ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען.
נו דער ט"ז איז דאך באוואוסט מיט זיינע מאדנע פסקים, די פשוטע תירוץ איז אז "יפנה" קען דינען סיי אלץ לשון עתיד און סיי אלץ לשון הווה און אויך אלץ לשון עבר. אבער די אמת איז אז די גאנצע קשיא איז מופרך מעיקרא, פיוטים זענען לכתחילה נישט געמאכט צו שטימען ע"פ דקדוק, היום פנה, היום יפנה, אלץ מיינט די זעלבע זאך, די טאג גייט פארביי. אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, אבי מ'קען פארדרייען מענטשן א קאפ.
די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו ביזט סטאק געווארן ביים ט"ז, ואין בודקין מן הט"ז ולמעלה, דארף מען אזוי פארקרומט מאכן דאס קאפ ביז מ'רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט עס. אונז האט מען אויסגעלערנט אז יעדער קען מאכן א טעות, אפילו משה רבינו.