Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין

פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13195
מאנטאג יוני 24, 2019 2:28 pm#432265
פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
ס'איז שטארק אנגענומען ביי די פרומערע מקומות אז מ'טאר זיך נישט אריינלאזן אין חקירה. אפילו דו וואס האלטן אז מ'מעג יא פילאזאפירן לאזן עס נאר צו אונטער געוויסע אומשטענדן, מ'מוז שוין זיין גענוג ערוואקסען, וכו' וכו'. עכ"פ יעדער איז מודה אז חקירה קען זיין א גרויסע פראבלעם אין אידישקייט, די שאלה איז נאר ווי א שטארקע פראבלעם ס'איז. ס'איז א דבר ידוע ומפורסם אז פיל אידן זענען שוין ליידער אפגעפארן במשך הדורות ווייל זיי האבן צופיעל געליינט ביכער און אריינגעטראכט אין פיליזאפיע.
יעצט וויל איך וויסן, לכאורה אויב עפעס איז אמת, דעמאלטס וואס מער מ'וועט חוקר זיין אלץ מער וועט מען טרעפען אז ס'איז אמת. למשל אויב האלט איך אז פיזיקס איז אמת, וועל איך מחזק זיין מענטשן צו שטודירן פיזיקס און טאקע איינזעהן די ראיות דערצו און ווי אזוי מ'איז עס מוכיח. אדער למשל אויב האלט איך אז די האלאקאוסט האט פאסירט, וועל איך זאגן פאר א האלאקאוסט לייקענער אז ער זאל לייענען ביכער איבער די האלאקאוסט און אריינטראכטן איבער די פילע דאקומענטן און די אלע ראיות.
כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א מענטש זאל זאגען, "איך האלט אז עפעס א שיטה איז אמת, אבער מ'טאר נישט צופיהל אריינטראכטן אויב ס'איז אמת אדער נישט, ווייל אלע וואס האבען אריינגעטראכט דערינען האבען צום סוף איינגעזעהן אז ס'איז נישט אמת."
ס'קוקט טאקע אויס פאני, אבער ווען דו זאגסט פאר א מענטש אז מ'טאר נישט חקר'ענען זאגסטו אים ממש די זעלבע זאך. דו זאגסט אים: דו מוזט גלייבען און דו טארסט נישט טראכטען, ווייל טאמער דו וועסט טראכטן וועסטו אויסגעפינען זאכען וואס איך וויל נישט דו זאלסט וויסען, און דעמאלטס וועסטו אפשר אויפהערן גלייבען.
האב איך געטראכט אז אפשר איז פשט אז די מערכה קעגען חקירה איז פשט אז מ'לייקענט אין די גאנצע כח פון חקירה. אוודאי ווייסען מיר אז מיט חקירה קען מען אנקומען חלילה צו פלעצער וואס טויגען נישט, פארדעם טאקע גלייבן מיר נישט אין חקירה, ווייל ס'געבט דיך פאלטשע אינפארמאציע. ווייל חקירה איז דאך נישט אמת.
וה' יראנו מתורתו נפלאות.
מאנטאג יוני 24, 2019 4:31 pm#432273
יעצט טראכט איך אז דאס מיינט טאקע רבי נחמן אין זיין באקאנטע החלל הפנוי תורה סד.
מאנטאג יוני 24, 2019 6:53 pm#432277
גדליה האט געשריבן:ס'איז שטארק אנגענומען ביי די פרומערע מקומות אז מ'טאר זיך נישט אריינלאזן אין חקירה. אפילו דו וואס האלטן אז מ'מעג יא פילאזאפירן לאזן עס נאר צו אונטער געוויסע אומשטענדן, מ'מוז שוין זיין גענוג ערוואקסען, וכו' וכו'. עכ"פ יעדער איז מודה אז חקירה קען זיין א גרויסע פראבלעם אין אידישקייט, די שאלה איז נאר ווי א שטארקע פראבלעם ס'איז.

