Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אונטער'ן רשעות

אונטער'ן רשעות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13070
מאנטאג אפריל 15, 2019 11:12 am#428534
אונטער'ן רשעות
אונז זעמער אלע עדות צו דער סאדיסטישער צירקוס און בלוט זויגונג וואס קומט פאר ארום די אונטער'ן חבריא פלעי. פלוצלונג איז יעדער מחנך געווארן א גאנצער דעמאגאג מיט טיפע ביאורים איבער דער מערב וועלט קולטור און דער באדייט פון עם ה'. פלוצלונג איז ארי אבראמאוויטש מיט פעלדמאן-לאנגזאם-פוקס געווארן די שפיץ אבן נוגף פון כלל ישראל וואס גייט אונז אלע אראפפירן פון וועג.

אמער, ארי אבראמאוויטש מעג נאר זיין א סטאר אין קראלי ביי די שיבתר טיש, און לאנגזאם פעלדמאן מעגן נאר עקטן ביים רבינ'ס שבע ברכות ווען מ'דארף אנפילן א הויכע פארענטשע. דעמאלט זענען זיי נישט קיין סעלעברעטיס, דעמאלט ברענגען זיי נישט אריין קיין גויאישקייט, דעמאלט פארכישופן זיי נישט דעם יוגנט, אבער ווען אונז פשוטע טאטעס זוכן וואו צו נעמען די קינדער אין אן איידעלע און זיכערע ענווייראמענט חול המועד, אדער ווען אליעזר נייהויז זוכט צו פארדינען א שווער אויסגעהארעוועטע גרינעם דאלאר, דעמאלט איז עס ביהרג ועל יעבור.

די פארשטינקענע פרעכקייט פון פארלאנגען עס "זאל זיין אונטער א מוסד" שרייט היפאקריטסווע ביז צו די הימלען, ווילאנג ס'איז א יחיד וואס פארדינט איז עס חזיר טריפה, די רגע עס איז לפאר ולרומם בית אלוקינו און די דריי סטודזשיס פון סקווירא בארא פארק וועלן לייזן א גראצער אדער כאטש כבוד איז בזקנינו ונערינו נלך.

אליעזר נייהויז' אמת'ע פראבלעם איז איין זאך; ער ליידט נעבעך פון די פארבאטענע סחורה, ער האט זיך איינגעהאנדלט ס'ארגסטע וואס מ'קען נאר פארמאגן ביי אונז. כ'רעדט נישט פון קיין חשיש אדער אומלעגאלע געווער נאר פון: סוקסעס!
ס'איז נישטא נאך אזא שעדליכע קאמאדיטי אין דער היימישער געזעלשאפט ווי ווען איינער איז מצליח מיט אן איניציאטיווע. היינו טעמא דקול מבשר, היינו טעמא דאונטער'ן. סוקסעס ברענגט זעלבסטשטענדיגקייט, סוקסעס באדראעט אוועקצונעמען די מאכט און איינפלוס פון די וואס זענען די אויסשליסליכע בעלי בתים דערויף. ווילאנג א זאך איז באנעבעכטס און אומסוקסעספול קוקט קיינער נישט דערויף ווען עפעס באקומט מאמענטום איז דאס גאר געפארפול.

אביסל השתלשלות הדברים, ווי מ'הערט פון אונטער די קוליסן:

נאך וואס דער איסור איז ארויסגעקומען איז אליעזר נייהויז געקומען מיט א געבויגענעם קאפ צו א מיטינג פון די מנהלים זאגנדיג אז ער איז גרייט נאכצוגעבן וואס אימער עס פעלט אויס.
ס'איז 2019, די מנהלים האבן נישט געקענט איגנארירן זיין ביטע ווי מ'האט געטון אין די דארק עידזשעס ביי פרשת דער שטערן און זיי האבן זיך געטראפן אין א דילעמע, זיי האבן געמוזט אויפקומען מיט א מהלך וואס טאקע איז זייער פראבלעם און וואס פאר א טוישונגען וועט זיי צופרידנשטעלן. אויך האבן זיי געהאט דרוק פון איין רב, דאס איז הרב אהרן זילבערשטיין, דער צעהלימער דיין, וועלכער האט נאך א לחלוחית פון נארמאלקייט אין זיך און האט געהאקט אויפן טיש, אז ס'מוז זיין א היימיש שפיל חול המועד ווי א בחור'ל פון פערצן יאר וואס איז נישט ממש די שארפסטע קאפ און האלט נישט ביים לערנען זיבצן שעה אין טאג זאל האבן וואו צו גיין שטופן די צייט און אהיימקומען נישט ערגער ווי ביים גיין.

עווענטועל איז מען אויפגעקומען אויף אייניגע תנאים, צופיצן דעם סקריפט, נישט קיין געווער, באמבעס און געוואלדאטן, די מעשה זאל זיין אידישע, גיין אונטער א קהלה, צושטעלן א שפיל בלויז פאר קינדער און מיט השגח, נישט מאכן קיין שום ווידעאס אדער סאשעל מידיע פראפאגאנדע איידער די שפיל. אליעזר נייהויז איז נאכגעקומען אלע תנאים טראץ וואס ס'האט אים געקאסט דמים תרתי משמע (לייביש ליש ארבעט נישט אומזיסט).

אליעזר נייהויז האט פארלאנגט איין תנאי, אז דער איסור זאל אראפגענומען ווערן. די מנהלים האבן צוגעזאגט נאכצוקומען.

דא איז אריינגעקומען די קהלה הקדושה באבוב, דער סמל ודוגמא פון אוהב שלום ורודף שלום און זיי האבן נאך א אידישקייט אישו, אז פאר די ביזנעס פון די קרן חתנים שפיל לוינט זיך בעסער אז די אונטער'ן קינדער שפיל זאל זיין אום דינסטאג און נישט ווי געמאלדן אום מאנטאג, ממילא ווילאנג מ'קומט נישט נאך די תנאי, קען מען נישט מתיר זיין די טריפה'נע פלעי ועדיין האיסור בתוקפו. טראץ די שוידערליכע אומרעכט און די שוועריקייטן פארבינדן מיט רוקן א פלעי נאך וואס מ'האט שוין אנגעהויבן פארקויפן טיקעטס, איז אליעזר נייהויז דאס אויך נאכגעקומען.

