Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש

מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12947
פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:32 am#424550
מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
הרב אורי שרקי מיט שארפע רייד קעגן די כעלמע חכמים ביי א פראטעסט אין ליכט פון די אונס און מארד פון אוֹרי אַנְסְבַּכֶר, דאמירן בעלמא ואמרו אמן...

m https://youtu.be/8cOyozG33oo m
פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:45 am#424551
אין ליכט פון די אונס און מארד פון אוֹרי אַנְסְבַּכֶר, האט דער ראש הממשלה מר. בנימין נתניהו צוגעזאגט אז מ'גייט זיך טאקע נעמען צום געזעץ אפצושטעלן דאס געלט וואס די מדינה גיבט פאר חמאס צו פינאנצירן טעראריזם וועלכע איז שוין באשטעטיגט געווארן זיבן חדשים צוריק, און ביז סוף וואך וועלן זאכן זיך אנפאנגן צו רוקן... ווער ווייסט וויפיל אידיש בלוט וועט נאך דארפן פארגאסן ווערן ביז דאס געלט וועט טאקע אפגעשטעלט ווערן, און ביזדערוויילע וועלן די ישראלים אליינס פינאנצירן זייער אייגענע מארד...

m https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 03,00.html m
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:11 pm#424558
יעדעס יאר די זעלבע מעשה: איין רעגנדיגע טאג און גאנצעטע שטעט ווערן פארפלייצט און פאראליזירט, קארס פארשוועמט, און הייזער אנגעפילט מיט וואסער און נאכהער שימלען זיי אוועק. די באטראפענע מענטשן זענען אובד עצות, און אויסער זיך רעגן אז זיי דארפן וואוינען אין אזא קארופטירט און צוריקגעשטאנענע לאנד, איז נישט דא עכט וואס צו טון.

m https://youtu.be/CFa8gK9fVJE m
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:24 pm#424560
רביה"ק זי"ע: הרב אורי שרקי שליט"א איז נישט קיין פאליטישן אדער האט פאליטישע אמביציעס. אויך איז ער נישט קיין טומלער. און אז ער איז ארויסגעקומען פראטעסטירן, איז א סימן אז ס'איז אן ערנסטער ענין. ווייל דאס איז נישט סתם א רציחה. נאר ס'איז אדורכגעפיהרט געווארן דורך די פארשאלטענע רוצחים שפלים ונבזים פון די אומה שפילה וואס וואוינט ליידער דערווייל אין ארץ ישראל. און די אזוי-גערופענע רעגירונג פון פרעמיער בנימן נתניהו שטייט מיט פארלייגטע הענט און טוט גארנישט אפצושטעללן דעם מצב...! יא ער איז א נאה דורש. ער געט שיינע הבטחות. ער רעדט שטרענג. און ס'בלייבט אלעס ביים אלטן. די פאליציי האבן פעסטגעשטעלט אז דער מארד איז אדורכגעפיהרט געווארן ..."על רקע לאומני"...מיט נאציאנאליסטישע מאטיוון. דאס איז א שיינער וועג פון זאגן אז דאס איז אויכעט א טייל פון די טעראר וואס די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש פיהרן אן אקעגן די אידן.אבער ווען ס'קומט למעשה טוט ער גארנישט ארויסצוגיין שטרענג אקעגן כאמאס און די אנדערע טעראריסטן...!

הרב אורי שרקי איז א איד וואס זייין גאנץ לעבן איז תורה. ער געט שיעורים אין פארשידענע מוסדות התורה. אמת. ער איז א ציוני. און זיין תורה גייט צו די ---און ס'קומט פון די--- סיטרא אחרא---! אבער ס'איז דאך תורה...!
פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:33 pm#424562
הוא אשר דברנו, די נארמאלע מענטשן קענען שרייען און קרייען ביז צום הייזעריג ווערן, אבער ווילאנג די קארופטירטע פאליטיקאנטן האבן די לייצעס אין די הענט, וועט זיך גארנישט נישט טוישן.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:01 pm#424572
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם בארץ הקודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הוא אשר דברנו, די נארמאלע מענטשן קענען שרייען און קרייען ביז צום הייזעריג ווערן, אבער ווילאנג די קארופטירטע פאליטיקאנטן האבן די לייצעס אין די הענט, וועט זיך גארנישט נישט טוישן.
ויהודי פשוט עומד וצווח: אבער ווילאנג משיח וועט נישט קומען און אונז אויסלייזן וועט זיך גארנישט נישט טוישן...
ווייל דער באשעפער האט געזאגט (שיר השירים ב,ז): אז אויב מיר וועלן נישט פאלגן וועלן אונזערע גופים זיין מותר בצבאות או באילות השדה. ואכן כך הוה ר"ל
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:06 pm#424574
יהודי פשוט: און וואס איז געווען ביי די גזירות ת"ח ו'ת"ט...? און ביי די קרייץ-צוגן. זענען דאמאלס אויכעט געווען ציונים...?!
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:08 pm#424576
יהודי פשוט: ווען איך וואלט געווען א גוי. און כ'וואלט געווען א זייטיגער אבזערווירער. וואלט איך געזאגט לאמור. אזוי צו זאגן...קוק די נארישע אידן.. די אנטיסעמיטן בכל הדורות הרג'נען זיי אויס. און זיי זוכן אויף אלע וועגן און מיטלען זיי צו פארענטפערן און אנלייגן די שולד אויף אנדערע אידן...!
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:09 pm#424577
.
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 9:15 pm#424585
איך שיהיה טוט עס דער אויבערשטער, צו וועגען די ציונים, צו וועגען די לאנגע שייטלען, צו וועגען די סמארטפאנס.

לאמיר אלע צוזאמן שרייען "געעעעוואלד", אולי ירחם.
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 9:24 pm#424587
אבער פארן קיין פלארידא וועללן מיר נאכאלץ קענען. אויך פארן מיט שייגעץ בייקס אין די הייליגע גאסן פון די עיר הקדשה וויליאמ-פעסט...!
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 11:28 pm#424603
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
berlbalaguleh האט געשריבן:יהודי פשוט: און וואס איז געווען ביי די גזירות ת"ח ו'ת"ט...? און ביי די קרייץ-צוגן. זענען דאמאלס אויכעט געווען ציונים...?!
ניין... אידן ווערן גע'הרג'ט סתם אזוי ווייל די גוים זענען שטערקער ווי אונז, אן קיין שום העכערע סיבה.
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 11:47 pm#424605
אין אנדערע ווערטער: אדער ווייס איך די סיבה, אדער איז נישט דא קיין סיבה, ווייל אויב די סיבה וואלט געווען עפעס אנדערש וואלט איך געדארפט וואוסן דערפון, איך ווייס דאך אלעס.
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 11:48 pm#424606
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער: אדער ווייס איך די סיבה, אדער איז נישט דא קיין סיבה, ווייל אויב די סיבה וואלט געווען עפעס אנדערש וואלט איך געדארפט וואוסן דערפון, איך ווייס דאך אלעס.
א סיבה איז דא, און איך ברויך פרובירן צו דערגיין די סיבה, אמאל קומט מען אן צו די אמת'ע סיבה און אמאל נישט
זונטאג פעברואר 17, 2019 12:04 am#424610
יהודי פשוט האט געשריבן:און אמאל נישט
בילדבילדבילד
זונטאג פעברואר 17, 2019 12:07 am#424611
און וואס הערט זיך אין מדינת כעלם שבארצות הברית?
זונטאג פעברואר 17, 2019 12:10 am#424612
אויף דעם זענען שוין דא גענוג אשכולות...
זונטאג פעברואר 17, 2019 12:31 am#424616
אידן - אזויווי אלע רעליגיעזע גרופעס - מוטשען זיך מיט א גרויסע פראבלעם, די פראבלעם רופט זיך "פעדאפיליע", און מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס איז און די חורבן דערפון. אין די גאנצע וועלט גיבט מען זיך זייער גרינג אן עצה מיט די פארשוינען, מגיבט זיי פילן און מ'פארשפארט זיי אונטער גראטעס. אזויווי אבער חרדישע אידן קענען דאך נישט צולאזן אז פראבלעמען זאלן געלעזט ווערן, ווער רעדט נאך ווען ס'קומט אויפ'ן חשבון פון זייער כבוד און פרעסטיזש, האט מען געטראפן אן אנדערן עצה, מ'וועט די חברה פארשיקן צו א דריטע-וועלט-לאנד וואו די האנט פון יוסטיץ וועט זיי קיינמאל נישט דערגרייכן. נו, וואו טרעפט מען אזא צוריקגעשטאנען לאנד וואו ס'וואוינען היימישע אידן אז די דאזיגע פארשוינען זאלן זיך טרעפן דאס פלאץ דארט? אזויווי א איד גיבט זיך אלעמאל אן עצה, האט מען געטראפן א לאנד אין מיטל-מזרח וואו ס'וואוינען פיל היימישע אידן, נישט נאר דאס, די דאזיגע לאנד נעמט אריין און גיבט בירגערשאפט פאר סיי וועלכע איד וואס קומט נאר אן צו אירע טויערן אן קיין שום שאלות. פארשטייט זיך אליינס אז דאס לאנד האט גענוג מאלעסטערס אזוי אויך, און צוזאמען מיט די אימפארטירטע פארשוינען איז נישט קיין וואונדער אז פעדאפיליע קנאקט דארט אריין ווי קיינמאל בעפאר.

m https://youtu.be/kPuFgULDYEQ m
זונטאג פעברואר 17, 2019 1:15 am#424618
קדושת ציון
הערליכע פאקטן און דעות אויף די עליות קיין ארץ ישראל פון תלמידי החת"ס, און נאך שיינע ענינים וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט די יסוד פאר די הערליכע בליהענדע ערליכע יישוב היינט אין ארץ ישראל פון הונדערטער טויזענטער בני עליה, און מיליאנען אידן וואס ווערן אלץ בעסער און שענער פון טאג צו טאג!
מאנטאג פעברואר 18, 2019 2:00 pm#424706
די חרדישע עסטעבלישמענט אין ארץ הקודש פרובירן ראטעווען א מאלעסטער פון געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט, א חרפה און א בושה.

יענקל ליצמאן.

יוסף דירנפעלד.

יענקל ליצמאן פארענטפערט זיך.
מאנטאג פעברואר 18, 2019 2:38 pm#424712
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
איך האב פאר ענק נייעס, גוים געבען זיך אויך נישט קיין עצה מיט פעדאפיליע. עס איז א גרויסע האוקס וואס מ׳רעדט איין חרדים אז דאס איז א חרדישע פראבלעם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 18, 2019 2:38 pm#424713
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חרדישע עסטעבלישמענט אין ארץ הקודש פרובירן ראטעווען א מאלעסטער פון געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט, א חרפה און א בושה.


גערעכטיגקייט??? הייסט דאס אז דו האסט אויסגעפארשט די אנקלאגעס און דו האסט איינגעזעהן אז גערעכטיגקייט איז אז זי דארף שמאכטן אין אוסטראלישע תפיסה עד יום מותה??? און אפשר איז גערעכטיגקייט אז זי זאל זיצן נאר אפאר חדשים אין ארץ ישראל?
זיי פרובירן ראטעווען א פרוי וואס האט געטוהן מעשים אשר לא יעשו פון זיצן אין תפיסה אין א גוי'ש לאנד כל ימי חייה!
מאנטאג פעברואר 18, 2019 2:46 pm#424717
יהודי פשוט: יעצט זעה איך איין וויאזוי דיין הילוך המחשבה ארבעט (אדער נישט). זי די הייליגע פרוי מלכה...האט געטון גרויסע עבירות און אומגליקליך געמאכט אידישע קינדער. דארט אין דעם לאנד וואו מ'האט איהר איבערגעגעבן דאס אחריות אפצוהיטן די אידישע קינדער. און זי האט מועל געווען אין דעם שליחות. יא. זי פארדינט צו גיין זיצן אין תפיסה פאר איהר גאנץ לעבן. טאקע אין אויסטראליע. דארט וואו זי האט געטון די עבירות חמורות...! מ'וועט איהר געבן כשר'ס צו עסן אין תפיסה. מ'וועט איהר נישט הייסן מחלל שבת זיין. נאר זי וועט דארפן אפ'יושב'ן דאס גאנצע לעבן אין תפיסה...!
מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:20 pm#424719
יהודי פשוט האט געשריבן:גערעכטיגקייט??? הייסט דאס אז דו האסט אויסגעפארשט די אנקלאגעס און דו האסט איינגעזעהן אז גערעכטיגקייט איז אז זי דארף שמאכטן אין אוסטראלישע תפיסה עד יום מותה???

צו זי איז שולדיג צו נישט און צו זי דארף זיצן צו נישט, דאס וועט דער ריכטער אפמאכן.
מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:24 pm#424721
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פאר ענק נייעס, גוים געבען זיך אויך נישט קיין עצה מיט פעדאפיליע. עס איז א גרויסע האוקס וואס מ׳רעדט איין חרדים אז דאס איז א חרדישע פראבלעם

פעדאפיליע איז טאקע אן אלגעמיינע פראבלעם, אקטיוו טון מעשים גרעסער צו מאכן די פראבלעם איז דאכצעך יא ספעציפיש א חרדישע פראבלעם.
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:17 pm#424731
ר' מנדל שפרן האט געוואלט וואטשען פאר איר. וואס איז די תורה וויו?
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:32 pm#424733
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פאר ענק נייעס, גוים געבען זיך אויך נישט קיין עצה מיט פעדאפיליע. עס איז א גרויסע האוקס וואס מ׳רעדט איין חרדים אז דאס איז א חרדישע פראבלעם

פעדאפיליע איז טאקע אן אלגעמיינע פראבלעם, אקטיוו טון מעשים גרעסער צו מאכן די פראבלעם איז דאכצעך יא ספעציפיש א חרדישע פראבלעם.
איך גלויב דאס נישט. איך האב גענוג געליינט פון גויישע אביוז איבערלעבערס, ווי סקולס און פאליציאנטן פראטעקטן מעכטיגע מענטשן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 18, 2019 8:08 pm#424750
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פאר ענק נייעס, גוים געבען זיך אויך נישט קיין עצה מיט פעדאפיליע. עס איז א גרויסע האוקס וואס מ׳רעדט איין חרדים אז דאס איז א חרדישע פראבלעם

פעדאפיליע איז טאקע אן אלגעמיינע פראבלעם, אקטיוו טון מעשים גרעסער צו מאכן די פראבלעם איז דאכצעך יא ספעציפיש א חרדישע פראבלעם.
איך גלויב דאס נישט. איך האב גענוג געליינט פון גויישע אביוז איבערלעבערס, ווי סקולס און פאליציאנטן פראטעקטן מעכטיגע מענטשן.

ראו מה בין בני לבן חמי? בושה וכלימה תכסה פנינו.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:24 pm#424782
כעלם שבתוך כעלם...


און די קאווע טרינקערס דארפן דאס אין אידיש...

אפשר וועט מען בעטן פון די אפיסעס פאר הצלת ילדי... אדער הצלת בחורי... אדער קרן... זאלן אויסצאלן א ווערסיע אויף אידיש... :lol:
מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:56 pm#424863
נגינה דורך אשה צדקנית צו ערוועקן די נשמה ביי שויתי אויפן גאס
מיטוואך פעברואר 20, 2019 8:21 pm#424876
מאנטאג מערץ 04, 2019 3:17 pm#425653
די גרייזן אין אראביש אויף די ישראלישע סיינס זענען ממש געפערליך, גוגל איבערזעצער וואלט שוין געמאכט א בעסערע דשאב...

m https://youtu.be/bUx-vTSXiC8 m
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:21 pm#425845
פארשטינקענע פאליטיק אין חיפה, שוין דריי מאנאטן פאראיבער, אבער דער עולם האלט נישט ביים פארגעסן.

m https://youtu.be/JVTtHKaP7b8 m
מוצ"ש מערץ 16, 2019 9:26 pm#426599
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
IMG_1927.jpg

די וואך אין דער בלאט, דער שרייבער וואס רעדט דא וועגן טראמפ׳ס שלום פלאן, האט פארגעסן ארויסצונעמן אפאר שורות...


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 17, 2019 2:30 pm#426650
פייק ניוז נוסח כעלם. :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ווען די טעלעוויזיע סטאנציעס לופטערן א קליפ וואס איז קיינמאל נישט געשען...

m https://youtu.be/sa5msZeMBh8 m
מאנטאג אפריל 15, 2019 11:08 pm#428578
מיט דריי מאנאטן צוריק איז א נייע געזעץ אריין אין קראפט, וועלכע וועט אפהאלטן קרימינאלן פון זיך טוישן די נאמען צו פארווישן זייערע שפורן, וואס ביז פאר דריי מאנאטן צוריק איז עס געווען הונדערט פראצענט לעגאל אין מדינת כעלם, די פראבלעם איז נאר אז די קרימינאלן וועלכע האבן שוין געטוישט זייער נאמען בעפאר קענען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.