למען הפינקליכקייט: אנדערע האבן געהאלטן אז ס'איז גאר א חיוב חוקר צי זיין.
מאנטאג יוני 24, 2019 7:16 pm#432279
לויט דעם קומט אויס אז די האלאקאוסט איז קיינמאל נישט געשען, און די גאנצע מציאות פון פיזיקס פאנגט זיך נישט אן, קאט די קרעפ.
דינסטאג יוני 25, 2019 5:14 pm#432311
אויב טאר מען נישט חקר'נען, טארסטו נישט חקר'נען פארוואס מען טאר נישט חקר'נען אויך נישט. ממילא איז עס א תיקו.
דינסטאג יוני 25, 2019 7:52 pm#432313
אין דשעיניזם ארבעטן זיי טאקע זייער שטארק ארום אט די געדאנק, אז מ'טאר נישט 'חקר'נען פארוואס מ'טאר נישט 'חקר'נען...
דינסטאג יוני 25, 2019 8:22 pm#432316
מען זעהט ביי די וואקסינאציע סוגיא אז ווי מער זענען חוקר אלץ מער זענען דא וואס קומען אן צום פאלשן מסקנא.
דינסטאג יוני 25, 2019 8:24 pm#432318
אויב אזוי מוז דאך זיין אז די האסט נישט געחקרן'ט, איז ווי אזוי ווייסט איר אז זיי זענען געקומען צו די פאלשע מסקנא?
דינסטאג יוני 25, 2019 8:30 pm#432319
ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.
דינסטאג יוני 25, 2019 8:51 pm#432320
לכאורה פרעגט דער עולם גיטע קשיות.
לעולם זענען זיי אפשר גערעכט, עם כל זה וועל מיר פרובירן צו פארענטפערן מה שנתגלה על ידינו זהמכבר, והוא רחום וכו'
קודם כל ברויך מען פארשטיין אז ס'איז דא צוויי סארטן גישות אינערהאלב חרדישע אידנטום צו די סארט שאלה איבער חקירה, ווען ס'קומט צו פרעגן צו חקירה איז בכלל א שוויות.
אזעלכע גדולים ווי רבי אביגדור מיללער וואלטן געזאגט אז מ'מוז דווקא יא חקר'נען און פארשטיין די גרויסקייט פון באשעפער. ווייל ער האט דווקא געהאלטן אז ער איז מוראדיג ראציאנאל און אלץ וואס ער זאגט איז מוכרח מיט ראיות ברורות, במילא אזא איינער האט נישט מורא געהאט בעצם פון חקירה.
אבער טאמער איינער וועט קומען צו רב מיללער און זאגען, רבי כ'האב חוקר געווען און ס'קומט מיך אויס אז עוואלושען איז אמת. וואס וועט ר' אביגדור ענפערן? ער וועט מסתמא זאגען אז דו ביסט נישט א גוטע חוקר, אז דו ביסט געטריבען פון נגיעות, וכו', ווייל ער איז דאך משוכנע אז חקירה דארף צו פירן אין זיין דיירעקשאן.
יעצט לאמיר נעמען די צווייטע גישה צו חקירה, לאמיר עס רופן די רז"ל פיליפ גישה, נישט דווקא ווייל ער האט עס אינווענטעד נאר ווייל ער רעפרעזענטירט עס. די רזל"פ מהלך איז מער ווייניגער אז חקירה איז גארנישט מיט נישט, א קשיא פון די סייענטיסטען איז בכלל נישט קיין קשיא, ער ברויך נישט רב מיללער'ס תירוצים, ווייל זיין בראשית ברא פון זיין מאמע וועגט איבער אלעס וואס די מענטשהייט האט נאר אמאל ערפינדען.
אזא איינער איז געפערליך קעגען חקירה, ווייל ער אנערקענט אז חקירה קען פירען צו כפירה, נאר ער האלט אז גאנץ חקירה איז גארנישט ווערט. און במילא לאזט ער נישט לערנען חקירה, טאמער א מענטש וועט מיינען אז יש דברים בגו און זיי ווייסען וואס זיי רעדען. ביי עמען וועט ער אפילו נישט לייענען די סארט קירוב ספרים ווי זמר כהן וכדו', ווייל וואס ברויך מען סתם אריינברענגען שאלות און ספיקות.
לויט רבי נחמן נעמט מען דאס א שטאפל ווייטער, און מ'גייט אפילו מודה זיין אז די קשיות פון חוקרים קענען זין אזוי שווער אז זיי האבן אפילו נישט קיין תירוצים! און פון דעסטוועגען דאך רעכענען מיר זיך נישט מיט די שוערע קשיות, ווייל ס'איז דא א אנדערע היכל וואס מיר האבען נישט עקסעס צו דעם וואס דארטען זענען די קשיות גאר נישט קשה. עפעס אזוי.
ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז דא רעדט מען פון אזוינע קשיות בעניני אמונה, פיליזאפיע וכדו', וואס אויף דעם פארמאגען מיר א התגלות אלקית וואס וועגט איבער סיי וועלכע חקירה.
מ'מוז סייווי זאגען אזוי, ווייל אפילו לויט די ראשונים וואס לויט ווי הקטן טענה'ט זאגען זיי אז ס'איז גאר א מצוה צו חקרנ'ען, איז זיכער אז די מצוה איז נאר אז מען זאל חקרנ'ען און למעשה צוקומען צו די מסקנא פון אמונה. נישט אז מ'זאל באמת זיין אפען צו אלע צדדים און מכריע זיין לויט ווי די הארץ שמעקט. במילא מוז מען זאגען אז אמונה וועט שטענדיג איבערוועגן חקירה, טא זאגט רז"ל פיליפ , וואס ברויך איך די גאנצע חקירה, כ'קאט עס ארויס לכתחילה.
דינסטאג יוני 25, 2019 8:53 pm#432321
גדליה האט געשריבן:אפילו לויט די ראשונים וואס לויט ווי הקטן טענה'ט זאגען זיי אז ס'איז גאר א מצוה צו חקרנ'ען, איז זיכער אז די מצוה איז נאר אז מען זאל חקרנ'ען און למעשה צוקומען צו די מסקנא פון אמונה. נישט אז מ'זאל באמת זיין אפען צו אלע צדדים און מכריע זיין לויט ווי די הארץ שמעקט. במילא מוז מען זאגען אז אמונה וועט שטענדיג איבערוועגן חקירה, טא זאגט רז"ל פיליפ , וואס ברויך איך די גאנצע חקירה, כ'קאט עס ארויס לכתחילה.

:like :like :like

אזוי שיין צאמגענומען גאנץ אידישקייט אין איין פאראגראף, סגנון אחד עולה לשני נביאים...

סיי דער רמב"ם און סיי הרב פילאפ מיינען נאר איין זאך, אז דער עולם זאל בלייבן ביי אידישקייט און די קאמפאני זאל ווייטער אנגיין, אבער קיינער פון זיי גיבט נישט קיין דעמן פאר די אמתע פאקטן. די חילוק איז נאר אז הרב פילאפ זאגט עס אפן און קלאר, משא"כ דער רמב"ם וויל אונז איינרעדן אז ס'איז ראציאנאל נאך אויך, ס'איז איין גרויסע אמונות הכרחיות שפיל.
דינסטאג יוני 25, 2019 9:00 pm#432322
אישתישבי האט געשריבן:אויב טאר מען נישט חקר'נען, טארסטו נישט חקר'נען פארוואס מען טאר נישט חקר'נען אויך נישט. ממילא איז עס א תיקו.

קודם חקרנ'ט מען צו מען מעג חקרנ'ען
איינמאל מ'געפינט אויס אז מ'טאר נישט חקרנען, סטאפט מען צו חקרנ'ען און מ'שטעלט אלץ אפ.
און אויף למפרע דאווענט מען און מ'טוט תשובה ווייל ס'דאך א עבירה בשוגג
דינסטאג יוני 25, 2019 9:05 pm#432324
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.

רביה"ק זי"ע: אדער בחורים פון די סאטמאר'ע ישיבה...!

איך גיי שוין קלינגען צו מהר"א מקר"י שליט"א אז ס'איז דא א איד וואס איז א מסייע לדבריו. און ער גייט אין די זעלבע שיטה. און ביי דעם נעקסטן כינוס וועט מען דיך ארויפלייגן צו האלטן א דרשה און אויפווייזן אז נפתלי מאסטער איז נישט נאר א שייגעץ און אפיקורס. נאר ער מאכט גאר קאליע אויכעט. ווייל אז די ישיבה בחורים וועללן ח"ו האבן השכלה וועללן זיי נישט קענען מצליח זיין אין לעבן. א ראיה אז די אלע סאטמאר'ע גבירים קענען נישט רעכענען אדער שרייבן א גראדע סענעטענס אין ענגליש...!
דינסטאג יוני 25, 2019 9:10 pm#432326
ר' בערל
ווען איר קלינגט דעם לב אהרן גיט איבער א גריס אין מיין נאמען (קענסט זאגען גדליה פון קאווע שטיבעל, ער וועט שוין וויסן).
זאג אים אז ער קען זיין רוהיג און כ'גיי נישט ארויסגעבן די סחורה ואס כ'האב אין מיין באזיץ.
דינסטאג יוני 25, 2019 9:11 pm#432327
גדליה: ווען דו גייסט ח"ו יא ארויסגעבן די סחורה, וועט ער עס צוערשט ליינען אויף אייוועלט. אדער אויף האסידיק 1
מיטוואך יוני 26, 2019 12:10 am#432334
ווען מען האט אמאהל געזאגט אז חקירה איז גוט, דער חובת הלבבות און דער רמב"ם, האט עס געמיינט אז מען גייט אויסרעכענען וויאזוי אידישקייט קען שטומען לויט די כללים פין אריסטו, וואס איז געוועהן בימים ההם דער שכל. נישט וויאזוי דער תורה מוז שטימען.

יעדער וואס האט געקוקט אין מורה נבוכים און שער היחוד וועט זעהן, עס איז נישטא קיין הכרחים אויף גארנישט, נאר פאסאביליטיס.

טאמער וואלט מען געוואלט גיין אין די דרכים, ברויך מען טוהן די זעלביגע מיט די היינטיגע מדע, פשוט אויסרעכענען וויאזוי אי יידישקייט קען שטומען מיט עוואלוציע און אלע היינטיגע טרעפונגען.
מיטוואך יוני 26, 2019 12:28 am#432337
מורה נבוכים איז טאקע אזוי ווי איר זאגט
אבער שער היחוד און אנדערע חקירה ספרים זענען דווקא יא געשטימט צו אויפווייזן יסודות פון יודישקייט
מיטוואך יוני 26, 2019 8:50 am#432340
Re: פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
די עיקר פראבלעם מיט חקירה איז לדעתי הקלושה, וויבאלד מ'גייט ווערן איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט אינעם לעגעטימיטעט פון אידישקייט וועט שוין מער נישט זיין דער מושג פון אמונה, ס'וועט בלויז זיין ידיעה.
מיטוואך יוני 26, 2019 9:22 am#432342
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די עיקר פראבלעם מיט חקירה איז לדעתי הקלושה, וויבאלד מ'גייט ווערן איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט אינעם לעגעטימיטעט פון אידישקייט וועט שוין מער נישט זיין דער מושג פון אמונה, ס'וועט בלויז זיין ידיעה.

גייסט אריין אין אלטע נושא. וואס פאר א תועלת האט אן אמונה אין א זאך וואס איז פעלערהאפטיג? ס'דארף זיין ערגעץ ווי א וועג ווי אזוי דאס צו קענען חוקר זיין און אויפווייזען (די אמת..). אפשר פאר שוואכע בעלי מדע איז חקירה נישט א פראקטישער מהלך, אבער פאר דער וואס קען עס דערהייבן איז עס גאר א מעלה, אדער גאר א חיוב, און דאס מאכט פעסט זיין אמונה. אבער דער וואס איז נישט חוקר נאר זאגט נאך אבי געהאקט, דארף נאר איין קליין בייז ווינטעל און ער צופאלט אינגאנצען, און דאס איז דער סוף פון זיין גאנצע אזוי גערופענע אמונה.

אז איינער זיצט ביינאכט אין א צימער מיט די שעידס אראפגעצויגען און זאגט איבער און איבער אז די זין שיינט יעצט הייסט דאס אויך אמונה? ס'איז אבי געהאקט ווייל ס'קען גאר זיין ס'איז נאכט, און ס'איז טאקע נאכט.

ענדערש דער וואס ווייסט אז יעצט איז נאכט, לאמיר זאגען אז ער האט אויסגערעכנט די שעות פון ווען ער האט די לעצטע מאל געזעהן די זין, און אפילו ווען די שעידס זענען אראפ גלייבט ער אז די זין שיינט נישט אינדערויסען, ער האט די ריכטיגע אמונה.

ידיעה הייסט אז ער האט פריער ארויס געקוקט אין געזען די טינקעלקייט, וואס דעמאלטס האט ער קלאר איינגעקויפט די ידיעה אז די זין שיינט נישט.
מיטוואך יוני 26, 2019 11:27 am#432349
איך מיין אז די פראבלעם פון חקירה איז טאקע הא גופא אז מ'קען נישט מברר זיין זאכען הונדערט פראצענט.
אז א מענטש גלייבט מתוך חקירה קען מען אייביג אנקומען צו א פארקערטער מסקנא, ווייל דאס איז די נאטור פון חקירה אז ס'לאזט זיך טראכטען אויף אלע זייטן, במילא אפילו מ'ווייסט קלאר אויף איין זייט איז לא ימלט אז ס'זאל זיך נישט אריינכאפן א צד אפשר איז די אנדערע צד גערעכט.
משא"כ א מענטש וואס גלייבט מכח אמונה, אזא מענטש קען גלייבען הונדערט פראצענט, ווייל זיין אמונה נעמט זיך נישט מכח בירור הדברים נאר מכח א אינערליכע איבערצייגונג וואס איז אפילו הונדערט פופציג פראצענט אמת.
מכח דעם נעמט זיך די באקאנטע trope אז ביי השמדות האבען די חוקרים און מלומדים גרינגער אויפגעגעבן אידישקייט, און די פשוטי עם האבען זיך מער געהאלטן דערצו.
פשט איז ווייל א חוקר וייסט אז ס'איז שטענדיג דא א פארקערטער צד, ממילא גייט ער זיך נישט מוסר נפש זיין אויף איין צד, ווייל ער ווייסט אז קיין איין צד אין חקירה איז נישט גענוג שטארק מ'זאל אויפגעבן דאס לעבן פארדעם. משא"כ איינער וואס גלייבט מכח אמונה וועט בכלל נישט אנערקענען אז ס'איז דא א פארקערטער צד דא.
מיטוואך יוני 26, 2019 12:00 pm#432350
Re: פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ס'איז שטארק אנגענומען ביי די פרומערע מקומות אז מ'טאר זיך נישט אריינלאזן אין חקירה. אפילו דו וואס האלטן אז מ'מעג יא פילאזאפירן לאזן עס נאר צו אונטער געוויסע אומשטענדן, מ'מוז שוין זיין גענוג ערוואקסען, וכו' וכו'. עכ"פ יעדער איז מודה אז חקירה קען זיין א גרויסע פראבלעם אין אידישקייט, די שאלה איז נאר ווי א שטארקע פראבלעם ס'איז.

למען הפינקליכקייט: אנדערע האבן געהאלטן אז ס'איז גאר א חיוב חוקר צי זיין.

עיין מדברי מורינו הגאון הגדול חסיד ועניו רבי אליעזר דוד פאל זצ״ל בספרו ״חשב האפוד״ אויף די מ״ט קניינים, בנוגע די חיוב צו חוקר זיין, און ער האט געטוהן הלכה למעשה ביים ארויסגעבן א גוטע פי׳ אויפן ספר המורה
בילדבילד

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 26, 2019 12:27 pm#432351
פארגעס די ראשונים און די רמב״ם וואס האבן געהאלטן אז וידעת את השם מיינט אז א מענטש דארף חוקר זיין. אבער אין אונזער היינטיגע סאסייעטי אז איינער הייבט אן צופרעגן קשיות הייבט יעדער אויף די אויגן ברעימען און זאגט ״עפעס איז נישט בסדר מיט אים״ אדער ״מסתמא איז ער אויף דראגס״ וכודומה.

עכטע קשיות האט נישט קיין פלאץ אין אונזער סאסייעטי אלעס איז שווארץ און ווייס- אזוי שטייט געשריבן דארט און דארט- אמונה פשוטה- דאס איז אונזער מסורה... אזוי האט זיך מיין טאטע געפירט... און פארטיג...
מיטוואך יוני 26, 2019 12:36 pm#432352
די באוואוסט גריכישע פילאסאפער פלאטא האט געהאלטן אז:

״The unexamined life is not worth living״

אבער נישט יעדער האט א פילאסאפישע קאפ און טראכט טיעף רוב מענטשען און חיות זענען פארנומען מיט זייערע באדערפענישן ווי עסען טרונקען און אלע אנדערע גשמיות׳דיגע געברויכן. ווי שאפענהויער האט גערופן “The will to life” און זיי טראכטן בכלל נישט! זיי גייען שלאפן ווייל זיי זענען מיד. זיי עסען ווייל זיי זענען הונגעריג וכו׳ אבער זיי טראכטן נישט. געציילטע מענטשען טראכטן טיעף. רוב מענטשען זענען אויבערפלעכליך.
מיטוואך יוני 26, 2019 4:53 pm#432361
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.

ער מישט א קיגעל, hard science מיט פילעזאפיע

אויבערפלעכלעך עס יאשעל
מיטוואך יוני 26, 2019 6:57 pm#432369

וואקסינאציע איז אויך פילעסאפיע?

גראדעמעכעלע האט געשריבן:מען זעהט ביי די וואקסינאציע סוגיא אז ווי מער זענען חוקר אלץ מער זענען דא וואס קומען אן צום פאלשן מסקנא.
מיטוואך יוני 26, 2019 7:23 pm#432371
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.

ער מישט א קיגעל, hard science מיט פילעזאפיע אויבערפלעכלעך עס יאשעל

א. כ'האב גערעדט פון לאגישע הוכחות, נישט פון פילאזאפיע.

ב. ביי סאפט סייענס זעהט מען טאקע אויך די זעלבע זאך.
מיטוואך יוני 26, 2019 7:53 pm#432375
חוקר ודורש: דער חובת הלבבות זאגט אין די הקדמה אז א מענטש דארף קומען צו אמונה דורך חקירה...!

נאר אונז. (עכ"פ אני הקטן) זעמיר נישט גענוג שטארק ארויסצולייגן אונזער אמונה אין א טעגליכן מבחן. אונז מוזן גלייבן (און שפירן)באמונה פשוטה אז די האנט פון די השגחה עליונה איז דא מיט אונז...!
מיטוואך יוני 26, 2019 8:20 pm#432376
דער תירוץ איז,

דער הנהגה פין חרדים האט נישט קיין הסבר על פי לאגיק, מען קען מסביר זיין אז עס איס דא א בורא, עס קען זיין מער ראציאנאל ווי עוואלוציע פון זיך אליין, מען קען מסביר זיין תורה מסיני.

אבער מען קען נישט מסביר זיין פארוואס מען מוז רעדן אידיש דוקא, און פארוואס מען מוז גיין אנגעטוהן דער זעלבער קליידער, און פארוואס פארוואס פארוואס ועוד ועוד ועוד.

ממילא איז חקירה א גאר גרויסער סכנה, ווייל דער נער וואס זעהט איין דורך חקירה אז אונז לעבען מיר א לעבען וואס האט נישט קיין מצוה, און איז סתם למען הכלל, קען אפלאזן דער גאנצע אידישקייט.

דאס איז טייטש במופלא ממך אל תדרוש, הייב נישט אהן געבן הסברים אויף דער סאמעטענע הוט, צו דער רעבישע פעלץ צו דער חסידישער רעזעוואלקע אין תמוז. וועסט נישט אנקומען אין ערגעץ.
דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:25 pm#432401
Re: פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
אישתישבי האט געשריבן:דער תירוץ איז,

דער הנהגה פין חרדים האט נישט קיין הסבר על פי לאגיק, מען קען מסביר זיין אז עס איס דא א בורא, עס קען זיין מער ראציאנאל ווי עוואלוציע פון זיך אליין, מען מסביר זיין תורה מסיני.

אבער מען קען נישט מסביר זיין פארוואס מען מוז רעדן אידיש דוקא, און פארוואס מען מוז גיין אנגעטוהן דער זעלבער קליידער, און פארוואס פארוואס פארוואס ועוד ועוד ועוד.

ממילא איז חקירה א גאר גרויסער סכנה, ווייל דער נער וואס זעהט איין דורך חקירה אז אונז לעבען מיר א לעבען וואס האט נישט קיין מצוה, און איז סתם למען בכלל, קען אפלאזן דער גאנצע אידישקייט.

דאס איז טייטש במופלא ממך אל תדרוש, הייב נישט אהן געבן הסברים אויף דער סאמעטענע הוט, צו דער רעבישע פעלץ צו דער חסידישער רעזעוואלקע אין תמוז. וועסט נישט אנקומען אין ערגעץ.

