפירן אז ס'איז א קמפעטישן וועלן מענטשן נישט מכיר זיין אין זייער קאמפעטישן'ס מעלות, דאס(!) איז די פראבלעם פון די פארטייעשקייט פון די קהילות בישראל.
אבער איך האף אז דו פארשטייסט אז דאס איז א שאלה נישט א קשיא, ווייל דו ענטפערסט נישט אויף די אלע נתונים/פאקטן וואס איך האב געשריבן.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:אבער איך וויל קודם פארשטיין פון וועלכע נקודה איז די וועלט נישט מסכים, דו שרייבסט צו כללות'דיג.
זיי ווילן דען נישט אז די מוסדות זאלן ממשיך זיין מחנך זיין די קינדער לתורה ועבודת ה'?!
אן עוורידזש מענטש וועט נישט מסכים זיין אז ס'דא קהילות וואס זייער פירות איז בעסער און ס'דא וואס ס'איז שוואכער?!
דעיס אז בעלזא האט מחזיר בתשובה געווען טויזענטע יודן, איז דא איינער וואס דינגט זיך?!
דעיס אז בעלזא איז געווען נחשונים אין הרבה ענינים ביזטו נישט מסכים?!

בעלזא אליינס קען גארנישט טון, ס'נישט מער ווי א ווארט וואס מיינט נישט גארנישט (עכ"פ פאר מיר), ס'איז די מענטשן וואס שטאמען פון בעלזא וואס טוען אויף די אלע זאכן.

כנראה, אז מרוב רעדן האסטו שוין פארגעסן ווי די קאנווערסעישן האט זיך אנגעפאנגן - מרוב עצים לא יראה היער...
אונז האבן דא א שאלה צו מענטשן זענען אינטערסירט און דארפן אז די בעלזער מוסדות זאלן ממשיך זיין מחנך זיין זייערע קינדער לעבודת השם. פינקט וואו א בעלזער וויל אז די באבובער מוסדות זאלן ממשיך זיין אויסצולערנען און מחנך זיין זייערע קינדערלעך לתורה ויר"ש, וויל א באבובער אויך בנוגע בעלזא. פון דא האסטו פארקראכן צו בעלזא איז מער פון פאפא צו נישט, אויף דעם האב איך געטענה'ט אז יא - סיי בכמות און סיי באיכות. מ'רעדט דא פון די מוסדות וואס געהערט אינטער די פאנדרעישן פון 'מרכז מוסדות בעלזא' - ממילא פארשטיי איך נישט דיין טענה.
און חוץ פון דעם, ווער האט זיי אויסגעלערנט צו אויפשטעלן ארגונים פאר בעלי תשובה, במקרה האבן זיך אויפגעשטעלט יודן אין בעלזא?! ס'דא א יוד וואס שטייט בראשם און איז זיי מורה דרך און איז מכה על קדקדם לומר גדל, און בזכותו האבן זיינע נאכגייערס אויפגעשטעלט די אלע ארגונים. וואס מיינסטו? במקרה איז דאס געשען? הכל מכחו של אותו זקן וואס לערענט אויס זיינע חסידים און הייסט זיי וואס צו טוען. איך שפיר זיך פאר א נער אז איך דארף דא מסביר זיין דברים פשוטים, אבער פאר א חבר וואו דיר...
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:10 pm#422692
וואס איז פונקט געווען די פראבלעם פאר כלל ישראל ווען דער עדה החרדית האט דער מונופולי אויף כשרות? עפעס האט דעמאלס נישט געטויגט? איינער האט געליטן דערפון? איך זעי נישט אז דער וועלט האט עפעס נוצן געהאט דערפון.

פסיכולוגיה איז אן אינטרעסאנטע מקרה. פונקט ווען די גויישע וועלט האט אנגעהויבן אריין ברענגן מער פסיכאלאגן אין חדרים, האט זיך דער זייגער אנגעהויבן. און פונקט א פאר יאר שפעטער האבן עס פרומע אידן געטון. ביי ליטווישע און ביי חסידישער. מאנכע מוסדות האבען זיך געשלעפט אין דעם, מאנכע אביסל שנעלער, כפי דער אפשטאם נאטור און נערוון פראבלעמן פון די גייסטישע פירערס. בעלזא איז געווען דער נחשון איז א פזמון פונקט ווי א צווייטע רבי וואס האט ליעב אייביג צ זאגען "איך בין געווען דער ערשטע....." (עס זעט מיר אויס אז אלס קינד האט ער אייביג געהאט א געפעכט מיט זיין יונגערע ברודער ווער גייט ענדיגן די זופ ערשט, און זיין מאמע האט שטארק בארימט דער קינד וואס האט זוכה געווען, "זלמן לייב האט גע'ענדיגט זיין זופ דער ערשטע!" ממילא מוז ער עס אייביג אריין לייגן ווי אימער ער קען נאר). אלע ווערן נאכגעשלעפט לויט די ווינט, און אלס קלאפט אויפ'ן האר.

