Re: 1'טן מאל אין היסטאריע: שטח פארבאטען אויף איינטריט.
הרב דוד סאלאווייציג, אחוץ דעם אז ער איז פרי בטנו פונ׳ם בריסקער רב און ראש ישיבה אין ירושלים, איז אויך א מענטש מיט א ווייב און א משפחה.
זיין ווייב (איהר נאמען איז דזשודי, פאר דער וואס וויל וויסען) האט געהאט, דוכט זיך, דריי ברידער. הרב אליה ז"ל ולהבחל"ח ר׳ דוב און ר׳ משה. דאס איז אחוץ א טוץ שוועסטערס. מסתמא קומט זי פיין אויס מיט זיי אלע, זי איז דאך נישט קיין רעביש קינד.
קומען די נידריגע פאסקודנאקעס, און אונטער א שלייער פון זארג פאר די טויטע, ווילען אונטער דרייען א משפחה מחלוקת. לדאבון לב הקנאים, לעבען זיי נאך די סאלאווייציק פארל, ממילא גייט קיינער נישט אן זייער וואוילזיין, און פאר דעם טוט מען כל מיני טצדקי זיי וויי צוטון.
איין מאל, האט מען איינגערעדט ר׳ דוד אז עס טוט זיך א מחאה קעגן גיוס. ער האט זיי געגלויבט און ער איז געגאנגן. ביים אנקומען, האט ער געזען די צעטליך און געכאפט אז מ׳האט געמאכט א שפיצל אויף אים. עס איז געווען א הפגנה קעגן זיין שוואגער, און די עקעלהאפטיגע ליידאקעס האבען אים אריין געשלעפט. ער איז גלייך אנטלאפען, אבער צו שפעט פאר די בילדער.
יעצט האבען זיי דאס ווידער געטון, ווייל זייער ארנטליכקייט לגבי דעם איז פונקט ווי זייער ארנטליכקייט לגבי די קברים זעלבסט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk