Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13168
דינסטאג יוני 04, 2019 5:19 pm#431609
אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
מיר גרייטן זיך פאר'ן וועקער וואס וועט בע"ה ערשיינען אין די זומער וואכן, און מיר קלערן צי עס לוינט אריבערצוגיין צו דרוקן קאלירט. לאמיר פארשטעלן פאר'ן ציבור די צדדים. דער וועקער פארקויפט זיך היינט פאר 8.99 -- דאס איז ממש א מינימאלער פרייז און עס בלייבט אונז איבער גאר ווייניג ריוח פון דעם געלט.

דער פרייז איז אויך היבש ביליג. מיר שטעלן צו אן אויסגאבע פון ארום 200 זייטן אנגעשטאפט מיט חומר, כמעט אן קיין אנאנסן, און דאך איז עס ביליגער פון מעינסטריעם אויסגאבעס וועלכע פארקויפן זיך אין אלע געשעפטן. "דער שטערן" קאסט היינט 9.75. אין דער וועלט פון אויסגאבעס איז אוניווערסאל אנגענומען אז אייגנארטיגע אויסגאבעס וואס פארקויפן זיך נישט איבעראל קאסטן פיל טייערער ווי געווענליכע אויסגאבעס. אבער דאך איז דער וועקער נישט טייערער.

און דער אמת איז אז מיר זעען אז דער ציבור פארשטייט דאס אויך. ווען מיר זענען אריבער צום דרוק-מאדעל, אנגעפאנגען פון וועקער נומער 7, האבן מיר געשטעלט דעם פרייז ביי בלויז 7.99. דוכט זיך אז דעמאלט איז דאס געווען בערך וויפיל "דער שטערן" האט געקאסט. אינצווישן איז דער שטערן היבש ארויף מיט'ן פרייז, און אזוי אויך זענען אלע אויסגאבעס ארויף. מיר זענען ארויף צו 8.99 פאר דער פשוט'ער סיבה אז אין דער צייט וואס די ערשטע דרוק-אויסגאבע פונעם וועקער האט געהאט ארום 140 זייטן, האבן די שפעטערדיגע אויסגאבעס ארום 200 זייטן -- א חילוק אין הוצאות פון היבש מער ווי דעם דאלאר מיט וואס מיר זענען ארויף.

דורכאויס די אלע אויסגאבעס, האבן מיר באקומען מער קאמענטארן אז דער וועקער איז צו ביליג, ווי אז ס'איז צו טייער. מיר זענען איבערצייגט אז דער ציבור וועט גערן צאלן נאך אביסל אויב זאלן מיר קלאר מאכן אז מיר זענען געצווינגען ארויפצוגיין. אבער דערווייל ווילן מיר זיך ווייטער פרובירן צו האלטן ביים מינימום.

היות מיר זענען איבערצייגט אז דער ציבור פארשטייט אז דער וועקער מעג קאסטן מער פון מעינסטרים אויסגאבעס, קלערן מיר אז אפשר -- און טאקע נאר אפשר -- איז דער ציבור גרייט צו אננעמען א היבשער העכערונג כדי דער וועקער זאל ערשיינען קאלירט. די שאלה ווערט יעצט נולד נאכדעם וואס מיר זענען אריבער צו א נייעם דרוקער. הגם דאס דרוקן שווארץ-ווייס קאסט אונז יעצט אביסל מער ווי פריער, זענען אבער די פרייזן צו דרוקן קאלירט ביליגער. ביים אלטן דרוקער וואלט אונז געקאסט 17-18 דאלאר צו דרוקן קאלירט, אבער ביים נייעם דרוקער קענען מיר עס באווייזן פאר ארום 14 דאלאר.

די שאלה איז צי דער ציבור וואלט ענדערש ווייטער געצאלט 8.99 פאר שווארץ-און-ווייס, אדער וואלט גרייט געווען צו צאלן ארום 13.99 אז דער וועקער זאל ערשיינען קאלירט. אז איר טראכט אריין איז עס בכלל נישט טייער, אפילו אויב איר זאלט בלויז פארגלייכן וויפיל חומר דער וועקער שטעלט צו קעגן אנדערע אויסגאבעס. און אוודאי איז עס נישט טייער אויב איר נעמט אויך אין באטראכט אז מיר פארמאגן כמעט נישט קיין אנאנסן, און דער וועקער ווערט נישט פארקויפט אין די געשעפטן.

כדי צו קענען גרינגער פאסן א באשלוס, ווילן מיר הערן וואס דער ציבור האלט: צי וואלט איר ענדערש ווייטער געקויפט דעם וועקער שווארץ-ווייס פאר 8.99, אדער ענדערש קאלירט פאר 13.99?

ביטע גיט אפ אייער שטימע, און אויב איר ווילט, שרייבט א קאמענטאר וואס איז מסביר אייער שטעלונג. ביטע נישט שטימען וואס איר האלט איז בעסער פאר'ן וועקער -- נאר וואס איר פערזענליך וואלט בעסער געוואלט: ווילט איר באצאלן נאך עטליכע דאלאר פאר קאלירט, אדער נישט.
דינסטאג יוני 04, 2019 5:24 pm#431610
געשטימט פאר קאלירט.
דינסטאג יוני 04, 2019 5:30 pm#431612
דינסטאג יוני 04, 2019 5:32 pm#431613
דער שטערן איז א שענערע דיקערע פאפיר
דינסטאג יוני 04, 2019 5:35 pm#431614
אני הקטן טו שטימען אז מען זאל בלייבן ווי ביז איצטערט.

גראפיק ווי ביז היינט איז גאר מסודר און קלאסיש.

ס'איז ממילא נישט דא און ס'איז נישט וויכטיג צופיל בילדער (אויסער קאזאיק און נאך געציילטע).

אויך, דער שטערן דארף נישט זיין וועקערס מורה דרך און וועג ווייזער. וועקער איז אייגנארטיג מיט איר ליטעראטור, גראפיק און פארמאט.
דינסטאג יוני 04, 2019 6:04 pm#431615
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
אני כשלעצמי וואלט געצאלט פאר קאליר, די שווארצע אותיות לעבן אויף ווען עס איז פארבירג ארום איר.
דינסטאג יוני 04, 2019 7:01 pm#431616
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
איך זעי נישט קיין סבה דערצו, פאר מיין בענעפיט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יוני 04, 2019 7:31 pm#431617
ס'איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלן וואס קאלירן וועלן אלס צולייגן צו די עקספיריענס, איך האלט אז מ'זאל עס איינמאל פרובירן, און אויב די פידבעק איז גוט זאל עס האלטן אן ווײטער. לגבי די פרייז איז פאר מיר 14 דאלער אויך ווערט צו צאלן, אבער אויב די קאלירן לייגן נישט צו פינף דאלער ווערט אין עקספיריענס, איז עס ממש בל תשחית.
דינסטאג יוני 04, 2019 7:42 pm#431618
אפגעגעבן מיינע בירגער רעכטן, און געשטומט נישט צו משנה זיין פון די מסורה.
דינסטאג יוני 04, 2019 7:54 pm#431619
אני כשלעצמי וואלט איך באצאלט מער פאר קאלירט, עס קומט סך הכל אויס בערך $25-$30 מער פער יאר און איז שענער, (על אף איך זעה גארנישט שלעכט מיט די איצטיגע b/w).

אבער גענוג מאל וואס איך קויף צווישן 5 און 10 וועקערס, און מען טיילט עס פאר נצרכים... ממילא קומט עס אויס א סמאלל פארטשען מער יעדעס מאל.. ווי אויך סתם outreach פון אידן וואס האבן דערווייל נישט געקויפט די וועקער קיינמאל, וועלן עס ענדערש קויפן פאר 9 דאלער ווי פאר 14.

(Unless עס וועט זיין צו באקומען סיי קאלירט און סיי b&w, וואס איך גלייב נישט אז עס וועט זיין).
דינסטאג יוני 04, 2019 8:00 pm#431620
דער וועקער האט געשריבן:
ביים אלטן דרוקער וואלט אונז געקאסט 17-18 דאלאר צו דרוקן קאלירט, אבער ביים נייעם דרוקער קענען מיר עס באווייזן פאר ארום 14 דאלאר.