יעצט האבן די מנהלים געדארפט אויספירן זייער טייל פון דער הסכם, און צוריקציען פונעם איסור. טייל מנהלים האבן זיך צוגעשטעלט למחצה ולשליש ולרביע און געשריבן פארעווע בריוון אז ס'איז יא אסור אבער נישט אסור אבער יא אסור.

למעשה איז געשען אן ערנסטע ריס צווישן די מנהלים גופא ווען שיכון סקווירא איז געבליבן מיט'ן איסור (ווייל נאר די שפיל ביים הייליגן רבי'ן איז מותר ווייל דער רבי טוט עס אז מ'זאל נישט גיין אין דער פרעמד, חלילה אז א בחור'ל וועט פארבלאנדזשען קיין רחמיסטריווקא און געוואויר ווערן אז אפשר איז דעם רבי'נס עלטערע שוואגער א גרעסערער צדיק מיט ווייניגער שפיכת דמים אויף זיין קאנטע). די מנהלים זענען זייער ברוגז אויף סקווירא ווייל זיי האלטן ס'איז אן אומרעכט און א פארראט מצד די מנהלים נאך וואס דער אנדערער צד האט זיך אזוי שיין צוגעשטעלט.

דערנאך איז דא די אנאנימע בריוון פון "מחנכים" און "הנהלת המוסדות" ווי יעדער ויצדקתך האט געטראפן א פאסיגן שעיר לעזאזל ווי אויסצוגעבן זיין ריינע השפקה הטהורה, און דאס איז אויפ'ן איינגעבויגענעם רוקן פון אליעזר נייהויז.

תם ולא נשלם פרשה הארורה אונטער'ן שפיל
מאנטאג אפריל 15, 2019 12:20 pm#428535
און יאך זאג:
פארגעס פון אליעזר נייהויז, פארגעס פון לאנגזאם-פעלדמאן, פארגעס פון ארי אבראמאוויטש, און פארגעס פון לייבוש ליש.
פארגעס פון מוסדות באבוב, פארגעס פון מוסדות סקווירא, פארגעס פון דומ"ץ צעהלים, און פארגעס פון אלע אנדערע וואנעביס ושקצים למיניהם.

אצינד איז די פאסיגסטע צייט צו זען ווער עס איז "טאקע" דער מושל ושליט אין אונזער מחנה. אונזער שכל, אדער אונזערע ראדיקאלן. אוודאי איז עס רשעות און געמיינהייט אויפן ערגסטן אופן, און אוודאי וואלט מען געדארפט אויספראקן יעדע מנהל פון יעדע מוסד וואס האט גע'חתמ'עט אויפן ק"ק, אבער למעשה גייען מיר עפעס האבן נוצן דערפון.

אויב ס'שטעלט זיך ארויס, אז נישט יעדע פלאץ אינעם זאל איז געווען אנגעפולט, איז צייט צו אנערקענען אז מיר זענען ל"ע אריינגעפאלן אינעם פינסטערן מיטלאלטער עפאכע, און עווענטועל וועלן מיר בויען הייזער פון ליים. והיה אם אבער, אז דאס ארט גייט זיין איבערגעפולט ווי ביז יעצט, חול המועד גופא וועלן זיך טיקעטס פארקויפן אנליין פאר צוויי מאות צי מער, סימן מסור לנו מרועה נאמן אז מיר זענען צוריק ארויף אויף די רעלסן, וכדאמרינן בארץ הטמאה ובלשון הטמאה "הכלבים נובחים והשיירא עוברת". דעמאלט וועלן די מנהלים וראדיקאלים למיניהם זיך האבן געגראבן דעם אייגענעם גרוב, בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת יפעל, עם מלכינו בראשם ונאמר אמן.


נאר וואסזשע דען? עס ווענדט זיך אין אונז זעלבסט, צי זענען מיר ארויסגעקראכן פונעם נארע אדער מיר טוליען זיך נאך צו די בלוט זויגער.

בידינו הדבר ולא בידיהם!
מאנטאג אפריל 15, 2019 12:43 pm#428540
קיינמאל געהערט פון דעם רב זילבערשטיינ'ס אינטערווענץ.

איך ווייס פון איין מוסד אין ווילי (וואס האלט זיך גראדע עטוואס 'ערענסטער' פון די אנדערע) ווי דער מנהל האט געהאט שכל, און נישט ארויסגעגעבן א איסור, אבער האט שיין ערקלערט וואס ער האלט אז ס'איז שלעכט מיט די אונטערן פלעיס והבוחר יבחר (ער ווייסט דאך יא, אז זיין איסור וועט אויסקוקן ווי משה פריעדמאן אדער מאיר אברהמ'ס איסור אויף שגץ בייקס...)

אגב, אז מ'רעדט שוין פון די פלעיס, האלט איך אז גאנס מיט געוואלדטאטן באלאנגען טאקע נישט ביי א אידישע שפיל, ס'מוז נישט דייקא זיין א קעניג מיט א באדינער, אבער פון דארט ביז געוואלטאטן איז א מהלך.
מאנטאג אפריל 15, 2019 12:59 pm#428543
רימון: (ארי נוהם'ס שקלא וטריא פון די הוה אמינא ביז די מסקנא , לא זכיתי להבין)...איך ווילל נאר נאכזאגן א מאמר פון דעם סאטמאר'ן ..."חכימא דיהודאי"... הרב סענדער דייטש זיכרונו ליבראכעה. ער פלעגט זיך אייביג באנוצן מיט דעם מאמר..."אנן יתמי דיתמי"... דאס זעמיר אונז. דאס איז דער מצב פון אידישקייט היינט צו טאג.פון ביידע זייטן. סיי פון דעם צד פון דעם קאנסומער. דהיינו די עלטערן און די קינדער. מ'לאזט נישט אז דאס לעבן זאלל זיך פיהרן נארמאל. אידיש. מ'זוכט אייביג ארויס עפעס א משוגעת און רישעות צו צושטערן דעם נארמאלן סדר החיים. און פון די צווייטע זייט. דאס גרעניצלאזע רישעות און גזילה. פון דעם צד פון די פראדוצירערס פון די ערליכע פלעיס. ספעציעל ר' אליעזר נייהויז. וואס האט אזויפיהל צייט און ענערגיע משקיע געווען ביז ער זעהט עפעס פירות פון הצלחה. קומען די שלעכטע, רישעות'דיגע און בייזוויליגע מענטשן. און אין נאמען פון די תורה און אידישקייט צושטערן זיי אלעס...!
מאנטאג אפריל 15, 2019 3:35 pm#428551
ATUB @רימון ATUB , זייער שיין און ריכטיג געשריבן.

