מיטוואך אפריל 29, 2020 1:31 am#447058
טאקע זייער וויכטיג זיך צוזאמצופרעסן מיט די נורסעס...
איין מינוט מר. מעיאר ווי איז דיין מאסק??
איין מינוט מר. מעיאר ווי איז דיין מאסק??
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: דו מישסט דא אויס 2 ערליי ערשיינונגען.די געשעענישן און נעגאטיווע ערשיינונגען אזוי ווי קאראנא וויירוס און אנדערע פראבלעמען האבן נישט קיין ראציאנאלע פארבינדונג מיט לאנגע שייטלעך און סמארטפאונס וואס די היפאקריטישע און נארישע רבנים האלטן אין איין האקן.
אבער דאס אויסמישן און חתונה האבן מיט גויים האט יא א ראציאנאלע פארבינדונג און איז א מעגליכע סיבה צו אויפפלאמען דאס אנטיסעמיטיזם. ווייל די אנטיסעמיטישע און אומפארגינערישע גויים האבן איבעראל, וואו זיי האבן זיך געדרייט באגעגנט אזוי-גערופענע אידן. סיי די מערסט בארימטע דאקטוירים זענען געווען פון אידישן אפשטאם. אויך די גרעסטע לאיערס און דזשאדזשעס אין קאורט זענען געווען די מערסטע אידן.
דעם פונדאמענטאלן טעות וואס די אידן פון דייטשלאנד האבן געמאכט איז געווען אז זיי האבן זיך געשפיהרט אלס אינטעגראלער טייל פון דייטשלאנד. נישט נאר סתם איינוואוינערס. און ביי זיי איז נישט געווען עפעס ראנג אין חתונה האבן מיט גויים. און אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם איז אייביג געווען אין דייטשלאנד. און ווען די אנטיסעמיטן אזוי ווי די נאציס זענען געקומען צו די מאכט האט די אידישע באפעלקערונג נישט איינגעזעהן די סכנה. און זיי האבן אינגאנצן נישט געזוכט קיין וועגן זיך צו באשיצן. ווייל זיי זענען געווען זיכער אז די קאורטס און דאס געזעץ וועט זיי באשיצן...!
איך רעד יעצט נישט פון די רוחניות'דיגע סיבות וועלכע האבן געברענגט דערצו...!
ליב צו וויסן האט געשריבן:די טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן,
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:די טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן,
והציגיינער תוכיח. די צייגיינער האט מען אויך פיינט געהאט, די נאציס האבן אויסגעהארגעט איבער א מילליאן פון זיי, ס'איז אלץ דעם זעלבן ענין.