איך ווייס נישט, איך דארף נאר הסבר ביזן שולחן ערוך, איינמאל דו ווייזט מיר אויף אז א איד איז מחויב זיך צו פירן על פי שולחן ערוך, האט אכציג פראצענט חרדיזם זייער א גוטע הסברה ביי מיר, און די איבריגע צוואנציג פראצענט וועט כמעט יעדער רב אויך מודה זיין אז עס איז נאר קולטור.
דאנערשטאג יוני 27, 2019 8:18 pm#432413
אונטער חכם: ואיפכא מסתברא: איך האלט אז 20% איז פון שולחן ערוך. און 80% איז צוגעלייגטע אייגענע חומרות און אמעראצישע בויכווייטאג...!

ווען מיר זאללן זיך האלטן צו די הלכות פון שולחן ערוך וואלט דאס אידישקייט נישט געווען שווער בכלל. נאר מ'זוכטצעך ארויס חומרות פון אונטער די ערד...!
פרייטאג יוני 28, 2019 8:48 am#432426
בערל

איך בין מחולק מיט דיר. אידישקייט איז נישט שווער, עס איז נישט שווער צו זיין א חרדי בכלל. איך האב הנאה יעדן טאג.

לאמיר זאגן אז צוואנציג פראצענט איז צוגעלייגט, און ווען דו זאגסט אז רבנים וועלען מודה זיין אז דער צוואנציג פראצענט איז קולטור, איז זאגט מיר וואס איז דער היתר פין די רבנים צו ענפארסירן דער קולטור

ווען א מןסד שיקט אהיים א צעטל אז דער וואס טוט נישט דער קולטור ענינים גייט נישט אין דרכים פין די ישיבה, זאל דער רב זאגען ביי די פרקי אבות שיעור, אז דער צעטל האט גארנישט מיט אידישקייט.

דער ווערטעל אז ליבאוויטש איז א רעליגיע וואס ענדעלט אידישקייט איז זייער אמת, דער חכימא דיהודאי (וואוידיסלאווער) האט גוט געוויסט וואס ער רעדט, ווייל די אנדערע חסידות'ן האבן גארנישט מיט אידישקייט.
פרייטאג יוני 28, 2019 2:31 pm#432431
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי קאמפיוטערס זעהט מען אויך די זעלבע זאך, ווי מער מ'חקר'נט אין פראגרעמינג אלץ מער קומט מען צו פאלשע מסקנות, די בעסטע פראגרעמס האבן געמאכט די מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געלערנט פראגרעמינג. בכלל איז שוין פונלאנג אויפגעוויזן געווארן אז פון די אלע שטודירטע און קאלעדש גראדואירטע איז נאך גארנישט ארויסגעקומען, די גרינדער פון די גרויסע קאמפאניעס ווי גוגל, עמעזאן, מייקראסאפט, פעיסבוק וכו' זענען אלע אמיש פארמער.

ער מישט א קיגעל, hard science מיט פילעזאפיע אויבערפלעכלעך עס יאשעל

א. כ'האב גערעדט פון לאגישע הוכחות, נישט פון פילאזאפיע.

ב. ביי סאפט סייענס זעהט מען טאקע אויך די זעלבע זאך.

לאגיש האט זיך אנגעפאנגען "לעבן" אויף די וועלט דארך עליענס וואס האבן געלייגט דא זייער אייער Directed_panspermia
און סיגמענד פרויד איז הייליג גערעכט מיט רוב פין זיינע תורת
פרייטאג יוני 28, 2019 3:21 pm#432432
אישתישבי האט געשריבן:בערל

איך בין מחולק מיט דיר. אידישקייט איז נישט שווער, עס איז נישט שווער צו זיין א חרדי בכלל. איך האב הנאה יעדן טאג.

לאמיר זאגן אז צוואנציג פראצענט איז צוגעלייגט, און ווען דו זאגסט אז רבנים וועלען מודה זיין אז דער צוואנציג פראצענט איז קולטור, איז זאגט מיר וואס איז דער היתר פין די רבנים צו ענפארסירן דער קולטור

ווען א מןסד שיקט אהיים א צעטל אז דער וואס טוט נישט דער קולטור ענינים גייט נישט אין דרכים פין די ישיבה, זאל דער רב זאגען ביי די פרקי אבות שיעור, אז דער צעטל האט גארנישט מיט אידישקייט.

דער ווערטעל אז ליבאוויטש איז א רעליגיע וואס ענדעלט אידישקייט איז זייער אמת, דער חכימא דיהודאי (וואוידיסלאווער) האט גוט געוויסט וואס ער רעדט, ווייל די אנדערע חסידות'ן האבן גארנישט מיט אידישקייט.

אישתישבי: דו זאגסט גוט. אבער מיט די סטאטיסטיק ביניך גערעכט. אז 80% פון אידישקייט וויאזוי ס'ווערט היינט פראקטיצירט ביי די היימישע קרייזן איז צוגעלייגטע חומרות און אייגענע אמעראצישע בויכווייטאג.
ווען איך האב גערעדט פון אידישקייט אז ס'איז שווער האביך גערעדט בכלליות. נישט פון מיין אידישקייט. פאר מיר איז עס ב"ה אינגאנצן נישט שווער. נאר די אלע צוגעלייגטע שטותים וועלכע האבן אויך נישט קיין קליינעם חלק צו טון מיט פאליטישע אגענדאס. אט דאס מאכט שווער דאס לעבן...!
דינסטאג יולי 02, 2019 4:38 pm#432551
פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
לכאורה איז די opposition צו חקירה אין אונזער געזעלשאפט מכח דעם ווייל זיי האבן אנגענומען א fideistic צוגאנג צו דאגמע/אלקות. אין אנדערע ווערטער, זיי האלטן אז דאס איז א זאך וואס מ׳קען אינגאנצן נישט מברר זיין מיט reason/הגיון, אחוץ דורך אמונה [פשוטה]. קומט אויס לויט דעם אז חקירה איז די נישט ריכטיגע tool דערפאר און עס קען נאר פארפירן.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג יולי 02, 2019 6:42 pm#432555
מי אני האט געשריבן:לכאורה איז די opposition צו חקירה אין אונזער געזעלשאפט מכח דעם ווייל זיי האבן אנגענומען א fideistic צוגאנג צו דאגמע/אלקות. אין אנדערע ווערטער, זיי האלטן אז דאס איז א זאך וואס מ׳קען אינגאנצן נישט מברר זיין מיט reason/הגיון, אחוץ דורך אמונה [פשוטה]. קומט אויס לויט דעם אז חקירה איז די נישט ריכטיגע tool דערפאר און עס קען נאר פארפירן.

Sent from my iPhone using Tapatalk

האלטסט, אז דעס וואס ספרים זאגען אז בימי השמד האבען סארווייווד די נאר די אמונה פשוטה יודען און נאר זיי האבן עומד בנסיון געווען?

מיין שאלה, אדער אויספיר, פון דיינע ווערטער איז, אז וויבאלד א מענטש איז א קוצר המשיג בעומק המושג, ממילא לא יתכן צו פארשטיין באמת עד הסוף, וממילא בלייבט ער מיט קשיות, לעומת אמונה פשוטה וויל מען בכלל נישט פארשטיין אזא טיפע זאך, ממילא איז נישטא קיין קשיות.

דאס איז די יסוד פון יענע ספרים, אז אויב מ'קומט סיי ווי נישט אן צו פארשטיין, עכ"פ זאל דאס נישט שטערען, בפרט בימי נסיון ושמד.

פיין און וואול אויב מ'מעסט זה לעומת זה. אבער אויב אזוי, קען מען בארגען די געדאנק פון אמונה פשוטה פאר חקירה אויך. ווילאנג מ'קען אליינס פארשטיין, לייגט מען זיך אריין אין דעם און מ'איז חוקר, און דארט ווי ס'ווערט שוין צו טיף צו הענדעלען גלייבט מען אז ס'עקסעסטירט אויך נאר מ'קען נישט אלס פארשטיין ובמופלא ממך אל תדרוש.

נאך מער פון דעם. דער אמונה פשוטה מענטש בארגט אויך פונ'ם חקרן. ער זאגט נישט ליידיגערהייט אז דער אייבערשטער איז אמת. ער זאגט אויך א טעם צו דעם, אז ער האט באשאפען הימל און ערד, ער איז דער גורם פאר אלעס וכו', דאס מיינט ער איז א נותן טעם, וויבאלד ס'דא א הימל און ערד, על כרחך מוז זיין אז ס'דא א באשעפער, און ער מוז זיין דער משגיח, ווייל אויב אזוי ווי אזוי דען קען געשעהן דאס אין יענס וכו' וכו'. עכ"פ ס'הערט זיך אויך חקר'ניש.

די צוויי צדדים זענען interchangeable און נישט absolute. איך פארשטיי נישט פארוואס דאס זאל זיין א עכטע טעם פאר נישט נוצען חקירה, און איך זעה נישט אז דאס זאל זיין אן עכטע סיבה זיך צו שמד'ן.
דינסטאג יולי 02, 2019 7:15 pm#432556
געטס א בליק אריין ביים שכן. אלע שאלות אין אמונה וועלען נעלם ווערען...

דרך קצרה ארוכה...

l viewtopic.php?f=13&t=11323 l
דינסטאג יולי 02, 2019 7:31 pm#432557
ר' יוסף יעבץ איז דער וואס זאגט אז חקירה אידן האבן זיך גע'שמד'ט, דער בני יששכר איז דער וואס האט עס אריין געברענט ביי אונז, ער האט געשריבן הגהות אויף דער ספר
m http://www.hebrewbooks.org/4742 m

ר' יוסף יעבץ האקט אויף קבלה פונקט ווי אויף חקירה.

לויט ווי די בני יששכר פארשטייט אמונה פשוטה איז עס גלייבן ווייל דער טאטע האט געגלייבט, און מען האט געהערט פון דער טאטע וואס האט געהערט פין זיין טאטע וכו'. נישט אז מען האט פשוטער חקירות וכו'.

ר' יוסף יעבץ זאגט אז ער האט געזען אז די חקירה אידן האבן שנעלער אויפגעגעבן ווי די פרויען און קינדער. עס קען זיין אנדערע סיבות אויך, אז מענער האבן געמאכט הלכה'דיגע חשבונות אז זיך טויפען איז נישט יהרג ואל יעבור. ווידער פרויען האבן נישט די כחות ווייל זיי לערנען דאך נישט. לכאורה איז געוועהן א מהלך פין אסאך אין שפאניע וואס האבן געהאלטען אז מען מעג זיך שמד'ן באונס, ווייל די אלע וואס זענען געוועהן אנוסים האבן עס געטוהן, הגם עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט ווי אונזערע פוסקים זאגען.

למשל זיך שמד'ן צו איסלאם מוז נישט זיין עבודה זרה.
דינסטאג יולי 02, 2019 11:21 pm#432563
פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
{איך האב פארגעסן צו קוואוטען אז דאס גייט ארויף אויף וואלווי׳ס תגובה}

צו מסביר זיין, פידעיזם איז טייטש אז דאס [די נושא/מדובר וואס מען applied עס צו] קען מען נאר אננעמען עפ״י אמונה; עס איז נישטא, און עס איז נישט שייך, קיין לאגישע וכו׳ הוכחות דערצו (אביסל אן oversimplification, אבער לענינינו איז עס גענוג). דאס מיינט, ער מאכט נישט אוועק די ענין פון חקירה כשלעצמו, נאר אין די נושא קען עס נישט אריינרעדן. אין אנדערע ווערטער מ׳דארף צוטיילן די צוויי: דהיינו לאו דוקא אלס קוצר עומק המשיג ווי אלס אורך עומק המושג ודוק.

היינטיגע חרדי(ז)ם האט/האבן (זעהט אויס) אנגענומען די פידעיסטיק מהלך אויף די דאגמעס פון אידישקייט (אין וואס זיי גלייבן). ואם כנים אנחנו בזה, בארגן זיי ״נישט״ פון די חקרנ׳ישע מהלך (וכדברי אישתשבי). אדרבה, וויבאלד (זיי האלטן) אז חקירה קומט נישט אריין, און קען נישט אריינקומען, לברר אמיתיות דברים אלו, קען עס נאר אפטוהן. (די וואס בארגן יא כדבריך, און פונדענסטוועגן פארפירן קעגן חקירה, זענען טאקע פותחים על שתי הסעיפים.)

אויף דעם פארוואס (אויב) די אמונה פשוטה אידן האבן זיך געהאלטן שטערקער, איז שוין שייך דן צו זיין וועגן זייטיגע סיבות, ווי ערווענט. עס ווייזט לאו דוקא אויף וועלכע וועג זיי האבן אפגעלערנט אמונה פשוטה.

פארשטייט זיך אז מ׳קען זיך דינגען אויפ׳ן גאנצן מהלך פון פידעיזם, ובפרט צו ס׳קומט/ס׳פאסט זיך אויף/ביי די ענינים פון אמונה/יהדות.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג יולי 02, 2019 11:30 pm#432565
וואלווי האט געשריבן:האלטסט, אז דעס וואס ספרים זאגען אז בימי השמד האבען סארווייווד די נאר די אמונה פשוטה יודען און נאר זיי האבן עומד בנסיון געווען?
מיין שאלה, אדער אויספיר, פון דיינע ווערטער איז, אז וויבאלד א מענטש איז א קוצר המשיג בעומק המושג, ממילא לא יתכן צו פארשטיין באמת עד הסוף, וממילא בלייבט ער מיט קשיות, לעומת אמונה פשוטה וויל מען בכלל נישט פארשטיין אזא טיפע זאך, ממילא איז נישטא קיין קשיות.
דאס איז די יסוד פון יענע ספרים, אז אויב מ'קומט סיי ווי נישט אן צו פארשטיין, עכ"פ זאל דאס נישט שטערען, בפרט בימי נסיון ושמד.

איך האב נישט אזוי פארשטאנען.
איך פארשטיי זיי זענען געווען קאנווינסט מיט זייערע חקירה און נישט געהאט קיין קשיות. נאך אלץ ווען ס'איז געקימען שעת השמד איז זיי נולד געווארן קשיות
ווייל שכל גייט נאך געפילען
מיטוואך יולי 03, 2019 3:20 am#432577
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט אזוי פארשטאנען.
איך פארשטיי זיי זענען געווען קאנווינסט מיט זייערע חקירה און נישט געהאט קיין קשיות. נאך אלץ ווען ס'איז געקימען שעת השמד איז זיי נולד געווארן קשיות
ווייל שכל גייט נאך געפילען

אבער אויב די חקירה איז טאקע אזוי קראנט, און זיי האבן באמת אזוי ארויס געהאט עד הסוף, דעמאלטס וואלט עס געדארפט ביישטיין אויך בשעת שמד, לכאורה.

נאר, ס'איז מער מסתבר אזוי ווי ATUB @אישתישבי ATUB שרייבט אז ס'איז פשוט א שאלה ווער ס'האט זיך שנעלער געבויגען, דאס מיינט, אז א יעדער האט א ברעקינג פאונט, און די געפילן וועלען כמעט אייביג גובר זיין.

עכ"פ, אויב זיי קראכן, נישט קיין חילוק ווער, מיינט עס אז ס'איז כמעט אומעגליך צו עומד זיין אין א יעדע שווערע נסיון. א מענטש איז נאר א מענטש, און א יעדע מהלך אין אמונה איז נאר גוט לויט זיין שטארקייט.

און אויב איינער איז מצליח מיט חקירה עד הסוף וואלט עס באמת געקענט טויגען פונקט אזוי גוט ווי אמונה פשוטה, וואס איז אויך נאר שטארק אויב ס'גייט עד הסוף.
מיטוואך יולי 03, 2019 8:57 am#432583
ס'איז פשוט אז א רעגליעזע איד וואס איז נישט א מלומד בחקירה, א מלאכה ואינו חכמה, קען נישט זיין חוקר באמונת ישראל. ווי קען ער גיין שלאפן א נאכט ווען ער איז און מיט'ן חוקר זיין און ער איז אויף א פלאץ יעצט ווי די מסקנא איז אז גאט איז נישט קיין גאט.

רחמנה ליצלן
מיטוואך יולי 03, 2019 9:51 am#432590
וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט אזוי פארשטאנען.
איך פארשטיי זיי זענען געווען קאנווינסט מיט זייערע חקירה און נישט געהאט קיין קשיות. נאך אלץ ווען ס'איז געקימען שעת השמד איז זיי נולד געווארן קשיות
ווייל שכל גייט נאך געפילען

אבער אויב די חקירה איז טאקע אזוי קראנט, און זיי האבן באמת אזוי ארויס געהאט עד הסוף, דעמאלטס וואלט עס געדארפט ביישטיין אויך בשעת שמד, לכאורה???.

חקירה ניצט "שכל" שכל איז א קנעכט צי "געפילן", שכל איז נישט קיין זעלבסט שטענדיגע בעה"ב.
משא"כ "געפילען " וואס איז נישט אנגעוויזען אויף א צווייטען, אויב האט דאס א ברעקינג פאונט, איז דאס אסך ווייטער וואו שכל
מיטוואך יולי 03, 2019 10:16 am#432594

יא, אבער ס'פעלט נאר אויס איין שוואכע "מנגד" געפיל פון זארג און חרטה פאר'ן גלייבן, בשעת השמד, און דאס צובלאזט די גאנצע "בעד" געפיל פון אמונה פשוטה פון צענדליגע יאר. ס'איז סוכ"ס נאר א געפיל וואס מ'האט געחזר'ט אויף די בלויזע ליפען אן א ממשות'דיגע טעסט אלע יארן. זה לעומת זה, געפיל קעגען געפיל, ס'קומט און ס'גייט.
מיטוואך יולי 03, 2019 2:20 pm#432617
איך האב נישט קיין עניקדאטעל אינפא איין וועג אדער די צווייטע, וואס ארבעט בעסער, די יעבץ זאגט אז ער האט יא

אמת די שאלה איז וואו טיף אין די סוב-קאנשעס איינער ווייסט וואס ער ווייסט
ווען איינער זאל דיר זאגן אז דיין טאטע איז נישט דיין טאטע, חאשט די האסט נישט קיין חקירהדיגער מהלך איין וועג אדער א צווייטער דאך וועט זיין זייער שווער אנצימען אז דער איז נישט דיין טאטע.
דאנערשטאג יולי 04, 2019 4:52 pm#432693
הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט אזוי פארשטאנען.
איך פארשטיי זיי זענען געווען קאנווינסט מיט זייערע חקירה און נישט געהאט קיין קשיות. נאך אלץ ווען ס'איז געקימען שעת השמד איז זיי נולד געווארן קשיות
ווייל שכל גייט נאך געפילען

אבער אויב די חקירה איז טאקע אזוי קראנט, און זיי האבן באמת אזוי ארויס געהאט עד הסוף, דעמאלטס וואלט עס געדארפט ביישטיין אויך בשעת שמד, לכאורה???.

חקירה ניצט "שכל" שכל איז א קנעכט צי "געפילן", שכל איז נישט קיין זעלבסט שטענדיגע בעה"ב.
משא"כ "געפילען " וואס איז נישט אנגעוויזען אויף א צווייטען, אויב האט דאס א ברעקינג פאונט, איז דאס אסך ווייטער וואו שכל

אויב שכל איז נישט קיין זעלבסשטענדיגע באלבאס ווייל ס'איז א קנעכט צו געפיעלן, איז דאך א כל שכן אז א מעסטער מכח געפילן איז נישט קיין גוטע מעסטער.
אין אנדערע ווערטער די פראבלעם פון חקירה איז לויט דיך אז ס'איז א קנעכט צו געפילן. נו איז דאך געפילן אליין גאר א שוואכע מעסטער אויף אמת און שקר.
איב אזוי קומט אויס אז די גאנצע מעשה פון ר' יוסף יעבץ איז א גרויסע קשיא אויף מאמינים. ווייל אויב אידישקייט איז געבויעט אויף געפילן איז נישט דא קיין שום מעסטער.
משא"כ די וואס זאגען אז מ'ברויך יא חקרנ'ען זאגן אז חקירה ברויך יא צו פירן אין ריכטונג פון אמונה, און די וואס ווערן פארקראכן דורך חקירה (מסתמא אויך די מענטשן פון וועמען ר' יוסף יעבץ רעדט) איז ווייל זיי וערן געטריבן פון נגיעות, אבער נישט אז חקירה בעצם פירט אין די דירעקציע.
פרייטאג יולי 05, 2019 11:44 am#432705
א מעסטער צי וואס???

די גאנצע מדובר פין יא חקירה צי נישט חקירה און די שמוס פין די יעבץ איז נאר דערנאך וואס איך נעם אן אנכי ה' אלהיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים אלס א אמת און א פאקט.
יעצט ווערט די שאלה זאל איך ניצען חקירה דאס צי באפעסטיגען (דא וואס וועלן זאגן דאס איז בקשת המבוקש, דאס איז א שמוס פאר זיך)

דע את אלוקי אביך איז א פסוק וואס ווערט אסך געניצט ביי די וואס זענען פרא-חקירה
באמערק אז מען האלט שוין דארט נאך "אלוקי אביך" צי דארך מסורה אדער קאמען סענס אז יש מנהיג לבירה וכו'. יעצט זאגט מען אים "דע" מאך דאס דיין "אייגענע" דארך חקירה
פארשטייט זיך אויב וועסטו ניצען חקירה אלס דער tool פון "דע" דארפסטו האבן די האפאטעסיס אפשר איז דאס שקר.
ווען א סייענטיסט נענמט אן א פארקערטע היפאטעסיס כדי צי פראווען זיין פוינט גלייבט ער נישט באמת און די פארקערטע היפאטעסיס

זיכער, ווען איינער האלט נאך פאר גלייבן אין דעם בורא עולם, איז זיכער חקירה איינע פין די פיל אנדערע וועגן וואס קען ברענגן א מענטש צי אידישקייט.
און ניטש פין דעם רעדט דער יעבץ.
זונטאג יולי 07, 2019 7:17 pm#432771
לאמיר זאגען אז א איד פירט א ביזנעס שוין לאנגע יארן. ער מוטשעט זיך אביסעל, אבער מער ווייניגער פארט עס.
ויהי היום, ער הייבט אן האבן ספיקות צו די ביזנעס לוינט זיך אנצוהאלטן, אפשר פארדינט מען נישט גענוג געלט, אפשר איז דא א לאך ערגעץ, וכו'.
דער איד גייט צו זיין מענעדזער און זאגט אים, לאמיך כאפען א בליק אויף די ביכער, איך וויל אנאליזירען די ביזנעס חשבונות און זעהן וואס דא גייט פאר.
ווי נאר די מענעזער האט דאס געהערט האט ער אנגעהויבן רעדן צו אים מיט א שטרענגע נוסח: ר' בעל הבית! קוקט נישט די ביכער! אויב קוקט איר די ביכער האב איך מורא אז איר וועט חלילה פארמאכן דעם געשעפט! איר דארפט מיך טראסטן אז אלעס פירט זיך גוט!
ווי נאר די בעל הבית האט דאס געהערט איז ער ווייס געווארן, און ער האט באלד געהייסען אריבערברענגען די ביכער.

והנמשל מובן מאליו
זונטאג יולי 07, 2019 7:44 pm#432775
ס'איז נישט דא דער יעבץ וואס קען אפהאלטן איינער וואס האט ספיקות, פין איבער קיקען די ביכער
און די יעבץ ווייסט דאס זייער גיט, און נישט פין די בעל הבית רעדט די יעבץ
מן הסתם וואלט די יעבץ אים דאס געהייסן גאר טון

והנמשל מובן מאליו
זונטאג יולי 07, 2019 7:50 pm#432776
די גאנצע געדאנק קומט בעצם פון די קאטוילישע דאקטארינע פון trinity, מ'באקט אויף בולשיט און אקסימאראנס, און נאכדעם זאגט מען אז ס'איז למעלה מהשגתינו, ממש א מיסטעריע.
זונטאג יולי 07, 2019 7:51 pm#432777
הקטן
פון ווי ווייסט איר וואס ר' יוסף יעבץ מיינט?
ער קען נישט אפהאלטן? אוודאי קען ער אפהאלטן. אזוי ווי די תורה קען אפהאלטן פון עסן בשר בחלב
און נאכאמאל, די נקודה איז נישט צו מ'האט ספיקות צו נישט. אפילו לאמיר זאגן אז א מענטש פירט א הערליכע ביזנעס מיט מיליאנען פראפיט א יאר, אויב זאגט אים די מענזשער אז מ'טאר נישט קוקן די ביכער ברויך דאס אנצינדן א רויטע לעמפעל ביי יעדע נארמאלע מענטש