Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז

קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 78 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12980
מאנטאג מערץ 04, 2019 11:43 pm#425709
קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
ס׳איז מיר איינגעפאלן א מורא׳דיגן געדאנק!

אין מאדערן פיזיקס איז דא א כלל אז אלצדינג איז משתמשים בערבוביא ביז עס ווערט אבזערווירט, עס רופט זיך Quantum superposition. למשל אויב א קאץ געפונט זיך אין א הערמעטיש פארמאכטן באקס מיט א פלעשעלע סם, גייט דאס קאץ זיין סיי לעבעדיג און סיי טויט ביז ווילאנג מ׳עפענט דאס באקס און עס ווערט אבזערווירט צו דאס פלעשל סם איז צובראכען. דהיינו ווען די באקס ווערט געעפענט, דעמאלטס צופאלט די superposition, און דעמאלטס ווערט עס מוכרח צו זיין איינע פון די צוויי (Schrödinger's cat). נישט אז ס׳ווערט מוכח למפרע וואס איז געשעהן, נאר עס קומט אריין אין רעאליטעט דורכ׳ן אבזערווירן.

וואס הייסט אבזערווירן?

אויף דעם איז שוין דא אסאך חילוקי דעות, זה בכה וזה בכה, אבער הצד השוה שבהם איז אדער מוז עס זיין א קאנטשעס אבזערווירער (א מענטש) אדער איז גענוג א סענסאר. למעשה האט מען דערווייל נישט אויסגעפונען ווייל סוכ״ס דארף א מענטש אייביג אנקוקען דעם סענסאר צו וויסן דעם ענטפער, און דעמאלטס איז עס מער נישט אבזערווירט געווארן בלויז דורכ׳ן סענסאר. פארשטייט זיך אז היינט איז עטיאיזם גאר פאפולער, און ממילא קענען רוב פיזיקער נישט אננעמען אז עס מוז זיין א קאנטשעס אבזערווירער, ווייל טאמער יא ווייזט דאס אז א מענטש איז ספעשל און נישט בלויז א פראסטע פיזיקעל ארגאניזם.

אלענפאלס אז מ׳נעמט אן די מהלך אז ס׳מוז זיין א קאנטשעס אבזערווירער, קען מען זייער גרינג מסביר זיין וויאזוי די וועלט איז אינגאנצען קארגע 6000 יאר אלט אפילו לויט סייענס. לאמיר זאגן אז ס׳איז דא עוואלוציע, און אז די יוניווערס ווייזט אז זי איז 15 ביליאן יאר אלט, אבער למעשה קען דאס נישט גערעכענט ווערן, וויבאלד קיינער איז נישט געוועהן קאנטשעס וואס זאל עס קענען אבזערווירן! דאס הייסט ס׳האט נישט למעשה עקזיסטיט. יא ס׳איז געוועהן בהמות און חיות, און ס׳איז געוועהן ניענדערטאלס, אבער קיין איינע פון זיי האבן נישט געהאט קיין נשמה, ממילא איז גארנישט געוועהן ביז אדם הראשון איז אפיר געקומען און ויפח באפיו נשמת חיים! איינמאל ער איז געווארן קאנטשעס איז די גאנצע יקום ארויס פון ערבוביא און געווארן א ריעליטי!

עדיט:
מ׳האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז דאס משל פון א קאץ אונעם באקס געהערט נישט ממש דא אהער. (שכויעך קול דודי). כ׳האב עס דא איבערגעשריבען מיט די אריגינעלע עקספערימעט וויאזוי מ׳האט דאס אויפגעוויזן. ס׳איז אפשר אביסל שווערער צו פארשטיין אבער מער ריכטיג.

למשל מ׳שיינט א לייט אויף א נעץ און מ׳לאזט דורך נאר איין פאטאן אויף אמאל וועט זיך די פאטאן אויפפירען איינמאל ווי א פארטיקל, ד.ה. ס׳וועט דורכגיין אונעם לאך ווי עס קלאפט אן, און א צווייטע מאל וועט זיך עס אויפפירן ווי א כוואליע, און דורכגיין אלע לעכער. אזויווי א כוואליע פון וואסער וואס צושפרייט זיך, און מוז נישט זיין אויף איין ארט, קען די פאטאן דארכגיין אלע לעכער מיטאמאל.

ווי כאפט די חילוק? ס׳ווענט זיך צו די פאטאן ווערט אבזערווירט. טאמער ווערט עס אבזערווירט פירט זיך עס אויף ווי א פארטיקעל און גייט נאר דורך איין לאך אויפאמאל, און טאמער נישט פירט זיך עס אויף ווי א כוואליע און גייט דורך אלע לעכער צוזאמען. דאס ווערט אנגערופען Wave–particle duality. פון דעם נעמט אן מאדערן פיזיקס אז אלעס געפינט זיך און א superposition ביז ווילאנג עס ווערט אבזערווירט.
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:01 am#425710
ניענדעטראלס זענען נאך געווען אזוי קאנשעס ווי אונז.
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:24 am#425712
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ניענדעטראלס זענען נאך געווען אזוי קאנשעס ווי אונז.


האלטסט זיי וואלטען געקענט שרייבן אזעלכע קלוגע תגובות ווי די?
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:28 am#425713
רביה"ק עקזיסטירט נישט ווייל דו אבזעווירסט אים נישט. אדער קען גאר זיין ער עקזעסטירט יא און נישט אויף איינמאהל.
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:39 am#425715
עגלה ערופה האט געשריבן:רביה"ק עקזיסטירט נישט ווייל דו אבזעווירסט אים נישט. אדער קען גאר זיין ער עקזעסטירט יא און נישט אויף איינמאהל.


זעהט אויס האסטיך פארלוירען עגלה. דא האסטו גיי צוריק אהיים: m https://theflatearthsociety.org/home m
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:42 am#425716
די וועלט קען זיין סיי רונדיג און סיי פלאך אויפאמאל...
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:46 am#425718
די וועלט איז זיכער פלאך.
איך עקספעריענס עס קלאהר.
דינסטאג מערץ 05, 2019 12:48 am#425719
לויט דעם לאגיק מיטן קאץ און סם וואלט דאך געדארפט זיין 13.5 ביליאן יאר אין א סופער פאזיציע, סיי בריאה און סיי קיין בריאה.
דינסטאג מערץ 05, 2019 1:02 am#425722
קודם כל איז קאנשעסנעס נישט פארבינדן מיט נשמה אדער קליגשאפט, איעדער חיה וואס האט א נערוועס סיסטעם איז לכאורה קאנשעס.

און צווייטענס, דעס וואס דו זאגסט אז מ'קען נישט וויסן צו א סענסאר קען צעווארפן די סופער פאזישען ווייל א מענטש מיז עס פארדעם אבזערווירן, קענסטו אויך זאגן אז דו ביסט די איינציגסטע וואס צעווארפט די סופערפאזישען, איי אנדערע מענטשן? דו מיזט דאך זיי אבזערווירן פארדעם.
דינסטאג מערץ 05, 2019 1:11 am#425723
לויט דעם קען מען זאגן אז גאט איז אויך רעלאטיוו, פאר דעם הינדו איז קרישנה דער אמתע גאט, פאר'ן איד איז הוי"ה דער אמתע גאט, פאר'ן גריך זאוס, פאר'ן קריסט יאשקע, פאר'ן מוסולמענער אללה, און פאר'ן בודהיסט איז אינגאנצן נישט דא קיין גאט...

#ליהודיםהיתהאורה
דינסטאג מערץ 05, 2019 1:25 am#425724
מאטי האט געשריבן:לויט דעם לאגיק מיטן קאץ און סם וואלט דאך געדארפט זיין 13.5 ביליאן יאר אין א סופער פאזיציע, סיי בריאה און סיי קיין בריאה.


ס׳איז דא ביליאנען מעגליכקייטען אבער ס׳האט נישט עקזיסטירט ווילאנג ס׳איז נישט אבזערווירט געווארען, זאכן וואס עקזיסטירן נישט קענען נישט האבן קיין age.
דינסטאג מערץ 05, 2019 1:55 am#425726
עגלה ערופה האט געשריבן:קודם כל איז קאנשעסנעס נישט פארבינדן מיט נשמה אדער קליגשאפט, איעדער חיה וואס האט א נערוועס סיסטעם איז לכאורה קאנשעס.

איך פארשטיי נישט פון ווי די האסט אפירגעקראצט דעם סטעטמענט. Afaik מיינט קאנטשעסנעס אז מ׳קען זיך זעלבסט פארשטיין, און ס׳דא וואס זאגן אז ס׳מיינט דוקא יא א נשמה (אדער סיי וואס מ׳האלט אז מענטשן האבן, ספיריט, יוניווערס וכדו׳). און אפילו נישט, דארט ווי ס׳כאפט די חילוק צווישן א מענטש און א חיה, אויף יענץ קען מען זאגן אז דאס האט די כוח פון אבזערוואציע.

עגלה ערופה האט געשריבן:און צווייטענס, דעס וואס דו זאגסט אז מ'קען נישט וויסן צו א סענסאר קען צעווארפן די סופער פאזישען ווייל א מענטש מיז עס פארדעם אבזערווירן, קענסטו אויך זאגן אז דו ביסט די איינציגסטע וואס צעווארפט די סופערפאזישען, איי אנדערע מענטשן? דו מיזט דאך זיי אבזערווירן פארדעם.

אלא מאי? וואס ווילסטו ארויסברענגען?
דינסטאג מערץ 05, 2019 2:02 am#425728
דיין חסידישע תורה מיט א געדרייטע ליטווישע פילפול קען נישט פארענטפערן די פילצאליגע עדות וואס ארכאלאגן האבן ערפינדען אין דער ערד. ווי למשל אלטע מטבעות וואס איז לויט קארבאן דעיטינג איבער 10,000 יאהר אלט. ציוויליזאציע און consciousness איז אסאך אסאך עלטער ווי דו מיינסט. און סאיז דא פארדעם קלארע עדות! אלע חסידישע תורת און אלע פשטלעך אינאיינעם פרעגט נישט אפ די מציאות מיין פריינד.
דינסטאג מערץ 05, 2019 2:02 am#425729
חתן בחור האט געשריבן:ס׳איז מיר איינגעפאלן א מורא׳דיגן געדאנק!

אין מאדערן פיזיקס איז דא א כלל אז אלצדינג איז משתמשים בערבוביא ביז עס ווערט אבזערווירט, עס רופט זיך Quantum superposition. למשל אויב א קאץ געפונט זיך אין א הערמעטיש פארמאכטן באקס מיט א פלעשעלע סם, גייט דאס קאץ זיין סיי לעבעדיג און סיי טויט ביז ווילאנג מ׳עפענט דאס באקס און עס ווערט אבזערווירט


נישט ממש. כמעט יעדער איז מסכים א קאץ קען נישט זיין סיי לעבעדיג אין סיי טויט (עכ״פ אין איין וועלט/יוניווערס); אז יא וועט דער קאץ שטארק פראטעסטירן. שראדינגער ניצט דעם קאץ צי פרובירן אויסגראדן די קשיא ווען (אין ווי אזוי) די סופארפאזישן ציפאלט. וואלט ווען א קאץ געקענט זיין סיי לעבעדיג און סיי טויט איז דאך ליתא קשיא (או פערעדאק״ס) מעיקרא.

חתן בחור האט געשריבן:אויף דעם איז שוין דא אסאך חילוקי דעות, זה בכה וזה בכה, אבער הצד השוה שבהם איז אדער מוז עס זיין א קאנטשעס אבזערווירער (א מענטש) אדער איז גענוג א סענסאר. למעשה האט מען דערווייל נישט אויסגעפונען ווייל סוכ״ס דארף א מענטש אייביג אנקוקען דעם סענסאר צו וויסן דעם ענטפער


מ׳ברויך נישט אבסארווירן די סענסאר בשעת מעשה צי וויסן ווען סופערפאזישן איז צופאלן. מ׳קען אויסרעכענען שפעטער אז סופארפאזישן איז צופאלן ווען ס׳שטויסט זיך אן אינ׳ם סענסאר. דאכטסעך אז ס׳נישט דא (כמעט) קיין איין ערנסטער פיזיקער (לאפיקו פילאסאפן וואס פארשטייען נישט פיזיקס) וואס האלט אז ס׳מיז זיין א ״קאנשעס״ אבזערווירער, ווייל אזוי זאגען איז א דוחק גדול אין באמת מאכט פארשידענע קשיות נאך שווערער. זע דא:
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Observe ... t_(physics m )

אט איז למשל פון הייזנבערג אליינס:
Of course the introduction of the observer must not be misunderstood to imply that some kind of subjective features are to be brought into the description of nature. The observer has, rather, only the function of registering decisions, i.e., processes in space and time, and it does not matter whether the observer is an apparatus or a human being;
דינסטאג מערץ 05, 2019 2:35 am#425735
קול דודי האט געשריבן:נישט ממש. כמעט יעדער איז מסכים א קאץ קען נישט זיין סיי לעבעדיג אין סיי טויט (עכ״פ אין איין וועלט/יוניווערס); אז יא וועט דער קאץ שטארק פראטעסטירן. שראדינגער ניצט דעם קאץ צי פרובירן אויסגראדן די קשיא ווען (אין ווי אזוי) די סופארפאזישן ציפאלט. וואלט ווען א קאץ געקענט זיין סיי לעבעדיג און סיי טויט איז דאך ליתא קשיא (או פערעדאק״ס) מעיקרא.

איך הער, דאס האב איך נישט געכאפט. די קאץ איז טאקע נישט די ריכטיגע משל צו מסביר זיין סופערפאזישען.

קול דודי האט געשריבן:דאכטסעך אז ס׳נישט דא (כמעט) קיין איין ערנסטער פיזיקער (לאפיקו פילאסאפן וואס פארשטייען נישט פיזיקס) וואס האלט אז ס׳מיז זיין א ״קאנשעס״ אבזערווירער, ווייל אזוי זאגען איז א דוחק גדול אין באמת מאכט פארשידענע קשיות נאך שווערער.

איך ווייס אז ס׳איז נישט קיין אפיציעלע מהלך, אבער אז ס׳מאכט זאכן שווערער איז נייעס פאר מיר, כ׳וועל מיך מער אריינטון דערין. שכויעך פאר די קאמענטס.
דינסטאג מערץ 05, 2019 6:52 pm#425772
שבת אחים האט געשריבן:דיין חסידישע תורה מיט א געדרייטע ליטווישע פילפול קען נישט פארענטפערן די פילצאליגע עדות וואס ארכאלאגן האבן ערפינדען אין דער ערד. ווי למשל אלטע מטבעות וואס איז לויט קארבאן דעיטינג איבער 10,000 יאהר אלט. ציוויליזאציע און consciousness איז אסאך אסאך עלטער ווי דו מיינסט. און סאיז דא פארדעם קלארע עדות! אלע חסידישע תורת און אלע פשטלעך אינאיינעם פרעגט נישט אפ די מציאות מיין פריינד.

איך ווייס נישט מיט וועם די טענה׳עסט זיך דא, אבער נישט מיט מיר... זיי מוחל לייען איבער מיין תגובה אבער לייג צו קאפ.
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:11 am#425788
לויט אלבערט איינשטיין׳ס טעאריע אז טיים און ספייס זענען איין מציאות איז בכלל ניטא קיין קשיא פון ווי אלט די יוניווערס איז. צייט איז רעלאטיוו. און אין אונזער וועלט אינעם דאזיגען ספייס איז א יאהר כך וכך שעות. אין אנאנדער ספייס און טיים איז עס גאר או אנדערע המשכיות. דער פראגע איז פשוט עמעראציש.
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:21 am#425789
תורה ומדע האט געשריבן:לויט אלבערט איינשטיין׳ס טעאריע אז טיים און ספייס זענען איין מציאות איז בכלל ניטא קיין קשיא פון ווי אלט די יוניווערס איז. צייט איז רעלאטיוו. און אין אונזער וועלט אינעם דאזיגען ספייס איז א יאהר כך וכך שעות. אין אנאנדער ספייס און טיים איז עס גאר או אנדערע המשכיות. דער פראגע איז פשוט עמעראציש.

און לויט וועמענס צייט רעדט די תורה?
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:43 am#425790
וואו אין די תורה שטייט ווי אלט די וועלט איז?
מיטוואך מערץ 06, 2019 4:50 am#425800
Re: קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו אין די תורה שטייט ווי אלט די וועלט איז?

פון זיצן א גאנצן טאג און קאווע שטיבל וועסט עס זיכער נישט געוואר ווערן.
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:10 am#425801
ס'איז געוואלדיג וואספארא לענגטה מענטשן וועלן גיין צוצושלעפן מציאות צו א וואס ס'שטייט ליטעראלי געשריבן אין א ספר.
מיטוואך מערץ 06, 2019 5:55 am#425802
אויב א בוים פאלט אין וואלד (און קיינער איז נישט דארט) מאכט עס גערודער? אדער ווי לאנג קיינער איז נישט דארט עס צו הערן פאלט ער דא שטיל?
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:30 pm#425825
תורה ומדע האט געשריבן:לויט אלבערט איינשטיין׳ס טעאריע אז טיים און ספייס זענען איין מציאות איז בכלל ניטא קיין קשיא פון ווי אלט די יוניווערס איז.

הרב איינשטיין לא ביטול את השעות. א זייגער דערציילט דעם אמת נאך איינשטיין אויך.

תורה ומדע האט געשריבן:צייט איז רעלאטיוו.

רעלאטיוו״ צי וואס? ווען מ׳זאגט, למשל, אז דער גרענ״ד קעניא״ן איז זעקס מיליאן יאר אלט מיינט מען אז אויב וואלט מען געשטעלט א זייגער לעבן דעם גרענ״ד קעניא״ן ווען ס׳איז באשאפן געווארן אין עס נישט אוועק געריקט, וואלט עס יעצט געוויזן זעקס מיליאן יאר. דאס הייסט, פונ׳ם לאקאלן פערספעקטיוו (local time) איז עס אזוי פיל יאר אלט. דאס זעלבע איז לגבי די וועלט אויך. איינשטיין איז נישט מחלק.

תורה ומדע האט געשריבן:אין אנאנדער ספייס און טיים איז עס גאר או אנדערע המשכיות.

וואס הייסט ״אנאנדער ספייס און טיים״? ס׳איז נאר דא איינס. אפשר מיינסטו פון ״אנאנדער פערספעקטיוו״? נו, איז אבער ווען מען רעדט ווי אלט עפעס איז מיינט מען אייביג פון א לאקאלן פערספעקטיוו (דהיינו, א זייגער וואס זיצט באותו מקום ובאותו זמן).

תורה ומדע האט געשריבן:דער פראגע איז פשוט עמעראציש.

... והמשכיל ידום
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:44 pm#425827
Re: קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
פערינא האט געשריבן:אויב א בוים פאלט אין וואלד (און קיינער איז נישט דארט) מאכט עס גערודער? אדער ווי לאנג קיינער איז נישט דארט עס צו הערן פאלט ער דא שטיל?
דאס איז א קשיא מיט וואס אלע סאונד טיטשערס הייבן אן. דער תירוץ איז אז ניין, ווייל כדי א קול זאל הייסן א קול מוז זיין דריי זאכן: א קריעטער (א שאקלדיגער אביעקט), א מעביר (אטמאספערע), און א מקבל.

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס
מיטוואך מערץ 06, 2019 12:46 pm#425828
הביו״ת לא ישנה את הטבע לכל אפיקורס ועי׳ רמב״ן פרשת בא.
אבל לגופו של ענין, כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה. וזה לא שייך למדידת הזמן עם שעון ממוחשב או שעון מלח, רק בעצם הזמן. דהזמן והמקום דבר הם שני צדדים מאותה מטבע. ובוי״ת הממציא את מושג מקום וזמן הוא בהכרח למעלה מהזמן והמקום. ולכן כשהתורה מיחשב את שעות הבריאה או ימי ששת ימי היצירה שהם מושגי זמן להבורא ית״ש לא יתכן לשאול האיך יסתדר עם המורה שעות שיש לך על היד. ובמופלא ממך וכו׳
מיטוואך מערץ 06, 2019 1:02 pm#425830
תורה ומדע האט געשריבן:אבל לגופו של ענין, כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה. וזה לא שייך למדידת הזמן עם שעון ממוחשב או שעון מלח, רק בעצם הזמן.

ווען די עצם הזמן גייט שטייטער גייט די זייגער אויך שטייטער, ופשוט היא.
מיטוואך מערץ 06, 2019 1:14 pm#425831
תורה ומדע האט געשריבן:כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה.

כ׳ווייס נישט וואס די מיינסט מיט ״יחלוף הזמן״, אבער דער זייגער ארבעט פונקט די זעלבע איבעראל, ווי אויבן דערמאנט. ווען די ביסט מיטן זייגער צוזאמען (local time) איז עס אייביג די זעלבע.

תורה ומדע האט געשריבן:ובוי״ת הממציא את מושג מקום וזמן הוא בהכרח למעלה מהזמן והמקום. ולכן כשהתורה מיחשב את שעות הבריאה או ימי ששת ימי היצירה שהם מושגי זמן להבורא ית״ש לא יתכן לשאול האיך יסתדר עם המורה שעות שיש לך על היד.

פיין, אבער וואס האט דאס מיט איינשטיין?

תורה ומדע האט געשריבן:ובמופלא ממך וכו׳

לא נפלאת היא ממני, ולא רחוקה היא
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:10 pm#425841
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:אבל לגופו של ענין, כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה. וזה לא שייך למדידת הזמן עם שעון ממוחשב או שעון מלח, רק בעצם הזמן.

ווען די עצם הזמן גייט שטייטער גייט די זייגער אויך שטייטער, ופשוט היא.

מסכים
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:13 pm#425843
קול דודי האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה.