m https://youtu.be/t1Le4qcSGow m
מאנטאג אפריל 29, 2019 8:59 pm#429282
די אידישע חכמים האבן שוין בשטו"מ אויפגעהערט באצאלן די געהאלטן פון די טעראריסטן, און די פאלעסטינער שעלטן אין גרויסן. זיי סטראשענען גאר אז אויב באצאלט מדינת ישראל נישט ווייטער דאס געלט, וועלן זיי אינגאנצן אויפהערן נעמען געלט פון מדינת ישראל, וואס דאס וועט עווענטועל פירן צו זייער פולשטענדיגע אינטערגאנג בע"ה. ס'פאלט זיי גארנישט ביי אז פאר די אידעלעך וואלט דאס געווען מער ווי געוואונטשן, אראבישע לאגיק...

m https://www.youtube.com/watch?v=Zupq6Zc0ubk m
מאנטאג אפריל 29, 2019 9:29 pm#429284
איתי זר פון חוות גלעד, וועמען די מדינת הרשעה האט גערודפט פאר גארנישט און פאר נישט, און איז צום סוף ריינגעוואשן געווארן פון די קלאגעס, און נאכהער אנגעקלאגט די רעגירונג, האט ענדליך געווינען די אנקלאגע און ארויס מיט 340,000 שקל.

דא איז א דאקיומענטרי פון די מעשה פאר ווער עס האט נאכנישט געזען: שליחי האל 1 2 3.
מיטוואך מאי 01, 2019 12:22 pm#429388
Re: מהנעשה והנשמע במדינת כעלם שבארץ הקודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אידישע חכמים האבן שוין בשטו"מ אויפגעהערט באצאלן די געהאלטן פון די טעראריסטן, און די פאלעסטינער שעלטן אין גרויסן. זיי סטראשענען גאר אז אויב באצאלט מדינת ישראל נישט ווייטער דאס געלט, וועלן זיי אינגאנצן אויפהערן נעמען געלט פון מדינת ישראל, וואס דאס וועט עווענטועל פירן צו זייער פולשטענדיגע אינטערגאנג בע"ה. ס'פאלט זיי גארנישט ביי אז פאר די אידעלעך וואלט דאס געווען מער ווי געוואונטשן, אראבישע לאגיק...

https://www.youtube.com/watch?v=Zupq6Zc0ubk


טעות. עס וועט נישט פירן צו די אונטערגאנג פון די פאלעסטינער, נאר צו די אונטערגאנג פון די פאלעסטינער אויטאריטעט, וואס איז לכאורה נישט געוואונטשן פאר קיינעם.

Sent from my AQT80 using Tapatalk
זונטאג יולי 07, 2019 9:15 pm#432785
מיט אפאר וואכן צוריק האט די פאליציי איינגעזעצט א פלעיגרופ טיטשער פאר'ן פייניגן קינדער אויף א שרעקליכן פארנעם, איך פערזענליך האב נישט געזען די קליפ וואס די פאליציי האט פאבליצירט, און איך בין נישט מייעץ קיינעם עס צו קוקן, פארשטייט זיך אז די טיטשער'ס קראקאדיל טרערן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען.

נאכ'ן איר איינזעצן האט מען איר שפעטער ארויסגעלאזט אויף הויז ארעסט, די עלטערן פון די קינדער האבן געשוואוירן נקמה, און מקיים פסק געווען, והעיר שושן צהלה ושמחה...
מיטוואך יולי 10, 2019 12:45 pm#432952
א גאסט ביים כותל
בילד
מיטוואך יולי 10, 2019 12:52 pm#432953
דאס איז חיים שאולזאן פון די גרויסע לעדערנע כסא?
מיטוואך יולי 10, 2019 2:06 pm#432963
מערקט זיין פריוואטער סעקיוריטי גארד אונטער אים.
מיטוואך יולי 10, 2019 2:09 pm#432964
ביזט זיכער אז ס'נישט סתם אן אומשולדיגער פארבייגייער?
דאנערשטאג יולי 18, 2019 10:31 pm#433363
די ישראלישע חיות זייען אן חורבנות וואו זיי קומען נאר אן, א חרפה און א בושה.

m https://youtu.be/ljF8Jm69gh0 m
מוצ"ש אוגוסט 10, 2019 10:34 pm#434631
דאס איינציגסטע וואונטש פון אן (אומ)גליקליכע מאמע, נאכדעם וואס איר זון איז אומגעברענגט געווארן אויפ'ן וועג צו א טעראר אטאקע...
m https://www.youtube.com/watch?v=d71m_Ih ... u.be&t=146 m