Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • חם לבי בקרבי

קאווע שטיבל • חם לבי בקרבי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13105
זונטאג מאי 05, 2019 4:16 pm#429682
חם לבי בקרבי
שלא כדרכי ... פיל איך א חוב במקום שאין איש ... ליידער ווען מיר הערען די נייעס פון דרום ארץ ישראל... מיר זענען נישט אין הימעל און צו וויסען למה החרי אף הגדול... אידען נעבאך ווערען גהרגט... וכל ישראל ערבים זה לזה... החי יתן אל לבו...
ליידער האט מיר היינט איינער געוויזען א שרייבערעיי פון דעים שנה ופרוש יששכר דוב כץ וואס ער איז זייער דערבטיערט אויף די הייליגע פסוק אין די תורה הק' ואת איש לא ת.. ... אלטץ צניעות וויל איך נישט אלעס ארויסשרייבען דא ברחל בתך הקטנה... און ער מיט זיין פאקרימטען דעה איז זייער צובראכען פון די צער פון די עלעמענטען וואס בהפקירא ניחה להם און ווילען רח"ל בוגד זיין בד' ובתורתו הק' און רעדען זין איין אז זיי זענען באשאפען געווארען אנדערשט...און איז פוער פיו ופוער ידיו נגד ה' ותורתו שקבלנו ממשה מסיני. או לנו שכך עלתה בימינו!
איך וויל נישט אריינגיין און די ווכיח צו ער האט א דעה צו די דעה איז בארעכטיגט בכלל נישט.
איך וויל נאר רייסען קריעה אויף אזא צייט וואס א אזויגעריפענע ארטאדאקס וואס האט גלערינט און קעי דזשעי ישיבה, און דערנאך ביי גדולי הדור אין ארצינו הק' ,זאל האבען אזא אפיקרוסשיען דעה, ונוסף לכך אין איש פוצה פה ומצפצף, און מיין קשיא איז נישט צו הג"ר זלמן לייב פילאפף מיין קשיא איז צו האדמו "רמנאוומינסק וואס ווייסט יא וואס טוט זיך, אדער הרב הערשל שעכטער ווי זענט איר ? א ארטאדאקס וואס זאל זיך שלאגען מיט כביכול און זיין תורה, פארשווייגט איר ? עס איז אויס וועלט! הישמע כזאת?
סנישט קיין ספק ביי מיר אז יששכר דב כץ מיט אבי ווייס ודעימי' זענען נישט קאנסידערד רבנים און נישט שומרי תורה ומצוות! זיי זענען די רשע פון די הגדה של פסח הוציא עצמם מהכלל והקהה את שיניו! זייער יין אי זיין נסך! זיי גלייבען נישט די תורה און נישט חז"ל ! זיי זענען אפיקורסים רבותי במקום שאין איש השתדל להיות איש.. נעמטס צוזאם חתימות ניטש פון רבנים נאר פון ערליכע אידען וואס זיי זאלן מוחה זיין נכגד שיטתם הטמאה.... און אויסשרייען די זעקת השם והתורה צא טמא אין להם חלק ונחלה מיט אידען בכלל און מיר טיילען זיך פון זיין זייער קדושין אין גיטין זענען פסול אזוי ווי קאנסערווטיוו און רעפארמע זייער מקוואאות און גירות איז שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא
זונטאג מאי 05, 2019 4:22 pm#429683
האסט למעשה געריסן קריעה?
זונטאג מאי 05, 2019 4:23 pm#429684
וואס האט ער געזאגט? איך וויל אויך קענען זאגן אז איך וויל רייסן קריעה...
זונטאג מאי 05, 2019 4:58 pm#429687
ימים
די שרייבסט
איך וויל נישט אריינגיין און די ווכיח צו ער האט א דעה צו די דעה איז בארעכטיגט בכלל נישט


ביטע טוה ערקלערען פארוואס די ווילסט נישט אריינגיין אין א וויכוח צו ער האט א דעה, אדער צו די דעה איז בארעכטיגט.

לדעתי איז מער שאלה אויב די האסט א בארעכטיגונג צו זאגען אז גיטין וקדושין פין אים זענען פסול, און אז ער איז נישט קאנסידערד א שומר תורה ומצוות.
אבער לאמיר זאגען ביסט יא בארעכטיגט, פארוואס זענען זיינע גיטין וקדושין פסול? אויב דער גט אדער דער קדושין האבען צוויי כשר'ע עדים איז עס כשר, מיט וואס ווערט א גט אדער קדושין אויס פסול ווייל דער רב איז לדעתך נישט א שומר תורה ומצוות.

ואם תאמר מאנרא יוכיח וואס זיי האלטען אין איין שטעלען מודעות אז די וואס ניצען נישט ר' אהרן ובניו פאר מסדר קדושין זענען די קינדער ממזרים, שאני מאנרא וואס דארט איז עס נוגע פערזעהנליך ר' אהרן'ן, און פאר א פערזעהנליכע מחלוקת האט א רב א כח צו מאכען ממזרים שלא כדין, ווי ער האט בקבלה פין זיין גרויסע טאטע אז מען מאכט איינעם פאר א שייגעץ און מען שרייט שגץ ארויס, ווייל ער האט געזעהן אין מקוה אז ער איז נישט כשר געמל'ט, אבער די ר' ימים, ביסט האסט דאך גארנישט פערזעהנליך מיט רב כץ, איך גלייב אז ר' כץ מיט אייך זענען בכלל נישט אויף דער זעלבער לעוועל פין תורה אדער חכמה, איז מאי חזית צו מאכען ממזרים? עד כדי כך? בני נדה וואלט אויך געוועהן א גוזמא, צו מערסטע קען איך אייך געבען בני תשע מדות.
זונטאג מאי 05, 2019 5:06 pm#429689
Re: חם לבי בקרבי
IMG_2967.jpg




Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:08 pm#429690
Re: חם לבי בקרבי
ווער עס וויל זעהן אנדערע פנינים פון רבי יששכר קען זיך פארשאפן דעם ספר Why open orthodoxy is not orthodox


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:17 pm#429691
כבוד הרב איש תשבי איך הייס נישט נחום ראזענבערג וואס האט ליב צו פאטשקענען שמוץ... בתכלית הקיצור די וויכוח וואס איך גיי נישט אריין איז צו די מאדערנע מציאות פון איש לאיש איז לעגטים, און דעם רעד איך נישט אריין, א' ווייל איך בין נישט קיין דאקטער, און ב' איך האלט אז א א דאקטער'ס מיינוג איז נישט נוגע ווען ס'דא א פסוק אין די הייליגע תורה ממשה מסיני! וואס שטייט איבער אלעס..
יעצט בנוגע כץ'ס גיטין און קדישון איז אזוי, איינמאל איך זעה ער קריגט זיך מיט חז"ל און מיט פסוקי תורה, אדער זיין ציגאנג צו די תורה און אירע געזעצען זענען ווי אזא איינער וואס זאגט אז היינטיגע מעדעצין זענען מער מאסטגעבען ווי א פסוק אדער א דברי חז"ל, אזא איינער הייסט להסכמת כל הפוסקים פון דער ראשון שבראשונים ביז דער אחרון שבאחרונים, א אפיקורס, און אפיקורס פסקנט שוין די אגרות משה ביי די קאנסערוויטווע רע בנים אז זייער גיטין וקדישין זענען נישט כשר, איך זעה נישט קיין איין חילוק פון שיטת כץ ביז קאנסערוויטוו אדער רעפארמע ער ווי זיי מיינען ממעג דרייען מיט אייגענע בויך סברות קעגין חז"ל מיט פסוקי תורה השם ישמרינו
יא מדארף רייסען קריעה, אויף די שרייבעריי וואס ער האט זיך פארמאסטען צו שרייבען א קעגין די חוקי ד'! און אויב ער גלייבט אין בורא כל עולמים, פרעג איך אים אזא באשעפער האסטו וואס האט נישט לשיטתך הטיפשות רחמנות אויף מענטשען? וואס איז מיט מרחם על כל מעשיו ? אלא מאי דער בורא כל עולמים האלט נישט אז זיי זענען רחמנית, זיי זענען פלעין חוטאים ומחטאים און די כץ ביסט איינס פון זיי ועפרא לפומך וואס די פארמעסט זיך צו שרייבען קעגין חוקי ד' אזעליכע מיאוסע לשונות ,
און צום אויסגאבע וועקער וואס האט געדעקט דעם שייגעץ בעט איך מאכט קלאר איר זענט א במה פאר יעדען אויכעט פאר רעפארמע? דאן א שאד איך האב אייך גענימען און מיינע הענט! מדארף וויסען די גדרים און די סייגים איר ווילט טראכטען ארויס פון באקס החרשתי! אבער ווי ווייט זיכט איר צו גיין? דאס איז א שאלה וואס דארף קלאר גשטעלט ווערען און מאכען ליניעס פאר קאווע שטיבעל און וועקער,
כץ האלט אז משנה זיי די דין פון עדות ביי גירות און איך רעד זייער ברמז איז לעגעטים איז ער רעפארם וואס דאס איז א טריט פון כפירה ודי למבין!
נאכאמאל כץ איז אסור אויף גיטין וקדישין מיט גירות און רבנות ער וויל מתיר זיין אלעס פאר נשים דאן אי זער א רעפארמער,
כהאב נישט א פראבלעם ווען כץ אדער א צווייטער זאגט דאס איז א הלכה מפורשת דאס איז א מנהג מען זאל וויסען ווי א זאך באלאנגט נו ממילא אבער משנה זיין זאכען די צורה פון א שיל פון א רב פון א גירות א ש"ץ איז א יסוד און חמור שחמירות
זונטאג מאי 05, 2019 5:18 pm#429692
Re: חם לבי בקרבי
צו זיין קלאר, אין דעם פסוק שטייט ״ואת זכר לא תשכב משכבי אשה תועבה הוא״ און אויף דעם זאגט רבי יששכר צום באשעפער ניין ניין עס איז נישט תועבה, It’s simple does not make sense.... אויף דעם זאגט דער באשעפער צוריק יששכר טייערע האלט דיר דאס מאל און זיי נישט קליגער פון מיר...


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:20 pm#429693
שכוח פאר ברענגען זיינע דברי ניאוץ
זונטאג מאי 05, 2019 5:22 pm#429695
רבי יששכר האט נישט געזאגט אז ס'איז נישט תועבה, ער האט נאר געזאגט אז ס'האט נישט קיין 'שכל'דיגע הסבר. תועבה טייטשט "עקלדיג", טאקע אן קיין 'שכל'דיגע הסבר.
זונטאג מאי 05, 2019 5:24 pm#429696
כל דבריו כפירה
זונטאג מאי 05, 2019 5:25 pm#429697
הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי.
זונטאג מאי 05, 2019 5:29 pm#429699
Re: חם לבי בקרבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי יששכר האט נישט געזאגט אז ס'איז נישט תועבה, ער האט נאר געזאגט אז ס'האט נישט קיין 'שכל'דיגע הסבר. תועבה טייטשט "עקלדיג", טאקע אן קיין 'שכל'דיגע הסבר.


אויב אזוי איז גארנישט תועבה, אויב די גייסט נאר מיט שכל הקר אן די תורה וועג, קענסט די אנקומען זייער ווייט, היטלר (מען האלט דאך נאך יום השואה) האט אויך געהאט א הסבר אויף זיינע מעשים, און די גרעסטע בעלי תועבה׳ניקס זענען אויך מלא הסבר, מען רעדט דאך אבער צו איינע וואס טראכט מיט די תורה גאנג און איז מקושר צו דברי חכמינו ז״ל, אזא איינע וואס זאגט אז It does not make sense, איז דאס א בעיטה און די תורה


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:30 pm#429700
רש"י זאגט שוין אין פרשת חוקת אז נישט אלע מצוות מאכן סענס, איך זע נישט די גרויסע חידוש דא.
זונטאג מאי 05, 2019 5:31 pm#429701
Re: חם לבי בקרבי
ימים האט בכוונה נישט געברענגט זיין ווערטער. נישט נאר ווייל דאס עקל׳ט איהם (אינטרעסאנט דער אויבישטער׳ס תורה עקל׳ט איהם אויך, אבער ער איז גאר דער מאמין), נאר ווייל דעמאלס וועלן מיר אלע זען אז לא מיניה ולא מקצתיה.

אין תורה שטייט אז א מאן טאר נישט טון זיין ביזנעס מיט אן אנדערע מאן, און דאס איז א תועבה (דאס מיינט ׳תועה אתה בה׳, דו פארגרייזסט זיך דערמיט).

ישכר כ"ץ פארשטייט דאס נישט (כמבואר באשכול על שמו, איז ער נישט די גרעסטע פארשטייער באופן כללי. א דף היומי מגיד שיעור סה"כ) און אזוי זאגט ער.

וואס האט דאס מיט ראשונים און ר׳ משה פיינשטיין? יעדער וואס פארשטייט נישט וואס זיי האבן פארשטאנן איז אן אפיקורס? אויב אזוי.........

דער עיקר איז, מוחה זיין נעמט אוועק חרון אף. פונקט ווי זאגען פיטום הקטורת פון א קלף, און ממילא דאנקען מיר אלע אונזער ימים פאר זיין געוואלדיגע ארבעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:33 pm#429702
Re: חם לבי בקרבי
IMG_2968.jpg
IMG_2969.jpg


קוקט ווי אזוי ער איז זיך מתייחס צום באשעפער, די שלחן ערוך און די כת הארטעדאקסען


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:35 pm#429703
Re: חם לבי בקרבי
דא זאגט ער גאר אז די באשעפער אליין האלט אויך אז עס איז נישט תועבה, נאר זיין תורה האלט אנדערש פון אים...


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:36 pm#429704
Re: חם לבי בקרבי
זאל ATUB @יששכר כץ ATUB דא קומען און זיך ערקלערן. דארט שטייט א ווערטער סאלאט וואס מיינט גארנישט.

די חילוק צווישען גאט און זיין תורה איז קאבאליסטיק באבל, וואס מ׳נוצט ווען מ׳דארף. מעגן מעג מען נאכאלס נישט טון, און דער וואס ליידט פון אזעלכע נויגונגן איז נאכאלס א נעביך, אויף וועמן מ׳דארף רחמנות האבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:37 pm#429705
ליטוואק היצט ביסטו ניטש צום זאך....
זונטאג מאי 05, 2019 5:38 pm#429706
Re: חם לבי בקרבי
ליטוואק און רביה״ק ביטע ליינט דורך זיינע Posts on Facebook, און בעיקר די ספר Why open orthodoxy is Not orthodox, און נאכדעם זאגט מיר צו איר האלט אנדערש פון ימים ידברו, אז ער איז שוין ארויס פון די כת הארטעדאקסען


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 5:40 pm#429707
ATUB @חוקר ודורש ATUB דיזע אשכול איז איבער א ספעציפישע פאוסט פון הרב כ"ץ, נישט איבער אים פערזענליך.
זונטאג מאי 05, 2019 5:41 pm#429708
Re: חם לבי בקרבי
איך בין זיך מתייחס נאר צו וואס ימים ידברו האט געשריבן אנהייב די אשכול


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 05, 2019 9:18 pm#429728
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי יששכר האט נישט געזאגט אז ס'איז נישט תועבה, ער האט נאר געזאגט אז ס'האט נישט קיין 'שכל'דיגע הסבר. תועבה טייטשט "עקלדיג", טאקע אן קיין 'שכל'דיגע הסבר.

רביה"ק זי"ע: מ'מוז נישט מסכים זיין מיט אלץ וואס יששכר כ"ץ זאגט און האלט. אבער דאס מאכט איהם נאכנישט פאר קיין אפיקורס. און רעפארמער...!
מאנטאג מאי 06, 2019 12:46 am#429735
גראדע דאס וואס מען ברענגט דא פין אים אז עס מאכט נישט קיין סענס וואס שטייט אין די תורה לגבי משכב זכר, זאגט דער רמב"ן באופן כללי לגבי אלע עריות.

איך זעה נישט ווי אזוי ער ווערט אן אפיקורס דורך זאגן אז מען פארשטייט נישט עפעס פין די תורה. ער זאגט אויך אז מען דארף מקבל זיין וואס שטייט, צו מען פארשטייט יא אדער נישט.

ימים, די פארשטייסט דען יא יעדער זאך וואס שטייט אין די תורה? טאר מען נישט פרעגן און זאגן אז מען פארשטייט נישט?

לדעתי גראדע ווייס איך נישט וואס איז אזוי אום פארשטענדליך מיט אלע עריות, און מיט משכב זכר בפרט.
משכב זכר ברענגט נישט קיין קינדער קיינמאל, איז אויף וואס ארויף זאל מען דאס טוהן?
און לגבי די טענה וואס זיי זאגן אז זיי זענען אנדערש געוויירט, און זיי קענען נישט אנדערש, זעה איך נישט ווי דאס איז קעגן די תורה. דער אויבערשטער האט באשאפן יעדער מיט תאווה צו טוהן זאכן וואס די תורה האט גע'אסר'ט, איז פארוואס קען נישט זיין אז דער אויבערשטער האט באשאפען מענטשען מיט א תאווה פין דער עבירה?
מאנטאג מאי 06, 2019 1:12 am#429736
.
מאנטאג מאי 06, 2019 5:44 am#429739
ווייל ביי אנדערע איסורים איז דא א וועג עס צוטוהן בהיתר אבער געיס זאגן מיר האבן נישט.
מאנטאג מאי 06, 2019 8:27 am#429741
אין פסוק שטייט אויך תועבת ה' כל גבה לב, איז קומט זיך א שר"י פאר יעדער בעל גאווה?
מאנטאג מאי 06, 2019 9:33 am#429744
איך האלט נישט ביים זיך מווכח זיין איבער די נאטיר פון משכב זכר! איך האלט נישט ביים ענטפרין די אלע נערישע ארגימענטען! איין זאך א אזויגעריפענע ארטאדאקס וואס ווייטיגוט אויף א פסוק אין די תורה הקדושה און זאגט זיך קלאפען סלח לנו און איבערבעטען די מנוולים וואס זייערע עקזיסטענץ איז א קעגין די תורה איז נישט א ארטאדאקס ודינו כרעפארמער, ורעפראמער עיין באגרות משה לגבי קדישין וגיטין און דאס זאג איך זייטס מיר אלע געזינט און שטארק
מאנטאג מאי 06, 2019 11:06 am#429748
צפור בודד האט געשריבן:אין פסוק שטייט אויך תועבת ה' כל גבה לב, איז קומט זיך א שר"י פאר יעדער בעל גאווה?



איז עס א פארגלייך? איז דא א חיוב מיתה אויף גאוה? איז עס ביהרג ואל יעבור?
מאנטאג מאי 06, 2019 12:34 pm#429749
טאמבל סאס האט געשריבן:ווייל ביי אנדערע איסורים איז דא א וועג עס צוטוהן בהיתר אבער געיס זאגן מיר האבן נישט.

זאל זיין אזוי, זיי האבן נישט קיין וועג בהיתר, איז וואס?
מאנטאג מאי 06, 2019 1:28 pm#429753
Re: חם לבי בקרבי
ימים ידברו האט געשריבן: די מנוולים וואס זייערע עקזיסטענץ איז א קעגין די תורה


הייסט׳ס אז דער וואס האט זיי באשאפען טוט אנטקעגן די תורה? הייסט׳ס דו האלטסט פונקט ווי כ"ץ, אז דער אויבישטער שטימט נישט מיט זיין תורה.

איך ווייס נישט דרכי הבורא, און אוודאי טאר דער מענטש נישט טון וואס זיין הארץ באגערט, און עס איז א געוואלדיגע נעבעך אויף איהם אז ער מוז לעבן אן די ליעבשאפט פון א ווייב. טאמער א נארמאלע מענטש איז מחליט צו מאכען עקספערימענטס מיט פארשידענע עניינים, איז ער א מנוול. אבער דער וואס איז נעבעך אזוי געבוירען איז נישט קיין מנוול, נאר א תועה, ווי די תורה רופט איהם אן ׳תועה אתה בה׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 06, 2019 1:40 pm#429755
תועבה, איז טייטש אומווערדיגט די בורא כל עלמוים און זיין הייליגע תורה, וואס איז כל יכול זעהט אלעס עד סוף הדורות ווייסט אויכעט וואס מיינט געפיל און רחמנית עטליסט אזוי גיט ווי דער אומווערדיגער רעפארמער קאטץ ! און זאגט אז א איד טאר נישט האבען געפילען צו א מאן וואס איז אומווערדיגט! מדארף דאס עקלען אזוי ווי פון צואה! ברעכאטס! און ווען מען זעהט איינעם עסן חזיר א איד, דארף א נארמאלער איד, עקלען זיך פון אזא פערשוין וואס ווייסט די רצון ה' און ער איז בוגד, אזוי דארף מען פילען און האלטען פון אזא איינעם וואס פאריפט זיך א משכב זכר'ניק! פונקט אזוי ווי א איד, זעהט א צווייטען איד מחלל שבת זיין, דארף מען זיך עקלען און איבלען פון אזא איינעם, וואס איז בוגד אויף חוקי תורה ס'נישטא דא רחמנות, ס'דא די בורא כל עולמים מיט זיינע חוקים ומשפטים, צו איך פארשטיי יא צו נישט! אוודאי 'רעד דא פון איינער וואס ווייסט די חוקי ד', איינער וואס איז א תינוק שנשבעו איז נעבאך א מחלל שבת, הלואי זאל מיר קענען אויפקלערען און איבעראנדערשען די תינקות שנשבעו, אבער ביי משכב זכר וואס יעדער ווייסט אז ס'נישט מאראליש, און נישט אויסגעהאלטען לויט די חוקי התורה, א ארטאדאקסישע איד וואס ווייזט פאר זיי רחמנית איז א בוגד און די חוקי תורה און איז א אפיקורס!
גיין צו די פאראדע פון די משחתים און זיך האלזען מיט אזענע פארשוינען מאכט ער א פראטעסט אקייגין די שכינה הק' מיט זיין הייליגע תורה! איינער וואס פארמעסט זיך צו טוען אזאנס איז א אפיקורס! וכל שכן מחזק זיין אדער פראקטיצערען אזעלכעס! און ווען מען דערוויסט זיך פון א משכב זכר'ניק דארף מען זיך עקעלען פון אזא איינעם און נישט איבערבעטען חס ושלום! ער איז דאך א בוגד און די דבר ד'! הישמע כזאת?
ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג ווען אזא פארשוין רופט זיך א רב? ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג ווען די קהלה חובבי תורה לאזט אריין אזעלעכע פארשוינען און זייערע אזויגעריפנע שילען? ווי זענען די עיני העדה? פארוואס הערט זיך נישט א קול מלחמה במחנה? ווער וועט זיך דא אננעמען פאר די כבוד השכינה הק'?
די תורה לערינט אונז אז ס'דא אפרצה פון עריות איז כביכול ושב מאחריך רחמנה ליצלן אז די השגחה פרטית לאזט זיך אף איין רגע! די פינסטערע בעלי משכב זכר ברענגען צרות אויף די וועלט ברענגען מחלות און אלע עונשים, ווי האט איר נישט רחמנית אויף אייערע נאנטע? איר ברענגט אן א צינאמי פון קרענק פאר אייערע פינסטערע מעשים!
רחמנית? אויף וועם אויף מענגלע וואס ברענגט טויט צו די בריאה? זענט איר משיגע? קאטץ פאדערט רחמנית אויף די פינסטערע פארשוינען וואס חזל לערנין אונז עריות בעולם אנרלמיסיא בא לעולם וואס דאס מיינט וויסען מיר נישט אבער דאס איז א מלאכי חבלה וואס שעדיגט יעדען מענטש!
לאמיר שרייען מנהמת הלב שייגעץ ארויס! לאמיר זיך טיילען פון אזענען רשעים אכזרים וואס זענען בוגד בד' און ברענגען צרות לעולם!
מאנטאג מאי 06, 2019 3:05 pm#429757
Re: חם לבי בקרבי
און לאמיר נאר צולייגען צו די ווערטער פון ימים ידברו, אז אין הכי נמי אויפן בעל גאווה וואס די פסוק זאגט אויף אים ״תועבת השם כל גבה לב״ דארף מען אויך האבן אן עקל, (עיין שם במלבי״ם אז מען רעדט נישט סתם פון איינער וואס האלט זיך כרטיס מיט זיך) אבער פארשטייט זיך אז א בעל גווה קומט ווייט נישט צו צום משכב זכר וואס איז עונש מיתה
מאנטאג מאי 06, 2019 3:11 pm#429758
הרב ימים,אויב איך מעג פרעגן... לויט די תורה ה'ק מעג א מעג א מענטש זיין קראנק? און אויב ער איז נעבאך קראנק איז מען אים פארפליכטעט צו באוואשן ווי א סוטה?
מאנטאג מאי 06, 2019 3:15 pm#429759
קאך לעפיל משכב זכר איז חטא און נישט קיין קרענק דריי מיר נישט און קאף דער דאקטער וואס זאגט משכב זכר איז א קרענק איז קראנק!
מאנטאג מאי 06, 2019 3:25 pm#429760
Re: חם לבי בקרבי
גלייבטס מיר אז איך האב ביטער רחמנות אויף די וואס ליידען אויף נטיות הפוכות, אבער אז די תורה לויט נישט איז נישט, און מיר דארפען שטיין שטארק על המשמר אויף דעם ווייל דאס מתיר זיין איז א פתח צו מתיר זיין אסאך זאכן מיט די זעלבע תורה אז ״דא איז אנדערש וכו׳״ אזוי ווי די קאנסארבאטיבע זאגן לגבי משכב זכר, און נאכדעם האסטו די ניו- קאנסארבאטיבע רבנים כדוגמת שלמה ריסקין און יששכר כ״ץ וואס זאגן נאכנישט מותר, אבער ריסקין זאגט אז אונס רחמנא פטריה, און כ״ץ זאגט Basically די זעלבע, דאס איז א שפיל מיט פייער, וואס מען דארף טוהן איז גיין צו א Professional therapist וכו׳ And to make the best out of it, Life isn’t perfect


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 06, 2019 3:28 pm#429761
מיין ידיד נפש, ס'איז ליידער א כראנאלאגישע קראנקהייט. די פראבלעם איז בלויז אז ווען עמיצער האט מיט די נערוון מאכט מען דערפון א שווייגעניש. אבער ווען עמיצער האט ליידער געפילן פארן זעלבן מין, מאכט מען דערפון ליידער א לאנגס און א ברייטס, און מ'זוכט אריינצושלעפן דאס גאנצע לאנד אינעם שמוץ געמויזכס.
בלויז אין מיליטער איז נאך פארהאן דאס געדאנק 'פרעג נישט און זאג נישט'.
אין אנדערע ווערטער א מענטש איז נעבאך קראנק אויף די דאזיגע קראנקהייט, זאל זיך באהאלטן אין א מויז לאך פאר בושה, גענוי ווי אזוי ער וואלט ווען געטאן ווען ער האט ווען א באבא אין קאפ.
מאנטאג מאי 06, 2019 4:06 pm#429764
אן אריינצוגיין אין הרב כץ'ס ספר הפנים, ביי מיר איז ברור כשמש אז יבוא היום און ערליכע ארטאדאקסישע רבנים וועלן מתיר זיין געי מעריעדזש צו א געוויסע עקסטענט.

געי איז נישט קיין נייע זאך, עס האט אייביג עקזיסטירט, מען האט עס פשוט באהאלטן אין די שאפע ולא נודע, לעצטנס קומען מער און מער מענטשן ארויס פון דארט, היינט איז עס פאר א חרדישע געי א געצווינגענע קאמבינאציע מיט אפפארן און דאס פארגרינגערט פאר ארטאדאקסישע רבנים זיך נישט צו דארפן ספראווען דערמיט.

איינמאל עס וועט דערגרייכן א געוויסע פראצענט וועלן זיי זיין געצווינגען צו שרייבן תשובות דערויף עס וועט זיין אוסרים און מתירים, ביז עט סאם פוינט וועלן בלויז צימערמאן שפיטיווקא ענד קא. שרייען.
מאנטאג מאי 06, 2019 4:18 pm#429767
Re: חם לבי בקרבי
איינער פון די עצות פאר א מענטש וואס ליידט פון די פראבלעם, אז עס גלוסט זיך אים די זעלבע מין, איז צו שרייבען פוי! און שרייען קעגן דעם. עס איז בדוק ומנוסה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 06, 2019 4:34 pm#429769
Re: חם לבי בקרבי
דאס וואס ענק ״עקלען״ זיך האט, זעהט מיר אויס, נישט אזוי ווייט צו טוהן מיט די איסור תורה, ווי פשוט מיט ענקער/אונזער קאנסערוואטיווע אויפציאונג/געזעלשאפט. הגם ימים דערמאנט מחללי שבת, גלייב איך נישט אז ״ס׳עקלט״ ענק אזוי ווייט ווי די עבירה. זאת ועוד, ווי ערווענט, זענען זיי ל״ע געבוירן געווארן אזוי און, to some extent, קענען אפשר גערעכענט ווערן ווי א שטיקל אונס (נישט אז איך זאג ס׳איז דא א היתר ח״ו, בלויז די עצם געדאנק), אנדערש ווי ביי חילול שבת (כשאינם תינוקות שנשבו וכנ״ל). אין אנדערע ווערטער, זיין/זייער עצם כבוד האדם דארף [אפשר גאר ״טאר״] נישט פארמינערט ווערן וועגן דעם, וכדברי הרב כץ.

ועוד, ביי גאר אסאך פון זיי זענען זיי מערסטענס עובר אויף אביזרייהו (איך פארשטיי אז דאס איז אויך גאר הארב) און נישט אויף דעם עצם איסור דאורייתא (זעה אין בוך Closet within a Closet p. 90 אויף די נושא) וד״ל. און אויב נעמט מען אן ווי דעם רמב״ן איז דאס אויף וואס זיי זענען עובר, קריבה לעריות, א הרחקה דרבנן און נישט א דאורייתא (וואס לויט אים קומט אויך אויס אז דאס איז נישט נכלל אינ׳ם עשה ול״ת דאורייתא פון ועשית וגו׳ לא תסור ואכמ״ל) כהרמב״ם. וואס דעמאלטס דארף מען נישט לכאורה וועגן דעם אזוי שטארק ״מקיל זיין״ אז די וואכעדיגע סדרה׳ס לאו פון שנאת אחים און מצוה פון ואהבת לרעך גייען נישט אן וועגן דעם.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 06, 2019 4:38 pm#429770
מי אני האט געשריבן:זענען זיי מערסטענס עובר אויף אביזרייהו (איך פארשטיי אז דאס איז אויך גאר הארב) און נישט אויף דעם עצם איסור דאורייתא (זעה אין בוך Closet within a Closet p. 90 אויף די נושא) וד״ל. און אויב נעמט מען אן ווי דעם רמב״ן איז דאס אויף וואס זיי זענען עובר, קריבה לעריות, א הרחקה דרבנן און נישט א דאורייתא (וואס לויט אים קומט אויך אויס אז דאס איז נישט נכלל אינ׳ם עשה ול״ת דאורייתא פון ועשית וגו׳ לא תסור ואכמ״ל) כהרמב״ם.

פון וועלכע אביזרייהו קריבה לעריות רעדט איר?
מאנטאג מאי 06, 2019 5:09 pm#429776
און מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !
מאנטאג מאי 06, 2019 5:12 pm#429777
ימים ידברו האט געשריבן:און מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !

הייסט עס אז מ'טאר נישט אנרירן א מאן אלץ קריבה לעריות?
מאנטאג מאי 06, 2019 6:04 pm#429784
Re: חם לבי בקרבי
ימים ידברו האט געשריבן:און מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !
עס איז דא וואס זענען מקפיד נישט איבערגעבן צו א מאן אין די הענט פאר די סבה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 06, 2019 10:11 pm#429790
בעצם מיטן שכל אנושי איז בכלל כל עניני אישות אן עקל און תועבה, נאר די נאטור און די געפילן פון א יאמען ביאינג מאכט אים די רייץ און די תאווה, און איינמאל עס האט מיט די נאטור איז פארהאן א נאטור וואס זאגט אים מה לי אשה מה לי איש, און בדרך הטבע פאר רוב מענטשען איז די נאטור גובר אויפן שכל אין די ענינים, אבער די באשעפער וואס קומט נישט בטרוניא עם בריותיו, האט מצוה געווען פאר א מאן צו חתונה האבן מיט א פרוי, און ער האט אריין געלייגט אין די טבע אז אויב די מאן איז זוכה צו באקומען פולע ליבשאפט פון זיין פרוי, ווערט די רעשט אין די ענינים אן עקל פארן מאן הן לגבי נשים אחרות וכ"ש לגבי אנשים, אויב אבער איז לא זכה, בלייבט ער מיטן נאטור פונעם בשר ודם, אויב אזוי מה לי אשה מה לי איש.
מאנטאג מאי 06, 2019 11:44 pm#429797
שושן פורים האט געשריבן: ערליכע ארטאדאקסישע רבנים וועלן מתיר זיין געי מעריעדזש צו א געוויסע עקסטענט.
...
איינמאל עס וועט דערגרייכן א געוויסע פראצענט וועלן זיי זיין געצווינגען צו שרייבן תשובות דערויף עס וועט זיין אוסרים און מתירים, ביז עט סאם פוינט וועלן בלויז צימערמאן שפיטיווקא ענד קא. שרייען.

ויאמר, און ער האט געזאגט!
דינסטאג מאי 07, 2019 11:37 am#429842
calculator האט געשריבן:בעצם מיטן שכל אנושי איז בכלל כל עניני אישות אן עקל און תועבה, נאר די נאטור און די געפילן פון א יאמען ביאינג מאכט אים די רייץ און די תאווה, און איינמאל עס האט מיט די נאטור איז פארהאן א נאטור וואס זאגט אים מה לי אשה מה לי איש, און בדרך הטבע פאר רוב מענטשען איז די נאטור גובר אויפן שכל אין די ענינים, אבער די באשעפער וואס קומט נישט בטרוניא עם בריותיו, האט מצוה געווען פאר א מאן צו חתונה האבן מיט א פרוי, און ער האט אריין געלייגט אין די טבע אז אויב די מאן איז זוכה צו באקומען פולע ליבשאפט פון זיין פרוי, ווערט די רעשט אין די ענינים אן עקל פארן מאן הן לגבי נשים אחרות וכ"ש לגבי אנשים, אויב אבער איז לא זכה, בלייבט ער מיטן נאטור פונעם בשר ודם, אויב אזוי מה לי אשה מה לי איש.


וויל איך צוענדיגן וואס איך האב אנגעהויבן.
אז די מצוה פון חתונה האבן מיט א פרוי, איז (איינע פון די סיבות כמובן), ווייל די טבע איז ווען א פרוי פירט זיך מיטן מאן מיט הכנעה און גיבט אים ליבשאפט, בדרך הטבע האט ער די מעגליכקייט אז זיין שכל זאל זיך גובר זיין אין די ענינים, און האבן אן עקל צו שמוץ ולאביזרייהו פון שמוץ. משא"כ א מאן קען נישט ערפילן אן אנדערן'ס מאן'ס געברויכען אין די ענינים, וועט זיך אים די נאטורלכען נאטור קיינמאל נישט אפשטעלן.
לויט ווי איך פארשטיי, אז לויט'ן קאלטור היינט פון סיביל-רייטס, און א פרוי איז אויף די זעלבע דרגא פון א מאן און לויט טייל איז נאך לעידיס פירסט, איז ווען א מאן האט היינט חתונה מיט א פרוי באנעמט זי זיך נישט מיט איר מאן מיט די ריכטיגע הכנעה און ליבשאפט, פארשטייט דער "יששכר חמור גרם", אז די סיבה וואס דער אייבערשטער האט מצוה געווען נשיאין, וויבאלד ער האט ג'אסרט וואוינען מיט פרויען ווייל ער ווייסט וויפיל די וועסט אים געבן וועט אים נישט זיין גענוג, דערפאר האט ער נאר מתיר געווען איין פרוי און אויף די רעשט זיי זיך גובר, אויב אזוי טענהט דער "ישכר פי דובר שקר", אז ער זעהט נישט קיין חילוק, מאי שנא אנשים, די יאמען ביאינג האט אויך א רייץ צו מענער אויב אזוי וואלט ער געדארפט אויך מתיר זיין איין מאן פאר א יעדע מאן.
דינסטאג מאי 07, 2019 11:50 am#429844
דער אויבערשטער האט נאר מתיר געווען איין פרוי?! די טאטע, רבינו גרשם און די רוח הקודש...
דינסטאג מאי 07, 2019 11:56 am#429845
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער אויבערשטער האט נאר מתיר געווען איין פרוי?! די טאטע, רבינו גרשם און די רוח הקודש...


גערעכט. טעיתי
דינסטאג מאי 07, 2019 12:01 pm#429846
@ימים וואס פרעגט נאר זיין קשיא פון די נאוואמינסקער און נישט פון הגאון ר' זלמן לייב פילאף, אני אומר דער גאון ר' זלמן לייב במחילות כבודו הרמה וה"ה די אנדערע רבנים בדומה לו, וואס מאכן די אטמאספערע אז וואוינען מיט אן אייגענע פרוי איז ווי כמעט ווי מיט אן אשת איש, קומען ארויס אזעלכע פירות ווי דער "יששכר"