ועוד, אלימלך פירער איז א מענטש וואס טוט א גוטע זאך. ווען נישט פאר בעלזא, איז ער אויך א מענטש וואס טוט א גוטע זאך.

און ניין, דער וועלט דארף אפשטעלן דער פארטיישקייט, וואס האלט אפ דער מענטשהייט פון זיך אנטוויקלען געהעריג. פונקט ווי איינער אין תפיסה וואס זעט אז די וועכטער גיבט אים פרישטיג יעדען טאג, ממילא מיינט ער אז זיין לעבן דארף אנקומן צום וועכטער.

וע"ע כאן בארוכה
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:29 pm#422696
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט געווען די פראבלעם פאר כלל ישראל ווען דער עדה החרדית האט דער מונופולי אויף כשרות? עפעס האט דעמאלס נישט געטויגט? איינער האט געליטן דערפון? איך זעי נישט אז דער וועלט האט עפעס נוצן געהאט דערפון.

איך האב נישט געפלאנט אריינצוגיין אין פרטים קטנים, און איך פלאן נאכאלץ נישט, אבער אז די האסט עס געעפענט וועל איך ענטפערן בקצירת האומ"ר.
יעדער מענטש פארשטייט אליינס אז ווען ס'איז דא א מאניפילאציע פון איין קאמפעני, נישט קיין חילוק אין וועלכע תחום, האט ער נישט קיין שום ענין זיך צוצושטעלן צו זיינע קאסטומערס. דוגמא לדבר, אין אמעריקא ווייל ס'דא אסאך קאמפעני'ס פון יעדעם פראדאקט אויפן שעלף, אוטאמאטישזענען די פרייזן ביליגער, לעומת אר"י וואס ס'דא ווייניגער און ס'דא א גרעסערע מאניפילאציע קאסטן אלעס טייערער. דאס איז איינער פון די ערשטע כללים אין כלכלה פון יעדעם מדינה, און נישט נאר אין כלכלה, אין יעדען תחום. וה"ה לענייננו.
און אז דו פרעגסט פרטות'דיג וואסערע פראבלעמן איז דעמאלץ געווען אין די כשרות פון עדה"ח - ר' מאיר בראנסדורפער זצ"ל פלעגט האבן אסאך טענות אויפן כשרות פון עדה"ח אז ס'דא ערענסטע פראבלעמן מיט דעם הכשר, בעלזער רב פלעגט האבן א כולל פון יונגעלייט, און ר' מאיר בראנסדורפער פלעגט קומען דארט זאגן שיעורים מפעם לפעם, און ער האט אראפגעלייגט אלע טענות זיינע פארן בעלזער רב. ואכמל"ב.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פסיכולוגיה איז אן אינטרעסאנטע מקרה. פונקט ווען די גויישע וועלט האט אנגעהויבן אריין ברענגן מער פסיכאלאגן אין חדרים, האט זיך דער זייגער אנגעהויבן. און פונקט א פאר יאר שפעטער האבן עס פרומע אידן געטון. ביי ליטווישע און ביי חסידישער. מאנכע מוסדות האבען זיך געשלעפט אין דעם, מאנכע אביסל שנעלער, כפי דער אפשטאם נאטור און נערוון פראבלעמן פון די גייסטישע פירערס. בעלזא איז געווען דער נחשון איז א פזמון פונקט ווי א צווייטע רבי וואס האט ליעב אייביג צ זאגען "איך בין געווען דער ערשטע....." (עס זעט מיר אויס אז אלס קינד האט ער אייביג געהאט א געפעכט מיט זיין יונגערע ברודער ווער גייט ענדיגן די זופ ערשט, און זיין מאמע האט שטארק בארימט דער קינד וואס האט זוכה געווען, "זלמן לייב האט גע'ענדיגט זיין זופ דער ערשטע!" ממילא מוז ער עס אייביג אריין לייגן ווי אימער ער קען נאר). אלע ווערן נאכגעשלעפט לויט די ווינט, און אלס קלאפט אויפ'ן האר.