מיר לעבן אין א תקופה ווען דער נרדף איז "דער יחיד". מיר זענען עדות ווי אונזער גאנצער געזעלשאפט קען זיך צונויפנעמען און איזדיעקעווען און טעראריזירן מענטשן, ואין פוצה פה ומצפצף. דרייסיג יאר צוריק האבן מיר עס געטון מיט האדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש מניקלשבורג, און יעדער האט פארשטאנען אז אויב מ'טוט אזוי איז עס מסתמא ריכטיג.

אין פסיכאלאגיע איז דאס באקאנט ווי דער בייסטענדער עפעקט. אויב איינער זעט ווי מ'בא'גנב'עט א צווייטן, וועט ער גלייך מאכן א ויצעקו און פארטרייבן דעם גנב. אבער אויב מערערע מענטשן זעען עס, טראכט יעדער באזונדער אז היות קיינער אנדערש מאכט נישט קיין ויצעקו, מסתמא איז עס נישט מיין פלאץ זיך אנצורופן, און אפשר גאר טוט יענער נישט עפעס אזוי געפערליך.

דאס איז דער כף זכות פאר אונזער ציבור ווען עס טוט זיך אפ שוידערליכער רשעות, ואין פוצה פה ומצפצף. יעדער זעט עס, און מ'כאפט נישט וואספארא אכזריות עס שפילט זיך אפ פארנט פון אונזערע אויגן, מיט דער גושפנקא פון רבנים און שיינע אידן.

אין 2006 האט "טיים מאגאזין" געקליבן דעם פערזאן פון יאר: You. דו, דער יחיד. דאס איז געווען אנפאנג פון יו-טוב און סאשעל מידיא, ווען די וועלט האט אנגעפאנגען זען דעם כוח פונעם יחיד.
Time_youcover01.jpg
Time_youcover01.jpg (14.34 KiB) געזען געווארן 5924 מאל


אז מ'פרעגט ווער איז דער היינטיגער ר' מיכל לעבאוויטש, וועמען צאפט מען דאס בלוט לעיני השמש ואין פוצה פה ומצפצץ? דער ענטפער איז: You. די רבי'ס און רעבעלעך זענען פיין מסודר; אז דו עפנסט א ביהמ"ד און דערקלערסט זיך א חלק פון זייער סאסייעטי וועט מען דיר גארנישט טון. מיר זענען אויסגעוואקסן אונזער רשעות און קינדישקייט פון שנות תש"מ, און מיר שענקען רבי'ס גענצליכער אימוניטעט. אבער אויב ביסטו א יחיד, וועט מען דיך דערגיין די יארן און אויסצאפן דאס לעצט ביסל בלוט.

אויב ביסטו אן אדמו"ר קען דיין אויסגאבע זיין אנגעפאקט מיט לשון הרע און שפיכת דמים אויף א וועכנטליכן פארנעם. אבער אויב ביסטו א יחיד וואס ארבעט שווער פאר פרנסה און שטעלט צו א שיינע אויסגאבע, וועט מען דיר מבזה זיין און טעראריזירן טאג נאך טאג און יאר נאך יאר. איינמאל ביסט א חלק פון דער רבי סאסייעטי מעגסטו האבן די סאפיסטיקירטסטע פראפאגאנדע אפאראטן, די שענסטע הייזער און מאדערנסטע קארס. אבער אויב ביסטו א יחיד טארסטו חלילה נישט מאכן א שפיל וואס איז סאפיסטיקירט אויפ'ן היינטיגן שטייגער. דער יחיד איז דער שפילצייג מיט וועמען מ'ווארפט זיך. ער איז דער טוי וואס מ'שליידערט פון איין חצר צו א צווייטן חצר, און פון איין מנהל צו א צווייטן.

יעדער וואס איז נישט געווען קיין ערוואקסענער ווען די בלוטיגע רדיפות קעגן ר' מיכל לעבאוויטש האבן זיך אפגעשפילט, אדער אין די שנות תש"נ ווען סאטמארער אינקוויזיטארן האבן געפייניגט די בני יואל, שטעלט זיך פאר אז ווען ער וואלט דארט געווען וואלט ער אוודאי גערעדט און געשטורעמט קעגן די אכזריות. אבער צוריקקוקן איז נישט קיין חכמה. דער היינטיגער נרדף איז נישט ניקלשבורג אדער בני יואל, נאר You - דער יחיד.

לאמיר זיך אננעמען פאר'ן יחיד, לאמיר אויסשרייען דעם וויי-געשריי פון די פארפייניגטע וואוילע אידן וואס דארפן זיך ספראווען מיט אנגעפרעסענע און אכזריות'דיגע בעלי גאה. נעמט אראפ אייערע שמוציגע לאפעס פון דעם יחיד!
מאנטאג אפריל 15, 2019 3:39 pm#428553
רימון האט געשריבן:איז אליעזר נייהויז געקומען מיט א געבויגענעם קאפ

לץ.
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:03 pm#428572
רימון האט געשריבן:למעשה איז געשען אן ערנסטע ריס צווישן די מנהלים גופא ווען שיכון סקווירא איז געבליבן מיט'ן איסור.

הערה בעלמא. סקווירא האט יא אראפ גענומען די איסור. זיי האבן אבער יא גע'אסר'ט די באזונדערע קינדער שפיל, ווי מען קען זיך חלילה אנזעהן מיט אומוואקסינירטע קינדער.

#טעמא ד'מייל וטעמא ד'שפיל חד הוא.
מיטוואך אפריל 17, 2019 10:31 am#428682
אביב החרדי
איך ווארט און האף צום טאג וואס כלל ישראל וועט ארויסקומען פון די באהאלטענע ק''ש ניקן און עפענטליך מאכן א מרידה. אראפווארפן פון בענקל אלע רבי'ס מיט זייערע שרצים לדורותם. אלע רבנים וראשי קהילותים. אלע מנהלים וועדי מוסדותיהם און מען וועט פאדערן ערליכע בחירות פארן הנהגה פון כלל ישראל
מען וועט אויפשטעלן א חרדישן פארלימענט ווי יעדער וועט קענען אריינשיקן קאנדידאטן לויט זיין געשמאק און מאכן געהעריגע וואלן און זיי וועלן זיך באשעפטיגן עפ''י אחרי רבים להטות מיט'ן טעכנאלאגיע, אינטערן, דיינים וכו'
מיטוואך אפריל 17, 2019 1:17 pm#428700
דאס גאנצע היתר פון לייביש ליש איז, מ'זאל נישט חלילה גיין אין בראנקס זו, און זיך אנזען מיט אלע סארטן..
איי עמ סארי, אלע דורות אלע סארטן זענען געגאנגען אין זאא'ס און ס'אלץ געווען איסורים, און ס'משוגע יענער וואס מאכט זיך נישט א אייגענע חשבון, וואס ער וויל פאר 'זיינע' קינדער, און נאכמער משוגע איז דער וואס זארגט זיך פאר לעיזער נייהויז; הכלל ער מאכט געלט, לאכט ער פון דיר, הכלל ווען איך מאך געלט שעלט ער אויף מיר.. סאו מאך נישט קיינעם גרעסער צו קלענער, משוגע ביסטו פאר'ן זיך צוטון מאכן, גענוג האבן געטון קאנטערוועשל סחורה ועלתה בידם.
לאדיך נישט זיין קיין שעפעלע וועט מען דיר נישט באגראבן, און טאמער האט איינער א פראבלעם מיט 'מוסדות' רבנים 'הויפן' אוסרים, זאל ער שנעל גיין צו א נערווען דאקטאר, אנשטאט וויינען ווי א ביבער - דאַ דאַ רָב, דאַ דאַ רעֶבֶּע.. ביסט א גבר טו צום זאך!
מיטוואך אפריל 17, 2019 5:13 pm#428716
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, אז מ'רעדט שוין פון די פלעיס, האלט איך אז גאנס מיט געוואלדטאטן באלאנגען טאקע נישט ביי א אידישע שפיל, ס'מוז נישט דייקא זיין א קעניג מיט א באדינער, אבער פון דארט ביז געוואלטאטן איז א מהלך.


ביי רבי שלמה באבוב'ער פורים אויף דער טיש איז אין די שפילן געווען:
א גאן - שפיל באחרית הימים תשנ"א האט מען אינצווישן אויסגעשפילט ווי סאדאם שלעפט ארויס זיין גאן אין שיסט איינעם אויף טויט
פרויען - שפיל עקידת יצחק (יאר ?) איז צווישן אנדערע געווען אויסגעשפילט שרה און הגר
ניבול ? - ביים שפיל חנני' מישאל ועזרי' תשמ"ד האט נבוכדנצר געזינגן אינצווישן זיינע גראמען "איבעראל פאלגט מען מיינע הלכות - דער גאנצע וועלט איז אינטער מיין טאכעס"...
פראסטקייט - אינעם שפיל 'צוריק צום זיידן' תשמ"ח האבן צוויי אויסגעשפילט אויף א ריכטיגע פראסטן אופן וואס געשענט אויב קומט מען קיין אמעריקא בשנת תר"פ.

וכהנה וכהנה, יעדער האט פארשטאנען דאס איז א שפיל, קיינער איז נישט אוועק פון דרך וועגן א שפיל.

א משוגעת א משגיח, משגיח אויף וואס? נאכדערצו דעם אומפריינדליכסטן און צו ווילדיסטן מענטש ליש, וואס איז בכלל נישט קיין מחנך און זיכער נישט קיין נפלא, אפשר אין סטאלין דעטס איט, דער האט א א שרייענדיגע ווילדע פיסק א הדיוט קופץ בראש, אין איין ווארט א 'נויס מעיקער'.

ועוד יש לדלות ולהשקות...
מיטוואך אפריל 17, 2019 5:16 pm#428718
דולה ומשקה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, אז מ'רעדט שוין פון די פלעיס, האלט איך אז גאנס מיט געוואלדטאטן באלאנגען טאקע נישט ביי א אידישע שפיל, ס'מוז נישט דייקא זיין א קעניג מיט א באדינער, אבער פון דארט ביז געוואלטאטן איז א מהלך.


ביי רבי שלמה באבוב'ער פורים אויף דער טיש איז אין די שפילן געווען:
א גאן - שפיל באחרית הימים תשנ"א האט מען אינצווישן אויסגעשפילט ווי סאדאם שלעפט ארויס זיין גאן אין שיסט איינעם אויף טויט
פרויען - שפיל עקידת יצחק (יאר ?) איז צווישן אנדערע געווען אויסגעשפילט שרה און הגר
ניבול ? - ביים שפיל חנני' מישאל ועזרי' תשמ"ד האט נבוכדנצר געזינגן אינצווישן זיינע גראמען "איבעראל פאלגט מען מיינע הלכות - דער גאנצע וועלט איז אינטער מיין טאכעס"...
פראסטקייט - אינעם שפיל 'צוריק צום זיידן' תשמ"ח האבן צוויי אויסגעשפילט אויף א ריכטיגע פראסטן אופן וואס געשענט אויב קומט מען קיין אמעריקא בשנת תר"פ.

וכהנה וכהנה, יעדער האט פארשטאנען דאס איז א שפיל, קיינער איז נישט אוועק פון דרך וועגן א שפיל.

א משוגעת א משגיח, משגיח אויף וואס? נאכדערצו דעם אומפריינדליכסטן און צו ווילדיסטן מענטש ליש, וואס איז בכלל נישט קיין מחנך און זיכער נישט קיין נפלא, אפשר אין סטאלין דעטס איט, דער האט א א שרייענדיגע ווילדע פיסק א הדיוט קופץ בראש, אין איין ווארט א 'נויס מעיקער'.

ועוד יש לדלות ולהשקות...

קיינמאל געהערט, ווי קען מען זעהן די שפיהלן?
אויף די תשמ"ד פלעי האט דאכצעכמער ר' שלמה באבובער ז"ל געזאגט נאכדעם אז מ'ברויך רעדן איידל
מיטוואך אפריל 17, 2019 5:48 pm#428723
ברויך מע מאכן ווי אין LAKEWOOD
מיטוואך אפריל 17, 2019 6:46 pm#428731
14,000 אידן האבן געוויזן זייערע אונטערן
מיטוואך אפריל 17, 2019 7:20 pm#428733
נישט געהאט קיין אנדערע הוו''א

היינו טעמא דסמארטפון וכו'

איין זאך טיט די אלע איסורים אויפטוהן אז נאך אפאר אידן לויפן
מיטוואך אפריל 17, 2019 11:25 pm#428743
זאפטיג האט געשריבן:נישט געהאט קיין אנדערע הוו''א

היינו טעמא דסמארטפון וכו'

איין זאך טיט די אלע איסורים אויפטוהן אז נאך אפאר אידן לויפן

נישט ממש . ס'טוט אויך אויף אז זיי קאטען אוועק גיטע חלקים . די שטערן איסור האט אויך פעסט אויפגעטון , דער שטערן איז שוין לאנג נישט וויזוי ס'איז אמאל געווען.
מיטוואך אפריל 17, 2019 11:27 pm#428744
דולה ומשקה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, אז מ'רעדט שוין פון די פלעיס, האלט איך אז גאנס מיט געוואלדטאטן באלאנגען טאקע נישט ביי א אידישע שפיל, ס'מוז נישט דייקא זיין א קעניג מיט א באדינער, אבער פון דארט ביז געוואלטאטן איז א מהלך.


ביי רבי שלמה באבוב'ער פורים אויף דער טיש איז אין די שפילן געווען:
א גאן - שפיל באחרית הימים תשנ"א האט מען אינצווישן אויסגעשפילט ווי סאדאם שלעפט ארויס זיין גאן אין שיסט איינעם אויף טויט
פרויען - שפיל עקידת יצחק (יאר ?) איז צווישן אנדערע געווען אויסגעשפילט שרה און הגר
ניבול ? - ביים שפיל חנני' מישאל ועזרי' תשמ"ד האט נבוכדנצר געזינגן אינצווישן זיינע גראמען "איבעראל פאלגט מען מיינע הלכות - דער גאנצע וועלט איז אינטער מיין טאכעס"...
פראסטקייט - אינעם שפיל 'צוריק צום זיידן' תשמ"ח האבן צוויי אויסגעשפילט אויף א ריכטיגע פראסטן אופן וואס געשענט אויב קומט מען קיין אמעריקא בשנת תר"פ.

וכהנה וכהנה, יעדער האט פארשטאנען דאס איז א שפיל, קיינער איז נישט אוועק פון דרך וועגן א שפיל.

א משוגעת א משגיח, משגיח אויף וואס? נאכדערצו דעם אומפריינדליכסטן און צו ווילדיסטן מענטש ליש, וואס איז בכלל נישט קיין מחנך און זיכער נישט קיין נפלא, אפשר אין סטאלין דעטס איט, דער האט א א שרייענדיגע ווילדע פיסק א הדיוט קופץ בראש, אין איין ווארט א 'נויס מעיקער'.

ועוד יש לדלות ולהשקות...

און ווער רעדט דען פון די לעצטע געדאנק וואס איז אויך געווען פיל מיט ניבול
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 1:05 am#428746
לדעתי טוישט זיך ניבול יעדער פאר יאר, ווערטער וואס זענען נארמאל ווערען מיאוס, און להיפוך.

פלעיס פין פערציג יאר צוריק, טוכעס איז נישט אייביג געוועהן אזוי ווי היינט. רעדן בכלל וועגן טוילעט און אשר יצר איז געווען נארמאל פאר בדחנים. היינט איז עס מער מאדנע.

איך שיהיה, האט מען און באבוב זיכער נישט געפרעגט פאר דער פלעי פין ר' שלמה וואס מען זאל זאגען, אדער אפילו געוויזן דער סקריפט.

איך האב שוין געזעהן אסאך אונטערן פלעיס, עס איז גוט, גארנישט שלעכט, און איסורים זענען סתם אפאר מוסדות צו אין מוסד וואס פארפירט ווייל זיי זעהן דער דאלאר, און ווערען ווילד.

די וואס מאכען דער אונטערן דארפן איגנארירן די איסורים און זיך אויסלערנען, און באלט ווערען זיי די מנהיגים און וועג ווייזער וויאזוי א אידישע פלעי דארף אויסזעהן.

די ליצנות ביי אונז איז אין לשער. כאילו עס זענען דא גדרים וויאזוי א "אידישע" פלעי דארף אויסזעהן אין שולחן ערוך. אדער א קומזיץ וכו'.
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 2:31 am#428747
די גדרים מאכן זיך יעצט. אין סאמע מיטן מאכן...(קרעדיט קאכלעפל)
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 6:22 am#428748
די אלע גדרים פון מוסדות במשך די לעצטע צוואנציג יאר זענען געמאכט געווארן עפ''י פרומקייט קאנקערענץ און פרעשור.
ווען אינז האבן געלערנט אין חיידער איז דען בכלל געווען תקנות פאר עלטערן?
מען האט זיך געבעטן ביי אידן אריינשיקן די קינדער אין היימישע מוסדות...
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 6:05 am#429017
איך מוז גראדע זאגן אז נאך זעהן דעם היי יעריגער שפיל מוז איך על כרחי צוריק ציען און געבן קרעדיט פאר די מנהלי המוסדות.
מען האט שטארק דערקענט דעם חילוק ווי עס איז נישט געווען קיין שיסער און באמבעס, דער שפיל ענדיגט זיך אזוי שיין ווי מסודות געבט איבער דעם קרוין. מען האט אויך דערקענט דעם דגוש אויף ארויסברענגן ערליכע געדאנקן איבער שמירת המצוות (און פארשטייט זיך אויך עטוואס קנאות :) אז אינז אידן זעמיר אין גלות און קענען נישט טוהן זאכן אליינס)
איך האב שטארק הנאה געהאט און אויך מיינע קינדער
יישר כח
איך מיין מען קען שוין טוישן דער קעפל פונעם אשכול ווייל איך האב נישט געזען קיין רשעות נאר פארקערט
מאנטאג אפריל 29, 2019 10:31 am#429222
רימון האט געשריבן:אונז זעמער אלע עדות צו דער סאדיסטישער צירקוס און בלוט זויגונג וואס קומט פאר ארום די אונטער'ן חבריא פלעי. פלוצלונג איז יעדער מחנך געווארן א גאנצער דעמאגאג מיט טיפע ביאורים איבער דער מערב וועלט קולטור און דער באדייט פון עם ה'. פלוצלונג איז ארי אבראמאוויטש מיט פעלדמאן-לאנגזאם-פוקס געווארן די שפיץ אבן נוגף פון כלל ישראל וואס גייט אונז אלע אראפפירן פון וועג.

אמער, ארי אבראמאוויטש מעג נאר זיין א סטאר אין קראלי ביי די שיבתר טיש, און לאנגזאם פעלדמאן מעגן נאר עקטן ביים רבינ'ס שבע ברכות ווען מ'דארף אנפילן א הויכע פארענטשע. דעמאלט זענען זיי נישט קיין סעלעברעטיס, דעמאלט ברענגען זיי נישט אריין קיין גויאישקייט, דעמאלט פארכישופן זיי נישט דעם יוגנט, אבער ווען אונז פשוטע טאטעס זוכן וואו צו נעמען די קינדער אין אן איידעלע און זיכערע ענווייראמענט חול המועד, אדער ווען אליעזר נייהויז זוכט צו פארדינען א שווער אויסגעהארעוועטע גרינעם דאלאר, דעמאלט איז עס ביהרג ועל יעבור.

:D
מאנטאג אפריל 29, 2019 10:41 am#429225
אוי ווי גיט זאגסטו חיים יואל
מיטוואך מאי 01, 2019 9:02 pm#429417
ווארט'ס נאר ווארט'ס, ס'קומט א שטארקע איסור שטורעם קעגן נאך מתיוונישע באוועגונגען, א שטייגער די 'בליץ בילד' קארטלעך, וואס זענען זייער פאר'גויאישט געווארן.
ווען כ'האב געהערט מאחורי הפרגוד אין וואס ס'קאכט זיך אויפן קנאים טישל, האב איך זיי דאס מאל געגעבן גערעכט. פארפאלן יענע קלויזנבורגע חדר צעטל איז ליידער אמת, צו ס'שמעקט אונז צו נישט.
דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:24 am#429443
וואס איז דער קלויזנבורגער חדר צעטל
דאנערשטאג מאי 02, 2019 9:16 am#429455
Re: אונטער'ן רשעות
אז מ׳מעג נאר קוקן מנשה מאוווייס ווייל אנדערש איז עס גוייש. אז אונטערן איז שלעכט ווייל זיי מאכען קאמפעטישענס און א גאנצע קולטור ארום זיך.
אינטרעסאנט אז רביס טון די זעלבע און פאר דעם זענען זיי קדושים וטהורים וואס פירען ריזיגע אמפיריהס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 02, 2019 9:19 am#429456
זיי זענען גויאיש ווייל זיי פארשטייען נישט צו נעמען דעם בארימטן אקטיאר מנשה לוסטיג. וואס פארשטייט א גויאישע קאפ.
דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:29 pm#429497
זאפטיג האט געשריבן:וואס איז דער קלויזנבורגער חדר צעטל

כ'ווייס ליידער נישט וויאזוי מ'לייגט ארויף בילדער און דאקומענטן אין א פורום, זאל איינער ביטע עס ארויפברענגן.
בקיצור זעט מען דארט, אז נעמען דעם גויאישער קולטור און עס סערווירן אונזערע אלטרע ארטאדאקסישע ריינע קינדערלעך, איז ממש א חורבן נורא.
אנדערש ווי יענע וואס מאכן זייערע זאכן אויפ'ן אינטערנעט און פארקויפן עס נישט אין דזשודעיקע סטארס, אזוי אז איינפאכע יודען בעלי חומר קענען עס אליינס זוכן און קויפן אין פרעמדע פעלדער. ווי א שטייגער 'ביז-טענק'. אבער צו מאכן פראיעקטן פאר היימישע קינדער וואס באקומען זייער חינוך דאס גאנצע זמן אויף א געהויבענע חרדישע שטייגער, און זיי זאל מען סערווירן עפעס וואס געהער פאר 'היברו-סקול' לעוול קינדער, איז א עוולה.
דאנערשטאג מאי 02, 2019 3:03 pm#429500
צאנז-min-min.jpg
דאנערשטאג מאי 02, 2019 6:04 pm#429525
זייער שיין
QUOTE כלל ישראל האט ב''ה ROLE MODELS אויף וועמען ארויף צי קיקן און נאכגיין........
פרייטאג מאי 03, 2019 4:36 am#429565
klasenbrg (1)-compressed (1).png
פרייטאג מאי 03, 2019 5:46 am#429566
Re: אונטער'ן רשעות
עס דערמאנט זיך א קופקע אין לעיקוואד, אדער ארץ ישראל. זיי האלטן נישט ביים זיך עכט מיען אין לערנן. אבער דרשנ׳ן וועגן לערנן קענען זיי מורא׳דיג. זיי דרשנ׳ן צו זייער קינדער אז נאר לערנן איז וויכטיג, זיי מאכען מחאות אז די ׳צביון עולם הישיבות׳ זאל בלייבן ריין, און זיי האבען ממציא געווען א גאנצע שפראך אנצוהאלטן א שיטה"ק וואס זיי זעלבסט האלטן נישט אן.

עס זעט זיך אויס אז זיי פארענטפערן זיך מיט דעם אז הגם זיי האבען זיך נישט גובר געווען אויפ׳ן יצר הרע, מ"מ האלטן זיי די זאך ווארם פאר אנדערע. און דערמיט האלטן זיי זיך נאך בעסער ווי דער וואס לערנט טאקע, אבער איז נישט ביזי מיט די זייטיגע זאכען.

עס קומען אינטרנט זיצערס, מאווי קאנאסעירס, מענטשן וואס ווייסען פונקט וואס דאס איז יפיפותו של יפת, און זיי פרעדיגן גאר קעגן די מתיוונים וואס ברענגן פרעמדע מושגים אין די קינדער. מ׳וויל האלטן די זאך ריין, הגם פערזענליך האלט מען נישט ביים לעבן די לעבן, אבער ווען עס קומט צו רעדן דערפון זענען זיי אלל אין.

לערנט׳ס ענק אויס, די פירות פון שקר איז שקר. אמת וואקסט נישט פון א שקר בוים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג מאי 03, 2019 6:20 am#429568
cictim האט געשריבן:
klasenbrg (1)-compressed (1).png


ןןי איז דער המשך?
פרייטאג מאי 03, 2019 9:45 am#429570
בילד

בילד

בילד

בילד

גענומען פון דא
פרייטאג מאי 03, 2019 2:35 pm#429589
אוודאי שמעקט עס נישט פאר חובבי טיאטער, אבער למען לא יהא האמת נעדרת, מוז מען מודה זיין, אז די 'מאנסי קלויזנבורג צעטל' איז גערעכט מיט יעדע נקודה. אנדערש איז די קלויזנבורג ב.פ. צעטל, וואס האט שוין פארגלעט און גע'חנפ'ט די אקטיארן ובעלי בתיהם.. און האט אוועקגענומען פונעם ארגינעלקייט.
מוצ"ש מאי 04, 2019 5:16 pm#429623
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בילד

בילד

בילד

בילד

גענומען פון דא


כקען נישט ליינען דארט. שיק ביטע נארמאל
מוצ"ש מאי 04, 2019 10:37 pm#429635
רייט קליק און קוועטש 'אפען אימעדזש' וועסטו עס קענען לייינען ווי א איד.
מוצ"ש מאי 04, 2019 11:56 pm#429642
האלאו: ביטע געטץ איבער פאר די מנהלים און מחנכים אין קהילת צאנז קלויזנבורג אז זיי זאללן אויפהערן דרייען א קאפ. און זיך דראפען אויף די גראדע ווענט. אפשר ווייל זיי וויללן געפעללן פאר סאטמאר. וויללן זיי זיין פויפסטליכער ווי דער פויפסט...! זיי פארגעסן אז צו סאטמאר וועללן זיי קיינמאל נישט קענען אנקומען. און ס'וועט זיי העלפן א פייג. צי ווייסן זיי דען נישט אז גאט איז א סאטמאר'ער? און וואס ק"ק סאקמער טוט איז גוט און ריכטיג. און וואס א צווייטע קהילה אדער מוסד טוט איז נישט גוט. קעיס קלאוזד...!
זונטאג מאי 05, 2019 12:21 am#429644
איך וועל זיי איבערגעבן בל"נ.
זונטאג מאי 05, 2019 12:55 am#429648
berlbalaguleh האט געשריבן:האלאו: ביטע געטץ איבער פאר די מנהלים און מחנכים אין קהילת צאנז קלויזנבורג אז זיי זאללן אויפהערן דרייען א קאפ. און זיך דראפען אויף די גראדע ווענט. אפשר ווייל זיי וויללן געפעללן פאר סאטמאר. וויללן זיי זיין פויפסטליכער ווי דער פויפסט...! זיי פארגעסן אז צו סאטמאר וועללן זיי קיינמאל נישט קענען אנקומען. און ס'וועט זיי העלפן א פייג. צי ווייסן זיי דען נישט אז גאט איז א סאטמאר'ער? און וואס ק"ק סאקמער טוט איז גוט און ריכטיג. און וואס א צווייטע קהילה אדער מוסד טוט איז נישט גוט. קעיס קלאוזד...!

אגב, איך האב מיך נישט געפוילט, און געקלונגען די הנהלה דארט, און יעצט ווייס איך גאר, אז דער שרייבער פון די מודעה, איז ניטאמאל א קלויזנבורגער חסיד עט אלל.
ערנסט גערעדט האט ער געזאגט וואס יעדער רעכט-דענקיגער ערליכער וואלט געזאגט, ווען ער קומט צום יודישער שכל ווי א עדאלט.
זונטאג מאי 05, 2019 9:56 am#429659
ATUB @שקד ATUB טייערע
איך ברעך שוין קאפ אזוי לאנג . וואס פאר א גיט יאר זוכסטו דא אויף אזא ליבעראל דענקערישע פלאטפארם ווי ק''ש????
זונטאג מאי 05, 2019 10:09 am#429661
איך האב געלייענט אביסל פון די צעטלעך און עס ליידט פון א פונדעמענטל מיסטעיק: מען קען מען נישט סעפערעיטן מומחיות מיט דער מענטשנ'ס פערסאנאליטי. א מענטש ערווארבט זיך מומחיות אין סיי וועלכען פעלד דורכן שווער ארבעטן אויף אויף אלע אנדערע אספעקטן פון זיין נפש, אפילו אזעלכע וואס זענען נישט תיכף אבוויעסלי רעלעיטעד צו די ספעציפישע אייגנשאפטן וואס נויטיגן זיך צו אט דער מומחיות וואס ער פארמאגט.

אסאך פון די היימישע עקטערס וואלטן די זעלבע געקענט ווערע בלויע און גאלדענע רעבעס ווי זייערע זיידעס האבן געטוהן (די א.ג. ראל מאדעלס פון די פריעדיגע יארן) אבער האבן געמאכט די הארדער טשויס, גענומען די שווערערע החלטה, צו אינוועסטן אין א פראפעשענאל, האנעסט, עקטינג קאריערע.
זונטאג מאי 05, 2019 10:29 am#429663
אין א תגובה אויף די צווייטע סעט פון צעטלעך וויל איך אויף אזויפיל זאגן אז די שרייבערס פון די צעטלעך כאפן זיך אפשר נישט אז גיין שפילן אין ספארטס און וואטשן טעאטער איז נישט סתם צייט-פארברענגעריי עס איז דא דערין טיפערס, כאטש אזויפיל וויפיל עס ליגט אין די זיך שטופן ביי די רעביס טישן און באגלייטן.

