Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » Til אדזי דער אייסמאן, 5300 יאר אלט

Til אדזי דער אייסמאן, 5300 יאר אלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13132
זונטאג מאי 19, 2019 12:10 am#430693
Til אדזי דער אייסמאן, 5300 יאר אלט
היינט האט אני הקטן אויסגעפינען, אז דער עלטסטער גוף וואס איז היינט דא, איז פין 5300 יאר צוריק, האט געקענט זעהן אדם הראשון, פין פאר דער מבול!!

אטזי איז געפינען געווארן דורך העלמוט און עריקא סיימאן וואס זענען געגאנגען שפאצירן אויף די הויכע אלפען בערג, זעהנדיג דער גוף האבן זיי געטראכט אז געוויס איז דאס א מענטש וואס איז געגאנגען דא שפאצירן אפאר טעג צוריק און איז נעבעך דערהרגעט געװאָרן.

האבן זיי איבערגעגעבן פאר די אינסטאנצן, און זענען געוואר געווארן אז דער גוף איז שוין 5300 יאר אלט!!!! און איז געהאלטן געווארען פריש דורך דער אייז.

פין די אינטרעסאנטע זאכען בנוגע דער אטזי, אז פינף מענטשן וואס האבן עוסק געוועהן מיט דער גוף פין אטזי זענען פריצייטיג געשטארבן, וואס דאס האט געמאכט אז מען זאל אנגעבען א קללה פאר יעדער וואס האט געשטערט אטזי פין זיין מנוחה.

לינקס
m https://allthatsinteresting.com/otzi-the-iceman m


m http://news.bbc.co.uk/2/hi/europe/4409512.stm m
דינסטאג מערץ 03, 2020 11:06 pm#443592
איז די טעמע שוין געוווארן געדעקט ערגעץ?
זענען די ראיות קאראנט?
זענען דען די ברואים אנגעקומען אין די חלק וועלט?
דינסטאג מערץ 03, 2020 11:44 pm#443595
עס איז דא א שטארקע צד ספק אױב דער וועלט איז באשאפן געווארען נעכטען, נאר עס איז באשאפן געווארען אויף א אופן עס זאל אויסזעהן אלט.
מיטוואך מערץ 04, 2020 1:25 am#443599
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:זענען די ראיות קאראנט?

די ראיות זענען נאך אזוי קראנט ווי די ראיות אז דער וועלט איז באשאפן געווארן אין זיבן טעג מיט 5780 יאר צוריק.
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:16 am#443607
דאס איז נישט בבחינת ראי', עס איז בבחינת ידיעה.
למשל, איינער האט געזעהן ווי ראובן הרג'ט שמעון, ווייסט ער, איינער האט א ראי', ווייל ער האט געזעהן ווי ראובן איז אריין צו א מעסער וכו'.
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:22 am#443609
איך מיין אז פארקערט, דאס איז בבחינת ידיעה, די ראיות אז דער וועלט איז 5780 יאר אלט איז בבחינת ראיה, פרעג מיך אפ.
מיטוואך מערץ 04, 2020 11:07 am#443620
איך פרעג דיר אפ זייער פשוט, ווייל עס איז נישטא קיין ראי'אז די וועלט איז 5780 יאר אלט. מוז זיין אז עס איז ידיעה. אלא מאי וועסטו זאגען אז די ווייסט בתורת ידיעה אז די וועלט איז עלטער, קען דאך נישט זיין, ווייל אין ידיעות סותרות זו את זו, אלא מאי כדאמרן, זיי זאגען נאר בתורת ראי', און וואס אונז אידן ווייסן מיר איז בתורת ידיעה. וק"ל ודו"ק ואכהמ"ל כידוע.
מיטוואך מערץ 04, 2020 11:22 am#443621
Re: Til אדזי דער אייסמאן, 5300 יאר אלט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין אז פארקערט, דאס איז בבחינת ידיעה, די ראיות אז דער וועלט איז 5780 יאר אלט איז בבחינת ראיה, פרעג מיך אפ.

נאך מער, לויט די היארכיעריע פון דער חובת הלבבות, און אויב נעמט מען אן אז ״הוכחה = ידיעה״, דעמאלטס קען מען טענה׳ן אז לכאורה די סייענטיפישע גיל העולם האט ״הוכחות״ צו זיך וממילא ״ידיעה״. משא״כ די חלק הרעליגיע דערביי איז לכאורה נישט מער ווי (עט בעסט) בגדר ״ראיה״ (בפרט אז מ׳קען דאס פארטייטשן וכו׳ וכו׳).