Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום

קאווע שטיבל • וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13017
מאנטאג מערץ 25, 2019 3:25 pm#426999
וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
איו די יעצטיגע שעות באהאגעלט די צה"ל עזה
ווארשיינליך איז עס א שפיל פון ביבי בכדי אים צו העלפן פאר די בחירות
וועט אים עס געראטן?
מאנטאג מערץ 25, 2019 7:34 pm#427010
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
איש את רעהו האט געשריבן:איו די יעצטיגע שעות באהאגעלט די צה"ל עזה
ווארשיינליך איז עס א שפיל פון ביבי בכדי אים צו העלפן פאר די בחירות
וועט אים עס געראטן?

איר זענט דאך אזוי קליין קעפיג אז עס איז ממש א פחד.
מאנטאג מערץ 25, 2019 7:43 pm#427012
עס פעלט נישט אויס קיין אשכול פאר דעם, דאס טוהן זיי יעדעס מאל עס קומט ראקעטס פון עזה, די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט
מאנטאג מערץ 25, 2019 7:55 pm#427015
פאר מער אינפארמאציע קליקט דא.
מאנטאג מערץ 25, 2019 8:08 pm#427017
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
חוקר ודורש האט געשריבן:עס פעלט נישט אויס קיין אשכול פאר דעם, דאס טוהן זיי יעדעס מאל עס קומט ראקעטס פון עזה, די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט

דאס איז שוין יא א שאלה.
מאנטאג מערץ 25, 2019 8:52 pm#427020
גר ותושב האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן: די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט

דאס איז שוין יא א שאלה.


ביידע
גולן + אראביש בלוט און עזה באמבאדירונגען האפט ער סוועט אים ראטעווען.
מאנטאג מערץ 25, 2019 9:07 pm#427022
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
איש את רעהו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן: די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט

דאס איז שוין יא א שאלה.


ביידע
גולן + אראביש בלוט און עזה באמבאדירונגען האפט ער סוועט אים ראטעווען.


אייער קליין קעפיגקייט ווערט קלענער פון מינוט צו מינוט.
וויפיל אראבישע בלוט איז היינט פארגאסן געווארן?
מאנטאג מערץ 25, 2019 9:11 pm#427025
לייען איבעראל ווי זייער בלוט קאכט, דאס דארף ער יעצט דעליווערן פאר די רעכטע
ווי מער אראבער ס'שעלטן האפט ביבי ס'וועט אים ארויפריקן
מאנטאג מערץ 25, 2019 9:13 pm#427026
דו ביזט פארנומען מיט די שרעקעדיגע ווארט "בלוט". די ישמעאלים האבן נישט קיין בלוט, און קענסט פארמאכן דעם אשכול.
מאנטאג מערץ 25, 2019 9:15 pm#427027
איש את רעהו האט געשריבן:לייען איבעראל ווי זייער בלוט קאכט, דאס דארף ער יעצט דעליווערן פאר די רעכטע
ווי מער אראבער ס'שעלטן האפט ביבי ס'וועט אים ארויפריקן

ווען נתניהו האט ווען נאר אינזין די בחירות וואלט ער זיי געגעבן היינט אויף רעכטס און לינקס, נישט סתם געשאסן אביסל ליידיגע הייזער מיט ווארנונגען פון פאראויס, נאך די היינטיגע טאג האט נתניהו נאר פארלוירן וואוטס און נישט פארדינט.
(ווען נישט זיינע קעגנער זענען א באנדע קלעץ)
אבער מיט איר האט נעבעך שווארצע גליזער איר זענט מכובד צו קויפן נייע.
מאנטאג מערץ 25, 2019 11:38 pm#427045
גר ותושב האט געשריבן:אייער קליין קעפיגקייט ווערט קלענער פון מינוט צו מינוט.