ספארטס שטארקט דער גוף, וואס איז נאך אזוי שווער ווי טאנצן מצוה טאנץ דריי שעה מיט אלע אייניקלעך, און פאר די וואס ווייסן נישט, די מוסלעמענע רוצחים פון די מדבר האבן קעפערס פאר וועמען די פילאפס מיט די וויינבערגערס קענען זיך פארשטעקן; אלזא איז וויכטיג צו האבן דארטן אויכעט א יד אדער אפשר א רגל. ווי אויכעט האט פרויד שוין מסביר געווען אז ווען מענטשן הארעווען זיך אויס אויף פוט-בול געים איז דא ווייניגער עכטע מלחמות און אזוי אויך הושענה רבה הקפות שלאגן און אייער ווארפעריי ווייל די אינערליכע אגרעסיע וואס דעוועלאפט זיך דורכאויס שובבים ת"ת און ווערט נאר פארשטארקערט ביים זען אז דער ברודער האט א גיפאקטערע סטאדיום מיט מענטשן ווערט אויסגעיבן בשעת די הייליגע כדור רגל ריטואל.

ווייטער cinema האט אויכעט גרויסע סודות אבער דאס וועל איך מוזן מגלה זיין אן אנדערס מאל ווייל איך בין שפעט צו א שיעור מיט מיין פערסאנעל מלאך.
זונטאג מאי 05, 2019 11:34 am#429665
כשר'ע ענטערטעינמענט נעקסטע חול המועד גייט זיין אהרן ווערסעס זלמן לייב אין א סטעדיום, וואן אן וואן.

און לאמיר זעהן איינער זאל זיך ווייגען דאס צו אסר'ן.
זונטאג מאי 05, 2019 12:22 pm#429673
שפילן ספארטס און קוקן יענעם שפילן ספארטס איז פארקערט איינער פון די אנדערע. אבער ממש פארקערט. דער שטארקט די גוף (אויב מ'טוט עס במדה ובמשורה) און דער שוואכט אפ דעם גוף. יא, זיצן אין פראנט פון א גרויסע טעלעוויזשען, עסן טשיפס און פליגלעך (ווער עסט די פליגעל? עס איז נישט דא וואס צו עסן דארט? אבי גוים ווייסען בעסער ווי אונז), און טרינקן ביר, מאכען נישט דער גוף שטערקער. די איינציגסטע עקסערסייז וואס מ'האט דערפון איז ווען מ'ווארפט זאכען אויף די טעלעוויזשען ווען דער אמפייר רופט אויס עפעס וואס דו גלייכסט נישט.

און אין ענגלאנד, וואס מ'טוט נאך א פארלוסט, אדער ערגער, א געווינס.
זונטאג מאי 05, 2019 2:52 pm#429681
Re: אונטער'ן רשעות
דולה ומשקה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, אז מ'רעדט שוין פון די פלעיס, האלט איך אז גאנס מיט געוואלדטאטן באלאנגען טאקע נישט ביי א אידישע שפיל, ס'מוז נישט דייקא זיין א קעניג מיט א באדינער, אבער פון דארט ביז געוואלטאטן איז א מהלך.


ביי רבי שלמה באבוב'ער פורים אויף דער טיש איז אין די שפילן געווען:
א גאן - שפיל באחרית הימים תשנ"א האט מען אינצווישן אויסגעשפילט ווי סאדאם שלעפט ארויס זיין גאן אין שיסט איינעם אויף טויט
פרויען - שפיל עקידת יצחק (יאר ?) איז צווישן אנדערע געווען אויסגעשפילט שרה און הגר
ניבול ? - ביים שפיל חנני' מישאל ועזרי' תשמ"ד האט נבוכדנצר געזינגן אינצווישן זיינע גראמען "איבעראל פאלגט מען מיינע הלכות - דער גאנצע וועלט איז אינטער מיין טאכעס"...


ברשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער געפינט זיך דא מיט אונז די היינטיגע נאכט, ווילן מיר אייך פארשטעלן דעם גרויסארטיגן שפיל... "אונטערן טאכעס!"
זונטאג מאי 05, 2019 5:48 pm#429710
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שפילן ספארטס און קוקן יענעם שפילן ספארטס איז פארקערט איינער פון די אנדערע. אבער ממש פארקערט. דער שטארקט די גוף (אויב מ'טוט עס במדה ובמשורה) און דער שוואכט אפ דעם גוף. יא, זיצן אין פראנט פון א גרויסע טעלעוויזשען, עסן טשיפס און פליגלעך (ווער עסט די פליגעל? עס איז נישט דא וואס צו עסן דארט? אבי גוים ווייסען בעסער ווי אונז), און טרינקן ביר, מאכען נישט דער גוף שטערקער. די איינציגסטע עקסערסייז וואס מ'האט דערפון איז ווען מ'ווארפט זאכען אויף די טעלעוויזשען ווען דער אמפייר רופט אויס עפעס וואס דו גלייכסט נישט.

און אין ענגלאנד, וואס מ'טוט נאך א פארלוסט, אדער ערגער, א געווינס.

און וואס עסט מען ביי די סיום השסן?
זונטאג מאי 05, 2019 5:51 pm#429711
געפילטע פיש
זונטאג מאי 05, 2019 5:52 pm#429712
איך פארשטיי נישט. א סיום הש"ס איז לכתחילה א סעודה, און ביי א סעודה עסט מען. אבער צו זאגען אז נאכגיין ספארטס איז גוט פאר די גוף און דעריבער זאל מען עס טון, איז נישט אין אייקלאנג מיט די מציאות הדברים.

ווען איינער וועט זאגען אז א סיום הש"ס,צו א יו"ט סעודה מיט פלייש און קוגל, זענען געזונט פאר'ן גוף און דאס איז די סבה פארוואס מ'טוט עס, וואלט עס געווען די זעלבע געלעכטער
זונטאג מאי 05, 2019 6:13 pm#429715
סאיז דאך נישט אמת. איעדע סקול האט פוט בול טיעמס און א אלגעמיינע ספארטס מסגרת. עפעס יעדער פארהערט זיך בשר בחלב און תערובות? דער פארהערט זיך און דער עסט די בשר אין תערובות.. עס איז צו סעטן די אספירעישאנס.
זונטאג מאי 05, 2019 7:09 pm#429721
Re: אונטער'ן רשעות
ליין איבער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk