פאר'ן דאווענעןדאס אז ער קומט דאווענען, איז בכלל נישט קיין ראיה אז ער נעמט אן די עיקרים, עס קען רואיג זיין אז ער קומט מחמת הסביבה וכדומ', עס לוינט זיך איהם פשוט נישט צו טוישן זיין לעבן, און עס איז נישט אזוי שווער פאר איהם צו דאווענען, ואכמ"ל.
און לגבי שו"ע וואס די שרייבסט, מ'רעדט דאך נישט דא ע"פ הלכה, מ'רעדט דאך דא פון אויסשפילען מענטשן.
און בכלל, איך וואלט געזאגט פארקערט, טאמער איינער האט א סמארטפון, אדער טראגט מיטן עירוב, איז ער נישט קיין מומר, סה"כ טוט ער אפאר עבירות דא און דארט, וואס א יעדער פאלט אמאל דורך, הן אין שמירת שבת, און הן אין אנדערע זאכן, און אויך די מענטשן פונעם מנין זענען אזוי, ממילא שטערט זיי נישט אזוי שטארק אז אזא איינער גייט צו, וויל ווען יא קען דאך קיינער נישט צוגיין, משא"כ אין עניני דעות, רעדט מען דאך פון יסודות הדת, וואס לפי שיטתם אז די גלייבסט נישט אין דעם, ביזטו א כופר און אפיקורס אין די גאנצע תורה, אזא איינער טאר נישט צוגיין.
(עס איז אזוי ווי אין די צייטן פון השכלה, פארשטייט יעדער אז קיינער וואלט נישט מסכים געווען, אז א משכיל זאל צוגיין, איז לשיטתם, די וואס האלטן אנדערש ווי זיי, זענען זייער נאנט צו השכלה, און זענען כופרים בעיקר)
די דיון איז דא איבער אזא סארט ״משכיל״ וואס למעשה גלייבט דאך יא, עכ״פ מער-ווייניגער, אין די עיקרים. ולחזק זה קען מען נאך אלס, לענ״ד, רואיג זאגן בסתם אז די
בּעיסיען פּראַבּעבּיליטי פון דעם צי א ״משכיל״ איז (בּעיסיקעלי/מער-ווייניגער) א מאמין גיווען אז ער קומט אין שוהל דאווענען, איז (היפש) נענטער צו 1 ווי איידער 0. און דאס ליגט אין דעם ״
לכאורה קענטיג״ שכתבתי. עכ״פ נישט ״בכלל נישט קיין ראיה״.
דאס פירט ווייטער אריין צו דעם אספּעקט פון הלכה וואס איך האב געשריבן דערויף אז ״
זיי זענען דאך מודה אז דאס איז דער קו המכריע״. והיינו, ווייל איינמאל מען איז א ״בּעיסיק מאמין״ כנ״ל און נישט קיין ״בעל עבירה״
(אנדערש לכאורה פון די ״משכילים״ בדורות הקודמים וואס מ׳מיינט - די וואס זענען יא געווען מומרים ובעלי עבירה ממש און נישט נאר בדעות) איז דאך נישטא קיין שום ביסוס הלכתי זיי צוריקצוהאלטן פון זיין א ש״ץ. און צו דעם זענען זיי דאך אליין מודה אז
דאס איז די קו המכריע אויף דעם וכמו שכתבתי. איז נישט
דאס דאס וואס שטערט זיי? אויב קען מען דאס בּעיסיקעלי אריינפיטן אין די עיקרים
(וואס אפילו לגבי ״וואס פונקטליך זענען די עיקרים וואס מ׳מוז אָננעמען?״ איז דאך נישט אינגאנצן קלאר) איז ״זייער אפטייטש״ אין וואס מאכט אים ״אן אפיקורוס בכל התורה״ נישט מאסגעבענד און נישט קיין עיכוב. וכנ״ל איז דאס אפילו לשיטתם.
לענ״ד איז משל למה הדבר דומה צו א באהאלטענער מזרחי׳סט וואס איז א ש״ץ אין א סאטמארע ביהמ״ד. איך גלייב אז ביי דעם פארשטייט מען אסאך גרינגער אז עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם, הגם ״לדעתם״ קען דאס ממש זיין ״כפירה״ וכו׳ וכו׳.
וממילא איז דאס נישט אינגאנצן דומה צו יענעם אשכול וואס איך צייכן צו. והיינו, ווייל דארט נאַרט מען אריין מיט א לפני עור עפעס וואס איז
טאקע אן איסור און פראבלעם ממבט פון דעם אריינגענאַרטן. משא״כ בנידון דידן איז דאך אפילו אליביה פונעם אריינגענאַרטן דאס בעצם נישט קיין פראבלעם, וכנ״ל וואס הלכה שרייט ער דאך חי וקים איז זיין קו המכריע אין דעם.
וואס מ׳קען יא פרעגן איז ריפארמיוּלעיטן די שאלה צי איינער וואס איז
טאקע א באהאלטענע אטעאיסט
גמור ומומר לכל הדעות, און מ׳בעהט אים צוצוגיין. וואס דעמאלטס? אבער אפילו דעמאלטס דארף מען דן זיין ב
הלכה וואס איז די דין, ווייל דאס איז דאך די קו המכריע פאר די וואס האבן א פראבלעם דערמיט וכנ״ל.