דאס הייסט צו זאגן אז מ'ווערט קלוגער?
מאנטאג מערץ 25, 2019 11:44 pm#427047
ווענדט זיך וואס מען לייגט אריין אינעם לולקע.
דינסטאג מערץ 26, 2019 8:36 am#427064
ווער עס האלט מיט אביסעל איזראעלי פאליטיקס ווייסט אז ביבי איז זיייער גוט אין רעדן ווי אן עקסטרעמיסט און העצן פאר מלחמה און קעגן די לינקע מיט די אראבער אבער ווען עס קומט למעשה איז ער גאר שטארק איינגעהאלטן און וועט זיך קיינמאל נישט יאגן צו גיין אין מלחמה
אמת אז ער באמבאדירט אביסל צו בארוהיגען זיין באזע אבער ער גוט גאר שטארק אכטונג נישט צו ווערן פארמישט אין א ברייטע מלחמה
לדעתי איז דאס איינע פון די סיבות וואס ער איז אזוי שטארק דארט ווייל דער עולם פיהלט אז ער פיהרט נישט סתם צו מלחמות אזוי ווי אולמרט בשעתו
רעדן און העצן איז א גרויסע עולה און האט ווייטע קאנסעקווענצן אבער עס קומט איהם קרעדיט פארן זיין איינגעהאלטן למעשה
דינסטאג אפריל 09, 2019 5:12 pm#428168
ווער האט געוואנען
דינסטאג אפריל 09, 2019 7:47 pm#428178
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
Screenshot_2019-04-09-19-42-31.png
Screenshot_2019-04-09-19-42-20.png
Screenshot_2019-04-09-19-42-08.png
Screenshot_2019-04-09-19-41-58.png
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:05 pm#428180
ווער פון ענק פארשטייט מיין שמחה? ווער וויל קומען מיט מיר טאנצן? מיין הארץ פלאקערט פון פרייד, ביבי א פיפטע מאל, וואס קען זיין בעסער פון דעם אין דעם גלות.. לאור די גרויסע אויפוואכונג ביי די סאטמערע פארטייען צו פאדרייען די קאפ מען זאל נישט גיין וואטן האט יהדות התורה 'ג' געבראכן רעקארד מיט קולות, נאך נישט געווען אזא נאמבער אין די היסטאריע פון מדינת ישראל. יישר כח ר' אהרן יישר כח ר' זלמן לייב, יהדות התורה און שס האבן 8 בענקלעך! ווער האט געגלייבט, געלויבט השי"ת אז ערליכע יודן טוהן וויאזוי רוב מנין ובנין פון אונזערע רבעס זי"ע האבן אונז געהייסן טוהן. אה, שוין לאנג נישט געווען אזא גיטע טאג פאר כלל ישראל. עם ישראל חי!

נ.ב. קאך לעפעל, וואטעווער דו גייסט צוריק פירקלן בנוגע די היינטיגע יום המר והנמהר, ביטע זיך צוריק האלטן פון ניצן די שטירן אפפאל אויסדריק.
מיט דאנק.
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:40 pm#428181
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
עס איז, לויט די אויבען דערמאנטע ציפערן, א יום המר והנמהר.

ביבי וועט גיין מיט כחול לבן, און די חרדים זענען אויף צרות. נאר אזוי שטימען די נומערן. אוודאי איז בעסער צו האבען מער נציגים, אבער די אנדערע נייעס איז נישט גוט. לפיד מיט מאכט איז צרות צרורות, און נישט נאר ווייל ער איז אן אונגארישער...................

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:44 pm#428182
אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.

דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:46 pm#428183
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז, לויט די אויבען דערמאנטע ציפערן, א יום המר והנמהר.

ביבי וועט גיין מיט כחול לבן, און די חרדים זענען אויף צרות. נאר אזוי שטימען די נומערן. אוודאי איז בעסער צו האבען מער נציגים, אבער די אנדערע נייעס איז נישט גוט. לפיד מיט מאכט איז צרות צרורות, און נישט נאר ווייל ער איז אן אונגארישער...................

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כחול לבן בלייבט נישט צוזאמען פאר קיין איין טאג, זיי זענען שוין צופראסקעט פון ערשטן טאג.

ס'מיינט אז ביבי גייט אפשר מיט גאנץ, און מיט די חרדים האט ער א קאאליציע. בעסטע סצענע פאר די חרדים. מזל טוב שר הבריאות והחולאים ליצמאן, שר האוצר גפני און שר התורה דרעי.
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:46 pm#428184
ביבי וועט קיינמאל נישט גיין מיט די לינקע שונאים. סא, סעפיינע נייעס.
דינסטאג אפריל 09, 2019 10:47 pm#428185
גאנץ איז נישט לינק און נישט קיין שונא.
מיטוואך אפריל 10, 2019 12:46 am#428190
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
עס ווענדט זיך לכאורה אויך אין טראמפ, אויב האט ער באמת דמיונות דורכצופירן עפעס א שלום אפמאך וועט ער פארלאנגען פון ביבי נישט צו גיין מיט די עקסטרעם רעכטע.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 12:53 am#428191
איסר האטלקי האט געשריבן:אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.

דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....

אכט איז דאס ערשטע מאל, זיי זענען צוריק געפאלן צו זעקס פאריגע מאל בלויז ווייל מער מענטשן האבן געוועלט בכלליות, אבער 2013 האבן זיי געהאט 190k שטימען, 2015 האבן זיי געהאט 210k, און יעצט א היסטארישע 238k, די געווינס איז איבריג צו באשרייבן, די פארלירערס היינט נאכט זענען בעני גאנץ, ר׳ זלמן לייב, און יאיר לפיד.
מיטוואך אפריל 10, 2019 4:02 am#428197
איש את רעהו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן: די שאלה איז אויב די גולן הייטס דעקראלאציע פון טראמפ היינט וועט עפעס צוגעבן צו אים, עס איז א שווערע פארמעסט

דאס איז שוין יא א שאלה.


ביידע
גולן + אראביש בלוט און עזה באמבאדירונגען האפט ער סוועט אים ראטעווען.

הרב איש את רעהו: איהר באהאנדלט די גאנצע סוגיא פון דעם קאנפליקט אין פאלעסטינע (לשיטתכם, וואס פאלעסטינע עקזיסטירט יא. און די פארשאלטענע ציונים ימ"ש, שר"י, עפ"ל זענען געקומען ערגעץ פון מזרח אייראפע און זיי האבן בארויבט דאס אומשולדיגע פאלעסטינער פאלק.) ווי גלייך ס'וואלט געווען א שאך שפיעל. און איהר זענט דער גענעראל. און איהר זאגט מבינות וועלכער צד פון די שאך שפילערס ס'וועט דא געווינען. איהר פארגעסט אבער (פונקט אזוי ווי די גויים, אייערע פריינט די שונאי ישראל) אז אין ארץ ישראל וואוינט אויך א ציווילע באפעלקערונג וועלכע רעכענען זיך אלס קרובים צו אונז (לכאורה). אייניקלעך פון אונזערע זיידעס אברהם, יצחק ויעקב. וועלכע ווערן באהאגלט און באשאסן טעגליך מיט טויטליכע ראקעטס. נאר בחסדי ה' אלוקי אבותינו אברהם יצחק ויעקב זענען נישט דא קיין טעגליכע מאסן קרבנות...!

נאר ס'איז מעגליך אז דער אמת איז, אזוי ווי אייערע גוטע פריינט די גויים, די שונאי ישראל טענה'ן אז איהר שטאמט גאר פון די קוזארן. און אייערע עלטער זיידעס האבן געאקערט די ערד און געפאשעט די קעלבער אין די קאווקאזער ראיאנען פון אסט אייראפע. און ממילא האט איהר קיין געפיהל נישט צו דעם שיקזאל (גורל) פון די אינוואדירער, וועלכע האבן באזעצט פאלעסטינע און פארטריבן די אומשולדיגע פאלאכ'ן פון זייער ארבטייל...!

איז לאמיך אייך דערמאנען, אז די עכטע אידן האבן א בוך וואס די אנשטענדיגע , גוי'אישע באפעלקערונג ווי פוילן, דייטשלאנד און אונגארן און ראמעניע רופן דער .."בייבל"...! און דארט שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז דער אלמעכטיגער גאט וועלכער האט באשאפן די וועלט. (נישט דארווין). האט צוגעזאגט פאר דעם ערשטן איד. נעמליך אברהם אבינו אז ער וועט געבן די טעריטאריע וואס איהר און אייערס גלייכן רופן פאלעסטינע פאר זיינע אייניקלעך, די אידן...!

נ.ב.: אויב איהר האט אמאל געלערנט אין א אידישע שולע וואס רופט זיך ..."חעידער"... ווערט איהר העפליך געבעטן אריינצוקוקן אין דעם ערשטן פסוק רש"י פון פרשת בראשית...!

הרב שמעקעדיג. ביטע. אויב ס'געפעלט אייך נישט דאס אויבנדערמאנטע, האט איהר א ברירה אויפצוברענגען עפעס א סארקאסטישן, סקאטאלאגישן ניבול פה...א דאנק פון פאראויס!

אה...! איהר קענט אויכעט אויסמעקן די תגובה מיט'ן תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין...!
מיטוואך אפריל 10, 2019 5:15 am#428199
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
וואס האט לפיד דערלייגט?

איך זעי נישט לשמחה מה זו עושה. עס איז שיין אז אסאך מער חרדים האבען איינגעזען די נויטיגקייט פון גיין וויילען (און עס זאגט אונז קלאר פארוואס דער עולם גייט וויילען, נישט אלס ציונות, נישט ווייל מ׳איז מודה אין די ׳עצם זאך׳, נאר ווייל מ׳וויל זיך ראטעווען פון די בייזע פלענער פון די וואס פארשטיין נאך נישט וואס תורה און מצוות מיינט) און נוצבאר אז זיי האבען נאך א זיץ דארט, אבער אויף למעשה דארף מען נאך ווייזען אז עס זאל זיך קלאר לוינען פאר ביבי צו נוצען די חרדים מער ווי אנדערע אלס זיין שותפים.
געדענק אז ביבי האט נישט קיין ארנטליכע ביין אין זיין קערפער, און ער איז א פאליטישע חיה, ער האט נישט קיין מיינונג און שיטה מיט וואס ער דארף שטימען. נאר פאליטיק. צומאל איז עס זייער גוט פאר אונז, אבער יעצט איז שוין ווידער אומקלאר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 6:05 am#428200
אדונינו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.

דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....

אכט איז דאס ערשטע מאל, זיי זענען צוריק געפאלן צו זעקס פאריגע מאל בלויז ווייל מער מענטשן האבן געוועלט בכלליות, אבער 2013 האבן זיי געהאט 190k שטימען, 2015 האבן זיי געהאט 210k, און יעצט א היסטארישע 238k, די געווינס איז איבריג צו באשרייבן, די פארלירערס היינט נאכט זענען בעני גאנץ, ר׳ זלמן לייב, און יאיר לפיד.

די רעביצין נעמט עס אויך זייער פערזענליך, כך שמעתי.
מיטוואך אפריל 10, 2019 9:16 am#428202
ל
מיטוואך אפריל 10, 2019 9:23 am#428203
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און עס זאגט אונז קלאר פארוואס דער עולם גייט וויילען, נישט אלס ציונות, נישט ווייל מ׳איז מודה אין די ׳עצם זאך׳,

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
מיטוואך אפריל 10, 2019 9:24 am#428204
סמבטיון האט געשריבן:ליטוואק אפשר איין מאל פאר א טשענדש , ליינסטו איבער די פאקטן ביפאר די שרייבסט דיין פינקט פארקערטע מיינונג. סעקלאר אז דא איז געווען א ריזיגע געווינס פאר יהדות התורה פאר שס און פאר ביבי, לאפיד און גאנז און ר' זלמן לייב און אויך די רעבעצן לויט ווי איסר האט געהערט , האבן געהאט א פאטאלע דורךפאל, יעדער איז דאס מודה, סענישט קיין מצוה יעדעס מאל צו פאדרייען די פאקטן און דעקלערן , ניין, סעבכלל נישט קיין געווינס פארקערט סיז א דורךפאל ווייל בלא בלא בלא בלא. פרוביר איינמאל מסכים צי זיין, די וועלט וועט נישט איינפאלן.

מיט דאנק


כ'קען מיך נישט סטאפן צו פרייען מיט די פרייד פונעם שטיין ווארפענדער טייך סמבטיון....

זאג,פאר כבוד בית בעלזא איז דאס אויך א געווינס? אדער בלויז פאר אייכלער פערזענליך?
מיטוואך אפריל 10, 2019 9:34 am#428205
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
סמבטיון, איך ווייס נישט וואס טוט דיר וויי און וואס דו האסט געגעסען נעכטן נאכט, אבער איינס האט נישט מיט די צווייטע. עס איז נישט קיין zero sum game אז ווען יענער דערלייגט, פארדין איך.

אז מ׳האלט פאקוס אויף וואס איז יעצט נייטיג, ד.ה. די חק הגיוס פאר בני הישיבות, איז נישט רעבעצין איסר די נושא און נישט זלמן לייב (פיליפ\טייטעלבוים). עס איז נישט איינס מיט איינס, אז מער חרדישע נציגים איז די גאנצע געווינס. יא, עס איז זייער גוט פאר חרדים צו האבען נאך א נציג, אבער לדעתי וואלט בעסער געווען ווען כחול לבן באקומט נאר פופצען נציגים און יהדות התורה נאר זעקס. די ברירה איז נישט מיינס, אבער דאס אנצורופען א געוואלדיגע געווינס איז נאך פריצייטיג. ביז דער געזעץ אי נישט אריבער, פארלאז זיך אויף גארנישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 11:58 am#428216
איך האב יעצט געהאט א געלעגנהייט צו ליינען אביסל נייעס, און איך זעי אז זיי טענה'ן אז דוקא יאיר לפיד איז געווען דער לייאביליטי דא פאר כחול לבן. וויבאלד עס איז קלאר געווען אז זיי וועלען נישט קענען מאכען קיין רעגירונג מיט די חרדים, וואס קאנטראלירען יעצט זעכצען זיצען, ממילא וועלען זיי מוזען זיך מתפשר זיין מיט לינקע חברה, און די רעכטע האבען זיי נישט געוואלט. געליינט דא
מיטוואך אפריל 10, 2019 12:15 pm#428217
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
אדונינו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.

דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....

אכט איז דאס ערשטע מאל, זיי זענען צוריק געפאלן צו זעקס פאריגע מאל בלויז ווייל מער מענטשן האבן געוועלט בכלליות, אבער 2013 האבן זיי געהאט 190k שטימען, 2015 האבן זיי געהאט 210k, און יעצט א היסטארישע 238k, די געווינס איז איבריג צו באשרייבן, די פארלירערס היינט נאכט זענען בעני גאנץ, ר׳ זלמן לייב, און יאיר לפיד.


אדונינו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אגודה האט שוין געהאט 7 בענקלעך פאר 8 יאר צוריק. זיי זענען געפאלן צו 6, און יעצט מיט יחד האבן זיי 8... טאנץ פאר שמחה סאטמאר וואקסט שנעלער ווי דעם.

דאס מיינט אויך אז מיט בני תורה וואלט געווען 9 בענקלעך. שכוח סאטמאר פארן ניינטן בענקל....

אכט איז דאס ערשטע מאל, זיי זענען צוריק געפאלן צו זעקס פאריגע מאל בלויז ווייל מער מענטשן האבן געוועלט בכלליות, אבער 2013 האבן זיי געהאט 190k שטימען, 2015 האבן זיי געהאט 210k, און יעצט א היסטארישע 238k, די געווינס איז איבריג צו באשרייבן, די פארלירערס היינט נאכט זענען בעני גאנץ, ר׳ זלמן לייב, און יאיר לפיד.


לויט די "שנתון החברה החרדית בישראל" איז די נאטירליכער וואוקס פון חרדים פער יאר 3.8%.
m https://www.idi.org.il/media/7882/haredi_shnaton.pdf m
לויט דעם וואלט פון 210k געדארפט ווערן אין פיר יאר בערך 243k.

און יחד האט מסתמא אויך עפעס אויסגעמאכט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 1:04 pm#428219
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
אונטער חכם האט געשריבן:לויט די "שנתון החברה החרדית בישראל" איז די נאטירליכער וואוקס פון חרדים פער יאר 3.8%.
https://www.idi.org.il/media/7882/haredi_shnaton.pdf
לויט דעם וואלט פון 210k געדארפט ווערן אין פיר יאר בערך 243k.

און יחד האט מסתמא אויך עפעס אויסגעמאכט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk


די וואקס פון קינדער און די וואקס פון די וואס קענען שוין וואוטן זענען צוויי אנדערע זאכן.
און יחד האט לכאורה גארנישט צוגעגעיבן.
מיטוואך אפריל 10, 2019 1:56 pm#428222
פרוש האט געזאגט פאר די בחירות אז די מאקסימום וואס יהדות התורה קען ערווארטן איז 235,000 שטימען. די איבריגע איז זיכער פון יחד.

מ'האלט שוין ביי מער פון דעם, און עס גייט נאך ארויפגיין העכער אין די נעקסטע פאר טעג, כמנהג ארץ ישראל. ער האט ווארשיינליך געברענגט אפאר טויזנט שטיק.
מיטוואך אפריל 10, 2019 2:49 pm#428226
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
פרוש׳ס השערות זענען נישט בעסער ווי פאולס. אבער למעשה ווייס איך נישט וואס טוט זיך אין דעם, וויפיל האט יחד געהאט פאריגע מאל, פארוואס זאלען זיי וועלען גיין מיט ש"ס׳ס חברים און דערמיט למעשה שטיצען ש"ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 3:55 pm#428233
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
גר ותושב האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:לויט די "שנתון החברה החרדית בישראל" איז די נאטירליכער וואוקס פון חרדים פער יאר 3.8%.
https://www.idi.org.il/media/7882/haredi_shnaton.pdf
לויט דעם וואלט פון 210k געדארפט ווערן אין פיר יאר בערך 243k.

און יחד האט מסתמא אויך עפעס אויסגעמאכט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk


די וואקס פון קינדער און די וואקס פון די וואס קענען שוין וואוטן זענען צוויי אנדערע זאכן.
און יחד האט לכאורה גארנישט צוגעגעיבן.
פארוואס זאל עס זיין צוויי אנדערע זאכן?

עס איז דער וואוקס פון קינדער 18 יאר צוריק וואס איז אויב עפעס נאר געווען העכער ווי יעצט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 6:05 pm#428237
איך האב יעצט געהערט פון א סאטמארער איד, וואס וואוינט אין וויליאמסבורג און הייסט גאר יואלי, אז וויבאלד דער רבי שרייבט אין ויואל משה אז גיין אין כנסת טויג נישט, וויבאלד די חרדים זענען סייווי נאר פיר מענטשן לכל היותר, און ווען זיי בלייבען אינדערויסען הערט זיך עכט די קול מחאה, אבער ווען זיי גיין אין כנסת זענען זיי בטל ומבוטל. ממילא יעצט אז זיי זענעען שוין אכט נציגים, וואלט אפילו דער ויואל משה געהייסען גיין אין בחירות.

איך האב איהם נישט געקענט אפפרעגען.
מיטוואך אפריל 10, 2019 8:46 pm#428243
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:סמבטיון, איך ווייס נישט וואס טוט דיר וויי און וואס דו האסט געגעסען נעכטן נאכט, אבער איינס האט נישט מיט די צווייטע. עס איז נישט קיין zero sum game אז ווען יענער דערלייגט, פארדין איך.

אז מ׳האלט פאקוס אויף וואס איז יעצט נייטיג, ד.ה. די חק הגיוס פאר בני הישיבות, איז נישט רעבעצין איסר די נושא און נישט זלמן לייב (פיליפ\טייטעלבוים). עס איז נישט איינס מיט איינס, אז מער חרדישע נציגים איז די גאנצע געווינס. יא, עס איז זייער גוט פאר חרדים צו האבען נאך א נציג, אבער לדעתי וואלט בעסער געווען ווען כחול לבן באקומט נאר פופצען נציגים און יהדות התורה נאר זעקס. די ברירה איז נישט מיינס, אבער דאס אנצורופען א געוואלדיגע געווינס איז נאך פריצייטיג. ביז דער געזעץ אי נישט אריבער, פארלאז זיך אויף גארנישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

און ווער שמועסט נאך אז דער שונא הדת און גראבער רוסישער יונגל וואס טענה'ט אז ער איז א ריבניצער חסיד, האט באקומען א וועטא רעכט (אין ביבי'ס נייע רעגירונג) אויף אלע ענייני הדת. און ביי איהם איז גיוס אויכעט דת. און ער וועט נישט אדורכלאזן קיין שום קאנצעסיעס פאר די ערליכע אידן...!
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 1:05 am#428257
סמבטיון באוויינט יעצט דעם אכטן זיץ וואס איז שוין געפאלן...

בארואיג דיך, די יודעי דבר זאגן אז זיי וועלן יא ענדיגן מיט אכט. לאמיר האפן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 1:34 am#428259
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
איך מיין אז ס'איז יעצט דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס האלב פון חסידי סאטמאר זענען מתפלל אז יהדות התורה זאל האבן ווי מער שטימען...
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 8:46 am#428275
איז דען נישט אסאך בעסער פאר חרידים צו פארלירען איין בענקעל און הימין החדש זאל גרייכען און באקומען 4 בענקלעך, אזוי וועט זיין א קואליציע אנעם עוכר ישראל ליבערמן? פארוואס קוקט אויס ווי יהדות התורה פרובירט דאס צו באקעמפען?

איך בין נישט אזוי טיף אויסגעקאכט אין די סוגיא. אולי קען איינער דא מיר העלפן פארשטיין.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 9:03 am#428277
איינערער האט געשריבן:איז דען נישט אסאך בעסער פאר חרידים צו פארלירען איין בענקעל און הימין החדש זאל גרייכען און באקומען 4 בענקלעך, אזוי וועט זיין א קואליציע אנעם עוכר ישראל ליבערמן? פארוואס קוקט אויס ווי יהדות התורה פרובירט דאס צו באקעמפען?

איך בין נישט אזוי טיף אויסגעקאכט אין די סוגיא. אולי קען איינער דא מיר העלפן פארשטיין.

זייער אכטע בענקל וועט נישט שטערן ימין החדש.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 9:23 am#428278
אדונינו האט געשריבן:
איינערער האט געשריבן:איז דען נישט אסאך בעסער פאר חרידים צו פארלירען איין בענקעל און הימין החדש זאל גרייכען און באקומען 4 בענקלעך, אזוי וועט זיין א קואליציע אנעם עוכר ישראל ליבערמן? פארוואס קוקט אויס ווי יהדות התורה פרובירט דאס צו באקעמפען?

איך בין נישט אזוי טיף אויסגעקאכט אין די סוגיא. אולי קען איינער דא מיר העלפן פארשטיין.

זייער אכטע בענקל וועט נישט שטערן ימין החדש.


