מאנטאג אפריל 29, 2019 1:35 pm#429233
דברים של טעם
Cp
א קורצע געדאנק איבער די לעצטערע מערכות ציווישן די רבנים און די המון עם!!
ס'איז דא א באקאנט ווארט פונעם קאצקער; אויב ווילט איר זיין גרעסער פון יענעם, דאן שטעלט אייך אויף א בענקל. נישט לייג יענעם אריין אין דער ערד, צו ערפילן אייער ציהל!!
דאס איז אין קורצן וואס מיר גייען אדורך די לעצטע פאָר יאר מיט די רבנים און אדמורי''ם.
די רבנים שרייען אז די סיבה פארוואס זיי אסר'ן אלע פארשטעלונגן און קומזיצן, איז ווייל די שפילערס און די זינגערס ווערן צעלעברעטיס ביי כלל ישראל.
עס איז אבער נישט קיין סוד פאר קיינעם אז זייט די וועלט שטייט איז א טאלאנטפולער מענטש געווען א צעלעברעטי. די מינוט א מענטש האט א פאַך וואס די המון עם האט נישט, איז ער אינטערסאנט, און מענטשן שעצן אזא איינעם. דאס איז אזוי מיט חזנים, בדחנים, זינגערס, טאנצערס, מעדזשיק וכו'. אין דערהיים פאר די מלחמה איז דאס נישט געווען אנדערש, אידן זענען געלאפן קינד און קייט כדאי צו כאפן א בליק אויף יוסל'ע ראזענבלאט און אלע אנדערע חזנים וכדומה.
נאר פארוואס איז בימים ההם נישט געווען אזא מערכה ציווישן די רבנים און די חזנים? פשוט, ווייל די רבי/רב האט קיינמאל אין לעבן נישט געשפירט אז דער חזן אדער שפילער איז זיין קאנקורענץ.
ר' מאיר שפירא, דער מנחת אלעזר, ר' ישכר דוב בעלזער אדער ר' שלום אליעזר ראצפערטער זכותם יגן עלינו האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז ווען א איד גייט הערן יוסל'ע ראזענבלאט אדער קווארטין, טוט דאס עפעס אוועק נעמען פון זיי, אדער ווייניגער מאכן זייער השפעה אויף די אידנטום. זיי האבן געוויסט אז פאר אן הנאה גשמי גייט מען הערן א חזן, משא''כ פאר עונג רוחני, פאר א דעת תורה, אדער פאר א ישועה קומט מען צו זיי.
אנדערש זענען אבער די רבנים פון אונזער דור, וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ איז פון זיין א צעלעברעטי. אנשטאט זיין אינפלו'ענטשעל אויפן ציבור מיט זייער תורה און עבודה, פראבירן זיי דאס צו טוהן דורך צאלן געלט צו זיין אויף די פראנט פעידזש פון די וועכענטליכע מאגאזינען. זייער קאפ און מוח פארן חתונה מאכן א קינד, ליגט אין די שילדן פונעם אויבן אן, און אין די קאליר פונעם בעקיטשע. יעדע נסיעה אויף די מקומות הקדושים ווערט פארוואנדלט אין א צירקוס, ווי די נסיעה התרוממות מוז האבן א סימבאל פארן שבת, און דאס מוז זיין געדריקט אויף יעדע נעפקין. דאס ווערט אלעס געטוהן אז זיי זאלן זיין ווי א גרעסערע צעלעברעטי ביים ציבור.
קומט חול המועד אין דער צעלעברעטי רב זעהט ווי פערצן טויזנט מענטשן קויפן טיקעטס צו גיין זעהן דעם צעלעברעטי לאנגזאם וכדומה ביים 'אונטערן' שפיל. דערנאך זעהט ער ווי נאך פינף צו זעקס הונדערט אידן לויפן קויפן טיקעטס צו זעהן דעם צעלעברעטי שרגא פייוול גאלד מיט זיין חבריא ביי 'שירה ושירות'. קומט פשוט ארויף א ווילדע קנאה פון איין צעלעברעטי אויפן צווייטן צעלעברעטי. ער פארשטייט נישט פארוואס די אינגווארג איז נישט ענדערש אינטערסירט צו קומען זעהן זיין נייע קאלירפולע בעקיטשע וואס ער האט זיך געמאכט לכבוד יום טוב? ער גייט ארויס פון די כלים אז ער האט שוין געטראסקעט היי יאר אויף מאגאזינען עפרות תבל, אבער פאר די אינגווארג איז נאך אלס מער אינטערסאנט די זינגער צעלעברעטי ווי זיין חול המועד טיש אדער דרשה.
דעריבער קומט ער צו די מסקנה, אז די איינציגסטער סיבה פארוואס דער עולם וויל ענדערש דעם שפיל, איז ווייל זיי זענען פארדארבן. אומר ועושה נעמט מען ארויס דעם פעדער און מ'שרייבט א ווילדע קול קורא קעגן דעם פארדארבענע ציבור אידן.
דער אמת איז אבער, אז דער ציבור האט גארנישט קעגן די רבנים פערזענליך. סך הכל זעהן זיי נאר ווי די רבנים זענען פארנומען מיט שטותים א גאנצן טאג, און די אינטערטעינמענט ביזנעס איז פארנומען מיט שטותים א גאנצן טאג, און פערצופאל גליכענען זיי מער די שטותים פון לאנגזאם/פעלדמאן ווי די רבנישע שטותים.
אויף דעם האָבן מיר אבער די קאצקער עצה פאר די רבנים. אויב ווילט איר האבן אן השפעה אויף כלל ישראל? איר ווילט אז דער ציבור זאל אייך ארויף קוקן? הייבט אייך אויף אביסל!! זייט נישט פארנומען מיטן זיין א צעלעברעטי!! לייגט נישט יענעם אין דער ערד!! לאזט אייך אפ פון אלע נערישקייטן!! זייט ממלא די תפקיד פון א רב!! זייט פארנומען מיט די שלשה עמודי עולם וואס איז תורה, עבודה און גמילת חסדים!! ווען איר וועט דאס טוהן, וועט איר נישט לעבן אין פחד אז דער זינגער צעלעברעטי נעמט אייך עפעס אוועק, אדער מאכט אייער השפעה ווייניגער ביים ציבור. איר וועט קומען צו די הכרה אז די שפילערס צו זינגערס זענען בכלל נישט אין אייער גאטונג, און אוודאי נישט אייער קאנקורענץ.
טראכט גוט אריין, וועט איר זעהן ווי אמת דאס איז!!