Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל

סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12960
זונטאג פעברואר 24, 2019 1:18 pm#425044
הקטן האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?

זאכן וואס מען טיט און בעד-ראם טוט מען נישט אין דייניגראם. ס'איז דא וואס מען טוט יא און בית מדרש און נישט אין בית הכנסת.
נישט ווייל איין זאך איז אסור און איינס מותר אדער הייליג און נישט הייליג, א יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ
איך מיין אז רוב וועלן פארשטיין אז דאס איז poor taste - נאך אלץ איז נישט ריכטיג אזוי צי פארשעמן דעם בחור

גערעכט, שכל'דיג איז עס קיין סקאנדאל נישט, אויב מעג דער רבי ברעטשען ביים ציון מעג דער פ"ר אויכעט, און אויב מעג דער פ"ר טרייבן קאטאוועס אינעם אויבערשטן'ס הויז הנקרא שול מעג ער אוודאי אין די רבי'ס הויז הנקרא ציון הקדוש.

אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, ער וואלט געמעגט וויסן אז דאס וועט טרעטן אויף די געהירן פון מאנכע אפילו אין זיין אייגענעם פארטיי און זיך טרעפן א צווייט ארט.

סתם פאר די נייגעריגקייט, די אלע צושוידערטע ניקים וועלכע קענען נישט צו זיך קומען, וויאזוי וואלטן ענק געשפירט ווען חתן דינן פראוועט זיין שפיל אינעם בני יואל ביה"ח אינעם אוהל פון מאנטאווידעא רב ז"ל?
זונטאג פעברואר 24, 2019 3:52 pm#425055
שושן פורים האט געשריבן:

און וואס איז מיט'ן כבוד פונעם הייליגן ברך? און דאס וואס בני יואלערס שרייען אפ, קוקט ווי מ'שפארט איין דעם אלטן פייגע אין אוהל, און וואס איז מיט איר כבוד במקומה מונחת?
מאנטאג פעברואר 25, 2019 5:05 pm#425163
דיסקלעימער: איך באלאנג אפיציעל צו די זאלי פארטיי (אומאפיציעל האב איך גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע געשעפט, איך גיי נישט צו קיין חתונות, סיומים, טישן, וכו', איך בין פשוט א קווינסער גראדואנט).

די איידיע פון נוצן א ביה"ק פאר משוגעת'ן איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה און איז disrespectful פאר די שוכני עפר.

ס'איז געווען א עוולה פון זייער זייט, אבער די עוולה איז נישט ניי, נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן א קליפ ווי מלכות קווייער נוצט דער קבר רבי עקיבא פאר א prop, און דעם פאל איז עס געווען העכט נאריש אויך.
מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:02 pm#425186
אז איינעם פאלט איין א גוטע איידיע משמח צוזיין, פארוואס קען מען יענעם נישט פארגיינען - און מ'מוז מוחא זיין? וויפיל רשעות ליגט אין די אלע מחאות פוי!
די גאנצע געדאנק פון מוחא זיין איז אזא עקלדיגע זאך, וואס שטערט ענק אז כלל ישראל וועט געבן א שמייכל אינעם שווערן גלות. ס'דאך אדר נישט בין המצרים.
דינסטאג פעברואר 26, 2019 12:30 am#425191
ווי קען מען זעהן די ווידיאו?
דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:44 am#425198
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די ווידיאו?
דינסטאג פעברואר 26, 2019 2:52 pm#425221
חיים יואל האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די ווידיאו?

אויף טוויטער hasidic איינס און צוויי.
דינסטאג פעברואר 26, 2019 5:34 pm#425233
ס׳איז א מוראדיגע חוצפה פון די סאטמארע צו באגראבען זייער רבי׳ן נעבן א פורים רב.
דינסטאג פעברואר 26, 2019 5:45 pm#425236
לועג לרש literally ...
דינסטאג פעברואר 26, 2019 7:46 pm#425239
וואו קען מען זען דעם קליפ?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:34 am#425349
דער בלאט
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:42 am#425350
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
כ'האב געמיינט אז שמואל ווידער לעבט שוין נישט...
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 am#425351
כל זמן שיהושע חי, היה נראה למשה כאילו הוא חי...
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:51 am#425352
עס וואלט געווען א גוטע עצה צו אינוועסטירן אין אויגען רייבערס. עס איז א שטארקע געזוכטע ארטיקל ביי תלמידי וחסידי סאטמאר, צוליעב די שוידערליכע אקטיוויטעטן פון די וואס זייער טאטעס און זיידעס האבען זיך געווייקט אין סאטמאר, ודו"ק.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 4:39 pm#425373
מיינע אויגן זענען שוין אזוי צוריבן אז עס גיסט בלוט, איינער האט א אנונג אויב דאס איז דער באדייט פון בייז בלוט? מיין דאקטאר וויל וויסן וואס צו שרייבן אין זיין דיאגנאז
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 4:54 pm#425375
אבי מ'שלאגט זיך נישט ביי יודען
דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 6:25 pm#425384
החידוש:
קווינס יעשיבא האט ארויס געווארפן די בחור
משא"כ ווען עפעס א בחור פון קרית יואל האט אראפגעשלעפט א טישטוך דאס איז עכט נארמאל.... ודוק כי קצרתי
פרייטאג מערץ 01, 2019 11:02 am#425467
ק/פ

א גוטן מיינע טייערע חברים *שומו שמים* סאיז נאר אויפשטעלנד און וואספארא פארקרומט דור מיר לעבן היינט זיצט אן אומשילדיג בחור וואס האט ס"ה געטוען אזוי ווי אלע יארן און געווארן פורים רב. זאלט עטס אלע וויסן אז דער בחור איז שוין און די שידוכים יארן און ליידער האט ער נאך זיבן געשוויסטער וואס ווארטן אויף זייער באשערטע. איז היות ער האט אנגענומען די שטעלע פון זיין פורים רב האט זיין מאמא זז"ג עים געזאגט אז א פורים רב האט א גרויסע כוח און זאלסט ארויף גיין צום ציון אויסבעטן א ישועה. קומען דא א באנדע ליידיגייערס אן א טראפל יר"ש מיט אנגעראפסענע באכער און מען צאפט עים דאס בלוט ענק זענען עתיד ליתן עס הדין. ווי זענען ענק אלע ווען די בליק די וואך דער איד די בלאט די כל העולם כולו און JDN וכו' וואס וואך וועכענטלעל איז עס אנגעפילט מיט בילדער פון רבנים מיט אנגעפראסענע באכער זענען ביי דעי ציון פון יענע יענע צדיק און ער איז נאך הייליג אויך ווייל ער ליגט אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגליים נישטא קיין גרעסערע בזיון פון דעים. און ווי זענען דעי אלע שיינע אידן וואס קומען צום ציון נאך א גוטע הייסע שוויץ און אנגעגעסן מיט לעקעך און ברוינפען (טאקע דער וואס האט ארום געלאזט א וואויס נאוט פון זיך) און מען קומזיצט אינעם אוהל מיט גיטארס ווי איז אזאנס געהערט געווארן אונזערע רביס וואלטן געריסן קריעה נאך אזא דור שפל נישטא קיין גרעסערע בזיון פון דעים.
ס"ה איז געווען א אומשילדיג בחור וואס האט געפאלגט זיין מאמע זז"ג און געמיינט אמתדיג אויסצופוילען א ישועה פאר זיינע געשוויסטער אידיש בלוט איז נישט הפקר
פרייטאג מערץ 01, 2019 3:51 pm#425488
גם אני מצטרף לדברי איסר האיטלקי
גאנץ פשוט: לאמיר טאקע זאגן (!) אז ס'געווען א פגיעה בכבוד המתים... אבער אויב מיינט מען באמת לשם שמים וואלט מען זיך געדארפט אויך רעכענען בכבוד החיים אשר איתנו...
אלא מאי...
פרייטאג מערץ 01, 2019 4:02 pm#425489
איין מינוט! וואס איז די פגיעה בכלל.. אין הימל איז נישט חודש אדר? מ'האט דען געזאגט דארט מיאוסע ווערטער? מ'האט מעגליך חוזק געמאכט פון פאלשע רעבעלעך.. נו דאס איז דאך א שמחה אינעם עולם האמת..
פרייטאג מערץ 01, 2019 4:03 pm#425490
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:גם אני מצטרף לדברי איסר האיטלקי
גאנץ פשוט: לאמיר טאקע זאגן (!) אז ס'געווען א פגיעה בכבוד המתים... אבער אויב מיינט מען באמת לשם שמים וואלט מען זיך געדארפט אויך רעכענען בכבוד החיים אשר איתנו...
אלא מאי...

אפשר איז דאס טאקע די גאנצע פראבלעם, די כבוד החיים אשר איתנו, די היזיגע רעבעלעך פילן זיך געטראפן אז איינער האט ריכטיג איבערגעשפילט זייער פורים שפיל....
פרייטאג מערץ 01, 2019 5:37 pm#425492
לחיים ולברכה האט געשריבן:החידוש:
קווינס יעשיבא האט ארויס געווארפן די בחור
משא"כ ווען עפעס א בחור פון קרית יואל האט אראפגעשלעפט א טישטוך דאס איז עכט נארמאל.... ודוק כי קצרתי

איך האף ס'איז נישט אמת. דעם בחור קומט זיך נישט קיין שטראף. העכסטענס זאל די מנהל האלטן א דרשה אין ישיבה און מסביר זיין פאר די בחורים די עוולה וואס האט פאסירט