בכלל נישט ריכטיג היסטאריש, עד היום הזה ווען ס'פליט נאר פשקוילים אויפן בעלזער רב, דערמאנט מען דארט דעם גרויסען "חטא" זיינע וואס ער האט אריינגעברענגט די פסיכולוגיה אין חדרים. די היימשיע חדרים זענען געבויט אויף א סיסטעם אז מ'ברענגט נישט אריין קיין גויאישע זאכן פונדערויסן, עפ"י הכלל הידוע חדש אסור מן התורה. מ'רעדט נישט דא פון זיין די ערשטע אדער די צווייטע, מ'רעדט פון דורך ברעכן א וואנט וואס קיינער האט נישט געוואלט ברעכן. בעלזא האט אריינגעברענגט דעם ענין פון פסיכולוגיה יארן פריער פאר די איבריגע וועלט האט עס אריינגעברענגט, ואין ספק אז ווען נישט די בעלזער רב וואלט עס געבראכן וואלט מען יארן לאנג נישט געניסט פון דעם, און קען אפילו זיין אז עד היום הזה (און אפילו אויב ס'וואלט גענומען נאר נאך 10 יאר, איז דאס אויך א פארליסט פון די יודישקייט, פאר די אלע קינדערלעך וואס האבן געלערנעט די אלע יארן).
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ועוד, אלימלך פירער איז א מענטש וואס טוט א גוטע זאך. ווען נישט פאר בעלזא, איז ער אויך א מענטש וואס טוט א גוטע זאך.

וואס מיינט דאס "ווען נישט בעלזא"? א יעדער מענטש ווערט נתחנך ערגעץ, איינער לטוב און איינער למוטב, איינער וואס איז נתחנך געווארן אין א געוויסע מוסדות וואס מ'האט אים דארט אויסגעלערנט צו טוען מעשה חסד, קומט זיך די קרעדיט פאר די מוסדות. וואס ווילסטו זאגן אז ווען נישט בעלז וואלט ער נתחנך געווארן אין אנדערע קהילה און דארט וואלט מען אים אויך אויסגעלערענט צו טוען חסד? אה"נ! דעמאלץ וואלט די קרעדיט געקומען פאר יענעם מוסדות. (אויב ער וואלט נתחנך געווארן אין די ליטווישע מוסדות, וואס דארט חוץ פון לימוד התורה, עקזעסטירט נישט גארנישט, גלייב איך נישט אז ער וואלט אויסגעוואקסן אזא שר החסד, אדער אין אנדערע ווערטער: איך בין זיכער אז נישט). [און דאס איז חוץ וואס די בעלזער רב האט אים אלע יארן געשטיפט זיך אריין צו לייגן אין דעם תחום...]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ניין, דער וועלט דארף אפשטעלן דער פארטיישקייט, וואס האלט אפ דער מענטשהייט פון זיך אנטוויקלען געהעריג. פונקט ווי איינער אין תפיסה וואס זעט אז די וועכטער גיבט אים פרישטיג יעדען טאג, ממילא מיינט ער אז זיין לעבן דארף אנקומן צום וועכטער.
וע"ע כאן בארוכה

איך בין מסכים אז די פארטייאישקייט האט פראבלעמן, אבער ס'האט אויך גאר אסאך מעלות, ואכמ"ל...
אבער וואו איך האב שוין געזאגט אויבן, איך פארשטיי נישט וואו קומט עס דא אריין.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:40 pm#422703
אינטרעסאנט, היינט צו טאגעס, ווען מ'פרעגט ביי מענטשן וואס זענען נישט קיין חלק פון קיין שום כשרות ארגאניזאציע, אדער סתם מענטשן פון גאס, הייסט די היררכיה פון מהדרין כשרות אין ארץ ישראל ווי פאלגענד:

מס' 1 - עדה החרדית (קיינער עסט עס נישט צוליעב כשרות סבות)
מס' 2 - הרב לאנדא בני ברק (געציילטע פראדוקטן האט מען טענות, אבער חוץ דעם הייסט ער גאר פארלעסליך)
מס' 3 - הרב קוק\רובין רחובות - (מאנכע שווערן ביי דעם, און מאנכע נישט)
מס' 4 - חוג חתם סופר, שארית, בעלזא, רבנות מהדרין - אלע אויף בערך איין שטאפל. די וואס עסן 'אלס מיט א היימישע הכשר' עסן עס. די וואס זענען פארזיכטיג אין וואס זיי עסן, געווענדליך רירען נישט צו די פראדוקטן.