כ׳ווייס נישט וואס די מיינסט מיט ״יחלוף הזמן״, אבער דער זייגער ארבעט פונקט די זעלבע איבעראל, ווי אויבן דערמאנט. ווען די ביסט מיטן זייגער צוזאמען (local time) איז עס אייביג די זעלבע.

תורה ומדע האט געשריבן:ובוי״ת הממציא את מושג מקום וזמן הוא בהכרח למעלה מהזמן והמקום. ולכן כשהתורה מיחשב את שעות הבריאה או ימי ששת ימי היצירה שהם מושגי זמן להבורא ית״ש לא יתכן לשאול האיך יסתדר עם המורה שעות שיש לך על היד.

פיין, אבער וואס האט דאס מיט איינשטיין?

תורה ומדע האט געשריבן:ובמופלא ממך וכו׳

לא נפלאת היא ממני, ולא רחוקה היא

איינשטיין הפשיט את מושגי זמן ומקום כבלתי נמצאים בכלל כעצמים.
מיטוואך מערץ 06, 2019 2:51 pm#425849
תורה ומדע האט געשריבן:איינשטיין הפשיט את מושגי זמן ומקום כבלתי נמצאים בכלל כעצמים.


בוודאי הם נמצעים אליבא ד׳איינשטיין. נאר איינשטיין לערנט אז די ״אמת׳ער״ לענג פונ׳ם זמן איז געוואנדן אונ׳ם קוק-ווינקל. אבער דאס מיינט נישט אז ס׳עקסעזטירט נישט, און אוודאי מיינט עס נישט אז מ׳קען נישט זאגן ווי אלט עפעס איז (דהיינו פונ׳ם לאקאלן קוק-ווינקל).
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:24 pm#425890
תורה ומדע האט געשריבן:הביו״ת לא ישנה את הטבע לכל אפיקורס ועי׳ רמב״ן פרשת בא.
אבל לגופו של ענין, כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה. וזה לא שייך למדידת הזמן עם שעון ממוחשב או שעון מלח, רק בעצם הזמן. דהזמן והמקום דבר הם שני צדדים מאותה מטבע. ובוי״ת הממציא את מושג מקום וזמן הוא בהכרח למעלה מהזמן והמקום. ולכן כשהתורה מיחשב את שעות הבריאה או ימי ששת ימי היצירה שהם מושגי זמן להבורא ית״ש לא יתכן לשאול האיך יסתדר עם המורה שעות שיש לך על היד. ובמופלא ממך וכו׳

און ששת ימי היצירה איז דען יא א מושג משותף בינינו ולבין הבורא??
מיטוואך מערץ 06, 2019 6:52 pm#425893
טאמבל סאס האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:הביו״ת לא ישנה את הטבע לכל אפיקורס ועי׳ רמב״ן פרשת בא.
אבל לגופו של ענין, כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה. וזה לא שייך למדידת הזמן עם שעון ממוחשב או שעון מלח, רק בעצם הזמן. דהזמן והמקום דבר הם שני צדדים מאותה מטבע. ובוי״ת הממציא את מושג מקום וזמן הוא בהכרח למעלה מהזמן והמקום. ולכן כשהתורה מיחשב את שעות הבריאה או ימי ששת ימי היצירה שהם מושגי זמן להבורא ית״ש לא יתכן לשאול האיך יסתדר עם המורה שעות שיש לך על היד. ובמופלא ממך וכו׳

און ששת ימי היצירה איז דען יא א מושג משותף בינינו ולבין הבורא??

לשבר את האוזן
מיטוואך מערץ 06, 2019 9:21 pm#425903
לולקע באנוצער האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:אויב א בוים פאלט אין וואלד (און קיינער איז נישט דארט) מאכט עס גערודער? אדער ווי לאנג קיינער איז נישט דארט עס צו הערן פאלט ער דא שטיל?
דאס איז א קשיא מיט וואס אלע סאונד טיטשערס הייבן אן. דער תירוץ איז אז ניין, ווייל כדי א קול זאל הייסן א קול מוז זיין דריי זאכן: א קריעטער (א שאקלדיגער אביעקט), א מעביר (אטמאספערע), און א מקבל.

געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס


דאס איז טאקע אמת, אבער און מאדערן פיזיקס טאמער ווערט די בוים נישט אבזערווירט דעמאלטס מאכט עס נישט קיין גערודער, און עס פאלט נישט, און עקזיסטירט אפילו נישט, ווייל ס׳איז נישטא קיין אבזערווירער וואס זאל עס אריינברענגען אונעם מציאות.

למעשה איז דאס כמעט נישט שייך ווייל ווען א בוים פאלט אראפ און וואלד איז געווענליך דא א תוצאה וואס גייט יא ווערן אבזערווירט. אזויווי די butterfly effect.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:00 pm#425905
חתן בחור האט געשריבן: אבער און מאדערן פיזיקס טאמער ווערט די בוים נישט אבזערווירט דעמאלטס מאכט עס נישט קיין גערודער, און עס פאלט נישט, און עקזיסטירט אפילו נישט, ווייל ס׳איז נישטא קיין אבזערווירער וואס זאל עס אריינברענגען אונעם מציאות.

ניין, מאדערן פיזיקס זאגט נישט אזא זאך. גארנישט ברויך נישט אן אבזערווירער כדי עס ״אריינברענגען אונעם מציאות״. אפשר מיינסטו אן אבזערווירער כדי עס ארויסברענגען פון קוואנטום סופערפאסישן (ס׳איז אונעם מציאות פארדעם אויך) איז דאס אבער אויך נישט ריכטיג: א בוים, פונקט ווי א קאץ, איז נישט און קוואנטום סופערפאסישן — ס׳איז מער נישט א קוואנטום כוואליע, ס׳איז געמאכט פון פארטיקלס.