ס׳איז פארקערט: אויב ימין החדש גרייכט, פארלירט יהדות התורה איינס.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:11 am#428284
יעצט אויף די מינוט איז סיי ימין החדש אינדרויסן און סיי אגודה האט נאר זיבן.

אגודה טענה'ט אז זיי באקומען יא צוריק דעם אכטער, און אזוי איז מסתבר. אבער בענעט בלייבט לכאורה אינדרויסן, א גרויסע שאד פאר ביבי און די חרדים.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:50 pm#428300
דער אכטער בענקל וואקלט-זיך אויף 30-40 וואוט'ס
אויב וועט דאס פעלן וועט מען האבן בלויז 7 און מרצ וועט באקומען א פיפטער זיץ.

לדעתי איז דאס א גוטע זאך, מענטשן זאלן פארשטיין אז מיט נאך עטליכע מענטשן וואס קומען וואוטן, קען מען ראטעווען א בענקל פון מרצ צו יהדות התורה.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:08 pm#428301
Re: וועט נתני' צובאקומען נאך שטימען, אדער איז עס א חלום
נקודת-אמת האט געשריבן:דער אכטער בענקל וואקלט-זיך אויף 30-40 וואוט'ס
אויב וועט דאס פעלן וועט מען האבן בלויז 7 און מרצ וועט באקומען א פיפטער זיץ.

לדעתי איז דאס א גוטע זאך, מענטשן זאלן פארשטיין אז מיט נאך עטליכע מענטשן וואס קומען וואוטן, קען מען ראטעווען א בענקל פון מרצ צו יהדות התורה.
און ווען זיי באקומען עס יא, וועלען די וויילער וויסען אז זייער שטימע האט עכט צוגעהאלפען. פארוואס גיין נעגאטיוו ווען מ׳קען גיין פאזיטיוו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:05 pm#428692
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:דער אכטער בענקל וואקלט-זיך אויף 30-40 וואוט'ס
אויב וועט דאס פעלן וועט מען האבן בלויז 7 און מרצ וועט באקומען א פיפטער זיץ.

לדעתי איז דאס א גוטע זאך, מענטשן זאלן פארשטיין אז מיט נאך עטליכע מענטשן וואס קומען וואוטן, קען מען ראטעווען א בענקל פון מרצ צו יהדות התורה.
און ווען זיי באקומען עס יא, וועלען די וויילער וויסען אז זייער שטימע האט עכט צוגעהאלפען. פארוואס גיין נעגאטיוו ווען מ׳קען גיין פאזיטיוו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האב נישט געשריבן אז ס'איז גוט אז ס'זאל גיין צו מרצ,
איך האב געשריבן אז ס'איז גוט אז ס'וואקלט-זיך אויף עטליכע וואוטס אז יעדער זאל פארשטיין ווי ויכטיג איז געוועהן זיין וואוט / ווי געפערליך איז אז ער האט זיך געפוילט צו גיין.
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:27 pm#428693
למעשה ווי האלט עס? באקומען זיי 8?
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:29 pm#428694
יא.

איבער 249,000 שטימען.

מיט 80 ווייניגער שטימען האבן זיי נאר 7.
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:40 pm#428696
וואס ס'שמעקט די רעגירונג וועט אנגעפיהרט ווערן דארך:
מחל (הליכוד - נתן יהוא שר"י) - 35
שס (דרעי) - 8
ג (אגודה-דגל) - 8
ל (ליברמן-רוסן) - 5
טב (מזרחי + עוצמה יהודית) - 5
כ (כחלון) - 4
סה"כ 65 זיצן פון 120

די אפאזיציע וועט ווארשיינליך זיין געבויט פון די פאלגענדע פארטייען:
פה (כחול לבן - גנץ&לפיד) - 35
רעמ-בלד (אראבער 1) - 6
אמת (העבודה {labor} גבאי) - 6
מרצ (גלאון - די לינקע) - 4
חדש-תעל (אראבער 2) - 4
סה"כ 55 פון 120