דערצייל נאכאמאל, וואס פארא נוצן האט מען פון צוברעכן די מאנאפאלי?

און דאס איז אפגעזען פון די מציאות אז דער וועלט גייט סייווי פאראויס, און פונקט ווי אין אמעריקא האט אמאל עגזיסטירט געציילטע כשרות פירמעס, און היינט וואקסען זיי ווי אויף הייווען.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:46 pm#422704
בן פרצי האט געשריבן:נישט קיין גרויסע ראי'. ווען מענטשן שפירן אז ס'איז א קמפעטישן וועלן מענטשן נישט מכיר זיין אין זייער קאמפעטישן'ס מעלות, דאס(!) איז די פראבלעם פון די פארטייעשקייט פון די קהילות בישראל.

הוא אשר דברנו.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:51 pm#422706
בן פרצי האט געשריבן:אונז האבן דא א שאלה צו מענטשן זענען אינטערסירט און דארפן אז די בעלזער מוסדות זאלן ממשיך זיין מחנך זיין זייערע קינדער לעבודת השם.

ווער איז די אונז? איך בין דא דן אינגאנצן אויף א צווייטער זאך, איך זאג אז לו יצוייר אז מענטשן זענען אינטערעסירט אז די בעלזא מוסדות זאלן אנגיין, איז עס אלץ די אידישקייט שבו, גארנישט מיט בעלזא צוטון, כבוד בית בעלזא מיינט ביי זיי זילטש, גארנישט, נאדא.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:52 pm#422707
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. אינטרעסאנט, היינט צו טאגעס, ווען מ'פרעגט ביי מענטשן וואס זענען נישט קיין חלק פון קיין שום כשרות ארגאניזאציע, אדער סתם מענטשן פון גאס, הייסט די היררכיה פון מהדרין כשרות אין ארץ ישראל ווי פאלגענד:
מס' 1 - עדה החרדית (קיינער עסט עס נישט צוליעב כשרות סבות)
מס' 2 - הרב לאנדא בני ברק (געציילטע פראדוקטן האט מען טענות, אבער חוץ דעם הייסט ער גאר פארלעסליך)
מס' 3 - הרב קוק\רובין רחובות - (מאנכע שווערן ביי דעם, און מאנכע נישט)
מס' 4 - חוג חתם סופר, שארית, בעלזא, רבנות מהדרין - אלע אויף בערך איין שטאפל. די וואס עסן 'אלס מיט א היימישע הכשר' עסן עס. די וואס זענען פארזיכטיג אין וואס זיי עסן, געווענדליך רירען נישט צו די פראדוקטן.
דערצייל נאכאמאל, וואס פארא נוצן האט מען פון צוברעכן די מאנאפאלי?
ב. און דאס איז אפגעזען פון די מציאות אז דער וועלט גייט סייווי פאראויס, און פונקט ווי אין אמעריקא האט אמאל עגזיסטירט געציילטע כשרות פירמעס, און היינט וואקסען זיי ווי אויף הייווען.

א. כמה תשובות בדבר, למרות איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין דעם נושא, אבער דו שלעפסט מיך אריין בעל כרחי, וועל איך ענטפערן בקצרה.
יכול להיות אז היינט צוטאגס איז עדה"ח פון די בעסטע הכשרים, אבער דאס מיינט נישט אז פאר זיי האבן געהאט קאמפעטישן'ס זענען זיי אויך אזוי געווען. ר' מאיר בראנסדורפער אליינס האט א שטיק צייט געעפענט אן אייגענעם הכשר, ווייל ער האט געהאלטן אז די הכשר פון עדה"ח האט אסאך פראבלעמן. וואס ברענגסטו ראיות פון היינט אויף אמאל? היינט האבן זיי ב"ה קאמפעטישן, ממילא מוזן זיי זיין די בעסטע. ואה"נ היינטיגע צייטענס ווייס איך נישט וויפיל בעלזער רב דארף בכלל זיין הכשר, ער האט עס געעפענט כדי אויפצוהייבן די רמה פון די כשרות בזמנם.
צווייטענס - אסאך יודן עסן נישט עדה"ח וועגן כשרות סיבות, אבער די סיבה פארוואס ס'הייסט פון די בעסטע הכשרים איז ווייל זיי האבן א גוטע יחצנו"ת, און זיי ארבעטן שווער איבער דעם. אז דו וועסט נאכגיין וועסטו זען, אז בדר"כ איינמאל א יאר איז דא אן איבערקערעניש אויף וואס מ'האט געטראפן פראבלעמן ביי זייערע הכשר. אבער זיי זענען מצליח עס שנעל צו פארווישן. וקיצרתי במקום שיש להאריך. אבער לדוגמא, קרלין אין אר"י עסט נאר רובין פלייש, נישט עדה"ח, און סלונים עסט מחזיקי הדת.
ב. איך ווייס נישט צו די מאכסט דיך תמימות'דיג בכוונה צו בשוגג... אבער יעדער איינער ווייסט וואס בעלזא האט געליטן פונעם עדה פארן עפענען א נייעם הכשר, זאכן גייען פאראויס, אבער נישט ווען ס'דא א טעראר וואס לאט דיך נישט. די מציאות איז אז כמעט קיין איינער האט זיך נישט דערווייגט צו גיין מיט א קאמפעטישן אקעגן די עדה.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:54 pm#422708
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:נישט קיין גרויסע ראי'. ווען מענטשן שפירן אז ס'איז א קמפעטישן וועלן מענטשן נישט מכיר זיין אין זייער קאמפעטישן'ס מעלות, דאס(!) איז די פראבלעם פון די פארטייעשקייט פון די קהילות בישראל.

הוא אשר דברנו.

וואו האבן אונז גערעדט פון דעם?!
ווער דינגט זיך מיט דעם אז פארטייאישקייט האט פראבלעמן?
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:56 pm#422710
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:אונז האבן דא א שאלה צו מענטשן זענען אינטערסירט און דארפן אז די בעלזער מוסדות זאלן ממשיך זיין מחנך זיין זייערע קינדער לעבודת השם.

ווער איז די אונז? איך בין דא דן אינגאנצן אויף א צווייטער זאך, איך זאג אז לו יצוייר אז מענטשן זענען אינטערעסירט אז די בעלזא מוסדות זאלן אנגיין, איז עס אלץ די אידישקייט שבו, גארנישט מיט בעלזא צוטון, כבוד בית בעלזא מיינט ביי זיי זילטש, גארנישט, נאדא.

פארשטייט זיך. דו קומסט מיט א הנחה אז 'בעלזא' מיינט א שטאט אין גאליציע, און דו האסט טענות. אונז רעדן דא פון צוויי אנדערע זאכן, איך רעד פון יודישקייט וואס די קהילה וואס רופט זיך בעלזא האט אויפגעשטעלט. כבוד בית בעלזא/ויזניץ/באבוב וכל שם דאית ליה, מיינט כבוד שמים. וואס לערענט מען דארט אויס, נישט תורה ויר"ש?!
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:12 pm#422714
בן פרצי האט געשריבן:בעלזער רב פלעגט האבן א כולל פון יונגעלייט, און ר' מאיר בראנסדורפער פלעגט קומען דארט זאגן שיעורים מפעם לפעם, און ער האט אראפגעלייגט אלע טענות זיינע פארן בעלזער רב. ואכמל"ב.

[הם עשו אצלו שימוש בהל' כשרות הבשר]
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:13 pm#422715
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ועוד, אלימלך פירער איז א מענטש וואס טוט א גוטע זאך. ווען נישט פאר בעלזא, איז ער אויך א מענטש וואס טוט א גוטע זאך.

מאכסט מיר לאכן, דאס איז דאך די גאנצע געדאנק פון א פארטיי. ס'קען זיצן א גארבידש קאלעקטער דארט אויבן הויעך אויף די פארענטשעס, און זיך קלאפן אין בויך אז זיין שפילער האט געמאכט א האום ראן. ס'קען זיך דרייען א בעלזער ליידיגייער וואס האט נעבעך גארנישט צו ווייזן פאר זיין נאמען מיט א געהויבענעם קאפ, אז מיין מיילעך פירער דרייט א וועלט.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:18 pm#422716
בן פרצי האט געשריבן:כבוד בית בעלזא/ויזניץ/באבוב וכל שם דאית ליה, מיינט כבוד שמים. וואס לערענט מען דארט אויס, נישט תורה ויר"ש?!

איז נעקסטע מאל ווען בעלזא מאכט א מגבית, זאל מען שרייבן אין גרויסע ווערטער "כולנו למען כבוד שמים", און מ'זאל לייגן א בילד פון בארג סיני/לוחות/ביהמ"ק. אז עטץ שרייבטס כבוד בית בעלזא און מ'לייגט א בילד און א ברכת הקודש פונעם רב , זענט עטץ זיך אליינס שולדיג אז מענטשן קוקן עס אן פאלש.