אגב: ״קוואנטום סופערפאסישאן״ מיינט נישט אז עםעס עקסעזטירט יא אין עקסעזטירט נישט בבת אחת. ס׳מיינט אז עפעס עקזעסטירט אין פארשידענע אנדערע פלעצער אין האט פארשידענע אנדערע תכונות אויף איינמאל (דהיינו, א קוואנטום כוואליע). ווען די כווואליע צופאלט, בלייבט די פארטיקלס.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:18 pm#425907
ענק מישן דא אויס צוויי זאכן: דאס וואס זיי זאגן אז א בוים עקזיסטירט נישט אן אן אבזערווירער, האט גארנישט מיט קוואנטום צוטון. זיי זאגן אז א בוים עקזיסטירט בכלל נישט אזויווי אונז זעען עס, 99.9999 פראצענט פון אן אטאם איז ליידיג, גאנצעטע טעאריעס האבן זיי פארוואס מ'קען נישט אדורכזען און אדרוכגיין א בוים. די ברוינע שטאם מיט גרינע בלעטער עקזיסטירט נישט אין מציאות, ס'איז נאר די וועג וויאזוי אונזערע מוחות טייטשט עס אפ. און די זעלבע געשעט ווען די בוים פאלט אראפ, די קולות וואס אונז הערן עקזיסטירן נישט במציאות, אונזערע מוחות פראדוצירן עס אליינס.

m http://theconversation.com/if-atoms-are ... olid-71742 m
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:26 pm#425908
קול דודי האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן: אבער און מאדערן פיזיקס טאמער ווערט די בוים נישט אבזערווירט דעמאלטס מאכט עס נישט קיין גערודער, און עס פאלט נישט, און עקזיסטירט אפילו נישט, ווייל ס׳איז נישטא קיין אבזערווירער וואס זאל עס אריינברענגען אונעם מציאות.

ניין, מאדערן פיזיקס זאגט נישט אזא זאך. גארנישט ברויך נישט אן אבזערווירער כדי עס ״אריינברענגען אונעם מציאות״. אפשר מיינסטו אן אבזערווירער כדי עס ארויסברענגען פון קוואנטום סופערפאסישן (ס׳איז אונעם מציאות פארדעם אויך) איז דאס אבער אויך נישט ריכטיג: א בוים, פונקט ווי א קאץ, איז נישט און קוואנטום סופערפאסישן — ס׳איז מער נישט א קוואנטום כוואליע, ס׳איז געמאכט פון פארטיקלס.

טיארעטיקאלי, פארוואס קען עס נישט זיין אין סופער-פאזישען? א וואלד וואס איז אויף א וועלט וואס קיינער האט נאך נישט געזעהן און ס׳מוז אפילו נישט זיין א בוים דארטן, פארוואס זאל עס נישט אין סופער-פאזישען? מילא א קאץ האט א פראבלעם אז ער זעלבסט קען ווערן גערעכענט ווי אן אבזערווירער, אבער א בוים?
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:29 pm#425909
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ענק מישן דא אויס צוויי זאכן: דאס וואס זיי זאגן אז א בוים עקזיסטירט נישט אן אן אבזערווירער, האט גארנישט מיט קוואנטום צוטון. זיי זאגן אז א בוים עקזיסטירט בכלל נישט אזויווי אונז זעען עס, 99.9999 פראצענט פון אן אטאם איז ליידיג, גאנצעטע טעאריעס האבן זיי פארוואס מ'קען נישט אדורכזען און אדרוכגיין א בוים. די ברוינע שטאם מיט גרינע בלעטער עקזיסטירט נישט אין מציאות, ס'איז נאר די וועג וויאזוי אונזערע מוחות טייטשט עס אפ. און די זעלבע געשעט ווען די בוים פאלט אראפ, די קולות וואס אונז הערן עקזיסטירן נישט במציאות, אונזערע מוחות פראדוצירן עס אליינס.

http://theconversation.com/if-atoms-are ... olid-71742

הייליגע רבי זאלסט מיר מוחל זיין, אבער די מישט אריין דא א צווייטע זאך אינגאנצען.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:38 pm#425910
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ברוינע שטאם מיט גרינע בלעטער עקזיסטירט נישט אין מציאות, ס'איז נאר די וועג וויאזוי אונזערע מוחות טייטשט עס אפ. און

אוודאי עקזיסטירט עס אין מציאות. ווען מ׳זאגט ״דאס איז א גרינע בלעטל״ מיינט מען צוזאגן ״דעס איז א מציאות וואס קוקט אויס פאר א מענטשליכע אויג ווי א גרינע בלעטל״. דאס איז דער אפטייטש פון ״א גרינע בלעטל״. דער גרינע בלעטל איז א מציאות; דער פונקטליכע וועג ווי אזוי עס קוקט אויס ווענדט זיך אונ׳ם אויג אין מוח. אבער די מציאות איז מציאות, ס׳וועדט זיך נישט און אן אויג.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:41 pm#425911
קול דודי האט געשריבן:דער גרינע בלעטל איז א מציאות; דער פונקטליכע וועג ווי אזוי עס קוקט אויס ווענדט זיך אונ׳ם אויג אין מוח. אבער די מציאות איז מציאות, ס׳וועדט זיך נישט און אן אויג.

אין מציאות איז עס 99.9999 פראצענט ליידיג.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:43 pm#425912
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן:דער גרינע בלעטל איז א מציאות; דער פונקטליכע וועג ווי אזוי עס קוקט אויס ווענדט זיך אונ׳ם אויג אין מוח. אבער די מציאות איז מציאות, ס׳וועדט זיך נישט און אן אויג.

אין מציאות איז עס 99.9999 פראצענט ליידיג.

דאס וואס איז 99.9999 פראצענט ליידיג איז אונזער מציאות.
מיטוואך מערץ 06, 2019 10:54 pm#425914
חתן בחור האט געשריבן:טיארעטיקאלי, פארוואס קען עס נישט זיין אין סופער-פאזישען? א וואלד וואס איז אויף א וועלט וואס קיינער האט נאך נישט געזעהן און ס׳מוז אפילו נישט זיין א בוים דארטן, פארוואס זאל עס נישט אין סופער-פאזישען? מילא א קאץ האט א פראבלעם אז ער זעלבסט קען ווערן גערעכענט ווי אן אבזערווירער, אבער א בוים?


כדאי ס׳זאל זיין און א קוואנטום סופערפאזישן מיז זיין אז קיין שום פארטיקל פונ׳ם בוים האט קיינמאל נישט געהאט קיין משא-ומתן מיט א פארטיקל וואס איז נישט און קוואנטום סופערפאזישן, אזוי אז ס׳איז אלעס איין גרויסן קוואנטום סיסטעם. דאס הייסט, די ווינט וואס בלאזט דארט איז א קוואנטום ווינט און ס׳בלאזט אין א קוואנטום וואלד און ס׳רעגנט קוואנטום רעגן און די פארטיקלס קומען פון א קוואנטום שטערן. דאס איז פארשטייט זיך נאר מעגליך און א קוואנטום וועלט, נישט ווי אונזערס.

איינמאל א פארטיקל האט משא-ומתן (interaction) מיט עפעס וואס איז נישט א חלק פון א קוואנטום סיסטעם, צופאלט די כוואליע.
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 11:12 am#425924
תורה ומדע האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:הביו״ת לא ישנה את הטבע לכל אפיקורס ועי׳ רמב״ן פרשת בא.
אבל לגופו של ענין, כל מושג של זמן הוא רעלאטיוו למקום. ואם אתה נמצא בחלל, אפילו כמה מיילס מועטים ממעל מכדור הארץ, יחלוף הזמן באופן שונה. וזה לא שייך למדידת הזמן עם שעון ממוחשב או שעון מלח, רק בעצם הזמן. דהזמן והמקום דבר הם שני צדדים מאותה מטבע. ובוי״ת הממציא את מושג מקום וזמן הוא בהכרח למעלה מהזמן והמקום. ולכן כשהתורה מיחשב את שעות הבריאה או ימי ששת ימי היצירה שהם מושגי זמן להבורא ית״ש לא יתכן לשאול האיך יסתדר עם המורה שעות שיש לך על היד. ובמופלא ממך וכו׳

און ששת ימי היצירה איז דען יא א מושג משותף בינינו ולבין הבורא??

לשבר את האוזן

נאר די מענטשן פון דריי טויזנט יאר תורי האבן געדארפט שבירת האוזן?
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 9:39 pm#425996
אפשר האט עס משה רבינו געשריבען לויט זיין פארשטאנד און סגנון.
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 9:52 pm#425998
השתא דאתית להכא...
דאנערשטאג מערץ 07, 2019 10:32 pm#426004
אלע נביאים ווי ישעיה, יחזקאל, דניאל וכו׳ האבן לכאורה געשריבען לויט זייער ווערסיע און פארשטאנד, מאן יימר תורת משה איז אנדערש. שטייט סך הכל אז מ׳דארף גלייבן ער האט דאס נישט אליינס אויסגעטראכט, ממילא וואס ער זאגט איז אמת אבער ס׳איז נישט קיין קשיא פארוואס ער האט געניצט מליצות לשבר את האוזן לויט זיינע צייטן.
זונטאג מערץ 10, 2019 1:30 pm#426123
אלענפאלס אז מ׳נעמט אן די מהלך אז ס׳מוז זיין א קאנטשעס אבזערווירער, קען מען זייער גרינג מסביר זיין וויאזוי די וועלט איז אינגאנצען קארגע 6000 יאר אלט אפילו לויט סייענס



וויאזוי פארענטפערסטו דאס למשל? און אלע אנדערע ארט און פעינטינגס וואס לויט סייענס איז אזוי אלט ווי 65,000 יאהר???


World's Oldest Cave Art Found—And Neanderthals Made It
The findings suggest that Neanderthals and modern humans had the same cognitive abilities
m https://news.nationalgeographic.com/201 ... n-science/ m


Cave painting
m https://en.wikipedia.org/wiki/Cave_painting m

41 טויזנט יאהר צוריק
בילד

20 טויזנט יאהר צוריק
בילד


13 טויזנט יאהר צוריק
בילד

17,000 יאהר צוריק
בילד

35 טויזנט יאהר צוריק
Lion-man
m https://en.wikipedia.org/wiki/Lion-man m
The lion-headed figurine is the oldest-known zoomorphic (animal-shaped) sculpture in the world, and the oldest-known uncontested example of figurative art. It has been determined by carbon dating of the layer in which it was found to be between 35,000 and 40,000 years old,

בילד
זונטאג מערץ 10, 2019 3:38 pm#426128
שבת אחים האט געשריבן:The findings suggest that Neanderthals and modern humans had the same cognitive abilities

אדער איז מעגלעך???



דאס טאר מען נישט טראכטן - ווייל דו גייסט אקעגן "סייענס"
און וואו די ווייסט האט סייענס ערפינדען די מייקראוועו און אנטי-בייאטיק
זונטאג מערץ 10, 2019 11:50 pm#426159
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:The findings suggest that Neanderthals and modern humans had the same cognitive abilities

אדער איז מעגלעך???



דאס טאר מען נישט טראכטן - ווייל דו גייסט אקעגן "סייענס"
און וואו די ווייסט האט סייענס ערפינדען די מייקראוועו און אנטי-בייאטיק


קום לאמיר איבערלערנען די גמרא נאכאיינמאל.

חתן בחור קומט צו א מסקנא אז לויט זיין פשעטעל וועט מען אפילו לויט ״סייענס״ קענען איינזעצן אז consciousness איז נאר זעקס טויזנט יאהר אלט. איז געקומען שבת אחים מיט א ורמינהו מיר זעהן דאך קלאר לויט ״סייענס״ אז consciousness האט שוין עקזעסטירט לכה״פ אזוי פרי ווי 65,000 יאהר צוריק ווייל מיר האבן געטראפן מאלערייען און ארט וואס לויט ״סייענס״ איז עס שוין 65,000 אלט?

ענטפערט די גמרא: ת י ק ו...
דינסטאג מערץ 12, 2019 6:41 pm#426338
ערשטענס מאלערייען איז לאו דוקא consciousness, דאס געשריבענע ווארט איז למעשה נישט עלטער פון בערך 5000 יאר. ואיבעית אימא כ׳האב דערמאנט ניענדערטאלס אין מיין תגובה און כ׳האב געשריבען אז זיי האבן נישט געהאט קיין נשמה, און ס׳קען זיין אז דאס פעלט אויס פאר אבזערוואציע. ואיבעית אימא, אין הכא נמי זיי זענען געווען conscious און די חילוק צווישן אונז און זיי, דאס וואס אונז האבן מער פון זיי דאס מאכט די סופער-פאזישען זאל צופאלען.

סליקא לה מסכת קוואנטום.
דינסטאג מערץ 12, 2019 7:19 pm#426344
דאס האב איך געשריבן איינעם און אישי אלס א תשובה צו שאלות וועגן wave-particle duality און quantum superposition. איך לייג עס דא אויב אנאנדערער וויל אויך וויסן.

קול דודי האט געשריבן:באמת, ס׳זייער שווער מסביר צו זיין על רגל אחת (הלל הזקן: ואהבת לרעך כמוך?), ספעציעל מיטן געשריבענעם ווארט, אויף אידיש. כ׳וועל פרובירן צו ענטפערן בקיצור:

ערשטנס, וועיוו-פארטיקל דואליטי מיינט נישט קוואנטום סופארפאזישן. א קוואנטאם וועיוו מיינט צוזאגן אז עפעס איז אין קוואנטום סופערפאזישן. א פארטיקל מיינט צוזאגן אז עס איז מער נישט אין קוואנטום סופערפאזישן, דאס הייסט, די וועיוו איז צופאלן (אין ס׳האט אויסגעקליבן איין פונקט אויפ׳ן וועיוו). ס׳איז נישט די ״וועיוו-פארטיקל דואליטי״ וואס צופאלט. ס׳איז די וועיוו (סופערפאזישן) וואס צופאלט און ס׳ווערט א פשוט׳ער פארטיקל. והיינו דאמרי אינשי, וועיוו-פארטיקל דואליטי.

דאס הייסט, וועיוו-פארטיקל דואליטי מיינט צוזאגן, אז א פאטא״ן (photon) למשל קען זיין אדער א סופערפאזישן פון קוואנטאם סטעיטס (דהיינו א וועיוו), אדער קען עס זיין א פשוט׳ער פארטיקל, נאכדעם ווען די וועיוו איז פארשווינדן.

ווען אן אטאם למשל ״שפייט אויס״ א פאטאן (די פאטאן ווערט ״באשאפן״ דעמאלטס), איז די פאטאן א קוואנטאם וועיוו. ווען די פאטאן שטויסט זיך אן אין א דיטעקטאר, איז עס מער נישט קיין קוואנטום וועיוו (חוץ אויב דער דיטעקטאר איז א קוואנטום וועיוו, אבער דעמאלטס קען דאס נישט זיין קיין ״דיטעקטאר״).

ווען, צווישן ווערן אויסגעשפיגן פונ׳ם אטאם און זיך אנשטויסן אינ׳ם דיטעקטאר, איז די וועיוו צופאלן? פארוואס? דאס זענען אלע גוטע שאלות. אבער אז עס איז מער נישט קיין וועיוו איז א דבר פשוט.

כ׳האף אז דאס קלארט אויס אביסל.

אגב, ס׳איז נישט אזוי פשוט פארשטייט זיך. הא. דער וועיוו צופאלט נאר ווען ס׳איז ״געצווינגען״ אויצוקלויבן איין פונקט אויפן וועיוו. אויב איז נישט קיין נפקא מינה בכלל, קען עס טאקע בלייבן א וועיוו. זעי: עלעקטרא״ן אין אן אטאם. א נפקא מינה פאר וועמען? פאר׳ן ״דיטעקטאר״ (אדער אן אנדערן פשוטער פארטיקל) פארשטייט זיך, וויבאלד דער דיטעקטאר/פארטיקל מיז דאך אויסקוקן/טון אנדערש, געוואנדן ווי אזוי די וועיוו צופאלט!

איז אבער די פילאסאפישער שאלה, אי הכי, פאר וועמען איז א נפקא מינה ווי אזוי די דיטעקטאר קוקט אויס? פאר דיר? נו, איז פארוועמען איז א נפקא מינה ווי אזוי דיין מוח/פארשטאנדט/די קוקסט אויס?

מוז דער ענטפער זיין: נפקא מינה לגיטין וקידושין...