די שאלה איז צי דער ציבור וואלט ענדערש ווייטער געצאלט 8.99 פאר שווארץ-און-ווייס, אדער וואלט גרייט געווען צו צאלן ארום 13.99

ווער גייט צאלן די איבריגע פרוטה אחרונה [פ"א בלע"ז] וואס יעדע וועקער'ל גייט קאסטן?
דינסטאג יוני 04, 2019 8:04 pm#431623
ניין. קאליר זעהט מיר אויס איבעריג פאר אזא פובליקאציע וואס איז בעיקר וועגן תוכן.
חוץ טאמער איז אמאל דא אן ארטיקל וואס נויטיגט בילדער קען מען אפשר מאכן נאר דאס קאלירט.
ממילא לוינט נישט מאכן טייער וועגן דעם.
טאמער וויל מען סתם אזוי ארויפברענגען די פרייז בין איך נישט מתנגד, אבער איך מיין אז מער פון צען דאלאר וועלן אסאך ווייניגער קויפן.
דינסטאג יוני 04, 2019 8:26 pm#431624
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
14 דאלער איז צו טייער, איך האלט נישט אז מ'זאל טוישען

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
דינסטאג יוני 04, 2019 10:02 pm#431627
א דאנק פאר די שטימעס. דערווייל קוקט שווארץ-ווייס אויס היבש שטערקער. ביטע ווייטער אפגעבן אייער שטימע.

מ'קען אויך שטימען אויף טוויטער:
m https://mobile.twitter.com/kaveshtiebel ... 6237733888 m
דינסטאג יוני 04, 2019 11:14 pm#431630
לעיקוואד האט געשריבן:ניין. קאליר זעהט מיר אויס איבעריג פאר אזא פובליקאציע וואס איז בעיקר וועגן תוכן.
חוץ טאמער איז אמאל דא אן ארטיקל וואס נויטיגט בילדער קען מען אפשר מאכן נאר דאס קאלירט.
ממילא לוינט נישט מאכן טייער וועגן דעם.
טאמער וויל מען סתם אזוי ארויפברענגען די פרייז בין איך נישט מתנגד, אבער איך מיין אז מער פון צען דאלאר וועלן אסאך ווייניגער קויפן.

מי ראה אלו יוצאים ואינו יוצא בחרב ובחנית שלא לשנות מן המסורה כלל וכלל, וכבר אמרו רבותינו הק' גדולי התורה אבירי לב מאורי האומה בשם משה רועה ישראל שאסור לשנות זוז כלשהו וחדש אסור מן התורה, ורבותינו בעלי הארטהאדאקסישע קאנצעליי הרעישו ארץ תבל ופצמתה ועדיין לא נושענו רח"ל היל"ת.


ובאמת מליבא לפומא גליא שמקובלני מאבותינו מדור דור עד עשיר קמצן אחד, שעד עשר ירקות אדם משלם ממיטב כספו בעד מעורר רחמים הלזו, אבל יתירה מזו - מענטא"ל בלאקעדז"ש יש אצל האדם, ומלאך מכה על קודקדו ואומר לו מנע רגלך מנתיבתם ואל תדרוך בנתיב ודרך עקלקלות של י"ד החזקה בעד מעורר אחד. והגם שעצת היצר היא, אבל מינה אוקמינן קראי וידעינן איך לגשת אל הקודש, כי בתחבולות תעשה מלחמה אמר קרא, וכמו שהאריכו צדיקי ורועי ישראל ע"ד הפסוק ויגזול את החנית מיד המצרי ויתקעו בלבו.

וצא ולמד מיונה הלונדוני, ואית דגרסי "מעיר הבירה לונדון", שגמר אומר בלבו להוציא ירחון מלא וגדוש לתפארת, אבל חשב בלבו הן אוכל לבקש יותר מן הרגיל, והמה ראו כן תמהו עליו ועל חלומות יוסף, ונתקיימה בו מליצת השיר ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים, כי ע"י שנותרו הרבה מירחוניו נעשה נס וקיצץ מחשבון התשלומין [וגם ממספר העמודים], ועל זאת שבחו אהובים ורוממו לאל, ויונ"ה מצאה בו מנוח.


אשר על כן הנני מצטרף בזאת לדעת רבים, לאסור באיסור גמור להוציא לאור מחשבת פיגול זאת לעשותו מעשה צבועים רח"ל, והצביעות הזאת מקלקלת את השורה וחדש אסור מן התורה וצא טמא יאמר במחנינו ונמנו וגמרו בתקנות מיהאלאוויץ שאין לנו שיור רק בשחור-לבן הזאת, וכפי שהורינו רבותינו ומדריכינו שנלבוש רק שחור-לבן, ונסתכל על העולם בשחור-לבן, ונהי' גזענים לבנים ששונאים שחורים, ונשנא אובמה ונאהוב טראמפ, ורק רבוה"ק יודעים ומכוונים את השם ויוצאים בבגדי שיראין צבעוניים אבל אנחנו פשוטי עם לא כן אנחנו!

אי לכן עצתי אמונה שלא לשנות ומי שיעיז להמרות את פי הקטן והשפל והדל והנבזה והצעיר והזעירא דמן חבריא, הבל יפצה פיהו וה' יבקש את הנרדף ובוודאי ובוודאי שאוהבי ה' שונאי רע והם בוודאי יבקשו וירדפוהו עד שיבוא לבקש ולהתחנן לבטל עומקא דדינא דקליפות מעליו ה"י.


ובזה אחתום בגזירת נח"ש ולטותא דרבנן לבל ישנה אדם מן היום עד עשר שנים הבאים בחרם דרבנן, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כימי נהר.

הכ"ד כאש, פק"ק ווניציה
הק' יהודא ארי' די מודינא
אבד"ק דפה והגלילות
דינסטאג יוני 04, 2019 11:34 pm#431632
לעיקוואד האט געשריבן:ניין. קאליר זעהט מיר אויס איבעריג פאר אזא פובליקאציע וואס איז בעיקר וועגן תוכן.
חוץ טאמער איז אמאל דא אן ארטיקל וואס נויטיגט בילדער קען מען אפשר מאכן נאר דאס קאלירט.
ממילא לוינט נישט מאכן טייער וועגן דעם.
טאמער וויל מען סתם אזוי ארויפברענגען די פרייז בין איך נישט מתנגד, אבער איך מיין אז מער פון צען דאלאר וועלן אסאך ווייניגער קויפן.


למעשה האט לעיקוואד נישט געפאלגט דעם לעצטן פאראגראף און גע'פסק'נט לויט וויאזוי ער זעט פאר דער טובה פון דעם מאגאזין, נישט לויט זיין אייגענעם נוחיות און אינטערעסע, וואס איך גלייב אז קאלירט איז געשמאק און ער וואלט גערן געצאלט 13:99 אין פאל וואס וועקער פארעפנטליכט זיינס א שיינעם ארטיקל.
דינסטאג יוני 04, 2019 11:46 pm#431634
איך האב געשטימט אז דער וועקער זאלל בלייבן בלעק ענד ווייט. און די פרייז זאלל אויך פארבלייבן ביי $8.99. לעומת די קאלירטע אויסגאבע וואס וועט קאסטן $13.99. אמת, אז א קאלירטע מעגעזין מיט קאלירטע פיקטשערס ציעט דעם אויג מער. און ס'איז מער געשמאק צו קוקן אויף דעם. אבער אזא גרויסן שפרונג אין פרייז ביניך נישט גרייט צו צאללן. ממילא די עיקר טעם פארוואס איך (און 99%) פון די עולם קויפט דעם וועקער איז דאך דער זייער ווערטפולער תוכן. איז לאמיר מקיים זיין די משנה אין מסכת אבות..."אל תסתכל בקנקן, אלא במה שיש בו"...!
דינסטאג יוני 04, 2019 11:47 pm#431635
ביי אונז חסידים דארף מען גיין שווארץ און ווייס. אויב פרובירט איר ווערן קאלירט וועט איר באצאלן א טייערע פרייז...
דינסטאג יוני 04, 2019 11:56 pm#431636
אויפן מאביל זייטל און אויף טעפטעטאלק קומט נישט ארויף די אנקעטע

אגב אנדערע זעען יא וואס די רעזולטאטן זענען? ביי מיר קומט עס נישט ארויף
מיטוואך יוני 05, 2019 12:45 am#431638
שווארץ-ווייס. אגב, פארוואס נישט פארקויפן ביידע? אז ס'וועט זיין אן אפציע וועט מען זעהן וועלכע גייט בעסער.
מיטוואך יוני 05, 2019 1:39 am#431639
איך האב באקומען אנאנדער בליק אויף די חשיבות פון בילדער נאכן ליינען די פתיחה פון ראובן אינעם פרויען ארטיקל אינעם לעצטן וועקער. געשטימט קאליר.
מיטוואך יוני 05, 2019 1:54 am#431640
שווארץ אויף ווייס.

וועקער איז נישט קיין מאגאזין וואס ברענגט בילדער פון מלחמה שיפן, די בילדער שפילן נישט אזא גרויסע ראלע אויפ רוב ארטיקלען משא״כ שטערן בליץ וגו׳
חוץ מזה וואס 14 טולר איז שוין א העפטיגע מטבע.
וודאי פאר קאווע שטיבעל מיטגלידער גייט עס נישט שפילן קיין ראלע, זיי קוקן ארויס דערויפ אין האלון מיט גענוי די אפדעיטס.
אבער סתם עמך מענטשן וואס קויפן ביים סטענד צוזאם מיטן אנדערע צייטונגען איז 14 טולר א געבראטענע מטבע, אני כשלעצמי למשל טראכט צוויי מאל יו״ט פארן קויפן צייטונגען וואס שפרינגען ארויפ מיטן פרייז פאר יו״ט ביילאגע.
והשלישית, יעצט פיט עס שיין אונעם טלית בייטל אדער אין די גלאוו קאמפארטמענט. טאמער וואס עס זיין קאלירט גייט מען זיך ארום שלעפן מיט א קובץ מפרשים אויפ מסכת גיטין, נישט עטיש בכלל

נ.ב. שיט
מיטוואך יוני 05, 2019 2:02 am#431641
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:שווארץ אויף ווייס.

וועקער איז נישט קיין מאגאזין וואס ברענגט בילדער פון מלחמה שיפן, די בילדער שפילן נישט אזא גרויסע ראלע אויפ רוב ארטיקלען משא״כ שטערן בליץ וגו׳
חוץ מזה וואס 14 טולר איז שוין א העפטיגע מטבע.
וודאי פאר קאווע שטיבעל מיטגלידער גייט עס נישט שפילן קיין ראלע, זיי קוקן ארויס דערויפ אין האלון מיט גענוי די אפדעיטס.
אבער סתם עמך מענטשן וואס קויפן ביים סטענד צוזאם מיטן אנדערע צייטונגען איז 14 טולר א געבראטענע מטבע, אני כשלעצמי למשל טראכט צוויי מאל יו״ט פארן קויפן צייטונגען וואס שפרינגען ארויפ מיטן פרייז פאר יו״ט ביילאגע.
והשלישית, יעצט פיט עס שיין אונעם טלית בייטל אדער אין די גלאוו קאמפארטמענט. טאמער וואס עס זיין קאלירט גייט מען ארון שלעפן מיט א קובץ מפרשים אויפ מסכת גיטין, נישט עטיש בכלל

נ.ב. שיט


It's like no shit, דער וועקער האט עם עכט דערוועקט...
מיטוואך יוני 05, 2019 6:16 am#431650
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
ארי נוהם, איך האב אויך געטראכט פון יונה הלונדוני. אבער זיין אויסגאבע דארף דאך טאקע קאליר. עס איז א באבובער אויסגאבע במלוא מובן המילה, און זיין שפראך איז געווידמעט צו א קינדערישע קאליבער אויך. ער וויל יעדעם אריין כאפען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 05, 2019 9:19 am#431651
די וועקער איז נישט קיין מאגאזין. עס איז א תורה זשורנאל און די פרייז פאר די זשורנאל לויפט העכער. עס איז אויך א געלעגנהייט פאר די ליינער צו זאגן שכויעך בדרך כבוד פאר די געטרייע עורך.

איך וואלט גע'עצה'ט -פשוט ווייל די פרעגסט- אז די פרייז זאל זיין $42

נאך א חודש זיין אויף די מארקעט קען מען דרייפן די פרייז צו $10 דאללער פאר די פשוטי עם וואס קויפן עס מער פאר מאגאזין אינטעירטעימענט.
מיטוואך יוני 05, 2019 10:26 am#431652
ענדערשער זאל מען אנהייבן לייגן מער תוכן.
מיטוואך יוני 05, 2019 12:35 pm#431654
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
אש שחורה על גבי אש לבנה

צו בליקן און קוקן בילדער איז טאקע קאליר זייער גוט, אבער אויף צו קונה זיין חכמה קען מען נאר דורך שווארץ אויף ווייס. אזוי האבן מיך מיינע רביס געלערענט.

כ'מיין אז קאלירטע בילדער וועט אראפ ברענגן די ווערט פונעם וועקער, מיר שטערט נישט צו באצאלן א טולער צוויי מער פאר שווארץ אויף ווייס ווי איידער די זעלבע פרייז פאר קאליר. ווען כ'נעם אריין אזא קאלירטע מאגאזין אינעם האנט שפיר איך נישט ווי כ'גיי יעצט קונה זיין ספעציעלע חכמה, משא"כ ווען כ'נעם דעם פשוטע וועקער וואסי געשריבן ווי די אמאליגע העפטליך וואס מ'האט געטיילט אין דעגראו סטריט שפיר ווי א שטיקל פילוסוף.
מיטוואך יוני 05, 2019 1:06 pm#431658
שווארץ אויף ווייס איז די זאך.

אזוי קען איך עס נעמען אין שוהל און דורך לייענען במשך דאווענען און קריאת התורה אן די קאליר'ן זאלען אויפוועקען די פגע'רישע בליקן פון די קוועטש-אריין-די-ברילן-מיט'ן-מיטעלסטען פגרים וואס קריכען ארום די שוהל גאנץ דאווענען, ברומען טיפע שבח קרעכצען בשעת זוכן שמוץ ביי יענעם.
מיטוואך יוני 05, 2019 1:51 pm#431661
געשטימט פאר די קאלירט אויסוואל, אבער נאר אויב דאס מיינט אז עס ווערט געדריקט אויף די בעסערע קוואליטעט פאפיר כדוגמת דעם גע'אסר'טן שטערן, פשוט מיר איז גרינגער צו ליינען אויף אזא פארמאט.
מיטוואך יוני 05, 2019 3:38 pm#431667
שושן פורים האט געשריבן:געשטימט פאר די קאלירט אויסוואל, אבער נאר אויב דאס מיינט אז עס ווערט געדריקט אויף די בעסערע קוואליטעט פאפיר כדוגמת דעם גע'אסר'טן שטערן, פשוט מיר איז גרינגער צו ליינען אויף אזא פארמאט.


אויב אזוי, ווי אזוי ווילסטו מ'זאל צוקוקען אויף דיין שושן פורים בילד, אז ס'איז בלויז שוורץ אויף ווייס...?
מיטוואך יוני 05, 2019 8:34 pm#431672
שושן פורים האט געשריבן:געשטימט פאר די קאלירט אויסוואל, אבער נאר אויב דאס מיינט אז עס ווערט געדריקט אויף די בעסערע קוואליטעט פאפיר כדוגמת דעם גע'אסר'טן שטערן, פשוט מיר איז גרינגער צו ליינען אויף אזא פארמאט.

איך בין נישט איבערצייגט אז די פאפיר וועט זיך טוישן. דער איד לייגט אויך קאלירטע בילדער אין די צייטונג אפטיילונג.
מיטוואך יוני 05, 2019 11:57 pm#431678
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
סאיז נישט דא קיין עכטע סיבה צו טוישן און ארויף גיין מיט די פרייז צוליב דעם, חוץ אויב עס פעלט אויס פאר א געוויסע בילד צו זיין קאלירט מאיזה סיבה, קען מען דעם געוויסע בילד מאכן קאלירט


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 06, 2019 1:54 am#431679
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביי אונז חסידים דארף מען גיין שווארץ און ווייס. אויב פרובירט איר ווערן קאלירט וועט איר באצאלן א טייערע פרייז...

רויטע וואנצעס: ווען מ'זאלל וועללן טון אלעס וואס מ'טוט ביי אונז חסידים וואלט נישט געטויגט...! ביי אונז חסידים (לכה"פ א טייל פון אונז) איז מען זיך נוהג אז מ'נעמט נישט קיין שויער צו אפט. נישט נאר אין די ניין טעג. און פון נוצן שעמפו איז דאך אפגערעדט. אויך. אין געוויסע קרייזן איז איינס פון די תקנות אז מ'טאר נישט בראשן די ציין. דאס געט דאך די עיקר פרנסה פאר די דענטיסטס אין אונזערע קרייזן...!
דאנערשטאג יוני 06, 2019 6:31 am#431685
חוקר ודורש האט געשריבן:סאיז נישט דא קיין עכטע סיבה צו טוישן און ארויף גיין מיט די פרייז צוליב דעם, חוץ אויב עס פעלט אויס פאר א געוויסע בילד צו זיין קאלירט מאיזה סיבה, קען מען דעם געוויסע בילד מאכן קאלירט


Sent from my iPhone using Tapatalk

איך מיין אז ס'ארבעט נישט אזוי, אויב מ'וויל א בילד קאלירט דארף מען פרינטן דעם גאנצן אפטיילונג קאלירט. מ'קאלירט עס נישט מיט קרעיאנס, ס'גייט אריין אין א קאלירטע פרינטינג מאשין.
דאנערשטאג יוני 06, 2019 8:59 am#431691
דערווייל געווינט שווארץ-ווייס מיט א לענדסלייד. דא איז עס 72% קעגן 28%, און אויף טוויטער 66% קעגן 34%.
דאנערשטאג יוני 06, 2019 9:55 am#431692
אויף אינסטאגרעם.
7CB1185F-F3BC-4658-915F-4D21C15DB84E.jpeg
דאנערשטאג יוני 06, 2019 10:40 am#431694
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
Instagram האט געשריבן:אויף אינסטערעם.
7CB1185F-F3BC-4658-915F-4D21C15DB84E.jpeg
ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די רעזולטאטן, פון דא אין שטיבל און פון טוויטער זענען רוב שווארץ אויף ווייס, און אינסטאגרעם זענען רוב קאליר, דאס הייסט אז נישט דער וואס רופט זיך אן איין פלאץ למשל דא אין שטיבל אדער טוויטער רופט זיך אן ערגעץ אנדערש. למשל איך האב נאר געוואויט דא אין שטיבל, און נישט די אנדערע צוויי פלעצער און די זעלבע איז מן הסתם נוגע צו אנדערע אויך. די סיבה פארוואס אויף אינסטאגרעם ווילן רוב קאליר איז מן הסתם ווייל די וואס קוקן כסדר אינסטאגרעם זענען אזעלעכע וואס האבן ליב שיינע בילדער.
דינסטאג יוני 11, 2019 7:27 pm#431816
Re: אנקעטע: זאל דער "וועקער" גיין קאלירט?
איך האב געוועלט פאר קאלירט און נאך קלערן דעריבער דריי טעג יו"ט וויל איך צוריקציען. תוכן איז פיל וויכטיגער און כאטש אויסלייג איז וויכטיג איז קאליר א טפל. די אלע געפארבטע מאגאזינען מיט גדולים פארן און אפילו נישט גדולים זענען נישט קאנקורענטן פון דער וועקער. דער וועקער איז אוניקאל אין געבן חומר למחשבה און צו דעם קען די מוח צושטעלן די פארבן. דער פרייז וועט אויך פארלירן מער קונים ווי פארבן וועלן צוברענגען.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk